☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

עפעס אזוי » מאנטאג מערץ 21, 2016 8:48 pm

· #325940
איך האב מיך איינמאל אנגעשטאלפערט אין דעם פורום, און פין דעמאלטס ליין איך עס גאנץ אפט, איך האב זייער הנאה פון די הויעכע אינטעלאקטורע באשרייבונגען אין די היימישע אטמאספער, איך געהער נישט צי גיין גרויסע חסידות, אין איך בין אויך נישט קיין גרויסע טאלאנטפורע שרייבער, איך קען מיך אויס א שפאר ביסל אויף קאמפיוטערס, אין איך האף זיך צוקענען מיטטילן מיט מיינע ידיעות מיט די גאנצע עולם.

קל וחומר » מאנטאג מערץ 21, 2016 9:05 pm

· #325942
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך קום פון אמעריקע, אויפגעצויגן געווארן אין ניו יארק, קאווע שטיבל זעהט אויס צו זיין א פיין מקום, כ'האף צו שרייבן אביסל דא און דארט, מיין פעדער איז היבש באגרעניצט, אבער האפענטליך וועט זיך עס פארברייטערן נאכן וויילן דא גענוג.

כ'קען באשטיין די עולם זאל מיך באגריסן.

כ'ווייס נאכנישט וועגן די לייקס פארמעסט, ממילא דארפט איר נישט פיהלן פארפליכטעט מיר צו לייקן דא, ווי אויך ווייס איך נאכנישט אז מ'דארף גיין צו 'אקטיווע אשכולות' ממילא האט נישט קיין פשט מיר צוריק ענטפערן דא.

זייטס געזונט!

גלאז קאווע » מוצ"ש מערץ 26, 2016 9:49 pm

· #326374
האמער דעסיידעט זיך איינצושרייבן אויף קאווע שטיבל נאכן זעהן אזויפיל גוטע זאכן, חידושים, נייעס, מילתא דבדיחותא, צימעס, וכו׳.. און ספעציעל נאכן זעהן אז קאווע שטיבל האט געהאלטן כמעט ביי קבורה און איז צירוק נולד געווארן, האמער מחליט געווען אז עס איז צייט זיך איינצושרייבן.

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:05 pm

· #326376
גלאז קאווע
האמער דעסיידעט זיך איינצושרייבן אויף קאווע שטיבל נאכן זעהן אזויפיל גוטע זאכן, חידושים, נייעס, מילתא דבדיחותא, צימעס, וכו׳.. און ספעציעל נאכן זעהן אז קאווע שטיבל האט געהאלטן כמעט ביי קבורה און איז צירוק נולד געווארן, האמער מחליט געווען אז עס איז צייט זיך איינצושרייבן.

האסט א זכיה, מהאט אמאל נישט געלאסט א ניק מיטן נאמען ״קאווע״ חוץ @קאווע טרינעקער

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:24 pm

· #326380
זעהט אויס אז דער נייער קעניג האט מבטל געווען אלע גזירות רעות פון די פריערדיגע מלוכה... ויקם דור חדש אשר לא ידע את יוסף 😉

קאווע טרינקער » מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:31 pm

· #326381
וואס טאקע פשט?

קל וחומר » מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:45 pm

· #326383
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ברענג דיין טרעידמארק צום טיש, דאן וועלן מיר דן זיין.

גלאז קאווע » מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:58 pm

· #326385
קאווע טרינקער
וואס טאקע פשט?


זעהט אויס אז 24 שעה איז אריבער און די וועלט איז בעסער געווארן..

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש מערץ 26, 2016 11:46 pm

· #326388
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גלאז קאווע
קאווע טרינקער
וואס טאקע פשט?


זעהט אויס אז 24 שעה איז אריבער און די וועלט איז בעסער געווארן..

די מיינסט מסתמא ערגער געווארן

ארי נוהם » זונטאג מערץ 27, 2016 12:27 pm

· #326433
איך ליין שוין א שטיק צייט די אינטרעסאנטע נייע אין קאווע שטיבל, און צומאל קלער איך אז איך וואלט געהאט אסאך נוצן פון לאזן הערן מיינע געדאנקען - וואס ווערן דערשטיקט אינעם אלגעמיינער גאס. נאך א לענגערע וויילע, הגעתי להחלטה הנבונה, אז איך זאל מיך איינשרייבן, און אפשר וועט מיין געשריי דערהערט ווערן בתוך שאר נדחקי ישראל.

זבולון » זונטאג מערץ 27, 2016 12:28 pm

· #326434
איך בין א מיטל-יעריגער יונגערמאן, איך געהער אויפציעל צו איינס פון די באבאווער הויפן, מיין אינטערעסן זענען אין פארשידנארטיגע נושאים, כי רבים הם ואי אפשר לפורטם.
איך האף צו לייענען, לייקן, און שרייבן דא להנאתי והנאת הציבור.

געוואלדיג » זונטאג מערץ 27, 2016 3:51 pm

· #326455
זבולון
איך געהער אויפציעל צו איינס פון די באבאווער הויפן,


אאוטש, אנגעהויבן מיטן לינקן פיס, עס איז עפעס דא צוויי באבובער הויפן? 😂 😂

מיר'ער בחור » דינסטאג מערץ 29, 2016 7:02 pm

· #326818
איך בין אויפגעוואקסען אין בארא פארק ווי איך וואוין נאך אלץ אבער כהיום בין איך רוב יאר אין ירושלים אין ישיבה ווען ס'איז געקומען מיך צו שיקען אין ישיבה גדולה בין איך אריין אין די ישיבה פון די קהילה ווי איך באלאנג

חייקל » מיטוואך מערץ 30, 2016 6:19 pm

· #327022
איך האלט שוין מיט די קאווע שטיבעל פארום א שטיק צייט און איך באקום א גוטע שפירונג צו זעהן/ליינען פארשידענע מיינונגען אויף אלע ערליי טעמעס און וויאזוי זיי קלארן זיך אויס דורך דיסקוסיע, ווען איינער זאגט אהער און אן אנדערע פארקערט... בכלל האב איך א פארגענוגען צו ווערן באקאנט און וויסענשאפטליך אויף אלע טשיקאווע סוגיות. דעריבער האב איך באשלאסן זיך אנצושליסען אלץ א מיטגליד אין דיע פארום. איבערהויפט בין איך זייער אינטרעסירט אין פאליטיק, וואו איצטע קומט דאך פאר די וויילען, היסטאריע, און געזעלשאפט.

שלוימי » מיטוואך מערץ 30, 2016 6:20 pm

· #327023
נאך א לאנגע צייט מיטהאלטן אלץ א דרויסענדיגער פיל איך מיך שוין באקוועם אריינצוקומען צילייגן מיינע צוויי צענט. אלץ א מענטש וואס האט ליב פרייהייט פיל איך דא אלץ א פאסיגע פלאץ זיך אביסל אויסציליפטערן מיינע געדאנקען.

אהה ווי אלט איך בין ? ערגעץ און די אינגע יארן

וואלווי » מיטוואך מערץ 30, 2016 7:29 pm

· #327032
שלוימי
נאך א לאנגע צייט מיטהאלטן אלץ א דרויסענדיגער פיל איך מיך שוין באקוועם אריינצוקומען צילייגן מיינע צוויי צענט. אלץ א מענטש וואס האט ליב פרייהייט פיל איך דא אלץ א פאסיגע פלאץ זיך אביסל אויסציליפטערן מיינע געדאנקען.

אהה ווי אלט איך בין ? ערגעץ און די אינגע יארן


וואס יונגער אלס בעסער. גרינגער צי זוכען די פרייהייט יונגערהייט וי איידער געצוונגענעהייט.
LET FREEDOM RING!

שליסל » מיטוואך מערץ 30, 2016 11:47 pm

· #327069
בעצם דריי איך מיר שוין דא אין קאווע שטיבעל פאר א היפש לאנגע תקופה אבער ליידער האב איך ביז אהער נישט געהאט קיין טשאנס זיך צו רעגעסטרירן, היינט איז פיינעלי געקומען דער צייט דערצו. האף מיר מערצע שעם אויך צו קענען אביסל צוגעבן צום געשמאקן קרעמעל דא.

נעק טיי » מוצ"ש אפריל 2, 2016 10:10 pm

· #327335
א גוטן

צום ערשט וויל איך באדאנקען יעדע שרייבער באזונדער און די הנהלה מקל וחומר, פאר זייערע הערליכע באלערענדע ארבעט, און פאר די צייט און כוח וואס זיי געבן אוועק לטובת הכלל.
קאווע שטיבל איז די לעצט-פארבליבענע ווירטואלע פארום ווי מ'קען שמועסן מיט אחים לדעה, ווי ערוואקסענע מענטשן וואס האבן די שכל און מידות פון אויסהערן יענעם, און צו זיך חולק זיין בדרך כבוד ונימוס.
ב"ה אז שרייבן קומט מיר אן לייכט, פאר א תקופה פלעג איך שרייבן פאר אידישע צייטונגען. מיין יעצטיגע ארבעט ערלויבט מיר ווייניג צייט, אבער איך שפיר ווי איך מוז שרייבן כדי נישט פארלירן מיין געשמאק אינדעם.

איך בין א חסידישע אינגערמאן, בערך 30 יאר אלט, אפאר קינדערלעך און ווייניג שלום בית, איך וואוין אין ברוקלין.

נאכאמאל, א דאנק פארן מיך אננעמען

קל וחומר » מוצ"ש אפריל 2, 2016 10:49 pm

· #327339
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מ'זאגט נאך בשם צדיקים, אז די וואס דרייען זיך אין ק"ש ווייסן נישט פון קיין שלום בית פראבלעמען.

אלקנה » מיטוואך אפריל 6, 2016 1:00 pm

· #327904
א איד פון רמתיים צופים, א מטופל בילדים, זוכט דא עולה רגל זיין כדי צו פארברענגן מיט קאווע שטיבל חברים, על אפם ועל חמתם פון די בני עלי (און ווען די ווייבער ערלויבן).

מיש-נייעס » מיטוואך אפריל 6, 2016 7:09 pm

· #327980
איך דורשט נאך די אלע ארטיקלן נייעס היסטאריע און אלע אינטרעסאנטע אשכולות איך קען באשטיין צו האבן א מיינונג און אויך גגעבן א קאמענט א לייק און דאס פארקערטע...!
עס איז זייער רייך עס איז ממש א מים שאין להם סוף וואס מען קען אלס געוואר ווערן וויכטיגע זאכן אין היסטאריע און נייעס וכדומה (איך באצוה מיך צו היסטאריע און נייעס ווייל דאס איז דאס מערסטע וואס ליעבט מיר אבער איך גלייב אז עס איז דאס זעלבע)

איך אויך » זונטאג אפריל 10, 2016 3:20 pm

· #328554
העלא אמיגאס.

לא ימלט » זונטאג אפריל 10, 2016 3:34 pm

· #328555
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך אויך
העלא אמיגאס.

זייער קורץ און שארף...

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

Solokokosh » זונטאג אפריל 10, 2016 6:23 pm

· #328581
אני הגבר דמתקרייא סולו קאקאש, כוויל האבען דעם זכות און כבוד צו זיין א חלק פון שטיבל און טרינקען קאווע מיט די יינגעלייטלעך דא מידי יום ביומו כמו שכתוב בתורה בנביאים ובכתובים

נע ס'נישט פאר מיר » מאנטאג אפריל 11, 2016 8:04 pm

· #328778
איך האב געהערט אז מקען זיך דא אויסלערנען אסאך נייע ידיעות, און וויסענשאפטן, איך בין בערך 35 יאר און איך וואוין אין בארא פארק איך בין א סאטמארן חסיד, איך קען מיך גאנץ גיט אויס אין עולם הנגינה

avizak » מאנטאג אפריל 11, 2016 8:05 pm

· #328780
I saw it online I thought is was an interesting way to connect to others, especially those that are chassidish and it will give me a different perspective on life. Also I have read some things from google and I think that it is very interesting and helpful.

diff » מאנטאג אפריל 11, 2016 11:00 pm

· #328803
-

מייבין » דינסטאג אפריל 12, 2016 10:43 pm

· #328944
איך ניץ אסאך דעם פארום און איך האב געוואלט האבן א אפשרות זיך מער בניצן מיטן פארום.
ס'איז אויך זייער ענדליך צום פארום פון אתר לדעת וואס דארטן וועט איר מיך קענען א סאך טרעפן
איך האף אז איר וועט הנאה האבן פון מיר און איך פון אייך
ועל זה בא על החתום
מייבין

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 13, 2016 11:58 am

· #328972
שלום עליכם, וויאזוי הייסט איהר אין לדעת?

מ בן יוסף » מוצ"ש אפריל 16, 2016 9:59 pm

· #329412
יש הולכים בדרכים סלולות ויש פורצים לעצמם דרך,
יש שאינם דורכים כי אם בשבילים מסומנים ומוארים, ויש מעיזים לצעוד בשבילים חשוכים, חסרי סימון.
האמיצים שבהם, עושים את עצמם סימן לדרך, אינם נסמכים על הוראות על מפות ועל דרכים,
אלא על סימנים בלבם חקוקים, אותות להם ממרומים, יובילם יוציאם וינהיגם אל חוף מבטחים.

קל וחומר » מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:08 pm

· #329414
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
השם משתמש באנגלית, והתוכן בעברית.
בקיצור, הכל חוץ מאידיש...

איך אויך » מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:09 pm

· #329415
נו ,זה השביל שבחרה לעצמה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:48 pm

· #329427
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ווילסט נאך פארשטייען א פרוי'ס קאפ?!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

mevakesh » מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:14 pm

· #329435
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אינטערעסאנט אז מירי הא איז אדוירך אלס א פאסיגער ניק פיהל בעסערע ניקס זענען שוין געפסלט געווארען אלס נישט פאסיג

קנאקעדיג » זונטאג אפריל 17, 2016 1:42 pm

· #329538
נאך א לאנגע צייט וואס איך באזוך שוין דא האב איך מחליט געווען עס איז געקומען די צייט איך זאל זיך איינשרייבען
איך געהער צו די שאפראן קהילה
מיין יארגאנג 31
מיינע אינטערעסען חסידות מוזיק נייעס

קל וחומר » זונטאג אפריל 17, 2016 1:59 pm

· #329540
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וועלכע שאפראן?

פלארידע » זונטאג אפריל 17, 2016 2:19 pm

· #329544
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר ווייל איך מיין איך האב אסאך צוצוגעבן צו אסאך פון די שמועסן וואס איך לייען לעצטענס.

מיינע אינטערעסן נעמען אריין רעליגיע, טעכנעלאגיע, און וויסנשאפט.

קנאקעדיג » זונטאג אפריל 17, 2016 2:24 pm

· #329545
קל וחומר
וועלכע שאפראן?

ס'דא נאר איין

איך אויך » זונטאג אפריל 17, 2016 8:48 pm

· #329615
mevakesh
אינטערעסאנט אז מירי הא איז אדוירך אלס א פאסיגער ניק פיהל בעסערע ניקס זענען שוין געפסלט געווארען אלס נישט פאסיג

איפה עושים שינוי מין תוך יום אחד?

חסיד פון ליטא » דינסטאג אפריל 19, 2016 12:28 am

· #329892
אודך, נאך א ניק אין ק"ש אריין.
גראדע האף איך יא צו זיין אביסל אקטיוו, איך וויל בעטן דעם עולם אז מען זאל מיך מקרב זיין.
נאכן באזיכן דא היבש אפט איז מען געקומען צום החלטה אז יא, עס איז ווערד צו זיין א מעמבער דא. (נישט גע'דאגה'ט, דער נוסח איז א גע'גנב'עטער).
איך גלייך מוזיק, ארט, פאטאגראפיע, גרעפיק דיזיין, אידישע קינדער, וויסנשאפט, סתם שמועסערייען און וואס נישט.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 6:30 am

· #329919
ליטוואק פון בודאפעסט גלייכסטו אויך?

ווייל אזוי » דינסטאג אפריל 19, 2016 7:34 am

· #329927
איך זעה אז די עולם איז מגיב דא פאר נייע ניק'ס וויל איך נאר זאגן אז פון ווען איך האב מיך איינגעשריבן ביז איך בין אנגעקומען צו די אשכול האט גענומען א שיינע פאר וואכן, ממילא האט נישט קיין פשט צו באגריסן נייע מעמבערס דא.
@שמעקעדיג איך בין דיר נאך שולדיג א ענטפער ,
איז אזוי מ'דארף אויספילן 3 פלעצער ווי איך וועל זיין אקטיוו און נאכדעם דארף איך זאגן ווידי ברבים, קאם אן ס'נישט די שענסטע/גרינגסטע ברוך הבא , איך דארף מיך ברעכן קאפ וועלעכע אשכולות איך גיי שרייבן און נאכדעם ווער איך בין און וואס מיינע מאטיווען זענען ?
באט וואטעווער מ'איז שוין דא און מ'טרייט צוצוגעבן וויפול מ'קען

חסיד פון ליטא » דינסטאג אפריל 19, 2016 11:06 am

· #329972
טאמער איז ער א אידיש קינד גלייך איך אים.

אוי פיהלט עס גוט צו קענען געבן א לייק... 'שמעקעדיג' האט זוכה געווען צום ערשטן לייק מיינעם!

נ.ב. אויב איינער קען מיר אויסלערנען ווי אזוי מען טעגט, לינקד, אישי'ט, וכו' אדער לינקן צו אן אשכול וואס וועט מיר ארויסהעלפן דערמיט, וועל איך אים לייקן זייער שטארק.

תודה מראש!

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 11:13 am

· #329973
חסיד פון ליטא
וועל איך אים לייקן זייער שטארק

איך קען דיר לינקען צו אלעם, אבער אויב זוכסטו אן אפציע צו לייקן "זייער שטארק", ליהוי ידוע אז דערווייל האבן מיר נאך נישט דעם פיטשער.

ישראל דיין » דינסטאג אפריל 19, 2016 4:15 pm

· #330067
א גוטען מיטאג.
איך טי זייער ליב האבען צו לייענען קאווע שטיבל ,
מען טוט אויס שמיסען פארשידענע עניינים וואס געוונדלעך האט מען מורא צו רעדען אין בית מדרש אדער אפילו און שטוב, אבער דא אויף קאווע שטיבל האט מען קיין מורא און אלע האבען רעכטן צו זאגן זיין מיינוג וואס ער טוט האלטן אז דאס איז די אמת.

איך אויך » דינסטאג אפריל 19, 2016 6:23 pm

· #330101
דיין ע''ש משפחת דיין לדוג' 'משה דיין' אדער ביסט א דיין אין א קהילה?

לייבל שטילער » דינסטאג אפריל 19, 2016 6:25 pm

· #330103
כבין א נחבא אל הכלים און איך שעם זיך צו רעדן פון מיר אפילו מיט א ניק, אבער אביסלע, נו, זאל זיין כהאב ליב צו ליינען, צו הערן מוזיק, כבין עקסטרעם געפיליש און דאס מאכט מיך אסאך פראבלעמען, וואס נאך?

בן אדם » דינסטאג אפריל 19, 2016 6:37 pm

· #330104
.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אפריל 20, 2016 1:37 am

· #330179
לייבל שטילער
כבין א נחבא אל הכלים און איך שעם זיך צו רעדן פון מיר אפילו מיט א ניק, אבער אביסלע, נו, זאל זיין כהאב ליב צו ליינען, צו הערן מוזיק, כבין עקסטרעם געפיליש און דאס מאכט מיך אסאך פראבלעמען, וואס נאך?

א מין חוצפה, כולנו למערכה, סארא עזות?? סאיז שוין דא א שטילע, וואס מיינסטו? קענסט מיר סתם אזוי איבער פאהרן ?
דאס התנהגות דא איז נישט נארמאל, מאנערקענט נישט אין מיר?
נו נו, טוישט אויס א נייע שטילע וואס וועט לכאורה נעלם ווערן נאכן ערשטע תגובה אזוי ווי די לעצטע 2000 נייע ניקס.
#כבין_פיססט_ביזן_הימל

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אפריל 20, 2016 1:46 am

· #330181
טייל מיר נישט איין ווען כבין כעסיג
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94