☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

מחנה כהונה » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:59 pm

· #491162
איך האב גילערנט אין סאטמער, אין דריי זיך אין באבוב 48 האט ליב צו נאשען פין איבעראל, וואון אין בארא פארק האב צי ליינען וועגן זאכען וואס זענען פארגעסען אדער גימאכט פארגעסען

קאמארנער » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:59 pm

· #491164
איך וויל פאברענגען, מיטטיילען מיינע געדאנקען און כלערליי שורה'ליך, און ענזשויען שבת אחים גם יחד.
איך בין אינטערסירט אין מיוזיק, פילאסאפיע,פאליטיק,פסיכאלאגיע,השקפה.
איך געהערט צו א באקאנטע חסידות.
א רעכטי און קאנסערוואטיוו אין אלגעמיין.
איך האב נישט וואס נאך צו שרייבן, 40 ווערטער? אסאך.. נאכאלץ נישט גענוג? טוה מיר א טובה..וואס פשט?
אקעי כ'געב אויף אויף אויף אויף אויך אויף

ויש לומר » זונטאג יאנואר 9, 2022 8:00 pm

· #491165
"איך בין דורכגעפאלן"! דאס איז א ווארט וואס איך גיי קיינמאל זאגן אין מיין עכטע לעבן. אבער אינטערן שלייער פון א ניק. צווישען אחים לדעה וואס לאזן צו געפילן, זענן מסכים מיט כשלונות אין זענן דרייסט זיי צו קאנפאטירן איז געשמאק צו פאר ברענגען.

סדרן » זונטאג יאנואר 9, 2022 8:02 pm

· #491166
22 נייע מעמבערס כמנין אותיות התורה - עטס זענט אלע מכובד זיך אנצוגיסן א גלעזעל קאווע, זיך מאכן באקוועם, און זיך לאזן הערן. שעמטס ענק נישט!

keep it up » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:48 pm

· #492303
i love the way how everything is going
stam look whats happening here and hope everything will be ok

קבצו זקנים » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:49 pm

· #492304
לעצטענס טרעף איך זייער אינטערעסאטא נושאים אין דעם שטיבל אין פין מאל צו מאל קען איך צילייגען א ציקערלע. אשר על כן וויל איך מיך משתתף זיין להגדיל השטיבל ולהדירה. איך בין א רעגולערע אינגער מאן וואס איז אריבער דער נורמלע חינוך אין ויליאמסבורג, בקיצור סתם א בן אדם.

Pini » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:49 pm

· #492305
I participated in a zoom lecture by Chaya Nove this week about Hasidic yiddish and became very interested to hear more. I am fluent in the Yiddish that I spoke at home and at the secular Peretz Shul in Winnipeg that I attended before my bar mitzvah
.

לאוולי » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:50 pm

· #492306
כ'אב נישט אסאך וואס צו שרייבן. איך האף אז מען וועט הנאה האבן פון מיך דא און איך וועל הנאה האבן פון ענק. איך האב ליב צו ליינען און שרייבן זאכן וואס מען קען נישט שרייבן אין אנדערע פלעצער. איך וויל רייך מאכן דעם עולם מיט מיינע ידיעות און איך האף אז איך וועל צוגעבן פאר די פלאץ, און אויך וועל איך קענען ליינען פון ענק.

איינעראליין » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:51 pm

· #492307
אידיש גאר אינטערעסאנטע ליין מאטריאל דאהי דערפאר איך געקליבן צי איינשראבן דא
איך צי האפן אז דאס איז אוודאי געוויס געניג פארן איינשראבן זעך אהער דא הי אויב נישט איז פראבלעם דערפאר וואס איך נישט האבן קיין סאך מעא וואס צי צי צילייגן אהער דא אין דעם פארום

פאר'ן דאווענען » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:52 pm

· #492308
איך קען נישט רעדן איך האלט פארן דאווענען אבער עס פאלט מיר איין אסאך קשיות גראד אינדערפרי איך האף אז דער עולם דא וועט זיי קענען פארענטפערן ביטע פארשטיין אז איך האלט נאך אנהייב טאג

3602 » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:52 pm

· #492309
איך וויל קענען צו לייגן הארות צו פארשידענע זאכן קומען קום איך פון א חסידישע בעלזע געשטימטע סביבה פון ארצינו הקדושה געבארן בין איך ארום די מם'ס מיינע טאלאנטען זענען זינגען שרייבען און איך האף אז איך וועל הנאה האבן דא און אז דער עולם וועט הנאה האבן גם כן

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 10:11 pm

· #492311
הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:39 pm

לא להנאת גופי האט געשריבן:
העי, כ'האב געמיינט קאווע שטובל טאלערירט נישט אפיקורסות? וואלטסט רעדן עברית אויפדעם אידאך דא פאליש צו כ'ווייס וואס, עכ'פ נישט דא. [טאמיר די מיינסט אז כ'מיין עס ערענסט, גיי אהיים[דאס אליין קומט פון די עברית'ישע סעי'אינג 'לך הביתה'..] ]

דו וואלסט שוין געדארפט צו וויסן אז איך בין איינער פון די גרויסע קנקאים דא אין קאווע אין קאווע שטיבל. פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. איך שטיי על המשמר אז ס'זאל זיך ח"ו נישט אריינכאפן א ברעקל ציונות. און מ'זאלל ח"ו נישט צוקומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים, ימח שמם וזכרם. ס'איז מיר א חידוש אז דו האסט נישט געהערט פון מיינע גרויסע רביס אין קנאות, ווי הרב ישראל מ. סופר זי"ע/ שליט"א המכונה מנשה פליפ-פלאפ. און הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו לשבח[


כ'בין סאמהאו אריינגעפאלן אין די אשכול, ביי די תגובות פון יארע 2014, זעי איך אז בערלבאלאגאלע האט שוין דעמאלטס געוועין פארנימען מיט ישראל מ. סופר המכונה מנשה פליפ פלאפ, ברכיים אשר לו כרעו לבעל, און סענדער דעם דייטש.
ויאשפ"ג הקהל'ס אשפג"ה גדולה עד למאוד: וירם הקהל'ס את קולו ויאמר לאמר: יען כי אשפגת"י אותי ולחצתי את לייק'תך וידעת כי אני הקהל'ס:

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 10:12 pm

· #492312
[

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 10:12 pm

· #492313
]

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 10:59 pm

· #492325
קהל'ס נער: ס'זעהט אויס אז מ'האט געמעקט דיינע אנדערע תגובות. אדער האסטו עס אליינס געמעקט. ווער ווייסט וואס דו האסט דארט געשריבן? דו מאכסט מיך געפערליך נייגעריג...!

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:20 pm

· #492336
berlbalaguleh
קהל'ס נער: ס'זעהט אויס אז מ'האט געמעקט דיינע אנדערע תגובות. אדער האסטו עס אליינס געמעקט. ווער ווייסט וואס דו האסט דארט געשריבן? דו מאכסט מיך געפערליך נייגעריג...!


😂 ס'איז די זעלבע תגובה וואס האט זיך געשיקט 3 מאל, האב איך עס אליין געמעקט 😂, שוין אפאר מאל געשעין

משה וו » זונטאג יאנואר 23, 2022 2:49 pm

· #492508
איך בין א פרישער אינגערמאן פון וויליאמסבורג עיר הקודש והמקדש געלערנט האב איך אלע יארן אין סאטמאר מוסדות זאלונים און שפעטער אין א חבורה אין ארץ ישראל (המכונה געלערנט און ישיבת מיר ירושלים) פארוואס איך האב דוקא געקליבן קאווע שטיבל איז ווייל עס איז נישט אזוי שטארק צענזורירט און מען קען האבן דא די אמתע מעשיות

גברא זוטא » זונטאג יאנואר 23, 2022 2:49 pm

· #492510
מיינע חברים . איך האב אסאך געהערט איבער דעם פלאץ. און איך וויל עס בארייכענען מיט מיינע אייגענע ידיעות איך האף אז איך וועל מיר פילן אין פלאץ. עס קוקט אויס ווי א אינטערעסאנטע פלאץ מיט אסאך קלוגע לייט. שוין געליימט דא א וויילע אבער צו קענען לאזן הערן די אייגענע קול דארף מען אריין שרייבן....

pseudonym1 » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 8:59 pm

· #494084
.point of view א נייגעריגע פּערזאן וועלכער שעצט א פרישע
איך קען נישט די שנעלסטע שרייבן אויף אידיש, איז ביטע ווארטס אויף מיר בסבלנות.

משה זעקעל » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 9:00 pm

· #494085
איך געפון מיך אין דעם גאר הייליגען היימישע שטעטעל קרית יואל מאנרא ניו יארק איך בין אן געוועזענע ארויני ביז דערווייל זיך איך נאך א רבי. איך האלט אינמיטען טוישען מיין לעבן אויף בעסער איך ליין אסאך קאווע שטיבעל איך האלט אז דא וועל איך קענען טרעפען תריצים אויף די פילע ספיקת וואס איך האב נאך ביטע סיין מיר אויף איך זאל קענען באקומען קלארקייט פון אנדערע מענטשען א דאנק

בעל קורא » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 9:01 pm

· #494086
א אינגערמאן וואס זוכט פונקט אזא ווינקל ווי דא צו קענן שפענדן די איבעריגע צוויי מינוט וואס איך קען טרעפן און מיין טאג. איך בין א full time ארבייטער. און קארצ׳ן איך בין דא.

קוק_ווינקל » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 9:01 pm

· #494087
איז אזוי איך גלייב אז קאווע שטיבל איז די העכסטע שטאפל אין אידישע בלאגינג איך האף צי אינזשויען מיין סטעי דא.
איך גלייך צו העלפן אנדערע אין ווי אויך צי שפילן poker
אויף קינדל ליין איך פון צייט צו צייט א פיקשען מעשה.

מירער תלמיד חכם » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 9:02 pm

· #494088
איך בין א א פשוט'ע איד וואס ליינט שוין קאווע שטיבל שיין שטיקל צייט און איך האב גרויס הנאה דערפון קיינמאל נישט עכט געטראכט פון וואס איך קען צוגעבן פאר די קאווע פאמיליע אבער למעשה טראכט איך שוין לעצט שטיקל צייט פון א געוויסע טאפיק וואס פונקט היינט זעה איך א אשכול דערוועגן און איך שפיר אז איך קען דארט צוגעבן מיינע צוויי סענט

בינוני וטוב לו » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 9:02 pm

· #494089
געבוירן בין איך אהן דעגות, אבער אויך אהן שכל,
שטארבן וועל איך מיט שכל.
דער שעלה איז צי מיט דעגות.
איך פראביר מיין בעסטע צו פארשטיין אלעס ארום מיך,
איך פראביר צי לערנען ביז איך פארשטיי
אסאך מאהל פארשטיי איך נישט,
ברייטער איך אויס מיין לערנען,
זעה איך אז ס'דא אסאך מער וואס איך פארשטיי נישט.
ווי געזאגט פריער:
שטארבן וועל איך מיט שכל, דער שעלה איז צי מיט דעגות

יענקלע פון ברוקלין » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 9:03 pm

· #494090
א היימישע ווארימע חסידישע יוד וואס לעכעצט נאך אביסל אמונה ובטחון ואני בטוח אז דא און קאווע שטיבעל קען מען קונה זיין אמונה ובטחון ועוד ועוד אזוי מען ווייסט און אלע בתי מדרשים און קאווע שטיבעל ווערט געפירט אלע השקפות ומערכות

יכין » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 9:04 pm

· #494091
i want to contribute to ks as an active contributor on a range of topics . politics cuture emina etc etc i have alot to say but i cant till i sign up

דאס אמת שרייט » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 9:04 pm

· #494092
איך קים כמעט נישט אויס צו טרינקען א קאווע אין קאווע שטיבל. אנשטאטס גיסט זיך עס פליענדיג צו ארבעט, צו מאכן אדער אסאך מאל כאפען אפאר גראשן, קים איך אהער זיצינדעג ראויג וויסינדעג אז קיין וויכטיגע אימעילס ווארט מיך נישט.

אוהב חסידים » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 9:05 pm

· #494093
בדרך החסידות נלך ובה תחזי ומינה לא תזוע, ובאותה מסילה נעלה כי לא יזנח לעולם ה' את עמו, וכבר הבטיחנו כי לא תשכח מפי זרעם וזרע זרעם עד עולם ובכל דור ודור יש צדיקים שהקב''ה מאיר עיניהם בתוה''ק וישורו דרכם לפני ישראל ויתהלכו לפני ה' בארצות החיים.

סדרן » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 9:07 pm

· #494094
מיר בעטן די פרישע מנין אידן וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין אונזער חבורה קדושה זאלן זיך מאכן באקוועם און זיך לאזן הערן. שלום עליכם!!

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 10:13 pm

· #494096
קוק_ווינקל
איז אזוי איך גלייב אז קאווע שטיבל איז די העכסטע שטאפל אין אידישע בלאגינג איך האף צי אינזשויען מיין סטעי דא.
איך גלייך צו העלפן אנדערע אין ווי אויך צי שפילן poker
אויף קינדל ליין איך פון צייט צו צייט א פיקשען מעשה.


אויף דיר האבן מיר געווארט, כ'טריי שוין אזוי לאנג אויסציפיגערען וויאזוי מען שפילט poker, איך ווארט מיט שפאנונג

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 10:14 pm

· #494097
משה זעקעל
איך געפון מיך אין דעם גאר הייליגען היימישע שטעטעל קרית יואל מאנרא ניו יארק איך בין אן געוועזענע ארויני ביז דערווייל זיך איך נאך א רבי. איך האלט אינמיטען טוישען מיין לעבן אויף בעסער איך ליין אסאך קאווע שטיבעל איך האלט אז דא וועל איך קענען טרעפען תריצים אויף די פילע ספיקת וואס איך האב נאך ביטע סיין מיר אויף איך זאל קענען באקומען קלארקייט פון אנדערע מענטשען א דאנק


ס'דא א רבי אין וויליאמסבורג זיין משפחה נאמען איז טייטלבוים האסט עים שוין געטרייט?

געדאנקן » פרייטאג פעברואר 4, 2022 1:37 am

· #494110
טראמפ2024
איך בין א פראגרעמער און איך מאך עפפ'ס פאר פליפ פאונ'ס איך האב א טעלעגרעם טשענעעל וואס הייסט @APPS4FLIPS איך האלט זיך נאך אינמיטן לערנען נאך שפראכן פאר פראגרעמינג אויב דארפט איר סיי וועלכע הילף און טעכנאלאגיע קענט איר מיר פרעגן איך וועל אייך רוב מאל ב''ה קענען העלפן

האסט די טוויטער עפפ פאר א LG קלעסיק? גרויסן יישר כח

געדאנקן » פרייטאג פעברואר 4, 2022 1:40 am

· #494111
קהל'ס נער
משה זעקעל
איך געפון מיך אין דעם גאר הייליגען היימישע שטעטעל קרית יואל מאנרא ניו יארק איך בין אן געוועזענע ארויני ביז דערווייל זיך איך נאך א רבי. איך האלט אינמיטען טוישען מיין לעבן אויף בעסער איך ליין אסאך קאווע שטיבעל איך האלט אז דא וועל איך קענען טרעפען תריצים אויף די פילע ספיקת וואס איך האב נאך ביטע סיין מיר אויף איך זאל קענען באקומען קלארקייט פון אנדערע מענטשען א דאנק


ס'דא א רבי אין וויליאמסבורג זיין משפחה נאמען איז טייטלבוים האסט עים שוין געטרייט?

מיינסט אוודאי משה בעריש פון "דער שטיבל"...

צוזאמגעדרייט » זונטאג פעברואר 13, 2022 11:47 pm

· #494914
איך בין מיך אליינס אבער נישט פולשטענדיג, איך בין וואויל אבער נישט אייביג, איך בין דערהויבן אבער נישט יעדן טאג, יא אזוי פארט לעבן מען האט פון אלע מינים 'צוזאמגעדרייט'

שטריימל box » זונטאג פעברואר 13, 2022 11:48 pm

· #494915
איך בין דא אנגעקומען בטעות אין איך האב אזוי אריין געבליקט אין איך האב פשוט הנאה געהאט איז וויל איך זיין א פארט דא אין די קאווע שטיבל אין איך האף אז אינז וועלן ציזאמען הנאה האבן.

טיף טראכטער » זונטאג פעברואר 13, 2022 11:48 pm

· #494916
איך האב זיך באקענט מיט "קאווע שטיבל" דורך הערן טאג אין נאכט פין חברים וועגן די שטיבל, מיינע שאיפות זענען צי קליגער ווערן, אין אויכ'ט צי זיך לאזן הערן מיט מיינע פערל ווערטער

עד כאן » זונטאג פעברואר 13, 2022 11:49 pm

· #494917
וויפיל איז די שיעור סובל צו זיין?? מיין נפש קען נישט אויסהאלטן די איינגעגעסענע מהלך פון נאך טאנצן יעדן איינעם אן דארפן אפילו אמאל אריינקלערן אז מ'וועט אמאל דארפן אפגעבן דין וחשבון. אויב מ'זעט עפעס איז נישט ריכטיג דארף מען אויסשרייען "עד כאן"

געבוירן א איד » זונטאג פעברואר 13, 2022 11:50 pm

· #494918
איך טראכט. איך שפיר אז מיינע מיטמענטשן טראכטן נישט אזוי אריין. מען לעבט סתם. איך וויל פארשפרייטן מיינע געדאנקען, אייזן פעסטע מחשבות און מעכטיגע טענות און פרכות. א גוט יום טוב

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג פעברואר 14, 2022 12:36 am

· #494923
שטריימל box
איך בין דא אנגעקומען בטעות אין איך האב אזוי אריין געבליקט אין איך האב פשוט הנאה געהאט איז וויל איך זיין א פארט דא אין די קאווע שטיבל אין איך האף אז אינז וועלן ציזאמען הנאה האבן.

וויאזוי קומט מען אן דא בטעות??

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 14, 2022 2:04 am

· #494924
דער גאלדענער אדלער: ס'הייסט וויאזוי? ער איז א בריטישער. ער האט געוואלט טרינקען א גלעזל טיי. (נישט פון די טי בעגס. נאר פון עכטע טיי בלעטער. געקאכט. ס'ממש א טעם גן עדן). דערווייל איז ער אנגעקומען אין קאווע שטיבל....!

וואס ווייסן די אמעריקאנער בכלל וואס (עכטע) טיי איז. זיי האבן זייער גאנץ לעבן נאר געזעהן טי-בעגס. ממש די פארקערטע פון פרינץ טשארלס ירום הודו. ומעשה שהיה. דער פרינץ איז אמאל געווען באזוכן אין אמעריקענר ווייסן הויז. מ'האט איהם מכבד געווען מיט א גלעזל טיי. נוסח אמעריקע. די קעכער האט געלייגט דעם טי בעג נעבן דעם גלאז הייס וואסער. ער האט (נעבעך) נישט געוואוסט וואס מ'דארף צו טון מיט דעם בעג. האט ער זיך געשפיעלט מיט דעם. אבער נישט אריינגעלייגט אין גלעזל... עד שבא אחד און ער האטציך מרחם געווען אויף אים און געוויזן וואס מ'דארף צו טון...!

שלוימע » מיטוואך פעברואר 16, 2022 7:00 pm

· #495244
א פשוטער חסידישער יונגערמאן וואס האט א שטיקל געפיל פאר מוזיק און פאעזיע (און אויך זיך אויסצוטשוכען פון צייט צו צייט) אבער וויל נישט מיטטיילן די וועלט יעדעס פלאץ וואו ער געפונט זיך און וואס האט יעצט פאסירט מיט אים...

ודברת בם » מיטוואך פעברואר 16, 2022 7:00 pm

· #495245
איך בין א ניק פאר א עלטערע ליינער, א חשובע בן תורה, און איך גיי דא ארויף שטעלן זיינע תגובות. די ניק איז managed דורך א גאר ביזי מענטש מילא קען נעמן צייט צ ו מגיב זיין

קוקי מאנסטער » מיטוואך פעברואר 16, 2022 7:01 pm

· #495246
קאווע שטיבל איז די פלאץ צו פארברענגען, פארשטייט זיך אליינס, נישט נאר מיט בלויז קאווע, נאר מיט אפאר קיכלעך אויך. און צומאל אביסעלע מער ווי אפאר. סיידן וועג איז וויכטיג צו געדענקן אז מ'דארף שעירן די קוקיס מיט יעדן איינעם.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 16, 2022 7:14 pm

· #495248
ודברת בם
איך בין א ניק פאר א עלטערע ליינער, א חשובע בן תורה, און איך גיי דא ארויף שטעלן זיינע תגובות. די ניק איז managed דורך א גאר ביזי מענטש מילא קען נעמען צייט צו מגיב זיין


ודברת בם: (ולא בדברים בטלים). שלום עליכם. איך שרייב אויך פאר א גאר חשוב'ן (בעיני עצמו) בן תורה. ער (דער בן טוירעה) טרייבט נאר סוסים פאר פרנסה.. אבער נאכדעים וואס ער געט צו עסן שטרוי פאר זיינע פערדלעך, גייט ער אין ביהמ"ד און פאררייכערט די לולקע ציבעך און גיסט זיך אן א גלעזל הייסע טיי מיט צוקער. און מישט אויף א גמרא. נישט קיין חילוק וועלכע. אלע זענען די זעלבע. און ער הייבט אן קוקן. ער קוקט און קוקט. אבער ער פארשטייט נישט קיין איין ווארט. ווייל ס'איז נישט געפינטלט. ער קוקט אזוי פאר 15 מינוט. ער געט א קוש די גמ' און נעמט ארויס אן אנדערע. אבער דארט שטייט די זעלבע וואס אין די ערשטע. ער קוקט נאך 15 מינוט. נאכדעים פארמאכט ער די גמ', געט א קוש און לייגט עס צוריק אין ספרים שאפע. ער גייט ארויס פון ביהמ"ד. ער גייט אהיים עסן סאפער. די ווייב פרעגט..."אוואו ביסטו געווען די גאנצע צייט? ער ענטפערט..."ס'הייסט וואו, אין ביהמ"ד...!

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:12 pm

· #495251
שלוימע
א פשוטער חסידישער יונגערמאן וואס האט א שטיקל געפיל פאר מוזיק און פאעזיע (און אויך זיך אויסצוטשוכען פון צייט צו צייט) אבער וויל נישט מיטטיילן די וועלט יעדעס פלאץ וואו ער געפונט זיך און וואס האט יעצט פאסירט מיט אים...


טאקע א גיטן געדאנק פאר א אשכול "וואס טיט איר יעצט?"
כ'לויף עס שוין עפענען, כ'האף אז די איידיע איז נאך נישט טרעידמארקעד.

קאצקע ציקער » מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:29 pm

· #495252
קהל'ס נער
שלוימע
א פשוטער חסידישער יונגערמאן וואס האט א שטיקל געפיל פאר מוזיק און פאעזיע (און אויך זיך אויסצוטשוכען פון צייט צו צייט) אבער וויל נישט מיטטיילן די וועלט יעדעס פלאץ וואו ער געפונט זיך און וואס האט יעצט פאסירט מיט אים...


טאקע א גיטן געדאנק פאר א אשכול "וואס טיט איר יעצט?"
כ'לויף עס שוין עפענען, כ'האף אז די איידיע איז נאך נישט טרעידמארקעד.

שוין געווען אבער קענסט עפענען וויי נאט

רוח צפונית » זונטאג פעברואר 20, 2022 9:12 am

· #495427
די דרוק אויף מיין הארץ ווערט וואסאמאל דוקער, אינאיינעם מיט מיין צופלויגענעם עבר בעולם השפל הדין. די אורות שווימען אריבער יעדן ברעג פון זייערע כלים. דער אייציגסטער וואס הארכט נאך געטריי מיין'ס א באפעל איז א אלטן פענע וואס בגזירותי פארפלעקט ער פאפיר נאך פאפיר. אבער געקומען דער מאמענט וואס איך האב באגריפן אז סאיז פשוט א שאד פאר די געזעלשאפט אז די רעיונות וואס זענען נובע נאכאנאנד פון מיין חלל ראשי זאלן אויסציען זייער נשימה אויף פארגעלטע פאפיר וואס טריקענען כחוח בין שושנים. האט מיר דער בורא עולם הינטערגעשיקט אפאר ידידים, זאלן מיר די אויגן עפענען און צייגן אהן עולם בפני עצמו אשר רוחם כרוחי אויסצוגיסן דאס געדאנק על לוחות האבן. אט אזוי עפן איך מיין ערשטן עין אפרוחי אינעם קאווע שטיבל.

סאטושי נאקאמאטא » זונטאג פעברואר 20, 2022 9:13 am

· #495428
בס"ד
קריפטא, ביטקוין, עטוריאם, סולאנע, קארדאנו, דאד'ז... וואס מיינט דאס? אין וואס איז דאס "בלאקטשעין" איז עס בכלל עפעס ווערד?
גייט עס איבערנעמען די פלאץ ווי אינז האלטן ווערד?
גייט עס רעוואלוציאן אינזער גאנצע פינאנציאלן סיסטעם?
וויאזוי לאזט עס די גאוועמענט צי?
איך וויל דא פאענטפערן אלע פראגעס אין נאך סאך מער. מ'גייט נישט אריינגיין אין די טרעידינג חלק ווייל איך וויל נישט טראגן די אחריות, מגיייט אבער יא אריינגיין וויאזוי אונזער קהילת/מוסדות'ן/סעסייעטי קענען אויסניצן De-Fi (אומצענטראלע פיינאנץ) פאר אינזער טובה.

שלום עליכם
סאטושי נאקאמאטא

כותב » זונטאג פעברואר 27, 2022 9:45 pm

· #495780
איך וויל קענען ענפערן אמאל אויף א גוטע אשכול א הארה והערה וואס פאלט מיר איין וואס יעצט אלץ סתם באזוכער איז מיר עס נישט מעגליך און איך קען בלויז טראכטן וואס איך וואלט ווען געוואלט ענפערן במילה נעם איך די מיה זיך צו איינצושרייבן און איך האף איך וועל הנאה האבן

קויפער » מיטוואך מערץ 9, 2022 1:32 pm

· #496260
סאטושי נאקאמאטא
בס"ד
קריפטא, ביטקוין, עטוריאם, סולאנע, קארדאנו, דאד'ז... וואס מיינט דאס? אין וואס איז דאס "בלאקטשעין" איז עס בכלל עפעס ווערד?
גייט עס איבערנעמען די פלאץ ווי אינז האלטן ווערד?
גייט עס רעוואלוציאן אינזער גאנצע פינאנציאלן סיסטעם?
וויאזוי לאזט עס די גאוועמענט צי?
איך וויל דא פאענטפערן אלע פראגעס אין נאך סאך מער. מ'גייט נישט אריינגיין אין די טרעידינג חלק ווייל איך וויל נישט טראגן די אחריות, מגיייט אבער יא אריינגיין וויאזוי אונזער קהילת/מוסדות'ן/סעסייעטי קענען אויסניצן De-Fi (אומצענטראלע פיינאנץ) פאר אינזער טובה.

שלום עליכם
סאטושי נאקאמאטא


שלום עליכם, אילאן מאסק האט דיר געמאכט א אוואטאר.
📎 3458FA0D-66DD-48A7-9071-27DCC9240D16.jpeg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94