שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
sawI lived in Williamsburg all my life then I came to live in Manchester England and since most people here are speaking English i must see my old friends so the best place is this website knave shtieb
קענסטיך יא יודיש פארוואס שרייבסטע אין ענגליש?
ביסט דאך א וויליאמסבורגר?
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ליפאנישט מיין ערשטע ניק ממילא באפאלט מיר נישט מיט קיין שלום עליכם'ס. מיין פאריגע ניק איז געווען זייער יאנטשי און געגעבן א ראנג אימפרעשען איבער מיר, דערפאר קום איך איצט מיט א ניק מער פאסיג: ליפא.
אונז הייבען שוין אן צו כאפען ווער דיין אלטע ניק איז געווען!
קענסט שוין טראכטען פון נאך א ניק
"קומטס" אלע "אהער" אין באגריסט ענקער נייע תושב דא ,
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/286765">viewtopic.php?p=286765#p286765</a><!-- l -->
זייער נישט שיין געווען געשריבן די ערשטע מאל אין וואו גארנישט , קיין ווארט .... שלום עליכם ... עפעס "שמעקט" נישט גוט דא ...
עניוועיס .... לאמיר האפן אז יעצט וועט מען באגריסן וואו סברויכט צו זיין
שלום עליכם קום אהער. קום אהער. האלט די האנט! האניש קיין מורא, איך גיב נישט קיין "שלעק"... איך וויל נאר א הענד שעיק.
וועלקאם טו דע שטיבעלע. יהא ביאתך להרמת הקרן.
שמעקעדיגשלום עליכם קום אהער. קום אהער. האלט די האנט! האניש קיין מורא, איך גיב נישט קיין "שלעק"... איך וויל נאר א הענד שעיק.
וועלקאם טו דע שטיבעלע. יהא ביאתך להרמת הקרן.
אוטש!! ... אזא הענד שעיק .. אינגאנצן צושאקלט בין איך ,
איין מינוט אוואו בין איך ... אה .... אין קאווע שטיבל
צום פוינט , אין אזא שטיבעלע וויל איך זיין
טאקע דאס האב איך געזוכט אזעלכע מידות טובות קעה
איך בין א וויליאמסבורגע סאטמערע יונגערמאנטשיקל וואס זיכט אביסל זיך אויסציליפטערען מחוץ למחנה
געזיכט אין געזיכט אין וואפס.... געטראפן! "קאווע שטיבל" א רואיגע ווינקל צו שמועסן און פארברענגען
וואס כשמו כן הוא
האבענדיג א שטיקל געלאנגענע פענע אין די האנט נו?! פארוואס זאל א צווייטער נישט הנאה האבן?!
ס'קוקט אויס ווי א פיינע לעבעדיגע שטיבל מיט פיינע פרישע קאווע. וויל איך אויך האבן א חלק ונחלה אין די שטיבל. איך האף איך וועל נאר צוגעבן און קיינעם נישט וויי טון.
די פעולה פון זיך איינשרייבן דא ווייזט טאקע אז שמך נאה לך.
.
דאונט ווארי, ער גייט זיך נאר געפונען און צימעס
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פון דעים האט ער טאקע מורא
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וואטש באנאריש דיך נישט נאכאמאל אזוי ווי ביי טוביה זיגוד נעם אויף א גאסט מיט רעספעקט איך זאג דיר צו ער ווייסט נישט וואס די אטאקירסט עים אפשר איז ער גאר אויף דיין זאט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן ר msg אם לנו עתה אם לצרינו הוי מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות ברוך הבא
MSG still tastes good
right. he is a silent killer
איך בין א דרייסיג יעריגע חסדיש'ע יונגערמאן מיט גאר א שטארקע געפיל צו מענטשען, קולטור, איך האב געלערנעט און דו ליטע אסאך קונה געווען דארט, געוואוינט און א"י, אסאך פארברענגעט און ארופגעפארן, איך האב זייער ליב ספרים, ירחונים וכו' פלענער צו וואקסען א ת"ח בכל עניני התורה
ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה, וברוך הבא.
בטבע בין איך פאליטיק פון אלץ קינד נאך האב איך מיר אלעמאל אינטרעסירט אין נייעס - וועלטליכע פאליטיק בכלל און אויך אביסל אידישע פאליטיק, איך לייען גאר אסאך און פאליטיזיר וויפיל איך קען - ליידער
מיין יידיש איז נישט זייער גוט, אבער איך ליבט צו פרובירט צו רעדן און שרייבן עס פאר שפאס. "אידשע וועלט" איז נישט דער פלאץ איך האט פרובירט צו געפינען, אבער דאס וועבזייטל איז זייער בעסער.
מיין באניצער נאמען איז באזירט אויפן נאמען פון מיין מערסטע באליבט כאראקטער פון "מיין קליינער פאני: פריינטשאפט איז צויבער" .
---------------------------------------------------------------------------------
-- איך טאָ נישט פיינט האבן מענטשן, איך פיל נאר בעסער ווען זיי זענען נישט אַרום מיר --
-- איך וויל בלייַבן אין מיין נעסט און נישט רירן --
--------------------------------------------------------------------------------
גר ותושב אנוכי עמכם איך בין געווען א גר ביז יעצט און פון היינט און ווייטער וויל איך ווערן א תושב עמכם האבן די געלענהייט צו צילייגן נאך א טעם אונעם שטיבעל איך בין א מאנסי יוד וואס עס גייט מיר בעיקר אן נייעס פון מאנסי און אויך פאליטיק און וועלטליכע נייעס
איך האב הנאה גיהאט פון די נושאים אין רייגע ידיעות אויף קאווע שטיבעל, ואקווה שביחד עם שאר החברים אמצא נחת ושמחה במחקרים שהנני עורך. וואוינט אין בארא פארק ולבי במזרח ועבודתי במערב.
מיין ערעסטע אינטרעסעאיזאלטע בילדער סיי םוןדערהיים אין בפרט פון אמאלידען אמעריקא
איךאיך האב זייער ליב די נשטיבל סשמעקט פון דעם קאלטס און ווארעמס און מ'קען טאויס זאגן דעות אויף טסאך נושאים ממילא האלגט איך סאיז גוט צוארויס זאגן מיינונגען און זיך דינגען
פארוואס האבן די לעצטיגע נייע ניקס צעבראכענע קיעבארדס?
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קוים קוים וואס ער כאפט עפעס סערוויס און דער od דרייט זיך שוין ווידער אין דער באנגעלאוס.
petergrifinקוים קוים וואס ער כאפט עפעס סערוויס און דער od דרייט זיך שוין ווידער אין דער באנגעלאוס.
פיטער גריפין? איר ליבט "משפחה מענטש"?
ברוך הבא.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
עליכם השלום. גיגיטי
איך בין זייער אינטערסירט צו מברר און קלאר מאכן חסידישע פאליטיקס און אינטערסאנטע פרשיות פון מחלוקתות וכו פון אלע רעבישע חצרות פון אלע דורות ובפרט אין אונזער דור. ווי ס'פארשטייט זיך אלעס מיט א ריינע שפראך וכו' און חלילה נישט צו מזלזל זיין.
אויכעט איך אינטערסאנט זיך איבער מוזיק חסידישע ניגונים און זינגערס. ווען ס'מיר מעגלעך (איך מיין צו זאגן ווען איך האב צייט און בעיקר א נארמאלע קאמפיוטער)לייג איך ארויף קליפס וכו'.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם רבי פישערער
I can't believe I just said that...
איך ווייס (כ'מעט) אלעס, אבער אייביג גרייט זיך צו לערנען עפעס ניי. אין שוין. אבער די בויגן טענה'ט אז מיין בייעגראפיע איז צו קורץ, וואס דאס איז נישט אן אנגענעמע אבער שוין, העלעך פרובירן יעצט נאכאמאל.
איך בין א בחור אין ישיבת מיר ירושלים, וואס קען באשטיין אביסל צו הנאה האבן פון א גוט שטיקל,(פארשטייט זיך אז נאר בין הסדרים) האב איך אזוי קלערנדיג צו מיר וואס צו טון, באגעגנט א חבר וואס אופססס... שוין 40 ווערטער. יוצא געווען.
א איד ווי אלע מיט זייער ווייניג הומאר אדער אונטערגעשפיטצקייט אבער האט ליב צו טראכטן און טזשאלענדזשן זיך אליין
קאווע שטיבל איז אן אויסגעצייכנט פלאץ אויף אינטעליגענטע שמועסן אין א גאר ברייטן אוסוואל פון נושאים וואס מיר אינטערסירט צ.ב. היסטאריע , פילאזאפיע , וועלטספאליטיק , אא"וו
פישערער רביאיך בין זייער אינטערסירט צו מברר און קלאר מאכן חסידישע פאליטיקס און אינטערסאנטע פרשיות פון מחלוקתות וכו פון אלע רעבישע חצרות פון אלע דורות ובפרט אין אונזער דור. ווי ס'פארשטייט זיך אלעס מיט א ריינע שפראך וכו' און חלילה נישט צו מזלזל זיין.
אויכעט איך אינטערסאנט זיך איבער מוזיק חסידישע ניגונים און זינגערס. ווען ס'מיר מעגלעך (איך מיין צו זאגן ווען איך האב צייט און בעיקר א נארמאלע קאמפיוטער)לייג איך ארויף קליפס וכו'.
שלום עליכם, פישערער רבי. וויאזוי זאגט מען ארויס אייער געערטן נאמען...? מפיק פא. מיט א פינטל אין די פ"א...?!
ס'איז מיר א נפקא מינה צו וויסן... 😂
איך בין א פשוטע יוד, פאר פרנסה טו איך אין גרעפיק'ס, און ב"ה איך זע א געוואלדגע הצלחה.
איך בין א חסידישע יוד פון א חשובע חסידישע קרייז.
איך קום פון א שטוב געבנטשטע משפחה.
חשובע יוחס.
כ'האב שטארק הנאה אין א געוואלדיגע אינטערעסע צו נייעס פון מדינת ישראל.
מיר האבן שוין א יעקב אין צימעס, ניין?
ווי אויך א "יעקב מענטש" ניק.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שמעקעדיגמיר האבן שוין א יעקב אין צימעס, ניין?
קוקט נישט אויס אז ער גייט נאך זיין אקטיוו, די געהעריגע אשכול איז פארמאכט, אין די נייע וועט מען עם דארפן צופיל מעקן.
זייער אסאך ידיעות קונה געווען דורך זיך אלעמאל דערייען אין זייטיגע בתי מדרשים כדי נישט נשפע ווערן פין א געוויסע קרייז
געלערנט היבש בזמן הלימוד אין ישיבה/כולל נישט אויס געלאסט קיין גמרא שו"ע ווי אין חדר...א גוטן ידען אין רוב יודישע ענינים ימים ידברו
גוט דורך געטון וואס'אמאל' האט א סאטמער חסיד באדייט
נחבי איז א שעמעוודיגער אין ריעל לייף אבער גלייכט צו פארברענגן אינעם ווירטואלע וועלט אלס אזא האט אים קאווע שטיבל אויסגעקוקט אלס די ריכטיגע פלאץ . נחבי טאלאנטן זענען פילפאכיג האפענטליך וועט ער קענען משפיע זיין דא טייל פון זיי מיט זיינע נייע קאווע חבירים
א גוטען נחבי מיר ווארטען מיט דורשט נשפע צו ווערן פון דיינע טאלאנטען
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם נחבי טייערער, שטאק הנאה געהאט פון דיין אינטערדאקשאן, אויב ביזטו ופסי׳ס זון, זיי מוחל היט דיר נישט אריינצוגיין צו צימעס, כדי נישט נכשל צו ווערן נאכאמאל מיטן איסור לשון הרע, און דיין צונג וועט זיך ארועסשטרעקן ביז דיין אויפגעקראכן בייכל.
אויב ביזטו נישט דער זוהן פון ופסי, מעק עס מיין מעסעדזש אטן נעם דיר צו די ארבעט.
עניוועי וועלקאם טו די קלאב
א איד, וואס פארשטייסטו צו נחבי בן ופסי'ס לשון הרע'ס ??
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נא! נא! באלד וועסטו שוין פארשטיין[emoji1] (אויב די גבאים וועלן לאזן
וויילאיך האב געהערט פין מיינע חברים אז קאווע שטיבעל איז די זאך!!!
איך בין א חסידישאר יוד אין איך האב נישט די אללע כלים וכלים שונים!
אין אונז ווילען זיך א ביסל אינטערהאלטן אין די פרייע צייט
שלום עליכם.
איך בין א פשוטער איד, וואס פראבירט דינען דעם הייליגן באשעפער מיט אן אמת און שמחה.
מיין ציהל מיטן זיך איינשרייבן דא אין דער פארעם, איז א קלארע און הייליקע ציהל, צו מקרב זיין לבבות התועים, און זיי מחזיר זיין אל אבינו שבשמיים, איך פלאן צו עפענען גלייך א נייע אשכול, ווי איך וועל אראפשרייבן מיט א קלארקייט די מהלך ע״פ שכל וע״פ ניסיון, צו חוזר זיין בתשובה שלימה, און איינזעהן די קלארקייט און האבן א ריינע אמונה.
אסאך מאל אויסגעקומען דא צו ליינען אין זייער הנאה געהאט, געטראכט איך האב אסאך בויך קוועטשענישן מיצוטיילן פארן ציבור אין דא איז א געוואלדיגע גוטע פלאץ דערפאר, האב איך באשלאסן אז איך וועל מיר איינשרייבן און אויב איך וועל האבן צייט וועל איך אפשר קענען מהנה זיין א צווייטן
come on you really need me to me about myself and how good i look and in what shtibel i daven די ווילסט מיר זאגן אז יעדער איינער האט פארציילט פונקליך אלעס דא?
מפיץ אמונהשלום עליכם.
איך בין א פשוטער איד, וואס פראבירט דינען דעם הייליגן באשעפער מיט אן אמת און שמחה.
מיין ציהל מיטן זיך איינשרייבן דא אין דער פארעם, איז א קלארע און הייליקע ציהל, צו מקרב זיין לבבות התועים, און זיי מחזיר זיין אל אבינו שבשמיים, איך פלאן צו עפענען גלייך א נייע אשכול, ווי איך וועל אראפשרייבן מיט א קלארקייט די מהלך ע״פ שכל וע״פ ניסיון, צו חוזר זיין בתשובה שלימה, און איינזעהן די קלארקייט און האבן א ריינע אמונה.
OMG וויפיל יאר מיר ווארטן שוין פאר דעם!, נאכן זוכן און זיך מוטשען אזוי לאנג האבן מיר דא ענדליך דעם אמת'ן מהלך אזוי פשוט און קלאר, וואספארא שמחה!,
Come on my friend the stage is yours let's see what you can good luck to you
אלץ איינער אין די צוואנציגער יארגאנג, וואס האט הנאה צי פארשטיין אין צי הערן אנדערע מיינונגען, האלט איך אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ פאר דעם. אן הוספה איז איבריג.