☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

naftuli hertzko » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 8:11 pm

· #233573
אין בקיצור, איך בון א פשט`א (סאטמערע) איד, וואס וויל מיטהאלטען די נייעס וואס טוט זיך ארום די וועלט, און שוין, זייטס מיר געזונט אידן...!!

אביסעל שכל » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 3:49 pm

· #233842
I like kave shtibel I'm planning to write in Yiddish I had a nick here but i believe some people know who i am so Im changing it.

כפתור » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 3:59 pm

· #233848
איך בין שוין א גאסט און ק"ש פאר א שטיק צייט, איך זעה אז ס'דרייען זיך דא אסאך קלוגע און דורגעטריבענע אידן. ס'לוינט זיך אמאל אריינצושרייבן נאר צו געבן א געזונטע לייק פאר א גוטע ארטיקל אדער הגה. איך בין א אינגערמאן קרוב צו אנהייבן חתונה מאכן אי"ה, געלערנט און חסידישע ישיבות, כ'האב ליב סייענס, אבער איך קען נישט גענוג אויף צו באשרייבן אזוי ווי די גרויסע קעפ דא אין שטיבל. כ'האב אויך ליב חסידישע פאליטיק. איך וואלט ווען געוואינט און קאווע שטעטל, און וואלט מיך אויך גערופן א "קאווע שטיבליסט". איך האב א פאנטאזיע אז די געטרייע חבירים און ק"ש זאלן זיך געטרויען גענוג צו קענען זיך אמאל טרעפן און א שוויץ אדער אוועקפארן א פאר טעג צוזאמען (I'm not holding my breath).

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 4:33 pm

· #233856
יתרו
איך בין שוין מיד פון אלע ניקים וואס קומען אן מיט א ערשטע הודעה אנגעפילט מיט געקינצעלטע פראזן און דער עולם מיינט אז אט אט באווייזט זיך א נייער שטערן. אבער וואו וואס ווען? מען הערט נישט פון זיין קיין פיפס די נעקסטע האלבע יאר.

כ'מיין נישט קיינעם

זורח » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 4:50 pm

· #233866
ישוב ארץ ישראל מיר ווילן בעז"ה בארייכען דעם עולם מיט פארשידענע ארטיקלען און אנאליזן וועגן עליה וואוינען אין ארץ ישראל והמסתעף.

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 5:13 pm

· #233875
שלום עליכם זורח
שיק דיינע אריקלעך צו ישראל קאפקע פאר די שטעלסט עס ארויס

אוזן שומעת » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 6:20 pm

· #233889
איך בין דא אנגעקומען בטעות אין איך האב אזוי אריין געבליקט אין איך האב פשוט הנאה געהאט איז וויל איך זיין א פארט דא אין די קאווע שטיבל אין איך האף אז אינז וועלן ציזאמען הנאה האבן.

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 6:59 pm

· #233903
זורח
ישוב ארץ ישראל מיר ווילן בעז"ה בארייכען דעם עולם מיט פארשידענע ארטיקלען און אנאליזן וועגן עליה וואוינען אין ארץ ישראל והמסתעף.

פארוואס לייגסטו נישט א לינק צום זורח (חרידישע עליה פראפאגאנדע) וועבזייטל?

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 7:18 pm

· #233909
וואס מאכט א זאך אריין גיין אינעם גדר פון "פראפאגאנדע"?

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 8:11 pm

· #233925
אפטעמיסט
וואס מאכט א זאך אריין גיין אינעם גדר פון "פראפאגאנדע"?

כ'האב לאו דווקא געמיינט אין א שלעכטן זין, אבער פראפאגאנדע איז פראפאגאנדע,
עס איז אן ארגאניזאציע/וועבזייטל געווידמעט צו איבערצייגן חרידישע אידן צו מאכן עליה אויף מדינת ישראל,

פון אקספארד ענגליש דיקשאנערי
Propaganda, n. information intended to persuade or convince people.
דאס איז מיין איך אן אביעקטיווער פאל פון פראפאגאנדע,

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 8:17 pm

· #233927
אויב אזוי רוף אויך דעם "ויואל משה", פראפאגאנדע.

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 8:19 pm

· #233929
אפטעמיסט
אויב אזוי רוף אויך דעם "ויואל משה", פראפאגאנדע.

איז רוף!
אבער ווי איך פארשטיי קומט ער דא פעדלען ארטיקלען און שיעורים וואס ליגט שוין אויפן זורח.קאם וועבזייטל.

צוונציג » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:24 pm

· #234107
איך בין א ביזנעס מאן וואס זיך אסאך מאל וויכטיגע אינפורמעישן אין איך קען נישט זייער גוט שרייבן יודיש אבער מיט די צייט וועל איך זיך אויסלערנען בעסער צו שרייבן איך בין געבוירן אין ארץ ישראל אין איך האב . חתנה געהט צו אמריקה

יין שרף » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 8:33 pm

· #234122
נישט געוואוסט אז אמעריקע איז א נקבה...

מאטי » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 8:49 pm

· #234124
"אמריקה" מיט א ה' איז א נקיבה.

זיידע » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 8:20 pm

· #234804
איך פארשטיי בהסתרה כשאני מסתיר פני הנה זה היום שקיווינו לו מיינע אנאליזן ארויס צו געבן גאר גאר שטארק. איך האב אסאך צו פארקויפן מען קען הנאה האבן מיט מיינע באשרייבןנגען הרבה יותר ממה שפרה רוצה להניק

עובר-לסוחר » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 8:22 pm

· #234805
איך בין צוויי אין דרייסיג יאר, איך לעב אליינס, קיינער לאדענט מיר קייממאל ניט פאר א שבת, נישט ווייל כלל ישראל האט פון מיר זיך מייאש געווהען, נאר ווייל איך טראכט פונקט ווי זיי, דאס איז אבער אלעס גוט, ווען די ווייב און קינדער האלטען נישט מיט, איך האף איך וועל קענען אפלאדענען אביסל פון הארץ, מיט מיינע ברודערס מיט אביסל אן אפענע קאפ און הארץ פאר א צווייטען'ס געפיל

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 8:25 pm

· #234810
עובר-לסוחר
איך בין צוויי אין דרייסיג יאר, איך לעב אליינס, קיינער לאדענט מיר קייממאל ניט פאר א שבת, נישט ווייל כלל ישראל האט פון מיר זיך מייאש געווהען, נאר ווייל איך טראכט פונקט ווי זיי, דאס איז אבער אלעס גוט, ווען די ווייב און קינדער האלטען נישט מיט, איך האף איך וועל קענען אפלאדענען אביסל פון הארץ, מיט מיינע ברודערס מיט אביסל אן אפענע קאפ און הארץ פאר א צווייטען'ס געפיל

אוי מיי גאש, @גרוש האט דיך געזאגט וועגען דער סייט?

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:32 pm

· #234826
שטילקעלע נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען שרייבן הויעך.

שלום עליכם ר' סוחר ,פילט אייך באקוועם. באופן כללי האט מען זיכער מער ליב פאזאטיווע שרייבונגען אבער דאס נעמט נישט אוועק אויב איר דארפט פאר וועם זיך אויסצורעדן זעמיר אלע דא פאר דיר.

תורם » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:53 am

· #235114
אינטרערסאנט דורצובלעטערן ארטיקלען איבער אקטואלישע נושאים אין אידישקייט און הערן יענעמ'ס מיינונג, און צו הערן תשובות אויף געוויסע שאלות וואס מיר וואונדערט, און איז יעדער אפען צו רעדן איבער אלעס און אלעמען

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:45 pm

· #235355
כמה כבודו תורם? ומתי קבלת קהל?

דער גרעסטער שרייבער » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:51 pm

· #236084
איך בין א חסיד פון צאנז קלויזנבורג'ע רבי פון ארץ ישראל
איך בין איינע פון די גאר באווסטע תורה'דיגע שרייבערס און מיינע באשרייבונגען ליינען מער פון פערציג טויזנט מענטשן יעדע וואך, ס'ווערט אויך איבערגעטייטשט אויף ענגליש און אידיש...

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:53 pm

· #236087
דער גרעסטער שרייבער
איך בין א חסיד פון צאנז קלויזנבורג'ע רבי פון ארץ ישראל

המממ.

לאליפאפ » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:54 am

· #236219
איך אויך
דער גרעסטער שרייבער
איך בין א חסיד פון צאנז קלויזנבורג'ע רבי פון ארץ ישראל

המממ.

זייער פישי

והמבין יבין » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 6:29 pm

· #236442
איך בין א שטיקל בר דעת און האב זייער ליב צו זאגן, שרייבן און הערן, ווי אויך מיט צוהאלטן אינטרעסאנטע דעבאטעס. איך בין שוין א אלטע באזוכער דא אבער בהסתרה, עס איז זעער פיין געווען, איך מיין אז עס שוין מיין שאנס...

סתם א איד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:41 pm

· #236487
א איד וואס שטאמט פון ארץ ישראל. ס'באדערט מיר פארשידענע זאכן וואס מענטשן שרייבן וואס זענען גאנצע אדער האלבע ליגנט און איך וויל שרייבן די אמת ווען איך קען די זאך פון די נאנט.

#1 Chiller » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:42 pm

· #236488
יעך בין א טשילער פון ערשטע קלאס, אלס געוועזן גרייט פאר א גלעזעלע קאווע און דערביי געשמאקע שמועסן מיט מיינע טייערע חברים, פארברענגען און אויסקאכן א ענין איז אלס געווען מיין High Priority, נא... וואס'זשע קען דען זיין פאסיגער פאר מיר ווי צו ווערן א חבר אינעם אלעמען באקאנטן "קאווע הויז" (שוין גארנישט קיין שטיבל), כ'האף איך וועל טאקע האבן פון ענק - וכמים פנים אל פנים וועט איר דערביי אויך הנאה פון מיר...

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:44 pm

· #236489
ר' אידל שלום עליכם-שאלעם עלעיכעם. לאמיר הערן מיט וואס דוה קענסט אונז קלוגער מאכן.

רעכטדענקער » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:46 pm

· #237682
להעמיד האמת על מכונו, וילמדו תועים בינה, אין לי פנאי הנדרש, אבל לפעמים כשנדמה לי ש"תעו כשה אובד" הנני בא להחזיר האבידה ובכדי לזכות (להציל) את הרבים למצוה יחשב

גאלדגרוב » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:47 pm

· #237683
איך שרייב דא דארט אויף אייוועלט און איך וויל צולייגן מיינע מיינונגען ווען ס'פעלט זיך אויס. איך האב גראדע א שרייבערישע טאלאנט טא וויל איך מהנה זיין דעם עולם מיט מיינע כשרונות

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:53 pm

· #237685
אנבעליוועבל וויפיל נייע שרייבערס ווילן זיך נעמען די מיה און אונז פארבעסערן מזמן לזמן, און זיי ווערן סטאק ערגעצוואו על אם הדרך
חברה, נוצט אייער ג'י פ'י ע'סס!!!

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 7:04 pm

· #237688
איך קלער אויב עס איז נישט טאקע הא בהא תליא.

קום אריין און שרייב געזונטערהייט מה שעולה על דעתך און זוך נישט צו פארבעסערן קיינעם ווייל קוייט פרענקלי קיינער האט דיך נישט געפרעגט.

פישלע העררינג » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 7:48 pm

· #237692
שמעקעדיג
אנבעליוועבל וויפיל נייע שרייבערס ווילן זיך נעמען די מיה און אונז פארבעסערן מזמן לזמן, און זיי ווערן סטאק ערגעצוואו על אם הדרך
חברה, נוצט אייער ג'י פ'י ע'סס!!!

😉

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:06 pm

· #237697
דער גרעסטער שרייבער
איך בין א חסיד פון צאנז קלויזנבורג'ע רבי פון ארץ ישראל
איך בין איינע פון די גאר באווסטע תורה'דיגע שרייבערס און מיינע באשרייבונגען ליינען מער פון פערציג טויזנט מענטשן יעדע וואך, ס'ווערט אויך איבערגעטייטשט אויף ענגליש און אידיש...

נא געב אהער און שטעל ארויס א שיין שטיקל ווערק להנאות בהם בני אדם
נ.ב. צוויי אינטרעסאנטע באמערקונגען: איינס-דיין ארבעט ווערט איבערגעטייטשט אויף ענגליש און אידיש, משמע אז אנדערע זעצן דאס איבער, אבער דיין אידיש דא איז גאנץ פיין בפרט פאר א לשון קודש שרייבער
צוויי, כידוע לכל פאררופען די חסידי כ''ק מרן ר' הערש מיילעך מקרית צאנז שליט''א אלץ צאנזער חסידים ולפלא אז זיינס א חסיד לפי כתבך, שרייבט צאנז קלויזענבורג!

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:23 pm

· #237703
שמעקעדיג
אנבעליוועבל וויפיל נייע שרייבערס ווילן זיך נעמען די מיה און אונז פארבעסערן מזמן לזמן, און זיי ווערן סטאק ערגעצוואו על אם הדרך
חברה, נוצט אייער ג'י פ'י ע'סס!!!

שלום עליכם הרב שמעקעדיג שליט"א: אזוי ווי איך זעה אז ס'איז ב"ה דא א שפע פון נייע ניקס און זיי שטעלן זיך אלע פאר. אויסרעכענענדיג זייערע אייגענע מעלות און חסרונות. האביך געטראכט אז אויך איך וועל מיך פארשטעלן דא פאר'ן עולם.
והנה:מיט בערך צוויי און א האלב יאר צוריק, אין א זוניגן מיטוואך (אדער אפשר איז גאר געוועין פארוואלקנט. כ'געדענק שוין נישט.) אום 17'טן יולי למספרם, האביך געבלעטערט אויף פארשידענע וועבסייטס ווען כ'האב מיך באגעיגנט מיט דעם לאגא פון קאווע שטיבל. די צוויי עיליענ'ס וואס זיצן ביי א טישל, טרינקען עפס א משקה. מסתמא קאווע. און זיי שמועסן געמיטליך. דער נאמען פון דעם סייט הייסט "קאווע שטיבל" האב איך מיך דערמאנט אז איך האב געהערט איבער א ווינדערליכע נייע וועבסייט וואס האטציך אויפגעמאכט ארום פורים צייט יענעם יאר. אומר ועושה. איך האב אויפגעמישט דעם הויפט פעידזש און זיך איינגעשריבן. מיט מיין עכטן נאמען "בערל בעל עגלה". זייענדיג אן אור אייניקל, בן אחר בן, פון מיין מאמע'ס זייט פון דעם אריגינעלן בערל בעל עגלה פון שאראש פאטאק, וואס איז צווישן הוידו נאנאש און דעברעצין אין מדינת אונגארן. איך בין אויך א חסיד פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע. בעל דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה ועל התמורה. האבנדיג אדורכגעלערנט זיינע ספרים. און צו די זעלבע צייט בין איך א פייערדיגער ציוני. באוואונדערנדיג וואספארא שיין הערליך לאנד די אידעלעך האבן ב"ה אהערגעשטעלט אין ארצנו הקדושה. אידישע היסטאריע און קורות הדורות איז איינס פון מיינע מערסט אינטרעסאנטע סאבדזשעקטס. און די היינטיגע אידישע פאליטיק איז מיר אויך זייער שטארק אינטרעסאנט...איך האף אז מיין עקספיריענס אויף קאווע שטיבל וועט בעז"ה זיין א געשמאקע און אינטרעסאנטע. מיט אזויפיל באטייליגטע פון דעם עם חכם ונבון, בליעה"ר....!

the Reporter » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:49 pm

· #237748
איינער וואס האט זייער ליב נייעס און האט ליב צו ברענגען די נייעס און מיטטיילן מיט די ליינער מיין שאיפה איז צו ווערן א reporter און ברענגען נייעס פאר די היימישע אידן דא אויפן שטיבל פון מאנסי און די געגנט ארום

לא להנאת גופי » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:18 pm

· #237890
איך האלט מ'דארף מער ארויסברענגען דעם לא להנאת גופי, וויל די עולם ווערט מער און מער אריינגעטון אין דעם, מ'פארגעסט די עיקר, וואס לדעתי איז אינטערנעט און צניעות נישט די פראבלעם בכלל, און איך האלט אויך אז די פאלשע שמות טראקס, וויאויך די צמות הגידים, זענען אויך נישט די ברענידיגע פראבלעם, [איך האלט אויך אז 'מאנגל אין האוזינג' איז טאקע יא א בעי' אבער נישט ממש די נקודה פונעם פראבלעם]. איך האלט אז די עיקר נקודה איז, אז מ'האט פארגעסן דעם 'לא להנאת גופי'!!

קינד_אן_קייט » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 7:42 pm

· #237895
לא להנאת גופי
איך האלט מ'דארף מער ארויסברענגען דעם לא להנאת גופי, וויל די עולם ווערט מער און מער אריינגעטון אין דעם, מ'פארגעסט די עיקר, וואס לדעתי איז אינטערנעט און צניעות נישט די פראבלעם בכלל, און איך האלט אויך אז די פאלשע שמות טראקס, וויאויך די צמות הגידים, זענען אויך נישט די ברענידיגע פראבלעם, [איך האלט אויך אז 'מאנגל אין האוזינג' איז טאקע יא א בעי' אבער נישט ממש די נקודה פונעם פראבלעם]. איך האלט אז די עיקר נקודה איז, אז מ'האט פארגעסן דעם 'לא להנאת גופי'!!

ברוך הבא, גיב אכטונג אז דיין שרייבן זאל נישט זיין בלויז להנאת גופך.

לא להנאת גופי » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 12:00 am

· #237942
באמת האב איך זיך געוואלט רופן 'לא להנאת גופי כלל' , נאר כ'האב מיך מיישב געווען אז מ'קען דאך נישט אנהייבן אזוי אויפן שפיץ פונעם לייטער, והנה סולם מוצב ארצה וכו' כידוע ליודע חן, ממילא בין איך געבליבען אנדעם 'כלל', ממילא מיז מען דאך עפעס עפעס געבן פארדעם הנאת גופי , נו מי שיש לו מנה רוצה מתיים, בקיצור ס'איז א וועלט. והסוגיא עמוקה ואין לי עכשיו פנאי.

Engager » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:30 am

· #238132
איך בין א דרייסיג יאריגער היימישער אינגערמאן. איך ארבעט אויף א זיכערע גוטע פרנסה שטעלע. מיין אינטערעסע איז אין מאטעמאטיקס און סייענס. איך ספעציאליזיר זיך אין דיפלאמאטישע פארהאנדלונג און רילעישנס. מיין שאיפה איז צו הנאה האבן פון די וועלט און העלפן מאכן די וועלט א בעסער פלאץ. מיינע פלענער פאר'ן צוקונפט זענען אומפרעדיקטעבל. דערווייל בייט איך מיין חסידות יעדע פאר מאנאטן, געוואנדן לפי וועלכע איך שפור דער באשעפער גלייכט.

האבענדיג אין מיין לעבן צוגעזען און ערפארן אויסערגעווענעליכע טאלעראנץ צו כל ערליי ראסן און קולטורן, אריינגערעכנט מיין אייגענע, האב איך מיר באקענט מיט דריי קריטישע פונקטן וואס האבן מיר אין רעזולטאט באוואויגן אהערצוקומען און טיילן ידיעות מיט אייך מיטגלידער פון דעם פארום. 1) די וויכטיגקייט פון אינטערקולטלערע באציהונגען און אזוי אויך די בענעפיטן פון ענגעידזשן מיט פארשלאסענע קהילות אדער באקריוודעטע מינאריטעטן. 2) די אומגעהויערע חסדים וואס וויסענשאפט ברענגט צו די מענטשהייט. 3) די רול פון דריי.

עין טובה » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:31 am

· #238133
א גוטן!
און קורצן: איך בין באמת זייער שעמעדיג, אבער אזוי ווי די הנהלה פארלאנגט אריינצושרייבן פרטים, ביאגרעפי, וועל איך עפעס שרייבן.
אויפן שאלה וואס מיינע אינטערעסן זענען אז איך שרייב מיך איין, איז די תירוץ אז איך האב די זעלבע אינטערעסן ווי אלע דא.... אייגענטליך, צו שטופן די צייט....
מיין יארגאנג, שאיפות, טאלאנטן און פלענער לאז איך וויסן פאר יעדן וואס וויל הערן, אז מיט די צייט וועט אלעס פארענטפערט ווערן....

כל טוב.

איש את רעהו » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:32 am

· #238134
שוין א שטיק צייט וואס איך קלער זיך איינצושרייבען, און מיטיילען מיינע מיינונגען און געדאנקען מיט די ציבור
האפענטליך וועל איך קענען אויספירן למעשה און זאגן אפאר זאכליכע ווערטער דא אויף די פארום.

עין טובה » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:16 am

· #238142
איך בין ניי דא....
איך בין היפש ניי דא, אפשר קען מען מיר ארויסהעלפן דא?
וואס איז די גרינגסטע מהלך צו ניצן קאווע שטיבל דארט קרם מיט אן ענדרויד דיווייס, ווי אזי שטעל איך אן צו באקומען נאוטיפיקעישענ'ס פון א יעדע פאוסט
....אפפפפס, פון איעדע אשכול.

אויב איינער קען מיך אימעיל'ן אינסטראקשענ'ס, אייעד רילי עפרישיעירעט.

מיין בליץ פאסט קאנטע איז <!-- e --><a href="mailto:feldman316@gmail.com">feldman316@gmail.com</a><!-- e -->

גוט שבת

פארוואס? » מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:37 pm

· #238220
Engager
מיין אינטערעסע איז אין מאטעמאטיקס און סייענס.

איהר האט נישט געטראפן קיין בעסערע זאכן זאל אייך אינטרעסירן...

זייט אונז ביטע מסביר, ווי אזוי קומט עס צו א היימישער יונגערמאן צו האבן אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס?!

לית דין בר נש » מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:38 pm

· #238221
פארוואס? אזוי שטארק האסטו מורא פאר קאמפעטיש"ן? עס איז דא פלאץ פאר ביידע!

פארוואס? » מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:39 pm

· #238223
עס פאלט דיר נישט ביי אז עס איז אן אנדערע גלגול מיינע?!

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 7:00 am

· #238244
berlbalaguleh
שמעקעדיג
אנבעליוועבל וויפיל נייע שרייבערס ווילן זיך נעמען די מיה און אונז פארבעסערן מזמן לזמן, און זיי ווערן סטאק ערגעצוואו על אם הדרך
חברה, נוצט אייער ג'י פ'י ע'סס!!!

שלום עליכם הרב שמעקעדיג שליט"א: אזוי ווי איך זעה אז ס'איז ב"ה דא א שפע פון נייע ניקס און זיי שטעלן זיך אלע פאר. אויסרעכענענדיג זייערע אייגענע מעלות און חסרונות. האביך געטראכט אז אויך איך וועל מיך פארשטעלן דא פאר'ן עולם.
והנה:מיט בערך צוויי און א האלב יאר צוריק, אין א זוניגן מיטוואך (אדער אפשר איז גאר געוועין פארוואלקנט. כ'געדענק שוין נישט.) אום 17'טן יולי למספרם, האביך געבלעטערט אויף פארשידענע וועבסייטס ווען כ'האב מיך באגעיגנט מיט דעם לאגא פון קאווע שטיבל. די צוויי עיליענ'ס וואס זיצן ביי א טישל, טרינקען עפס א משקה. מסתמא קאווע. און זיי שמועסן געמיטליך. דער נאמען פון דעם סייט הייסט "קאווע שטיבל" האב איך מיך דערמאנט אז איך האב געהערט איבער א ווינדערליכע נייע וועבסייט וואס האטציך אויפגעמאכט ארום פורים צייט יענעם יאר. אומר ועושה. איך האב אויפגעמישט דעם הויפט פעידזש און זיך איינגעשריבן. מיט מיין עכטן נאמען "בערל בעל עגלה". זייענדיג אן אור אייניקל, בן אחר בן, פון מיין מאמע'ס זייט פון דעם אריגינעלן בערל בעל עגלה פון שאראש פאטאק, וואס איז צווישן הוידו נאנאש און דעברעצין אין מדינת אונגארן. איך בין אויך א חסיד פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע. בעל דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה ועל התמורה. האבנדיג אדורכגעלערנט זיינע ספרים. און צו די זעלבע צייט בין איך א פייערדיגער ציוני. באוואונדערנדיג וואספארא שיין הערליך לאנד די אידעלעך האבן ב"ה אהערגעשטעלט אין ארצנו הקדושה. אידישע היסטאריע און קורות הדורות איז איינס פון מיינע מערסט אינטרעסאנטע סאבדזשעקטס. און די היינטיגע אידישע פאליטיק איז מיר אויך זייער שטארק אינטרעסאנט...איך האף אז מיין עקספיריענס אויף קאווע שטיבל וועט בעז"ה זיין א געשמאקע און אינטרעסאנטע. מיט אזויפיל באטייליגטע פון דעם עם חכם ונבון, בליעה"ר....!

ר׳ בערל שקויעך באמת זייער א שיינע הארציגע תגובה ווי געווענליך וויאזוי די שילדערסט אראפ די גאנצע השתלשלות פונעם מאמע'ס זייט למעלה בקודש אַזש ביזן גרויסען זיידען דער אריגינעלן שאראש פּאָטאקער בעלעגעלע זי״ע וואס האט געשמ׳ט און גאנץ מדינת אונגארן פון אונטערלאַנד ביז מוטערלאַנד און אינדערמיט און אויך אין די גלילות . האב איך מיך טאקע דערמאנט א מעשה שהי׳ וואס כ׳האב לעצטענס געהערט פונעם בעל המעשה אליין אין גרויס בעיסמעדריש בין גברא לגברא שעפשעט ער מיר אריין אין אויער מיין גיט הארציגע שכן א בן תורה און גאר א חשובער יונגערמאן וואס האט מיך כסדר אינזינען צו מזכה זיין מיט עפעס א תורה׳לע באגלייט מיט א משל און א נמשל און שטייטצעך א לימוד זכות פון זיין אייגען הויטיגע עקספּירענס , פארציילט ער מיר אז זייענדיג אמאל אין ארץ ישראל האט ער ערגעץ אינמיטן טאג געזוכט א בעסמעדרשיל צו ווייל ער האט געוואלט זאגן יוכ״פ קטן צו ער האט געוואלט קטנ׳ן ( כהאב נישט פונקטליך פארשטאנען היות ער האט גערעדט גאר שטיל ווייל דער רב שרייעט אויב מ׳רעדט דארט אפילו אויב סאי׳ז א תורה אויפן פרשת השבוע 🙄 ) עכ״פ פארציילט ער מיר אז אזוי זיכענדיג די קטנים שטיבל איין נאכמיטאג לויפט ער אריין אין דעם בעיסמעדריש זעט ער א עלטערע רויסיש אידל שטייט אין א זייט אין א ליידיגע בעסמעדריש און זאגט עפעס אויף האלב רוסיש האלב לשון קודש האט מיר געכאפט די נייגער וואס ער רעדט דארט צוזאַם בין איך צוגעגאנגען נענטער הער איך ווי ער שעפשעט עפעס ״דער בעל עגלה איז מיין קרוב״ זאגט דער אינגערמאן מיט שטוינונג אזוי ? כקען דאך אים זייער גוט פון קאווע שטיבל ! אגב אז דו ביסט זיין קרוב זאג מיר טאקע וואס מאכט ער? וויאזוי איז דער מיחוש זיינע ? ווייסט דאך!!! די סמייליס סינדראם!!??? געהערט די מצב איז שוין בעסער איז עס אמת? נאָ זאל׳ר האבן א גאנצע רפואה ברים איך מיר אונטער די נאז און ער זאגט ונאמר אמן און אזוי רעדענדיג כאפּ איך מיך אז דער איד זאגט עפעס ווייטער אויף לשה״ק וואס האט זיך למעשה ארויס געשטעלט אז דער רוסישער פרייער איד האט גאר געזאגט קדיש און נאָרוואָס געהאלטן ביי בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְאִמְרוּ אָמֵן...וואס קודם האב איך געמיינט אז ער זאגט עפעס א ספעצילע רוסישע קדיש נאך זיין הונטל וואס איז אים אזוי יונג פארשניטן געווארן אבער דערווייל פארציילט ער מיר גאר אז ער זאגט קדיש נאך א פריינד זיינער וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין זש״ק די לימוד זכות איז מובן מאליו אז מ׳טאר קיינמאל נישט חוזק׳ן פון א צווייטען פארשטייט זיך פארציילט ווייטער דער תלמיד חכם אז איך האב אים צו גענימען צו די שטובלאַך און געהאלפן זאגן א קדיש דרבנן מיט ברייט מנין ביים כותל אז ס׳האט געדינערט און געבליצט אין גאנץ ירושלים !! ע״כ המעשה המשל והנמשל והדזשאוק !
די עכטע נמשל איז אז אונז האבן טאקע אזא באליבטע בעל עגלה ווי ר׳ בערל וואס איז קיינמאל נישט קארג אונז צו ערייכערן אונזערע ידיעות מיט זיינע ערשט האנטיגע מעשיות פון היינט און אמאל און ווי אויך זיינע אייגנע עקספּירענס און מעשיות פונעם בעל ההילולא אליינס אמאל פון הרב ימ סופר און געוונטליך פון מנשה פילאפף המכונה סענדער דער דייטש
עכ״פ אונזער בּר מינן איז שוין גארנישט אזא קליינער בעלגעלע נאר איינער פון די סאמע בעסטע באַ׳טעמט׳סטע נאָבעלע אידן וואס לייכטן אויף אונזער שטיבעל (ויש אומרים לאַכטן מלשון לאַכן לאַכט דער שטולסטע)

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 7:15 am

· #238245
אפשר וואלט געוועהן כדאי עס אריבערפירן אינעם אשכול פון בסיפורי של אותו בעל עגלה (עפעס אזוי) , ואתכם הסליחה

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:35 pm

· #238291
שבת אחים
אפשר וואלט געוועהן כדאי עס אריבערפירן אינעם אשכול פון בסיפורי של אותו בעל עגלה (עפעס אזוי) , ואתכם הסליחה

לכב' הרב שבת אחים שליט"א: איך ווייס נישט אויב מ'דרשנ'ט דעם שבת אדער די אחים. מיעוט רבים שניים.
בכל אופן. דיין פריערדיגער מאמר איז א הערליך שיין שטיקל, וואס וואלט זיך געפאסט פאר דעם גרעסטן בדחן בדורנו.
נאר מתוך הדברים. פון שיינע חידושים אויפ'ן "בעל עגלה ובזמן קריב" האביך מיך דערמאנט א מעשה וואס כ'האב שוין פארציילט דא אין קאווע שטיבל, מער ווי איין מאל. אבער לתולעת הענין (ניין. ס'נישט קיין אמעראצישע טעות.) 'עללן מיר עס נאכאמאל איבערדערציילן. והנה: איך בין אמאל געווען אין אפיס פונ'ם מנהל המוסד, וואו כ'בין געוועין בעל עגלה. דער (געוועזענער) מנהל שליט"א, אליינס א בנש"ק מובהק פון גרויסע צדיקים למעלה בקודש. און איך האבמיך אנגערופן אזוי פאר א ווערטל "באלאגאלעה וביזמן קאריב". דארט איז פונקט אויך געוועין איינער א ספק בנש"ק. ער האטציך טאקע געהאלטן פאר עפעס בעסערס. אבער ר'איז נישט געוועין זיכער אז די וועלט נעמט איהם אן מזרע המלוכה (שיער געשריבן אנדערש.). רופט זיך אן דער ספק בנש"ק צום מנהל מיט שרעק. (אויף מיר.) "ער איז דיין קרוב"? האביך מיך אנגערופן "ניין" דו קענסט נאך שלאפן רואיג. די בעלי עגלות מיט די רעבעס זענען נאכנישט קיין קרובים".... 😂

אהרן אלי » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 4:07 pm

· #238379
עס האט מיר זייער געפאלן די פורום ווייל איך בין א שטענדיגער שטערן אין שפאקטיוו ליינער אין עס האט מיר געפאלן אז מען קען כאפן א היימישע אידישן קאווע שטיבל שמועס אין צ'עט