שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
i just like to read here its looks like a very interesting website sorry my Yiddish keybored dosnt work
now but please accept me as a member i think i could add some good stuff here
איך ליין שוין א שיינע פאר יאהר קאווע שטיבל, ס'איז א געוואלדיג פלאץ ווי מ'קען דורכשמועסן ענינים העומדים על הפרק אין די היימישע גאס.
איך האב כסדר הערות און רעיונות, אבער איך האב נאך קיינמאל נישט גענומען די מיה צו זיך רעגיסטרירן.
איך זיך צו מאכן א שינוי לטובה אין אונזער סיסייעטי, ס'ריקט זיך ב''ה אין געוויסע נושאים, אבער נאך נישט גענוג...
א גוטן טייערע חבירים,
איך האב שוין קונה געווען אסאך פונעם שטיבל, איך האף צו ווייטער ליינען און קלוגער ווערן פון נייע ווי פון אלטע. אמאל פיל איך אויך די געברויך צו ארויסגעבן מיינע מיינונגען און ידיעות, וועל איך פראבירן די בעסטע צוצוגעבן צום ווינקעל פון חכמה.
איך בין א רוהיגער אינגערמאן וואס האט ליב צו פארברענגען צייט מיט ליינען און שרייבן, די נושאים דא אין שטיבל איז זאפטיג און געשמאק און איך האב אינטערעסע צו ווערן א חלק פון די קהילה דא. איל קוק ארויס אויף א הייסע קאווע מיט א געשמאקע קופקע צו שמועסן.
איך בין א יונגערמאן וואס וואוינט אין עיר התורה וויליאמסבורג נאכן ליינען דער וועקער האב איך באשלאסן זיך איינצושרייבן דא און זעהן ווי איך קען צולייגן עפעס איך האב ליב די אפענקייט וואס הערשט דא איך האב ליב די שרייבערס און מען קען איינקויפן א וועלט מיט ידיעות דא תרתי משמע
א אינגערמאן, וועלכע איז א שטארקע ליינער פון קאווע שטיבל, און האט הנאה פון דעם קרעטשמע דא. איך האף צו זיין א ליינער קרעטשמער און צולייגן מיינע געדאנקן, חלומות, געפילן און ענק גיבן א פיינע משקה.
א יונגע גראפיק דעזיינער מיט א געפיל צו מוזיק פאליטיק (:
זיך ממש לעצטענס געלערענט גראפיק, באלאנגט צום ברייטבאקאנטע "סאטמארע" חסידות מהר"א אין די עיר ואם בישראל מאנסי ניו יארק יע"א.
אזוי ווי א יעדער איד כאפן מיר א באזוך (ווייניגסטן) דריי מאל און א שעה און קאווע שטיבל זיך צו דערכאפן מיט א שטיקל נייעס אדער פאליטיק, אדער צו טרעפן א חבר .. א גוטן .. מיט הצלחה !
ברוכים הבאים אלע נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
א פרייליכע איד, א אמתדיגע איד, א חסידישע איד, א דערהויבענע איד, א איד וואס האט ליב צו לערנען, א איד וואס האט ליב צו שמועסען, א איד וואס טוט אמאל אן עבירה, אבער א איד וואס טוט אויך תשובה
im working hard sometimes i need something different to look outside the box and i wanna be and it looks pretty interesting herer educated
אלס א זייטיגע צושויער און ליינער פאר עטליכע יאר איז ביי מיר קלאר געווארן אז קאווע שטיבל איז א רעפליקע פון ריכטיגע אביעקטיוויטעט און ווילן פאר וואהרהייט און גערעכטיקייט
אלזא צו וואס שטיין אין א זייט?
לאמיר אויך אנטייל נעמען אין דעם מאסיווער טויזנט יאריגער געיעג צום אמת
איך וויל העלפן פאר מענטשן וויסן אמיתתן של דברים ללא כחל ושרק. מסייע זיין פאר יעדער איינער. צו לייגען סיפורי צדיקים און אביסעלע היסטאריע. מיט דער גרעסטער צאל פון זיכוי הרבים און אריין געבן חיות ביי אידישע קינדער בעז"ה
i like very this webside
i like old yiddish and rabbish history
i like news
hatzlucha for you!!!!!
Thanks for you great webside
ברוכים הבאים אלע נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
.
.
איך ליין שוין א לאנגע צייט אבער זיך הערשט יעצט רריגיסטירט איך גלייך זייער די רואיגקייט ווא דא איז דא יעדיר קען זיך אויסדריקען ד'י געפילען
i love to read and write im very
i love to watch tv shows and learn new things in life and get experience
i wanna get out my feelings and talk to different peaple about different things and get femilier eith it
א גוטן! איך בין א סאטמארער יונגערמאן, א חסיד פין טראמפ. אביסל א נייגעריגער. מיט א שטיקל מיינונג אין אסאך ענינים אין א שטיקל געפיל צו שרייבן !
כהאב ליב צו עקספלאדירן פארישעדענע נושאים פארבארגענע וויסענשאפט איז מיין דראג פון די צייט וואס איך דריי זיך דא שפיר איך מיר די פלאץ צווישן די הויעכע קלאס פון אידינטום
איך בין נאך יונג, אין איך האב אין איך וויל זיך נאך לערנען אסאך!
איך האב ליעב צי דיסקאסירן א טעמא מיט אלע איינצילהייטן,פארשטייט זיך מיט אן איידעלע אויפן
איך האב ליעב היסטארי אין בפרט די חלקים וואס איז נישט באקאנט פאר רובא דרובא פינעם עולם.
איך האף הנאה צו האבן אין אנדערע זאלן הנאה האבן!
אינטערסירט זיך אין טיפזיניגע רעיונות פון אידישקייט לויט די הייליקע וועג פון בעש"ט ותלמידיו הק' אשר מפיהם אנו חיים בחושך הכפול ומכופל בגלות המר הזה.
קען פאר נעמען א וויכוח ענייני בלי לזלזל אין צדיקים פון אלע קרייזן!
ליינען און שרייבן איז מיין הנאה, לערנען פין אנדערע איז מיין שאיפה
וויסן זאלט איר אז די שטימקייט פון די פעדער קען מאכן הויכע קולות וואס הערט זיך שטערקער ווי די גרעסטע טראמפייטער
וואס מער מען ווייסט אלס מער קען מען אויס וועלן צו מאכן די ריכטיקע החלטה
הצלחה!
איך זעה דא כסדר גיטע ארטיקלען, איך וויל אייביג צו שרייבן וועט מען זעהן אויב איך טויג. איך געהער צי פאפע, איך האף אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן פון מיך.
איך קען נאר דערציילן איבער מיר די איינפאכע דעטאלן, אז איך וויל לייענען היימישע נייעס און אישוס, און דאס איז פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן איינגעשריבן אין קאווע שטיבל, און דאס האט געברענגט מיינע אינטערעסן.
הוי זנב לאריות ואל תהיה ראש לשועלים, מיר ווילען זיין א זנב צווישען קליגע מענשען
עס איז געקימען די צייט אז כלל ישראל זאל צריק גיין צו איר אלטע עטרה
דורך ארבעטן ציזאמען אלע וואס האבן א דעה משותפת , וועט מען דאס קענען דיגראכען
א תלמיד פון הוד כ"ק מרן שליט"א בעל המחבר (אויף העברעיש) "מה שאלוהים לא יכול". דער נושא פונעם ספר איז, אז גאט האט כוח נאר איבער פיזיקע, נישט איבער לאגיקע און מאטעמאטיקע, און ער קען נישט מאכען למשל אז 1+1=3.
מיר באגריסן דעם פרישן מנין פון נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
Jeanne_Manceאיך זעה דא כסדר גיטע ארטיקלען, איך וויל אייביג צו שרייבן וועט מען זעהן אויב איך טויג. איך געהער צי פאפע, איך האף אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן פון מיך.
דו געהערסט צו פאפא און דיין נאמען איז דשין מענס.....
לכאורה דארף שוין יעדע מאנטריאלער וויסן ווער די ביסט.......
פאליטיקאנט:לכאורה שטעלט זיך א קשיא. ווי קומט אזא גוי'אישער נאמען (פרענטש קענעדיען) צו אזא אידישע וועבסייט?! נאר דער תירוץ איז. אז ס'איז נישט דא אזא אידישע זאך ווי ..."דזשין מענס"...! ס'איז פונקט אזוי וי מען זאגט..."רחוב מאה שערים"...! דארט איז דא ת"ת'ס און בתי מדרשים. און אידישע הייזער.
אויף דעם קען איך זינגען (איך קען אבער נישט זינגען...לאל) דעם באקאנטן, אינספירירנדן לידל..."מיין שטעטעלע בעלז. דארט וואו כ'האב מיינע קינדער'שע יארן פארבראכט...זייט איהר אמאל געווען אין בעלז/דזשין מענס...אדער אין טאש, דזשין מענס...האט איהר געזעהן וואס ס'מיינט א אידישע גאס...!...!
שוין. מר. דזשין מענס. יהא בואך לברכה.. איך האב מורא אז אונז האבן שוין מזומן. ווייל מסתמא איז דער פאליטיקאנט איז אויך געווען אמאל אין דזשין מענס...!
איך בין א חסיד פון אלע צדיקים הקדושים והטהורים, בינם הרה"ק מוהר''ן זצ''ל, מליובאוויטש זצ''ל, מטאהש זצ''ל, סקולען, ויזניץ מונסי, ויבדל"ח פשעווארסק אמשינוב ויזשניץ לונדון לעלוב
כ'מיין סאיז שוין געקומען די צייט צו טון למעשה וואס כ'טראכט שוין יארן צו טון נאך יארן מיטהאלטן אלץ גאסט וויאזוי אידן טרינקען פיינע קאווע דא אין שטיבל, וויל איך אויך נהנה זיין....., אלע וויצן אידערזייט יעצט ביי די קאראנע (אנאימפלוימינט געלט) צייט איז דא גענוג צייט אפי' פאר פארשלעפטע קרענק זיך איינצושרייבן כ'האף אז נאך אידן וועלן הנאה האבן פון מיר אין די זעלבע אז איך זאל הנאה האבן פון יעדער בעזהשי"ת
just like to read here its looks like a very interesting website sorry my Yiddish writing is not so good but please accept me as a member i think i could add some good ideash
איך האב געליינט פשידענע באשרייבונגען וואס האט מיר אינטערסירט קום איך צום שורש אנצופילען מיין דלי
בע"ה האף איך צו קענען משתתף זיין אויך, מיר איז אויך א פארגקניגען צו דיסקוטירען אידיש מיט ערקלערטע
איך בין א טראלל פון סקאנדינעוויע מיטאלאגיע, איך וואוין אין א הייל ווייט אוועק פון סיי וועלכע מענטשליכע יישוב. פון אלץ קליין קינד האב איך אלץ געהערט און געוואוסט פון דעם סארט באשעפעניש וואס רופט זיך "מענטש" און לעצטנס האב איך באקומען א נייגער זיך מער צו באקענען מיט זיי. אז מ'וויל זיך באקענען מיט מענטשן איז דאך נישט מער ווי רעכט זיך ערשט צו באקענען מיט'ן עם הנבחר, און די וויליאמסבורגע אידן זענען דאך די מובחר שבמובחר, קאווע שטיבל איז דאך די סמעטענע פון די סמעטענע פון ווילימסבורג, איז פארשטייט זיך האב איך גלייך אויסגעוועלט זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל און שמועסן אביסל מיט'ן עולם דא איבער א גלעזל קאווע.
א גוטן.
כ׳בין א באזוּכער אין אלע ווינקלען פונעם שטיבּל, א שטארקער אינטערעסע אינעם פּאָליטישן עולם. קיין שריפטשטעלער קיינמאל געווען, העמער זעהן וואס די מארגענדיגער טאג וועט ברענגען.
ס׳איז א שטאַרק יאר, אין אלע וועלטען.
פון ישראל א תושב געווען און אצינדער אין חוץ לארץ זיך באזעצט, און געטראפן א יידישער זייטל ווי מ'קען לייענען גוטע זאכן.
איך בין א היימישער וואס וואוינט אין בארא פארק איז גאר נייגעריג און אלע ערליי שמיסען און ענינים וועגן דעם פארשרייב איך זיך צום קאווע שטיבל סאיז מיר גאר אינטרעסאנט צו הערין און וויסען וואס אנדערע היימישער אידן אין אונזער קרייזען מאכן פון די נייעס פון אונזער גאס און אויך ביי פרעמדע.
איך ליין דא אסאך, איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינען זאכן וואס אידן שרייבן דא, בפרט שיינע ידועות און וועלטליכע ענינים, אזוי אויך צומאל ווען איך וויל וויסן וואס גייט פאר ערגעץ, זעה איך אז קאווע שטיבל קען זיין די פלאץ ווי איך וועל הערן פון דעם מער.
צומאל ווען איך ליין עפעס וויל איך צושרייבן מיין ארימע מיינונג לגבי יענע נושא.
אגב איך פלאן נישט אסאך צו שרייבן.
געווען פארפרימט אין ישיבה און אויפגעקלערט און ישיבה גדולה
נאכן לערנען 1 זמן אין די ארוינישע כולל אין קרית יואל בין איך געגאנגען ארבעטן
עס זענען געווען וואס האבן עס באוואונדערט אבער בשיטה האלט איך אז דאס איז וואס פארלאנגט זיך פון רוב יונגעלייט צו טון
איך וויל פארברענגען דא צייט, ליינען נייעס, געוואויער ווערן נייע זאכן, בארוייכערן מיין וויסנשאפט, אויסהערן די דעות פון אנדערע און אויסשפרעכן מיינע מיינוגען. איך בין א מיטעלער גיי, אינגאנצן דורכשנילעך, און וויך האבן מיט וועם צו שמועסן.
מיר באגריסן דעם פרישן גרופע פון נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טעות
פאליטיקאנט: נאכאמזל ער/זי האט נישט געניצט אלע י"ג מידות (שהתורה נדרשת בהן).
[ציטאט אראפגענומען]
לוינט עס צו קויפן?
איך בין שוין נהנה יארן פון קאווע שטיבל אבער משום איזה סבה נאך נישט אויסגעומען זיך צו רעגיסטרירן.
די uniqueness פון ק"ש דארף איך נישט מאריך זיין. איך מיין אז דעס איז די איינציגסטע פלאטפראמע ווי מענטשן וואס באלאנגען אין אונזער society און קענען נישט אדער ווילן נישט ארויסגיין, קענען פירן געהעריגע אביעקטיווע געשפרעכן.
מיט די יארן האב איך אנגעהויבן פילן מער און מיר אפגעהאקט פון די געזעלשאפט, און כסדר געפילט ווי איך קען נישט רילעטיטן מיט די אלגעמיינע סיסטעם מהלך המחשבה. דאס האט מיר געפירט צו זיין מער און מער איזאלירט. איך האב געקענט זיין אין בהמ"ד ווי מענטשן קופקען מיט אלע היימישע נושאים, שיסן סברות אין סוגיות וועלכע זיי קענען ניטאמאל די נאמען פון די מסכתא.. און סאלווען פראבלעמען וועלכע וועלט סייענטיסטן מוטשען זיך שוין יארן, בחדא מחתא.
און איך שטיי ביי די זייט, און אין מיינע געדאנקען זופ איך פון א הייסע קאווע שטיבל קאפי, איך טראכט וואס וואלטן @אנאנים און @כוכב געזאגט, וואס וואלטן @בערל, @ליטוואק, @לעיקוואד און @מי אני געזאגט...
ס'איז געקומען צו א מצב וואס איך האב געשפירט א געברויך פאר קאנווערסעישן מיט געהעריגע human beings ווי איך זאל קענען עקספרעסן מיינע מיינונגען,
so hello everyone,
thanks for giving me the opportunity to acquire so much for the last few years, and now I hope to enjoy the platform as an active contributor.
א יוד מיט שטארקע שאיפות זיך צי פארבעסערן אין צי פארבעסערן אנדערע וואס ליינט אסאך קאווע שטיבל מיט דארשט
ספעצילירט זיך אין טעכנאלגיע אין העלפט אסאך יודן שלא על מנת לקבל פרת
hard to write yiddish on this computer will switch to taptalk and write in yiddish from there I"h more
,details soon
איך האב הערשט לעצטנס אנדעקט אט דעם אוצר און האב זייער הנאה פון די אפענקייטן פאזיטיוויקייט און געשמאקע אטמאספערע אויף דעם פארום, און איך פיל אז מיט'ן ווערן א חבר וועל איך קענען בארייכערן מיט מיינע פילע ידיעות און קענטעניסן צום הנאה פון אנדערע...