☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

פעטוועי » דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:38 am

· #545085
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד פון קרית טאהש וואס האט הנאה צו זיפצן פונעם גלעזל קאווע דווקא אינעם קאווע שטיבל ארומגענומען מיט רויעך פונעם ציגארע און זיך קאכן אין נייעס מיט גאנצן קנאק און פארשטייט אלעס אן זיין פארמישט אין סייוואספארא הלבנת פנים ח"ו בלויז נייעס

נאכאיינמאל הונגעריג » דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:46 am

· #545087
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב שוין לאנג צוריק באמערקט אז מיין ידיעות און שיטות וועלן אפט מאל נישט זיין אזוי די אנגענומענע נארמאלער
ווען איך פלעג זאגן וואס איך טראכט פלעגן מיר מענטשן אנקוקען ווי נישט נארמאל איך האב זיך שוין לאנג אויסגעלערנט זיך צו האלטן שטיל און שלום מאכן מיט די מצואת
ביז איך האב געזען לעצטנס די ווינקל קאווע שטיבל ווי מענטשן ווי מיר קענען זיך אויסשמועסן מיט א אפענקייט און דארפן טראכטן וואס יענער וועט זאגן

הייליג גערעכט » דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:47 am

· #545088
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב א מיינונג אויף פארשידענע זאכן, אזוי אויך האב איך א וועלט פון עקפיריענס, און איך פלאן איין טאג עס צו איבערגעבן דא פארן חשובער ציבור. און פארציילן אביסל פון מיין שטורעמישער לעבן.

פאסטציוניסט » דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:48 am

· #545089
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין נאמען קען איך נישט און וועל איך נישט פאר באוויסטע סיבות - ארויפשרייבן, אבער מיין ניק איז גאנץ גרינג צו ערקלערן און דאס וועט שוין מעגליך פארשטעלן מיר - א חסידישער יונגערמאן פון אהר"ק וואס פראבירט מיט אייזערנע קראפטן אנצוהאלטן דאס אידישע געשאנק - די שפראך יידיש. שוין הערכער וואו הונדערט יאר צוריק האט די ציוניסטישע פארטיי אויפגעשיינט און די אידשע הימלען, זיי האבן געהאפט און געוואלט ברענגען א היילונג פאר דאס אידישן פאלק וואס איז שוין לאנגע יארן היימלאזיג. דאס געדאנק האט טאקע אנגעהאלטן שיינע פאר יאר. אבער איך פיהל אז דאס איז געקומען צום ענדע, און דאס ברענגט ווידער ארויף די יידן-פראגע צום טיש, און מיר דארפן געבן פאר דעם טראכטונג.

פיאקער » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:33 pm

· #545496
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין זייער א פשוט'ע יונגערמאן שמעקט נישט און שטינקט נישט (איך האף אזוי...)

איך גלייך זייער היסטאריע, אידישע און אלגעמיינע.

איך בין דא צו געבן און צו נעמען, האפענטליך וועלן מיינע ידיעות רייכער ווערן, ווי אויך ענקערע ידיעות

אקעי איך בלאש שוין

טובים מאורות » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:33 pm

· #545497
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל ליינען און הנאה האבען פון ארטיקלען פון היסטערי,חצרות הקודש,היימישע פאליטיק ,און קאמנטירען אויף עס ווען איך האב א באמערקונג.

איך בין נישט דא זיך צו קריגען און אראפ ברענגען די פארום.

א וועלטעל'ע » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:35 pm

· #545499
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידישע אינגערמאן וואס האט ליב צי טראכטן. איך לויף נישט מאכן החלטות איך האב ליב צי זעהן א זאך פין צוויי זייטן.איך האב ליב צו ליינען נייעס און פאליטיק ווי אויך האב איך ליב טעכנעלאגיא. איך פלאן צו שרייבן ווען איך האב צייט און אויך אפילו ווען איך האב נישט קיין צייט.

משה פערלמאן » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:36 pm

· #545501
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין נאמען איז משה פערעלמאן איך האב ליב אידישע נייעס וועלט אין סאיז נישט דא אסאך אידישע פלאטפארמעס ווי מען קען גאסיפן אידישע חסידשידע נייעס.

חייםושלום » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:37 pm

· #545503
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א געשמאקער טויגליכער יונגערמאן וואס זיכט צי פארברענגען. איך בין זייער א גיטער מענטש אין איך קען שטארק ארויס העלפען דעם ציבור דא מיט שטארקע געדאנקען בדברים העמדים על הפרק. ביטע נעמט מיך אן

אשר בן יעקב » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:38 pm

· #545504
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א נייטראלער מענטש וואס וויל מיט האלטן נייעס און איך האב שטארק הנאה פון עקענאמישע נייעס און היימישע נייעס, איך קען אסאך מענטשן איך האב ליב טרעוול מיט געאגראפיע, ישר כח פאר דו קאווע שטיבל אנפירער פאר אזא פיינע פלאטפארמע וואס מיר קענען הנאה האבן

בנים למקום » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:38 pm

· #545505
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך לערן אין כולל פארמיטאג, און נאכמיטאג ארבעט איך
א בלאט גמרא מיט חומש רש"י, תהלים און נ"ך, און אזוי ווייטער. איך מוז לערנען די שיעורי הכולל, און כ'האב נישט צופיל געדולד דערצו, און איך שמועס אסאך אינמיטן לערנען. איך מיין אז דאס בעסטע וואלט געווען פאר מיר צו גיין ארבעטן געהעריג, און אליין האבן מיינע שיעורים צו לערנען יעדן טאג.

האפטשו » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:39 pm

· #545506
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין נאמען איז האפטשו, כ'האב זייער הנאה צו פארברענגען דא, און מיר האפן אז עס וועט זיך פארעמען א געשמאקע פארברענג. אין די זעלבע צייט וויל איך פארשטיין פארוואס איך דארף דא אריינשרייבן גאנצע הונדערט און זעכציג אותיות

הביתה » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:40 pm

· #545508
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום וברכה!
איך בין א חסידישע אינגערמאן, א טארקע חובב ציון.
איך קום צום שטיבל צו נהנה זיין פון די פולע ידועות אין אוצרות וואס געפינט זיך דא אין צו זיך לאזן הערן בנוגע אינזער הייליג לאנד. אין לנו ארץ אחרת!

"כָּל עוֹד בַּלֵּבָב פְּנִימָה
נֶפֶשׁ יְהוּדִי הוֹמִיָּה
וּלְפַאֲתֵי מִזְרָח קָדִימָה
עַיִן לְצִיּוֹן צוֹפִיָּה

עוֹד לֹא אָבְדָה תִּקְוָתֵנוּ
הַתִּקְוָה בַּת שְׁנוֹת אַלְפַּיִם
לִהְיוֹת עַם חָפְשִׁי בְּאַרְצֵנוּ
אֶרֶץ צִיּוֹן וִירוּשָׁלַיִם"

זאלץ מעסטל » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:41 pm

· #545509
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב מחליט געווען אריין צ'י קימען דא ווייל דא איזה פרידאם אף ספיטש מ'קען שרייבן וואס איזה נארמאל נישט וואס אפאר חברה מאכן אפ אז עס איז נארמאל און עס איז דא דא אסאך אינטרעסאנטע ארטיקלען צ'י ליינען

פנחס נייגעריגער » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:41 pm

· #545511
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א שטילע אינגערמאן וואס ארבעט צו שפייזן זיין פאמיליע
ווען מיר האבן אמאל אן איבריגע מינוט וועלן מיר באזוכן דעם סייט פון צייט צו צייט מיטהאלטן די לעצטיגע נייעס. און ליינען איבער פארשידענע נושאים

אויסגערעכנטער » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:42 pm

· #545512
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אריין אין ארויס, ארינגס אין ארום, הויך אין קליין, אלעס איז פיין א קליין מענטשעלע אליין קיינעם נישט פראזענליך, אלעס אויף אויסערווייניג.
איך בין א נייגעריגער מענטש, מישט זיך נישט מיט יענעמס פראבלעמען

בלעקבערי פען » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:43 pm

· #545513
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קודם וויל איך נאר ליינען, מיט די צייט אפשר וועט מען אנהייבן שרייבן אויך.
איך קאן נישט שרייבן א גיטע אידיש, מילא ווייס איך נישט וויפיל איך גיי שרייבן, אבער די קעסטל פארלאנגט כאטשיג 160 אותיות

סקילמאן » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:44 pm

· #545515
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין איינער וואס מיין לעבן איז נאר ארום טעכנאלאגיע. שטענדיג פרוביר איך צו זיין אויף דער פראנט ליניע פון די נייעסטע אינאוואציעס. איך האב א טיפע פארשטאנד וויזוי זאכן ארבעטן אונטער דעם קאפאט. יעדער פראיעקט איז ביי מיר נישט נאר א טאג טעגלעכער ארבעט, נאר א אייגענע מעשה, און איך גיי דערפאר אן ווי א פארשער אויף א נייע אנטדעקונג. פאר מיר איז דער טעכנאלאגיע נישט נאר א געצייג, עס איז דער שליסל צו פארשטיין און פארבעסערן די וועלט.

גאלדענע קאווע » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:44 pm

· #545516
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב הנאה זיך אראפצוזעצן מיט א פיינע הייסע קאווע נאך א לאנגע טאג פון ארבייט און אביסעלע מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אויף די וועלט. דער ערשטער זאך וואס איך טוה איז מיש אויף צום שטיבל וואו איך בין פארזיכערט זיך צו דערווארעמען דאס הארץ נישט נאר דעם האלז.

מיםחיים » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:45 pm

· #545518
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן , איך זיך צי ליינען אין שרייבן אידישע ווערק אין א אידישע environment , איך בין א 35 יעריגער אינגערמאן פון מאנסי , מיט א האבי פאר nature אין אידישע research,
קאווע שטיבל געט א גרויסע אויסוואל פון מענטשן אין טאפיקס , יישר כח פארן צושטעלן דעם נייעם שיינעם סייט ,

של נעליך מעל רגליך » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:45 pm

· #545520
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נייגעריג צו הערן און זעהן די געעשענישען פון כלל ישראל און צו מיטטיילען מיין נייעס אדער דערציילונגען. איך זיץ מיט מיין קאווע און ציגארעטל און עס פעלט מיר אויס א שיחת חברים. קומט אריין אין מיין שטיב אינטער די קוליסן און לאמיר כאפן א שמועס.

איין » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:46 pm

· #545521
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך שום לאנג א פלאץ ווי איך קען שרייבען זאכליכע זאכן אין מהנה זיין אנדערע ניקס אין אויך הנאה האבען פין יענעםס ארטיקלען אזוי אויך פלאן איך צי שרייבען ארטיקלען אין פארשידענע נושאים אין לאמיר נישט פארגעסן די עיקר, איך גיי נישט ווערן באליידיגט אויב איינער איז מחולק מיט מיך שכוח

ארכיטקט » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:47 pm

· #545522
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל אביסל מיטהאלטן וואס ס'טוט זיך אויף דער וועלט, און קאווע שטיבל זעט אויס צו זיין א געשמאקע מקום, לאמיר האפן אז ס'זאל זיין יתקדש שם שמים על ידינו, מיט א פאזעטיווקייט, און פארשטייט זיך מיר וועלן פראבירן עטוואס צוצוגעבן צום מקום, אז יעדער זאל הנאה האבן,

ווייצל » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:48 pm

· #545524
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך ווייס נישט וואס צו שרייבן דא ס"ה וואס איך זיך איז צו מיט האלטן אביסל אידישע נייעס אדער מערכות אזויווי איך האב נישט קיין וואטסעפפ האב איך נישט ווי צו מיטהאלטן

איך בין 30 יאר אלט חתונה געהאט מיט 5 קינדערליך ב"ה

הנגרה » זונטאג יאנואר 21, 2024 3:17 pm

· #545534
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב א שטיק צייט זיך געדרייט דא אין קאווע שטיבל
אבער נאכן צוריקקומען היינט זעה איך אז מען האט געמאכט א קלינאפ בין איך דא צוריק צו זאגן העללא!
איז א גיטן אייך מיינע טייערע ברידער שלום עליכם איך קען רוים ווארטן צו פארברענגען מיט אייך נאכ אמאל

צוויי » זונטאג יאנואר 21, 2024 5:56 pm

· #545585
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם אייך אלע.

איך זעה דא אסאך וואס זענען צוריקגעקומען נאכאמאל
איך בין נייגעריג צו די אלע האבן גענומען נאכאמאל די זעלבע אלטע נעמען, אדער דאס מאל געמאכט א שינו השם, און אריינגעקומען מיט א פרישקייט מיט א באנייטע נאמען.

גרויסע מח » דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:41 am

· #545931
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו פארברענגען מיט אנדרע צו הערען, צו רעדן און צו פארשטיין, איבער דברים העומדים על הפרק און וויסענשאפט און וואס נישט איך האף צי ליינען, זיך לערנען, אין צילייגן מיינע געדאנקען ווען מעגליך דא אין דארט א גרויסע שכח פאר צושטעלן דעים פלאטפארמע אין מעגליכקייט

נשמת כל חי » דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:41 am

· #545932
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער, אבער איך בין א שטארקע ליינער און גאר א נייגעריגער, אבער איך בין יא א מענטש מיט אביסל ידועות וואס האט ליב צו רעדן א סאך אבער אויך צו קאמענטירן ווען עס פעלט אויס, און איך קוק ארויס זיך צי שפירן היימיש דא.

שמעון דער שרייבער » דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:42 am

· #545933
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
געליינט און הנאה געהאט טון איך האב דיסיידעט צו זיך מיט כאפן צי קענען מיט טיילן אינטערעסאנטע זאכן און ליינען ישר כח פאר די מנהלים פארן צו שטעלן אזא גוטער וועבזייטל

געוואלד » דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:43 am

· #545934
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך א פלאטץ ווי זיך אויסלופטערן אביסל צי ליינען נייעס געשמאקע ארטיקלען אין הנאה האבן אויף א ערליכע וועג בעזרת השם. איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער בעיקר וויל איך ליינען, יישר כח למפרע

יא דאס בין איך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:43 am

· #545935
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך זיך כסדר פרישע געדאנקען און איך זיך אביסעל זעך אויסצוגעבן דורכרען טאג סא פארדעהם בין איך דא.
(נישט אויף דעה וועלט פארשפרייט זיך)
(אויפן וועבזייטל מיין איך)
און איך האף בעז"ה דאס צו באווייזן ביז משיח'ס טאג

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:44 am

· #545936
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן אלע חשובע תושבי קאווע שטיבל
איך בין א איד א שומר תורה ומצוות, איך האב שטארק ליב נייעס, סיי אלטוועלטליכע, פאליטישע, און אזוי אויך חסידישע,
אזוי ווי איך קען נאר אידיש, דריי איך מיך נישט אויף די סאציאלע מידיע, און בעיקר דריי איך מיך אויף אייוועלט (איך בין נישט אבימלך פון אייוועלט, אבער איך האב ליב זיינע באריכטן), אזוי אויך אביסל אויף די נייע סייט אידטיש,
למעשה קען מען דארט נישט אויסשמועסן אלע נייעסן וואס איך וויל וויסן, האט מיך א ידיד געזאגט אז דא איז אביסל ברייטער און מ'קען מער ארום רעדן
האף איך אז ס'וועט זיין מיט הצלחה

פאנטשי » דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:44 am

· #545937
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טייערע חברים, עס מיר א כבוד צו ווערן אן אפיציעלע חבר אין קאווע שטיבל - א פלאץ ווי עס ווערט אויסגעשמועסט אלעס וואס מאכט אונז דעם עם חכם ונבון, אנע גבולים. איך בין נישט קיין שרייבער - אבער א גרויסע ליינער. איך האף צוצוגעבן דורך קלענערע הערות מפעם לפעם

גוטיטשקער » דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:45 am

· #545938
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו ליינען אידשע און וועלטליכע נייעסן און וואס דער עולם קאמענטירט. אויך ווערטליך וכדומה. אלע מיני געשעענישן פון וואס עס טוט זיך ביים היימישן עולם. און דא אין קאווע שטיבעל קען מען אלעס טרעפן בעזר השם יתברך

אינדזעניר » דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:46 am

· #545939
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו פארשטיין זאכן, וויסן די אמת, וויסן וויאזוי זאכן ארבעטן, היפש א טיפער, כווער נישט זאט פון נארישע תירוצים אדער קאוועראפס, איך האב א סענסער וואס קען שפירן און א רגע ווען א זאך איז פאלש, איך דערהייב נישט קיין פאלטשקייט!!

אברהם יאקאב » דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:46 am

· #545940
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטען כ'וואוין אין עיר התורה והחסידות בני ברק,
איך בין א לעלוב'ער חסיד,
כ'האב הנאה פון די עולם דא, און איך וויל ליינען די שיינע פארום.
בעיקר פארשטייטצעך די אשכול פון "בחצרות הקודש"
וואס איז פארמאכט פאר דער וואס נישט איינגעשריבן אלס א חבר.
יישר כח

שוואכער » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:18 pm

· #545956
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האף ביז גאר אז דא וועל איך מיך קענען איבערמאכן. כ'מיין... איבערפרישן מיין ביז יעצטיגע וועזן. צו קענען טראכטן נישט וואס ס'ווילט זיך... צו קענען שפעקולירן נישט נאר אין מיין קאמפארט זאון... וואטעווער..

א מעקעלע » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:18 pm

· #545957
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער שטארק ליב צו ליינען און געוואיר ווערן נייע ידיעות בפרט זאכן וואס ווערן נישט אדורכגעטון ערגעץ אנדערש און דא איז דער איינציגסטע פלאץ אויף יודישע שפראך וואס קען ערפילן אביסל דער ענין

אוצר החכמה » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:19 pm

· #545958
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלס א היימישער חסידישער יונגערמאן וויל איך נישט פארברענגען אויף נישט אויסגעהאלטענע סייטס און איך שפיר אז דא איז א מקום צו קענען נאשן און פארנאשן (איז דא אזא ווארט?) פארן ברייטן ציבור מה שבליבי

יונתן בן חנני » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:19 pm

· #545959
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך ארויס ציברענגען מיינע אינערליכע מעלות וואס איך ווייס נישט אז איך האב עס בכלל נמשל איין מאל א שעה טשעק איך צי איך קען שוין זינגען מאלען אין אזוי ווייטער מיינע פראבלעמען וויס איך שוין יעצט לאמיר ארבייטן אויף די מעלות !

בינה-1 » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:21 pm

· #545960
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיר קוקן ארויס צו פארציילן, שמעוסן, הערן, זיך לערנען, פארברענגן, צוגעבן, פארשטיין.

די וועלט פון אינפארמאציע און חכמה איז א ענדעלאזע קוואל, פון היסטאריע ציען א שטריך צום היינטיגן היינט, מיט א פאזעטיווע נאטארליכע פארמאט, א דעבאטע איז יענעם צו הערן כדי צו פארשטיין ווי איידער האבען א אפענטפער און דאס לעצטע ווארט.

זיי נישט גערכעט, נאר אנעלעזיר יענעמס געדאנגען גאנג, נאש פון יענעם, מכל אדם, יעדנס לייוו עקספירענס האט א קנייטש וואס קיינער און די וועלט האט נישט, ידעער בר נש האט וואס צו געבן.


מיט א פרישקייט...

געטרייע טאטע » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:22 pm

· #545961
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א טאטע מיט א שטוב מיט קינדער איך איך ארבעט שווער פאר פרנסה אין איך האב זייער ליב צו ליינען געשמעקע ארטקעלן אין נייעס אין פארשידענע זאכן וואס איך מען קען ערגעץ נישט טרעפן נאר די אין קאווע שטיבל

אנייהודי » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:23 pm

· #545962
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האף צו קענען האלטן מיט וואס עס טוט זיך אין די אלע אידישע געגענטער און זען וואָס ס טאַקע געשעעניש מיט אַ אמת בליק און איך שריי יעדע אין די פרי שלא עשני גוי איך האף אז דאס איז 160 ווערטער

יונגערמאן » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:24 pm

· #545963
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נאכן זוכן און א סאך פלעצער און נאכן וועלן מיט האלטן מהנעשה והנשמע בכל העולם כולו האב איך געטראפן דעם פלאטפארם ווי מקען מיט האלטן אלעס אויף א כשרע און אויס געהאלטענע וועג און מיט א היימישע שפראך און מיט זאפטיגע נייעס מער ווי איבעראל

ביטול » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:25 pm

· #545964
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן, האבן ברייטע ידיעות איז עפעס וואס גליסט מיר זייער שטארק, פארשטיין ווי אזוי אנדערע טראכטן, פארברייטערט מיין חכמה, און קאווע שטיבל גיסט זיך געשמאקע געטראנקען, עס איז דא אן אויסוואל פון פיהל ערליי מינים, מען קען זיך אנדרייען דאס מאגן, ווי אזוי קען מען דאס בארוהגען.

אדירנו » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:26 pm

· #545965
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב אלץ געזוכט א פלאץ ווואו מען קען רעדן פון דברים העומדים על הפרק מיט אן אפענקייט, און איך פיהל ווי קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ דערפאר. כ’האב אויך ליב צי וויסן אין מיטציהאלטען וואס ס׳טיט זיך אויפן וועלט. איך האב ליב צי ליינען נייעס, חסידישע נייעס, אין היסטאריע. זיך באקענען מיט פאקטן און נייעס וואס גייען באמת פאר אויפן סדר היום.

קליגער » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:26 pm

· #545966
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל מיר איינשרייבן אין דעם פארום ווייל איך קען מיך אויס אין אסאך נושאים וואס איך בין גרייט מיטציטיילן מיט די צייט, אויך האב איך ליב געוואר צי ווערן נייע זאכן, און זיך אויסשמעוסן מיט אנדערע אויף א ערליכע פארנעם

עם הנבחר » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:27 pm

· #545967
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א היימישע חסידישע אינגעאמאן
מיט פיר קינדערלעך
טוט IT פאר פרנסה.איז גרייט ארויסצוהעלפן אנדערע וואס פרעגן
האט ליב צו ליינען אסאך בפרט איבער נושאים פון היימישע היסטאריע

קינדל » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:27 pm

· #545968
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין קינדל און קינדל בין איך, ווער איז דען נישט, אקעי לאמיר נאר רעדן פון מיר אליין, יא איך בין קינדל און קינדל בין איך. דרייענדיג זיך פון וועלט צו וועלט זעען מיר געקומען צו די החלטה הלאווי כאטש בלייבן אין שטיבל

יואלמשה » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:28 pm

· #545969
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין בעל הבית וואס איז ב״ה טרוד על המחי׳ ועל הכלכלה, און איך זיך אסאך מאל צו הערן א גוט ווארט פון א גוטן פריינד, דעריבער בין איך זיך מחי׳ צו קענען זיין א טייל פונעם פראגראם
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94