☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

moody » מיטוואך יוני 9, 2021 11:39 pm

· #475266
Wow!
13 פרישע חברה איך מיין אז דאס איז נאך אין די היטאריע פון ק"ש נאך נישט געווען. מן הסתם א פאסט-קעראנע סימטאם. בכלל איז קענבאר נאך אנדערע סימפטאמען למשל, א פשוט'ע איד, איז גאר דער דער וואס האט ליבעראלע מיינונגען אן אנדערנס פעווערעיט עסAאיז חומוס מיט פאפקארען. מ'דארף אויסטשעקן וואס דא קומט פאר.

תרמב » דאנערשטאג יוני 10, 2021 12:43 am

· #475277
אויף די אשכול קען מען זיך אויסדרוקן די מליצה אלף נכנסים אל בית מדרש ואחד יוצא להוראה, להבדיל, פון צעהן וואס שרייבן זיך איין איז קוים דא איינער וואס נעמט זיך שרייבן.

ABE GOOL » דאנערשטאג יוני 24, 2021 7:44 pm

· #476609
איך בין א אינגרמאן דאר נארמאלע הויךגגייט איך גיי מיט שיך און זאגען מיט א היט
איך גיי לייטדיג מיט די צייט איך זיך וואס צי טיון אוסער דעם זיך איך צי וועם צי רעדן און שמיסען סא דא בין איך וואס איז נייעס??? איך זיך אנצפילען די קעסטעל סא איך האב נישט וואס צי שרייבן

חספא בעלמא » דאנערשטאג יוני 24, 2021 7:45 pm

· #476610
יש המהלכים ושבע תועבות בלבם, ומחליקים על כרסם בכמה דפי גמרא.
המתפלל היום מפני שהתפלל אתמול - רשע טוב הימנו.
כל הדברים שבעולם אפשר לחקותם, חוץ מן האמת. שכן אמת מעושה - שוב אינה אמת"
(רבי מנחם מנדל מקוצק)

קידוש » דאנערשטאג יוני 24, 2021 7:45 pm

· #476611
איך בין א חסידישער יונגערמאן, כ'באקום כסדר לינקס אהער, און כ'האב הנאה פון דעם שיינעם קרעמל, טראץ דעם וואס איך בין נישט איינשטומיג מיט אלע דעות דא.
כ'זוך דא צו קענען מיט-שמועסן מיט די חברים איבער די אקטועלע און אידישע נייעס, אזוי ווי אין קאווע שטיבל.

דיעה זאגער » דאנערשטאג יוני 24, 2021 7:46 pm

· #476612
איך גלייך צי ליינען פין אינטרעסאנטע ארטיקלען אוודאי ווען אראפגעלייגט מיט אידיש זאפט, אין ווי מיין נאמען זאגט, בין איך בכלל נישט שעמעדיג צי צילייגן מיין אייגן דיעה...

שבעים לשון » דאנערשטאג יוני 24, 2021 7:46 pm

· #476613
אלס אן איש המעש בכמה תחומים דארף מען זיין אינפארמירט, דער היינטיגער פוק חזי מה עמא דבר, איז קאווע שטיבל אן ארנטליכע פלאטפארמע ארויסצוגיסן אדער זאמלען אינפארמאציע פונעם ברייטן אידישן ציבור בכלל ובפרט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 24, 2021 7:56 pm

· #476616
נחמד
איך בין א שטארקע דאבשינע חסיד, וואוינט אין לינדען, זוכט נישט פאליטיק האט ליב חומוס מיט פאפקארן. זוכט צו סאציאליזירן אונליין. איך שרייב גוט און קען גוט זינגן אויך

נחמד: אז דו קענסט (גוט) שרייבן זעה מיר שוין. יעצט לאמיר הערן עפעס א שיינעם, ווארעמען התעוררות'דיגן ניגון...!,

טענה » דאנערשטאג יולי 1, 2021 9:34 pm

· #477024
איך טוה דא ליינען און איך האב געוויסע מיינונגען צו זאגן, און און איך וויל מיר אנרופן ווען איך האב עפעס צו זאגן, ביז יעצט צוז איך מיר האטן שטיל, נישט קענענ'דיג שרייבן

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 1, 2021 9:35 pm

· #477025
כאהב שוין פון לאנג א הנאה פון די סייט האב איך באשלאסן צו ווערן א חלק דערפון, ווי איר וועט זוכה זיין צו הערן מיין געוואלדיגע דערהויבענע בויך תורות, האפנטליך וועל איך זיין אנשטענדיג און נישט צו שארף

מקוהאיד » דאנערשטאג יולי 1, 2021 9:35 pm

· #477026
איך בין א פרימע חסידישע באנק קוועטשער, אויך האב איך זייער ליב קאווע מיט ציקער איך גיי און מקוה יעדן טאג איך זיך ארבעט שוין גאר א לאנג צייט פארשטייט זיך א דזאב וואס פארלאנגט א גאר פארפרימטע שטיפער וד״ל אויפשטיין טו איך און די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן און בקיצור...

אני-הק' » דאנערשטאג יולי 1, 2021 9:36 pm

· #477027
איך בין נאך קליין, קליין מיין איך א קליינע מענטשעלע, וואס לאזט אן אנדערער זיין גרעסער פון מיר, איך פרוביר מקיים צו זיין ומכל מלמדי השכלתי, און איך פרוביר מיך צו האלטן זייער קליין,
און די זעלבע צייט טאנץ איך אויך "קדוש קדוש קדוש", קדושים תהיו הייליג דארף מען זיין, ממילא טאנץ איך אויף א פארהייליגטע בארג, מיטן שטענדיג נאכלויפן אלע געהייליגטע.
אני הק' - הקדוש שבקטנים, הקטן שבקדושים

סדרן » דאנערשטאג יולי 1, 2021 9:39 pm

· #477029
אלע פרישע מעמבערס זענען מכובד זיך אנצוגיסן א גלעזעל קאווע, זיך מאכן באקוועם, און זיך לאזן הערן. שעמטס ענק נישט!

אייראפעישער חסיד » זונטאג יולי 11, 2021 1:27 pm

· #477463
אני-הק'
איך בין נאך קליין, קליין מיין איך א קליינע מענטשעלע, וואס לאזט אן אנדערער זיין גרעסער פון מיר, איך פרוביר מקיים צו זיין ומכל מלמדי השכלתי, און איך פרוביר מיך צו האלטן זייער קליין,
און די זעלבע צייט טאנץ איך אויך "קדוש קדוש קדוש", קדושים תהיו הייליג דארף מען זיין, ממילא טאנץ איך אויף א פארהייליגטע בארג, מיטן שטענדיג נאכלויפן אלע געהייליגטע.
אני הק' - הקדוש שבקטנים, הקטן שבקדושים

קיין ערלויבעניש פאר קליינע קינדער דא!

איינזאמערנשמה » מיטוואך יולי 14, 2021 1:03 pm

· #477601
איך בין א יונגערמאן וואס ליינט שוין קאווע שטיבל שיין שטיקל צייט און איך האב גרויס הנאה דערפון קיינמאל נישט עכט געטראכט פון וואס איך קען צוגעבן פאר די קאווע פאמיליע אבער למעשה טראכט איך שוין לעצט שטיקל צייט פון א געוויסע טאפיק וואס פונקט היינט זעה איך אז איינער געעפנט א פרישע אשכול דערוועגן און איך שפיר אז איך קען דארט צוגעבן מיינע צוויי סענט

העכערקייט » מיטוואך יולי 14, 2021 1:04 pm

· #477602
א גוט יאר צו אייך קאווע שטיבל פארברענגער!
איך האב זייער ליעב וויסנשאפט אין איך מיין אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאטפארמע פאר דעים אויף מאמע לשון
אזוי אויך גלייך איך שטארק מחשבה מיט ברייטקייט וואס מען טרעפט נאר דא
האף איך אז איך וועל קענען עפעס צוגעבן דא.

מעגסט ציטערן » מיטוואך יולי 14, 2021 1:04 pm

· #477603
עס איז אינטערעסאנט. אינהאלטספול .איך גלייך זייער די נושאים וואס ווערן ארויפגעברענגט
איך האף צו מיטטיילען מיטן עולם געדאנקען, וואס קען זיין אז ס’וועט זיין לתועלת
אזוי אויך צו באקימען תשובות אויף ענינים שונים וואס קענען מיר ציניץ קימען אין טאג טעגליכען

אברהם קאלמאנאוויטש » מיטוואך יולי 14, 2021 1:05 pm

· #477604
איך פלעג שרייבן אין די העברעישע פארומס אבער איך וויל יעצט שרייבן אינעם מאמע לשון. איך בין אינטרעסאנט אין ספרים, ביכער, יידישע היסטאריע, וכדומה. איך בין אויך אינטרעסאנט אין אקטואליע, נייעס, אבער בעיקר אין עניינים פון יידישע היסטאריע און ספרים.

Nanach » מיטוואך יולי 14, 2021 1:05 pm

· #477605
איך בין א אינגערמאן פרום אבער אפען, מען דארף נישט אפלאזן אידישקייט צו זיין אפען. מען דארף נישט אפשערן די בארד ווייל זאכען פון די חינוך שמעקן מיר נישט.
אונז האבן א תורה פון אויבערשטן וואס מען דארף האלטן, און פרומקייט/עניינים איז זייער גוט ווען מען געדענקט אז עס איז נישט די תורה

יודל טריקען » מיטוואך יולי 14, 2021 1:06 pm

· #477606
פארוואס וויל איך ווערען א חבר? איך זיץ רוב טאג אויף מיין בענקעל (שטייטזעך צורעך פערנאָסע) שוין ארומגעשווימען דא פיל צענדליגע שעות אלץ א פרעמדער, יאך ווייס? איך וויל ווערען היימיש! העב איך זיך אנרופען כ׳האף אז יא אבער גיי ווייס.
איך האף אז דעס איז נישט מיין לעצטע פערציג ווערטער,

Olm » מיטוואך יולי 14, 2021 1:06 pm

· #477607
I am very interested in the have shtiebel.i am very interested in Jewish news and also politics.and I want to have more friend's I live in a quiet area and I want to have social life.i want to share my ideas and opportunities

סדרן » מיטוואך יולי 14, 2021 1:07 pm

· #477608
אלע פרישע מעמבערס זענען מכובד זיך אנצוגיסן א גלעזעל קאווע, זיך מאכן באקוועם, און זיך לאזן הערן. שעמטס ענק נישט!

כהן שבימיך » פרייטאג יולי 16, 2021 12:10 am

· #477780
איך בין א מיטעל עידזש אנגעזענע איד. א שווערע ארבייטער בייטאג מיט א שיעור קביעה ביינאכט. איך בין גיקימען זיך מזכיר זיין ביי די רבי שליטא

And please don’t make it so hard to join. I don’t want to tel my life story here

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 19, 2021 1:14 am

· #477900
כהן שבימיך
איך בין א מיטעל עידזש אנגעזענע איד. א שווערע ארבייטער בייטאג מיט א שיעור קביעה ביינאכט. איך בין גיקימען זיך מזכיר זיין ביי די רבי שליטא

And please don’t make it so hard to join. I don’t want to tel my life story here

באט איף יו טשוס טו טעלל, זעמיר אלע גרייט צו הערן און מיטפילן....

החוקר » מאנטאג יולי 19, 2021 1:29 am

· #477902
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
berlbalaguleh
פאליטיקאנט: איך קען נישט אזוי גוט רעכענען. אבער איך ווילל וויסן וויפיהל מאל דו ביסט שוין אריבער דייין 17'טן געבורטסטאג...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה. איינער האט געזאגט פאר זיין חבר אז ער געט איהם 100 דאללער אויב ער קען זאגן א ליגנט אומגעטראכט. רופטציך אן דער חבר..."דו האסט דאך געזאגט אז דו געסט מיר דאללער 200...!
בערל, ווען דער חבר האט ווען שכל געט ער אים 200 דאלער, איז סופו מוכיח על תחילתו אז עס איז נישט געווען קיין ליגענט, קען ער צוריק נעמען דאס געלט.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 19, 2021 7:21 am

· #477923
החוקר: איך הייסט טאקע נישט חוקר. און איך בין נישט אזוי איבערגעשפיצט.

נאר איך האב במסורה פון מיין רעבי'ן דער הייליגער יארמער רב שליט"א. אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה...!

מאן » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:51 pm

· #478207
איך בין מוסלים אין קאַשמיר איך ווי צו רעדן מיט פרעמדע פון ​​אַלע פרעמד רעליגיאָנס, איך בין אַוועק פון דער סביבה דאָרט. עס איז זייער שפּאַס און טשיקאַווע.

איך האָב באַשלאָסן צו קומען צו דעם פּלאַץ און רעדן פרילי. איך נוץ Google Translate. איך האב געשריבן און איך שרייב. אפֿשר שפּעטער איך לערנען צו שרייבן אין דיין שפּראַך ...

איך האָפֿן איך הנאה עס דאָ, און אַז איר אויך הנאה עס.

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:52 pm

· #478209
איך האב שוין לאנג געהערט פון דאס פלאץ און אויך געלייענט געויסע זאכען און געהאט אסאך וואס צו ענטפערען איך האב שוין לאנג געואלט ווערן א מעמבער\חבר דא אבער עס איז פשוט נישט אויסגעקומען ווי אויך זוך איך שוין לאנג א פלאץ וואו איך זאהל זיך קאנען אוסרעדן און זאגען מיינע מיינונגען און בלייבען בעילום שם

בן נון » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:52 pm

· #478210
א אינגערמאן פון א שטילע געגנט וואס זיכט זיך צו לאזן הערן איך גלייך צו קענן ליפטערן מיינע דיעות אהן סאוציעלע ענגזייעטי אביסל אויסשארפן מיין לשון לימודים איך האב נישט עכט וואס מיטצוטיילן אבער איך האף אז דאס איז געניג

זאבװאָלףסאָק » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:54 pm

· #478211
איך בין אַ װעלטלעכער ייִד װעלכער האָט זיך געלערנט ייִדיש איבער די לעצטע פּאָר יאָר דורך פּראָגראַמען אוּן אַ סך שמועסן מיט מײַן באָבע. איך בין גוט פֿאַרינטערעסירט אין פּאָליטיק, קלי־זמר, און אונדזער סבֿיבֿה.

סדרן » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:55 pm

· #478212
שלום עליכם אלע נייע חברים!

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 23, 2021 6:45 am

· #478229
מאן
איך בין מוסלים אין קאַשמיר איך ווי צו רעדן מיט פרעמדע פון ​​אַלע פרעמד רעליגיאָנס, איך בין אַוועק פון דער סביבה דאָרט. עס איז זייער שפּאַס און טשיקאַווע.

איך האָב באַשלאָסן צו קומען צו דעם פּלאַץ און רעדן פרילי. איך נוץ Google Translate. איך האב געשריבן און איך שרייב. אפֿשר שפּעטער איך לערנען צו שרייבן אין דיין שפּראַך ...

איך האָפֿן איך הנאה עס דאָ, און אַז איר אויך הנאה עס.

מאן: עס זיך קענט אז האסט דו געשרייבט דארעך גאאגל טרענס לעיט. אונז אין עמא ריקא (נישט פארטא ריקא) זיין שטארק צו פרידן אז דו טון ליינען שטיבל קאווא. אויך ביט ברענג נייס ואס אונזער ברידער (אין שוועסטער) טין אין דיין מעדינעה..! שקוי עך...! בירל בעללא אגאאל עה...!

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 23, 2021 6:50 am

· #478230
פאלאצ'ינטא
איך האב שוין לאנג געהערט פון דאס פלאץ און אויך געלייענט געויסע זאכען און געהאט אסאך וואס צו ענטפערען איך האב שוין לאנג געואלט ווערן א מעמבער\חבר דא אבער עס איז פשוט נישט אויסגעקומען ווי אויך זוך איך שוין לאנג א פלאץ וואו איך זאהל זיך קאנען אוסרעדן און זאגען מיינע מיינונגען און בלייבען בעילום שם

פאלאצ'ינטא: ייש"כ. איך האף אז דו ביסט מיט קעז. ווייל דאס האביך זייער שטארק ליעב. נישט נאר אום שבועות. נאר א גאנץ יאר.

איין בקשה. ביטע מאך עס מיט ספלענדא אדער זייליטאל. נישט מיט צוקער. יישר כח...!

איך אויך » זונטאג יולי 25, 2021 1:56 pm

· #478282
איך שמעק דא אפאר טראללס, אשאד דיין/ענקער מיה.

אין א נאמען » זונטאג אוגוסט 8, 2021 4:52 pm

· #479163
איך לעב פארן מאמענט אבער איך טרטכט פינעם צינקופט. איך בין א חסוד פין די באשעפער נישט פין די געזעלשאפט. מיינע אינטערעסן לויפט ארום אלעס וואס איז נישט טריקן און אובערגעקייט, ספיציעל אינטעריסרט מיר מוזיק, ארט, פיסכולאגקייט און גאט/ריליגיע.

משה יענקעלע » זונטאג אוגוסט 8, 2021 4:52 pm

· #479164
אלס א ראוי שטיבל ליינער וואלט איך געוואלט אטייל נעמען מיט אזעלעכע באלערענטע מענטשן מלא תוכן און פילע ידיעות. איך וואלט געקענט צוהעלפן מיט אסאך פון מיינע ידיעות די עולם זאת קענען הנאה האבן אזוי אויך אין די ענינים וואס ווער טרום גערעט און מאחורי על אחת כמ״ו יישר כח.

מאנדרא » זונטאג אוגוסט 8, 2021 4:53 pm

· #479165
איך גלייך שוין א לענגערע צייט דא צו ליינען און כ'האב אסאך מאל שוין געוואלט מאיר און מעיר זיין נו יעצט איז געקומען די צייט זיך איין צו שרייבן און קענען מיט האלטן לעבעדיג וואס דא טוט זיך

יָדוֹרָש » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:15 am

· #480570
איך בין דא צו לופטערן מיינע געדאנקען און צו הערן פון אנדערע. איך בין אויפגעוואקסן חסידיש, סאטמאר, אין וויליאמסבורג. געליינט אלע ספרים פון די אונטערשטע שאפע. האב ליב צו טראכטן, דיסקוסירן, און דערנאך איבערטראכטן.

חיימ שמעונ » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:16 am

· #480571
איך האב ליב צו וויסן די אמתע נייעס קלאר שיין און גלייך און איך מיין אז דא איז די רוכטיגע פלאץ פאר דעם איר פארשטייט

שש ושמח » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:22 am

· #480572
ווייל יעך גלייך דאס געדרוקט ווארט אזוי שיר השירים'דיג .
זיך אסאך מאל אריינגעכאפט ווי א שפאנישע אנוס אין כל נדרי קעלערן אין די קאווע שטיבעל און חוץ פון קאווע איז דא כל'ערליי מילכיגע געבעקסען און מיט א כשר הכשר איש דאס א וואויל ארט
אבער היינט האט דאס קעפעלע שליט געווען און די ידיים האבען בעלכרחו'דיג געפאלגט
וועגן מיר :איך האב ליב ווען די סביבה טרייסעלט-נישט פון צרות חלילה נאר צארענדע פון געלעכטער

hershy. » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:23 am

· #480573
and i want to whrite in onese a week and yes i can good whirite hi i love this platform its kosher a
and i dont have more to say

שופר גדול » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:25 am

· #480574
מ'גיימער מיטן סאטמערן קאסטיום, קינדער לערנען ביי די ר' משה שטערענבוך חלק, איך קען נישט מכריע צווישן זיי און ר' שמואל אויערבאך, גלייך זייער די אונגארישע קולטור. האב ליעב צו ליינען און שרייבן דברים ישרים ומוצדקים בנודע צום ארגינעילן אידישקייט. מיר זענען עוסק אין ביזנעס און פינאנציעלע ענינים. מיר האפן צו קענען צוגעבן עפעס צום געהויבענען ציבור דא.

shmelka shlof » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:31 am

· #480575
I HEARD AND READ AND SAW ABOUT IT AD LOOKS VERY INTRESTING AND THEN I DECIDEDDT TO
NHJKIO BGFGFV SIGHN UP ON YOUR PROGRAM AND I DO HOPE I WWILL ENJOY IT AND LEARNN NEW STUFF

פארואס נישט » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:32 am

· #480576
I think it's a phenomenal place for Jewish people to read Jewish news without needing to go search the Internet. i fully support it may Hashem give you all health wealth and happiness and everything you need

פרישקייט » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:32 am

· #480577
עטליכע יאר צוריק דא פיין פארברענגט אנע האבן א ניק, נאר אריינגעקומען מזמן לזמן און צומאל גאר שטארק הנאה געהאט פון ארטיקלן בענינים שונים
ב"ה אז היינט צו טאג'ס האב איך שוין נישט די עכטע צייט דערצו, יעצט אז כ'האב אביסל רואיג צייט זייענדיג נישט אזוי ביזי, האב איך געטראכט ביי מיר אפשר איז כדאי צו האבן א ניק יא צו קענען שרייבן אויב עס פעלט זיך אויס וכדומה

אהרן פ. » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:33 am

· #480578
איך בין אן ארבייטער וואס ארבעט שווער צו מאכן א דאלער נאכן ארבעט זיך איך מיט וואס איך קען מיך איוסטשוכן קים איך געווענטליך אהער. איך האב מחליט געווע צו ווערען א מעמבער נאך א לענגערע צייט וואס איך זעי אז די אינפארמאציע ביי מיר קען זיין בייהילפיג פאר פיל נושאים וואס וערן דא איוסגעשמיעסט. מיט סיעתא דשמיא וועלן מענטשן נהנה זיין דערפין.

פולישער קארגער » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:34 am

· #480579
I am a YID from ANSHEI SHLEOMEINE, and should be allowed to be a member in KAVE SHTEIBEL. unless of Course it belongs to the TZIBUR so you need unanimous approval from the TZIBUR

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 4:55 pm

· #480590
פולישער קארגער
I am a YID from ANSHEI SHLEOMEINE, and should be allowed to be a member in KAVE SHTEIBEL. unless of Course it belongs to the TZIBUR so you need unanimous approval from the TZIBUR

וואסי די דאפעלטע לשון, פולישער קארגער, אויב ביזטו א פולישער ביזטו אטאמאטיש א קארגער?! וואס ווילסטו מרבה זיין מיט'ן צולייגן קארגער??

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 10:02 pm

· #480593
דער גאלדענער אדלער: ויש לישב. אז צווישן פוילישע איז ער אויך א קארגער. ס'פונקט אזוי ווי מ'זאגט..."אן אונגערישער נאר"...! ס'איז דאך א כפל לשון...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה. 2 מענטשן גייען אריין אין א בעיקערי איינער אן אונגערישער. דער צווייטער א פוילישער (גאליציאנער). דער אונגערישער בעט דעם בעה"ב ער זאלל איהם געבן די פיינסטע, פרישסטע ברויט וואס ס'איז דא. ער געט איהם א פרישע ברויט. ער צאלט 2.50. ער גייט אהיים עסט די ברויט און האט הנאה פון די פיינע,געשמאקע, פרישע ברויט. דער גאליציאנער זאגט צום בעה"ב. געב מיר די ביליגסטע ברויט וואס דו האסט. זאגט דער בעה"ב. איך האב א ברויט פון נעכטן פאר העלפט פרייז. זאגט דער גאליציאנער.. אפשר האסטו נאך ביליגער. זאגט ער יא. איך האב א ברויט וואס איז 3 טעג אלט. וויפיהל קאסט עס...?10 סענט. דער גאליציאנער כאפט און גייט אהיים און עסט אויף. און ער איז זייער פרייליך אז ער האט נאר געצאלט 10 סענט פאר א ברויט...!

ברוך בענדיט » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 11:49 pm

· #481009
איך בין א אינגערמאן וואס האט ליב צו ליינען אוםצענזארטע ארטיקלען אין וויסן דעם אמת (אויב מעגלעך) אין איך דריי מיך שוין דא אויף קאווע שטיבל א שיינע פאר יאר אומרעגעסטרירט ביז יעצט וואס איך האב באשלאסן זיך צו רעגיסטרירן אין קענען ליינען אין שרייבן מיט א ראיגקייט.. איך האף איר וועט הנאה פון מיר
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94