☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

כהן » זונטאג אקטאבער 1, 2017 1:34 am

· #385832
כהאב אייביג געליינט אין הנאה געהאט פון דער וועב זייטל סא איז געקומען דער טאג זיך צו איינשרייבן דא אין ווערן א מעמבער דא איך בין 27 יאר אלט אין וואוין אין וויליאמסבורג

פרי מגדים » זונטאג אקטאבער 1, 2017 1:35 am

· #385833
א פושטער איד זיכט צי זיין ווייט פין מחלוקת בין אבער אויך מחשיב אפענער וויכוח ווי מען קען באריכטן אין זיך אדורך רעדן מיטן עולם תשועה ברוב יועץ, פארשטייט נאר אופן איידלען אופן אין יעדן מכבד זיין ווי ווייט מעגליך,

זהב-וכסף » זונטאג אקטאבער 1, 2017 1:36 am

· #385834
בין א חסיד פין זכות הציבור לדעת אבער בדרכי נועם, עס טאר נישט אז דער עולם אין בעיקר דער נייער דור זאל שפירן אז מען באהאלט צי פיהל אין מען נעמט אוועק די פרייהייטן אין פרייהייט פין אינפארמאציע

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אקטאבער 1, 2017 8:10 am

· #385855
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כהן
כהאב אייביג געליינט אין הנאה געהאט פון דער וועב זייטל סא איז געקומען דער טאג זיך צו איינשרייבן דא אין ווערן א מעמבער דא איך בין 27 יאר אלט אין וואוין אין וויליאמסבורג
א פיינע קבלה פארן נייעם יאר

פינעווער » מאנטאג אקטאבער 9, 2017 10:57 am

· #386340
א היימישע אהרוני טשאלנט-טאפ אינגערמאן, פארשטייט אביסל צו גרעפיקס.
לעצטנס אביסל אין וועב דעזיין, HTML CSS און זשאוואסקריפט.
איך האף אז איך האב שוין אנגעפילט 160 "תווים". יא? איז דאך גוט.
וואס?

טרויבן88 » מאנטאג אקטאבער 9, 2017 12:40 pm

· #386344
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פינעווער
א היימישע אהרוני טשאלנט-טאפ אינגערמאן, פארשטייט אביסל צו גרעפיקס.
לעצטנס אביסל אין וועב דעזיין, HTML CSS און זשאוואסקריפט.
איך האף אז איך האב שוין אנגעפילט 160 "תווים". יא? איז דאך גוט.
וואס?
שיין צי זען א שטיקל פראגראמירער דא, זאג די פלאנסט צי מאכן א קאריערע פון גראפיקס אדער פראגראמירונג

קיווי » זונטאג אקטאבער 15, 2017 7:29 pm

· #386559
נייגעריג, קלוג, האט ליב צו ליינען, ליב צו הערן מיינונגען, וויל הערן נאך מיינונגען אויסער די אייגענע, האט ליב א פשרה, ליב צו הערן נאך ידועות, וכו' געהער צו וויזניץ, אבער בשיטה מער נויטראל,וכו'

ראש הכולל » זונטאג אקטאבער 15, 2017 7:29 pm

· #386560
לכבוד מיינע נייע חברים פון קאווע שטיבל.
איך האב שטארק הנאה פון די אינטערעסאנטע אשכולים פון וואס אמאך מאל האב איך הארות והערות צו מרחיב זיין דעם אהין אדער געבן צו פארשטיין.
לאמיר האפן אונז וועלן מיר קענען מקדש שם שמים זיין על ידיעות מעשה ידינו ונזכה לשבח פני משיח צדקניות במהרה בימינו אמן

איך אויך » זונטאג אקטאבער 15, 2017 8:32 pm

· #386563
הא?

איסר האטלקי » זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:50 pm

· #386581
ראש הכולל
לכבוד מיינע נייע חברים פון קאווע שטיבל.
איך האב שטארק הנאה פון די אינטערעסאנטע אשכולים פון וואס אמאך מאל האב איך הארות והערות צו מרחיב זיין דעם אהין אדער געבן צו פארשטיין.
לאמיר האפן אונז וועלן מיר קענען מקדש שם שמים זיין על ידיעות מעשה ידינו ונזכה לשבח פני משיח צדקניות במהרה בימינו אמן

האלסט אז משיח איז גענויגט צו רעפארם?

איסר האטלקי » זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:53 pm

· #386583
וויאזוי האט זיך דער ניק דא אריינגעכאפט אן זיך פארצושטעלן אין דעם אשכול?

שלוםבער

קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 12:03 am

· #386585
די אשכול האט מען איינגעפירט קנאפע צוויי וואכן נאך ער האט זיך רעגיסטרירט.

איסר האטלקי » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 12:05 am

· #386586
קורקלענד
די אשכול האט מען איינגעפירט קנאפע צוויי וואכן נאך ער האט זיך רעגיסטרירט.

נישט באמערקט.
אינטערעסאנט אז ער געדענקט נאך זיין פעסווארד פון אזויפיל יאר צוריק, פון זיין ניק וואס האט נאך קיין תגובה נישט געשריבן...

מעכטיגאוןטיכטיג » זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:20 pm

· #387252
איך האב זייער הנאה פון די באשרייבונגען, און אן אפענע פארעם ווי צו שרייבען מיינונגען אן ווערען פראסעקיטעט דערפאר, איך האב זייער הנאה פון די ארטיקלען און וויל שוין לאנג קענען עפעס ענטפערען אויף פארשידענע טעמעס, איך האף אז איך וועל ווערן אנגענומען.

ישפה » זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:27 pm

· #387253
שלום עליכם

פאר א יאר און א האלב צוריק, אויף איינע פון מיינע וואטסעפפ גרופס, האב איך מיך אנגעשטויסן אין א דעמאלטס נייע אידישע אויסגאבע ״דער וועקער״.
וואס פארא ויקרא שמו איז דאס? האב איך געטראכט צו מיר. דער וועקער איז א זאך וואס דערמאנט מיר פון די שמש אין שטעטל פארן קריג, וואס פלעגט ארום גיין קלאפן מיט זיין האמערל, וועקען די אידן צו סליחות.
׳כהאב עס דורכגעליינט תוך כדי נשימה אחת, און געווארן דערוועקט צו א מציאות פון ״קאווע שטיבל״.
בשעת׳ן זוכן אויפן געוועב, זענע מחשבות ממינים שונים דורכגעלאפן מיין באוויסטזיין, וואס פארא שטיבל איז דאס? וואס פארא סארט קאווע סערווירט מען דארט? טעסערסטשויס אדער נעסקאפע? ספלענדע אדער קאצקע צוקער? בלויע אדער רויטע מילך?
דאן האטס זיך אנפלעקט דאס אומגעראכטענע. שערי דעות, שערי מחשבה, שערי חכמה, שערי טאלאנט, אן עולם מלא (הפוך) ראיתי.
בכליון עינים האב איך געווארט אויפן קומענדיגן נומער ״דער וועקער״. און אין צווישן זיך אנגעשעפט מלא חפנים מדע, אהבה, מחשבה, וכו׳.
צישוידערט בין איך געווארן, ווען שש האט מ׳אסף׳ געווען די זעקסטע אין די סעריע, און געמאלדן בך חותמין. און להוסיף שבר האט ער אונז פארלאזט (מיט אן הבטחה לבקר פעם בחודש, וואס האט אנגעהאלטן פאר א מיעוט רבים שנים).
דאן האט ראובן די לייצעס אין די האנט גענומען, און זיכער געמאכט אז גדול יהיה האחרון מן הראשון, און מפיץ געווען מעינותיו חוצה. און ב״ה מהאלט שוין נאכן מסיים זיין דעם ועשירי יהיה קודש.
זינט דאן באתי במעמקי מים, ואין מים אלא... דורכגעבלעטרט אלטע פארגעלטע בלעטער, מלאים זיו ומפיקים נוגה. בעיקר אין די פאריתומ׳טע העמיק דבר, וויסנשאפט, און היסטאריע.

נישט ווערנדיג אפגעמיטשעט, בין איך תמידין כסדרן אויפגעקומען מיט פרישע תירוצים, אפצושטיפן דאס זיך איינשרייבן, אלס א מיטגליד פון די שותים בצמא את הקאווע.
אבער יעצט, את חטאי אני מזכיר, נאכן מטייל זיין בפרדס, און עפענן אלע תרעין דחכמה, איז שער אחד מצאתי נעול, ומאחורי שמה(לשון דמשתמע לתרי אנפין), וואס תוכו רצוף אהבה, און מאוד נכספתי לראות מהרה בתפארתו.

כהאף כפי שידי מגעת, צוציגעבן צו די בירא דשתיתי מיניה, מיינע צוויי סענט (צענט). האמת אגיד, אז זמן איז נישט מסכים מיט מיר, והצדק איתו מיט א פול-טיים ארבעט. כ״ש ווען סנעמט מיר לאנג דאס שרייבן (טייפן) אין אידיש. אבער איך אעלה אל אבי, מדארף אויך עפעס אויפטון פאר אידישקייט.

כבעט מזאל מיר פארגעבן פאר גרייזן אין גרעממער, ספעלינג, אויסלייג, פאנקטשועישן, און פאר ספעל-טשעק (וואס מיינט דאך נאר מיין טובה). ואתכם הסליחה.

זיס ווי צוקער » זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:28 pm

· #387254
שלום עליכם, איך בין א יונגע און נייטראלע מענטש, איך וואוין נישט אין אמעריקע נאר ערגעץ אין די וועלט, איינער האט מיר געזאגט וועגן קאווע שטיבל און כ 'וויל אסאך מאל צולייגן הערות און שמועסן געשמאק

א שרייבער » זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:29 pm

· #387255
א גוטן מיינע טייערע חברים. עס איז מיר א כבוד אייך צו באגריסן, איך האב א געפיל צו שרייבן, ממילא ווען א פריינד מיינער האט מיר איבערגעגעבן וועגן אזא זאך פון קאווע שטיבל, האב איך מיך גלייך צוגעכאפט דערצו ווי צו געבראטנ'ס. איך בין אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, און איך האב אין פלאן צו שרייבן גאר שיינע זאכן בעזרת ה'.

יוסעלע » זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:33 pm

· #387256
אזוי ווי איך קום דא שוין לאנג ליינען, און צומאל זעה איך אז איך וואלט געקענט עפעס צולייגן האב איך מיר איינגעשריבן כדי צו קעמען שרייבן איך האף אז מ'וועט הנאה האבן פון מיינע תגובות

וואלווי » זונטאג אקטאבער 22, 2017 4:30 pm

· #387283
@
ישפה
אבער איך אעלה אל אבי, מדארף אויך עפעס אויפטון פאר אידישקייט.

עליכם השלום, מ'איז אייך מוחל די פארזוימונג, אבער אלס איך אעלה אל אבי, געדענק אז והנער איננו אתי, די יונגע יארן רוקן זיך אויף צירוק און מ'ווערט נאר עלטער, אלזא הייב שוין אן שרייבן ווייל ס'שטייען דא טויזענטער ניקס מיט אפענע אוירען, אפענע אויגען, און אפענע מיילער...

יוסף יוזפא » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:29 am

· #387640
איך וויל מיך שפירן ווי אין א קאווע שטיבל, שמועס'ן מיט חברים, טוישן דעות, מעשיות וכדו'.
הנאה האבן פון נאך מענטשן און חברים וואס ווייסן אביסל נייעס.
א געשמאקע פארברענג מיט א הייסן גלעזל קאווע, א קאצקא צוקער, און צימעס.

בן פרצי » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:30 am

· #387641
חתונה געהאט, 25 יאר אלט, איך בין א הוגה דעות, אנטלקטואל ווי מ'רופט עס, און איך זיך ווי זיך ארויצגעבן, הערן און זאגן, איך בין אויפגעוואקסן און איך לעב אין א חסידישע קהילה, און כמובן אויף א קאנסירוויטיוו/שמרני לעבנסשטייגער אזויווי ביים רוב היימישע חסידישע וועלט, אבער איך בשיטה האלט איך זיך מער א ליבעראלער און אן אפענער און מיינע דיעות, על אף איך האב נישט געטוישט מיין לעבענס שטייגער בפועל. אבער אפי' איך בין מער א ליבעראלער, האלט איך זיך נישט ממש א לינקער ביזן סוף, ווי לדוגמא, אפי' איך האלט מ'דארף געבן רכטן פאר ווייבער, נאך אל האלט איך אז די מענער זענען חשוב'ער און האבן א גערסערן תפקיד, וכדו' ואכמ"ל

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 9:38 am

· #387642
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
בן פרצי
חתונה געהאט, 25 יאר אלט, איך בין א הוגה דעות, אנטלקטואל ווי מ'רופט עס, און איך זיך ווי זיך ארויצגעבן, הערן און זאגן, איך בין אויפגעוואקסן און איך לעב אין א חסידישע קהילה, און כמובן אויף א קאנסירוויטיוו/שמרני לעבנסשטייגער אזויווי ביים רוב היימישע חסידישע וועלט, אבער איך בשיטה האלט איך זיך מער א ליבעראלער און אן אפענער און מיינע דיעות, על אף איך האב נישט געטוישט מיין לעבענס שטייגער בפועל. אבער אפי' איך בין מער א ליבעראלער, האלט איך זיך נישט ממש א לינקער ביזן סוף, ווי לדוגמא, אפי' איך האלט מ'דארף געבן רכטן פאר ווייבער, נאך אל האלט איך אז די מענער זענען חשוב'ער און האבן א גערסערן תפקיד, וכדו' ואכמ"ל
דיין נאמען דערמאנט פון "גדור פרצי בבן פרצי ומחדק לקוט שושן"

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:52 am

· #387653
דער גאלדענער אדלער: איך האב געוואלט געבן א שטארקן לייק. אבער דיינע ווערטער זענען למעלה מהשגתינו. ומי יעמוד בסוד קדושים...!

אז דו קענסט מפרש זיין דיינע הויכע ווערטער, וועל איך זיין צופרידן, אי"ה. נאר דו דארפסט נישט אנהייבן פון פאר בראשית. אזוי ווי א סאך מענטשן וואס איך קען. איינער פון זיי איז בערל בעל עגלה. וועלכער האט ליעב צו מאכן אן הקדמה צו די הקדמה. און נאכ'ן אראפלייגן די יסודות גייט ער ערשט צו אנהייבן מפרש זיין זיינע מיסטעריעזע דיבורים...!

איך בין געווען אמאל ביי א כ"א כסליו מסיבה האט דארט גערעדט צווישן אנדערע דרשנים א חשוב'ער איד. א גרויסער תלמיד חכם. א שוחט. און די גרעסטע מעלה איז אז זיין זון איז געווען דער אורח הכבוד. האט מען איהם געלאזט רעדן ככל אות נפשו. האט ער אנגעהויבן כהאי לישנא..."אין אמת'ן האביך זעקס הקדמות. אבער איך וועל נאר זאגן 2." ווען איך בין צוריקגעקומען בערך א צוויי שעה שפעטער האט ער געהאלטן אין מיטן פון די צווייטע הקדמה...!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 11:03 am

· #387655
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ר' בערל אייער תגובה האט מיך געקאסט א גוטן לאך.
מ'זאגט אין סליחות פון שבעה עשר בתמוז אינעם פזמון פון שעה נאסר אשר נמסר, גדור פרצי, בבן פרצי, ומחדק לקוט שושן. האט פשוט זיין נאמען "בן פרצי" דערמאנט פון דעם. און אגב, האב איך געזען שיינע ווערטער אויף דעם פון א גדול בישראל, ראה .... ונזכר...

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 11:12 am

· #387657
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. וואס זאלל איך טון אז ווען מ'האט געזאגט סליחות לשבעה עשר בתמוז האביך ארויסגעקוקט פון סידור. און פון פענצטער. ווייל ס'איז עפעס פארגעגאנגען אן אינטרעסאנטע זאך אויף די גאס. ( א דראג דיעל, רח"ל. צווישן א ..."מתפלל"... אין ביהמ"ד און א שחור...!

פאני מענטש » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 2:17 pm

· #387669
איך האב אסאך געהערט איבער קאווע שטיבעל, האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען און עס איז מיר באמת געוועהן געשמאק צו ליינען די נייעס און פאליטיק און ווער רעדט נאך אויף די שטיקלעך וואס די עולם שרייבט אוף צוריק די אלע בויך שמערצען, דאס מאכט מיר אסאך מאהל אזוי שטארק לאכן און אויפגעלייגט אז איך האב מחליט געוועהן זיך אנצושליסן אלס א מעמבער און קאווע שטיבל

מפיל קינד » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 3:15 pm

· #387673
יוסף יוזפא
איך וויל מיך שפירן ווי אין א קאווע שטיבל, שמועס'ן מיט חברים, טוישן דעות, מעשיות וכדו'.
הנאה האבן פון נאך מענטשן און חברים וואס ווייסן אביסל נייעס.
א געשמאקע פארברענג מיט א הייסן גלעזל קאווע, א קאצקא צוקער, און צימעס.

@קאצקע ציקער איינער איז דא פאר דיר

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:29 pm

· #387695
פאני מענטש
איך האב אסאך געהערט איבער קאווע שטיבעל, האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען און עס איז מיר באמת געוועהן געשמאק צו ליינען די נייעס און פאליטיק און ווער רעדט נאך אויף די שטיקלעך וואס די עולם שרייבט אוף צוריק די אלע בויך שמערצען, דאס מאכט מיר אסאך מאהל אזוי שטארק לאכן און אויפגעלייגט אז איך האב מחליט געוועהן זיך אנצושליסן אלס א מעמבער און קאווע שטיבל

פאני מענטש: קודם א גרויסן און ברייטן שלום עליכם. יעצט האביך איין בקשה צו דיר. ווייל ס'איז דא א זאך וואס מאכט מיר גרויסע בויך שמערצן ווען איך זעה אדער הער אז א שרייבער קען נישט אדער וויל נישט מבחין זיין צווישן ..."אין" און ..."און"... איז בעט איך דיך מיט דיין נייע התחלה זאלסטו דיך ביטע האלטן צו אט די כללים..יישר כח למפרע. ממני הק' בערל בעל עגלה...!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:35 pm

· #387697
ר' בערל: ס'קען זיין אז ער מיינט צו זאגן אז ער וויל זיך אנשליסן צו ווערן א מעמבער, און אויך א קאווע שטיבל

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:43 pm

· #387699
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. ס'איז זייער א גוטער פשט און דרוש בדרך אפשר. אבער דערווייל האביך מיך געווארפן פאר געלעכטער אז איינס פון די ספיקערס, וועלכע שטייען אדער זיצן אויפ'ן דאך פון מיין דעסקטאפ איז אראפגעפאללן און ס'האטציך גענומען זינגען א ניגון פון זיך אליין...!

וואלווי » זונטאג אקטאבער 29, 2017 2:41 am

· #387785
@
berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. וואס זאלל איך טון אז ווען מ'האט געזאגט סליחות לשבעה עשר בתמוז האביך ארויסגעקוקט פון סידור. און פון פענצטער. ווייל ס'איז עפעס פארגעגאנגען אן אינטרעסאנטע זאך אויף די גאס. ( א דראג דיעל, רח"ל. צווישן א ..."מתפלל"... אין ביהמ"ד און א שחור...!

העי! ווי איז דיין שוהל?

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 29, 2017 5:01 am

· #387791
וואלווי: אז דו ווילסט דווקא וויסן. ביהמ"ד שומרי שבת. אבער ס'זאגט גארנישט וועגן דעם ביהמ"ד. דער איז געווען איינער פון די פיהל ארחי פורחי וועלכע דרייען זיך דארט ארום. און ער האט געמאכט א רושם ווי אן אנשטענדיגער בחור. איך פלעג איהם אייביג געבן א דאללער בתשואות חן. אבער נאכדעים וואס איך האב צו געזעהן זיינע שטיק, האביך פארשטייצעך, איהם מער נישט געגעבן קיין פעני. אויך האביך באמערקט אמאל ווי ער נעמט ארויס פון זיין טאש א פעקל מיט הונדערטערס...! ער פלעגט ארומגיין מיט א שטעקן כדי לעורר רחמנות. און ער האט פארציילט פאר'ן עולם אז ער איז א ריקאווערינג דראג עדיקט. ווייל ער האטציך אמאל צובראכן זיין פוס און ר'האט געהאט שטארקע ייסורים האט ער אנגעהויבן צו נעמען דראגס. אבער לויט ווי ס'זעהט אויס איז ער אויכעט א סוחר...!

טייער » זונטאג אקטאבער 29, 2017 3:48 pm

· #387813
איך בין א היימישען יונגערמאן אין די צוואציגער יארן. איך בין זיך אינטראסירט מהנעשה ונשמע אין דעם היימישען וועלט, הערן פארשידענע מיינוגען אויף נושאים אין ליינען אידיש ליטעראַטור.

אויערבאך » זונטאג אקטאבער 29, 2017 3:49 pm

· #387814
שטיל אידל מיט היבש ידיעות אין פארשידענע נושאים וועלטליכע ווי אידישע מער אינטערעסע אין די בלויע אשכול ווי אין די ברוינע אבער אמאל אמאל קען מען דארט אויך אריינפאלן

אשר ברא ששון » פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 10:41 am

· #388321
מיין ניק איז נישט אזוי ווייט צו שרייבן ווי צו ליינען איך פלעג נישט וויסן ווי איך האלט.... אבער מען קען אייביג ארויסהעלפן מיט א מראה מקום מיט א גוט ווארט און אזוי ווייטער... און איך האלט אז איך קען מוסיף זיין דא

ארנאני » פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 10:43 am

· #388322
יונג און שיין.
נייגעריג און שטיל.
נישט קיין שרייבער בכלל.
גלייך זייער א פרעמדענס קוק ווינקל.
גראד צים פינטעל.
אוהב מחשבה עמוקה.

נחמן » פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 10:44 am

· #388323
פון צייט צו צייט קומט שטארק אריין צו פאברענגען צוזאמען אים פארגעסן פון די וועלט.... אין קאווע שטיבל האב איך עס געטראפען. כבין א לעבעדיגע בחור וואס זוכט אלעמאל צו זיין אין א פרייליכע פלאץ אין מאכן אנדערע פרייליך...

אלעס גוטס אין פיין » פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 10:45 am

· #388324
איך שוין לאנג הנאה פון קאווע שטיבל אין אירע מעלות סיי געשמאק פאר יעדן אין גאר גאר גוט זיך צי קענען אויסרוען אין קענען פארברענגען אין איינעם אזוי עס איז פאר מיר פשוט א פארגענוגען זיך אייצישרייבן דא אין אזוי וועט מען קענען הנעה האבן אינאיינעם פון מיר אויך איך האב הנאה ווען איינער האט הנאה פון מיין געדאנקאין איך האב הנאה פון יענמעס געדאנקען אדער אנליזענס ווי אויך די טיפס אין עצות וואס יעדער שערט פארן צוויטן פשוט ווייל מען האט הנאה ווען יעדער האט הנאה אין ציפרידן ב"ה

סקרן » פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 11:00 am

· #388328
ארנאני
יונג און שיין.
נייגעריג און שטיל.
נישט קיין שרייבער בכלל.
גלייך זייער א פרעמדענס קוק ווינקל.
גראד צים פינטעל.
אוהב מחשבה עמוקה.

ס'ווערט מיר נישט גוט דא
וואס נאך ביזטו שיין יונג
קענסט זינגען קאכן מאהלן שפילן אן אינסטרעמינט?

א-שופר-איז-א-שופר » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 2:42 pm

· #388785
איך בין א רבי אן אדמו"ר פון אסאך חסידים און אסאך בתי מדרשים אין אסאך געגנטער אבער פארשטייט זיך אליינס אז איך קען נישט און איך גיי נישט אויסזאגען וועלעכע ווייל עס איז סכנת נפשות. ספעציאל אין היינטיגע צייטען ווען דאס רשעות איז אשוי גרויס און בפרט דא רעבנים וועלעכע פגר'ן פאר אביסעל לעבער איך מיין כבוד און האבען פיינט איעדען איד בפרט אן אנדערען רבי פאר זיי איז דאס קאמפעטישאן.

איך האף אז דא וועל איך קענען אויסשרייען דאס ווייגעשריי פון דער המון עם און פון די רביסטעווע וועליכע קענען נישט רעדען און דארפען זיצען מיט פארלייגטע הענט און פארמאגטע מיילער און נישט קענען ארויסזאגען ווייל די ערב רב לאזט נישט.

ווי אויך אמאהל אריינשרייבען א גוט וווארט. אדער צוויי ווייל ווי מיר ווייסען אז א היינטיגע צייטען טאהר מען נישט זאגען גארנישט.

ווייל דער אמת שטעכט און איך וויל אביסען שטעכען

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 2:57 pm

· #388787
נו געגאנגען, כ"ק אדמו"ר מ..... אינז זענען גרייט צו הערן

בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 3:12 pm

· #388789
berlbalaguleh
פאני מענטש
איך האב אסאך געהערט איבער קאווע שטיבעל, האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען און עס איז מיר באמת געוועהן געשמאק צו ליינען די נייעס און פאליטיק און ווער רעדט נאך אויף די שטיקלעך וואס די עולם שרייבט אוף צוריק די אלע בויך שמערצען, דאס מאכט מיר אסאך מאהל אזוי שטארק לאכן און אויפגעלייגט אז איך האב מחליט געוועהן זיך אנצושליסן אלס א מעמבער און קאווע שטיבל

פאני מענטש: קודם א גרויסן און ברייטן שלום עליכם. יעצט האביך איין בקשה צו דיר. ווייל ס'איז דא א זאך וואס מאכט מיר גרויסע בויך שמערצן ווען איך זעה אדער הער אז א שרייבער קען נישט אדער וויל נישט מבחין זיין צווישן ..."אין" און ..."און"... איז בעט איך דיך מיט דיין נייע התחלה זאלסטו דיך ביטע האלטן צו אט די כללים..יישר כח למפרע. ממני הק' בערל בעל עגלה...!

און איך באקום שמערצן פון מענטשן מיט געפערליכע גראמאטיק וואס מיינען זיי פארשטייען דערצו.

בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 3:18 pm

· #388791
בן פרצי
חתונה געהאט, 25 יאר אלט, איך בין א הוגה דעות, אנטלקטואל ווי מ'רופט עס, און איך זיך ווי זיך ארויצגעבן, הערן און זאגן, איך בין אויפגעוואקסן און איך לעב אין א חסידישע קהילה, און כמובן אויף א קאנסירוויטיוו/שמרני לעבנסשטייגער אזויווי ביים רוב היימישע חסידישע וועלט, אבער איך בשיטה האלט איך זיך מער א ליבעראלער און אן אפענער און מיינע דיעות, על אף איך האב נישט געטוישט מיין לעבענס שטייגער בפועל. אבער אפי' איך בין מער א ליבעראלער, האלט איך זיך נישט ממש א לינקער ביזן סוף, ווי לדוגמא, אפי' איך האלט מ'דארף געבן רכטן פאר ווייבער, נאך אל האלט איך אז די מענער זענען חשוב'ער און האבן א גערסערן תפקיד, וכדו' ואכמ"ל

@בן פרצי מיט וואס ביסטו חשובער פון א פרוי?

חמלה גדולה » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 2:41 pm

· #388838
פרוען זענין שואכיר פיזש שואכיר גייסטש שואכער עמושינאל אין האבין שלעכט מידות

mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:16 pm

· #388841
Ugh What an hateful comment

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:18 pm

· #388842
חמלה גדולה
אין האבין שלעכט מידות

????

טרויבן88 » מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 7:31 pm

· #388850
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
חמלה גדולה
פרוען זענין שואכיר פיזש שואכיר גייסטש שואכער עמושינאל אין האבין שלעכט מידות
וואס מיינט חמלה גדולה? א גרויסע רחמנות?

אן עסקן » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 5:47 pm

· #389131
איך בין אן עסקן אין בארא פארק פאר די לעצטע 12 יאר עס איז מיר א פארגעניגען צו קענען ארויס העלפן סיי וועליכע איד אין אן עת צרה, איינע פון מיינע קעיסעס יעצט איז פון די פייער וואס עס איז געווען אין בארא פארק 4 וואכן צוריק מען קען טאקע האבן א חלק דורך חסד פאנד, <a class="postlink" href="https://thechesedfund.com/cause/help-a-family-of-9-that-lost-everything-in-a-fire">https://thechesedfund.com/cause/help-a- ... -in-a-fire</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:20 pm

· #389143
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
חמלה גדולה
פרוען זענין שואכיר פיזש שואכיר גייסטש שואכער עמושינאל אין האבין שלעכט מידות
טויש עס אויף ׳מיין פרוי׳ איז שואכיר.........

ווי הרב חיים וואלאזינער האט געזאגט פאר זיין ווייב ווען זי האט זיך אפגערעדט הלמאי קען דער פויער דארט זאגען ׳שלא עשני אשה׳. האט ר׳ חיים וואלאזינער געזאגט ׳יעדער זאגט עס אויף זיינס׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פשטו ידיכם » דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 6:04 am

· #389165
איך באגער צו ווערן א חבר אין קאווע שטובל מיט צו טיילן מיינע ידיעות, איך האף מוסיף זיין צום שטובל כמיטב יכלתי לפי מסת הפנאי, און פארשטענדליך זיך האלטן צו די תקנות השטובל. איך ווארט צו הערן פון די גבאים ווי אמשנעלסטן, יישר כח למפרע,