☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

געוואלדיג » מיטוואך מאי 20, 2015 3:12 pm

· #277349
.

איך אויך » מיטוואך מאי 20, 2015 9:27 pm

· #277502
נופת צופים
נו פארוואס טאקע? ווייל @איך אויך?

וויפיל קאסט עס? אה בחינם גיב אהער צוועי.

משבק » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:35 am

· #277611
יונגער צוציק אדער באטשי?

טוב » דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:05 pm

· #277702
קלארשטעלו א זייטיגע בליק אויף נושאים און קאווע צימער, וויבאלד עס הערשט א שטארקע צימישעניש ליידער צווישן אחינו בני ישראל הנמצאים בצרה ובשביה, און וואלטן געקענט ביישטיין צו האבן א קלארן בליק

Interested » פרייטאג מאי 22, 2015 12:53 am

· #277905
I am a thirty year old with a lot of interest and knowledge in Jewish history and especially in the biographies of famed Jewish personalities throughout our amazing history.

כפתור » פרייטאג מאי 22, 2015 1:05 am

· #277913
משבק
יונגער צוציק אדער באטשי?


ער מוז זיין א צוציק אויב ווייסט ער נישט די חילוק

כאפצעם » פרייטאג מאי 22, 2015 2:29 am

· #277937
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
Hi

גיב א שמייכל » דינסטאג מאי 26, 2015 2:57 pm

· #278223
איך וועל טוען וואס אומער צ'ווערן פריילעך, איך פרוביר צ'מאכן אנדערע אויך פריילעך. ווייל דורך שמחה גייען אלע דאגות פון א מענטשן אוועק, מפארגעסט פון אלעם שלעכט, דאס גיט דעם קוראזש אנציהייבן פין דאסני.

יענער פויגעל » דינסטאג מאי 26, 2015 9:39 pm

· #278335
נאכען ליינען די מייסטער ווערק ספר אישים וואס איך האב באקומען פון א חבר אין שול האב איך באשלאסען אז איך מוז מיך אליינס איבערצייגען אין איר אינהאלט פונעם שטיבעל אין לויט ווי עס זעהט אויס וועל איך נישט ענטוישט ווערן

פוחת ועומד » דינסטאג מאי 26, 2015 9:41 pm

· #278336
א שונא מיינער האט מיר געזאגט וועגן דעם פלאץ דא (פארוואס מיז עס אלס זיין אז א חבר האט געזאגט? ביי מיר איז עס גראדע געווען איינער וואס איך האב נישט עקסטערע ליב, וואס האט מיר דערציילט וועגן ק"ש) עס געפעלט מיר געוויס וויאזוי זאכן ווערן דא אויסגעליפטערט און איך האף צו קענען עפעס צוגעבן. איך באלאנג צו איינע פון די בעלזא פראקציע אבער דאס איז נישט קיין סך א חילוק וויבאלד איך פלאן נישט צו שרייבן חסידות

וויל קענען » מיטוואך מאי 27, 2015 12:01 pm

· #278469
איך בין א בעלזער חסיד פון מאנסי און איך האב געלערנט אין סאטמאר חדר אין ווילאמסבורג און אין ישיבה האב איך געלערנט אין ארץ ישראל אין מיר אין מיין פארגאנגענהייט האב איך מיט געהאלטען אסאך זאכן וואס איך וויל מיט טיילן מיטן ציבור

מסכים » מיטוואך מאי 27, 2015 12:06 pm

· #278472
איך בין 25 איך א ברעסלבע חסיד איך האב מחליט געווען ארויף צי קימען וועגן איך האב געהערט פין חברים אז עס זייער איטרעסאנטע שמוסען אין נייעסלעך האב איך מחליט געווען אז איך האב אויך עפעס צי פארקויפן

מיר האפען אייך ציצשטעלן

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 27, 2015 12:16 pm

· #278474
וויל קענען
איך בין א בעלזער חסיד פון מאנסי און איך האב געלערנט אין סאטמאר חדר אין ווילאמסבורג

האיך יתקיימו שניהם? כדי לערבב השטן?

עזרא הסופר » מיטוואך מאי 27, 2015 12:22 pm

· #278476
איך בין א סאטמארער תחת נשיאות והנהגת רבינו רבי יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א.

און איך וויל שרייבן זאכן וואס פאלן מיר ביי און פארשטייט זיך צו קענען עקספרעסן מיין מיינונג ברבים

בן אדם » מיטוואך מאי 27, 2015 12:25 pm

· #278478
איך מיין אז מ'קען שוין באלד אריין לייגען דעם אשכול אין שמייכל.

קוקה קולה... » מיטוואך מאי 27, 2015 3:47 pm

· #278526
איך בין דעספערט פאר א שידוך און עס קען נישט גיין אזוי ווייטער מיין מאמע וויינט נעבעך אז זי האט אזא אלטע-אלטע-אלטע בחור אבער לאמיר זיך נישט פאפן איך בין א פיקח מיט מידות.........אא״וו נאר עס זענען נעבעך נישט דא קיין קלוגע מיידלעך(גרושות)אויף די וועלט וואס זאלן איינזעהן מיין קלוגשאפט שוין ווער דערלייגט אויב נישט זיי!!!!!!!!!

וויל קענען » מיטוואך מאי 27, 2015 3:58 pm

· #278530
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לכבוד שמעקעדיג יר״ה
מיין פאטער איז מאנשי סאטמאר נראה מסיבות שונות שידוך אותי למאנסי לא׳ מאנשי בעלז ומשו זה בין איך חצי חצי בעסערלא זה ולא זה

וויל קענען » מיטוואך מאי 27, 2015 4:05 pm

· #278532
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
די וועלט זאגט אז מען זעהט איך נער לאכט מען ווייל מען פילט זיך ווי אינדערהיים קומט אזא אשקול ביי שמייכל רעד דיר נישט איין אז די ביסט א יוצא מן הכלל וואס איז מיט אל תפרוש עצמך מן הציבור

קוקה קולה... » מיטוואך מאי 27, 2015 9:57 pm

· #278629
באבע מאכסט דיר משוגע פינטל ארויף אראפ ווי כאילו דעס גייט מיר טרעפן א שידוך (אנטשולדיגט פארן רעדן אזוי שארף אפי׳ איך בין נאך א גאסט אבער די שדכן האט יעצט צוריקגעקאלט אז די אנדערע זייט וויל עס איבערטראכטן??????!!!!!!........איך הייב הענט

קוקה קולה... » דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:56 am

· #278665
איך האב שוין פריער געשריבן אז זיי טוען זיך אליינס אפ און טאקע נאר זעך מיין ווארט דעי מחותן וועט נאך וויינען צו מיר!!!!!!!!!!!

איזי גאו אינג » דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:27 pm

· #278864
כשמי כן אני, איינער וואס וואלט אויסגעוועלט דער אידישער גלויבן אויך ווען ער האט ווען א טשויס, אבער נאר איזי,

גאנץ א יונגער ,און האט ליב "אלע אידישע קינדער"

בן אדם » דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:37 pm

· #278870
דאכט זיך אז אין די אזיאנער לענדער (לויט ווי אזוי ס'זאגט זיך דיין נאמען) איז מען נישט אזוי מקפיד אויף איזי גאויאינג.

בעל מדות » דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:45 pm

· #278873
@קוקה קולה... נעמסט מיר אוועק די אפעטיט פון מיין געשמאקסטע געטראנק.
איך מיין אז זיך משיגע מאכן, דארף זען א דאקטער, און בויך וויי, טאמס, סיריעסלי קום, שרייב שיין, עס איז נישט פאסיג אזוי אויפצינעמען א נייע ניק אבער רצונו של אדם זה כבודו.

שאול פאסטן » זונטאג מאי 31, 2015 10:58 am

· #279250
א אינהאלטסרייכער סייט וואו עס ווערט אויסגעלופטערט אלע חסידות'ן מיטן אן אמת אן אונטערשיד, מיטטיילן נייעס באריכטן און בילדער און איבער אלס מהנעשה והנשמע בעולם התורה והחסידות
ווער טרונקט דען נישט קאווע כאטש איינמאל א וואך
אמאל דארף מען ווייס מאכן די שווארצע קאווע נישט דווקא מיט מילך

פערל פיסקל » מאנטאג יוני 1, 2015 11:48 am

· #279530
איך גלייך דעם פלאץ בעצם, עס ברעינגט מיר א גיטע געפיעל ווען איך זעי ווי די פרייהייט פון ווארט שפיעלט א שטייפע ראלע דא, ווען עס ווערט חלילה באטראפן, צינדען זיך אן אלע ערליי פייפער'ס בצורת ניקים, נעמען שרייען וואלף וואלף, שפיר איך זיך א כבוד צי נעמען אנטייל און די היסטארישע פאסירינג.

בן עזאי » מאנטאג יוני 1, 2015 10:28 pm

· #279683
נאכן פרובירן צו קאמענטירן אויף אשכולות עטליכע מאל, און ווערן אפגעשטעלט צוליבן נישט האבן קיין ניק.
האב איך מחליט געווען כלו כל הקיצים, מיינע פינגער טוען מיר שוין וויי פון אלע קאמענטארן וואס זענען געבליבן אומאויסגעדריקט.
נעם איך זיך איצט די מיה צו מחדש זיין א יוניק ניק, זיך קראצן קאפ צו אנשנטעלן די צייט זאנע אויף לשה"ק, און ענטפערן די בחינה איבער ד מינים.
איצט קיצלען שוין מיינע פינגער מיט ערווארטונג... נאך געציילטע טרעפ, און זיי קענען לויפן אויפן קיבאורד אומגעשטערט, טרעפן מיינע באליבטע חברים אין קאווע צימער.

Milk shake » מאנטאג יוני 1, 2015 10:29 pm

· #279684
פערל פיסקל, איז "געלע פיסל" נאך עוועילעבל?

פערל פיסקל » מאנטאג יוני 1, 2015 11:19 pm

· #279711
Milk shake
פערל פיסקל, איז "געלע פיסל" נאך עוועילעבל?

די פייגעלע מיטן פערל פיסקל פארמאגט דאך די געלא פיסל, ווען נישט וואס איז געוועין איר פלאן צי גיין קיין ירושלים, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס האט זי נישט געקענט פליען קיין ירושלים, נאר מען פרעיגט נישט קיין קשיות אויף קיין רבי

בן עזאי » דינסטאג יוני 2, 2015 12:39 am

· #279745
אינז מעגן זיך אלע אפלערנען פון אנאנים,
וויפיל איך באמערק געדענקט ער שטענדיג אויפצונעמען יעדע נייע ניק מיט א גוט ווארט.
אפשר איז דאס ווייל ער איז אליין א נייע ניק, קוים 2 חדשים?

איך זעה ער האט שוין 569 הודעות,
דאס מאכט מיר שפעקולירן אז... סטאפ!
איי, העי! ווער האט מיר געגעבן א פליק אין מיין אויער? ... ... ... אפילו נאר אויף שפעקולאציע, אדער אפילו מיט'ן שפעקולירן אויף אנדערע ניקס - פארשלאפענע אדער אקטיווע - אז זיי געהערן פאר דעם זעלבן מענטש, איז שטרענג פארבאטן.

בן עזאי » דינסטאג יוני 2, 2015 12:42 am

· #279746
אקעי משגיח, איך סטאפ.
בורא נפשות אויפן קאפי, און פליה צוריק אין בהמ"ד.
דו האסט נישט געקענט פאריגע וואך ביים פארהער, איך וויל נישט הערן קיין תירוצים די וואך!

בן אדם » דינסטאג יוני 2, 2015 1:22 am

· #279768
פארפאלן. בן עזאי נפשו חשקה...

אכשר דרא » דינסטאג יוני 2, 2015 5:29 pm

· #279929
א גוטן טאג ברודער איך האב שוין לאנג געוואלט ווערן א מעמבער צווישן אייך אין די חשובע מקום וואס איז אן אור לרבים און יעצט האב איך עס ענדליך געטוהן כהאף כוועל האבן מוסיף זיין און די עולם וועט הנאה האבן.

האמת לאמיתו » דינסטאג יוני 2, 2015 5:30 pm

· #279930
איך זיך א פלאץ זיך אויסצו שמועסן וויכטיגע אקטועלע טעמעס מיט אן אביעקטיווע בליק אן זיין משועבד צו די נאטורליכע השפעה פון די הויף ווי איך דריי זיך
אבער די מיט וועים איך זיך צו שמועסען דארפען זיין אינטילעגענטע אין אמת'דיגע פערזאנען און דאס האב איך דא געפונען

בן עזאי » דינסטאג יוני 2, 2015 6:16 pm

· #279949
שלום עליכם און וועלקאם ליבע ברודער @האמת לאמיתו.
ווי עס קוקט אויס האסטו א רייכע לשון און א גליטשיגע פענע.
חברים, עס קוקט אויס ווי עס גייט קומען פיינע זאכן און מיט א שטראם, סטעי טאונד אין!

בן עזאי » דינסטאג יוני 2, 2015 6:29 pm

· #279960
אכשר דרא
א גוטן טאג ברודער איך האב שוין לאנג געוואלט ווערן א מעמבער צווישן אייך אין די חשובע מקום וואס איז אן אור לרבים און יעצט האב איך עס ענדליך געטוהן כהאף כוועל האבן מוסיף זיין און די עולם וועט הנאה האבן.

העלאו @אכשר דרא, וועלקאם טו דע קלאב!
כבין א נייע ניק, און כהאב מיר אויך געמיטשעט וואו מטרעפט די אויבער שטרעכל אויפן אידיש קיבאורד.
די חברים דא האבן מיר ארויסגעהאלפן, סא פיין פלאץ דא.
עס איז אויבן אויפן לינקע זייט, איינס נאך די אות "ק".
יעצט קען איך שוין שרייבן: כ'בין, כ'האף, מ'טרעפט, אויפ'ן, ס'א, וכו'

אגב ווער נישט דערשראקן ווען די באקומסט אין אישי "איר זענט געווארן געטעגט אין אן אשכול". ס'מיינט נישט אז טעג איז ארויף אויף אייער שפירן און וועט אייך איבערגעבן פאר משמרת...
עיין טעג סיסטעם

האמת לאמיתו » מיטוואך יוני 3, 2015 4:01 pm

· #280255
לאמיר זיך פארשטעלן
א גוטען. יישר כח פאר סיי ווער עס האט זיך געלאזט הערן לכבודי
אבער איך וויל נאר אין זאך קלאר שטעלן איך זאג פון פאראויס ביטע נישט ווערן בכלל באליידיגט פון מיר עס קען אפט פאסירען (און אויב פלאנסטו יא צו ווערן... ביטע ליין נישט וואס איך שרייב- הגם דיך יא טאקע דיך און נאר דיך מיין איך.....)

האמת לאמיתו » מיטוואך יוני 3, 2015 4:10 pm

· #280259
לאמיר זיך פארשטעלן
אגב אפשר געדענקט איינער ווי מען האט אמאל גערעדט בנוגע ירושה ביי רבנות ? ביטע אנטשולדיגט מיר אלע אבער איך האב זיך דארטען געשפירט כשושנה בין החוחים. ווי דער אדם ובהמה פון צדקתך כ'מיין מ'זאל רעדן פון אזא אויסגעדראשענע טעמע אינעם עולם התורה אן קיין ברעקעלע בקיאות ? אתמהה? הזאת נעמי ?

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 3, 2015 4:11 pm

· #280260
מסתמא אין צימעס געב א זוך דוירך די ברוינע בלעטער

פאפיטעס » מיטוואך יוני 3, 2015 4:36 pm

· #280282
אלץ א היימישער יודעלע וואס דרייט זיך אין די היימישע געגענטער אין האלט מיט אלע היימישע פאליטיק אין לשון הרע'לעך פונקט ווי אייך אלע, פלעג איך מיר אייביג עסן דאס געזונט וויאזוי די פאר דאמענירענדע חסידותער הערשן אויף די היימישען ציבור מיט א שרעקוועדיגן הערשאפט אין אן זייערס א ווארט רירט זיך נישט קיין גראזל, אפגערעדט פון די מחלוקתער וואס זיי דרייען אן אין האבן ציווישן זיך...
לעצטענס האט מיר איינער געשיקט א לינק פון "קאווע שטיבל " אין דורכבליקנדיג בין איך געווארן העכסט נתפעל פון די פאקט אז סאיז דא א פלאץ אויף דער עולם השקר ווי יעדער קען אויסדריקן זיין מיינונג, אין קורצן "פרייהייט פון ווארט "
אין איך בין זיכער אז כוועל אי"ה הנאה האבן דא אלץ אפציעלער פארטיסיפענט!!

דעת צלולה » מיטוואך יוני 3, 2015 4:37 pm

· #280283
אלזא זיך אנשטויסענדיג פערצופאל אין די אזוי באליבטע קאווע שטיבל האב איך געטראפען א פלאץ פון גוט ברידערלעכע און אביקטיווע געשמאקע אינהאלט'ספולרייכע פארברענגען מיטן א אמת'ע געוויסן אנע בושה און איך האב זיך גוט דערקויקט אבער פון צייט צו צייט זעה איך ווי עטליכע קאמפליצירטע נושאים ווערן דא אויסגעשמועסט מיט א ריין 2015 בליק און זיך נישט קענען איינהאלטענדיג האב איך באשלאסען צו ערשיינען פון צייט צו צייט אויף די היזיגע פלאטפארמע און אביסעלע גיבן א קלארקייט און די אלע ענינים

האמת לאמיתו » מיטוואך יוני 3, 2015 5:37 pm

· #280306
דעת צלולה
אלזא זיך אנשטויסענדיג פערצופאל אין די אזוי באליבטע קאווע שטיבל האב איך געטראפען א פלאץ פון גוט ברידערלעכע און אביקטיווע געשמאקע אינהאלט'ספולרייכע פארברענגען מיטן א אמת'ע געוויסן אנע בושה און איך האב זיך גוט דערקויקט אבער פון צייט צו צייט זעה איך ווי עטליכע קאמפליצירטע נושאים ווערן דא אויסגעשמועסט מיט א ריין 2015 בליק און זיך נישט קענען איינהאלטענדיג האב איך באשלאסען צו ערשיינען פון צייט צו צייט אויף די היזיגע פלאטפארמע און אביסעלע גיבן א קלארקייט און די אלע ענינים
פאפיטעס
אלץ א היימישער יודעלע וואס דרייט זיך אין די היימישע געגענטער אין האלט מיט אלע היימישע פאליטיק אין לשון הרע'לעך פונקט ווי אייך אלע, פלעג איך מיר אייביג עסן דאס געזונט וויאזוי די פאר דאמענירענדע חסידותער הערשן אויף די היימישען ציבור מיט א שרעקוועדיגן הערשאפט אין אן זייערס א ווארט רירט זיך נישט קיין גראזל, אפגערעדט פון די מחלוקתער וואס זיי דרייען אן אין האבן ציווישן זיך...
לעצטענס האט מיר איינער געשיקט א לינק פון "קאווע שטיבל " אין דורכבליקנדיג בין איך געווארן העכסט נתפעל פון די פאקט אז סאיז דא א פלאץ אויף דער עולם השקר ווי יעדער קען אויסדריקן זיין מיינונג, אין קורצן "פרייהייט פון ווארט "
אין איך בין זיכער אז כוועל אי"ה הנאה האבן דא אלץ אפציעלער פארטיסיפענט!!

ברוכים הבאים
ווי עס קוקט אויס זענט עטץ דא פאר היפש פארקערטע צילן... נו נו דאס מיינט עס וועט זייו אינטערעסאנט... איך פון די זייט וועט זיך פרובירען צו האלטן צום...
יא גוט צוגעטראפען!! צום ריינעם אביעקטיווען אמת..!!!

א גאסט אויף א ווייל » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:53 am

· #280505
די סיבה פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל איז ווייל עס איז זייער א רואיג ווינקל זיך אויס צו לופטערן על טהרת הקודש אן קיין שום לשון הרע רכילת וכדו'
הצלחה ווייטער מיט די עבודת הקודש

געוואלדיג » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:00 pm

· #280620
שלום עליכם, ווילאנג איז א ווייל?

האמת לאמיתו » דאנערשטאג יוני 4, 2015 6:26 pm

· #280711
וואס מיינט אז איך בין געווארן געטעגט?

קויפער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:37 pm

· #280758
פון אונזער פאלק אין ברוקלין,
א היינטיגער מיטליעריגער.

איך זוך שוין לאנג דעם אמת,
אבער איר ליידער נאך נישט געפונען,

היפש זאט פון אנטוישונגען,
פארט א שטיקל נחמה געטראפן אינעם פילאזאפישען ראסע.

היימיש גערעדט: יונג געעלטערט,
נא שוין, וואס איז דען ווערד יארן אן חכמה?

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 5, 2015 12:14 am

· #280781
א גאסט אויף א ווייל
על טהרת הקודש אן קיין שום לשון הרע רכילת וכדו'

המממ.... נישט ממש...

לולב » פרייטאג יוני 5, 2015 2:07 am

· #280797
מיר א פארגעניגן צו אריינשפאצירן אין אזא חשובע מקום, לעטצענס האבן אסאך שיינע פראיעקטן פון דא אין שטיבל פארנומען די העדליינס און דאס האט מיר געמאכט באשליסן אז אלע לייבן דא האבן אויך אנגעהויבן מיט איין תגובה... און ווער ווייסט צו איך וועל זיך ערווארבן אויפן לייטער און קענען פול צוגעבן.
מיט א תפילה צום אויבערשטן.
לולב'ל

קום אהער » פרייטאג יוני 5, 2015 2:08 am

· #280798
I just thought that this will be a good nick after thinking a while I love to speak and enjoy this kind of forms its a good side I was a big writer in ivelt ... And I stopped I like better the writer over her . anyway have hatzluch and syota dishmyo

כוכב » פרייטאג יוני 5, 2015 9:24 am

· #280813
דער שרייבער איבער איר... אוי וויי דער איז גימל...
ווערטלעך אין א זייט קום נאר אהער דו קליינער טוטער, מאך דיך באקוועם און ענזשוי דע רייד. יהא בואכם לברכה.

גאנצל » פרייטאג יוני 5, 2015 11:59 am

· #280848
@כוכב איך האב פאר דיר א געדאנק פאר'ן קומענדיגן יו"ט מוז נישט זיין א גרויסע יו"ט פאר שבת נחמו איז עס פונקט גוט צוזאמצונעמען אלע 1 הודעהדיגע ניקס -אין וועלכע זיי וועלקאמען זיך און זאגן צו מיט אייפער אז זיי גייען צוגעבן פאר'ן שטובל- זאל מען זיי אלע צוזאמנעמען לפונדק אחד מ'קען מאכן א שיינע עדיטאריעל פארדעם און א עפילאג נאכדעם
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94