שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
זייער נייגעריג אין וויסנשאפט און פילאזאפיע.
נישט דא נאך אזא פלאץ וואו און היימישן קאווע שטיבל זיך צו צינויף רעדן מיט היימישע ברידער , זיך צו קענען געשמאק אויס טע'נען אין פארשידענע ענינים און ארויס קומען מיט א קלאר קייט לאמיתה של תורה.
איך האף אז עס איז נאך דא א מקום אריין צו רעדן אין אלע ענינים וואס זענען שוין אזוי ברייט אויס געשמיעסט געווארן דא.
איך קען נישט אייביג שטיין אין א זייט אין צוקיקען ווי יענער פארברענגק גישמאק אן אריינהאקען אזוי ווי א יעדע חסידת,
עוורעדש אינגערמאן, דאווען אין א קליין שיל'כל , גלליך צי הערן אין שערן א גיט ווארט
איך בין א ציווילע מיטלמעסיגע יונגערמאן לא חכם ולא טיפש לא ארוך ולא גוץ מיט א נאטורליכע דורשט נאך ידיעות, חומר למחשבה, פיליסאפישע דעבאטעס וכדומה האפט צו שטילען זיין דורשט מיט אביסעל קאווע...
ווי אויך גלייכט צו הערן אביסעל קראנטע נייעס
איך בּין אן אקטיווער שׁרייבּער אין אייוועלט אבּער די שׁטרעגע צענזור גייט מיר אויף די געהירן, אינאף איז אינאף
איך בּין א טיפּישׁער חאסידישׁער יונגערמאן מיט א פּענע צו מיין בּאזיץ און כגלייך אלגעמיינע פּאליטישע פּאליטיק און אידישׁקייט דיסקוסיעס
שלום עליכם אלע חשוב'ע געסט
@פינטעלע איד@פארווע חסיד@ואאלפך בינה @משׁה שׁפּיראמאכטס ענק באקוועם און לאזט ענק הערן!
איך בין נייגעריק אין וויסען די נייעס פון א כשרע מקור נישט פון ליינען צייטונגען, איך בין א בן תורה איך האף אז איך ווען הנאה האבען.
איך בין א פשוטע עמך איד וואס דרייעט זיך נעבען אייך. איך פארמאג שיטות און נגיעות פונקט ווי אלעַ אנדערע בשר ודם'ס. אבער איין כלל האב איך, ווען איינער זאגט פארקערט ווי מיר איז ער נישט קיין שגץ און ניטאמאל פעלט איםַ שכל. שטענדיג וועל איך זיך פראבירן אריינצולייגען אין יענעמס שיך און פארשטיין פארוואס אונז זעמיר נישט אויף איין פעידזש. און איך בעט די זעלבע רעכטען אויף פארקערט.
I have lots of poetry trying to share it with people who love the yiddish language
I am chasidish yingerman, (biber hat, G&G rekel and coat) I live in Brooklyn, married for 10 years, I like to schmooze anonymously and satisfy my curiosity, I do not have a smartphone, I am antiestablishment.
Dear חברים
First I would like to thank you from my heart for giving us such a rich platform and a voice for every
פשוטער איד
I’m a very big fan of your great work may it be it flourish with success
עד שלא נוצרתי איני כדאי, ועכשיו שנוצרתי אשים לי בבית ה ובחומותיו יד ושם טוב. כוונתי להגדיל תורה ולהאדירה ולקדש שם שמיים ברבים. ויהא רעווא שלא אכשל וישמחו בי חברי, ולא יכשלו חבירי ואשמח בם.
איך וויל רעדין מיט דער עולם אודות וואס גייט אין די וועלט.
איך ביין א הייסע מתנגד, פון א בעלזער ייחוס. איס דא א סאך וואס איך כען רעדין דא. איס דא א סאך וואס צו רעדען.
איך בין א סאטמערע טאהשע חסיד פון דערהיים אויס
אבער מער א חסיד פון הרב פינקוס און די סארט
איך האב ליב היסטארי'
און איך האב עס ליב מיטצוטיילן אויך און הערן פון אנדערע אויך
פארברענגן אין שמוסען איבער די ענינים איז ממש א חיות פאר מיר
ברוכים הבאים פאר אלע נייע מעמבערס.@אנאנים
@אלף@קא משמע לן@yesiknow@dan@זעקעל@בר בי רב@s054@פיינערמיר קוקן ארויס צו הערן פון ענק! Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
yesiknowI have lots of poetry trying to share it with people who love the yiddish language
איז אויב אזוי פארוואס טאקע שרייבסטו נישט אין אידיש??
א גאסט אין שטיבל- איך וואוין אין מאנהעטען, לערן היסטאריע און פאלאטיק, און לערן תורה אין בארא פארק. איך וויל בעסערן מיין אידיש און לערנען תורה און אויך לערנען מער וועגען דער חסידישע וועלט אין ניו יארק און די גאנצע וועלט.
איך האב זייער ליב צו לערנען אבער איך זע אז פאר רוב מענטשען ענדיגט זיך עס ביי דעם, און איך דריי מיך ארום אינגאצען פארוואונדערט וויאזוי מענטשען קענע לערנען און בלייבען אינגאנצען ציללאז און די תורה מאכט גארנישט פון זיי, און איך בין אנטשלאסען עס צו טוישען, עכ"פ ביי די מענטשען אויף וועם איך האב אן השפעה
א גוטע וואך און שלום עליכם
@מאַנהעטנטר איד און
@תורה ודעת. לאזטס ענק הערן!
תורה ודעתאיך האב זייער ליב צו לערנען אבער איך זע אז פאר רוב מענטשען ענדיגט זיך עס ביי דעם, און איך דריי מיך ארום אינגאצען פארוואונדערט וויאזוי מענטשען קענע לערנען און בלייבען אינגאנצען ציללאז און די תורה מאכט גארנישט פון זיי, און איך בין אנטשלאסען עס צו טוישען, עכ"פ ביי די מענטשען אויף וועם איך האב אן השפעה
לאדיך אפ ס'אשאד דיין צייט, גרעסערע פון דיר האבן שוין פרובירט אבער אן ערפאלג, געדענק, time is money.
אפשר יא זיכער נישט, ואין ספק מוציא מידי וודאי. וואס איז זיכער איז זיכער, ווער ס'האט די מאה דער האט די דעה, הדא הוא דכתיב time is money. 😃
צאפעליג האב איך זיך אנגעטראפן מיט דעם סייט קאווע שטיבל און איך האב געזעהן ווי אידעשע קינדער העלפן ארויס אנדערע האב גלייך געזאגט אז איך וויל זיין א חלק פון די חבורה מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס נאר א קליין ווארט קען אלס אויפטוען
איך בין א יוד, א מענטש, איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין זיך לערנען פון חברים און אויסטוישן געדאנקן און פילע topics איך enjoy א פלאץ וואו מען קען דיסקוסירן הייסע האקעלע נושאים אן אריינפאלן אין namecalling און אנדערע שלעכטע אויפפירעכצער, וואס איז א זאך וואס מאנגלט זיך these days....
איך האלט מיך פאר א רעלאטיוו אויפריכטיגער און אביעקטיווער מענטש....
נאך עפעס?
,zet ois intersant mit tzihalten, in shtipen di tzeit in kave shtibel. ich ervart tzi hanue huben fin de site. im having a hard time to filling up this field to get to forty words i hope im done with the goal to get to forty words.. OMG!
שלום עליכם די פרישע מעמבערס. הלא הם:
@אני יכול@אנאנים
@וואנדערער@Avishמאכטס ענק באקוועם, און לאזטס ענק הערן!
א פשוטער איד וואס זוכט צו ליינען אינטערעסאנטע ענינים בשעת ער טרונקט זיין קאווע,
זיך רייך מאכן די קאפ מיט נייע ידיעות אין טיפע מאמרים אין אלטוועלטליכע נושאים.
א גוטן איך קום צו קאווע שטיבל ווייל עס איז א געשמאקע פלאץ צו קענען ליינען און שרייבן. איך האף אז איך וועל קענען צוגעבן הערות וואס וועלען זיין אינטרעסאנט פאר די עולם
Hi,
I'm here to Shed some light regarding Sholam Weiss's injustice.
גארנישט ספעציעל פלען אביסל זיך אויס צו ליפטערן
גאר גוט
הצלחה וכל טיב וטוב
הקטן יוקל' שמש
א גוטן טייערע קאווע טרינקערס, איך דריי מיך דא ארום פאר א שטיק צייט, איך האב זייער הנאה פון דעם שטיבל און פון אייער הערליכע אויסגאבע, און איך מיין איך האב אביסל וואס צו צולייגן דא און דארט,און געדענקס נישט אלעס איז שווארץ און ווייס, ביי אסאך פעלער איז עס ונהפך הוא!
איך וויל פרעגן & שערן אינטערעסן, שאיפות, חסידות, טאלאנטן, און נאך ענינים וואס איז שווער צו פרעגן אין די אפענטליכקייט. איך וואין אין ברוקלין, א היימישער אינגערמאן
שלום עליכם אלע חשוב'ע נייע מעמבערס:
@ווארימל@אנאנאמיס@שלום ווייס@יוקל שמש@ונהפך הוא@קעשקעטעלמאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!!I’m looking for a place where I can red something funny and good online and I think that this site is the best for that
איך בין נישט קיין פראפעשינל שרייבער בכלל אבער אז מען מוז מוז מען.. אפשר אז איך וועל נוצן אסאך פונטלעך וועט דאס זיין גענוג און וועל יוצא זיין די חיוב פון הונדערט און עפעס כאראקטערס אין דעם אפטיילונג.................................................אויף ווידערזען
איך בין א יונגער חסידישער היסטאריקער און חקרן, וועלכע זיכט א פלאץ אויסצוליפטירן מיינע געדאנקען און טעאריעס, פראגעס און ספיקות וועלכע קענען נאר געלייזט ווערן דורכן דעת רבים.
מיין ארטיקל ערשיינט אינעם וועקער אונטער'ן פען נאמען מנחם מענדל, צמח איז דאך כידוע בגימטריא מנחם, סוד קל"ח פתחי חכמה שזהו סוד נחלי"ם, און מיר האפן אלע אויף דעם גרויסן את צמח דוד וואס זאל זיין במהרה תצמיח.
שלום עליכם אלע נייע מעמבערס.
i read this this forum for a couple of years and its a pleasure now i would like to become part of such an a group.mazing
and to be part of the discussions and to say my opinions as well.
א ברייטער פארשטאנד מיט טיף זיניגער חידושים. געלערענט אין פיל מקצואות.
עס איז געווען זמנים וואס יעך בין געווען עקטיוו דא, מיר האבען געגליכען די שריפט שטעלעריי און ווי אויך האבען די ליינער געגליכען די מאטריאל. אבל דא עקא עס איז געקומען א תקופה וואס מיר האבו זיך געמוזט פארהוילן און עוסק זיין אין די עבודת הקודש פון שטיצן די אייגענע מוסדות ב״ה, צייט איז געווארן עטוואס ענג. אבער ב"ה די פינאנציעלער שטאנד האט זיך פילפאכיג פארבעסערט מיטן לאזן די רבוש"ע פירן די מוסדות אן מיינע צוויי סענטיגע פארשטאנד און השתדלות, און ב"ה צייט האט אנגעהויבן עטוואס מער אריין קומען אדורך די פענסטער. אלץ אל ימנע טוב האט אנכי הק' מחליט געווען עס איז צירוק צייט צו נעמען די פעדער (קי באורד) אין די האנט אריין צו לאזן הערן דעת קדשי.
אַ איד ווי אַלע אידן. איך רעד אידיש פון דער היים, און איך האָב שוין איבערגעזעצט עטליכע ביכער/העפטלעך אויף אידיש.
איך פאַראינטערעסיר זיך מיט שפּראַך און דיאַלעקט פאָרשונג, ווי אויך מיט אידישע געשיכטע, און בכלל אידישע זאַכן.
א כרפס איז כשר לפסח ולכל ימות השנה, און געשמאק אויך פאר א נאש און פאר יעדע צייט
מיר פראבירן אויך אזוי צוטון, און זיין כשר און געשמאק, אדרבה פארזוכט דערפון.
א כרפס איז כשר לפסח ולכל ימות השנה, און געשמאק אויך פאר א נאש און פאר יעדע צייט
מיר פראבירן אויך אזוי צוטון, און זיין כשר און געשמאק, אדרבה פארזוכט דערפון.
איך זיך טאלאנט טיפע געדאנקען וואס דאס רעדט צו מיין נפש און צו אויסליפטרן מיין זעהל מיט אביסל העכערע דערהערן ווי אויך אויסצוטוישן אינפארמאציע מיט באניצער איך געהער צו די אלטרא חסידיסטישע סעקטע וואס פארופט זיך סאטמער און פראביר צו הערן און נישטערן אביסל פון אנדערע אויך
שלום עליכם אלע נייע מעמבערס
@פאלקאוויטש123@Meinung Zuger @דוראק@כרפס@קלייןקעפיקמאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
דוראקאַ איד ווי אַלע אידן. איך רעד אידיש פון דער היים, און איך האָב שוין איבערגעזעצט עטליכע ביכער/העפטלעך אויף אידיש.
איך פאַראינטערעסיר זיך מיט שפּראַך און דיאַלעקט פאָרשונג, ווי אויך מיט אידישע געשיכטע, און בכלל אידישע זאַכן.
שלום עליכם הרב דוראק: איך האף אז דו ווייסט וואס דער טייטש פון דעם ווארט דוראק מיינט אין א געוויסע שפראך.
אויך. דו זאגסט אז דו האסט שוין איבערגעזעצט עטליכע העפטעלעך אויף די אידישע שפראך. איז מיין שאלה. פון וועלכע שפראך...?!
ועוד. איך האב אויך זייער שטארק ליעב צו געפונען דעם מקור און שורש פון ווערטער אין עטליכע שפראכן. אידיש. ענגליש. ספאניש...!
אויך האף איך אז אונז וועללן אי"ה האבן א סאך וואס צו שמועסן...!
שוין לאנגע יארן וואס איך טרינק קאווע דא, אפאל מיט קעפיע"ן אמאל דיקעפינעיטעד, מאכט זיך אמאל וואס ס'איז גאר א שווארצע ביטערע קאווע. אמאל הצד השווה שבהן את קאוועך אנו שותין.
כ'האב שוין איטליכע מאל פרובירט זיך צו רעגיסטרירן ולא עלתה בידי. מכירו הייתי לשעבר ועכשיו ביותר זייענדיג קווארענטירט מיט דאס געזינדעל.
ובזה החלי.
איך לייען שוין לאנג קאווע שטיבל, דא און דארט, עס איז לפעמים מחיה נפשות כמים קרים על נפש עייפה.
צומאל, אבער כמים חמים על נפש מולהבת, און איך האב מיר געדארפט בייסן די צינג.
א היימישע באטעמטע בחורל וואס האט א גוטן פענע, מיט א ליבשאפט צום אידישן שפראך, א געטרייע ליינער פונעם וועקער, איך גלייך כל מיני באשרייבונגען אין ארטיקלען פון אלע סארט. בהצלחה
כ'האב אביסל געליינט יעצט ארטיקלעך בנוגע דעם קאראנע ווירוס, ספעציעל
@לעיקוואד'ס ארטיקל "אבל אשמים אנחנו", און ס'האט מיר באטראפן טיף אין הארץ. האב איך דעריבער באשלאסן זיך אנצושליסן אין קאווע שטיבל און זיך קענען משתתף זיין מיט אן ערנסטקייט. מיינע אינטערעסן זענען תורה, גדולה, חסידות, קונסט, און מדע. איך האף אז מיין באטיילונג וועט זיין פאזיטיוו פאר מיך און פאר די ארומיגע. יישר כחכם פאר צושטעלן דעם שטיבל, און לאמיר שוין טועם זיין אביסעלע קאווע...
בלאנד בלויע אויגען אין די צוואנציג'ער יארן קיין קינדער מיט א ווייב וואס ער ליבט מיטען גאנצע הארץ.
אינטעלעקטואל ברויזנד צימאל שטיפעריש ציניש כריזמאטיש אבער שטיל.
אנטריסטעט מיט די לעבנס שטייגער ער האט נישט געוועלט אבער געפילפול אירע מענטשען.
צעמישט זאל ער איר איבער לאזען אדער פראבירען מאכען א טויש הגם זייער פסעמיסטיש איבער דעם לעצטען.
זיין הומאר האט ער אין זיינע עסענישען פארלוירען.
איך בין א איד פין חסידישע אפשטאם, און האב זייער ליב ארט און קונסט, איך האף צו קענען שרייבען אויף זיי וועלכע טעמע אויף א וועג וואס דער רבים זאל הנאה האבען.
איי איי, מיינע קינדער וואקסן שוין באלט אריין אין די שידוכים יארען, און דער וועלט ריקט זיך פאראויס, יעצט מיט קאראנא איז דא גאר אסאך צייט צו אטעמען שרייבען. האף איך צו קענען צוריקגעבן צו קהל דורך שרייבן.