שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
berlbalagulehיעקב איש תםאיך האב באמת נישט שטארק אינטרעס אין שרייבין צי פיל פריוואט אינפארמאציה אויפן אינטרנעט, וועל איך נאר זאגען ראשי פרקים. איך בין אין קאללידש, איך שדאדיר פיזוקס אין מאטאמאטיקס. איך קום פון א חסידיש משפחה
יעקב איש תם: איר וואלט אויך געמעגט נעמען א קורס אין אידיש. שרייבן און גראמאטיק...!
ס'אנערקענט זיך אז ער איז מבני ארצינו הק' וואס האבן אן אייגנארטיגער וועג פון שרייבן יידיש. לעצטענס איז דא דארטן א שיינע מובמענט פון גיין אין קאלעדזש. (ער וועט לכאורה נישט אנקומען אזוי שנעל צו נעמען א קורס אין אידיש, זאל ער קודם קענען עברית על בריו, אבער שרייבן און גראמאטיק, האפנטליך אז יא). איא ר' יענקעל ?
[ציטאט אראפגענומען]
נעוואדע, זאגן זיי דעך איז ער פון די טאליבאנער/שמייסער'ס/שב"כ, איז ברויך ער ס"ה זיך ארום צו דרייען דא, אבער טאר דאך נישט מגיב זיין כדרכם בקודש
[ציטאט אראפגענומען]
וואסי טאקע פשט? האט איינער כאטשיק א שטיקל הסבר דערויף?
ער שרייבט און
שרייבט, נאר נישט ביי אונז.
ווער?
קאפקע דוירט שרייבט ער ווי א נארמאלע מענטש
דא איז ער אנגעקומען און גלייך גיעפענט א אשכול אראפרייסן סאטמאר וכו' זייער נישט שיין געשריבן די הנהלה האט עס גלייך פארמעקט והילד איננו
וויאזוי הייסט ער דארט?
איך בין א אינגערמאן אין די שפעטערע צוואנציגער יארן.
ווען איך בין געווען יונג האב איך נאר געקענט אידיש, אבער זינט איך דריי זיך אינעם עולם העשיה בין איך געווארן מער און מער איינגעדרייט מיטן ענגלישן שפראך. היינט רעד איך כמעט נאר ענגליש און אפי' מיינע מחשבות ווערן היינט געפירט אויף ענגליש.
ווען די גאנצע 'ווירטואלע' אינטערנעט וועלט איז גענצליך ענגליש אריינגערעכנט די אידישע אינהאלט, בין איך געווארן באגייסטערט פון קאווע שטיבל, ווען איך נעם דא אנטייל שפיר איך אזא סארט נאסטאלגיע וואס איך געפון היינט גאנץ זעלטן.
ווי איך זעה, איז נאך דא וואס צוצולייגן צו די הויפן שרייבער אויפן שטיבל
פרישע וואסער איז אייביג בעסער ווי שטייעדיגע אלטע וואסער
א בליק פון א פרישען וועב באניצער, וועלכער איז נאכנישט פארקרימט געווארן צו פיל, לוינט זיך אויסצוהערן
I am a bored man looking for some entertainment I hope this will provide me with some interesting and kosher entertainment I hope this is already 160 words if not ill have to continue writing this gibberish
פריש וואסערווי איך זעה, איז נאך דא וואס צוצולייגן צו די הויפן שרייבער אויפן שטיבל
פרישע וואסער איז אייביג בעסער ווי שטייעדיגע אלטע וואסער
א בליק פון א פרישען וועב באניצער, וועלכער איז נאכנישט פארקרימט געווארן צו פיל, לוינט זיך אויסצוהערן
גוט אבער שטעלט אייך נישט אפ מיט מאלן וואסער דא...קימט אריין מיט שיינע זאכן און זייט מהנא די עולם וועלכע ווארט שוין פאר אייך מיט אפענע ארעמעס.
כ'האף נאר אז מ'דארף נישט ווארטן ער זאל גיין שעפן די וואסער, נאר ער האט עס גרייט פון'ם קראן ( שטייצעך מיט א פילטער).
עס ווערען אדרוך גיטוהן אינטעסאנטע נוסים מיט א באלערנטע שפראך וואס מען קען האבען אסאך ניצען און אסאך עדזיקעישען, דער פלאן אויף להבא אפשר קען איך צוגעבן צום עולם פון מיין טראכטונג אויף מיין פארשטאנד מיט פרישע טעמעס און פרישה עצות
נוסים=נושאים.
פרישה עצות פעלט נישט אויס..
eager to shoe everyone the happiness of being Jewish
אשריך בעולם הזה, וטוב לך לעולם הבא..
strongly believe in it. will love to prove this here on the forum
אין לך אדם שאין לו שע"ה...
I cunt weight! I'm lawkeeng forward to be proofed hair on this forum.
לולתי הרבה.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
הוגהI cunt weight! I'm lawkeeng forward to be proofed hair on this forum.
מ'גייט פארשפארן פאר ניבול פה.
#נייע-גייסט
מען לאזט שוין נישט מאכן קיין טייפאוס דא?
it's all in good just.
ישראל קאפקעמען לאזט שוין נישט מאכן קיין טייפאוס דא?
ביזט גערעכט. איך פיל מיר שלעכט אז איך האב חוזק געמאכט דערפון. אבער דאס ארעגאנץ פון זיין שלום עליכם תגובה האט מיר מער וויי געטון. כ'האב געטראכט אז אפשר וועט דאס אביסל אפקילן זיין אש קודש.
איך האב שוין מערערע מאל באמערקט אז נושאים וואס איך האב אין זיי אן אינטערעס זענען ארום געשמיסט אין דער פורום. כאטש אידיש איז נישט דער שפראך וואס איך רעדט בדרך כלל, און כל שכן נישט וואס איך שרייב, עס איז מיר א פארגעניגען צו לעזען א ביסל אידיש טאג טעגליך איבערהויפט פון שרייבערס וואס לייגען צו קאפ צו שרייבען שיין.
מיר פילן פאר וויכטיג צו דערמאנען די עלטערע תושבים ניקס זאלן האלטן פאר די אויגן די פאלגענדע סעיף פון נייעם-מעמבער ווארט:
לב) סארקאזם
1) ווען עס קומט א נייער גאסט דארף מען אים אויפנעמען מיט כבוד. דאס מיינט אז מ'זאל נישט גלייך זיך נעמען צימבלען אדער מאכן סארקאסטישע וויצן, זיך נישט ווערטלען אז עס איז נאר א נייער ניק פון א תושב, און נישט מאכן קיין באמערקונגען וואס נאר די תושבים כאפן פון וואס מ'רעדט, אבער דער נייער גאסט שפירט פארלוירן נישט כאפנדיג וואס דא גייט פאר.
איך דריי מיך שוין אלץ גאסט דא אפאר חדשים און איך האב באשלאסן אז עס איז געקומען די צייט צו ווערן א חלק פון די חבריא הקדושה-א זעלטנהייט ווען מען האט אזויפיל בעלי כשרון מבקשי אמת אינטער איין דאך . איך האפ צו שטייגן דא ברוחניות ובגשמיות
איך בין א אינגערמאן אויפגעוואקסן אין דעם הייליגן שיטה פון ווער זאגט (אויף אלעס וואס אנדערע זאגן)און ווער עס איז נאר מסופק אין מיין שיטה איז אן אפיקורס (ואין לך סתירה גדולה מזו) און איך בין דורכגעגאנגען אלה גהנימ'ס ביז איך בין אנגעקומען אז דער אמת לא נמצא אלא בתוך לבו של אדם כשמחפשין אותו, און ווען איך געטראפן דעם מקום שמחתי שמחה גדולה אז איך בין נישט אליין
נאטירליךאיך בין א אינגערמאן אויפגעוואקסן אין דעם הייליגן שיטה פון ווער זאגט (אויף אלעס וואס אנדערע זאגן)און ווער עס איז נאר מסופק אין מיין שיטה איז אן אפיקורס (ואין לך סתירה גדולה מזו) און איך בין דורכגעגאנגען אלה גהנימ'ס ביז איך בין אנגעקומען אז דער אמת לא נמצא אלא בתוך לבו של אדם כשמחפשין אותו, און ווען איך געטראפן דעם מקום שמחתי שמחה גדולה אז איך בין נישא אליין
גאנץ נאטורליך
אפשר איז ער גאר דער סאטמאר-בארימטן נאטורליך פון היידפארק ז''ל.
וויפעל איז די שיער נישט צו קענען רעדן אדער געבן א מיינונג.....
כפלעג מיך שפירען ווי איינער זאגט מיך אריין א גוטער פסק נאכן זיך וואשן פאר המוציא אין כקען נישט ענפערן.
איך בין שמעי'
איך בין א חסידישע אינגערמאן מיט די גאנצע ניין יארדס, פון די קרוין אויף מיין שטריימעל ביז מיין שווארצע אקספורד עקקא בענדעל שיך.
איך וויל מיטטיילן מיט די וועלט מיין טעגליכע איבעלעבענישען פון א חסידישע אינגערמאן בעקבתא דמשיחא וואס אמפערט זיך צו באלאנסירען זיין לעבן אין די שמאלץ טאפ פון אונזער תחום שבת.
אונזער חסידישע/היימישע געזעלשאפט איז מורא'דיג קאמפליצירט און איך פרוביר צו פארשטיין מיין אייגענע פסיכילאגיע און די הלוך ילך פון אונזער סיסטעם.
איך האף צו שרייבען א טאג בוך פון מיינע אבזערוואציעס, צווייפעלנישען און מיטמאכענישען ווען איך פרוביר צו מיט פליסען מיט די שטרום.,
יישר כח, פאר די שיינע אויפנאמע!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
יב הלוי סאלאווייטשיקeager to shoe everyone the happiness of being Jewish
אשריך בעולם הזה, וטוב לך לעולם הבא..
strongly believe in it. will love to prove this here on the forum
שלום עליכם.!
יא... די בושת זענען גאנץ גרוסע....
מיין כבוד נו... אבל כבוד בית משפחת ׳סאלאווייטשיק׳ אין כבודם מחול...
ע״כ העלמיר פארציילן דברים כהויתן..
היות לעת עתה האב איך access
צי קאווע שטיבל נאר דורך די Tapatalk app,
האב איך געבעטן מיין חברותא בכולל אחצ״ה, זאל מיך ביטע
רעגיסטרירן אלץ א member,
ריפט ער מיך זאגן אז קאווע שטיבל פארלאנגט א opening message..
זאג איך אים נו.. שרייב עפעס וועגן, אז איך בין proud צי זיין א איד...(בבחינת ׳א יוד צי זיין איז טייער.. וגו׳)
האט ער געשרבן דאס אובן דערמאנטע post..
דאס אראגאנץ אינעם post איז טאקע נישט צים דערטראגן...
אין פארוואס ער האט זיך צירעדט בלשון העמים, פארשטיי איך בכלל נישט...
היולמ״ד
אז דאס איז בכלל נישט מיין מהות,
יאך בין מער אויף די לייכטערע זייט פין די מענטשהייט..
אין בכלל פלאן איך נישט ציפיל צי פארקופן דא אויף קאווע שטיבל..(לע״ע)
ואיתכם הסליחה...
י.ב. הלוי
Sent from my iPhone using Tapatalk
אז דיין חבר שרייבט דעם שלום עליכם פואסט מה אהני מנהלים מיט די תקנה?
קוקט מיר אויס אז די ביסט פון די משפחה פון רבי וועלוועל פון ירושלים? ריכטיג.
שטעלסט נישט פאר הרב מבאסטאן ז"ל.
Hello,
מה נאמר ומה נדבר.
ס'איז מיר נישט גרינג צי טייפען יודיש, חאטש דאס איז מאמע לשון, אבער וואס טיט מען נישט צי ווערען א מעמבער אין קאווע שטיבעל.
אלזו,
איך בין... ווער איך בין.
איך פלעיג אמאהל זיין א גלויביגע חסידישע יוד. היינט האב איך מער נישט מיין רעליגיע.
איך בין אבער נאך סטאק אין די לייפסטייל, מיט קינדער, רינדער אין אזןי ווייטער.
כ'האב אסאך צי זאגען...גאר אסאך.
אבער ווער איז אינטרעסירט צי הערען?
שוין. געניג פאר יעצט.
וועלעכע רעליגיע האסטו מער נישט די חסידישע אדער די אידישע?
איך האב שוין געהערט איבער דאס ווינקל אסאך! כ'האב מיר אבער קיינמאל נישט צאמגענומען און זיך רעגאסטרירט, כ'בין געווען א אפטע באזוכער דא, אבער אן א קאנטע.
יעצט האב איך איינגעזעהן סאיז שוין העכסט צייט......
אין קורצע שטריכען איז אזוי,
געבוירען בינעך אין קאנאדא, אין די ישיבות געלערענט אין שווייץ + ישראל, חתונה גיעהט קיין ניו יורק אין די לעצטע 12 יאר געמופט קיין לאס אנדשעלס, קרוב לארבעים, ליגט אין ביזנעס אין די פרייע צייט אויך כתבי המהר"ל,איזביצא,ר"י הוטנער, רא"א דעסלער, ר"י לייבאוויץ,אין פיאסאצנא.
א חסידישער טיפיקעל אינגערמאן, חלעש'ט אויף מוזיק אין שפילט גיט פידעל, גייט מיט א הויכען ביבער היט אבער די קינדער וואס לערנען אין די ישיבות אין ניו יורק טראגען שוין א קראך היט, מקושר צום אמשינאווער רבי אין מושפע פון הרב זמיר כהן, הרב מזרחי אין הרב פאנגער, כ'בין שטאלץ מיט מיין יידישקייט א אוהב חכמה בלי גבול אין האט ליב צו טראכטען, בעיקר אינדרויסען פון באקס.
ס'זענען דא אינטערעסאנטע נושאים ווי איך שפיר אז איך קען - אדער דארף גאר - אריינרעדן. שלום עליכם צו אלע חברים אינעם פארום. ווינטשט מיר א כתיבה וחתימה טובה.
ב"ה כהאב אסאך שוין געהערט פון קאווע שטיבל שוין יארן צוריק אין סאיז מיר נישט קיינמאל אויסגעקימען זיך אריין צו שרייבן אינם וועב זייטל. לעצטענס האטס זיך מיר אנגעכאפט אשטארקע תשוקה פאר אידיש שרייבן. אין איך מאך ב"ה אסאך פראגרעס. האט מיר א חבר ג'עצט שרייב זיך איין אין קאווע שטיבל דארט איז פיינע נייעס דארט וועסטו באקומען אסאך נאלעדש..
דעריבער וויל איך עס דשוינען....
נאכן ליינען און אדרוך ליינען אריטקלען און מיינונגען פון פון די ק״ש גמיינדע פאר איבער 2 יאר הנאה האבענדיג ידעה מיניט (אפילו שבת ויום טוב -פה-סח וכו׳) אן אריינרעדען נאר זיין א זייטיגע טרינקער האב איך גענימען די מי און זיך אריינשרייבן הנאה האבן און מהנה זיין ... הערטס און האטס הנאה - קרעדיט ובלכתך בדרך טעיפ קאמפאני
זה הביליג טייער יהי'.
שלום וברכה.
יצר טובב"ה כהאב אסאך שוין געהערט פון קאווע שטיבל שוין יארן צוריק אין סאיז מיר נישט קיינמאל אויסגעקימען זיך אריין צו שרייבן אינם וועב זייטל. לעצטענס האטס זיך מיר אנגעכאפט אשטארקע תשוקה פאר אידיש שרייבן. אין איך מאך ב"ה אסאך פראגרעס. האט מיר א חבר ג'עצט שרייב זיך איין אין קאווע שטיבל דארט איז פיינע נייעס דארט וועסטו באקומען אסאך נאלעדש..
דעריבער וויל איך עס דשוינען....
ותן בנו ותן בנו יצר יצר טוב...
שלום עליכם
ביליגנאכן ליינען און אדרוך ליינען אריטקלען און מיינונגען פון פון די ק״ש גמיינדע פאר איבער 2 יאר הנאה האבענדיג ידעה מיניט (אפילו שבת ויום טוב -מי מנוחות פה-סח וכו׳) אן אריינרעדען נאר זיין א זייטיגע טרינקער האב איך גענימען די מי און זיך אריינשרייבן הנאה האבן און מהנה זיין ... הערטס און האטס הנאה - קרעדיט ובלכתך בדרך טעיפ קאמפאני
מאכסט א קיגל דא, און איך וואלט פארדאמט דא דיין צוגלעכענען די מי מנוחות וועלכע מען קען נישטאמאל מיינען אז עס קימט פון קאווע שטיבל מיטן גאר אינהאלטס'רייכן פה-סח וועלכע איז געווען א סוקסעס אויף אן היסטארישע פארנעם, עניוועיס ווייס איך נישט צו עס איז ווערד צו זיך אפגעבן מיט די אלע ניקים וועלכע טראסקענען אריין דא ביים אויפסעטן די נייע פאון שוין מאכנדיג אן אקאונט אינאיינעם מיטן אינסטאלן אלע סאציאלע מידיא עפפס, קומט אריין דא אין לאזט אייך הערן אפט איך בין נאך אויך היבש ניי דא און איך זאג אייך עס איז א פיין מקום.
בעל מדותביליגנאכן ליינען און אדרוך ליינען אריטקלען און מיינונגען פון פון די ק״ש גמיינדע פאר איבער 2 יאר הנאה האבענדיג ידעה מיניט (אפילו שבת ויום טוב -מי מנוחות פה-סח וכו׳) אן אריינרעדען נאר זיין א זייטיגע טרינקער האב איך גענימען די מי און זיך אריינשרייבן הנאה האבן און מהנה זיין ... הערטס און האטס הנאה - קרעדיט ובלכתך בדרך טעיפ קאמפאני
מאכסט א קיגל דא, און איך וואלט פארדאמט דא דיין צוגלעכענען די מי מנוחות וועלכע מען קען נישטאמאל מיינען אז עס קימט פון קאווע שטיבל מיטן גאר אינהאלטס'רייכן פה-סח וועלכע איז געווען א סוקסעס אויף אן היסטארישע פארנעם, עניוועיס ווייס איך נישט צו עס איז ווערד צו זיך אפגעבן מיט די אלע ניקים וועלכע טראסקענען אריין דא ביים אויפסעטן די נייע פאון שוין מאכנדיג אן אקאונט אינאיינעם מיטן אינסטאלן אלע סאציאלע מידיא עפפס, קומט אריין דא אין לאזט אייך הערן אפט איך בין נאך אויך היבש ניי דא און איך זאג אייך עס איז א פיין מקום.
טעיתי !
אז דו קענסט מודה זיין אויף א טעות באלאנגסטו טאקע דא, יהא בואך לברכה.
איך האב א שטארקע אינטערעסע אין היסטאריע
און אין אבזערווירן נושאים
און ווי אויך דורך טוהן געוויסע אידישקייט ענינים
נאכן זעהן וויאזוי מען קען אדורך טוהן אלע ערליי שמוסן מיט א ראוגקייט און עהרליכקייט
און עס איז דא מיט וועם צו גיין צום טיש
איך האב ליב קאמפיוטער"ס אין אלע ערלי טעכנאלאגיע איך האף מיך אויס צו לערנען דא אסאך גוטע זאכען אין אויב די עולם קען נישט העלעך פריבערין צו העלפן מיט וואס איך בין specialized, אין איך האף מען וועט מיך שיין אויף נעמען,
Specialist
שטעטלעך , דערפלעך , געבן א בוסט פאר בלומענבורג , לעיקוואד , זשערסי סיטי , סטעטן איילענד , טשעסטער , קרית יואל , מאנסי , יעדער וועט עדות זאגן וווען מערעדט מיט א פרעמדען גוי פארשטייט ער נישט ווי די יודן האלטן עס אויס דא , נישט נאר די געלט חלק , די טראפיק , פארקינג , עניטינג , סאיז אזוי ארויס פון מענטשליכע באוועגונג צו וואינען דא , ברוחניות ובשגשמיות , פרעג עני וואן וואס האט אוועק געמופט לעצטענס , ער פארשטייט נישט וויאזוי ער האט געקענט וואינען אין אזא שטאט , די דאזיגע ראשי קהלה דערמאנען פון דער אלטער היים וואס פלעגען געוועלטיגן מיט בארבארישקייט אויפן ציבור , איך זיך נישט צו העצן קעגן רבנים , אבער רוב רעבילעך וואס גייען זיין די ביי די מיטונג , האבן די זעלבע פראבלעם ווי די ראשי קהלה , טאמער די עולם מופט, בלייבן זיי אן מענטשן , איך רעד פון די קליינע בתי מדרשים , נישט קיין קהלה'ס , אבער נאך אלע מעשות ווער סהאלט מיט , גייען פון אנגעהויבן יעצט שבועות ביז ראש השנה , אוועקמופן אפאר הונדערט משפחות פון ווילי קיין מאנרא /מאנסי