☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

פעינטער » מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:14 pm

· #318939
איך ליין שוין קאווע שטיבעל. א גיטע פאר חדשים
אין איך האב זייער הנאה דא.
אין איך וואלט זייער געוואלט ווערן א מעמבער אז איך זאל קענען בעסער מיט האלטן וואס עס טיט זיך דא.
ווי.. . זען די זאכען ווי איך האלט ....... אד"ג
א דאנק

צוויקל » דינסטאג יאנואר 26, 2016 6:11 pm

· #319086
צוליב איך ,בין א אידיש ליינער וויל איך מיטיילן מיינע טאלאנטען אין שרייבן פאר די חשובע ליינער'ס פון קאווע שטיבעל. איך ארבייט אין א צייטונג אפיס. ווי עס ווערן דורך גענישטערט צעינדליגע יודאישע ארטיקלען

שיינער יוד » מיטוואך יאנואר 27, 2016 12:46 am

· #319146
חשובער יוד פין ניו יארק והגלילות. היימיש אין גישמאק. איך בין דא אריינגעפאלן בטעות אין געליינט א הומארישען ארטיקל אין נישט אויפגעהערט צי לאכען. דאכט זיך דער שרייבער איז איינער יואב, זאל ער מיר זיין געזינט אין שטארק.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 27, 2016 6:02 pm

· #319247
לאמיר אים טעגן, אפשר וועט ער זיך אויפוואכן פון זיין חוני המעגל דרימל.
@יואב, דו הערסט וואס טוצעך דא??

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 27, 2016 6:04 pm

· #319248
שיינער יוד
חשובער יוד

א שיינער איד, און א חשובער איד, ממש זוכה געווען לשני שולחנות, הודאת בעל דין כמאה עדים דמי, האבן מיר דא א נייעם ניק וואס לאו בכל יומא מתרחיש,
יהא בואכם לכל מילי דמיטב, איר זאלט ווייטער נישט סטאפן לאכן פון אונז און אונז זאלן נישט סטאפן לאכן און הנאה האבן פון אייך.

דעת זקנים » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:50 pm

· #319358
שלום טייערע צוקנופטיגע חבירים ידידים.

איך זעה אז דער עולם הייבט אן קאמיש אין די שלום עליכם אשכול, איך בין נישט קיין קאמיקער, אבער דאך מיט עפעס מוז איך מיר פארשטעלן פאר אייך, האב איך אפגקלאפט די דאזיגע שורות זאל עס זיין מיין פארווארט.

איך בין שוין אריבער דעם ארבעים לבינה, איך האב -פונקט ווי ענק אלע- נישט אנגענומען דעם סייג לחכמה להראיה אז איך שאף מיר אצינד א ניק דא אין בית הקאווע, אזויפיל יא איך האב די לייסענעס אויף חכמה מער ווי ענק זייענדיג נענטער ווי ווייטער צו דעם שבעים לחכמה.

איך האב מיר א וואונדער געטאהן צו איך בין נישט אווערעידזש צו כאפן א פעדער דא, אבער ס׳איז געקומען צו מיין וויסן אז בערל איז דא א אפטע פאסירונג כאטש איך בין לכאורה עטוואס עלטער פון אים.

קאן גאר זיין אז עימיצער פון מיינע קינדער אדער איינקלעך שרייבן דא אויב יא גייט אן און שטעלט אייך נישט אפ פאר מיר, איך וועל נישט זיין ערצערענט אויב איר וועט קריגן אדער נישט מסכים זיין צו מיינע מחשבות. (ירושה איז במילא צוטיילט.)

איך האב אסאך צוצוגעבן צום שטיבל האבנדיג געזעהן א דור וואס איר האט נישט געהאט די זכיה צו זעהן. א רחמנות אויף אייך.

האבענדיג די מייק אין די האנט וויל איך מעורר זיין דעם יוגענט אויף א וויכטיגער נקודה.

מיר דור הישן שיקן געווענדליך נישט קיין בריוו צום בלאט אדער איד, דאס איז אלעס די יונגווארג אדער די פארוואלטונג פונעם נייעס בלעטל, זיי טוען דאס אפצו׳חוזק׳ן פונעם אלטער דור, כאטש דער אינגער דור איז גארנישט בעסער פון אונז.

און צו מיין חבר בערל וויל איך וואונטשן לאנגע געזונטע יארן, שוין צייט צו ריטייערן. לייג דאס באס אין פארק, און לעב אויס די יארן ווי עס באדארפט צו זיין. (אין דערהיים פלעגט מען זאגן: élvezze az élő . csak egyszer élsz)

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 3:41 pm

· #319371
דעת זקנים

איך האב אסאך צוצוגעבן צום שטיבלsak )

זענט איהר דער דעת זקנים מבעלי התוספות.

דעת זקנים » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 4:23 pm

· #319377
ונבנתה העיר
דעת זקנים

איך האב אסאך צוצוגעבן צום שטיבלsak )

זענט איהר דער דעת זקנים מבעלי התוספות.

דאס יוגענט האט עפעס אזא חוצפה/ליצנות אין זיך.

יחי המלך » פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:57 pm

· #319533
סאיז מיר זייער שווער צו דערציילן פון מיר בעיקר האב איך אויסגעקליבן צו זיין א מעמבער אין אייוועלט וויל איך ברויך הילף אין אסאך זאכן איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמאר אין אין ביי די היימישע ציבור שפילט א יעדער די סטופיד געים אבער דא האב איך געזען אז דער עולם רעדט גאנץ אפען פאר דעם וויל איך דא זיין א מעמבער

שוין שוין » זונטאג יאנואר 31, 2016 3:56 pm

· #319655
איך בין 20 יאהר אלט, איך ואוין אין ניו יארק, איך שטאם פון אויסלאנד.
נארוואס חתונה געהאט, לעב גוט מיט מיין ווייב.
לערן נאך אין כולל
איך ליין אסאך וועגן אידשקייט אין אלגעמיין.
פארשטיי צו מוזיק און ארטס און האב נאך אלאנטן

blue moon » דינסטאג פעברואר 2, 2016 6:34 pm

· #320009
עס וואלט געווען טרעפליך מגיב צו זיין אמאל. מיר האבן ידעות צו שערן מיט אייערע ליינער
איר וועט הנאה האבן פון מיין באטייליגונג.........................
אזוי קלער איך

חכם המדות » זונטאג פעברואר 7, 2016 7:29 pm

· #320555
באמת בין איך אן אלטער ניק, נאר איך האב באשלאסן צו קומען מיט מיין נייעם ניק פאר עטליכע סיבות. ווי מיין נייער ניק פארציילט, האב איך אן אינטערעסע אין מאטעמאטיק און אין אנדערע פארבידענע פעלדער. איך וויל ווערן א מעמבער אין קאווע שטיבל כדי צו קענען שמועסן מיט אידיש-רעדנע און אנ"ש איבער טעמעס וועלכע פאראינטערעסירן מיר.
חוץ מאטעמאטיק, האב איך אויך אן אינטערעסע אין אנדערע טעמעס, צווישן זיי פראגרעמינג, פיזיק, טעכנעלאגיע, קונסט, מוזיק, היסטאריע, נייעס, אידיש שפראך, און נאך.

געוואלדיג » זונטאג פעברואר 7, 2016 8:18 pm

· #320567
וועלקאם בעק.

פארטראכטערהייט » מאנטאג פעברואר 8, 2016 12:32 am

· #320612
יא! איך בין דא! ענדליך? לאנג געווארט? פארוואס טראכטן פונ'ם עבר ווען מ'קען הנאה האבן פונ'ם הוה? זייט נישט בא'דאגה'ט, אלע חברים צוזאמען זעצט אייך ביי א גלעזל קאווע און יאלא! געגאנגען! לאמיר אנהויבן פארברענגען צוזאמען! מיין עיקר אינטערעס איז זיך אויסצולופטערן מיט פארשטענדליכע געשמאקע פיינע חברים. נא? יוצא געווען? פיין! צום ווידער זעהן!

ווייל אזוי » מאנטאג פעברואר 8, 2016 9:37 pm

· #320755
נאכן זיין א מעמבער ביי איינע פון די אנדערע סייטס ווי מ'איז לימעטעט מיט וואס מ'קען דארט שרייבן, האב איך זיך דא ארויפגעסיינט.
בעצם האב איך שוין לאנג זיך געוואלט דא איינשרייבן אבער איך האב עס קיינמאל נישט געטוהן צוליב די שוועריקייט.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 9, 2016 11:57 pm

· #320906
וועלכע שוועריגקייט? נישט געוואוסט וועלכע פרי מען נוצט פאר די ארבע מינים?..

העיקר, שלום עליכם, און האב פאן.

Chaim1239 » מיטוואך פעברואר 10, 2016 7:15 pm

· #320977
זייער אינטערעסאנטע אין נוצבארע אשכולות איך באניץ זוך זייער אפט מיט דו וועבסייט
ס,איז באטעמפט מיטציהאלטען מיט דו אלע פאר
איך שרייב נישט גוט אידיש ממילא דארפטס מיר מוחל זייו פאר מקצר זיין במקומ שיש להאריך באמת
יישר כח פאר אייער פארשטענעניש און קאאפאראציע

רחמן » דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 6:56 pm

· #321093
שלום אליזער דים זאגט אלעמאל אז ער האט געהאט א פראקטישע מלמד וועלכע פלעגט פראקן אן רחמנות דערפאר האב איך אויסגעוועלט דעם נאמען לזכרון פון די אלע פראקטישע מלמדים. בקיצור קאווע שטיבל איז א זאך און מרעדט און מרעדט ביז סווערט פערציג למעשה האב איך ריזיגע פראבלעמס סרירט זיך נישט

שמיטשיק » דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 8:40 pm

· #321116
א גוט יאר אייך, מיינע ליבע ברידער.

איך גלייך יושר, אויפריכטיקייט, און אפענקייט, וואס איך געפון דא מיט א ברייטע האנט פון די אלע דריי. איך בין נישט קיין שרייבער אבער איך גלייך צו ליינען און פארברענגען אויף א סאלידע רוהיגע פארנעם בשבת אחים, געשמאק און ברידערליך.

טיילמאל וויל זיך לייקן אדער קאממענטירן האב איך באשלאסן צו עפענען א ניק מו קענען רעאגירן און לייקן לכל עת מצוא.

שמיטשיק » פרייטאג פעברואר 12, 2016 9:12 am

· #321185
א שיינעם דאנק פאר הני תרי צנתרא דדהבא @אנאנים און @געוואלדיג פארן מיך ענטפאנגען אזוי ווארעם און אריינווארפן א גלעטנדע לייק, עס גיט מוט אנצוהייבן מיט די רעכטע פוס.

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 12, 2016 9:49 am

· #321187
שמיטשיק
א גוט יאר אייך, מיינע ליבע ברידער.

איך גלייך יושר, אויפריכטיקייט, און אפענקייט, וואס איך געפון דא מיט א ברייטע האנט פון די אלע דריי. איך בין נישט קיין שרייבער אבער איך גלייך צו ליינען און פארברענגען אויף א סאלידע רוהיגע פארנעם בשבת אחים, געשמאק און ברידערליך.

טיילמאל וויל זיך לייקן אדער קאממענטירן האב איך באשלאסן צו עפענען א ניק מו קענען רעאגירן און לייקן לכל עת מצוא.


דו רעדסט פון מיר? שבת אחים איז נאר דא איינער אין ק״ש! (ווילאנג מ׳וועט מיך נישט ארויסווארפן פון דא 😂). בד״וו cool ניק, אייגענטליך וואס איז טאקע די דעפינישאן פון שמיטשיק? פון ווי שטאמט די ווארט? וועל איך מוזן ווארטן אז ר׳ ישראל קאפקע אדער הרב בערל בעלגעלנו זאלן אונז קומען פותר חלום זיין.

קלוג » מאנטאג פעברואר 15, 2016 10:37 pm

· #321521
איך האב מחליט געווען זיך איין-צושרייבן ווייל עס געפעלט מיר זייער שטארק די געדאנקען-גאנג פון חברי הקאווע שטיבל עס איז באמת א בארואיגונג אז מ'זעט נאך אידן וואס טראכטן גוט און זענען אויפריכטיג אויף וואטס גואינג אן עראונד יו בלע''ז...

מר. קלונימוס » מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:51 pm

· #321759
צו שרייבן נייעס און וויצן האב איך זיך איינגעשריבן. אין די הויעכע צוואנציגער, וויל יעדן געפעלן אז ס'גייט נישט טריי איך נאכאמאל. א נאדווארנער חסיד, און איך קען גוט שפילן

קל וחומר » מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:54 pm

· #321760
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מר. קלונימוס
צו שרייבן נייעס און וויצן האב איך זיך איינגעשריבן. אין די הויעכע צוואנציגער, וויל יעדן געפעלן אז ס'גייט נישט טריי איך נאכאמאל. א נאדווארנער חסיד, און איך קען גוט שפילן

שפילן אויף א קיבאורד, אדער אויפן עולם?

מר. קלונימוס » מיטוואך פעברואר 17, 2016 4:44 pm

· #321772
Keyboard

שלי שלך » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 11:22 am

· #321841
איך בין נישט קיין שרייבער, הומאריסט זיכער נישט, אבער די אינטרעסאנטקייט פון אייער תוכן פולע ארטיקלען, האבן מיר מורא'דיג אהערגעצוגן. אבער נישט קענענדיג אריינפרעגן. צילוב'ן נישט זיין איינגעשריבן, האט מיך געמאכט פארלירן אסאך ידיעות, און צוליב דעם בין איך היינט דא מיט אייך.

א פינעףאוןזעכציג'ער » פרייטאג פעברואר 19, 2016 2:55 pm

· #322056
קאווע שאיבל איז אויסגעצייכנט און איהר בלאג פאר א פלאץ ווי מ'קען זיך אויסגעבען אביסעל, און הערן פון אנדערע אויך אביסל ליצנות, און הנאה האבן אויפן אידישן שפראך. און די סארטן שמוסען קען מען נישט טרעפן אין ערגעץ!!!!

shoestring » פרייטאג פעברואר 19, 2016 2:56 pm

· #322057
פרייליכער אינגערמאן וועלכער באשעפטיגט זיך מיט קאמפיוטערס, קאמיוניקאציע, וועבסייטס, און אנדערע ענליכע ביזנעס - אינטערנעט עקספערט און אפארטוניסט שוין 40 ווערטער ? בארא פארק לאקאציע וויל לערנען און מיטטיילן בעיקר אויפן געביט פון טעכענאלגיע אדער ווי די מיליעניעלס זאגן טעק

שפאניע » מאנטאג פעברואר 22, 2016 1:04 pm

· #322287
זייער שווער זעך צי באשרייבן אבער אין מסרבין לגדול.
כהאב געלערנט אין געוואקסן אין חסידישע מוסדות חינוך, תלמוד תורה, ישיבה קטנה מיט גדולה, אין אזוי אויך אין א חסידישע כולל.
ברוך השם היינט האב כשוין אוייכעט קינדערלעך אין חסידיש מוסדות.
כהאב זעל איינגעשריבן ווייל כהאב געזען אפאר זאכן וואס כהאב געהאט וואס צי רעאגירן אויף דעם, אין וואס מיטציטיילן.

יישר כוח

alter » דינסטאג פעברואר 23, 2016 12:02 am

· #322352
איך בין א גרינער צום קאווע שטיבל... (יא, די גרינע קאווע, כידוע ליודעי חן...) איך וויל זיך אנשליסן אין די חברייא קדישא און אריינשליידערן מיינע צוויי צענט ווען נייטיג.... איך בין היפש פרעמד נאך, אבער איך בין זיכער אז נאך עטליכע גלעזער וועל איך שפירן דא ווי אינדערהיים.

הגיון » דינסטאג פעברואר 23, 2016 12:09 pm

· #322393
איך ווייס נישט פונקטליך וואס צו שרייבן אויף די מינוט. עס איז אזוי ווי מכבד זיין איינעם צו רעדן ווען ער האט זיך נישט צוגעגרייט. אבער איך האף צוצוגעבן דא אינעם שטיבל.

פליקער » דינסטאג פעברואר 23, 2016 12:29 pm

· #322396
די אשכול איז מיר מאוס ונמאס

עס איז דערווייל פארהאן כמער 550 נייע ניקס וואס האבן געשריבן ווייניגער ווי 5 תגיבות

איך וואלט געראטען מאכן א קלין אפ

פאטעטא טשיפס » דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:40 pm

· #322468
פליקער
די אשכול איז מיר מאוס ונמאס

עס איז דערווייל פארהאן כמער 550 נייע ניקס וואס האבן געשריבן ווייניגער ווי 5 תגיבות

איך וואלט געראטען מאכן א קלין אפ


@פליקער

Stay away from negative people
they have a problem for every solution


😂

לחיים ולברכה » מיטוואך מערץ 2, 2016 12:18 pm

· #323126
תן לחכם ויחכם עוד, וויפיל איך ווייס וויל איך אייביג וויסן מער און מער, דערפאר גיב איך זיך אן צו ווערן א "חבר" בתוככי עם ישראל צו קענען געניסן פון אלעם, הערן, זען פרעגן אין באקומען תשובות,
איך בין אלט צום גוטן 25 יאר,
שאיפות צו שטייגן ווי די מאמר חזל איזה חכם הלומד מכל אדם
טאלאנטן: פרובירט אויס אלעס וואס די אויבישטער שיקט אונטער די האנט

קאמפאטער קאפ » מיטוואך מערץ 2, 2016 12:19 pm

· #323128
: אונזער ציבור איז אויסגעשטעלט אז נאר די תלמידי חכמים וואס זענען איינגעשטעלט, דיינים, בנש"ק וכדומה, נאר די זענען תלמידי חכמים און זיי האט מען אינזין, זיי שטיצט מען, זיי איז מען מכבד מיט דרשות, מיט זיי טענצ'ט ביי חתונות, זיי שמירט מען אונטער, משא"כ אנדערע אידן תלמידי חכמים מופלגים וואס לערנען לילות כימים, ווערט מען נערוועז אז טאמיר עס דאכט זיך אז זיי דארפן עפעס רעקעגנאציע. מחשיב זיי תורה מיינט נישט דווקא ווען מיין קהילה, פארטיי האט עפעס פון אים. עס איז געוועהן אידן גאונים אזוי ווי הגה"צ רבי שניאור זלמן בערנבלוט ז"ל אדער הגה"צ רבי ישעי' בראווער ז"ל הגה"צ רבי יהושע העשיל וואלענדער ז"ל האט מען זיך טאקע געספראוועט אדער מחשיב געוועהן זייער פערזענליכקייט ווי עס פאסט?

נישקאנאנונג » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 12:36 am

· #323189
כאנאכנישט וואס צו זאגן/שרייבן, מיט צייט וועט מיר מערצעשעם איינפאלן איידיעס. אין קורצן, איך בין 21 יאר אלט, חתונה געהאט, און ..................... קאמינג סאאן....

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 1:37 pm

· #323239
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כ'האף ד'וועסט כאטש מיטטיילן מיטן עולם... מ'העט דיר ווארעם אנוואונטשן מערצעשעם!

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

קילע נייעס » זונטאג מערץ 6, 2016 1:04 am

· #323392
די פלאץ איז מיר געפאלן נאכן ליינען א שיינע פאר ארטיקלען הן מצד די געשמאקקייט הן מצד די הומאר אין די וועג פין די שרייבערס .איך וויל זיין א חלק פין די קרא ווי מריפט עס.

טמיר » זונטאג מערץ 6, 2016 1:11 am

· #323393
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פליקער
די אשכול איז מיר מאוס ונמאס

עס איז דערווייל פארהאן כמער 550 נייע ניקס וואס האבן געשריבן ווייניגער ווי 5 תגיבות

איך וואלט געראטען מאכן א קלין אפ

ס'איז דא אן עצה בדוק ומנוסה: דזאסט גיי נישט אריין אין דעם אשכול. טויזענטער אידן (און גוים) זענען שוין געהאלפן געווארן אזוי

כ'ניאק » דינסטאג מערץ 8, 2016 9:15 pm

· #323686
איך האב א גרויסע הנאה צו ליינען אין קאווע שטיבעל, עס איז דא זייער אסאך ידיעות אין היסטאריע, יודישקייט, און אלוועלטליכע ידיעות דא, אין איך האף איר וועט הנאה האבן פון מיר.

אישתישבי » מיטוואך מערץ 9, 2016 11:00 am

· #323782
צו קענען זיך ארויסגעבען אהן אן פרעשור פין מה יאמרו הבריות!!
איך געפין אז אין בית המדרש איז דא א שטארקע צוריקגעצויגענקייט פין זיך וועלען ארויסגעבען די שיטות סיי אין ענינים שבקדושה, סיי אין דברים שבחול, און אלעס איז ווייל מען לעבט אין דער שאטען פין יענעם, אלץ איז מען ביזי טראכטען וואס וועט יענער זאגען, ממילא איז קאווע שטיבעל דער פאסיגע פלאץ זיך צו קענען ארויסגעבען, ווייל דא איז מען אנאנים, און אפילו מען זאגט זאכען וואס "יענער" וועט דיר אנידערלייגען, איז גארנישט געשעהן!!!

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:16 pm

· #324136
כבולעו כך פולטו
כשם שמקבלים שכר על הדרישה כן על הפרישה!

עפען זאפארט א צאתכם לשלום אשכול!

sunrise » דינסטאג מערץ 15, 2016 5:02 pm

· #325165
איך בין א אינגערמאן פון לאנדאן, חתונה געהאט און איך האב ב"ה א פול טיים דזשאב. איך האב ליב צו לייענען אביסל איבער הנעשה והנשמע בין קהילות אנ"ש. איך געהער צו איינע פון די גרויסע קהילות ב"ה. איך צייכן מיך אויס היומען אינטערעקשאן. איך בין אהערגעקומען צו שעפן אביסל תורה וחסידות און זיך אנזאפן מיט אמונה ודת. איך בין א שטארקע מאמין אין די ברסלבע מהלך. אפ' מ'זינדיגט און אפ' מ'פאלט דורך, שבע יפול צדיק וקם אבער דאך פארווארפט קיינמאל נישט דער בורא עולם.

אויסגעוועלט » דינסטאג מערץ 15, 2016 5:03 pm

· #325166
איך בין נישט קיין שרייבער נאר איך וויל האבן עקסעס צו איינע פון די בעניפיטס וואס די איינגעשריבענע באניצער האבן אבער עס קען זיין אז ווען איך וועל האבן עפעס וויכטיג מיטציטיילן וויל איך אויך שרייבען

ירמי' » דינסטאג מערץ 15, 2016 5:03 pm

· #325168
איך וויל נאך אריין כאפן איידער די מקום פארשליסט אירע טויערן פאר אייביג.... אלס א לאנגיעריגע ליינער איז דאס א ווייטאג אז מען וועט שוין נישט האבן פרישע דברי חכמה פון די חשובע חבירים.

ווי יעדער קוק איך ארויס און האפט אז דאס מקום זאל ווייטער בליען

בנן של קדושים » דינסטאג מערץ 15, 2016 5:05 pm

· #325169
איך בין א בנשק און איך האב געזען די וואך דעם מסכת בנשק וואס איינער האט דא ארויפגעשטעלט און איך וויל פשוט שרייבן עפעס איבער דעם ענין. פשוט וויבאלד איך לעב אין דעם מצב פיל איך אז איך האב עפעס צוצוגעבן דא.

סמסונג » דינסטאג מערץ 15, 2016 5:06 pm

· #325170
אין אסאך וועגן זענען מיר געגאנגען, זוכנדיג פאר א טראפ אמת, מיר האבן נישט געקווענקלט פון אריינבייסן אין אים, מיט די דעליקאטעט פון זינד.
מיר האבן נישט געטראפן זיך אליינס, עס האט מער קיין פשט דאס צו לייקענען, די קולטור איז נישט, פאר אונז ווייל אין אונזער הארץ איז פייער.
און איך קליינער, דער לעצטער פון פאלק שטייט דא דערשוידערט און איבערראשט.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 15, 2016 5:09 pm

· #325171
שלום עליכם ר' @ירמי', נישט געזארגט נצח ישראל לא ישקר, דאס פלאץ בלייט אפן.

בן אדם » דינסטאג מערץ 15, 2016 5:44 pm

· #325177
ויקם דור חדש

דניאל » מוצ"ש מערץ 19, 2016 9:29 pm

· #325669
קיין גרויסע שרייבער בין איך נישט, טאקע דערפאר קום איך אהער דא, זיך צושארפן אביסעל דאס ליינען און שרייבן די אידישע שפראך.

איך גלייך דעמאקראטיע, פרידען, גלייכבארעכטיגקייט, זיין יונעפייד (מאוחד) און געזעץ זאל הערשען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94