☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

בן אברהם » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 10:24 am

· #484493
יאך בין א יוד וואש אנטלויפן צו ענגלאנד פון הונטער די טרייפענע הער שאפט פון די פארשאלטענע ציוניטשטן און יאך האב געמאכט געריכט פאר צו בלייבן אין ענגלאנד יאך האב געלייגט די פינטל נאר אויף ווא ניט און ניט אויף וואש יא און דערפאר יאך האב אנטלויפן פון יודן און יאך האב געטראכט אז יאך אנטלויף פון רשעים און אזוי ווייטער און יעצט יאך זוך מסורת צו צו קומען צו די וועג פון אברהם העברי ע"ה יעצט ערשטע מאל יאך שרייב אין ק"ש ווייל יאך וויל זוכן די אמת ביי חכמת שלמה

גאבד טאהש והגלילות » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 10:24 am

· #484494
איך בין אן אן ישראל'דיקער ייד איך וויל טאן דעם רצון פונ'ם אויבערשטן איך האלט מיך שטארק צו די שיטה פון גדולי ישראל האמיתיים קעגן די טומאת הציונות איך בין א שטיקל שעצער פון נתורי קרתא און פון ר' משה בער בעק און ר' משה הירש זצ"ל

נפה » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 10:25 am

· #484495
א היימישער חסידישער יונגערמאן וואס האט ליב צו ליינען און לערנען פארשטייט צו א גוט שטיקעל אבער האט נישט קיין סענס אוו יומער
פארטראגט נישט קיין עולות אבער זיכט נישט צו פאררעכטען די וועלט
זאגט זיין מיינונג אבער הערט אויך א צווייטענס מיינונג
און פארשטייט זיך א מוציא הקמח אבער אויך קולט די סולת

בר גיורא » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 10:25 am

· #484496
שלום. איך וויל מפרסם זיין פאר די אידישע ליינער אסאך זעלטענע און היסטארישע דאקעמענטען פון פרשיות וואס האט אויפגעשאקלט די וועלט בשעתו און היינט אומבאקאנט און איך קען ביישטיין עס צו מפרסם זיין פאר די עולם כדי זיי זאלן קענען ווערן קלארער און די פאקטען פון די פולמס'ער און זיי זאלן קענען זאגען זייער מיינונג אויף דעם !

ייעעקקבב » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 10:25 am

· #484497
אזוי ווי איך האב געזעהן איז קאווע שטיבעל די בעסטע און געשמאקסטע פלאץ צי פארבערנגען און אויב מען קען נישט שרייבען איז עס זייער נישט געשמאק נאך דער צי ווען מען האט עפעס א גוטס צי שרייבען וועגן דעם האב איך מיר איינגעשריבען אין קאווע שטיבעל

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 12:37 pm

· #484516
Welcome back

גאבד טאהש והגלילות » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 12:53 pm

· #484521
[ציטאט אראפגענומען]

יא

תרמב » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 1:16 pm

· #484527
איך וויל נישט מוציא לעז זיין אויף קיין אידן, אבער ס'דערקענט זיך שטארק אין דעם אשכול אז מ'לערנט נישט קיין ספעלינג אין די היימישע חדרים, איך רעד נישט פון די חילוקים פון די און דו וכדומה, איך רעד פון סאך מער פשוטע ווערטער, וואס מ'ספעלט שלעכט, אז ס'איז א פחד, איך מיין נישט קיינעם פערזענליך.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 3:07 pm

· #484546
קומט נישט אריין דא.

וואלווי » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 4:51 pm

· #484587
בן אברהם
יאך בין א יוד וואש אנטלויפן צו ענגלאנד פון הונטער די טרייפענע הער שאפט פון די פארשאלטענע ציוניטשטן און יאך האב געמאכט געריכט פאר צו בלייבן אין ענגלאנד יאך האב געלייגט די פינטל נאר אויף ווא ניט און ניט אויף וואש יא און דערפאר יאך האב אנטלויפן פון יודן און יאך האב געטראכט אז יאך אנטלויף פון רשעים און אזוי ווייטער און יעצט יאך זוך מסורת צו צו קומען צו די וועג פון אברהם העברי ע"ה יעצט ערשטע מאל יאך שרייב אין ק"ש ווייל יאך וויל זוכן די אמת ביי חכמת שלמה

הזהרו. טראל מובחר לפי כל השיטות

גאבד טאהש והגלילות » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 4:52 pm

· #484588
ר' בערל בעל עגלה זיי רואיג ער מיינט נישט דיך ס'דא מענטשן וואס שרייבען א סאך ערגער (קיק איינע פין די פריערדיקע הודעות אין דעם פארום)

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 5:38 pm

· #484591
גאבד טאהש והגלילות
[ציטאט אראפגענומען]

יא

העיליגע טאשער רבי: נאך א מזל ביזט געפלויגן, ווען נישט ביסטו נאר א רביש אייניקל, יעצט ביזטו געווארען די רבי אליין, ס'איז געוועין א ירידה לצורך עלייה.

זאג די ביסט טאש נדל"ן אדער טאש תורה?
ביזט ציקריגט מיט טאשער רבי פון קאנעדע?
ווי שיקט מען אריין די קוויטלעך?
האסט שוין אפגעשטאט (גיט געספעלט?) א באזיך ביי @מורינו ורבינו און ביי @רביה"ק זי"ע ?
אפשר ווארפסט אינז צי א מופת'ל?
יעצט אלס רבי האסטו נאך דיין פריערדיגע שיטות, אדער אלס רבי האסטו שוין א ווייטע בליק?

תוהו ובוהו » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 7:16 pm

· #484605
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קהל'ס נער

האסט שוין אפגעשטאט (גיט געספעלט?)

אז דו פרעגסט יא.. [emoji4]
דאס איז גוט געספעלט, אבער אסאך ווערטער דיינע קומען מיט א וי''ו אנשטאט א יו''ד,
דו, צוקריגט, גוט, באזוך, אונז.

האסט א גוטע פענע, לייג מער געוויכט אויף ספעלינג און ס'וועט זיין א שלמות.

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 7:49 pm

· #484608
תוהו ובוהו
קהל'ס נער

האסט שוין אפגעשטאט (גיט געספעלט?)

אז דו פרעגסט יא.. [emoji4]
דאס איז גוט געספעלט, אבער אסאך ווערטער דיינע קומען מיט א וי''ו אנשטאט א יו''ד,
דו, צוקריגט, גוט, באזוך, אונז.

האסט א גוטע פענע, לייג מער געוויכט אויף ספעלינג און ס'וועט זיין א שלמות.

שקויעך פאר די קאמפלימענט מר. פיסט און וויסט.

איך האב קיינמאל נישט געלערנט קיין אידיש ספעלינג, און איך האב שוין נישט געשריבען אין אידיש פאר צעין יאר, לעצטנס האב איך ציריק אנגעהויבן ווען כ'האב מיך דא איינגעשריבען אין קאווע שטיבל.

ובכן, קודם כל איי פיל יור פעין, צווייטנס וואס איז טאקע דער כלל? ווען איז א י' און ווען איז א ו', איז דא א כלל אויף דעים אדער יעדע ווארט האט א ספעלינג אן קיין כלל?

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 9:49 am

· #484659
בן אברהם
יאך בין א יוד וואש אנטלויפן צו ענגלאנד פון הונטער די טרייפענע הער שאפט פון די פארשאלטענע ציוניטשטן און יאך האב געמאכט געריכט פאר צו בלייבן אין ענגלאנד יאך האב געלייגט די פינטל נאר אויף ווא ניט און ניט אויף וואש יא און דערפאר יאך האב אנטלויפן פון יודן און יאך האב געטראכט אז יאך אנטלויף פון רשעים און אזוי ווייטער און יעצט יאך זוך מסורת צו צו קומען צו די וועג פון אברהם העברי ע"ה יעצט ערשטע מאל יאך שרייב אין ק"ש ווייל יאך וויל זוכן די אמת ביי חכמת שלמה

פארוואס לאזט מען בכלל אריין אזא איינעם אן דורך גיין זיין IP?

פאליטיקאנט » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:27 am

· #484663
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ווייל אן אייפּי איז ממש גארנישט, עס צו טוישן נעמט ארום א האלבע מינוט.
און רוב מענטשן האבן סתם אזוי נישט קיין 'סטעטיק אייפי' - דאס מיינט אז די אייפי טוישט זיך סתם אזוי מפעם לפעם (למשל נאכן נישט זיין מחובר צום אינטערנעט - אפי' בלויז אויף א מינוט).

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 2:56 pm

· #484685
זיין לעצטע זאץ וואלט געדארפט זיין גענוג אז מען זאל גלייך זעהן אז ער איז א טראל.

ליב צו וויסן » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 9:12 pm

· #484705
קהל'ס נער
וואס איז טאקע דער כלל? ווען איז א י' און ווען איז א ו', איז דא א כלל אויף דעים אדער יעדע ווארט האט א ספעלינג אן קיין כלל?

א י' איז פאר א חיריק, א ו' איז פאר א מלאופים.

אין אונזער היימישע אידיש איז נישטא קיין עכטע חילוק וויאזוי מען זאגט עס ארויס, אבער אין ליטווישע אידיש יא.

ווען דו שרייבסט עפעס און ביזט נישט זיכער וויאזוי מען ספעלט עס, פרוביר זאגן דעם ווארט מיט דעם ליטיווישן אקצענט...

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 7:40 pm

· #484784
ליב צו וויסן
קהל'ס נער
וואס איז טאקע דער כלל? ווען איז א י' און ווען איז א ו', איז דא א כלל אויף דעים אדער יעדע ווארט האט א ספעלינג אן קיין כלל?

א י' איז פאר א חיריק, א ו' איז פאר א מלאופים.

אין אונזער היימישע אידיש איז נישטא קיין עכטע חילוק וויאזוי מען זאגט עס ארויס, אבער אין ליטווישע אידיש יא.

ווען דו שרייבסט עפעס און ביזט נישט זיכער וויאזוי מען ספעלט עס, פרוביר זאגן דעם ווארט מיט דעם ליטיווישן אקצענט...

שקויעך פאר די עצה, כ'האב געטרייט צי ניצן די עצה די פראבלעים איז אז כ'קען ניט קיין ליטוויש יודיש, זאגן זיי ברודער אדער ברידער, קים אדער קום, געפינען אדער געפונען.

ס'דערמאנט מער פון ההוא גברא, מען האט עים געפרעיגט מיט וואס ער ארבעט, האט ער געזאגט אז ער ארבעט פאר זיין פעטער, אויפן שאלה ווי זיין פעטער ארבעט האט ער גענטפערט אז זיין פעטער זיכט א דזשאב. 😛

תוהו ובוהו » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 8:02 pm

· #484785
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קהל'ס נער

שקויעך פאר די עצה, כ'האב געטרייט צי ניצן די עצה די פראבלעים איז אז כ'קען ניט קיין ליטוויש יודיש, זאגן זיי ברודער אדער ברידער, קים אדער קום, געפינען אדער געפונען.

ס'דערמאנט מער פון ההוא גברא, מען האט עים געפרעיגט מיט וואס ער ארבעט, האט ער געזאגט אז ער ארבעט פאר זיין פעטער, אויפן שאלה ווי זיין פעטער ארבעט האט ער גענטפערט אז זיין פעטער זיכט א דזשאב. 😛

'ברודער' איז פאר א יחיד (מיין ברודער).
'ברידער' איז פאר א רבים (מיינע ברידער).
'קום'.
'געפונען' אויף עבר (איך האב געפונען).
'געפינען' אויף הווה (געפינען מיר אין די פרשה).

די לעצטע בין איך נישט זיכער אבער אזוי מיין איך..

(בד''וו: צו, נוצן, אים, וואו, זוכט. ווי אויך לייגט מען נישט צו א יו''ד, אפילו ביי ווערטער וואס מ'זאגט ווי די אות A ווי 'געפרעגט' אדער 'פראבלעם')

תנחום » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 12:29 am

· #484803
פאליטיקאנט
ווייל אן אייפּי איז ממש גארנישט, עס צו טוישן נעמט ארום א האלבע מינוט.
און רוב מענטשן האבן סתם אזוי נישט קיין 'סטעטיק אייפי' - דאס מיינט אז די אייפי טוישט זיך סתם אזוי מפעם לפעם (למשל נאכן נישט זיין מחובר צום אינטערנעט - אפי' בלויז אויף א מינוט).

How do you register a trusted device for chase.com or team viewer if it's not static?

פאליטיקאנט » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 1:15 am

· #484809
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
תנחום
פאליטיקאנט
ווייל אן אייפּי איז ממש גארנישט, עס צו טוישן נעמט ארום א האלבע מינוט.
און רוב מענטשן האבן סתם אזוי נישט קיין 'סטעטיק אייפי' - דאס מיינט אז די אייפי טוישט זיך סתם אזוי מפעם לפעם (למשל נאכן נישט זיין מחובר צום אינטערנעט - אפי' בלויז אויף א מינוט).

How do you register a trusted device for chase.com or team viewer if it's not static?
It saves cookies on the device

קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 3:54 pm

· #484855
[ציטאט אראפגענומען]

ווער אפדעיט דיך א גאנצע צייט וואס די רצון ה' איז?

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 4:03 pm

· #484858
קהל'ס נער: ס'הייסט ווער? כביכול דער רבוש"ע אליינס. ער לאזט איהם וויסן א יעדע מינוט וואס ס'איז דער (עכטער) רצון ה'...!

שטורמישער » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 6:49 pm

· #485157
ווייל איך וויל שרייבן איבער די געהויבענע באזוך פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק רבן של כל בני הגולה שר התורה פאר הדור והדרו רבים צריכים לו מורינו ראש הישיבה מגור שליט"א
אמת וואלט איך נישט געדארפט שרייבן אזא הויכע טיטל אויף אים, אבער כ'מוז דאך אנקומען צו פערציג ווערטער, וועט איר מיר מוזן אצינד מוחל זיין אויף די דריפלטע און געטאפעלטע טיטלען, ואתכם הסליחה

Shloime » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 6:49 pm

· #485158
אריגינעל אויבערלענדער, מיט א סטאפּ פון צוויי דורות אינעם חסידישן חדר, מיט גאר שטארקע געפילן איבער די הנהגי ומנהגי אויבערלאנד. איך ווייס נישט ווי פאפולער דאס איז צווישן חסידים, אבער מיר אינטערעסירט א פארשטארבענע מנהג אשכנז, מער ווי א הערליכע גלאנצנדע חסידישע מנהג!

shomierpeevilshonoi » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 6:50 pm

· #485159
am a health researcher ,found health topic in shtiebel that attracted my interest ,where may gain and as well share am well am a deep thinker and may evaluate oter way of thinking and put some light and add clarification

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 7:24 pm

· #485164
berlbalaguleh
קהל'ס נער: ס'הייסט ווער? כביכול דער רבוש"ע אליינס. ער לאזט איהם וויסן א יעדע מינוט וואס ס'איז דער (עכטער) רצון ה'...!

שיק מיר זיין נאמבער.

ער איז אקטיוו אויף וואטצעפפ?

תוהו ובוהו » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 7:32 pm

· #485165
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קהל'ס נער
berlbalaguleh
קהל'ס נער: ס'הייסט ווער? כביכול דער רבוש"ע אליינס. ער לאזט איהם וויסן א יעדע מינוט וואס ס'איז דער (עכטער) רצון ה'...!

ער איז אקטיוו אויף וואטצעפפ?

יא, אבער ער איז last seen דריי א האלב טויזענט יאר צוריק

שטיקל-פארשטייער » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 8:14 pm

· #485257
איך זעה דא גאנץ אינטערסאנטע טעמעס וואס איך וואלט געוואלט צולייגן מיינע צווי סענט ווען עס פעלט אויס. איך האב אביסל ערפארונג אין לעבן... איך גלייך צו ארבייטן שווער מאכן אפאר דאללער אבער אויך הנאה האבן פונעם לעבן ויפיל ס'איז שייך...

מעשה מרכבה » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 8:14 pm

· #485258
ווען די קאווע וואלט געווען אזוי גרויס ווי מקווה די מקווה אזוי הייס ווי קאווע וואלט געווען עולם התיקון
די טאטעס פון גלאבאל וארעמונג לעבן שוין לאנג נישט!
מסורה האט צוויי זייטן 1 ווי דער שמייסער כאפט אן 2 ווי דער באשמיסענער כאפט אריין

הבחור_הזעצער » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 8:15 pm

· #485259
שוין א לענגערע צייט וואס איך צעגער צי איך זאל מיך איינשרייבן אלס חבר אין דיזן פאָרום. ווי עס שיינט, האט דער יצר טוב(?) גובר געווען און מיר האבן ענדגילטיג באשלאסן זיך אנצושליסן אינעם שוין-היינט-באקאנטן פלאטפארמע…

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:48 pm

· #485512
הבחור הזעצער: שלום עליכם. ס'איז גוט צו האבן א בחור הזעצער צווישן אונז וועגן 2 טעמים. איינס. ער קען ארויסהעלפן די שוואכערע צווישן אונז מיט ספעללינג און גראמאטיק. צווייטנס. אויב ס'איז טאקע דא א טעות הדפוס. אדער א טעות אין פשט קענמען עס אייביג (אזוי ווי אמאל) בלעימען אויפ'ן בחור הזעצער... א סאך הצלחה ונחת...!.

ניק-לאז » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:03 pm

· #485765
באזוכער און באניצערס אויף א געמיינע פארנעם - אהנע ניק - איז מיר נמאוס געווארן, דעריבער א ניק טו איך זיך פארשטעלן, אויב ליינט איר מיין ברוכים הבאים טראכט נישט אז עפעס סתם א גוף קליקט דא אריין, נאר איינער וואס טוט אין חד גדיא אריין, נעמט נישט מיינע ווערטער פרעזענדליך ווייל א סאטמערער בינעך. מיין שאיפה איז צו זיין א גבאי פון א רבי פארשטייט זיך פון שווערע חסידים. מיינע פלענער וועל איך פאר אייך נישט מיטטיילן, ווייל אויס פלאן וועט ער צוגיין. מיינע טאלאנטן זיך איך נאך!

שפל ברך » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:04 pm

· #485766
איך בען שוין פון לאנג א אפטע גאסט אין קאווע שטיבל, און איך האב שוין אזויפיל ידיעות קונה געווען
וואס איך בין זייער מכיר טובה די הנהלה פאר די סערוויס,
און שוין צייט צו האבן א אייגענע ניק.

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:04 pm

· #485767
פלעין א איד וואס זיכט צו קענען שרייבן אויפן וואס ליגט עם אויפן הארץ אהן קיין אפהאלט, און צו קענען געניסן פין די פילע פיטערס וואס איז דא אטן דעם, ס'ממש א מחיה און איך באלעק מיך שוין טאג טעגליך מיט די פילע ארטיקלען פון קאווע שטיבל, איך בין א אינגערמאן, ב'ה מיט א שטיב מיט קינדער וואס וויל פשוט האבן א פלאץ צו קענען זיך אויסגעבן מיט שרייבן דברים העומדים על הפרק אדער זאכן וואס צריכים תיקון לדעתי וכדומה וכדומה

איזי דיזי » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:04 pm

· #485768
שוין א שיינע פאהר יאהר וואס איך דריי מיך דא אין שטיבל.
נאך פין אלס יונג בחור פלעג איך צוהערן מיט דארשט פין א חבר מיינע וואס פלעגט זיך דרייען אינעם שטיבל,
שוין אסאך געליינט אין אסאך קונה געוועהן פין די חשובע קאווע טרינקערס,
אין איך פיהל אז ס'איז געקומען די צייט צי ווערן א חבר!!
אין איך בעהט א תפילה צו גאט ברוך הוא,
אז איך זאהל זוכה זיין ציצולייגן מיינע צוויי צענט....

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:09 pm

· #485770
איזי דיזי: נו, רעד נישט אויס. זאג לשם יחוד און הייב שוין אן...אונז זעמיר גרייט צו הערן. גיס אונז אן כיד ה' הטובה עליך...!

פרימארגען » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:15 pm

· #485773
איזי דיזי
שוין א שיינע פאהר יאהר וואס איך דריי מיך דא אין שטיבל.
נאך פין אלס יונג בחור פלעג איך צוהערן מיט דארשט פין א חבר מיינע וואס פלעגט זיך דרייען אינעם שטיבל,
שוין אסאך געליינט אין אסאך קונה געוועהן פין די חשובע קאווע טרינקערס,
אין איך פיהל אז ס'איז געקומען די צייט צי ווערן א חבר!!
אין איך בעהט א תפילה צו גאט ברוך הוא,
אז איך זאהל זוכה זיין ציצולייגן מיינע צוויי צענט....

או נאו די ביסט דא? כ׳וועל אויסזאגן…

Tzelemeloikim » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 3:56 pm

· #486787
איך וויס גורנישט אן איך וויס אז איך ווייס נישט גארנישט.

לאן אלך, אנה אפנה, כשעיניך מביטות בי
איכה אברח, איך לא אפנה?
בין אמת לאמת, בין הלכה למעשה
בין הימים ההם לזמן הזה.
בין הנסתר לנגלה, בין העולם הבא לעולם הזה.

Moshe123 » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 3:57 pm

· #486788
כ׳בון נישט קיין גרויסע שרייבער באט כ׳בון זייער שטארק אינטא די מוזיק ליין און כ׳בון פעשיניט וועגן אידיש קאלטשער.
כ׳בון נייגעריג צו זען וויאזוי איגיש קאלטשער וועט איוולווין און איך הויף אז געניג אידיש מיינדיד אירע עלן זיך צאם קימען צו בויען א נייע, מאדערן אהערגעשטעלטע קאמיוניטיס וואס בלענט גי אלט מיט די ניי.

ברוריה » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 3:57 pm

· #486789
איך בין א אידענע וואס וויל פארשפרייטן איר וויסנשאפט, זיך אביסל אריינטוהן אין מקורות און אוודאי קשיאות. איך האב אויך אסך ענטפערס, אבער פאקט איז די קשיא איז וויכטיגער פון די תירוץ. און אפשר קען איך אפילו אויפקלערן דער דער אויפגעקלערט עולם אביסל לגבאי נשים, ווייל איך זע מען קען עס נוצן.

לעבעדיק » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 3:58 pm

· #486790
איך בין א היימישע חסידישע יונגערמאן וואס לייענט קאווע שטיבל אין ivelt אין איך וויל אמאל ענטפערן אין א געשמאקע שמועס איך פארשטיי נישט פינקטלעך וואס נאך איך דארף דא שרייבן

חכם הרזים » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 3:58 pm

· #486791
א חאניוק אין די טיפעניש פון די נשמה, וואס האט זיך געלערנט נישט צו טראגן קיין "נקיפת מצפון" דערפון. איך בין א גליקליכער איד. איך פארשטיי פארוואס די "סיסטעם" טוט וואס ס'טוט, כאטש איך האלט אז זיי לעבן אין א טיפע דמיון. אבער נאכאמאל... ווער פון אונז לעבט נישט אין א דמיון...

צפוני » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 3:59 pm

· #486792
קאווע שטיבל איז א געוואלדיגע פלאץ צו שטייגן און צו פארברענגען, און ווי אויך ארויסצוגעגעבן די טאלאנטן, און וויסנשאפט, און פשוט, דא טרעפט מען אלעס אינטער איין דאך!!! וואו!!!

נפה » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 3:07 am

· #487232
בר גיורא
שלום. איך וויל מפרסם זיין פאר די אידישע ליינער אסאך זעלטענע און היסטארישע דאקעמענטען פון פרשיות וואס האט אויפגעשאקלט די וועלט בשעתו און היינט אומבאקאנט און איך קען ביישטיין עס צו מפרסם זיין פאר די עולם כדי זיי זאלן קענען ווערן קלארער און די פאקטען פון די פולמס'ער און זיי זאלן קענען זאגען זייער מיינונג אויף דעם !

נו איך ווארט

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 8:16 am

· #487234
ממש א פחד אז קוים איינער פון 50 איינגעשריבענע ווערן אקטיווע שרייבער דא. רוב שרייבער אין דעם אשכול האבן נישט מער ווי 1 הודעה (אפשר 2).

הוגה » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 10:03 am

· #487247
שמעקעדיג
ממש א פחד אז קוים איינער פון 50 איינגעשריבענע ווערן אקטיווע שרייבער דא. רוב שרייבער אין דעם אשכול האבן נישט מער ווי 1 הודעה (אפשר 2).

און איך האב מיך געוואונדערט פארוואס דו שרייבסט שוין נישט צו פיל לעצטענס. יעצט ווייס איך שוין פארוואס. 150 בלעטער איבערקוקן... 😮

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 10:11 am

· #487249
שוין, מיין תירוץ ווייסטו שוין; וואס איז דיין תירוץ? 😉

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 10:19 am

· #487251
@הוגה @שמעקעדיג
בא ללמד ונמצא למד!