☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:55 am

· #263408
נו לאמיר האפן אז טאקע אינאיינעם אריין וועסטו ווערן א @בן אדם 😃

נאמן » מיטוואך אפריל 1, 2015 11:29 pm

· #263714
גייענדיג אויפן גאס טראכט איך מיר אזוי ווי איך שפאציר אויפן ערד קוגל און איך לייג פאראויס נאך א טריט און נאך א טריט און ביי א יעדע טריט מאכט נאר א האלבע גוף פארשריט, און ווען איך ריק מיין רעכטע פוס פאר אויס בייגט זיך מיין גאנצע גוף צו די רעכטע זייט כדי איך זאל נישט פארלירן מיין באלאנס ''אפס'' איך האב אריינגעקראכט און א פאסט קעסטל אנטשאלדיגט אוך וועל מיך דארפן אפשטעלן איין מנוט...........................................................אה סטוט וויי ......אה ...............מה.
..........ok......לאמיר ענק דערציילען וואס איז געשען אוך האב אויפגעארבייט א כח ענערגיע דארך שטיפן די ערד אונטער מיין פוס און איך בין געווען און דערמיט פון די ערד נעבען מיין פוס - און די פאסט קעסטל און די טרייב קראפט וואס איך האב אליין אנגעדרייט מיט מיין פיס האט מיך אריין געשטיפט און די פאסט קעסטל און אזוי ווי מיין נאז שטעקט זיך ארויס די מערסטע פון מיין גוף האט דאס די ערשטע באגעגענט די פאסט קעסטל די ווייעך קייט פון מיין נאז האט א ביסעלע פארשטאטערט די שטויס קראפט וואס איך האב אנגעדרייעט מוט מיין אייגענע פיס, וועגן דעם איז די זעץ אין מיין ביין פון מיין נאז געווען שוואכער, און פון מיין פנים נאכ שוואכער, און די אומפעקעט וואס איז אריין און מיין גענאק נאך שוואכער ביז מיין גוף איז געקומען צו א אפשטעל דאן האב איך מיר גערוקט אויף צורוקציוועגס און גערוקט מיין רעכטע פוס פארויס צו לינקס און געבויגען די רעכטע זייט פון מיין קערפער צו לינקס און דערנאך האב איך געריקט מיין לינקע פיס און ''געגאנגען'' ....ok ..ווייסטו וואס לאמיר נישט טראכטען אזוי טיף לאמיר פלעין אנגייען מיטען לעבן אן טראכטן ..אה..נע ..דאס איז אויך נישט גוט נו לאמיר יא טיף אריינטראכטען, אבער ווי טיף מען מעג אריין טראכטען און קענען אנגיין מוטען לעבן ווי מען דארף ..אוי איין מינוט איך ברויך אריינגייען און א קאר איך וועל נישט יעצט אריינגען ווי אזוי דאס פאסירט מיר וועלן דארפן רעדען אן אנדערסמאל.... ביי ביי...

היימישע מזרחיסט » מיטוואך אפריל 1, 2015 11:34 pm

· #263715
היימישע אינגערמאן געבוירן פאר איבער 30 יאר צירוק אין שטעטל קרית יואל געלערנט אין די ארטיגע ישיבה נתניהו געווארן אויפן שיטה הקדושה פונעם ויואל משה, מיט די יארן שטייטליך געווארן ציוניסטיש געשטימט פארלאזט די קנאישע לעבן פאר אייביג

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 1:28 am

· #263746
היימישע מזרחיסט
פארלאזט די קנאישע לעבן פאר אייביג

וויאזוי ווייסטו, ווילאנג איז אייביג?

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 3:10 am

· #263754
דעמאלטס איז אייביג? איך מיין נאר ארויס צו ברענגען אז אייביג איז זייער עכטע ווארט און קען נאר ווערן גענוצט מיט איהר ריכטיגן אפטייטש

הוגה » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 7:08 am

· #263763
געוואלדיג
היימישע מזרחיסט
פארלאזט די קנאישע לעבן פאר אייביג

וויאזוי ווייסטו, ווילאנג איז אייביג?

וואס הייסט ווילאנג? ביז יובל!

.

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:11 am

· #263776
סא פאר די קומענדיגע 50 יאר איז ער איבערגעצייגט אז ער גייט בלייבן א מזרחיסט...

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:05 am

· #263791
ווער האט באמערקט זיין נתניהו פרוידיען סליפ ?

דוד » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:37 pm

· #264703
סתם איך האב געזעהן אפאר זאגן וואס איך וואלט געוואלט צושרייבן קאמענטס. חוץ פון דעם איז עז זייער א גוטע גרופ. און איך האב עס ליב.... חוץ נישט חוץ פון דעם גארנישט ביזדערווייל אבער אפשר מיט די צייט. אפשר

נופת צופים » דינסטאג אפריל 7, 2015 11:29 pm

· #264711
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
עליכם שלום. ווער איז א טרענסלעיטער?

זייגער » דינסטאג אפריל 14, 2015 4:59 pm

· #266000
איך בין היפש ניי דא, און איך קען נישט אנהייבן באדאנקען אלע גוטע שרייבער, אבער היות @אנאנים איז אויך ניי, וויל איך ארויסברענגען מיינע געפילן און עם באדאנקען ברבים.

ירבו כמותך ב'קאווע שטיבל

טאביק » דינסטאג אפריל 14, 2015 6:42 pm

· #266021
היי, א גוטע טאג, העלא
מיין נאמען איז "טאביק"
א איד א קליינער אבער קאשע-מישער א גרויסער
איך האב ליב צו מישן א קאשע און זאגן הויך מיין דעה
און איבערלאזן א שמייכל אויף א אידיש פנים
איך נעם א דעה אין ענינים וואס לוינט מיר
איך האב ליב א זאפטיגע ויכוח ווי איך בלייב אייביג גערעכט (אויסער אין שטוב ווי דארט איז ידי על התחתונה איידער איך עפן דאס מויל)

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:06 pm

· #266337
דער טאביק שמעקט מיר. ברוכים הבאים מיט לאוו!

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:09 pm

· #266340
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ייש"כ. איך האב א הנאה. איך זעה דו הייבסט אן צו נוצן מיינע לשונות... 😂

קליין שטעטלדיגער » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 7:01 pm

· #266831
איך בין אן איינוואוינער פון אפסטעיט וואס האלט מיט די נייעס דא וועגן אפסטעיט (מאנסי) און איך פיל אז איך קען פול צוגעבן מיט באריכטן, און פאריכטן ריפארטס און נייעס׳לעך וועגן מיין היים שטאט.

אקוראטע נייעס איז וויכטיג, און ווען עס איז נוגע דעם היימישן עולם איז עס נאך פיל וויכטיגער.

אינטערעסן - נייעס

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:56 am

· #266935
איך בין א פלעינע אינגערמאן, אייביג מורא געהאט צו טראכטן מער פון וויפיהל כ'האב בעצם געוואוסט. כ'האב מיך אנגעשטויסן אין א פה-סח דעם יו"ט ערגעץ אין א טוילעט אין א קליין בית מדרש'ל. כ'האב מחליט געווען אז כ'גיי גיין צו די נאענטסטע לייברערי און כ'גיי מיר אויפמאכן א פין אין קאווע שטיבל. כ'האב קודם געמוזט דורכגיין א גאנצע גיהנום מיט עפעס א סייט וואס הייסט גוגל, זיי האבן געוואלט כ'זאל עפענען אן אקאונט ביי זיי. כ'האב געמוזט צען מאל זיכער מאכן ס'וועט מיך גארנישט קאסטן אבער נאך אלע מעשיות האב איך סוקסידעד. והננו.

ישמעאל הכהן » זונטאג אפריל 19, 2015 3:55 pm

· #267414
לייק פארן זיין אויפריכטיג

חוני המעגל » זונטאג אפריל 19, 2015 9:07 pm

· #267584
איך האב מיך אויפגעכאפט פון שלאף נאך זיבעציג יאר. איך וויל זען וואס איז אינדרויסן פונעם רינג. טרעפן א סיוויליזעשן וואס כ׳האב נישט געוואוסט עקזיסטירט.
דער שפראך איז מיר קענטיג אבער נישט פארשטענדליך.

עזרא » מאנטאג אפריל 20, 2015 2:13 pm

· #267787
א יונגערמאן, האלב אין עולם הזה און א דריטל אין די גמרא מיט עפעס א שטיקל פוס אין אלגעמיינע ליטעראטור. הנני העני אט דאס בין איך, א גאסט אין שטעטל נישט אום שבת געזאגט. כ'ברענג זיך מיט אין פעקל מיין פעדער, מעקער און טינטער, אולי יתעשת אויב חלילה וועט מיר עפעס אויפן געדאנק קומען זאל איך נישט זאגן "המממ איך בין באמת נישט צוגעגרייט אבער ווי דער שפתי חכמים זאגט, אין מסרבין לגדול, דער בעל אכסניא האט מיר געבעטן". הער נאר, דריי נישט קיין שמיטשיק קריך אראפ פון בוים קיינער האט נישט געבעטן קיינער האט נישט געזאגט ווילסטו זאגן עפעס זאג און אז נישט איז נאך בעסער, אדער גאר נישט, ווער ווייסט. וזה החילי מיטן פוטער אראפ און די לינקע פוס.

זאלן מיינע שורות זיין א כפרה און א מליץ יושר מיט א גוטע בעטער והקיצו ורננו שוכני בתי חומר לתפארת הבית הגדול הזה יישר כח אלע פארזאמעלטע

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 20, 2015 3:19 pm

· #267820
[ציטאט אראפגענומען]

ויהי לפלא

א איד » מאנטאג אפריל 20, 2015 3:20 pm

· #267821
געוואלדיג
[ציטאט אראפגענומען]

ויהי לפלא

וראויין הדברים על מי שאומרן

רופא מפורסם » דינסטאג אפריל 21, 2015 12:13 am

· #268045
i am not a very busy person so i would love to spent my extra time reading intersting stuff heimishe articals and history also its a great way to sshmiees even you are not such a social person and bichlol i like to know everything

חאצקעל שניידער » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:32 am

· #268074
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
רופא מפורסם
i am not a very busy person so i would love to spent my extra time reading intersting stuff heimishe articals and history also its a great way to sshmiees even you are not such a social person and bichlol i like to know everything

אינטערסאנט א רופא מפורסם זאל נישט זיין ביזי[emoji39]
ב. די עולם קען נישט אזוי גוט ענגליש ,עכ״פ וועלקאם.

נופת צופים » דינסטאג אפריל 21, 2015 7:32 am

· #268096
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
חאצקעל שניידער
רופא מפורסם
i am not a very busy person so i would love to spent my extra time reading intersting stuff heimishe articals and history also its a great way to sshmiees even you are not such a social person and bichlol i like to know everything

אינטערסאנט א רופא מפורסם זאל נישט זיין ביזי[emoji39]
ב. די עולם קען נישט אזוי גוט ענגליש ,עכ״פ וועלקאם.

וועמען פונקטליך האסטו פארהערט? [emoji6]

ישראלי » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:55 pm

· #268231
איך האב אסאך מאל נישט וואס צו טוען ממילא וויל איך ליינען און שרייבן ארטיקלען. אבער וואס קען איך טוהן אז פונקט יעצט האב איך נישט וואס צו שרייבן און איך דארף ענדיגן די פערציג ווערטער? ס'איז שוין פערציג ב''ה יישר כח.

ארבעט שווער » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:44 pm

· #268317
קיינמאל זאגן ניין אדער ווערן פארלוירן ווען איינער זאגט דיר ניין,
אייביג באגיי דיר מיט וואס ס'איז עוועילבעל טאמער נישט מאך עס עוועילבעל,
טאמער קענסט עס נישט מאכן עוועילבעל פרוביר עפעס אנדערש וואס קען יא,
"יא" דו קענסט עס באווייזן,
זיי נישט ביזי מקנא זיין יענעם,
ארבעט שטיל אבער עררייך דיין ציל

ר' שלמה אבן גבירול » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:48 pm

· #268319
ומותר אדם מן הבהמה 'אין'
ב"ה אז מיר קענען יא זאגן 'ניין' (ווען ס'פעלט זיך אויס)

ארבעט שווער » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:59 pm

· #268323
מיר קענען זאגן ניין אבער ס'איז קיינמאל נישט א אפשין חוץ די לעצטע...

דובר משרים » מיטוואך אפריל 22, 2015 2:12 am

· #268446
בעצם בין איך נישט קיין פרעמדער דא, נאר היות איך האב אפאר וויכטיגע מודעות צו שרייבן אין א געוויסע אשכול וואס איך קען עס נישט טון מיט מיין געווענליכן ניק, האב איך מים אויסגעוועלט דעם נייעם ניק וואס אגב האט מער שייכות צו מיינע מודעות.
אסאך וועלען הנאה האבן, און דער וואס נישט, אויך נישט געפערליך. קיין טענות וועלן זיי נישט האבן (איך בין דאך נישט אנאנים)

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 22, 2015 2:20 am

· #268447
מיט איין האנט שלום עליכם, מיט די צווייטע האנט א קלאפ אין פלייצע פאר אן אלטע פריינט.

נופת צופים » מיטוואך אפריל 22, 2015 7:07 am

· #268463
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
דובר משרים
בעצם בין איך נישט קיין פרעמדער דא, נאר היות איך האב אפאר וויכטיגע מודעות צו שרייבן אין א געוויסע אשכול וואס איך קען עס נישט טון מיט מיין געווענליכן ניק, האב איך מים אויסגעוועלט דעם נייעם ניק וואס אגב האט מער שייכות צו מיינע מודעות.
אסאך וועלען הנאה האבן, און דער וואס נישט, אויך נישט געפערליך. קיין טענות וועלן זיי נישט האבן (איך בין דאך נישט אנאנים)

עקספערימענטירער, קוק וואס דו האסט אנגעמאכט דא. איך דארף יעצט אויך מאכן א נייע ניק? [emoji1]

קידדינג עסייד, שלום עליכם. אונז ווארטן מער צו הערן מה יצא מפי הדובר.

הויזן טראגער » מיטוואך אפריל 22, 2015 9:00 am

· #268476
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ארבעט שווער
קיינמאל זאגן ניין אדער ווערן פארלוירן ווען איינער זאגט דיר ניין,
אייביג באגיי דיר מיט וואס ס'איז עוועילבעל טאמער נישט מאך עס עוועילבעל,
טאמער קענסט עס נישט מאכן עוועילבעל פרוביר עפעס אנדערש וואס קען יא,
"יא" דו קענסט עס באווייזן,
זיי נישט ביזי מקנא זיין יענעם,
ארבעט שטיל אבער עררייך דיין ציל

אויב די ניין איז נישט עוועילעבעל מאך עס עוועילעבעל....

גענוג » מיטוואך אפריל 22, 2015 12:46 pm

· #268554
זייער א שווערע פראגע געפרעגט: פארוואס איך האב מחליט געווען ארויפצוקומען דא אויף קאווע שטיבל ווער איז דען נישט אינטערעסירט דא ארויסצוקומען,
און ב"ה אז עס איז יעצט אנגעקומען לידי מעשה אז איך האב די זכי' דא צו ערשיינען בשעה טובה.

חסידי לאומי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:09 pm

· #268979
פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל = מיר זוכן חברים נאכצוגיין דעם אמת
און/אדער אייערע אינטערעסן = ס'איז גאנץ קלאר אינעם נאמען
מצב = אסאך בעסער
יארגאנג = ווי א טאג
חסידות = מעזיבוז/אינטערנאציאנאל
טאלאנטן = הזמן יוכלו והם לא יוכלו
שאיפות = ביאת משיח, גאולה השלימה, בנין בית המקדש, עבודת ה' ועוד ועוד
פלענער = טוב שלא לומר דבר שלא נשמע, ועוד חזון
אדער וואס אימער איר ווילט מיטטיילן מיט אונזערע חברים = ווען יודן האבן זיך ליב מיט אן אמת קען מען האלטן אנדערש זיך ווייטער רעספעקטן און ליב האבן

יעקב איש תם » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:52 pm

· #269000
איך האב באמת נישט שטארק אינטרעס אין שרייבין צי פיל פריוואט אינפארמאציה אויפן אינטרנעט, וועל איך נאר זאגען ראשי פרקים. איך בין אין קאללידש, איך שדאדיר פיזוקס אין מאטאמאטיקס. איך קום פון א חסידיש משפחה

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:07 pm

· #269017
חסידי לאומי
טאלאנטן = הזמן יוכלו והם לא יוכלו

WOW WEE
שלום און וועלקאם,

ווי אויך שלו' עליכם פאר יעקב איש תם, נישט געוואוסט אז א תם קען לערנען אין קאלעדזש,
אדער אפשר טוט עס אויסשארפן דעם קעפל, בבחי' עדות ה' נאמנה מחכימת פתי.

אלענפאלס, בואכם לשלום, זייט אונז מהנה מיט אייער פעדער.

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:48 pm

· #269244
אויב טאקע אוהלים של קאלידזש ושל תורה דן איז פיין און וואויל.

נשמת אדם » זונטאג אפריל 26, 2015 4:20 pm

· #269759
אז מען דארף עפעס אויף טוהן אין אידישקייט, ווענד מען זיך צום מקור הישועות "קאווע שטיבל" און מען איז דארט מפרסם דעם רעיון לפרטיה ודיקדוקיה מיט אלע מפרשים בטוט"ד, און מען ווערט געהאלפן קודם ארבעים יום, ויהי לפלא.

נשמת אדם

שמיגעגי » זונטאג אפריל 26, 2015 5:49 pm

· #269798
איך בין א פרישער אינגערמאן וואס וואינט אין מאנסי, איך האלט מיר פאר אן אויפגעקלערטער. איך ליג זייער אין חסידות. (ווען איך זאג חסידות, מיין איך די אמת'ע דרך הבעל שם טוב הק', און כ'בין זייער קעיגען דאס וואס מ'רויפט היינט אן חסידות) איך האב זייער ליב צו שמייכעל'ען, און כ'בין זייער באהווענט ניט אלעס וואס טוט זיך דא אויפען וועלט. (צו זאל עס זיין מיט מוזיק, צו פילעמס...וכדומה) איך בין איבערהויפט קריעיטיוו, מיט א שטארקע ליבשאפט צו ארט און פאטאגרעפי.

שמיגעגי » זונטאג אפריל 26, 2015 7:07 pm

· #269843
כ'בין נאך נישט געהעריג מסודר, אבער כ'וועל נישט שולדיג בלייבן.
און גראדע איז אלעס אמת.

געוואלדיג » זונטאג אפריל 26, 2015 7:08 pm

· #269844
יהללוך זר, אבער אויב ולא, דאן פיך.

מעווריק » מאנטאג אפריל 27, 2015 1:42 pm

· #270098
קאווע שטיבל דינט מיר אלץ א רואיגע שטיבל נאך א טאג שווערע ארבעט ווי איך קען מיך אביסל אויסליפטערן אין אויסקלארן דעם מוח. איך קען מער נישט דולדן צי האלטן מיינע קאמענטארן פארשפארט ביי מיר אין קאפ, לאז א צווייטער אויך הנאה האבן אין הערן וואס אני ובית דין שלי האלטן אין קלערן.

חאצקעל שניידער » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:56 pm

· #270275
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מעווריק
קאווע שטיבל דינט מיר אלץ א רואיגע שטיבל נאך א טאג שווערע ארבעט ווי איך קען מיך אביסל אויסליפטערן אין אויסקלארן דעם מוח. איך קען מער נישט דולדן צי האלטן מיינע קאמענטארן פארשפארט ביי מיר אין קאפ, לאז א צווייטער אויך הנאה האבן אין הערן וואס אני ובית דין שלי האלטן אין קלערן.

ווער איז די בית דין? די ווייב רופט מען ביינונז חסידישע אידן די בני בית.[emoji18][emoji18][emoji18]

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:06 am

· #270420
מן הסתם ג' רועי בקר.

אבישי בן פורת » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:10 am

· #270475
איך טראכט צי פרובירען זעהן צי קאווע שטיבל קען זיין א פלאץ ווי איך קען זיך שפירען באקוועם, עס איז דא א פאר פארומס פאר אידיש רעדענדע, מער ליבעראל און ווייניגער ליבעראל וועל מיר דארפען פרובירען און זעהן וויזוי איך וועל ליב האבען קאווע שטיבל\

יעקב מענטש » דינסטאג אפריל 28, 2015 5:43 pm

· #270638
נאכן זיך ארומדרייען דא א לענגערע צייט און ליינענדיג פארשידענע ארטיקלען פון מחברים וואס פארמאגן געוויס א ברייטע ידיעה אין כמה וכמה ענינים, על פי רוב זייער רייך און באלערנד, און כאטש איך בין אסאך מאל זיך שטארק מחולק מיט זייערע שיטות דאך אפרישיעיט איך די בקיאות מיט וואס די מחברים זענען געבענטשט,
האב איך באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל אויפצומאכן א ניק און מיט האלטן דעם שמועס לעבעדיג

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 28, 2015 5:48 pm

· #270641
אבישי בן פורת
איך טראכט צי פרובירען זעהן צי קאווע שטיבל קען זיין א פלאץ ווי איך קען זיך שפירען באקוועם, עס איז דא א פאר פארומס פאר אידיש רעדענדע, מער ליבעראל און ווייניגער ליבעראל וועל מיר דארפען פרובירען און זעהן וויזוי איך וועל ליב האבען קאווע שטיבל\

היי. מיט דיין אוואטאר זעהסטו מער אויס ווי א טאליבאנער, גארנישט ליבעראל.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:23 pm

· #270718
יעקב איש תם
איך האב באמת נישט שטארק אינטרעס אין שרייבין צי פיל פריוואט אינפארמאציה אויפן אינטרנעט, וועל איך נאר זאגען ראשי פרקים. איך בין אין קאללידש, איך שדאדיר פיזוקס אין מאטאמאטיקס. איך קום פון א חסידיש משפחה

יעקב איש תם: איר וואלט אויך געמעגט נעמען א קורס אין אידיש. שרייבן און גראמאטיק...!

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:28 pm

· #270719
געוואלדיג
אבישי בן פורת
איך טראכט צי פרובירען זעהן צי קאווע שטיבל קען זיין א פלאץ ווי איך קען זיך שפירען באקוועם, עס איז דא א פאר פארומס פאר אידיש רעדענדע, מער ליבעראל און ווייניגער ליבעראל וועל מיר דארפען פרובירען און זעהן וויזוי איך וועל ליב האבען קאווע שטיבל\

היי. מיט דיין אוואטאר זעהסטו מער אויס ווי א טאליבאנער, גארנישט ליבעראל.

ניין מיט זיין ניק און אוואטאר זעהט ער מער אויס ווי ער ארבעט פאר מוסד אדער שב"כ. א שטייגער ווי אבישי רביב...!

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 28, 2015 10:03 pm

· #270734
זעמער שוין אינגאנצן צומישט צווישן א ליבעראלער, א טאליבאנער, און א חסידישער שמייסער, אדער גאר שב"כ, קאנספיראציע במיטבה.