☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

נורמאלי » דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:58 am

· #291203
איך פראביר צו זיין א נארמאלע מענטש צווישן די געזעלשאפט, טוען וואס יעדער טוט, טראכטן וואס יעדער טראכט, גיין אנגעטוען ווי יעדער גייט, וואוינען ווי יעדער וואוינט, גיין אין קאנטרי ווייל יעדער גייט, בקיצור א "נארמאלע" מענטש, איך בין נישט דיפערענט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:42 am

· #291238
דאונט ווארי, ק"ש וועט שוין מאכן א מענטש פון אים....

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 23, 2015 9:19 am

· #291242
נורמאלי
איך פראביר צו זיין א נארמאלע מענטש צווישן די געזעלשאפט, טוען וואס יעדער טוט, טראכטן וואס יעדער טראכט, גיין אנגעטוען ווי יעדער גייט, וואוינען ווי יעדער וואוינט, גיין אין קאנטרי ווייל יעדער גייט, בקיצור א "נארמאלע" מענטש, איך בין נישט דיפערענט.

העי, יעדער קומט צום קאווע שטיבל?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:09 pm

· #291279
זעהט אויס אזוי, וואס א טאג שפעטער, ווערט עס מער אין סטייל! והא ראי', דעם אשכול.

היימישע יונגערמאן » זונטאג יולי 26, 2015 3:01 pm

· #291768
איך בין א שטילע היימישע אינגערמאן דאווענט ערליך האט ליב די באשעפער אין איך האב ליב אינטערסאנטע נייעס אין שטופן די צייט איך האב ליב צו הערן מענטשליכע מיינונגען אויף אלע ענינים

שמח לעזור » זונטאג יולי 26, 2015 11:22 pm

· #291906
איך קען אביסל קאמפיוטערס אין איך האב ליב צו העלפן און אויך זיך צו לערנען איך קען גאנץ א משהו גראפיק בעיקר עימוד טאמער איינער דארף הילף איך בין רעדי צו העלפן פאר ווער סבעט נאר יודיש איז מיין מאמע לשון

בן חכמוני » זונטאג יולי 26, 2015 11:24 pm

· #291909
א פלעינע מענטש וואס באקומט צומאל לינקס פון דעם סייט אין פילט צומאל א דראנג צו מגיב זיין. איך פלאניר דירעקט נישט צו זיין שטארק אקטיוו. געהערן געהער איך אין ערגעץ נישט. טאלאנטען בין איך פול: מוזיק, תורה, היסטאריע, פיזיקס, פיינענס, געזעץ א.נ. מיין יארגאנג וואלט איך פריפערט צו האלטן אין געהיים. וואס נאך? ניין, דערווייל האב איך נישט וואס מיטצוטיילן מיטן עולם. סי יא אין די פארומס.

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 26, 2015 11:25 pm

· #291911
שמח לעזור
איך קען אביסל קאמפיוטערס אין איך האב ליב צו העלפן און אויך זיך צו לערנען איך קען גאנץ א משהו גראפיק בעיקר עימוד טאמער איינער דארף הילף איך בין רעדי צו העלפן פאר ווער סבעט נאר יודיש איז מיין מאמע לשון

א גוטן. נו, דו ניצט תג? אדער?

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 26, 2015 11:26 pm

· #291912
בן חכמוני
א פלעינע מענטש וואס באקומט צומאל לינקס פון דעם סייט אין פילט צומאל א דראנג צו מגיב זיין. איך פלאניר דירעקט נישט צו זיין שטארק אקטיוו. געהערן געהער איך אין ערגעץ נישט. טאלאנטען בין איך פול: מוזיק, תורה, היסטאריע, פיזיקס, פיינענס, געזעץ א.נ. מיין יארגאנג וואלט איך פריפערט צו האלטן אין געהיים. וואס נאך? ניין, דערווייל האב איך נישט וואס מיטצוטיילן מיטן עולם. סי יא אין די פארומס.

א גוטן. לאמיר טאקע אנהייבן מיט מוזיק. וויאזוי געפעלט אייך לגייס נייע אלבום אחכה לו?

גוט געטראכט » מאנטאג יולי 27, 2015 1:20 pm

· #292062
איך האב געדאנקען און שאיפות וואס רוב חסידישע גאס איז נישט מסכים - לכה"פ ברבים - מיט מיר. אז איך וועל האבן צייט און געדולד וועל איך מיטטיילן מיינע געדאנקען מיט אחים לדעה און מיט יעדער וואס וועט הערן מיין קול וואס וועט דא געהערט ווערן מסוף העולם ועד סופו

י.ל.פרץ » מאנטאג יולי 27, 2015 1:22 pm

· #292063
דא בין איך ווייל שוין א וויילע וואס איך קיין גוטע קאווע נישט געהאט. מיינע אינטערעסן זענען נישט די זעלבע ווי דיינע... הפנים מיין אמת׳ן ציל דא איז צו נהנה זיין פון די רייכע ידיעות וואס ווערן דא אלץ אויסגעליפטערט. קיינע ספעציעלע טאלאנטן פארמאג איך, שאיפות האב איך נישט, און פלענער זיכער נישט.

יואב » מאנטאג יולי 27, 2015 2:29 pm

· #292083
י.ל.פרץ
דא בין איך ווייל שוין א וויילע וואס איך קיין גוטע קאווע נישט געהאט. מיינע אינטערעסן זענען נישט די זעלבע ווי דיינע... הפנים מיין אמת׳ן ציל דא איז צו נהנה זיין פון די רייכע ידיעות וואס ווערן דא אלץ אויסגעליפטערט. קיינע ספעציעלע טאלאנטן פארמאג איך, שאיפות האב איך נישט, און פלענער זיכער נישט.

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם וויאזוי ס'איז אייך באקוועם.

מיט אזא ניק אבער וואלט איך געהאפט אז איר האט יא ספעציעלע טאלאנטן, שאיפות  און פלענער.

ר' יצחק לייב קען נאך אראפקוקן פון אויבן מיט פאדרוס, הלמאי עמיצער נעמט זיין נאמען סתם אין דער וועלט אריין.

רוסישער » מאנטאג יולי 27, 2015 2:46 pm

· #292090
איינע פון די שבחים וואס מ'רעדט אויף פרץ'ן, איז אז ער פלעגט העלפן אידישע אינגלאך, אן אויסערגעווענליכע טאלאנטן, פון ערשטן בליק גאר פראסטע לא-יוצלח-ניקעס, זיי אויפהויבן מעודד זיין און זיי מדריך געווען ביז אז פון זיי איז געווארן וועלט בארימטע שרייבער'ס און זורנאליסטן...

ניוטאן » דינסטאג יולי 28, 2015 10:52 pm

· #292474
וויאזוי איז מען מסביר א נייגעריגע קאטשקע אין בלויז געציילטע פערציג ווערטער וויאזוי דעקט מען אויף א פארבארגענע נשמה אין איין פאראגראף? איך וויל זיין א חלק פון אן אקטיווע און אנגייענדע זאך און זעהן און הערן און פארשטיין און זאגן

צייטנווייז » דינסטאג יולי 28, 2015 10:53 pm

· #292475
I am not that good in english but i am typing it better, i wanna join here to be able to comment and write, i am not good in typing longer things but here and there i have a question, an answer and so on so please allow me .

ראציאנאל » דינסטאג יולי 28, 2015 10:54 pm

· #292476
אזוי זיצענדיג ביים קאפיוטער האב איך מיר דערמאנט אז איך האב אמאל געהערט פון א פארום וואס ריפט זיך קוווע שטיבל האב איך מחליט געווען לאמיר א קוק טוען וואס דארט גייט פאר האב איך מחליט געווען יא יא איך גיי מיר איינשרייבן

chaims » דינסטאג יולי 28, 2015 11:20 pm

· #292492
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נו קום צייג אונז וואס איז דאס ראציאנאל....

I can't believe I just said that...

רעינבאו דעש » מיטוואך יולי 29, 2015 6:21 am

· #292531
צייטנווייז
I am not that good in english but i am typing it better, i wanna join here to be able to comment and write, i am not good in typing longer things but here and there i have a question, an answer and so on so please allow me .

?You mean English or Yiddish

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך יולי 29, 2015 10:42 am

· #292556
צייטנווייז
I am not that good in english but i am typing it better, i wanna join here to be able to comment and write, i am not good in typing longer things but here and there i have a question, an answer and so on so please allow me .

Start with your fist question. We are all waiting to answer

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך יולי 29, 2015 10:43 am

· #292557
ראציאנאל
אזוי זיצענדיג ביים קאפיוטער האב איך מיר דערמאנט אז איך האב אמאל געהערט פון א פארום וואס ריפט זיך קוווע שטיבל האב איך מחליט געווען לאמיר א קוק טוען וואס דארט גייט פאר האב איך מחליט געווען יא יא איך גיי מיר איינשרייבן

האסט געטוהן ריכטיג!

אחד העם » מיטוואך יולי 29, 2015 3:01 pm

· #292613
.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 29, 2015 4:28 pm

· #292625
די קעניג פין אמעריקע
צייטנווייז
I am not that good in english but i am typing it better, i wanna join here to be able to comment and write, i am not good in typing longer things but here and there i have a question, an answer and so on so please allow me .

Start with your fist question. We are all waiting to answer

Seems like you love boxing 😉

יתגדל » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 2:33 pm

· #294172
ס'איז געשמאק צו קענען ליינען און זיך שרייבן מיט אביעקטיווע מענטשן, וואס ווייסן זייער ציל און קענען זיך ארויסגעבן אפענהארציג זייערע מיינונגען איבער טעמעס וועלכע ווערן אין אנדערע פלעצער געלייגט אונטערן קארפעט.
דאס באזעסנקייט און אומפארטייאישקייט פון 'קאווע שטובל' האלט דעם שרייבער געלאסן צו רואיג ארויסברענגען זיינע דיעות אין אלע נושאים וואס אנדערע קענען געניסן.

פאשוטער איד » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 1:18 pm

· #294767
איך בין אפשוטער איד. בתוך עמי אני יושבת, מעורב בין הבריות, זוכט צו זיין גוט אין וויל זיין גוט, וויל מיטיילען זיינע מחשבות מיט אנדערע, עוסק אסך אין היסטאריע אין מחקר,

mevakesh » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:53 pm

· #295155
א גוטן טייערע יודן
איך בין א יוד וואס פרובירט צו זיין גוט צו יעדעם און פארמערן גוטס
איך פרוביר אויך צו נאשן ידיעות און פארברייטערן מיינע געדאנקעןן גאנג
און איך רוף מיר מבקש ווייל איך וויל וועלן זיכן פאר העכערס
איך האף הנאה צו האבן דא אין שטיבעל און מהנה זיין אנדערע

מבקש

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:35 pm

· #295163
שלום עליכם,
דו וועסט זיכער הנאה האבן, ווי דער פסוק זאגט שוין, ישמח לב מבקשי ה'.

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:06 pm

· #295195
א גוטן מבקש. יו אר ווערי wעלקאם

רעינבאו דעש » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:45 pm

· #295213
העלא, מבקש!

פאסיגע ניק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:48 pm

· #295214
שלום עליכם

איך וויל זאגען מיין מיינונג ברבים אויף א פלאץ ווי פרייע ווארט איז די אטמאספערע, מיין פריוואטער הנאה איז צי פלאפלען שמוסען רעדן פרעגן זאגען און ענטפערן

I can't believe I just said that

פאסיגע ניק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:31 pm

· #295235
.

פאסיגע ניק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:36 pm

· #295240
.

פאסיגע ניק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:42 pm

· #295244
.

petergrifin » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:45 pm

· #295247
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ענדליך עספיעט צו ליינען א תגובה וואס מען גייט מעקען. געווענליך קום איך אן לאחר המעשה.

petergrifin » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:46 pm

· #295249
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פאסיגע ניק
פארמעקט

Please slam the door shut behind you.

פאסיגע ניק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:47 pm

· #295251
[ציטאט אראפגענומען]

i want to be nice but the first welcome i got was critic

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:51 pm

· #295255
@פאסיגע ניק, ברוכים הבאים צו קאווע שטיבל! טו דיר אויס די הוט, רעקל, ברילן, און בגדים העליונים. צו דיך עס אויפן ביטש (אפסס..) טשעיר, אטעם אריין טיף און רילעקס. קיינער האט גארנישט געזאגט און געמיינט, מאך דיך נישט וויסענדיג. בנוגע דיין רייכע קאלירפולע שפראך איז אזוי, אויב איז דאס דיין מהלך פון שרייבן לאז טאקע חתימתך הקדוש ביים ענדע.

הצלחה בכל מעשי ****.

פאסיגע ניק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:51 pm

· #295256
לב) סארקאזם
1) ווען עס קומט א נייער גאסט דארף מען אים אויפנעמען מיט כבוד. דאס מיינט אז מ'זאל נישט גלייך זיך נעמען צימבלען אדער מאכן סארקאסטישע וויצן, זיך נישט ווערטלען אז עס איז נאר א נייער ניק פון א תושב, און נישט מאכן קיין באמערקונגען וואס נאר די תושבים כאפן פון וואס מ'רעדט, אבער דער נייער גאסט שפירט פארלוירן נישט כאפנדיג וואס דא גייט פאר.

פאסיגע ניק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:57 pm

· #295262
[ציטאט אראפגענומען]

HA HA

פאסיגע ניק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:58 pm

· #295264
WHERE ARE THE GABUIM? Y CAN I STILL BE HERE? . C

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 5:27 pm

· #295276
באקום איך צוויי לייקס פון פאסיגע ניק... מי הוא זה? קוק איך זיינע הודעות זעה איך אז ער איז טאקע א פא*** ניק...

פאסיגע ניק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 5:29 pm

· #295277
קאווע טרינקער
באקום איך צוויי לייקס פון פאסיגע ניק... מי הוא זה? קוק איך זיינע הודעות זעה איך אז ער איז טאקע א פא*** ניק...

LOVE YOU TOO BROTHER

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 5:45 pm

· #295284
גם אני בחלומי, כ'האב געמיינט עפעס א ווירוס האט זיך אריינגעכאפט וואס קוועטשט דעם לייק קנעפל.

גר ותושב » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:03 pm

· #295288
מען דארף עפענען א אשכול צאתכם לשלום

פתחיה הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:49 pm

· #295584
איך בין אן אמריקנער געבורינער, אין די צווינציגער יארן, א חלק פונם חסדישיין סייסעטי , וואס איז שטאלץ מיט זיין אידשקייט אין קשר צום טאטן טין הימל, אין פלאנט זיך בכלל נישט צו אנשולדגין פאר זיין פרומן לעבנס שטייגער, און שפילן מה יפית,
הגם די מערב וועלט איז אזוי ליבערל אין יעדע שטיקל אמונה אדער התגברות על תאוה, איז פארנטשקייט אין נעבדיכקייט
זען איך נישט בעסר פאר מיר ווי א לעבן וואס האט א ציל א לעבן וואס פארקויפט עפעס מער ווי א לופטיגע T V שאהו

פון די אנדרע זייט האלט איך קלאר אז נישט קיין שום עוולה צו האבן א ידיעה וואס עס קומט פאר אויפן וועלט, כמבון ע"פ גדרי הלכה. אין מיט געפילטערטע אינטערנט
ולכן אין א וועלט פון אזופיל קאוועראפ אין פאלשקייט און צונזר על גבי צונזר, אז עס מאכט זיך א ווינקל פון אפנקייט און אמתע אינפארמיישן איז אינטרסנט צו מצרף זיין

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:31 pm

· #295596
[ציטאט אראפגענומען]

ביטע אכטונג געבן אויף די תקנות, הערות האבן צייט אויף שפעטער, גיב קודם א שיינע שלום עליכם

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:17 pm

· #295629
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פאסיגע ניק
WHERE ARE THE GABUIM? Y CAN I STILL BE HERE? . C

WOW
סטוט מיך וויי כהאב פארפאסט איהם אריינצופליקן.

נעבעך @אנאנים האט איהם שנעל געוויזען אז מהאט איהם געכאפט ביים טוישן די ניק.

אנשטאט זיך צופארענפערן האט ער "גענפערט" [emoji13]
פארמעקט וואס איז געוועהן שלעכט מיט דיין אלטע ניק

זאב הכותב » זונטאג אוגוסט 16, 2015 11:22 am

· #296017
איך האב ברוך השם א געוואלדיגע טאלאנט וואס די באשעפער האט מיך געשאנקען ..און איך וויל עס אויסנוצן צום קלימאקס און ארויפארבייטן מיינע פעאיגקייטן און שטייגן און די וועלט פון "שרייבן",
"קאווע שטיבל" איז די ריכטיגע פלאץ וואס איז געאייגנט פאר מיר זיך צו קענען ארויסגעבן מיינע טאלאנטען..
ובעזר השם וועט מיין רצון ערפילט ווערן.

smart » זונטאג אוגוסט 16, 2015 11:32 am

· #296018
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם
מאכט איך באקוועם און ציעט ארויף די ארבעל

טשולענט באנדעלע » זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:41 pm

· #296028
וכדומה..
Im giving it a try as i heard its fun and enjoyable. Probably not gonna stay here for too long if its not what i think it is. And im not willing to give out any info of myself on a site that i dont even know yet

it looks like you like it very much

וכדומה.. » זונטאג אוגוסט 16, 2015 10:52 pm

· #296185
אמת, סאיז דא אין דעם פלאץ אסאך מער ווי איך האב געמיינט פון די ערשטע אימפרעשין וואס כהאב באקומען, מיט דעם אלעם בין איך שוין אויפן וועג ארויס, ווייל אויפן טאג טעגליכן דורכשניט פליסט נישט אריין קיין סאך תוכן.

אין מיין אפיניען ברויך מען מאכן א באזוך דא איינמאל א האלבע יאר און נאשן די גוטע סחורה פון דא...