שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
ראקי יואלי נאה.I grew up in Satmer Williamsburg. This is the best group to keep up with my past . I lived in France over the last few years and recently moved back to NYC.
I found this to be the best way to keep in touch with the Jewish music scene
שלום עליכם, וואסי שלעכט געווען מיט די אלטע ניק?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/user/828">memberlist.php?mode=viewprofile&u=828</a><!-- l -->
ווען עס איז דא אן איבעריגן מינוט גאעבט מען א טראכט אפשר אין אפשר נישט איבער אלעם, אין די פלאץ.ווי עס צו ליפטערן איז פארשטייט זיך נאר דא איןנעם הייליגען שטיבל ווי מיר אלע פרעגן אין טראכטען!
.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיר זענען געקומען דא אויסגיסן די קאווע בונדלעך.
העי-העי-העי... קיינער זאל נישט כאפן, ס'דא גענוג פאר יעדעם.
פשטו ידיכם בגדוד!
עניוועי, אזוי ווי כ' בין לעצטענס ארויס פון ישיבת יוסף הצדיק (מרומז בחד גדיא) בין איך פארפליכטעט צו זיין מער אקטיוו דאהי.
מ'בעט דעם עולם זיך אנשפיצן די אויערן און ווארטן מיט געדולד אויף די דברי חכמה מיינע, עט מפיק מרגלי-ה (מאנסי רבי האט מיר געבעטן אזוי צו שרייבן מטעם הכמוס).
וואס נאך?
איך בין א היימעשע אינגערמאן וואס האט אינטערעסע אין אסאך נושאים. ס.איז שווער צי זאגן וואס, אין כמעט אלעס וואס מ'שמיעסט געווענליך אין א קאווע שטיבל בין איך אינטערעסירט מיטצוהאלטן און הערן אסאך דעות און מיינונגען. איך האף אז איך וועל יעדעם צופרידנשטעלן.
געוואלדיג געוואלדיג! דאס האב איך געזאגט ווען איך האב געטראפן קאווע שטיבל א שעה צירוק דאס ערשטע מאל. דאס זעהט אויס ווי זייער א פיין פלאץ. איך האף איך וועל קענען צוגעבן עפעס דא.
ס'איז פארהאן פארשידענע "אזויווי'ס", למשל ווען איינער עסט א קאצקאץ ציקער פון א פדיון הבן איז 'אזויווי' ער פאסט פערציג טעג, וכדו' לו איז פארהאן א שלל מיט "אזויווי'ס" וואס מענטשן האבן זייער ליב, זאגט יענער אז די אלע סגולות העלפן נאר אויף די 'אזויווי' עבירות ווי למשל די 'כל הכועס "כאילו" עובד עבודה זרה' וכדו', אבער אויף די 'געהעריגע' עבירות נוצט קיין 'אזויווי', אויף דעם העט מען כאפן א 'געהעריגע' גיהינום.......
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
Yummiס'איז פארהאן פארשידענע "אזויווי'ס", למשל ווען איינער עסט א קאצקאץ ציקער פון א פדיון הבן איז 'אזויווי' ער פאסט פערציג טעג, וכדו' לו איז פארהאן א שלל מיט "אזויווי'ס" וואס מענטשן האבן זייער ליב, זאגט יענער אז די אלע סגולות העלפן נאר אויף די 'אזויווי' עבירות ווי למשל די 'כל הכועס "כאילו" עובד עבודה זרה' וכדו', אבער אויף די 'געהעריגע' עבירות נוצט קיין 'אזויווי', אויף דעם העט מען כאפן א 'געהעריגע' גיהינום.......
אמאל געהערט פין וויען רב, כאילו איז די פשט אז יש עולם שזה המציאות ממש.
א גיטן. איך ליין שוין א שטיק צייט דא אויפן וועלטל אין איך האב זייער הנאה אין הגם איך בין נישט צו א גרויסע שרייבער פיל איך אבער אז אזויווי איך וויל אמאל פרעגן עפעס אדער ענטפערן פאר איינעם וואלט כדי געווען איך זאל עפענען א ניק.
איך האף טאקע איר וועט מיר אנעמען. ישר כח
איך קלער אז קאווע שטיבל קען זיין א גוטע פלאץ ווי מען קען ליינען אין שרייבן מיינונגען פארשטייט זיך אויף א אידישליכען אין מענטשליכן אויפן. נישט אז איך בין א גוטע שרייבער אבער איך האב יא ליב צו ליינען, אין הערן מיינונגען פון פארשידענע אנדערע מענטשן
איך גלייך מיטצוטיילן מיין דיע מיט וועם איך קען, איך בין גאנץ שטארק מיט וואס איך האלט אבער אויב קען איך איבעראקערן א נושה און טוישן מיין מיינונג וועט עס דערקוויקן מיין הארץ. איך בין א וויליאמסבורגע געבוירענע, איך בין ערגעץ אין דערמיט פון אין די סיסטעם אין אינדרויסן.
איך האב זייער ליב צו ליינען דא אין קאווע שטיבל, איך האב נישט קיין סאך צוצולייגן, די ביסל וואס איך האב צוצולייגן איז בעיקר צו אויסשרייען דעם דבר ה' ברמה, און דעם 'אמת'ן דעת תורה, און פון מאל צו מאל אנדערע זאכן וואס זענען נוגע פארן כלל, כאשר עיניכם תחזינה מישרים.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן אייך אלע!
איך בין א זיכנדיגע שטיר.
וואס הייסט פרעגסטי? כעל דיר מאסבערן,
איך זיך דעם אמת ווי א שטיר זיכט דעם וועג ארויס פון שלאכט הויז.
איך גלייך פאליטיק יודיש אדער גוי׳איש, איך פלעג זיין א ליבעראל, היינט קאנסידער איך זיך א קאנסערוועטיוו.
עקס-ארויני, איך פאשע אין פרעמדע פעלדער ווייל אין מיין עקספיריענס מאכט זיך אז יענעמס גראז איז גרינער, און אפילו אויב איך גיי נישט טרעפן יענע גראז וועל איך זיכן מיט האפענונג.
Sent from my iPhone using Tapatalk
אויפגעוואקסען אין וויליאמסבורג געלערענט אין סאטמאר-זאלי יעצו חתונה געהאט אין באקומען עקסעס איך האב געליינט אביסל די ארטיקלען און זייער הנאה געהאט און באשלאסן צו ווערן א חלק איך בין אלע יארן געווען א קינד אין די סיסטעם נישט קיין אויפגעקלערטע אין איך האף איך וועל הנאה האבן דא
א גיטן. איך האב נישט אסאך וואס צו זאגן צו מאכן א 'פענסי' הקדמה, דעריבער וועל איך גיין גלייך צו תכלית. עס האט שוין געוועהן כמעט פינף יאר זייט איך האב פארלאזט די באבוב'ע (אדער קאטשין'ע - עס ווענט זיך אויף וועלכע קרייז איר זענט א חלק פון) חסידות. עס איז גאנץ א לאנגע מעשה צו דארציילן אלעס וואט האט פארסירט, אבער בקיצור, איך האב געגאנגען פון א חסידישע חדר צו א 'היימישע' ישיבה קטנה (וואו זיי האבן געהאט קלאסען פאר די 'נאוי יארק ריגינטס'), און פון דארט נאך בערך צוויי א האלב יאר האב איך געגאנגען צו א מעדערנע ישיבה. און באלד וועל איך גיין צו די 'Macaulay האנערס פרויגראמע' אין סיטי קאלעגע צו לערנען פיזיק אָדער אינזשעניריע. אלעס גייט זייער גוט, איך האב זייער א נאנטער קשר מיט מיין משפחה (עלטערן און געשוויסטער - וואס האבן צוזאמען דעם טויש געמאכט. ליידי די קשר איז נישט די בעסטע מיט די זיידעס, מימעס און פעטערס... אבער דאס שאט נישט אויף אינז. עס איז וואס ס'איז), און עס זעהט אויס אז איך האב א לעכטיגע וועג פאר מיין 'פיואטאר'. אבער, מיט דעם אלאמן, עס איז דא איין זאך וואס פעלט. אזוי ווי איר קענען זעכער זעהן, מיין אידיש איז בכלל נישט אויף די מדריגה וואס עסט דארפט צו זיין, און עס איז נישט די זעלבע ווי עס האט געוועהן ווען איך האב נאך געוועהן א חלק פון די חסיד'שע קהילה. און דאס מאכט מיר גאר טרויעדיג, ווייל איך בין זייער שטאלץ פון מיין אידיש, און אז איך בין 'ביילינגיואל', און פארגעסען מיין ערשטע שפרייך, אזא הערליכע שפרייך... דאס פשוט קען איך נישט לאזן געשעהן פאר מיר. אויך, יעצט אז איך שרייב שוין א ביסל ברבים, וועל איך אייך לאזן וויסן עפעס וואס איז גאר וואכטיג פאר מיר. איך בין זיכער אז עס איז דא פאר לייט אין די חשוב'ע עולם וואס זענען באקאנט מיט די אפליקציה Duolingo. עס איז אן אפליקציה וואס האט אסאך שפרייכען וואס מען קען זיך אליינס, גרינגערהייט, אויס לערנען - אויף בחינום. אבער, כאטש עס האט רוב פון די הויפט שפרייכן, קיין אידיש האט עס ליידע נישט געהאט. ביז א חבר האט מיר געוויזן אויף די אינטערנעט אז עס איז דא א קביצה פון חברה וואס ארבעטן אויף דעם... און צי קענען ארבעטען אויף דעם מען נישט האבן קיין סאך. מען דארף קענען פארשטיין און שרייבן אויף א קלארע אידיש. איך האב שוין געשיקט מיין אפליקציה צו משטתף זיין. אבער אפילו אויב זיי לאזן מיר העלפן מיט דעם, איך בין זיכער אז עס איז דא א סאך מענטשן פון די חשובע עולם וואס וועלן האבן א חשק זיך צו מצטרף זיין און זענען א סאך מער קוואלאפייד פאר דעם פעילה ווי מיר.
איך האב מחליט געווען זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל ווייל איך האב זאכן וואס מקען נישט רעדן אין בית המדרש וועגן טערראר קרוב צו 30 יאר סעילס מאן גוטע שפראך צו מענטשן איך האב ליב צו הערן אנדערע מיינוגען און אליינס מחליט זיין וואס איז אמת
איך לייען שוין א לאנגע צייט קאווע שטיבל איך גלייך דעם פורום אין פין מאל צי מאל וויל איך אריינשרייבען מיין מיינונג האב איך געפילט אז איך מוז מיר שוין רעגיסטרירן אז איך זאל אויך האבן א דיעה וכדומה
איך האב באשלאסען צו JOIN ווייל עס קוקט מיר אויס צו זיין אינטרעסאנט. איך בין 23 איך ווין אין בארא פארק אין איך ארבעט אין א אפיס. איך בין נישט קיין ספעציעלע חסיד איך בין נאטראל ווי מען רופט עס.
איינער האט מיר געשיקט די וועקער האב איך געוואלט זעהן וואס די וועבסייט איז און עס איז מיר געפאלן.
איך זעה מען שרייבט דא זאכען וואס עס געפעלט מיר
א שטייגער פון ווי יום טוב ערליך ניגונים קומען און נאך
וואס איז דאס קאווע שטיבעל?
ווער זענען די טרינקערס?
איז דאס כשר מעג מען על פי חסידות?
על פי מענשהייט זיך דרייען אדער מען גייט אריין אין די כלל פון אינה מן הישוב???
איז מען כשר לעדות אז מען טרינקט די קאווע ווער האט דאס מברר געוועהן
איך וויל זעהן מער free speech אין אונזער סאסייעטי, די ערשטע סטעפ איז צו joinen ״קאווע שטיבל״ יעדער איז unique אויב וועט מען געבן ״רעכט״ יעדן איינעם ארויסצוקומען פון זיין באקס וועלן מיר אויסזעהן בעסער, אזוי מיין איך, יעדער זאל זיין free צו לאזן הערן זיין מיינונג
משה גימפלוואס איז דאס קאווע שטיבעל?
ווער זענען די טרינקערס?
איז דאס כשר מעג מען על פי חסידות?
על פי מענשהייט זיך דרייען אדער מען גייט אריין אין די כלל פון אינה מן הישוב???
איז מען כשר לעדות אז מען טרינקט די קאווע ווער האט דאס מברר געוועהן
ביינונז איין אמעריקע ווייסט מען אז everyone is innocent untill proven guilty, אדרבה, געב ארויס א בירור להלכה וואס די פראבלעם מיט קאווע שטיבל איז, און מ'עמער זען צי דו רעדסט דברים של טעם.
א יונגערמאן וואס גלייכט צי ליינען חסידישע פוליטיק אין יידישע היסטוריה איךבאלאנג צי סאטמאר בערך פערציג יאר אלט מענטשען גלייכן מיך צי הערן זינגען אין דאווענען מיין ציל איז צי לעבען אין לאזען א צווייטען אויך
איך בין א קליינער פשוטער איד'ל, אבער גלייכט היסטאריע און פרובירט צו נוצן דעם זעלבסשטענדיגן שכל וואס דער אלמעכטיגער גאט האט געשאנקען פאר אלע זיינע באשעפענישן און ספעציעל פארן מין האנושי.
קאווע שטיבל דאס איז דער פלאץ צו וועלכע איך שטרעב שוין א לאנגע צייט זיך אנצושליסן, און אצינד איז געקומען די ריכטיגע צייט בס"ד.
א גוטן מיינע ליבע פריינט
איך קום דא אלס נייע מעמבער היינט
אזוי ווי איך בין אינעמ שטיבל א גאסט
זייטס מוחל און נעמטס מיר אויף ווי עס פאסט
דער אייבישטער זאל אייך באגליקן
און אלע גוטע ברכות שיקן
פאר אלע נייע צוגעקומענע ניקס וויל איך אויסרעדען אז עס איז נישט דא קיין באהאלטענע גליקען אין שטיבעל. פון זיך אריין שרייבען האט מען איין מעלה, אז מ׳קען שרייבען און צולייגען צום שמועס. אחוץ דעם האט עס נישט קיין שום פשט זיך אריינצושרייבען.
גארטעלט׳ס ענק אונטער און שרייב א מיינונג, א דערהער, א חידוש, א קשיא, א פירכא, א וויץ, אדער סיי עפעס. לעב אונז אויף און דערמיט וועסטו אויך לעבען.
אני פלוני בן פלוני בן בנו של פלוני נכד של פלוני, גם אבי נכד של פלוני, והוא פלוני בן פלוני בן פלוני, שגם הוא פלוני בן פלוני מתייחס לפלוני בן פלוני ונכד של פלוני הגדול
האסט פארגעסן צו שרייבן אז דו ביסט אויפגעוואקסן ביים פלוין פון ממרא
כ'בין פינף און דרייסיג יאר פון ברוקלין ניו יארק, א פלאמפייערדיגער חסידישער איד וואס פארדאמט יעדער וואס גייט נישט אין מיין שפאן. אבער נישט געזארגט איך פלאן בעיקר צו ליינען, אז ס'וועט וויכטיג אויספעלן וועל איך זיך לאזן הערן
איך בין א ייד וואס האט ליב פארברענגן מיט יידן. איך האב ליב פאליטיק, היימישע און אלגעמיינע, נייעס, מוזיק, פאעזיע און נאך פון די שמועסן וואס קומען דא פאר. איך וויל ווערן א חבר צו קענען אנטייל נעמען און נישט נאר לייענען.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מודה בטפלכ'בין פינף און דרייסיג יאר פון ברוקלין ניו יארק, א פלאמפייערדיגער חסידישער איד וואס פארדאמט יעדער וואס גייט נישט אין מיין שפאן. אבער נישט געזארגט איך פלאן בעיקר צו ליינען, אז ס'וועט וויכטיג אויספעלן וועל איך זיך לאזן הערן
קריעיטיוו ניק.
אבער זייט וויסן אז פון א מודה בטפל ביז א כופר בעיקר איז א קאצן שפרינג.
חסיד פון ליטא: עין שעילעה. איהר געיט א שטריימל שבת ויו"ט. איהר לערנט און פארענטפערט ר' חיים'ס. מיט וואס טוטצאך אויסדרוקן אייער ליטווישקעיט. למשל, אן אונגערישער עסט קאטשאניו, ראפאגאש בארכעס און קאקא אוש קעיק. און זיין ווייב האט באשטעלט א טשיללאר אין דיינינג רום. א גאליציאנער עסט א שטיקל טרוקן ברויט וואס איז 3 טאג אלט מיט א ציבעלע. און ר'איז העפי אז ס'האט איהם נאר געקאסט 50 סענט...!
איך האב זייער ליב טשאקלעד קוקיס, ממש איך וואלט עס געגעסן טאג און נאכט און ביינאכט נאך מער.
לעמאן קוקיס איז נישט צו מיינע גוימען, אבער נישקשה.
ווידער האני קוקיס איז גוט מיט א גלעזל מילך אבער קאווע וועט עס רונען אינעם טעם.
איך בין דער שרייבער פון די ארטיקל אויף ר' שמואל ווידער ע"ה אין דער וועקער ניסן תשע"ח. איך בין שטארק צופרידן אז כ'האב געהאט די געלעגנהייט צו באשרייבן דעם נפטר ע"ה אויף די שפאלטנס פון די פרעסטישפולע וועקער מאגאזין, און איך וויל הערן די הערות והארות פון דעם ציבור אויף מיין ארטיקל. איך ענדיג דא צו מיט א בקשה מען זאל מיר ארייננעמען כאטש איך בין נאכנישט אנגעקומען צו די גענויטיגטע פערציג ווערטער.
סאמועלאיך בין דער שרייבער פון די ארטיקל אויף ר' שמואל ווידער ע"ה אין דער וועקער ניסן תשע"ח. איך בין שטארק צופרידן אז כ'האב געהאט די געלעגנהייט צו באשרייבן דעם נפטר ע"ה אויף די שפאלטנס פון די פרעסטישפולע וועקער מאגאזין, און איך וויל הערן די הערות והארות פון דעם ציבור אויף מיין ארטיקל. איך ענדיג דא צו מיט א בקשה מען זאל מיר ארייננעמען כאטש איך בין נאכנישט אנגעקומען צו די גענויטיגטע פערציג ווערטער.
יעך האב געציילט 73 ווערטער
אבער שוין...
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
berlbalagulehחסיד פון ליטא: עין שעילעה. איהר געיט א שטריימל שבת ויו"ט. איהר לערנט און פארענטפערט ר' חיים'ס. מיט וואס טוטצאך אויסדרוקן אייער ליטווישקעיט. למשל, אן אונגערישער עסט קאטשאניו, ראפאגאש בארכעס און קאקא אוש קעיק. און זיין ווייב האט באשטעלט א טשיללאר אין דיינינג רום. א גאליציאנער עסט א שטיקל טרוקן ברויט וואס איז 3 טאג אלט מיט א ציבעלע. און ר'איז העפי אז ס'האט איהם נאר געקאסט 50 סענט...!
איך פארענטפער שווערע שבחי בעש"ט'ס.
איך עס חסידישע עסנווארג איינגעטינקן אינעם ליטווישן זויערקייט.
נאכ'ן אפהאלטן אן אינטערוויו מיט הרב מאיר שיללער פאר'ן וועקער פארשטיי איך אז ס'איז וויכטיג צו געבן א פלאטפארם פאר די ליינער וואו צו שרייבן הערות והארות אויפ'ן אינטערוויו. אלזא באגריס איך דעם קאווע שטיבל אלס א אידישער פאלקסמאן, איך וועל בלי נדר עפענען אן אשכול איבער דער טעמע פונעם אינטערוויו און פון דארט און ווייטער וועט זיך שוין פירן ווי ס'איז.
איך בין א חסידישע ייד [גליציאנער אין שורש] וואס וואוינט היינט צים טאג אין ארץ הקדושה ארץ ישראל.
אזוי וי פארט מיין באקגראונד איז אין אמריקע, פעלט מיר אויס אביסל "אנשים כערכי" אין מיין געזעלשאפט, צו שמיעסן גישמאק אריבער פירן גידאנקען, הערן פארשידינע דעות אין סברות, מיט דעם אלטן יידישן טעם, לויט וי איך האב פארשטאנען איז דא דער ריכטיגע פלאץ צי דער צי, דהיינו פיינע אויף געקלערטע מענשטשן בראוד מיינדעד פערסאנס, א.א.וו.
איך בין א חסיד אבער האב ליב צוזעהן וואס סטון זיך אוף די אנדערע זייט...Like news Jewish articles and discussions
אידישע ארטיקלעןאון צימעס לעבט אויף דעם כלל ישראל
פשוט ווייל עס איז א גיטע פלאטץ זיך אויסצליפטערען, לכתחלה געהער נישט צי קיין איין חסידות אין בדיעבד בין איך א סקולענע חסיד איך בין אלט 28, איך בין זייער א גראדע מענטש אלעס דארף ביי מיר מאכן סענס אין אויב נישט דארף איך עס ארויסזאגן.
שוין לאנג געהערט / געזעהן פון קאווע שטיבל אבער לעצטענס האב איך מיר שוין צופיל אנגעהאנקעט מיט זיי האב איך מחליט געווען צו ווערן א געהעריגע מעמעבער כהאף כהעל הנאה האבן איך בין 25 יאר אלט א סאטמארע חסיד פון קינדווייז אן איך האב ליב דעם אייבירשטען און טריי אים צו פאלגן מיט אלעס
שלום עליכם טייערע חברים!
אצינדער טוה איך אייך דזשוינען בכדאי עס זאל נישט ח״ו זיין א קלער פון א פארלעצונג פון די ׳פרידאם אוו ספיעטש׳ געזעץ, כידוע ווען טראמפ ירום הודו האט נישט געוואלט צולאזן מאנכע אריינצורעדן אין זיין קאנטע... וואס האט פאסירט...!
איך בין אין די דרייסיגער יארן, איך האב פון מאל צומאל געוויסע רעיונות, השקפה בליצן, מיינונגען וואס איך וואלט ׳זייער׳ הנאה געהאט ווען איך קען דאס ווען מיטטיילן מיט אנדערע... דא האף איך וועט דאס זיין א געלעגהייט.. און בעז״ה וועט דאס זיין ״זה נהנה.. וזה נהנה..״
פון פאך אויס בין איך (כשמו כן הוא..) א ׳גרעפיקער׳ מיט יארן עקספעריענס און איך ׳גלייך׳ וואס איך טוה.
...אויף צום ווידער-זען בקרוב אי״ה, דערווייל ׳ענדזשוי!׳
עברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. איך שרייב שוין אַ בלאָג אַרום פיפצן יאָר (לעצטנס היפּש ווייניקער) וווּ איך פלעג אַראָפּ לייגן את עניי ואת יגיע כפי. נאָר היות דער עולם האָט זיך היינט אַהער איבערגעקליבן איז דער צייט אַז אויך איך מיט מיין בידנע פּעקל זאָלן זיך אויך איבערקלייבן. נישט אינגאַנצן נאָר כמנהג הצדיקים בפּאַלם ספרינג, סאַראַטאָוגע, מיאַמי ודי בכל אתר ואתר.
קטלא קניאעברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. איך שרייב שוין אַ בלאָג אַרום פיפצן יאָר
שוין גארנישט קיין קטלא קניא!!!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קטלא קניאעברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. .
באמת? איך בין שוין אינגאנצן צומישט.
שוכט״ס
@קטלא קניאאפשר וואלט געווען כדאי עפעס א אויטענטיקאציע, אפשר א נאטיץ אויפן ארגינעלן בלאג אז דער נייער ניק אין קאווע שטיבעל זענט איר דאס טאקע (און פילייכט בחדא מחתא ארויסגעבן די אלטע ניק/ים אייערס)
שלום וברכה צו אלע קאווע שטיבל מיטגלידער. איך דריי זיך שוין דא א שטיק צייט. איך האב שטארק הנאה פונעם שטיבל. און איך וויל דשוינען די קלאוב. איך בין בערך דרייסיג יאר אלט, איך וואוין אין מאנסי.
איך זיך שוין לאנג א פלאץ זיך צו אויסגעבן און פארברענגען און די פרייע צייטן אביסעלע זיך צו אויסלופטערן און אנצופילן די קאפ און ב"ה דער אייבערשטער האט מיר לעצטנס צוגעשיקט א גוטער חבר וואס האט מיר געוויזן דעם סייט און ממש איך קען מיך נישט אפטשעפענען דערפין יעצט איז שוין די צייט זיך צו אריינסיינען מיין איך צו קענען געהעריג פארברענגען מיטן עולם
בן תורה אין אנטוורפן, כלי קודש, אוהב שלום ורודף שלום ונהנה מיגיע כפו
פראביר וויפיל איך קען מלמד זכות צי זיין אין כמעט אלע מצבים אין ווי ווייט מעגליך בעזהשי״ת
עס איז נישא אייביג אזוי פשוט אבער אז מען שטרענגט זיך אן העלפט דער אייבישטער
וחפץ ה׳ בידינו יצליח
איך בין אן לאניעריגע ליינער, וואס האט הערשט יעצט גענומען די קוראזש און צייט זיך איינצושרייבן צו קענען שרייבן, רעאגירן, קאמפלימענטן און ווי אויך קריטיקירן אויב קריטיש וויכטיג.
עס איז שוין צייט ארויסצוברענגען לאור עולם, מיין מיינונג, השקפה און מחשבה.
האפענטליך וועלן אלע הנאה האבן!