שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אן ערליכע אינגערמאן אין די הויכע צוואנציגער יארן עווריטש וואג אביסל צו דער הויכע זייט א קראך הוט מיט געקרייזעלטע פאות און א קליין שווארץ בערדל
א טיפער טראכטער און א זארגלאזער נפש
עטליכע קינדער מיט א חשובע אשת חבר און איך גיי מיט א לאנגע רעקל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שוין געווען אין קאווע שטיבל אבער נחסם געווארן צוליב נישט שרייבן
אבער גיי שוין זיין וואויל פון היינט און ווייטער און פרובירן צוצוגעבן צום זייטל און לאזן הערן מיין דעת תורה בענינים העומדים על הפרק
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א איד וואס איז באהאווענט אין אידיש ענגליש און אביסל העברעאיש. איך האב ליב אדורכצוטוען א נושא פון פארשידענע שטאנדפונקטן און הערן אנדערע מיינונגען. איך האב געלערנט אין ליטוועשע ישיבות אבער איך האב א סאך חסידישע חברים.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם קאווע שטיבל איינוואוינער... איך בין פון די שטילערע טיפ פון נאטור אויס.. ווערענדיג איבער געשריגן אין רוב קופקעס, האב איך גענימען די גרינגערע וועג ארויס צי זיצן שטיל אין אויסהערן אין קאלעקטן ידיעות...
אבער ווען מיינע געדאנקען אין ידיעות רינען איבער פון מיינע געדערים, איז מיין איינציגסטע וועג פון עס עקספרעסן דורך שרייבן און צילייגן...
איך האף צי ליינען, זיך לערנען, אין צילייגן מיינע געדאנקען ווען מעגליך... א גרויסע שכח פאר צושטעלן דעים פלאטפארמע אין מעגליכקייט...
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לכבוד המערכת
וויל פראבירן צי רעפארטן פין צייט צייט מדברים העומדים על הפרק בלי שום מחלוקת ושנאת חנם וזה חשוב מאד
וויל נישט קענען שרייבן א יעדן טאג אדער א יעדי וואך וועל פראבירן מיין בעסטע האף זייער אז אמר וועט זיין צופרידן
בברכת כל טוב
ברוך
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום וברכה
א איד וואס גלייכט שלום און ישרות
און היות דא איז א מקום ווי זאכען קענען ווערן אויסגעשמועסט אויף א ישרות'דיגע אופן זענען מיר אהער געקומען דא פארברענגען
דברי שלום וברכה
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פוילישער חסיד
מיר זיינען אופגיוואקסען מיט א שטארקע אינטערעסע אין חסדות און איהר הפצה
חסידות סיי אין לימוד תורות החסידות און אויכט תולדות החסידות והסתייף, זיך קכען אין חסידות האט אונז שטארק אינטרעסירט. דער זיידע איז גיווען א שטארק דערהויבענער חסיד שטאמענדיג פון גרויסע חסידים
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מייסטערווערק איז די קומענדיגע שטאפל פון אונזער/אייער באליבטער ״וועקער״, לעורר ישנים ולהקיץ נרדמים. אונזער ציל איז זיין דער פלאטפארמע פאר קונסט, פארש-ארבעט, מחשבה, טאלאנט, היסטאריע, שמועסן מיט באקאנטע פערזענליכקייטן, און סתם שרייב-ארבעט אין היימישע, חסידי׳שע אידיש.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין נאמען איז משגרים איך בין געבוירן און געוואקסן אין New York און בין 26 יאר אלט. אין מײן פרײע צײט האבּ איך ליב צו שמוסן, לײנען, שרײבּן, הערן אין זינגען מוזיק.
קאווע שטיבל איז א פּלאץ פאר שרײבּן, לײנען און שמוסען ממש געמאכט פאר מיר
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א נארמאלע יונגערמאן ברוך השם וואס פרובירט צו דינען דעם אויבערשטען, איך וויל אנטיילנעמען און קאווע שטיבל צו שרייבן און צו ליינען די אינטערסאנטע נייעס פון קאווע שטיבל , איך האף צו הנאה האבן פון קאווע שטיבל און קאווע שטיבל זאל הנאה האבן פון מיר
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלס א סאטמארער וואס איז אביסל אפן, און וואקלט זיך אינערלעך מיט ספיקות און שאלות קום איך אהער זעהן וואס איך ווייס נאכנישט, איך וואונדער זיך צו מיינע ספיקות וועלן ווערן בעסער אדער ערגער, סיי װי אזוי גיי איך פרובירן.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אני קטן בדעת, גדול בחכמת חיים,
מנסה לעלות בתורה ויראה,
משתוקק להידבק בחיי החיים,
ולעשות רצונו כל ימי חיי,
אחת שאלתי מאת ה' עד השתא,
וגם אותה אבקש מהיום והלאה,
שבתי בבית ה' כל ימי חיי.
ומצפה שיתגלה מלכותו במהרה אמן.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין פריילעך צו קענען צוגעבן צו אזא רייכע פלאץ פון מחשבה און ארט צו קענען פארברענגען מיט חברים מיט די זעלבע וויזיע איך האף צו קענען שרייבען און רעגירן אויף ענינים וואס איז וויכטיג פאר אונזער קולטור
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א סאטמאר׳ע אינגערמאן, איך וואוין אפסטעיט ניו יארק, איך גלייך נייעס און פאליטיק, אידיש און נישט אידישע. איך שרייב שטענדיג וואס ליגט מיר אויף דער געדאנק, אפטאמאל טו איך עס פובליצירן. קאווע שטיבל קען זיין א ארט ווי מיינע שרייבונגען קענען טרעפן א היים.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לכאורה #
איך בין פריילעך צו קענען צוגעבן צו אזא רייכע פלאץ פון מחשבה און ארט צו קענען פארברענגען מיט חברים מיט די זעלבע וויזיע איך האף צו קענען שרייבען און רעגירן אויף ענינים וואס איז וויכטיג פאר אונזער קולטור
זאג מיר נישט אז דו ביסט לכאורה פון אייוועלט (ווייל איך גיי דיר ממילא נישט גלייבן)
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א געשמאקע פלאטץ ווי מיר קענען שרייבן - ליינען - פארברענגן און זיך אויסשמיעסן בתורה ויראת שמים בתורה וחסידות מימינו ומימי קדם
ויה:ר ישיקדש שם שמים על ידינו עד ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין שוין געווען א ניק אבער שוין א לאנגע צייט נישט אריינגלאגט סוי איך האב פארגעסן מיין פעסווארד איך האב גטרייט ריסעטן אבער איך פארהאנקע זיך האפנטליך וועט די מנהל אקצאפטירן זאפארט איך וויל טרייען צוגעבןשטאף פאראן עולם
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שוין א לענגערע צייט וואס איך וויל זיך איינשרייבען אין קאווע שטיבל צי קענען אריינקומען אין אויסשמוסען אידישע נייעסלעך אין אנדערע דברים העומדים על הפרק. היינט נאכט האב איך ענדליך גענומען די צייט דאס אויסציפולען.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איינפאכע אינגערמאן וואס זיכט אוועקצושטיין פון די אלגעמיינע רוישיגע נייעס, האט גאר שטארק ליב די אידישע שפראך און קאלטור,.
קומט אהער זיך אינטערצוהאלטן, ליינען, שרייבן, אויף דער ליבער מאמע לשון.
איך שפיר געשטראפט צו דארפן ציילן מיינע ווערטער... נו, יעדע זאך האט א פרייז...
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זוך צו הנאה האבן מיט חברים אויף א געשמאקע פארנעם מיט אלע אנדערע אידן וואס זוכן די זעלבע. זאכן ווי מיר און איך וויל ענק דא לאזן וויסן
אז אפילו איך. שרייב נישט קיים סאך איז דאס ווייל איך שרייב ענדערשער ווייניג. אבער תוכנדיג
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נאנט צי 45, סאטמער ארוני געלערנט אין קרית יואל, איך קען באשטיין צי ליינען וואס מען שרייבט דא, איך זיך מיך ציהאלטען פאר א פרומער מיין וויב האט געטוישט צי א שפיצעל.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך װױן אין מישיגאן. מײן משפּחה קומט פון אוקראינע. איך האָב ליב צו זאָגן אַ אידיש װאָרט אַ מאָל. איך רעד אױך עברית. איך װיל באַקענען זיך מיט מענצן און דיסקוטירן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פֿישל גיטלמאַן #
איך װױן אין מישיגאן. מײן משפּחה קומט פון אוקראינע. איך האָב ליב צו זאָגן אַ אידיש װאָרט אַ מאָל. איך רעד אױך עברית. איך װיל באַקענען זיך מיט מענצן און דיסקוטירן
אין מישיגן איז דא א חרידישע קהילה ?
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאווע באזוך #
איך בין נאנט צי 45, סאטמער ארוני געלערנט אין קרית יואל, איך קען באשטיין צי ליינען וואס מען שרייבט דא, איך זיך מיך ציהאלטען פאר א פרומער מיין וויב האט געטוישט צי א שפיצעל.
זייער אינטערעסאנט !
אויב איך מעג פרעגן (די דארפסט נישט ענטפערן) מיט וואס זיכסטו זיך צו האלטן פאר א פרומער ?
און דיין ווייבס טויש קומט מחמת דיין פרומקייט ? אדער זי האט אליינס איינגעזעהן אז ס'איז שענער ?
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב ליינען און צו אדורך טוהן טיפע נושאים אין אידשע היסאריה, און איך האף צו טרעפן דא וואס איך זיך, אויף אן אוסגעהאלטע וועג און איך וועל מיר קענען פארברייטרן מיינע ידיעות און האף צו צוגעבן וואס איך קען, ישר כח
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד וואס איז מצפה לישועת ה' בתוך כל קהל עדת ישראל, אוי ווי לעכטיג וועט דאס זיין אוי ווי דיין וועט דאס זיין כשיחזרו וישיבו ישראל אל מקומם הראוי והשב ישראל לנויהם קער צוריק יודען צו זייער שיינקייט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
האב הנאה פון די אפענע שמועסן, דיסקורסירן זאכן אויף א קלארע ערוואקסענע פארנעם, בפרט אין עניני יהדות, ווי אין אלגעמיין האט מען אוועק גענומען פון אונז די בחירה, מיר זענען געצווינגען געווארן צו טראכטען אויף א געוויסע אופן, ווען בלויז אביסעל אפנויגען דערפון ווערט באטראכט ווי כפירה, א זאך וואס איז מעורר ספיקות, וואס באהאלט מען דא?, אבער דא אין שטיבל ווערן מיר געוואר ווי רייך אונזער רעליגיע אונז, מיר זענען געבויט על אדני השכל, און וואס איז נישט פארשטענדליך איז טאקע פון די שוואנץ וואס די סיסטעם אידישקייט האט צוגעטשעפעט.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מעוניין לשוט קצת בקופקעס וליהנות מעניינים העומדים על הפרק.. לשוחח על דא ועל הא.. חידושים ההשקפה ובחדשות.. ובכללות יהדות וכדו'.. מערכות הקודש.. וקרישקעלעך... אוהב לחשוב קצת מחוץ לקופסה.. ולהתייחס לנושאים שאחרים קוראים לזה אפיקורסות....
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חשובער כולל אינגערמאן און איך וויל מיטטיילן מיינע מחשבות און געדאנקען פאר די גאנצע עולם
און איך בין און זייער א גוטע מצב און איך בין שוין 25 יאר אלט קע"ה
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
די סארט טעמעס אויף ק"ש איז ממש ווטס איך האב ליב
די ספיציעלקייט איז אז אזעלכע ווי מיך וואס האבן נישט קיין סמארטפאן איז ק"ש אויסנאם שבאויסנאם
סהאט א שטיקל געוואגטקייט אבער מיט גאר אויסגערעכענע גבולים
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידיש יונגערמאן וואס האט ליב צו דינען גאט אין לערנען תורה, איך גלייך נייַעס, אינטרעסירט נישט וואס טוט זיך אין די רעבישע הויפן, וויל גאר שטארק גיין וואוינען אין ארץ ישראל, איך פאדער נישט פון מיין קינדער צי אויסזען ווי מיר אין מיין ווייב... ווייל ווי איך פארשטיי איז אלס מער פארט פון אן עדזענדע... משיח בקרוב!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין עמאַ, איך וווין אין מישיגן און איך לערן זיך אין מיטל מזרח דעפּאַרטעמע'נט . איך לערן זיך ייִדיש, און מײַן פֿאָרשונג איז וועגן מענדעלע מוכר ספרים. און איך וויל לייענען חסידיש ייִדיש און עס אױסלערנען זיך, כּדי איך קען פֿאַרשטיין דעם אַ'נדערשקײט צווישן פֿאַרשידענע דיאַלעקטן.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איינציגסטע כשרע פלאץ ווי מקען זיך אביסל איוסבלאזן. דאס פלאץ האט אן אישאצבארע פלאץ פון אוצרות אינפארמאציע אין הילף. איך בין דא אויסצוהערן אין אפשר קאמענטירטן ווען סוועט זיין א קארצער ענטפער וואס קען העלפן א צווייטן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א גרוסע מבין אין פוד סטעמפס אין איך האב ליב צו העלפן מענטשן מיט די סארט ענינים איך בין א חסידישע כולל אינגערמאן פון בארא פארק איך האב נאך זאכן וואס כהאב ליב למשל חסידות צו פארשטיין וואס די בעל שם טוב האט מחדש געווען איך איך האב אויך ליב צו מאכן ווערטלעך אין וועגן די אלע זאכען וויל איך ווערן א חבר אינם קאווה שטיבל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יונגערמאן וואס זוכט וואס צו טון מיט די צייט וואס רוקט זיך זייער שטאט
איך בין צווישען צוואנציג און פינעפ און צוואנציג יאר.
ערשט יעצט בשעת איך האב געסורטש אויפ'ן קאמפיוטער האב איך די ערשטע מאל געטראפען די קאווע שטיבעל
און זיך געפרייט כמוצא שלל רב ממילא שרייב איך זיך יעצט איין.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
עמרם #
פֿישל גיטלמאַן #
איך װױן אין מישיגאן. מײן משפּחה קומט פון אוקראינע. איך האָב ליב צו זאָגן אַ אידיש װאָרט אַ מאָל. איך רעד אױך עברית. איך װיל באַקענען זיך מיט מענצן און דיסקוטירן
אין מישיגן איז דא א חרידישע קהילה ?
אין דעטרויט מישיגען איז דא א שיינע חרידישע קאמיונעטי
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ברוך הבא בשם השם
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אסטראלאג #
ברוך הבא בשם השם
האסטוך פון פריש איינגעשריבן ?
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
עמרם #
אסטראלאג #
ברוך הבא בשם השם
האסטוך פון פריש איינגעשריבן ?
מען האט אונז פארשיקט אויף וואקאציע פאר א וואך
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אסטראלאג #
עמרם #
אסטראלאג #
ברוך הבא בשם השם
האסטוך פון פריש איינגעשריבן ?
מען האט אונז פארשיקט אויף וואקאציע פאר א וואך
וואס הייסט "אונז"? אויך דיין אנדערע ניק?
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו ליינען און פארברענגען אויף אלע אידישע סאציאל מעדיע, אויף אידישע פלאטפארמע, זיך שוין געדרייט דא אין די פארגאנגענהייט, און געווארן אויסגעשפארט, איך האף דאס וועט נישט מער פאסירן, איך גלייך בעיקר צו ליינען און אביסל אריינווארפן מיין מיינונג, איך ארבעט און גלייַך תורהַ אבער דארף א פלאץ זיך אויס ליפטערן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך הער פון דעם און פון יענעם ווי געשמאק ס'איז זיך צודרייען אינעם קאווע שטיבל און הערן איבער אינטערסאנטע נושאים, האב איך געטראכט פארוואס נאכהערן פון א צווייטן ווען איך קען אליין זען און נאכדערצו צו געבן פון מיינע קענטעניסן פאר'ן עולם האב איך באשלאסן זיך אליינס איינצושרייבן.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל זען וואס איך קען הנאה האבן און צוגעבן צו דעם פלאץ.
איך האב האב אויסגעקליבן דעם ניק ווייל איך גלייך זייער היסטאריע און פארצייטישע זאכן, און אין די זעלבע צייט אויך זיין אפדעיטעד מיט די נייעס.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן אין די מיטילע יארן , שוין קרוב די דער חצי ימיו, אוי עס כאפט א שרעק, נו גיט.
א שטוב מיט קינדער, מיט א שטאפן היט, דאס אשת חייל שערט זיך ווי א וואויליער חסידישר אידישער טאכטער
נא, וואס נאך ווילט איך וויסן,
יא איך האב ליב צי לערנען, איך גלויב אז דאס איז א העכערער זאך, מקאנגעקט צו השם, מדינט גאט מיט דעם, אין דאס איז שכל השם,
איך לעב פאר גאט, און איך וויל אים דינען.
איין זאך וואס איר מעגט וויסן, איך גלייך ניט, ניין נישט, קיין צומצם.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב קאווע שטיבל, מ'קען אויסשמיסן זאכן, איך ליין עס שוין די לעצטע עטליכע יאר, ס'איז זייער געשמאק, כ'בין נישט זייער סאשיעל, סא כ'ווער געוואויר נייעס דורכן ליינען
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסיד ישע אינגערמאן ווגאס איך וויל וויסען די אמת אבן קיין נערישקייטן איך בין נאנט צי א געוויסע הויף אין איך וועל קענען מיטיילען פאר די עולם אינטערסאנטע קרישקעלעך וואס גייט פאר דארט אינערווייניג איך האלט אז דער עולם וועד זיילר הנאה האבען
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אן איינזאמער חסיד אין א וועלט פון שפרודעלדיער יידישקייט. שרייבן און לייענען זענען מיינע אויספלוגען. א געזעלשאפט וועט מיר האפנטלך ארויסנעמען אביסל פינעם איינזאמקייט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם! נאך א לענגערע צייט אפשניט זייענדיג אפוועזנד פונעם שטיבל, עפן איך נאכאמאל א ניק, און איך האף צום קל עליון אז איכעל האבן מער צייט צוצוגעבן עפעס דא, תשובות המשקל פאר מיין פארמאכטע אומגעניצטע ניק.
נושאים וואס אינטערסירן מיר, פאליטישע נייעס, טעכנעלאגיע און קאמפיוטער שאלות, און סתם אזוי ארויסהעלפן.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אַיך אַ סטודענטן אַין די אוניװערסיטעט פון מיכיגאַן. אַיך לכתּחילה קום ףון מיאַמיי. אַיך אַ קאָמפּיוטער־װיסנשאַפֿט הױפּט־לימוד מיט צװיי בײַלימודים אַין שײנשרײַבן אַון געשיכטע. מיין צײַטפֿאַרברענג זענען װידעאָ־שפּילן, אַנימע, אַון שײנשרײַבן.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לעבט אין אמעריקע, האט ליב צו וויסן ברייטע אינפארמאציע איבער אלערליי נושאים.
חסידות, קהילות, וועלט ענינים בכלל א.א.וו.
אין מיין מיטעלע יארן,
האָפענונג די פּלאַץ וועט זיין כסדר דערהייַנטיקט מיט די לעצטע אינהאַלט.
יישר כח פאר די גרינדערס