שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
לאמיר אנהייבן. סך הכל דארף איך אנקומען צו 40 ווערטער
איך שרייב מיך איין אין קאווע שטיבעל ווייל איך זעה די קעפלעך און ס'איז דא וואס איך וויל ווייטער ליינען אבער מ'לאזט נישט נאר אויב מ'איז אריינגעשריבען
שוין אנגעקומען צו 40 ווערטער
הכ"ד בר אביי
איך בין א נייגעריגער מענטש אביסל גאנץ טיף אויך
איך האב זייער ליב צוליינען דער וועקער וכו
זאכן וואס איז געשריבען אויף א טיפע אופן נישט דווקא וואס מליינט און דער פשוטע צייטונגען
מיינע טאלאנטן זענען אז איך פארשטיי גאר גוט צו מענטשן
איך קים פון א שטאט און ארץ ישראל און אויף געוואקסן און זייער א פארמאכטע חסידות, איך האב חתונה געהאט דא און ניו יארק געטראפן נייע מענטשן און א נייע קולטור און עס איז מיך זייער אינטרעסאנט, אויך בין איך זייער נייגעריג צו הערן וויסן ליינען איך האב זיך איוסגעלערנט ענגליש און די ערשטע דריי יאר נאך מיין חתונה און אביסל פראגרעמינג שפעטער איך באזוך אסאך מאל די סייט אבער עס איז מיך געווען שווער זיך צו איופצוסיינען
music archives
to find out ifo about rebbes in the early years history of rabbonim new sin the rebbishe world and more
music and videos with shiurim and klessonns
to shmeez and talk with people
I feel like I can help people and I feel I have a clear mind.
Like to be part of a good thing and I want to see the news and give hopefully you will accept me and I can give two cents and
איך רעדט נישט אזוי גוט אידיש, און אזוי מסמתא איך וועל געשריבען מיט אסאך טעותים.
איך בין א ליטווישער יונגערמאן (נישט ממש א ליטווישער, איך קומט פון א פראנצייזישע משפחה, אבער איך בין גבוירען אין אר"י און איך האב געלערנט אין ליטווישע מוסדות, חיידר, ישיבות און כוללים.
יעצט איך בין מיושבי ביה"ד ישיבת כולל אברכים חזון איש אין בני ברק, און איך בין זוכה צו משמש זיין א ספרא דדיינא אין בד"צ בני ברק.
איך בין זייער אינטערעסירט אין די היסטארישע בילדער, בפרט פון רבנים און אדמורי"ם אינדערהיים.
איך האב גיזעהן אז אין אין דיין פאָרום עס זענען פילע אשכולות מיט עהרלאכע בילדער.
היי א גוטן,
פארוואס איך האב מחליט געווען איז אזוי, כ׳בין זייער א געבעדיגע ביי נאטור מילא קען איך מיך ניש זעהן עס האלטן אין מיר מיז איך עס אראפשרייבן,
אינטערעסע איז אין זשענערעל געלט אבער אין מער פּערסענעל לייף האבעך ליעב פאָן,
די מצב איז גאר אנגעצויגן,
יארגאנג איז צווישן פינף און צוואנציק און אביסל אינגער,
חסידות ביי געבורט אויס סאטמאר,
טאלאנטן האבעך צו סך ס׳זאל זיין מעגליך צו שרייבן,
שאיפות ווייסעך ניש, פלענער זאגט מען ביי אינז וועיט ענד סי
איך וויל אהן האלטן די שטערקסטע און שענסטע אחדות צום יהדות הדת . איך בין זייער אוטנרעסירט און אידישע נייעס
און אויך וויל איך מיט טיילען פאר ענק אז איך וואוין און לאנדאן
א יוד וואס זיכט צו דינען און ווערן נענטער צום אייבירשטען
דאווענט און לערענט און איז מגדל די קינדער פארן אייבירשטען
אויך זיכט דער יוד צו מאכן אפאר טאלער און שטילערהייט זיין א ריזיגע גרויסע עושר און טיילן אסאך צדקה
פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל ? סתם א טרינק קאווע זונטיג נאכמיטאג אדער סתם א טאג הערן אדער זען וואס טיט זיך
אין עס נאך אלץ נישט ציפרודין
איך בין א בחור וואס ליידער גייט נישט קיין שידוכים, וויפיל געלט און ארבעט מהאט שוין אריינגעלייגט, איז נאך אלץ באשערט פאר מיין צעבראכענע זיבן און צוואנציג יעריגע זעל זיך צו דרייען סינגל אליין, אן קיין ליבשאפט אדער האפענונג וואס זאל באשיינען מיין טעג און נעכט
איך האב אייביג געווילט זיין א חבר אין קאווע שטיבל עס האט זייער איטערעסאנטע אין unfiltered קאנטעקס איך וואוין אין עיר הקודש וויליאמסבארג איך בין ״נישט״ קיין סאטמארע חסיד איך גלייך זייער קונסט איך האלט מיך פאר א פארשטייער אין אויך האב איך ליב היסטוריה
Interested in being updated on all kinds of news happening in the holy courts, and all kinds of old and new events that have taken place or are taking place within Klal Yisrael.
א פערציג יעריג יונגערמאן פין וויליאמסבורג, באלאנגט אין איינע פין די סאטמערע פראקציעס.
וויל זיך איינשרייבן צי קענען ליינען אין מגיב זיין. גארנישט עקסטער שפעציעל מער פין דעם
איך בין א שטילער און האב ליב צו זען זאכען, כקוק שוין קאווע שטיבל א אפר יאר און יעצט וויל איך אויפסיינען, און קענען מגיב זיין אויף פארשידענע נטשאים וואס אינטרעסירט מיך שטארק
אינגערמאן ווי אלע, אפס און דאונס, צומאל שלום בית און מער מאל נישט, צוויי סעלפאונס ווי רוב אידן, א שיעור יעדן טאג, גאטפארכטיג, געטריי, און פרובירט צו וויסן פארוואס איך בין באשאפן געווארן.
We are taught that תושיה ברוב יועץ, a person can't comprehend a subject fully only through input from others.
I've through my life read and studied topics in תורה חסידות וקהילות ישראל and I would like to share a prospective but rather gain a different angle in the topics from others
פשוט זיך אנצוליינען דיבורים וואס ווערן דא צומאלן כאפר בים כבני הרקיע
יליד סאטמאר. ארוני אין די צוואנציגער מוזיקאנט פון עלעקטעראנישע כלי זין
פלאן נישט צו שרייבן איצט אבער זאכן מעגליכן צו טוישן
קאווע שטיבל איז א ביטול תורה, אובער סאיז בעסער עס מאכן דא וואו און אנדערע נישט גוטע פלעצער, איך וואין און בני ברק, און דא ערטמען נישט פון די אידישע נייסע פון אמריקה וכדו', אוך וועל פראבירן מאל צו מאל צו לייגן פון דא שיינע ידיעות בלי נדר
ווען דער זין שיינט אויף און אויפ'ן האריזאנט קומט ארויף די הערליכע זין שטראלן ווערט די וועלט באקענט מיט די הערליכע נפלאות הבורא וואס דער בורא עולם שיינט אויף אינזער וועלטל, ווער ברויך דען נישט דעמאלט ארויסשרייען פון זיך שלא עשני גוי
א אלט געבוירענע שרייבער / ליינער וואס איז עוסק למחייתו צו ארום גיין יעדע נאכט צו עטליכע (אדער מער) טיי אווענטס. סיי איז דאס א סעודה המספקת לבעליה, און איבערהויפט איז דא די אקטיווע נייעס און אונטערהאלטוג סטאנציע פון כלל ישראל.
ברוב סייעתא דשמיא וועט מען איבער דערציילן מהכא להתם ומהתם להכא כל מיל דמיטב ומיזן.
איך טו אין שרייבעריי ארבעט, און איך פארשטיי צו עריכה וסגנון. ווי אויך נעם איך אויף מענטשן פאר עמאציענאלע טעראפי און יעוץ וכל המסתעף, און איך וואלט געקענט באשטיין צו האבן אפענע שמועסן איבער עפעקטיווקייט פון פארשידענע טעראפיעס.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
המברך יתברךאיך טו אין שרייבעריי ארבעט, און איך פארשטיי צו עריכה וסגנון. ווי אויך נעם איך אויף מענטשן פאר עמאציענאלע טעראפי און יעוץ וכל המסתעף, און איך וואלט געקענט באשטיין צו האבן אפענע שמועסן איבער עפעקטיווקייט פון פארשידענע טעראפיעס.
מיט גרויס דרך ארץ שטעל איך זיך אויף פאר אזא גאסט אין שטיבל.
א איד וואס גוט זיך איבער צו זיין א מייעץ וכל המתעסף איז דאך אין לשער.
אבער די נושא רירט אין פינטל וואס איז מיין הינעראויג. איך האף אז דאס וועט נישט טריפן ח׳׳ו אין אייער מלאכת הקודש.
ה׳ יעזור אותך וכל אשר סומך עליך, שיתרפא במהרה ונ׳׳א אכי׳׳ר
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
איך בים א מעמבער, סיאיז זייער אינטרעסאנט דא צי זיין.
איך ווין און מונסי.
רעבישע הויפן און מקווה נייעס איז מיר זייער אינטרסאנט.
איך האב אסאך וואס צי פציילען בס"ס בטוב טעם ודעת
אברך חסיד ויזניץ בן 24 מאוד מעוניין בפוליטקה של חסידות ונייעס שקורה במקומות ובחסידות אחירות
אני מקשיב תמיד לקוויי נייעס של חסידות אחרות ומאוד מאוד מעוניין בהיסטוריה של חסידות ובפרט בפוליטקה שיש ושהיה בחסידות שונות
I want to read here and I don't write much but I see that I need to register in order to view some forums so I'm registered.
I don't know exactly what I need to write in this box
Interested in political satire, open minded perspective and live and let live attitude
Looking to read, comment and converse with like minded people.
Grew up Chasidish, still am but with eyes bright and wide open to what transpiring out there
איך וויל הנאה האבן אויף א אויסגעהאלטענע אופן און אויף א כשרע וועג אין די זייטיגע זמנים וואס איך האב אויף א פלאטץ ווי מגעט אכטונג חו נישט ויי צו טוהן קיין אנדערע מענטשן אדער רבנים
א נייגעריגע ליינער
זיכט אינפארמאציע אויף נושאים וואס ווערט נישט באהאנדעלט ערגעץ אנדערש
סאטמערער חסיד
אן ערליכע אינגערמאן וואס טשעקט אריין פון צייט צו צייט
וויפיל מאל זיץ (שטיי) איך און איך טרינק א הייסע קאווע, אבער ס'ווערט אזוי לאנגווייליג און געדוירט היבש צייט ביז די קאווע ווערט ענדליך אויסגעטרינקען, ביז דעמאלטס איז עס שוין לאנג אויסגעקילט. אבער אז מ'קען זיך אין דער צייט אריינזעצן אינעם קאווע שטיבל טרינקט זיך די קאווע גאר אנדערש און מיט אסאך מער געשמאק, (איין רגע נאר, איך מאך מיר יעצט נאך א קאווע) איז, יא. ווי האב איך געהאלטן? איז במילא האב איך באשלאסן אזוי אריינצושפאצירן אין קאווע שטיבל מיט'ן קאווע אין די האנט.
אהה! דאס איז אן אינטערסאנטער מחזה, ס'איז שא שטיל מ'הערט זיפס פון קאווע בשעת דער עולם טייפט.
אקעי כ'האב געמיינט אז כ'על קענען רעדן דא צו איינעם, איז נישט, העל איך מיך אויך זעצן טייפן...
איך האב ליב צו דורך שמוסען תורה און מחשבה'דיגע שמועסן, אזוי אויך פון פאשידנע ספרים און ביכער וואס אינרייכט די ידיעות פון דעם מענטש, און אזוי אויך היסטארישע נושאים וואס באגלייט די אובען דערמאנטע עניינים, וואס דאס אלעס געבט צו א רייכקייט פון ידיעות צום מענטש.
איך האב געזוכט א סייט וואו מען קען לייענען אסאך אינטערסאנטע אינהאלט איבער חסידות און חסידות און תורה ווי אויך חסידישע און אידישע לידער און איך האב געזען אז דער סייט דא איז פול מיט אסאך אינטערעסאנטע אינהאלט און איז גוט צו בארייכערן וויסן ווי אויך צוגעבן וויסן פון דער תורה און יראת שמים
איך פלעג זיין אויף אייוועלט. איך קען נישט דולדען זייער צענזור און זיך פארהוילן פון היימישע נייעסן וועלכע טארן נישט ווערן פארדעקט. איך בין בטבע נישט קיין אויפרידערער, כלומר, איך בין נישט קיין טראלל, אבער איך האב נישט מורא פון א גוטע זאפטיגע היציגע דעבאטע.
איך האב ליב צי ליינען אנדערע מענטשענס דיעות אויף אידישקייט אין וועלטליכע זאכן. סאטמאר געשטימט. איך האב ליב צי ליינען איי ארים פליען די וועלט. איך האב ליב צי האבן אפענע אויגן אין אלעס צי פרובירן צי פארשטיין.
איינער וואס האט ליב קאמפיוטערס און ליינען ווי אויך קען איך זיך אביסל אויב און פראגראמינג און סעלפאוןס און וואס נאך זאל איך שרייבן? איך דארף שרייבן כאטשיג 160 אותיות און איך האב נישט וואס וואס זאל איך טאון?!?!
I am 26 from Monsey Ny davining weekdays in viznitz and shabbas in Forshay i love to read more and
i decided to open a account on kava shtiebal so here i am now more about everything and anything
פינף־הונדערט בעדפאָרד עוועניו, סינסינאַטי, אָהייאָ.
יוֹם שנכפּל בוֹ פּסח־שני וסינקאָ־דע־מייאָ, יוֹם שישי לסדר כִּי אִם לִשְׁאֵרוֹ הַקָּרֹב אֵלָיו, י"ד אייר תּשפּ"ג לפּ"ק:
שלוֹם וברכה,
מיר זענען די מָצְאָה שוועסטער, בְּנוֹת יוֹנָה. "וועקער" לייענער קענען אונזער טאַטן שוין מתּמוֹל שלשוֹם. ווי באַקאַנט איז אונזער טאַטע שטאָלץ צו רופן דעם "וועקער" זיין היים. ער אַנערקענט אַז דער "וועקער" איז דער איינציגער היימיש־אידישער לייכט־טורעם אַריינצושטראַלן ערשטקלאַסיגן לייען־מאַטעריאַל אין א נעפּל פון כמאַרעס; ער אַנערקענט אַז דער "וועקער" איז די לעצט־פאַרבליבענע פרוכפּערדיגע ערד צו פלאַנצן איכוֹת אין א מדבר שממה. ס'איז אַלזאָ נישט קיין חידוש אַז אונזער טאַטע האָט כּעת קיין שום פּלענער נישט צו גיין סאָלאָ אָדער זיך אַריבערקלייבן סיי וואו נאָר אַנדערש. ער וועט דאָס פאָרמעלע ווערק זיינס ווייטער פּובליקירן אויסשליסליך אין "וועקער."
יוֹנָה מָצְאָה, ווי פאַרשטענליך, מוז פאָרט קענען אויסשפּרייטן זיינע פליגלען אויך אויף "קאַווע־שטיבל." נישט כּדי אַרויפצושטעלן דאָ די דערציילונגען גופא — ווי געזאָגט, ער שרייבט די פאָרמעלע סחוֹרה אויסשליסליך צום "וועקער" — נאָר אין דער היינטיגער דיגיטאַלער וועלט דאַרף ער אַמאָל קענען ענטפערן אויף שאַלוֹת פון זיינע לייענער, אַדרעסירן קאָמענטאַרן, און שרייבן ביאורים אויף זאַכליכע הערוֹת. ווי אויך וויל ער אַמאָל אַרויסשיטן א גלאָסאַר, א פעליעטאָן, צי גלאַט אַזוי אַן אומפאָרמעל שטיקל וואָס פּאַסט נישט דעם הויכן ניוואָ און פּראָפעסיאָנעלע סטאַנדאַרטן פון "וועקער."
ס'איז נישט קיין סוֹד אַז אין דער פאַרגאַנגענהייט פלעגן מיר זיך באַניצן מיט טירט־פּאַרטי ניקס פאַר די אַלע דערמאַנטע צוועקן — מיר וועלן זיך אָפּהאַלטן פון אַרויסרופן זיי ביי די נעמען. ס'איז אונז אָבער קלאָר אַז פרעמדע ליעזאָנען פאַרמאָגן נישט דאָס זעלבע האַרץ, מחשבה, און איבערגעגעבנקייט וואָס מ'טרעפט בלויז ביי נאָנטער משפּחה. ממילא, אין ליכט פון מכשוֹלוֹת און מיספאַרשטענדענישן שאי אפשר לפרטם מפּני שהצנעה יפה להם, פּראָקלאַמירן מיר די פאָלגנדיגע החלטה: די רעכטן צו רעפּרעזענטירן יוֹנָה מָצְאָה'ן אויף דער "קאַווע־שטיבל" פּלאַטפאָרמע געהערן מהיוֹם ואילך אויסשליסליך צו יוֹנָה מָצְאָה ומשפּחתּוֹ.
דער דאָזיגער ניק וועט פון היינט און ווייטער רעפּרעזענטירן יוֹנָה'ן אין ערשטער פּערזאָן. ס'טייטשט, ווי יוֹנָה זעלבסט שרייבט און רעפּרעזענטירט זיך אַליין. דאָס שרייבן פון משפּחה'ס פּערספּעקטיוו הייבט זיך אָן און ענדיגט זיך מיט אָט דער איינער שלוֹם־עליכם תּגובה.
בברכת א גוטן מוֹעד,
משפּחת יוֹנָה מָצְאָה און די פאַרוואַלטונג.
א שטארקער חסיד פון די רבן של כל בני הגולה רביה'ק זי'ע וואס וויל אביסעל ארויסשפאצירען פון זיין באקוועמען ווינקל צו זעהן און פארשטיין, צו הערן און דערהערן. ווי וויט עס איז נאר מעגליך פאר איינער זוך צו פארברייטערען און זיך נאך אלץ אנהאלטען צום שורש דאס פינטעלע.....
/
'רעכטס' 'לינקס' 'צענטער' -אט די 'דריי'ען,
טוען דעם מח פאר'דריי'ען,
דעם וועלט איבער'דריי'ען,
זיך געקומען דא מיט'דריי'ען,
די מוחות צוריק'דריי'ען,
די קעפ אראפ'דריי'ען,
די געפילן ארויפ'דריי'ען,
אקעי... 'דריי' שוין נישט קיין קאפ מיט דיינע פאר'דריי'ענישן...
מעג איך זיך שוין דא דריי'ען??
איך בין א ויז'ניצע יונגערמאן און איך וויל זיין מעודכן מיט אלע נייעס און מיט אלעס וואס טוהט זיך איבער די גארע וועלט און בפרט ביי די חסידיש'ע וועלט א גרויסן יישר כח
I want to find good kosher reading material in Yiddish. I have always been searching for a kosher way to access quality reading materials. I also love hearing opinions from people around the globe, not just those in my immediate surroundings. I have heard excellent things about this site. I am a huge fan of acquiring knowledge through reading and understanding different cultures
יא יא איך בין עס אין די שווארצע אדיסי, מיט די פרעים פון מיין פלעיט צובויגן אז איך זאל נישט קענען כאפן קיין פלעש פאר ספידען.
איך האב נישט קיין טינטעד פענסטער. און איך קוק מיר אזוי ארום,,, אריין אין שטיבל אריין!
איך האב ליב צי ליינען און הערן מיט א ברייטערע בליק , איך בין חתונה געהאט מיט 5 קינדער, איך טו אין ריל עסטעיט אין נוי דשערסי , פיקס ענד פליפס אביסל לענד ריזאנינג ,
שווארצע אדיסייא יא איך בין עס אין די שווארצע אדיסי, מיט די פרעים פון מיין פלעיט צובויגן אז איך זאל נישט קענען כאפן קיין פלעש פאר ספידען.
איך האב נישט קיין טינטעד פענסטער. און איך קוק מיר אזוי ארום,,, אריין אין שטיבל אריין!
העלל-או צו אלע ביעיוטיפול פיעפעל!
אין לי מה לכתוב אני יהודי פשוט שרוצה לעשות רצון בוראי באמת ובלב תמים איך זיך אינטערטעינמענט בדרך כשר לשעת הנצרך אוי וויי נאכאלץ נישטא קיים הינדערט זעכציג תווים‽
I am 25 years old and live in Monsey, I do Real estate and like to follow Heimisha chasidha news , i love to go to Israel and like the life style , Hope bh to grow in in buissness and a freind told me i will like this blog to follow
מיר האבן באשלאסען צו ווערן א מעמבער צוליב מיין אינטערעסע אין די גאר רייכע אינהאלטסרייכע באשרייבונגען. ספעציעל פון די פארצייטישע שרייבערס ווי די ניק המכונה "לעיקוואוד" וכדומה
איך בין א יומגערמאן, און די מיטעלע יארגאנג, וואינט און בארא פארק און א פאפאנער
צו זען נייעס וואס מען דערציילט נישט ערגעץ אנדערש.
וויל "מיטהאלטן" דעם שמועס צומאל ביי אינטערעסאנטע טעמעס.
קענען אריינרעדן מיין מיינונג, נישט ווייל עס איז רעלעוואנט, נאר ווייל פארברענגען
איך האב מורדיג הנאה פון אלע אשכולת און איך דארף מיך אמאל אויס געבן מיט אידישע אינטערטענמט אין איך האלט אז דא איז די גיטע פלאץ פאר דעם אין איך האפ איר וועט הנאה האבן פון וואס איך שרייב ווייל איך האב שוין נישט קיין נערוון צי שרייבן ווייטער