☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

מוסף » מאנטאג יאנואר 5, 2015 3:38 pm

· #246026
זיך ארויסצוגעבן די געפילן און כשרונות און געניסן פון יענעמ'ס געפילן און כשרונות, איך האב ליב א גוטן שרייבער מיט שכל הישר יומער, אנאליזירן מענטשן , א שטיקל אויבער חכם אבער מיט שכל

איך אויך » מאנטאג יאנואר 5, 2015 3:48 pm

· #246029
פיין האמיר שוין א אויבער חכם און א אינטער_חכם ,ווארטן מיר נאר אויף א מיטל חכם.

לעכטיג » מאנטאג יאנואר 5, 2015 7:48 pm

· #246088
איך האב ליב צו העלפן אנדערע מיט מיינע ידיעות און איך האב חשק צו העלפן מענטשן וואס זענען דווקא נישט אין די אדמה נאר מער צו אפהאלטן פון אנקומען דארט. קאווע שטיבל איז ברוך ה' זייער אקטיוו און איך האף צו קענען צולייגן צו דעם.

ישמעאל הכהן » מאנטאג יאנואר 5, 2015 8:37 pm

· #246099
[ציטאט אראפגענומען]

אידיש מיט לאטינישע אותיות, אזויווי משיח hut geshriben , רופט מען אינגליש. א געמיש פון אידיש מיט ענגליש

אינטער_חכם » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:26 am

· #246175
איך אויך
פיין האמיר שוין א אויבער חכם און א אינטער_חכם ,ווארטן מיר נאר אויף א מיטל חכם.

וואס איז אזוי אינטערעסאנט וועגן די מיטל? דער מיטל איז גרוי, בלענד בלע"ז.

א איד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:01 am

· #246210
מנחם
איך אויך
פארוואס צוויי?

וועל אין אמת'ן אריין בין איך פיל קילער ווי איך זעה אויס, דאס אז איך גיי מיט איינס אונטערן העמד אויך ווייסן נאר מיינע גאר נאנטע.

כהאב הנאה אז קאווע שטיבל איז אין די זעלבע שאטפל ווי דיינע גאר נאנטע.
פאר נייגעריגקייט דיין גאר נאנטע ווייסט אז דו האסט עס פאר אונז אויך פארציילט?

דור האחרון » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:36 pm

· #246459
וייל איך בין שוין א אפטער באזיכער און קאווע שטיבעל שוין באלד צווי יאר און איך האב מוראדיג הנאה צו קימען און פארברענגען דא און איך וואלט אויך געוואלט זיין א חלק פונעם שמיעס און איבערגעבען דעתי הקטן אויף וויכטיגע טעמעס וואס זענען נוגע אויפען טאג טעגליכען לעבען

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 5:58 pm

· #246955
I don't have Hebrew letters in my smart phone because that i writing in English, I am a former member of the kave shtibl. I like to share open discussionsin any field.I am a general Hacidic man,I am neutral and didn't belong to a particular hacidic community

יעקב » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 5:59 pm

· #246956
איך בין נישט קיין צייט פאר טרייבער, נאר אמאל להסיר מכשול, בין איך גרייט צו שרייבן אפאר לעכטיגע ווערטער, דהיינו דעת תורה, דעת אידישקייט, איך פארטראג נישט בזיון תלמידי חכמים, אויב איך זעה א אוזן קשבת, וועל שרייבן, פאר מיסטער 4 ווענט וועל נישט שרייבן

וועטערבאריכט » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 5:59 pm

· #246957
איך וואוין שוין לאנג אין בארא פארק, איך בין אלעמאל געווען אינטרעסירט אין וועטער, איך בין גוט באהאווענט אין דעם אין מיט די לאקאל קאנדישאנס איך טו שוין אין דעם 25 יאהר ב״ה . איך וואלט געקענט אויסהעלפען מיט וועטער באריכטען אין ארומרעדען אדער ענטפערען שאלות וועגען די וועטער. איך בין היימעש, חסידיש גענייגט אבער איך באלאנג נישט צו א באשטימטען חסידות.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 6:06 pm

· #246959
נו העלף ארויס, מ'ווערט פארפרוירן!

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 6:06 pm

· #246960
נו העלף ארויס, מ'ווערט פארפרוירן!

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 6:06 pm

· #246961
נו העלף ארויס, מ'ווערט פארפרוירן!

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 6:06 pm

· #246962
נו העלף ארויס, מ'ווערט פארפרוירן!

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 6:06 pm

· #246963
נו העלף ארויס, מ'ווערט פארפרוירן!

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 6:52 pm

· #246983
אמת, אבער ''שרייבן'' דארף מען מער מאל...

וועטערבאריכט » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 9:39 pm

· #247008
ישמעאל הכהן
נו העלף ארויס, מ'ווערט פארפרוירן!

עס זעהט אויס אז דיין קנעפל אויפן קיבארד איז אויך פארפרוירען געווארען. 😛 האלד אן , עס זעט אויס צי ווערען ווארעמער נעקסטע וואך.

נאסע ליילעך » דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:47 pm

· #247701
איך האב א שטיקל תאווה מיטצוטיילן מיינע איידיעס אין געוויסע פראקציעס פון קאווע שטיבל און איך זע נישט וויאזוי איך קען אנציען צו די 'כאטש פערציג ווערטער' איך האף דאסי גענוג

אליהו בחור » דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:48 pm

· #247702
איך בין שוין א ליינער אויף קאווע שטיבל עטליכע חדשים. איך האב זייער הנאה פון די ענינים וואס ווערן דא אויסגעשמועסט, און איך האב שוין באקומען פילע נייע ידיעות און בארייכערט מיין פארשטאנד אין פארשידענע טעמעס פון אנדערע קוקווינקלען. אזויווי איך האב עטליכע מאל וואס צו צולייגן האב איך ענדליך גענומען די צייט זיך איינצושרייבן.

tommy » דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:49 pm

· #247703
ראה ראיתי כת לצים שקרנים ידענים חכמים כולם בפונדוק אחד, אמרתי לנפשי בא אצרף עמהם במיעוט שכלי ומיעוט ידיעתי אולי ידבק בי משהו טוב, אם לא חכמה אולי ידיעות בהסטוריה, ואם לא זה אולי קצת ליצנות, ואם לא זה לכהפ קצת מה לעשות בזמן.

גרונם » דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:49 pm

· #247704
א גוטן טייערע ידידים, וועלקאם בעק!
צוליב טעכנישע סיבות שאין כאן המקום להאריך מוז איך עפענען א צווייטע ניק.

די ערשטע וועט מער נישט ווערן באנוצט.

איך ווארט אייך אין שטיבל,
גרונם.

(סימן מיך צו דערקענען, איך האלט א קאווע אין איין האנט און א ציגרעטל אין די אנדערע)

Korea » מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:45 pm

· #247925
I'm interested and willing to share with you some time and ideas that will benefit all of my goal is to make you feel that you are the best thing ever seen in a long time

מקוה ווייקער » מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:46 pm

· #247927
פון דעם שטיבל פלעג איך אלץ הנאה האבן וואס כסדר פלעג איך געניסן דערפון, אבער איך פיל אז איך האב אסאך זאכן ביי מיר וואס איך וועל אי"ה ארויפלייגן וואס יעדער וועט הנאה האבן האפנכלעך,איך וויל ארויסגעבן א פרעזענליכע יישר כח פאר אלע ווייקערס אין מקוה, און אלע קאווע טרונקערס וואס האלטן אלץ געשפאן דעם פארזאמלטע.

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 14, 2015 4:59 pm

· #247953
Korea
I'm interested and willing to share with you some time and ideas that will benefit all of my goal is to make you feel that you are the best thing ever seen in a long time

צפון אדער דרום?

וואסערשעפער » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 9:36 am

· #248132
איך האב א שטארקע ציל צי זיין א מיליאנער.
אבער א פלאן דערפאר האב איך נישט.
ממילא קום איך דא אהער זיך אומקוקן טאמער דא וועל איך קענען אנקומען צי מיין ציל.
וועמער זעהן צי איינער דא וועט מיך קענען העלםן.

יואב » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 9:42 am

· #248134
וואסערשעפער
איך האב א שטארקע ציל צי זיין א מיליאנער.
אבער א פלאן דערפאר האב איך נישט.
ממילא קום איך דא אהער זיך אומקוקן טאמער דא וועל איך קענען אנקומען צי מיין ציל.
וועמער זעהן צי איינער דא וועט מיך קענען העלםן.

לכאורה קענסטו זיך פאקן פעק. איין מעגליכקייט איז אבער אז זאלסט געווינען דעם קומענדיגן "פאעזיע פארמעסט", און דערביי וועט איר ווערן באלוינט מיט אן אמאזאן גיפט קארד. מיט דעם קארד וועט איר קענען זיך איינהאנדלן ביכער וועלכע גיבן עצות און טיפס וויאזוי צו ווערן א מיליאנער.

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:10 pm

· #248231
הנני מודה ומתוודה שעד עתה לא ידעתי את לאמיר זיך פארשטעלן וגו' ולכן לא השטלתי עצמי עד כה והיה כל הרוצה לשטול אותי לפניו יכול לסורטש את תגובותי וכמאמר החכם הגד לי תגובותיך ואומר לך מקום כתיבתך וד"ל

א איד » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:32 pm

· #248266

געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 16, 2015 9:05 am

· #248387
לא ידעתי שנכנס לכאן ואיתי הסליחה

love-Coffe » זונטאג יאנואר 18, 2015 9:22 pm

· #248755
איך בין א אינגערמאן פון וויליאמסבורג איך באלונג צו סאטמאר זאלי איך האב ליב צושרייבן האב איך מחליט געווען זיך איינצושריבן אין קאווע שטיבל אז איך זאל קענען אביסל אויסגעבן מיין חשק צו שרייבן.

בעל מדות » זונטאג יאנואר 18, 2015 10:05 pm

· #248761
love-Coffe
איך בין א אינגערמאן פון וויליאמסבורג איך באלונג צו סאטמאר זאלי איך האב ליב צושרייבן האב איך מחליט געווען זיך איינצושריבן אין קאווע שטיבל אז איך זאל קענען אביסל אויסגעבן מיין חשק צו שרייבן.
סאטמאר זאלי? אהוהא עפנט'ס טויערן רוקט'ס טישן און בענק...
איך ווייס נישט וויפיל רעספעקט דא טיילט מען צו פאר עמיצער וואס באקלעבט זיין שטערן מיט א צעטל צו וועלכע פראקציע ער באלאנגט ובכלל זינט ווען איז א זאלי שטאלץ מיט זיין פארטיי? סאמטינג איז ראונג העיר... דיין משגיח ווייסט די האסט א טעלעפאון?...

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 18, 2015 11:16 pm

· #248780
בעל מדות?...

בעל מדות » זונטאג יאנואר 18, 2015 11:20 pm

· #248782
שמעקעדיג
בעל מדות?...

געמאכט א וויץ, געכאפט ביים ווארט...

שאול » מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:43 pm

· #248877
איך דריי זיך ארום דא אויף קאווע שטיבל א היפשע שטיקל תקופה, כמיין ס'איז געקומען די צייט זיך איינצושרייבן, זיך צו לאזן הערן אביסל, מהנא זיין דעם עולם מיט מיין בליק.

סאבסיטוט » מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:15 pm

· #249232
איך לייען שוין אין קאווע שטיבל א לענגערע וויילע, היות ס'זענען לעצטענס אינטערגעקומען עטליכע מאמענטן ווען כ'האב געלייענט אן ארטיקל און געשפירט אז איך "מוז" עפעס מגיב זיין דערויף .. אבער קיין מעמבער בין איך נישט געווען און דעריבער נישט געהאט די מעגליכקייט דערצו, אשע"כ האב איך באשלאסן צו נעמען די מוה און זיך איינשרייבן צו ווערן א מיטגליד אין "קאווע שטיבל".

דער מירער » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:56 pm

· #249544
א פיינע מחלוקת און און עס איז פיינע פריקען נייעס און דאס איז עס אבער איך האב באוך וויי און און און שיינע מחלות וויל איך רעדן איך האב זייער זייער שטארקע הנאה צי דעיס קענן מיט האלטן פון די נאנט און דאס איז עס שוין 25 יאר און כולל און שוין חתונה געמאכט 15 קינדער ברוך השם און איך פלאן מיך שיין צו לאזן הערן און ווער עס געפעלט נישט גיי פייפן

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:59 pm

· #249546
וואס די פ?

פרייוויליג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:05 pm

· #249555
איך אויך
וואס די פ?

קווינס תלמיד » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:09 pm

· #249557
איך בין א געוועזענע תלמיד פון קווינס ישיבה אין מיינע חבירים האבן מיר געבעטן זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל איך האב ליב נייעס נעשאנעל פאליטיק איך בין א רעזשיסטערט דעמאקראט אבער איך האלט ווי די רעפובליקאנע איך בין 25 יאר אין מיין באשערטע איז ליידער נאכנישט אנגעקומען

בשבילי! » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:12 pm

· #249559
איך אויך
וואס די פ?

די פיי שטייט פאר (stands for) פייפן....

א תלמיד הישיבה » זונטאג יאנואר 25, 2015 12:14 pm

· #249968
איך ווייטאג אז עס איז דא מענטשען וואס רעדען מיט שטאלטץ אויף א מחלוקה וואס זיי הייבען נישט אן צו וויסען וואס עס טיט זיך מיט זיי אליינס אין ווער רעדט נאך פין א מחלוקות פין א צווייטע חסידות איז אלזא איך וואס איך בין א תלמיד פין ישיבת אלכסנדר אין געדענק די צייטען וואס די רבי האט געפירט די גאנצע זאך אין ר' ברוך איז נישט געווען מער פין איינער וואס האט אייביג געזאגט ווען מעןהאט אים געפרעגט אפעס אדער געבעטען א זאך איז די תשובה געווען גיי צו די רבי אין יעצט קימען דא אפאר קליינע קינדער אין רעדען אזוינע שטיתים (למשל יעצט אז ברוך השם מעןהערט די גיטע בשורה אזחדש ימינו כקדם אין די רבי גייט אי'ה עפענען א ישיבה איז דא אזעלעכע וואס זענען דאן אויף אזעלעכע נארישקייטין צו די רבי מעג ריפען די ישיבה תפארת שמואל אדער נישט אנשטאט איין זהען ,אין דורך רעדען איבער די קנאקידיגע מגידי שיעורים וואס סאיז ברוך השם געלונגען אויף צו נעמען אין נאך א גרעסערע (נער) מישט אויף יוצרות אין מישט אריין דא די באבובער פאליטאג אין רעגט זיך אז די רבי האט אויף גענימען זיין איידעם די טשאקעווע רב זין צו העלפען אביסעל) איז האב איך מחליט געווען אז איך שרייב מיך איין צו אביסעל אויס גלייכען די טעיתים וואס מענטשען מאכען מדעת עצמם אדער פין שמועות וואס זיי האבען געהערט פין די קלויז פין ר' ברוך אויף51 וואס עלפי רוב איז דאס אלעס שקר אדער עכ'פ געבויט אויף אמת אין פשוט צו געגאסען שקרים

תלמיד הישיבה

פענח » זונטאג יאנואר 25, 2015 12:15 pm

· #249970
איך בין א אינגרעמאן עטליכע יאהר נאך די חתונה, איך האב אן אינטערעסע אין אידישע היסטאריע, תולדות און חקירת הדורות, ספרים און זייערע מחברים, חסידים, מתנגדים און גאונים, קהילות הקודש און זייערע מנהיגים, ליידיגגייערס און זייערע מוכיחים, שיינע אידן און משכילים.

יואב » זונטאג יאנואר 25, 2015 1:46 pm

· #249987
א תלמיד הישיבה
איך ווייטאג אז עס איז דא מענטשען וואס רעדען מיט שטאלטץ אויף א מחלוקה וואס זיי הייבען נישט אן צו וויסען וואס עס טיט זיך מיט זיי אליינס אין ווער רעדט נאך פין א מחלוקות פין א צווייטע חסידות איז אלזא איך וואס איך בין א תלמיד פין ישיבת אלכסנדר אין געדענק די צייטען וואס די רבי האט געפירט די גאנצע זאך אין ר' ברוך איז נישט געווען מער פין איינער וואס האט אייביג געזאגט ווען מעןהאט אים געפרעגט אפעס אדער געבעטען א זאך איז די תשובה געווען גיי צו די רבי אין יעצט קימען דא אפאר קליינע קינדער אין רעדען אזוינע שטיתים (למשל יעצט אז ברוך השם מעןהערט די גיטע בשורה אזחדש ימינו כקדם אין די רבי גייט אי'ה עפענען א ישיבה איז דא אזעלעכע וואס זענען דאן אויף אזעלעכע נארישקייטין צו די רבי מעג ריפען די ישיבה תפארת שמואל אדער נישט אנשטאט איין זהען ,אין דורך רעדען איבער די קנאקידיגע מגידי שיעורים וואס סאיז ברוך השם געלונגען אויף צו נעמען אין נאך א גרעסערע (נער) מישט אויף יוצרות אין מישט אריין דא די באבובער פאליטאג אין רעגט זיך אז די רבי האט אויף גענימען זיין איידעם די טשאקעווע רב זין צו העלפען אביסעל) איז האב איך מחליט געווען אז איך שרייב מיך איין צו אביסעל אויס גלייכען די טעיתים וואס מענטשען מאכען מדעת עצמם אדער פין שמועות וואס זיי האבען געהערט פין די קלויז פין ר' ברוך אויף51 וואס עלפי רוב איז דאס אלעס שקר אדער עכ'פ געבויט אויף אמת אין פשוט צו געגאסען שקרים

תלמיד הישיבה

בקיצור, איר זענט דא פאר צימעס על טהרת הקודש. נישט סתם פארפירישע געפירקלאכץ פון אנשי בליעל וועלכע נעמען צדדים אין פרעמדע מחלוקות'לעך.

א אידיש הארץ » דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:43 am

· #250422
איך בין א ינגערמאנטשיגעל 24 יאר וואס האט ליב צי שמיסען אין פארברענגען אין אלע ענינים
איך האב זייער ליב מאזיק אין א גיטע שטיקל נייעס אין וואס נישט
אין איך האב מחליט געווען צי ווערן א חבר ווייל איך וויל הערן נאך אין נאך

שטיפער12 » דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:43 am

· #250423
ווייל איך האב געהרט אז עס איז אינטערעסאנט אין איך האב ליב איטערעסאנטע זאכן איך האב ליב מאזיק איך בין 17יאר איך בין סעטמער איך וואוין אין וויליאמסבארג עס איז א שיינע שטאט אבער עס האט אסאך שמיץ

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 27, 2015 12:49 pm

· #250433
שאלעם אלייכעם, זעהטס צו שרייבן שיין און נישט מאזיק זיין דעם מקום.

petergrifin » דינסטאג יאנואר 27, 2015 1:56 pm

· #250448
@שמעקעדיג!! 😂 געכאפט ביים ווארט.

איך אויך » דינסטאג יאנואר 27, 2015 6:11 pm

· #250508
א אידיש הארץ

מאזיק...
ווייל איך וויל

שטיפער12
ווייל איך האב... מאזיק...

ר' הארץ/שטיפער מיר זענען נישט נעכטן געבוירן!

בעל מדות » מיטוואך יאנואר 28, 2015 12:10 am

· #250588
[ציטאט אראפגענומען]

די כח פון איין געשריבן ווארט...

בשבילי! » מיטוואך יאנואר 28, 2015 12:13 am

· #250589
א יע... און דער כח פון מוזיק!!