☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

סענס סטריט » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:07 pm

· #225973
מ'קען שמיסן דא פין " א" ביז "ת" אן פינקלעך וויסן צי וועם מ'רעדט סא מ'דארף נישט טראגען קיין pressure

אידעלע איד » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:08 pm

· #225975
כהאב ליב צי ליינען אין שרייבן/קאמענטירן אין פובליק. סאטמאר. וועלכע? העמער שמיעסן. 26 יאר אלט מיינע טאלאנטן איז שרייבן ציזאמשטעלן ארטיקלען

גר-ותושב » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:08 pm

· #225977
איך האב אן הנאה צו האבן א דיאלאג בדרך כבוד און באזירט אויף פאקטן, און ווען עס איז באזירט אויף בויך סברות, צו זיין מודה על האמת, מיט חברים וואס האבן אויכעט דעם הנאה

געדיכטע » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:06 pm

· #226257
שוין לאנג געהערט דערוועגן נאכניש געליינט דא אבער איך וויל האבן די מעגליכקייט צו קענען מגיב זיין אין פאל עפעס דרוקט מיר.
איך האף צו שרייבן זאפטיגע און פיינע ארטיקלען און תגובות
איך האף צו ווערן אויפגענומען בסבר פנים יפות.
ייש"כ

אראנדש קאונטי » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:07 pm

· #226258
איבער דרייסיג יאר אלט, נאך א שטיק צייט ליינענדיג דעם פארום וויל איך פרובירען צו שרייבען זאכען וואס איך קלער עס איז ריכטיג מגיב צו זיין.

פאניע בראטל » פרייטאג אקטאבער 3, 2014 12:36 pm

· #227307
איך ליין זעלטן דא אין שטיבל, אבער איך פלעג אמאל שרייבן אויף אנדערע פלעצער, האף איך דא אויך צו קענען מהנה זיין דעם עולם מיט פיינע זאכן.

אברומל » פרייטאג אקטאבער 3, 2014 12:37 pm

· #227308
היי אגוטען אלע חשובע מעמבערס שוין אלענגרע צייט וואס איך האלט מיט דא און קאווע שטיבל. און גארדע די היימשע נייעס ווי יעדער קען צולייגען פערגן ענטפערן בערגנט ארויס די גאנצע מעשה ווי עס דארף צו זיין שכו"ח

פאטעיטא טשיפ » פרייטאג אקטאבער 3, 2014 12:39 pm

· #227309
איך גיי אויס פאר פאטעיטא טשיפס, איך בין א טאטע מיט א באנטש קינדער מיט א שווערע ז'אב, מ'דארף זיך אמאל אפרוען, אז מ'קען נישט גיין וועקעישן קומט מען צו קאווע שטיבעל כאפן אביסעל חיות

גאר זיכער » פרייטאג אקטאבער 3, 2014 2:41 pm

· #227316
א שטילער יונגערמאן מיט צופיל צייט אין ווייניג ארבייט, קיינמאל נישט גערעכט אין שטוב, מיז זיכן זיך אויסציליפערן ערגעץ... גלייך זייער געלט פאליטיק אין לשון הרע

אייזקרים » זונטאג אקטאבער 5, 2014 5:02 pm

· #227510
איך האב דעסייטעד דא זיך צו רעגעסטרירן נאכן זיך דרייען דא און דעם הייליגען שטיבל פאר א שטיק צייט און מוראדיג הנאה געהאט איך קען זאגן דאס איז די איינטציגזטע אידישיע וועבזייטל ווי איך שפיר מיך שטארק היימיש!

והאיש משה » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:35 pm

· #228766
ס'איז מיר שווער צו שרייבען דעם אמת איבער מיר, און א ליגנער בין איך אויך נישט, אולי מיט דער צייט וכמאמר העולם מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן

מאנסי חסיד » זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:05 pm

· #229198
א קלוגער מאנסי תושב שוין פופצן יאר צום גוטן
באלאנגט ביי ר' חיים יושע
פלעינער אויפצויקלערן פארן עולם וואס בציינו א מאנסי לעבין

פארגין יעדן » זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:06 pm

· #229199
איך הער אז דא איז א גוט פלאץ צו פארברענגען און שמועסן כאפן'דיג א קאווע פון צייט צו צייט. וועליך פראבירן אויך הנאה צו האבן פון דעם זייטל

מוישע » זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:06 pm

· #229200
"יודיש איז טאקע נישט קיין ציל אבער א וויכטיגע מיטל איז עס"
אן ארץ ישראל'דיגער יונגערמאן וואס האט ליב דאס יודיש לשון.
ביטע העלפט מיר אנקומען צו א הויכע מדרגה אין יודיש כדי איך זאל דאס קענען איבערגעבן צו דער קומענדיגער גענעראציע, אל אף אז דא אין ארץ הקודש איז עס שווער ווייל יודיש איז בעיקר א גלות שפראך (דא רעדטמען מערסטנס העברעאיש, אפילו חסידים) און דעריבער בין איך טאקע דא. לאמיר טאקע האפן אז עץ וועטס קומען צו מיר צו הילף אין דא וועלן זיך בויען שיינע חברשאפטן
א גוטן תמיד טייערע פריינד
מוישע

משה איטשע » זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:09 pm

· #229222
איך בין א הויעכע מענטש אן א גלעזער מיט א שטאפענע היט לאנגע גרעי רעקל מיט האנט זייגער אין אין בענדל שיך שווארצע האר
אין איך ווארט צי ענדיגען יעצט 120 קערעקטערס צי ענדיגען מיין רעגיסטראציע

קאסטנער » זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:59 pm

· #229234
נאכן טרינקען א לענגערע צייט פין די היזיגע קאווע האב איך מיך געפילט שלעכט אז אלעמאל גרייט יענער אן די קאווע פאר מיר אין איך גרייט קיינמאל נישט אן אויף צוריק
אין בפרט ווען די קאווע איז נישט גיט געווען וויל איך עס קענען מודיע זיין

מענטשאלע » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:22 pm

· #229692
א ארץ ישראל בעסער געזאגט א ירושלימער איד, אויפגקלערט אביסל מער ווי אנדערע ארום מיר, האט א פיינעם דשז'אב, נישט קיין יונגערמאנטשיקל, נאכן זיך באקענען מיט די אפענע און קלארע רייד אין קאווע שטיבל, נישט פארצוימט און פארמאכט, האב איך זיך צוגעזעצט צום קאווע שטיבל, מיט האפענונג צו צוגעבן א קאליר און שמועסן דא מיט יעדן אויף אלעס און אלעמען.

רימון » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:23 pm

· #229694
זומער, ווען דער נאכמיטאג איז לאנג, און מ'קען עסן מילכיגס ביי שלש סעודות, דעמאלט גלייך איך שטארק אהערצושטעלן א גרויסע סאלאט פון סמייטע מיט סטראבעריס.
איך וועל קיינמאל נישט לייגן קיין טשעינזש אין מיין בעק פאקעט, ווייל דערנאך, ווען מ'זעצט זיך אוועק, ספעציעל אויף הארטן בענקל, קען עס אנהייבן שטעכן געפערליך.
צומאל לוינט מיר צו נעמען די ריסק און פארקן ביי א פאמפ, למשל אין א פאל וואס איך יאג מיך, אויב די שאנסן צו קריגן א טיקעט אין יענער ספעציפישער געגנט איז מינימאל, ווייל למעשה האב איך געקריגן א באקוועמע פארקינג וואס קומט נישט אלעמאל אן גרינג.
איך האלט נישט פון איינקויפן די געשיילטע ניסלעך, קודם כל איז עס טייערער, און צוויי, עפעס אריגינעליטעט איז דא ביים אויפקראכן א ניסל און באגעגענען זיין ערשטע שמייכל צו דער וועלט.
ווילט איר וויסן נאך איבער מיר, ווען איך גיי ארויף סטעפס, אויב האב איך כוח, וועל סקיפן צוויי סטעפס אויפאמאל, קודם כל פארדינט מען צייט, און צווייטנס כל איז עס גוט פאר עקסערסייז.
און צום לעצט א וויכטיגע נקודה וואס איך האלט אנדערע מעגן קאפירן, נעווער עווער וועל איך זיך אנעסן ביי א שמאגערסבאורד, ס'איז פשוט א שאד זיך אנצופולן מיט די טשיפ סחורה, ווען מיט אביסל געדולד, קען מען אויסווארטן ביז דער סארווער הויבט אן סערווירן די ריכטיגע סחורה ויאכלו ענוים וישבעו.

יתרו » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:30 pm

· #229713
איך בין שוין מיד פון אלע ניקים וואס קומען אן מיט א ערשטע הודעה אנגעפילט מיט געקינצעלטע פראזן און דער עולם מיינט אז אט אט באווייזט זיך א נייער שטערן. אבער וואו וואס ווען? מען הערט נישט פון זיין קיין פיפס די נעקסטע האלבע יאר.
רימון כ'מיין נישט דיר.

מעכל » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:51 am

· #229797
איך בין בעיקר אינטרעסירט דורעך שמועסן ענינים העומדים על הפרק, השקפות, אנאליזן, סתם פארברענגען אדער פארברענען די צייט מיט נייע אנאנימע חברים, פארוואס נישט מאכן נייע באקאנטע

יחיאל יעקבזון » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:52 am

· #229798
אזויווי רוב פון אייך בין איך גוט באהאווענט אין די טאג טעגליכס פון חרדיש׳ן אידנטום. ס׳איז העכסט צייט אז מענשן נעמען זיך ס׳קוראזש צו לאזן זיך הערן בענינים שונים וואס ווארטן שוין א תיקון פון לאנג. מ׳דארף שטענדיג זיך אויך מחזק זיין מיט אלדאס גוטס וואס אונזערע קהלות שטעלן צו און אודאי קיינמאהל פארגעסן אז יש מנהיג לבירה. כ׳בין קרוב צו די חמשים און ממילא שוין גאנץ היפש געזעהן און קולט געוועהן (אויפגענומען).
כ׳האב ליב צו פארברענגן מיט הוגי דעות און שאקל זיך אפ פון נער׳ישע עלעמענטן. ס׳איז טיילמאהל שווער צו ערקלערן דעם שוטה׳לע פארוואס ער איז אזוינס... מיט דעם שטויסן מיר זיך אלע אהן, מעשים בכל יום. כ׳גלייב אז אויף דעם וועב סייט (ניין; סייט מיינט נישט זייט) אדער בלאג זענען פארהאן מאנכע קלוגע לייט מיט וועמן מיר וועלן זיך קענען צונויפרעדן אויף א פאראייניגטע שפראך. כ׳בעט פון אייך נאר דעם איינעם זאך: ווען מ׳טענה׳ט זאל מען האבן די פאקטן ריכטיג און מ׳זאהל זיין דורכגעקלערט נישט רעאגירן אויפן שטייגער פון ני דזשערק רעאקשאן (knee jerk reaction).

פייוול » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:03 am

· #230013
ווייל איך האב נאך געהערט אז עס איז זייער א גוטע זייטעל.
און איך הער נאך פון מיינע חברים אז עס עס איז דא זייער תוכן'דיגע זאכן.

tzvi » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:48 pm

· #230146
I herd a lot from kave shtiebel so I want to be a part and I like a lot news and the real reason is because I am sitting a lot in kaveshtiebel

בין הזמנים » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:49 pm

· #230147
איך בין געבוירן ביי מיין מאמע און מיין עלטערן האבן ברוך השם פיין ערצויגן ביז ווי איך האלט היינט ברוך השם.
סאיז מורדיג שיין די אייבערשטערס וועלט און מיר זעען עס איין יעדן טאג עקסטער

ס'גיט » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:28 pm

· #231158
איבערקליגען אלע ניקים אויף א שפיציגע פארנעם איז מיין ציל נאכדעם וואס עס איז שוין א לאנגע צייט וואס איך ווער נערוועז צו זעהן אסאך וואס דארפען א פיקס אפ

פליישיגער » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:29 pm

· #231159
ליינענדיג די פארום א שטיק צייט האב איך באשלאסען אריינצורעדן אין די טעמעס וואס ווערט דא דורכגעשמועסט, איך האף צו נהנה זיין און צו מהנה זיין אנדערע מיט מיינע תגובות.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:29 pm

· #231160
ס'גיט
איבערקליגען אלע ניקים אויף א שפיציגע פארנעם איז מיין ציל נאכדעם וואס עס איז שוין א לאנגע צייט וואס איך ווער נערוועז צו זעהן אסאך וואס דארפען א פיקס אפ


מיט וועם גייסטו אנהייבן?

ARONGREEN » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:30 pm

· #231161
CHUSID FROM NEW YORK
TRYING TO HELP PEOPLE MOVE ON IN LIFE . DECIDED TO JOIN TO CORRECT PEOPLE AND TRY TO HELP WITH THEM WITH WHAT I COULD

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:31 pm

· #231163
ARONGREEN
CHUSID FROM NEW YORK
TRYING TO HELP PEOPLE MOVE ON IN LIFE . DECIDED TO JOIN TO CORRECT PEOPLE AND TRY TO HELP WITH THEM WITH WHAT I COULD

I AM READY

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:33 pm

· #231164
ענדליך מיינט עס איינער ערענסט! ואפפער קעפס יוכיח.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:38 pm

· #231168
האמיר שוין צויי שפאגל נייע טערעפיסטן (פרישע האגער/פראדאקטיוו/להשיג גראדאירטע?) וואס זענען גרייט מטפל צו זיין מיטן עולם.

טאטעלע שיינער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:02 pm

· #231455
איך ווייס נישט וויאזוי דאס איז, אבער נעכטן האט א חבר מיינער מיר געשיקט אן אי מייל מיט א לינק צו ״קאווע שטיבל״.

איך זעה אז עס טוט זיך דא א וועלט אנבעליוועבל, און איך האב קיינמאל פון דעם נישט געהערט, אלס אנגעקומען שפעט און דער ארבייט ווייל איך האב געדארפט אויפיקן די לעצטע נייעס און בהמ״ד קאווע שטיבל, פיל פסקים און עגמת נפש וואלט איך געשפארט ווען איך ווייס ווען פון דעם געבענטשטען מקום!

מבין דבר » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:03 pm

· #231456
ארויסגעבען מיינוגען מיט א אמת. זיך נישט לאזען נארען פון מפיצי מעשיות און שמועות מלא אייגענע נגיעות אין סיבות נאר קומען מיט די ריכטיגע מקורות

עכט פרום » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:28 pm

· #231846
איך בין א אינגערמאן אין די דרייסיגער יארן, זייער ערליך און אפגעהיטן. איך גלייך אבער צו הערן פארשידענע מיינונגען און געדאנקן פון אלע זייטן ווילאנג עס איז נישט נגד תורת משה. מיין גרעסטע תאוה איז א הייסע מקוה, מיין קלענסטע תאוה איז געלט, יאפטשיק איז ערגעץ אין צווישן. שוין אייוואנע בי עי פארט אף די פארטי דא.

חיים צבי » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:28 pm

· #231847
איך בין א אינגערמאן, א מיטגליד פון די סאטמאר מהרא קהילה. איך נוץ דערווייל אייוועלט אלץ מיין סאציאלער פארברענג פלאץ אויפן וועב, טראצדעם האב איך מיר געעפענט דא א ניק צו ליינען, לייקן, און צומאל קאמענטירן אויף די נושאים וואס אינטערעסירן מיר.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:46 pm

· #231858
עכט פרום
איך בין א אינגערמאן אין די דרייסיגער יארן, זייער ערליך און אפגעהיטן

מיט וואס? עירוב? חיטוטי שכבי?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:47 pm

· #231859
חיים צבי
איך בין א אינגערמאן, א מיטגליד פון די סאטמאר מהרא קהילה. איך נוץ דערווייל אייוועלט אלץ מיין סאציאלער פארברענג פלאץ אויפן וועב

וואס איז דיין ניק דארט?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:50 pm

· #231860
טאטעלע שיינער
אלס אנגעקומען שפעט און דער ארבייט ווייל איך האב געדארפט אויפיקן די לעצטע נייעס און בהמ״ד קאווע שטיבל, פיל פסקים און עגמת נפש וואלט איך געשפארט ווען איך ווייס ווען פון דעם געבענטשטען מקום!

יא קאווע שטיבל איז די שורש פון אלע פראבלעמען

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:51 pm

· #231862
פליישיגער
ליינענדיג די פארום א שטיק צייט האב איך באשלאסען אריינצורעדן אין די טעמעס וואס ווערט דא דורכגעשמועסט, איך האף צו נהנה זיין און צו מהנה זיין אנדערע מיט מיינע תגובות.

פליז שטיי ווייט פון די מילקשעיקער אשכול.

יתרו » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:39 am

· #231883
יתרו
איך בין שוין מיד פון אלע ניקים וואס קומען אן מיט א ערשטע הודעה אנגעפילט מיט געקינצעלטע פראזן און דער עולם מיינט אז אט אט באווייזט זיך א נייער שטערן. אבער וואו וואס ווען? מען הערט נישט פון זיין קיין פיפס די נעקסטע האלבע יאר.
רימון כ'מיין נישט דיר.

טעות, רימון כ'מיין דיר אויך.

חיים צבי » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 9:16 am

· #231907
קאווע טרינקער
חיים צבי
איך בין א אינגערמאן, א מיטגליד פון די סאטמאר מהרא קהילה. איך נוץ דערווייל אייוועלט אלץ מיין סאציאלער פארברענג פלאץ אויפן וועב

וואס איז דיין ניק דארט?
חיים צבי

ידוע תדע » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 8:55 pm

· #232018
איך מוז מגייב זיין אויף געוויסע שמיעסן אין די קאווע שטיבעל
און עס איז מיר א פארגעניגען אנטייל צו נעמען אין די ברייט פארצוויגטע נושאים אונם קאווע שטיבל.

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:08 pm

· #232503
איך בין אזוי וואו מזאגט א היימישע וואוילע יונגערמאן וואס זיצט אפ די יארן אין כולל און איך טרינק צווישען אפינף אין צען איך גדענק נישט פונקנעך נאר אזוי מיין איך

Canon » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:12 pm

· #232504
מיינע אינטערעסן זענען באזירט אויף פאטאגראפיע, איך האף צו קענען בארייכערן דא מיט מיינע ידיעות אין דעם שטח, איך האלט שוין דא ביי 25 ווערטער?

יהושיע » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:12 pm

· #232505
איך האב לעצטענעס געריעלייזט, אז די קאווע שטיבל איז נישט אזוי ווי איך האב געמיינט. באמערקט האב איך ווי די אשכול שרייבער זענען נישט סתם קיין היציגע יונגעלייט וואס האבן נישט/יא וואס צו טוהן מיט די צייט, נאר עס איז צוגעלייגט מח צו די נושאים. אין אזא קאווע שטיבל וויל איך מיין קאווע טרינקען.
מיינע אינטערעסען זענען עטוואס דעסטינקט און אנדערש ווי אינגעלייט אין מיין יאר גאנג אבער איך בין מאמין אז איך וועל טרעפן דא די אייגנארטיגקייטן וואס איך זיך, ווייל ווי פריער דערמאנט איז מח משתלט אען די שטיבל.
מיר זענען 30 יאר יונג (און 500 יאר אלט). וואס מיר מיינען מיט דעם צוזאגן אסאך זענען מער אדורך אין די עליכם 30 יאר פון מינים ממינים שונים וואס וועט קענען ניצען פאר א לערע פאר די חברים פונעם קאווע שטיבעל.
אויף דערווייל זענען חסידות, שאיפות, און פלענער נאך נישט פארהאן. א חסידישער אינגערמאן אן א פארטיי. די איינציגסטע שאיפה, און פלאן, איז צו שרייבן עטוואס פונעם לעבן עקספיריענס וואס דארף קענען ווארפן ליכט אויף פארשידענע שאלות וואס מאנכע פארשטייען נישט ירא הקהל וישפוט, אפשר וועלן דא זיין עטליכע וואס וועלן קענען ניצן סיי וואס פונעם אוצר האקספיריענס.

יהושיע » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:58 pm

· #232521
וויסענשאפט פון די גאר קאמפליצירטע סיסטעם דא אויף די אשכולים
א גוטן,
עס איז זייער אנגענעם צו זיין אן אויף געכאפטער גאסט, ווי נאר מיינע ווערטער האבן אן געהויבן זיך באווייזן האב איך באלד זיך געטראפן מיט גאר ווארעמע ווינטשן, עלה והצלח.
איך אייך חשובער קאווע שטיבל מיט גלידער, פארשטייט אליין אז דער ערשטער אימפרעשאן איז די שטערקסטע, וויל איך דא דזשאסט מעורר זיין "דיס איז אנלי מיי פירסט אימפרעשאן". דאן ווייס איך שוין נישט וואס וועט זיין.
ווי איך גלייב איך באמונה פשוטה אז עס וועט מיר נאמען עטוואס צייט זיך צו דערלערנען וואס איר אלע זענט שוין גאר באקאנט. ע"כ בעהט איך זייער, ביי-האנדעלט מיר מיט אביסעלע געדולד ביז איך קום אריין שוואונג ( אויב בכלל )

יהושיע » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 4:23 pm

· #232523
אויסלייזער נאך אלץ א חסידישער אינגערמאן
איך ווייס נישט ווי די קומענדיגע פאר שורות באלאנגען. אבער אפאר ווייטאגליכע ווערטער האסטו באגלייט דיין אינטראדאקשען צו ווער און וואס די ביסט. "נאך אלץ א חסידישער אינגערמאן" וואס די דרשות פונעם רה"כ שליט"א זאגט פון צייט צו צייט דערהאלט איר זיך. איך בין ממש ערשטוינט צו זעהן וואספארא חשובער סארט עולם די וועבזייטל ציהט צו זיך. אבל דא עקא, טאקע דאס, און נאר דאס האבן אלע עיני העדה געוויינט.
קוק ווי א חשובער כולל אינגערמאן דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן חסידיש.
נ.ב. איך וויל איבער בעהט דעם עולם דא אזוי ווי איך קען זיך נישט אויס דא ווי אזוי די זאכן דא ארבעט, ווי אויך בין איך נישט זיכער אז האב געשריבען אויף די ריכטיגע פלאץ. אתכם הסלוחה.

בעל מדות » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:15 pm

· #232658
א גוט יאר טייערע אידן, רעדאגירער אויפן פארום איך זיץ שוין א לענגערן צייט און שטיבל אהן פארמאגן א גוטן געלעגנהייט פון זיך אהערשטעלן אלס נייע מיטגליד
למעשה איז יעצט געקומען די געלעגענהייט און איך פארבעט אייך צו פארברייטערן אייער פלאץ און הארץ און ארייננעמען אייער פרישער תושב
איך האף מיר וועלן אינאיינעם קענען פארברענגען מיט הנאה און געשמאק

Canon » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:21 pm

· #232660
[ציטאט אראפגענומען]

דערווייל יא. ווי נישט וועל איך שרייבן אז עס איז נישט.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:23 pm

· #232795
זייער שיינע און קלארע בילדער.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94