☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

נייעסטיקער » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 12:21 pm

· #221076
פארוואס, ווייל ס׳איז אינטערסאנט בכלל און פארשידענע ארטיקלען פאר מיר בפרט. ספעציעל אין אקטועלע נייעס און היסטאריע.
טאלאנטן, שאיפות, לענ״ד האב איך אינטערעסאנטס צו מיט טיילן אין די און אויך אנדערע טאפיקס

simple jew » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 3:46 pm

· #221166
showing the real truth to people who think they they are on the correct path and telling everybody that they are perfectly right

דלפון » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 3:46 pm

· #221167
איך האב שטארק ליב אידישע היסטאריע ווי אויך תולדות פון צדיקים און איך האב ליב צו דערגיין אלטע זאכן וואס איז נישט באקאנט א גרויסן דאנק

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 3:58 pm

· #221171
מ'זאגט אז דלפון'ס זענען קלוגער ווי מענטשען. נא, ווייז אונז ס'איז אמת.

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 4:41 pm

· #221187
און דער גבאי האט געמיינט ער איז א פרישער דא.

איך בעט אייך חברה פליז טריטס אונז נישט ווי כעלעמע חכמים ,ווילסט עפענען 6 ניקס פאר די איין באבאוו קאמפיין ,5 ניקס פאר די פייערדיגע אלעכסאנדר מחלוקת ,4 פאר מאכנאפקע איז די עכטע רבי און 3 פאר די ספליט אין בעלעד? (ק)נאק יורסעלף אוט אבער ביטע טוהט עס מיט א טראפקעלע פון יענע אינגרידיענט דמתקריא שכל.

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:03 pm

· #221197
זאגסטו אז נאר באצופאל האט דער רבי געעפנט צוויי ניקס איינס נאכן צווייטן, קעי עס איז מיר נישט איינגעפאלן.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 6:25 pm

· #221217
נייעסטיקער
פארוואס, ווייל ס׳איז אינטערסאנט בכלל און פארשידענע ארטיקלען פאר מיר בפרט. ספעציעל אין אקטועלע נייעס און היסטאריע.
טאלאנטן, שאיפות, לענ״ד האב איך אינטערעסאנטס צו מיט טיילן אין די און אויך אנדערע טאפיקס

שלו' עליכם, ווי אזוי רופט מען אייך? נייעס-טיקער? אדער נייע-סטיקער?

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 6:30 pm

· #221219
אדער נייע עסטי קער.

אויסגערוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 2:19 pm

· #221395
נאכן ליינען די פארומס דא פאר א לענגערע צייט פיל איך אז איך קען אסאך צולייגען דא צו די דיווערסיטי און דעות פון די אקטיווע שרייבערס

ואפילו בהסתרה » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 2:20 pm

· #221397
איך האב אויסגעקליבן צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, ווייל עס זענען דא חברה וואס רעדן דברים של טעם, און אסאך מאל פעלט זיך אויס א קליינע הערה אדער תגובה וואס קען צוהעלפן ארויסצוברענגן דעם קלארן פאקט

צוקלאפטע הושענא » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 2:21 pm

· #221398
איך בין א געווענלעכער שטילער מענטש וואס נוצט די אויגען מער וי דאס מויל, גאמאכט פון הויט אין ביין בשר ודגים בלע״ז, א צוזאמשטעל פון א גוף מיט א נשמה וואס קלאפען זיך איינער דעם אנדערען, איינער מיז בלייבען צוקלאפט אין דאס בין איך א צוקלאפטע הושענא אויסגעפליקט אין אנגעזעצט כדבעי,

איך בין שטיל איך שטיי אין זייט
וי דער הושענא אויסגעקלאפט
ימים ידברו סוועט נאך קומען א צייט
ווען אלעס וועט פארען גרינג אין גלאט

איך בין גאנץ גיט באקאנט מיט אייער סיסטעם דא, אלץ א גאסט וואס ציזט שעות אויף שיינע ארטיקלען, אריינגערעכענט די אינערליכע פאליטיקס וואס שוועבט דא ארום צוישען די ווענט אין די טונט וואס גיסט זיך פון די פענס אין חשובע שרייבער, סאיז דא אסאך וואס צו מוסיף זיין איך האף צו מאכען צייט אין שרייבען וישמחו בי חברי ואשמח בהם

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 2:24 pm

· #221399
די באשעפער האט ליב א צובראכן הארץ, וועגן דעם לייגט מען דיר אויפן ארון קודש. חזק!

אויסגערוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 5:50 pm

· #221457
שלום עליכם

איך בין אויסגערוט פשוטו כמשמעו. איך האף עס דא צו פארטיילען אויף א ברייטע פארנעם פאר אלע אידן אינעם שטובל וואס שטייען אויף מיד

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 5:53 pm

· #221458
איך בין די ערשטע אין די ליין

משיב לשואל » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 9:47 pm

· #221496
א גוטן
אני הקטן בין אמאל געווען א משגיח אין א ישיבה אין ניו יארק. בחורים האבן געהאט צוטרוי אין מיר און געפילט זיכער אז מ'קען מיט מיר רעדן איבער אלעס. איך בין געווארן א אוזן קשבת, ימין מקרבת, און א סבר-פנים-יפות, אזוי ארום אז בחורים וואס האבן זיך געעפענט פאר מיר זייער אינערליכע געפילען און זיך געטרויט צו פרעגן פארשידענע שאלות, פון אמונה ביז חסידישע פאליטיק. גדיים נעשו תיישים, און איך באקום אימעיל'ס פון יוצאי הישיבה, אינגעלייט, וואס פרעגן מיך אן פון צייט צו צייט על דא ועל הא.
פון פראקטיק, און למען ה'קלארקייט, איז מיר אויסגעקומען אז די שו"ת זאלן ווערן אויסגעשמועס בכתב. במשך הזמן איז מיר אויסגעקומען צו שרייבן גאר אסאך בריוו, אין אידיש און אין לשון הקודש.
---
נישט לאנג צוריק האט זיך די אינטערנעט בכלל, און קאווע שטיבל בפרט (דורך א שואל), אנטפלעקט צו מיר, און איך בין נבהל ונשתומם ווי רייך די וועלט איז מיט געלונגענע אינגעלייט, שרייבער'ס, ידענים, לצים און סתם זיסע...
צווישען ליינען איין וויקפעדיע בלאט און צווייטען, וועל איך פראבירן ארויפצולייגן דא בריוו וואס איך האב - בעניי - גע'ענטפערט לשואלי דבר. ואין אני אומר קבלי דעתי, נאר אדרבה, תעיתי כשה אובד, בקש עבדך און צוזאמען לאמיר טוהן וואס איז ריכטיג, און די ריכטיגע מינוט און ריכטיגע צייט.
הק'
משיב לשואל

נ.ב. אויב איינער איז אינטערסירט צו פרעגן שאלות, שיקט צו מיין אימעיל אדרעסס answeringletters @ גמעיל.קאם

מנחם » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 10:40 pm

· #221502
האמיר שוין א ראש ישיבה און א משגיח, יעצט פעלט זיך אויס נאר אפאר בחורים.
איינער האט א פושקע ציגעראטלך?

חזקואמץ » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 2:23 pm

· #221606
איך בין שטארק פארינטערסירט אין חסידישע נייעס און פאליטיק פין חסידישע הויפן בכלל. איך וויל אויך האבן די געלעגנהייט להוסיף נופך משלי. אויך האב איך זייער ליב חסידישע זינגערס און מוזיק און אלס מוזיקאנט מיין איך אז איך קען מוסיף זיין אין דעים סאבדזשעקט.

רויטע וואנצעס » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 4:27 pm

· #221635
א מוזיקאנט! געוואלדיג! וואס שפילסטו?

משיב לשואל » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 6:02 pm

· #221669
[ציטאט אראפגענומען]

א יישר כוח פאר אייך און פאר אלע וואס זענען אזוי שיין מקבל א נייע שרייבער דא אין קאווע שטיבל.

גבר ישראל » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 1:20 am

· #221715
איך בין ב"ה א יונגערמאן וואס שמועסט אסאך מיט אנדערע מענטשן וואס לויבען אויס דאס וועבזייטעל "קאווע שטיבעל" האב איך מחליט געוועהן פארוואס זאל איך נישט אויך הנאה האבען

געלע באס דרייווער » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 1:22 am

· #221716
איך דריי מיך שוין דא א קנאפע פינעף-זעקס יאר אבער יעצט האביך מחליט געווען אז שתיקה האט אויך א שיער, סאו עלמיר פראבירען צו רעגיערען דא און דארט

סימפל » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 1:24 am

· #221717
היי עווריוואון!

ווען די פרעגסט מיר, וואלט איך דיר געזאגט אז איך בין גארנישט אזוי סימפל... (ביי דע וועי ס׳איז ״סימפל״ מיט א ס׳ נישט מיט א ג׳...)

די לעצטע שטיק צייט, קום אסאך אריין דא אין שטיבל צונעמען א קאווע. איך שטיי אין די זייט ביי א ווינקעל. איך מאך זיכער קיינער קוקט נישט אויף מיר. איך מאך זיך כאילו איך בין דא נאר צו טרינקען א קאווע. אבער און אמת׳ן בין איך דא נאר צו הערן וואס די אלסווייסער האבן צו פארציילען. אלץ שעמעדיגער רוף איך זיך גארנישט אן. (דער עכטער אמת איז, אז איך האב נישט דער קאנפידענס זיך אן צו ריפן...) אבער זענדיג אז מען האנדעלט דא מיט אזעלעכע געשמאקע, פרענדלי, יונגעלייט. האב איך דיסיידעד זיך אן צו ריפן, און צוגעבן א קוואדער. איי האופ וויל העוו עי גוד טיים טוגעדער!

מיין עיזש: פריער צוואנציגער.

חסידות: סאטמארע בעקראונד.

אינטערעסע: ס׳איז א לאנגע ענטפער. אבער בעיסיקלי אויב איז עס, שכלדיג, תוכנדיג, אינטעלעגענט, איז עס מיר אינטערעסאנט.

יין שרף » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 1:37 am

· #221718
פלאי פלאים ווי איינער דרייט זיך שוין דא פינף זעקס יאר...
נאר וויאזוי האט די משב״ק גענפערט ווען מען האט אים געכאפט טיילן קוואדערס פון בעל דברי יואל פונעם יאר 1995? ״די רבי האט געהאט א ווייטע בליק״...

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 1:38 am

· #221719
געלע באס דרייווער
איך דריי מיך שוין דא א קנאפע פינעף-זעקס יאר אבער יעצט האביך מחליט געווען אז שתיקה האט אויך א שיער, סאו עלמיר פראבירען צו רעגיערען דא און דארט


קנאפע פינעף-זעקס יאר?! די סייט האט נאכנישט געהאט די אפשערן. לפי דעם פארשטיי איך שוין פארוואס מיין קינד'ס באס דרייווער זאגט איך ווארט שוין 10 מינוט, ווען ס'איז קוים 30 סקונדעס. באס דרייווערס מעסטן צייט אנדערש ווי פשוטע מענטשען.

אפטעמיסט » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 1:59 am

· #221721
כ'האב מורא ער צעמישט זיך מיט אונזערע שונאים...

יין שרף » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 2:02 am

· #221723
אונז האמיר נישט קיין שונאים, אני שלום! והמה למלחמה...

טעפל » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 6:42 am

· #221735
יין שרף
אונז האמיר נישט קיין שונאים, אני שלום! והמה למלחמה...

יא! אני שלום, יא המה למלחמה!
(יעצט קומט ארויס א קונטרס פון זיי פארקערט!)

מקבציאל » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 5:35 pm

· #222224
עס ווערט מיר קאלט אין אלע גלידער ווען איך זעה אז איך דארף ברבים שרייבן איבער מיינע טאלאנטן. טאלאנטפול? דאס איז דאך יעדער חוץ מיר.
אבער לאמיר ענדיגן מיט די ענוה פסולה, דערוואגן זאל זיך א צווייטער צו זאגן אויף מיר אז איך בין טאלאנטלאז...

איך בין אין די נידריגע דרייסיגער יארן, וואוין אין וויליאמסבורג, בין המצרים צווישן אלט וויליאמסבורג און ניי וויליאמסבורג, בין המצרים אין פיזישן זין און אין פיגוראטיווע זין. זאל איך ציען אויף רעכטס צו אויף לינקס?

שמואל צבי » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 2:28 am

· #222377
איך בין 22 יאר אלט ארבעט שווער פאר פרנסה איך געהער קיין באבוב אן קיין שיעבודים. איך האב נישט קיין ספעציעלע טאלאנטן וואס זענען מער פון א צווייטען

אני מאמין » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 2:30 am

· #222378
א מיטל יעריגע איד פון א אידיש שטעטל וואס וויל זיין א חסידישער איד און וואוינען אין א חסידישער שטעטל. איך בין אינטערעסירט אין אידישע שפראך, איסטאריע און מנהגים

חלה דעקל » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 4:10 pm

· #222569
I'm 19 years old I just love this site nothing special about me just wanna join the shtiebel!! איך בין נישט א שרייבער כוויל קענען לייקען און קאמענטען

חסיד101 » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:55 pm

· #222935
איך וויל הערן און זאגען. איך וויל לאזן הערן מיינע מיינונגען וועגן די וויכטיגע עניינם וואס כלל ישראל מאכט מיט די דאזיגע טעג. און אפשר אויך משפיע זיין לטובה.

לאליפאפ » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:57 pm

· #222937
חלה דעקל
I'm 19 years old I just love this site nothing special about me just wanna join the shtiebel!! איך בין נישט א שרייבער כוויל קענען לייקען און קאמענטען

דיין חתימה האסטו אדרעסירט צו דיר אליין הייסט?

שבתי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:56 pm

· #223138
א גאנץ יאר פרייליך, סאראטאגער פארברענטע חסיד, פארמאג א שטוב מיט 6 קינדער,איך בין די בעסטע טאטע וואס זיי פארמאגן, פארמאג געלונגענע הענט מיט גוטע כשרונות,

יוסףהצדיק » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:42 am

· #223576
אסאך מאל האב איך איבעריגע צייט און איך וואלט געקענט באשטיין צו פארברענגען מיט היימישע שרייבער אזוי אויך אויסשמיעסען פארשידענע טאג טעגליכע נייעס

האבי לייקער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:43 am

· #223579
איך בין אריינגעסיינט אין נאך פאבליק פלעצער אין איך הער זייער אינטערסאנטע נייעסן קימען פין דא איך האב א שטיקל געפיל צום פעדער אין איך קען באשטיין מיטציטיילן מיטן פאבליק

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:44 am

· #223581
יוסףהצדיק
אסאך מאל האב איך איבעריגע צייט און איך וואלט געקענט באשטיין צו פארברענגען מיט היימישע שרייבער אזוי אויך אויסשמיעסען פארשידענע טאג טעגליכע נייעס

שלום וברכה, אריין אין מאחורי.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:45 am

· #223582
שבתי
א גאנץ יאר פרייליך, סאראטאגער פארברענטע חסיד, פארמאג א שטוב מיט 6 קינדער,איך בין די בעסטע טאטע וואס זיי פארמאגן, פארמאג געלונגענע הענט מיט גוטע כשרונות,

נאר,,פרייליך????????????


(ס'איז אמאל געווען אזא ניק דא וואס האט געמאכט דעם עולם דא נאר,,צובראכן)

האבי לייקער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:16 pm

· #223598
שלום עליכם
שלום וברכה לכל אחד בשמו הטוב יבורך
ק ים איך דא אריין
א יך האף דעם עולם מהנה צי זיין
ו יפיל די ציטט וועט מיר ערלויבן
ו וועל איך פראבירן מיר ציזאמציקלויבן
ע נקער גייסט אביסל ווערן אויפגעהויבן

ש וין לאמיר זיך צי די ארבעט נעמען
ט ייקעף ומיד כ'וועל מיר נישט קלעמען
י עדער וועט די פינגער אפלעקן
ב יי מיינע תגובות וועט מען נישט בלייבן שטעקן
ע ס איז מיין האופן אז דערוילעם וועט הנאה האבן
ל עבעדיגע ריפלייס וועט מען האבן צי זאגן

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 3:40 am

· #223776
שלום עליכם חברה! נעמט'ס פעדער'ס און שרייבט'ס כיד הדמיון הטובה עליכם!

chusid » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 7:18 pm

· #223898
kave shtiebel is a great breakthrough in our world filed with real intelligent material, a selection on all kinds of material..

דעדעלך » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 6:30 pm

· #224817
א גוטן העלעמיך אינדרודוסען:
איך דריי זיך שוין דא ארום דא פאר א וויילע און נהנה פון די אשכולות
געבוירען בין איך שפיטאל ביי מיינע מאמע, גאגאנגען לערנען אין מיין חדר, געשטיפט די צייט אין ישיבה, חתונה געהאט מיט מיין ווייב וואס איז א טאכטער פון מיינע שווער, איך וואוין אין ברוקלין און איך גיי נישט זאגן מיין נאמען.

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 6:36 pm

· #224821
דעדעלך
א גוטן העלעמיך אינדרודוסען:
איך דריי זיך שוין דא ארום דא פאר א וויילע און נהנה פון די אשכולות
געבוירען בין איך שפיטאל ביי מיינע מאמע, גאגאנגען לערנען אין מיין חדר, געשטיפט די צייט אין ישיבה, חתונה געהאט מיט מיין ווייב וואס איז א טאכטער פון מיינע שווער, איך וואוין אין ברוקלין און איך גיי נישט זאגן מיין נאמען.

האסט זיך ממש מגלה געווען דא מיט אזויפיהל פרטים. א בלינדע ווייסט יעצט ווער די ביסט, אין די ענדיגסט נאך צו גייסט נישט זאגן דיין נאמען? כאכאכ

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 6:49 pm

· #224827
דעדעלך ע''ש מה?

דעדעלך » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 6:52 pm

· #224828
איך אויך
דעדעלך ע''ש מה?

בשעת'ן אויפסיינען האט זיך מיר געזונגען ליפא'ס דע דע לך

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:03 pm

· #224831
סתם אויפצווועקן אלע שרייבערס פון פאריגע (אוגוסט) חודש, און האבן נאכנישט געשריבן אין די לעצטע 3-4 וואכן מער ווי 5 תגובות, טעג איך זיי....

שטייטס אויף!!! און האלטס איין וואס איר האט געשריבן.....

אהבת ישראל
איך גלייך דעם פורום אין פין מאל צי מאל גליסט זיך מיר אריינצישרייבין א מיינונג כדי צי אויסקלארען דאס בילד איך בין אין דע דרייסגער יארען א חסידישער יוד האפענטליך...איך מיטען אייברשטענס הילף חלילה נישט צי שרייבען קיין לשון הרע אין רכילות איך גלליך מער די פאזעטיווע אשכולות

@אהבת ישראל קיין לשון הרע און רכילות האסטו טאקע נישט געהאט קיין שאנס צו שרייבן, און גליסטן האט דיר נאכנישט געגליסט און אויסגעקלארט האסטו נישט..
זעמעלע זעמל
מיין נאמען איז זעמעלע, איך ארבייט שווער אהיימצוברענגען ברויט און שטוב אריין, ווי נישט ווי דארף דאך א יוד האבן ערגעץ ווי זיך דעם קעפל אנידערצולייגן, זעה איך דא אז עס איז דא קאווע שטיבלאך, קרעטשמע׳ס פארברענגענס, נו איז דאך עס ממש צוגעפאסענט פאר זעמעלע.

בין איך דא.

@זעמעלע זעמל ווי איך למעשה דיין קאפ???
באבא
א חסידישער היימישע בחור, אינטערסאנט זיך אין מיוזיק וכדו', וואינט אין ארץ ישראל אין ירושלים עיר הקודש תובב"א,
דער באשעפער זאל העלפן אז איך זאל זוכה זיין צו משפיע זיין דא נאר גוטסקייט...

@באבא זיי משפיע שלעכט אבער עפעס
תפיליןלייגער
איך בין א חסידישער יונגערמאן, כ'באקום כסדר לינקס אהער, און כ'האב הנאה פון דעם שיינעם קרעמל, טראץ דעם וואס איך בין נישט איינשטומיג מיט אלע דעות דא.
כ'זוך דא צו קענען מיט-שמועסן מיט די חברים איבער די אקטועלע און אידישע נייעס, אזוי ווי אין קאווע שטיבל.

מ'האט געטוישט @תפיליןלייגער!!! ער איז איינשטימונג מיט אלעמען..
אינטער ברימער
איך בין נישט קיין שרייבער אין אוודאי נישט זיך צו פארמעסטן מיט די אלה שרייבערס דא אבער איך גלייך צי ליינען די אלע גאר אינטערסאנטע אריקלען אין פין מאל צי מאל סוועט מיר חאפן די גוסטע זאל איך האבן עקסעס צי צולייגען מיינע צווי סענצס

גיסטע, גיסטע ווען כאפסטו @אינטער ברימער???
בהסתרה
קאווע שטיבל האט גאר א ווייטן אפקלאנג, און איז א העכסט-אינטערעסאנטע אכסניא פאר אלע סארט שרייב-ווערק אין און ארום די אידישע וועלט

מילא דו @בהסתרה, ביזסט דאך געבליבן בהסתרה.. אדער אראפ פון מאפע אינאיינעם מיטן ניגון בענעזאם..
עסקן נמרץ
די קאווע שטיבל אין מיין בית מעדרעש איז שוין אלט אפגענוצט איך זיך שוין א נייע.

ווער עס ברויך סיי וואסארא הילף פונעם עסקן קען זיך פארבינדן מיט מיר.

איי געס צום @עסקן נמרץ האט קיינער נישט געדארפט צוקומען
ניקסאן
אגוטען אלע חשובע חברים דא.

פארוואס האט איר מחליט געווען צו ווערען א חבר דא ?

איך וויל זיך רעגיסטרירען דא אלץ א חבר משום כמה סיבות.
די הויפט סיבה איז.ווייל דא איז א פלאץ וואו מדיסקוסירט און מאיז מברר פארשידענע וויכטיגע און נוצבארע נושאים.
אזעלכע נושאים וואס ווערען געווענטליך געלייגט און א זייט,און ווערען איגרענירט משום סיבות שונות ומשונות,ווערען אבער דא ארויפגרעברענט און די אפן און דיסקאסירט.

מצב,
ככה ככה.

יארגאנג,
און די דרייסיגער.

חסידות,
אומפארטייעש רעגיסטריריט ביי די וואלען אלץ א none בלע״ז

טאלאנטען,
איך האלט אינמיטען אויספיגורען.

שאיפות,
מיין איין שאיפה איז צו לעבן אבער געלעבט כדבעי.

פלענער,
שוין לאנג אדורך דיע פלאנען סטעיזש.

זאג נאר @ניקסאן, פארוואס לאזסטו ווייטער פארשידענע וויכטיגע און נוצבארע נושאים געלייגט ווערן אין א זייט, און ווערען איגנארירט משום סיבות שונות ומשונות??? הער טאקע אויף מיט די פלענער (אוי ביזסט שוין אדורך) און נעם דיך דא לעבן כדבעי!
פאלענד ספרינג
איך בין א אכט און צוואנציג יעריגער אינגערמאן וואס ארבעט שווער פאר פרנסה. איך סיין מיר אויף דא כדי צו האבן אן אוטלעט זיך אויסצוגעבן צו קענען ארויסלאזן אביסל סטיעם פון די ארבעט. איך האף צו שרייבן און ליינען ווען איך האב אביסל צייט דורכ'ן וואך.

@פאלענד ספרינג, יע, ליינען האסטו מסתמה געהאט צייט, וואס טיצעך מיט שרייבן??
Mendymendymendy
ג.מ.ג. דאס מיינט, ג'ארנישט מ'יט ג'ארנישט! איך האב באמת נישט וואס צוצולייגן. איך פארשטיי נישט פארוואס איך מוז עס שרייבן מיט הונדערט און צוואנציג אותיות...

@Mendymendymendy און בכלל נישט שרייבן פארשטיי איך נישט..
גייווייס
איך צייל מיך צווישען די סאטמאר'ער מיטגלידער. נו וועלכע? וועלכע איר ווילט. מיינע אינטערעסען נעמען ארום א רייע פון טעמען, אריינגערעכענט אבער נישט באגרעניצט צו, וועלטליכע און לאקאלע פאליטיק, פילאזאפיע, געאגראפיע, אלגעמיינע וויסענשאפט, טעכנאלאגיע און טעאלאגיע. פון דא און ווייטער איז בלויז א שפרינג צו מיין אלטימאטיווע פעאיגקייט: דעמאגאגיע. כ'פארשפרעך צו זיין אן אומשאצבארער בייטראגער צו קאווע-שטיבעל פאלעמיק.

גארניקסט מיט גארניקסט געווארן מיט @גייווייס'ס הויעכע פארשפרעכן! זילטש! נאדא! זירא!
אוויץ
איך שרייב דא פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל. כדי צי קענען ליינען וואס חברים האלטן אויף פארשידענע ענינים

עטליסט @אוויץ איז אמת'דיג... ער האט זיך איינגעשריבן צו קענען אלעס ליינען..
אלץ ווייזער
איך ליין אסאך אייערע ארטיקלען און איך פיל אסאך אז איך פיל ביי מיר די ווערטער צוצושרייבן אן הגה אדער עפעס אנצומערקן וכדומה האב איך געפילט אז איך מוז מיר שוין רעגיסטרירן אז איך זאל אויך האבן א דיעה וכדומה

@אלץ ווייזער, און? ווי איז דער דעה?
כגוונא דיליה
איך בין א יינגעמאנטשיק אין די הויכע 20 יאר׳ן איך ליין אסאך קאווע שטיבל שוין קרוב צו א יאר, סאיז א גיוואלדיגע מקום וואס קלינגט מסוף העולם ועד סופו ושמעו הולך בכל המדינות, סאיז חודש אלול א צייט פון תשובה האב איך אריינגקלערט אלץ הכרת הטוב איך זאל אויך שרייבען דא דארט מיינע צוויי גראשען

נאך חודש אלול מר. @כגוונא דיליה? וואס וועסטו ענטפערן ביים משפט איבער הכרת הטוב??
בן זכאי
א געווענליכע מנחה-מעריב יונגערמאן, איך גלייך די מענטשהייט אבער געב זיך אכטונג צו האלטן אביסל א שטרענג פנים נישט צו ווערן קהל'ס נער, פון די אנדערע זייט בין איך דער לאכעדיגע פעטער און די אויפגעקלערטע שוואגער, דער וואס איר וואלט אויסגעוועלט צוצוגיין אין בית מדרש פרעגן ווען די נעקסטע מנין איז אדער בארגן א גארטל.
מיין מצב, טאלאנטן, אינטרעסן, יארגאנג, פלענער, און חסידות, זענען דינאמיש, עס טוישט זיך פון תקופה צו תקופה, טיילמאל פלאן איך צו ווערן א תלמיד חכם, און טייל מאל פלאן איך צו באגיין זעלבסמארד, עס זעהט אויס אז ביידע וועלן נישט פאסירן אין די נאנטע צוקונפט בעזהשי"ת.
וואס איך וויל מיטטיילן מיט חברים? איך האב נישט קיין סך צו אפערן, גאנץ ווייניג חכמה, און א קליין ביסל לעבנ'ס ערפארונג, איך וויל מיך דרייען אין שטיבל, קאמענטירן, נערווירן, לאכן, און אונטערוועגנס געוואויר ווערן אפאר נייע זאכ'ן וואס וועלן מיר אפשר קלוגער מאכן אין די אויגן פון מיין ווייב.
און יא איך ווייס וועלכע פרוכט מען נוצט פאר ד' מינים...

נאו קאמענטס צו דיר @בן זכאי... ווען דו וועסט נערווירן צו מאכן לאכן איינעם וועט מען זעהן צו דיין אייגענע אפשאצונג איז אמת...

יצחק גראזשניידער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:41 am

· #225443
איך האב געהערט פון מיינע חברים אז דא איז א גוט פלאץ זיך אויסצוגעבן די טאלאנטען, אזוי ווי איך פארמאג א שטיקעל כשרון אין שרייבען (עכ''פ אזוי איז מיין מיינונג) וועל איך פרובירען צו מהנה זיין דעם עולם פון צייט צו צייט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:00 pm

· #225447
זעה צו שרייבן אפטער ווי מ'שנייד די גראז. יהא בואכם לברכה!

יצחק גראזשניידער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:55 pm

· #225477
האפענטליך
איך זע דא איז היבש באוואקסען מיט גראז, איך גיי מיר שוין נעמען צו די ארבעט

אלעס איז גיט » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:06 pm

· #225972
איז אזוי איך בין א סאטמארער מיין חבר האט מיך איינמאל געוויזן וועגן דעם וועבזייטל קאווע שטיבל עס איס מיר אמתדיג זייער געפאלען האב איך אפגעמאכט פארוואס זאל איך דאס נישט ענדזשןיען...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94