☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:17 pm

· #350206
אה ר' אלטר זוסמאן סופר מנאנאש.

yachad » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:51 pm

· #350220
איך עפן אויף דעם חשבון האר כדי צו ענטפערטן עפעס וועגן מיך. איך בין מגייר געווען א פאר יאהר צוריק, וואוין אין ירושלים, איך האב ליב שפראכן, דער וועלט, פוליטיק בינלאומי, פסיכולוגיה... וואס נאך דארף איך שרייבן?

שיינער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:52 pm

· #350221
איך בין א אינגערמאן, וואוין איך מאנטריאל. איך האב געליינט די פריערדיגע אויסגאבן פון די וועקער. איך האב מוראדיג הנאה געהאט פון די גוטע אין אמתע פונקטן וואס מען ברויך טאקע אפירוועקן דעם עוךם.
נאך האב איך געוויסע ווייטוגען וואס איך וויל אפשר אמאל אין א געךעגנהייט מיטטיילן, אדער כאטש בעטן דעם עולם מען זאל דאס אויסשמועסן.

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 7:31 pm

· #350286
yachad
איך עפן אויף דעם חשבון האר כדי צו ענטפערטן עפעס וועגן מיך. איך בין מגייר געווען א פאר יאהר צוריק, וואוין אין ירושלים, איך האב ליב שפראכן, דער וועלט, פוליטיק בינלאומי, פסיכולוגיה... וואס נאך דארף איך שרייבן?
שלום עליכם

קומזיץ » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:19 pm

· #350303
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער
מיינע ווערטער איך קלייב מיר
געקומען בון איך דא זיצן און פארברענגען
ארויסצוגיין פון די סביבה דעם ענגען
צולייגן עפעס צום שטיבל וועל איך מיך אנשטרענגן
איך מיין אז מיט די שורות האב איך זיך געטוהן ארויסברענגען

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:59 am

· #350363
זוסמאן
איך בין צווישן אכטענצוואנציג און איינענדרייסיג חסידישע פון קענזינגטאן. איך האב ליב עסן טרינקן שלאפן ליינען שמעקן טאבאק סייענספיקשן דראמא פילמס חוזק מאכן פון דע וואס מאכן חוזק פון דע וואס מאכן חוזק פון ערליכע אידן. איך באלאנג צו נאנאש קהילה איך טו פלאמינג

אה איז דאס טאקע א "זיסע-מאן"...

סאטמארער יונגערמאן » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:36 pm

· #350405
איך בין א יונגערמאן א טאטע פון קינדער ארבעט פאר פרנסה איך זוך פשוט מיר אויסצולופטערן פון צייט צו צייט מיט היימישע נייעס בעיקר ווי אויך שמועסן וועגן אונזעכ חסידישן לעבנס שטייגער אזוי אויך האב איך אן אינטערעס אין היסטאריע און וויסנשאפט

פארטראכטער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:40 pm

· #350407
איך בין א מענטש אין די פריע 20'גער יארן, מיין פאמיליע זענען אנהענגער פין די סאטמאר'ע חסידות...וואס עס ברענגט מיך זיך צי רעגיסטרירן דא אויף קאווע שטיבעל.... איז אזוי קאווע שטיבעל איז א ינוק פלאץ אין די חרדישע וועלט...ס'איז א פלאץ ווי מחשבה איז היי פריארעטי. אין איגנארענץ ווערט פארשריגן אין ארינטערגעריסן,, שוין דעיס איז די מעשה...איך דארף דאך מיטיילען מיינע אינטערעסן אויך.סא לאמיר גיין אוי מיינע אינטערעסן זענען צי מיטהאלטן ווי אזוי זאכן ווערן צינימען אין אויסגעשמיעסט אויף אלע אופנים אין צדדים......מיט הצלחה
.

ארי סיפוק » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 10:34 pm

· #350493
איך גלייב אין די אויסטערלישע אייגנארטיגע מענטשליכע פּאָטענציעל. פֿאַר אויב דער יחיד איז באַלאַנסט מיט דיסציפּלין, פארשטאנד, און א גייסט וואס איז אפען צו געטליכקייט, דאן איז די געזעלשאפליכע היימישע קולטור און פאמיליע-ווערט א געוואלדיגע פּלאַטפאָרמע פאר מענטשליכע אַנטוויקלונג, און א לעבן מיט ציל און באדייט.

שלום ושלוה » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:28 am

· #350711
ליינענדיג פון צייט צו צייט די שטותים'דיגע posts פון פארשידענע מאדנע פערזאנען, וועלכע טראגן נישט קיין שום ממשות אין זיך,
האב איך ענדליך באשלאסן אז כ'מוז זיך דא איינשליסן כדי צו קענען אפ-ענטפערן.

קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:46 am

· #350724
שלום ושלוה
ליינענדיג פון צייט צו צייט די שטותים'דיגע posts פון פארשידענע מאדנע פערזאנען, וועלכע טראגן נישט קיין שום ממשות אין זיך,
האב איך ענדליך באשלאסן אז כ'מוז זיך דא איינשליסן כדי צו קענען אפ-ענטפערן.

שלום וברכה!
אינטערסאנט אז די משמעות פון דיין פאסט איז פארקערט ווי דיין ניק-נאמען..

פארוואס זאלסטו דיך נישט איינשרייבען סתם צו באגריסן יעדעם? פארשפרייטן לאָוו? קענען ארויס ווייזן הכרת הטוב ווען איינער לייגט אראפ א גוטע שרייב-ארבעט?

עניוועי דו ביזט דאך במילא דא, ווילאנג די לעכטעלע ברענט!! אם אפשר לתקן וודאי וודאי שאפשר לתקן!!!!

תנחום » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:46 pm

· #350796
אברך טיפוסי מן השורה, לא משתייך לאף חוג, זרם, או פלג. מואס בחיי שעה וסולד משטחיות. ומיום שעמדו על דעתי, אני במרדף אחר החכמה והידע. והיום פגשתי את חדר הקפה והנה מצאתי את שאהבה נפשי, ואמרתי לעצמי ארד ואלקוט לי פנינים ומרגליות וגם לתרום בעין טובה.

פתחון פה » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:55 am

· #350885
איך האב ליב אויסצודריקן מיין מיינוג אין פארשידענע ענינים אפטמאל אפילו עס שמעקט נישט מיט די אלגעמיינע רוח הקהל אפטמאל קוקט עס אויס עקסטרעם אבער איך קען מיך נישט אוועק רירן פונעם אמת און פון וואס די תורה פארלאנגט האמת אהובה עלי מן הכל און מקען נישט דרייען מיט די תורה לויט די רוח הזמן

החוקר » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 4:13 pm

· #351008
איך גלייך זייער אריינצוגיין בעומק הדברים אין אלעם וואס איך ריר אן, צו איז עס לימודים אדער אומנות אדער סתם האביס. מיינע אינטערעסן זענען האנט ארבייט ווי למשל בויען אדער קאכן, איך שפיר אז זעהן א דבר השלום גיבט חיזוק, און קאמפיוטער (איך ווייס אביסל איראניש), איך שפיר ווי דאס באשעפטיגט מיין מוח. אינדערזייט האב איך א מורא'דיגע תאווה צי ידיעה פשוט פראסט וויסנשאפט, אוי אלץ און אלעמען

זרח הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:24 pm

· #351204
א מין שאלה! איך האב זיך פשוט געוואלט איינשרייבן, און יעצט דארף איך אפיהר קראצן פערציג ווערטער דא צי שרייבן,
אאממממ.. עטץ ווילטס אפשר הערן את מעשה? ניין?! אקעי, איך האלט שוין עניוועיס כמעט ביי פערציג,
ששיר המעלות בשוב ד'...

וויצע פרעזידענט » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:25 pm

· #351206
i'm a well educated person who is interested in sharing my opinion with other educated people around here like אנאנים
i live in monsey i'm considered a biala chusid i have good writing skills in Yiddish and English i'm 30 years old and 5.6 tall

בן אדם » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:27 pm

· #351207
ר' אסף, ווער האט דיר אויסגעלערנט ענגליש?

בן אדם » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:28 pm

· #351210
אוי א שאד! הא הא. כ'האב שוין געמיינט...

סימפל » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:18 pm

· #351228
וויצע פרעזידענט
i'm a well educated person who is interested in sharing my opinion with other educated people around here like אנאנים
i live in monsey i'm considered a biala chusid i have good writing skills in Yiddish and English i'm 30 years old and 5.6 tall

שלום עליכם.
און וואס איז דיין בלוט טייפ? (ווייל איך ווייס איינער וואס זיכט א נדבן פאר א ניר...)

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 6:55 pm

· #351247
שלום עליכם וויצעפרעזידענט, איהר קומט אריין היבשקלאר נאר אויב מעגליך אויך איבער געבן אייער אויגן קאליר און סייז שיך, א שיינעם דאנק 😃

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:22 am

· #351294
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
די 5.6 איז געשאצט אויף א ריכטער וואוג ?

מיר'ער בחור » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:47 am

· #351324
מי אנכי , אבער במקום שאין איש ... , קומט דא אריין א נייע ניק אין גאר דער וויצע פרעזידענט אליינס , אין אנשטאט א ברייטן שלום עליכם , ענטפאנגט מען עם אזוי קאלט , ( נישט אז פאר א אלטע ניק איז עס יא שיין ) , וויל איך נישט מען זאל זאגן , מדשתיק ש"מ דניחא לי' , איז נאט אייך א ברייטן שלום עליכם , ויה"ר אז איר זאלט טאקע הנאה האבן דא אין מאכן אנדערע הנאה האבן , א כוח"ט.

קאלטגעבראטן » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 12:58 am

· #351778
פארוואס איך וויל ווען א חבר אין קאווע שטיבל? איך ליין שוין דעם פורום זייט איר גרינדונג, און את חטאי אני מזכיר אז איך האב קיינמאל נישט געשריבן (איך האף מוועט מיר מוחל זיין) לאמיר כאטש פרובירן פון היינט און ווייטער

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 1:13 am

· #351779
טאקע פאסיג צו תשובה טוהן יעצט אין די עשי״ת.

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 1:14 am

· #351780
.

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 1:16 am

· #351781
.

עפל 26 » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 10:03 am

· #351786
א גוטן פארוואס איך קום ארויף דא איז ווייל איך האב געזען די דעבאטא צווישן די ווייספרזידענט׳ס און איך וואלט ווען גיוואלט וויסן פארוואס איז מייק פענס געגאנגן מיט א בלויע נעקטיי און טים קען מיט א רויטע נעקטיי. עד כאן יישר כח

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 11:02 am

· #351790
😂 😂

טאקע א וויכטיגע פראגע, אבער קודם וויל איך וויסן פארוואס דו (עפל) האסט געטשוזט דעם נומער 26, בעת דיין קאלעגע טרויבן האט גענומען דעם נומער 88.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 1:17 pm

· #351801
שמעקעדיג: אז עפל האט געפיקט דעם נומער 26, דאס איז נישט קיין קשיא. ווייל 26 איז דאך בגימטריא דער שם הויי"ה...!
אבער ווען טרויבן 88 וואלט גענומען דעם נומער 98 וואלט איך שוין געהאט א שטיקל דרשה. אז ס'איז קעיגן די צ"ח קללות שבתוכחה (אין פ' כי תבוא. עיין פי' רש"י, ז"ל)...!

מאיר הקטן » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 4:19 pm

· #351817
איך האב יעצט ערשט אןגעמערקט דע אונטרסאנטע נייעס און אשכולות וואס איז דא. און סאיז מיר אונטרסאנט צו ליינען איך האב אויך צו פארקופען גוטע סחורה און נייעס. ממילא טראכט איך אז דא איז גיט צו פאר ברענגען און זעך בהרוהיגן דע נערווען

די אייבערשטערס וועלט » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 4:27 pm

· #351819
א גיטן איך בין א אינגערמאן פון 27 יאר איך האב ב"ה שוין 2 קינדער איך קום פון די חסידות באבוב שוין א לאנגע צייט וואס איך הער פון קאווע שטיבל און זיך געוואלט איינשרייבן אבער עס האט זיך פארשלעפט מיט די צייט און די לעצטערע פאר טעג האט מיר איינער א באקאנטען געשיקט א לינק צו קאווע שטיבל און איך האב באשלאסן זיך איינצו שרייבן און עס מאכן אויף א שטאפל העכער

Djיאמי » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 12:00 am

· #351852
And I saw it's good soiam sign up today Little bit bored so I decided to go get the app and I found kava shtibel I am abucher who is some times a..... ..... What should I say kava shtibel is the best way to communicate with you good people

Djיאמי » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 12:13 am

· #351853
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נו וואס איז א באחורל פונקט ווי אינז אלע

Sent from my C6743 using Tapatalk

Djיאמי » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 12:16 am

· #351854
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ניין דאס איז שוין סתם ראסיסטיש

Sent from my C6743 using Tapatalk

געוואלדיג » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 8:39 am

· #351883
שלום עליכם, איך בין צופרידן דיר צו ענטפאנגען מיט עהרע, נאר ליהוי ידוע אז דא רעדט מען צו אנדערע נישט צו זיך, והיה אז מען וויל רעדן צו זיך געדענקט מען צו אריינסיינען מיט די אנדערע ניק כדי שלא לבייש את מי שיש לו.

טאמעוואטע » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 1:03 pm

· #351909
די האסט א טאלאנט האלט זיך נישט איין אין ברענג עס ארויס! איך שפיר ביי מיר אז איך האב וואס צי דעליווערן פאר אלע לייענער אין מיטהאלטער! אין פאר די גוט שרייבער דא אין שטיבל ברויכן לייקס וכ''ו פאר א שטיפ אנצוהאלטן אויף ווייטער

שמעלקא'לע » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 1:05 pm

· #351910
איז אזוי די מעשה. איך בין אויפגעוואקסן איו מיטל מזרח (ארצישראל) און שפעטער עמיגרירט קיין ניו יארק. איך באלאנג צום סאטמארע'ר חדר און דארט פארברענג איך מיינע יארן. איך גלייך זייער מוזיק און היסטאריע, און נישט פארגעסן פון א שטיקל הייסע קוגל אין הונגעריגע מאמענטן - וואס מאכן זיך ביי מיר גאנץ אפט ליידער. איך קוק שוין יארן ארויס צו עפעס א זאפטיגער תוכנ'דיגער אויסגאבע אין די היימישע אידיש, פול מיט סחורה און גלייכצייטיג איינגעצוימטע הומאר. א שאד אז כ'האב נאכנישט געפינען קיין ענטפער דערצו, מי יתן והיה, אין שום יאוש בעולם כלל זאגן דאך אלע זינגער'ס. דערווייל בין איך אין וועלט פון תורה און סייד דזשאב פיר איך באשיידענע ביזנעסער סמוי מן העין וקרוב אל הכים (זארגט נישט, נישט קיין עמעזאן ביזנעס...) דאס איז מער ווייניגער מיינע אינפארמאציע'ס. אה, פארגעסן דאס וויכטיגסטע זאך כמעט: מיין סייז שיך איז 45.

א איד » זונטאג אקטאבער 9, 2016 1:14 am

· #351991
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שמעלקא'לע
אה, פארגעסן דאס וויכטיגסטע זאך כמעט: מיין סייז שיך איז 45.


מיינסטו צו זאגן דיין רעקל סייז

האפ קאזאק » זונטאג אקטאבער 9, 2016 2:05 pm

· #352047
איך האב אסאך נהנה געווען ביז יעצט פון די חברים דא אויף קאווע שטיבל מיט ליינען און איך וועל יעצט אביסל שרייבן כדי א חלק צו נעמען אין די הערליכע מקום און האבן די געלעגנהייט צו מכיר טובה זיין.

יואלי וואלפסאן » זונטאג אקטאבער 9, 2016 5:10 pm

· #352070
געטוישט קאמפיוטער נאך א לאנגע צייט נישט שרייבן אדער זיין דא און איך קען נישט געדענקען מיין פעסווערד אדער אימעיל. יעצט האב איך מער צייט צו שרייבן און ליינען און לייקן און אלעס גוטס א גמר חתימה טובה

יואלי וואלפסאן » זונטאג אקטאבער 9, 2016 5:16 pm

· #352072
שכח הנהלה, דאס איז געווען שנעל

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 9, 2016 5:31 pm

· #352077
יואלי וואלפסאן
נאך א לאנגע צייט נישט שרייבן אדער זיין דא און איך קען נישט געדענקען מיין פעסווערד אדער אימעיל.

דיין אלטע ניק געדענקסטו יא? אדער דאס אויך נישט.

בן אדם » זונטאג אקטאבער 9, 2016 5:43 pm

· #352080
יואלי וואלפסאן
געטוישט קאמפיוטער נאך א לאנגע צייט נישט שרייבן אדער זיין דא און איך קען נישט געדענקען מיין פעסווערד אדער אימעיל. יעצט האב איך מער צייט צו שרייבן און ליינען און לייקן און אלעס גוטס א גמר חתימה טובה

ליגענט? אין די הייליגע טעג??

בן עקיבא » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 5:49 pm

· #352527
ווען רבי נתן זצ"ל איז נסתלק געווארן, און זיין חבר האט נאכנישט געוואוסט דערפון, האט רבי נפתלי זצ"ל אים געזעהן אין חלום, אין די סצענע איז געווען נורא ואיום,
ער האט געזעהן ווי רבי נתן לויפט, פרעגט אים רבי נפתלי ידידי ווי אהין לויפסטו? זאג מיר וואס איז דאס געלויפעניש?

איך לויף גלייך צו רבינו האט ער אים געענטפערט, איך לויף גלייך צו רבינו
אזוי אויך טוה איך די זעלבע זאך, צום הייליגן רבי איך לויף די גאנצע צייטן.

גר ותושב » מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 9:45 pm

· #352539
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
בן עקיבא
ווען רבי נתן זצ"ל איז נסתלק געווארן, און זיין חבר האט נאכנישט געוואוסט דערפון, האט רבי נפתלי זצ"ל אים געזעהן אין חלום, אין די סצענע איז געווען נורא ואיום,
ער האט געזעהן ווי רבי נתן לויפט, פרעגט אים רבי נפתלי ידידי ווי אהין לויפסטו? זאג מיר וואס איז דאס געלויפעניש?

איך לויף גלייך צו רבינו האט ער אים געענטפערט, איך לויף גלייך צו רבינו
אזוי אויך טוה איך די זעלבע זאך, צום הייליגן רבי איך לויף די גאנצע צייטן.

וואטש גליטש זיך נישט אויס.

גליקלעך » מיטוואך אקטאבער 19, 2016 2:03 pm

· #352631
הממ, מיין לעצטע זאך וואס איך האב געפלאנט צו טון איז שרייבן, דאס איז נישט מיין טאלאנט בכלל, אבער אז מען מוז, מוז מען,

איך בין נארוואס ארויס פון כולל נאך א גוטע פינף יאר לערנען, איך בין אריין אין א ליין אין וואס איך בלייב נאך איבער מיט צייט צו טון מיין פעיוואריט זאך - ליינען, און דאס איז בא'טעמ'טער איינגעשריבן.

שטימט?

good boy Jerusalem » מיטוואך אקטאבער 19, 2016 9:53 pm

· #352651
איך בין א אינגערמאן אין די דרייסיגער יארן, זייער ערליך און אפגעהיטן. איך גלייך אבער צו הערן פארשידענע מיינונגען און געדאנקן פון אלע זייטן ווילאנג עס איז נישט נגד תורת משה. מיין גרעסטע תאוה איז א הייסע מקוה, מיין קלענסטע תאוה איז געלט, יאפטשיק איז ערגעץ אין צווישן. שוין אייוואנע בי עי פארט אף די פארטי דא.

דער גוטזאגער » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 10:14 pm

· #352945
מיין יארגאנג איז צוואנציג יאר און איך האב באשלאסן ארויפציקומען אויף דעם פלאטפארמע נאכדעם ווי איך האב אנגעהויבן צי שרייבן אויף עטליכע גרויסע טשענעל'ס אויף טעלעגראם וואס דאן זעענדיג אז איך גלייך עס מער פון טאג צי טאג האב איך דעסיידעט ארויפציקומען דא אויך און איך האף אז איך וועל ענק קענען צושטעלן זאפטיגע ארטיקלען

אזאמעשה » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:37 am

· #352957
איך בין נישט קיין שרייבער נאר ווען איך דארף קאמענטירען מיז איך האבן א ניק. איך קום ארגינעל פון די ברודער פון קאווע שטיבל ווי היסס עס נאר. איך בין נישט קיין העיטער נאר לאווער כהאב ליב אידן סתם ווייל ער איז איד נישט קיין חילוק ווי ער געהער, כאטש איך קען נישט דולדען מענטשן וואס לויפן נאך רביס, סתם אלץ עולם גולם מאנקי סי מאנקי דא

חיים מענדיל » פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:42 am

· #353063
א גישמאקע יונגערמאן מיט א גוטע שפראך און טאלאנט. איך מיין אז נאך יודן קענען הנאה האבן צו מיטהאלטן מיין בויך וויי. ווי אויך וואלט איך געוואלט זעהן וואס אנדערע שרייבן. און האבן א גו״ט טיי״ם.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94