☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

פשוטע אלף בית » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:59 pm

· #538110
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוט יאר אלע קאווע שטיבל מיטגלידער.
מיט וויל בעזהשי"ת מיטטיילן יסודות'דיגע ווידעאוס וואס יעדע איד דארף צו הערן און דערהערן.
פשוט אלף בית אין אידישקייט.
כ'בין זיכער אז יעדער וועט בעזהשי"ת הנאה האבן פון די ווידעאוס וואס אין וועל בעזהשי"ת מיטטיילן.
א דאנק .

אבי דוד » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:00 pm

· #538111
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך ארבעט ווייניג שעות פון טאג און איך האב אסאך ליידיגע צייט איך האב נישט קיין סמארט פאון איך האב ליב צו זיצן ביי א קאמפיוטער און וועגן דעם קום איך דא אהער צו ליינען און צו מיטהאלטן אזעלעכע זאכן וואס איך שפיר אז זיי זענען פאסיג פאר א אידישע נשמה

היימלינד » דינסטאג אקטאבער 24, 2023 7:41 pm

· #538174
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פריינטליכער אויהערער און מיטשמועסער, ידען אין היסטאריע ופולמוסי הדורות.
נישט אינג אדער אלט, אבער אייביג גרייט צו לערנען עפעס ניי
דא צו שמועסן ליינען און לערנען, ידיעות גדאנקען נייעס און היסטאריע

פארהער » דינסטאג אקטאבער 24, 2023 7:42 pm

· #538175
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פלעג ליינען דא מזמן לזמן איבער זאכען וואס מען קען נישט טרעפן און ערגץ, אבער אז עס איז פארשפארט מיז מען זיך איינשרייבן בלת ברירה . אפשר וואלט איר געטוישט און לאזן כאטש ליינען א מספר קטן ארטיקלן א חודש פארן זיך איינשרייבן א שטייגער ווי אנערער נייעס קוועלער וואס פארלאנגען אפצאלונג?

פלעין פשוט » זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:48 pm

· #538429
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זוכענדיג עפעס אויף אידיש אויף גוגל איז צווישן אלע ענטפערס ארויסגעקומען נאך א שנעלע זוך א לינק צום שטיבל איבערבליקענדיג דעים פארום האט עס מיר געצויגן און זעהנדיג די אפציע זיך איינצושרייבן האבעך דאס געטרייט לאמיר האפן אז ס'וועט זיין מיט הצלחה.

נו שוין » זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:48 pm

· #538430
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל ליינען וואס אנדערע האבען צו זאגען אויף אלע סארט טעמעס און פראבירען צו פארשטיין פארוואס אנדערע האלטען אנדערש ווי מיר אן דארפען געבען דין וחשבון פאר א צווייטען מיט א רואיגקייט

יחסן_גדול » זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:49 pm

· #538431
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו מיטהאלטן די חסיד'ישע וועלטליכע נייעס'ן און היסטאריע וועלכע עס ווערן אויסגעשמועסט אינעם קאווע שטיבל, צומאל קען איך אויך צולייגן אינטערעסאנטע זאצן צום שמועס.
איך האב שוין פון פריער אסאך געהערט איבער אט דעם דאזיגן קאווע שטיבל, יעצט איז געקומען די צייט אריין צו גיין דערינען און מיטהאלטן די זאפטיגע שמועסן און צולייגן דערצו ווען עס פעלט זיך אויס.

אכילת פרס » זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:50 pm

· #538432
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין קרוב צו די שלושים, כ'פארמאג א קביעות עתים לתורה, ווען דאס איבריגע צייט ארבעט איך צו זעטיגן מיין געזינדל, ב"ה מיט עטליכע מיני פרנסות וואס ברענגען אויך סיפוק, פאדערן טאלאנט און מחשבה, און זענען זאכן וואס זענען ברענגען ארויס געפילן פון אידישע קינדער (לאמיר זאגן: א זינגער, עפעס אזוי...).

איך בין אריבער אביסל אין מיין לעבן, אזוי ווי כמעט יעדער אידיש קינד... כ'פרוביר צו דינען דעם אויבערשטן אויפ'ן בעסטן שטייגער, אויפ'ן חסיד'ישן דרך, וואס מיינט חסידיש? דאס האלט איך אינמיטן זוכן...

עכ"פ האף מיר צו הנאה האבן דא, פארברענגען געשמאק און בארייכערט ווערן מיט ידיעות, און דעות פון אנדערע סארט פרצופים ווי מיר...

שלמ׳לע » זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:50 pm

· #538433
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן פאר אלע באליבטע דא אין קאווע שטיבּל, איך בין א איד פין מאנסי איך האבּ ליבּ מיטציהאלטן וואס טיט זיך אויף דער וועלט איך האב ליבּ צי זיך טרעפן מיט נייע מענטשן מאכן נייע חברים אין פארברענגען ציזאמען הערן אנדערע מיינינגען איך בּין אפן צי אלעס איך ווארט צי הערן פון דיר.

אקטיווע שרייבער » זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:51 pm

· #538434
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אזוי איך בין אין די נידריגע צוואנציגער יארן קען צומאל האבן אסאך קשיות און ספיקות איבער א שיינע פאר נושאים…
איז דא צוויי וועגן קלאר צו ווערן אדער זיצט מען אנליין פאר שעות…
אדער ווערט מען א מעמבער אויף קאווע שטיבל און מען קען זיך געהעריג אויסשמועסן די געדאנקען און פיעלינגס..

מתתיהו » זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:52 pm

· #538435
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם אלע חשוב'ע אידן פון קאווע שטיבל. איך פלעג ליינען דא פון צייט צו צייט, ביז מ'האט געטוישט די סיסיטעם אז מ'דארף זיין איינגעשריבן. לעצטענס זעה איך פון אינדרויסען אז מ'האט איבערגעפרישט דאס פלאץ און עס לעבט אויף אלע באקן (עפעס אזוי שרייבט איינער דארט..), האב איך באשלאסן צו נעמען די מיה זיך איינצושרייבן, און אז איך בין שוין אינעווענדיג האף איך צו קענען עפעס צוגעבען בעזר השם.

דניאל הערש » זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:53 pm

· #538436
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום וברכה
מיין נאמען איז דניאל הערש. (לעצטע נאמען ווערט נישט ארויסגעגעבן..)

איך בין א כולל אינגערמאן אין מאנסי, (געבוירן אין וויליאמסבורג) איך הער כסדר אין קאווע שטיבל אין בית מדרש, פון אינטערסאנטע נושאים וואס ווערן דערמאנט דא אויף "קאווע שטיבעל"
צוליב דעם האב איך מחליט געווען זיך איינצושרייבען דא.

איך האף אז די עולם וועט הנאה האבן פון די נושאים וואס איך וועל שרייבן.

אדמ'ס אייניקל » זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:53 pm

· #538437
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אדם הראשון'ס אייניקעל, איך האב מחליט געוון זיך איינצישרייבען אין קאווע שטיבעל ווייל איך האב ליב צי וויסען, ליינען, טראכטען, זעהן, הערן, וואס מענשן זאגען

נאזבאם » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:34 pm

· #538504
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך גיי'ס מאכן שנעל...
איך באלאנג בכלל נישט(ליין:נישט אויפ'ן פלאן) צו נהנאה זיין יעצט פון אוירה דאמירקה.

אבער כביכול דרייט א קאשא -פרעגט -זאגט -בארעכנט זיך
"נישט"
פארדעם מיט אונז ער לאזט אז ער אליין זאל פורן די וועלט ממילא דאס וואס גייט פאר בארצינו הקדושה האלט מיך אויף דא בחוצות די טרייפענע אמעריטשקע...מסודר בין איך נישטא...א געזעלשאפט זיך'עך...
¡בין איך דא צו פארברענגן מיט אייך!!

סידני אויסטראליא » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:34 pm

· #538505
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קומענדיג פון סידני, וויל איך מיטהאלטן און מיטקאכן מיט די נייעס, וואס קאכט זיך טיף אינערליך אין די דרויסענדיגע וועלט.
ווי פארשטענדליך איז קאווע שטיבל די בעסטע אפציע, זייענדיג די מערסע צענזור פריי.
מיר האפן דא צו מיטלעבן מיטן ציבור יראים ושלמים החרדים לדבר השם, בסייעתא דשמיא!

קובנא » דינסטאג אקטאבער 31, 2023 8:48 pm

· #538535
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
בעזרת השם יתברך
שלום צי אלע חשובע ליינער און איבערגעגעבענע שרייבער וואס געבען אוועק פון זייער זייערע צייט צי מהנה זיין אידישע קינדער
אזוי ווי מיין שפראך איז אידיש פיל איך אז די פלאץ איז שטארק געאייגענט פאר מיך ווי איך וועל אויכעט קענען הנאה האבען פון די רייכע ווערק וואס ווערט דא כסדר ארויפגעלייגט און פארשטייצעך צירוק צאלען אביסעל ווען מהאט מער צייט און מהנה זיין די עולם כפי יכולתי
איך האף אז מיר וועלען ציזאמען הנאה האבען וחפץ ד' בידינו יצליח

לאכעדיג » מיטוואך נאוועמבער 1, 2023 7:16 pm

· #538579
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך גלייך זייער די דעת הקהל.
כלל ישראל קאלערריט מיט די שענסטע קאלירן.
לאמיר אינאיינעם בויען א גאלדענע בריק פון אהבת ישראל וואס ווען משיח וועט קומען וועלן מיר אויף דעם אים מקבל פנים זיין מיט שטאלץ
בשם השם נעשה ונצליח.

למען השלום » מיטוואך נאוועמבער 1, 2023 7:17 pm

· #538580
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אני מעוניין בהיסטוריה ומנהגים פון חסידות וחסידים. אני כותב וקורא ספרים ובמשך השנים מצאתי אז דער קאווע שטיבל האט א סך גוטע אינפארמציע וועגן ענינים ונושאים וואס אינטערעסירן מיר.

טישל » מיטוואך נאוועמבער 1, 2023 7:17 pm

· #538581
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך פיל אז מיט מיין רייכע פעדער וועל איך קענען צי געבען אסאך צום זייטל,
און דער עולם וועט קענען הנאה האבן פון אינטערעסאנטע ידיעות .
וואס איך וועל אי'ה דא ארויף לייגן ,
אין כהאף צי קונה זיי פון דא אסאך...

פלאטץ » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 10:16 am

· #538596
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו ליינען און וויסן נייעס פון די אידישע וועלט און אויכעט להבדיל אלף אלפי אלפים פעמים פון די גאוישע גאס אהן קיין צענזור ממילא פלעג איך אריינפאלן דא מפעם לפעם אבער אזוי ווי מען האט חוסם געווען די נייעס פאר געסט מוז איך זיך איינשרייבן.

בשום אין פנים » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 10:16 am

· #538597
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פשוטע יונגערמאן וואס גלייכט זייער צי שרייבן און אויך צי ליינען צום זאך אזוי אויך אדורך טוהן פארשידענע נושאים און דברים על הפרק און עס אדורך שמועסן און אדורך טוהן מיט אנדערע אויף א געשמאקע און לייכטן רואיגע אופן

פאריאגט » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 10:16 am

· #538598
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גארנישט ספעשל, פשוט א געלעגנהייט צו שמיעוסן מיט אידן פון אימעטים וועג טאפיקס וואס זענען נוגע ביים אידישן עולם און בפרט אין די שווערע צייטן וואס מיר געפינען זיך

יענטע » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 5:53 pm

· #538751
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב געהערט אז קאווע שטיבל איז א היימישע פלאטפארמע פאר היימישע יונגעלייט מיט אפטאדעיט יודישע נייעס אלץ א גאר נייגעריגע מענטש פון אלץ קליין קינד האלט איך אז דאס איז די בעסטע איידיע פאר אזעלכע מענטשן ווי מיר דאס אז יעדער קימט מיט זיין חלק נייעס אין משמועסט עס אויז מיט נאך אידן געט עס א געוואלדיגע קלארקייט אין סיי וועלכע נושא

נייגיריגער » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 5:54 pm

· #538752
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א רעגעלער איד וואס גלייכט צו ליינען אין שרייבן איבער סיי וועלכע נושא עס קומט נאר אינטער גאר א נייגיריגער אין האט ליב צו געוואר ווערן נייע זאכן איך בין א טאטע פון דריי קינדער חתונה געהאט פאר 7 יאר אין איך וואוין אין מאנסי עיר הקודש

באס רוט » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 5:54 pm

· #538753
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א געווענליכע אינגערמאן פון וויליאמסבורג פינף אוו צוואנציג יאר אלט צוויי קינדער בלי אין הרע איך האב א ביזנעס וואס רעקרוטירט ארבייטער ווי ס'איז דא גוטע טעג און נישט אזעלכע גוטע ביינאכט האב איך ליב צו זיך אויסזשוכענען אויף קאווע שטיבל וואס האט מיר געברענגט צו עפענען מיין ניק וואס נאך?... זהו

זייער פיין » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 6:12 pm

· #538756
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטען, שלום עליכם, איך האף הנאה צי האבען פון די געשמאקע אמטאספערע, און אז יעדער וועט הנאה האבען דא פון מיר, איך גלייך צי לערנען נייע זאכן, נייע געדאנקען וואס ווען האלטען מיין מח אקטיוו

קרישקע » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 9:26 am

· #538958
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אידיש אינגעלע וואס דאווענט אין לערנט מיט א קאווע צי דער זייט!
א קאווע קומט פון א קאווע שטיבל ווי עס טרעפן זיך צוזאם היימישע אידן פון אלע שיכטן אין קרייזן צו הערן א גוט ווארט, א דבר חיזוק, אדער פון צייט צו צייט א שיינע חסידישע שמועס, אביסל פאליטיק וכדומה.
נאך א פיינע קאווע איז די מוח קלאר צו קענען האבן קלארע מחשבות, און זיך מדבק זיין צו השי"ת..

אפטימיסטיש » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 9:26 am

· #538959
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלס א זעלבסטדערקלעטער אפטימיסט האב איך די העזה צו היפאטיזירן אז איין טאג וועט נאך קאווע שטיבל צוריקטרעטן פון זייער פארארדענונג זיך צו מוזן רעגיסטרירן בכדי צו קענען ליינען תגובות, דערווייל וועט מען נישט האבן קיין אויסוואהל און זיך רעגיסטרירן

נאוואמינסקער » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 9:27 am

· #538960
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יונגערמאן וואס וויל זעהן וואס טיט זיך אויף די וועלט פון נייעז. איך בין נישט די סארט מענטש וואס רעגירט אויף נייעז. איך בין נאר ניגעריג. אבער איך וועל גייבען לייקס איוף זאכען וואס געפעלט מיך.

קאטשניא » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 9:27 am

· #538961
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מדארף אייביג ווילן וואקסן און קליגער ווערן דא זעעט אויס ווי גאנץ א פיינע פלאץ צו וואקסן און זיך אויסשמועסן. לאמיר דא צוזאמען אינאיינעם שטיייגן מעלה באקודש🙏

קליינע צדיק'ל » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:44 pm

· #539054
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אינגע יונגערמאן
האט ליב צו הערן ליינען און פרעגן טיף און פיל מיט געפילן
איך וויל זיין א חבר דא צו קענען פרעגן ענטפערן און ליינען
היות קאווע שטיבל איז אוצר וואס איז נישט דא ערגעץ אנדערש
איך וויל קענען אדורך'שמועסן זאכן מיט קליגע אידן

ליינען » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:44 pm

· #539055
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פרישע אינגערמאן אין איך זיך צי קענען מיטהאלטן די נייעס אויף א כשר'ע וועג מיין היים איז אין מאנסי איר האב געוויינט פארדעם אין וויליאמסבורג איך וויל מיך איינשרייבן צי קענען מיטהאלטן די אינטרעסאנטע נייעס

מחפש » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:44 pm

· #539056
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א טיפיקעל היימישע יונגערמאן אויפגעוואקסען אין א "נערמאלע" סביבה וכו', אבער איך זוך עפעס..., וועסטו פרעגן וואס זוכסטו? די תירוץ איך ווייס אויך נישט... אבער "עפעס" זוך איך... ווילסט מיך טרעפן וואס איך זוך אדער כאטשיג מיך העלפן פארשטיין וואס איך זוך... אדרבה! (איך מיין דו זוכסט איין זאך.... אייבערשטער!)

פרי עץ הדר » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:45 pm

· #539057
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פון קינדווייז אן האב איך געהאט אז שטארקע געפיל פאר נייעס און אינטערסאנטע מיינוגען דא אין קאווע שטיבעל איז די סחורה וואס ווערט געליפערט זייער רייל און אינטערסאנט נער דאס ליינען ווע דאס שרייבען און עס איז זייער נישט מצומצם יעדע דעב האט א ארט עס איז זייער ליבעראח נישט אז יעדע דעה איז ביי מיר מקובל אסער ווען עס קומט צו א פארעם פון נייעס וויל איך זעהן און וויסען אלה מיני דעה'ס נישט נאר געשטימט לויט די האבי פון איין קליינע קרייז דערפאר בין איך אינטערסירט צו זיין דא א מעמבער

יעקב קליינבערג » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:45 pm

· #539058
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אונז האמער אלע ליב אינטערעסאנטע נושאים, ״קאנטרעווירשל״ ווי מען ריפט עס היינט. אני הקטן בדרך כלל האב עס אויך ליב. איך בין שטארק קאנסיווארטיוו, איך גלייך צי ״הערן״ קאנספיראציעס… אמאל לאך איך זיך אויס און צומאל לייג איך צי קאפ…

קריגס מיניסטער » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:46 pm

· #539059
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך גלייך צו שרייבן, נאכמער צו ליינען, מיין מיינונג איז על פי רוב מער אויף די פאזעטיווע זייט, אפי' אויב עס קוקט נישט אויס אזוי, האב איך אבער א פאזעטיווע הסבר פארוואס.
איך קוק שטארק ארויס.

מנחם מאניס » דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 11:31 pm

· #539216
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א חשובע אינגערמאן וואס האט ליב צו ליינען אינטערעסאנטע נושאים בענינים העומדים על הפרק אין העט פרובירן צו געבן לייקס אויף זאכן וואס ער האט הנאה אי"ה און אפשר מיט די צייט זיך אויסלערנען אליינס צו שרייבען

צוויקא » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:04 pm

· #539245
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כ'האב באשלאסן צו ווערן דא א מיטגליד ווייל כ'בין נייגעריג געווארן צו הערן וואס מענטשן וואס האבן טייל מאל אפילו אן אנדערע מיינונג ווי איך, האבן צו זאגן.
כ'בין נישט זיכער אז כ'וועל זיך דרייען דא אזא סאך, קען זיין אז כ'על נאר אריין קומען מזמן לזמן, אבער אמאל אין א "שוואכע מינוט" ווילעך האבן א פלאץ ווי כ'קען זיך אנהערן מיט פארשידענע מיינונגען, און צוריק גיין צו מיין ארבעט, שטילערהייט.

מאנטעבעלא » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:04 pm

· #539246
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין שוין א מעמבער דא אפאר יאר. איך עפען דעם נייעם ניק אויף צו לאזן וויסן און שמועסן איבער שיעורים וועלכע ווערן געגעבן אין די מאנטעבעלא געגענט אין מאנסי. די שיעורים זענען תוכנ'דיג און תורה'דיג, און זענען געגארט פאר אזעלכע סארט חכמים וועלכע זענען מעמבערס דא.

רוני » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 9:33 am

· #539422
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך אינטערסיר מיר אין יידישע אוצר הספרים און היסטאריע ביכער, ווי אויך אין פארצייטישע פולמוסים [פאליטיק אין אונזערע שפראך].
איך האב אויך הנאה דורך צושמועסן און דיסקוסירן די היינטיגע מצב אין די יידישע וועלט, אויף א אפענער און ברייטקעפיגער פארנעם, אהן קיין צמצום המוחין.

טיפער » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 9:34 am

· #539423
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
העלא. וואס דארף איך צו שרייבן דא? אה, "עפעס וועגן אייך" אז איך האב מיך א נאמען געגעבן טיפער ווייל איך האלט מיך פאר אזאנס. "פארוואס איך האב מחליט געווען זיך איינצושרייבן?" ווייל איך האב געזעהן אינטערעסאנטע נושאים מיט א פרעכע הודעה דו קענסט נישט ליינען אן זיין רעגיסטרירט! wow ס'האלט שוין ביי פופציג ווערטער, איך האב נישט געוואוסט פערציג איז אזא קליינע ציפער...

משה ווייסבלום » דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:22 pm

· #539586
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן איך בון א אינגערמאן פון מאנסי היימיש חסידיש מיטה די פילע טראגע. אזוי ווי איך אלע. און א פלאץ ווי מען קען זית אביסל אויסשמיסן. איזה איביג א גיטע זאך וועגן דעם קים איך דא ארוף איך מיין אז איר ועט הנאה האבן אז איך בון דא און איר וועט הנאה האבן אז איך בון דא ..... איך מיין אז איך האב שוין 40 ווערטער סא הצלחה

אמת ויציב ונכון וקים » דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:23 pm

· #539587
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זיכט דעם אמת שוין א לאנגע צייט, איך פרוביר צו זיין א אמתדיגע איד, איך האט נישט ליב קיין פאלשע מעשיות, איך האב ליב צו ליינען אסאך

יאנקל בעל העגלה » דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:23 pm

· #539588
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אינגערמאן נישט צו לאנג צוריק חתונה געהאט! לעצטנס אנטדעקט די גרויסע וועלט צומישט צווישן מיינע מחשבות!וויליג צו הערן נייע איידיעס! אבער איך נעם די רעכט צו אריינרעדן ווען נויטיג... לאמיר האפן אז כוועל צוגעבן עפעס צו מקום דא

שלמה סגל » דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:24 pm

· #539589
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
בס''ד

איך האב געהערט פון גוטע פריינט אז די פלאץ "קאווע שטיבל" איז א זעלטען גוטע פלאץ פאר ערליכע אידן זיך צי דרייען און פארברענגען

פון איין זייט גלייבט מען נישט דא אז יעדער איינער וואס זיין עלטער זיידע איז געווען א וואוילער איד און האט היינט אונטער זיך א ציבור אידן אז ער איז טאקע א צדיק, און נישט יעדע מנהיג מיינט טאקע דעם אייבערשטן אויף הונדערט פראצענט

און פון די צווייטע זייט א פלאץ ווי מ'קען באמת פארשטיין די גרויסקייט פון די ממלא כל עלמין און צי דער זייט פארשידענע אנדערע וויסענשאפטען און פיל מיט רייכע היסטאריע א.א.וו.

שרייב איך מיך איין און מיט הילף פון השי''ת וועט מען קענען ציזאמען פארברענגען אויף לאנגע געזונטע יארן

פארקלאצט » דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:24 pm

· #539590
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שרייבנדיג אויף יעדע סארט פאפיר מיט יעדע סארט פענע
איז קאווע שטיבל געווען גאנץ א באנוצטע זייטל וואס מען האט אויפגעמישט פון צייט צו צייט,
די צייט איז פארלאפן,
עס איז געווארן פארשלאסן,
אבער עס איז דאך העכסט אינטערעסאנט,
דעריבער ברויך מען נעמען די שריט,
פון אריינקומען אין קהל אלס מיטגליד.

שעפטאל » דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 9:57 pm

· #539592
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פארקלאצט #
שרייבנדיג אויף יעדע סארט פאפיר מיט יעדע סארט פענע
איז קאווע שטיבל געווען גאנץ א באנוצטע זייטל וואס מען האט אויפגעמישט פון צייט צו צייט,
די צייט איז פארלאפן,
עס איז געווארן פארשלאסן,
אבער עס איז דאך העכסט אינטערעסאנט,
דעריבער ברויך מען נעמען די שריט,
פון אריינקומען אין קהל אלס מיטגליד.
פארקלאצט איבערן שלום עליכם אשכול האבעך זיך געטראפן פארקלאצט איבער פארקלאצט'ס פארקלאצט'קייט.
קוקסט אויס ווי א פיינע שרייבער
עליכם שלום לאמיר האפן מ'וועט זיך בקרוב פארקלאצן אויף דיינע ווערק

שטריימל » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:03 am

· #539622
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער ליב צו ליינען און דערשמעקן געשמאקע ענינים, אזוי אויך צו שרייבן און צולייגן הוספות אויף פארשידענע געשריבענע זאכן, ספעציעל היימישע געשמאקע נייעס און אפדעיטס וואס קומען פאר ביי אנשי שלומינו

קארטל » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:04 am

· #539623
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אזוי ווי איך בין ברוך השם באהאווענט און אסאך אינטערעסטאנטע נושאים אין איך האב א גוטע פעדער וואלט איך געקענט באשטיין אז דער עולם זאל אויך הנאה האבן פון מיין נאליטש און איך האף קונה צי זיין אסאך אינטערעסטנטע זאכן פון דא

בינה ודעת » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:05 am

· #539624
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
בעזרת השם יתברך איך וויל הערן און ליינען אלע נייעס פון די חברי חדר הקאפי וואס ווערט אן גערופן קאווע שטיבל בלע''ז וואס שרייבן אלע מיני אינטערעסאנטע נושאים אידישע און וועלטלעכע און עקענאמישע און סתם אזוי אלע מיני נייעס וואס טו זיך נאר אלץ נישט אפ אויף דער גארער וועלט וואס דער איין איינציגער באשעפער האט באשאפן אין זעקס טעג און אינעם זיבטן טאג האט ער גערוהט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94