☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » דער נייער טעג (tag) סיסטעם אין קאווע שטיבל

דער נייער טעג (tag) סיסטעם אין קאווע שטיבל

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4167
בלאט: 1 2

Java » מיטוואך יוני 26, 2013 11:25 pm

· #128424
דער נייער טעג (tag) סיסטעם אין קאווע שטיבל
אז איינער רעדט צו אייך ווילט איר אוודאי וויסן דערוועגן, און איר ווילט האבן די מעגליכקייט צו רעאגירן. אז איר רעדט צו איינעם ווילט איר אז יענער זאל וויסן דערפון. און אפילו אויב איר דערמאנט א חבר בדרך אגב איז אויך שיין אז עס וואלט געווען אן אויטאמאטישער וועג אז יענער זאל וויסן דערפון. אויף דעם ארויף טוען מיר פארשטעלן דעם נייעם "טעגונג" סיסטעם וואס וועט אויטאמאטיש שיקן מעלדונגען פאר די חברים וואס זענען דערמאנט געווארן ביים נאמען.

כדי צו טעגן א חבר, דארפט איר נאר טאן איין זאך, סעלעקטן דעם נאמען, און דרוקן דעם קעסטעלע "tag", און דער קאוד זעצט זיך אריין כדבעיא. דער ניק וועט אויסקוקן אזוי:
@אנאנים


און נאכ'ן פאוסטן וועט עס אויסקוקן אזוי:
@אנאנים

דער וואס זיין נאמען איז דערמאנט געווארן וועט באקומען א מעלדונג דורך הודעה אישית אדער דורך אימעיל, לויט דעם באניצער'ס אויסוואל. צו טוישן די מעטאד וויאזוי מ'ווערט נאטפיצירט, אדער אויב איר ווילט בכלל נישט נאטפיצירט ווערן, גייט צום באניצער'ס קאנטראל פאנעל, וועלט אויס דעם "סיסטעם פרעפערענצן" טעב, און דרוקט אויף "רעדאגיר פאסטן סעטינגס". ביים אפציע "טעגס מעלדונגן מעטאד"‬ וועלט אויס די אפציע וואס איר ווילט.

מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן, און אויב איר האט סיי וואספארא פראגעס, אדער אויב איר זעט סיי וואספארא פראבלעמען מיט דעם נייעם סיסטעם, ביטע שרייבט עס דא אין דעם אשכול.

יידל » מיטוואך יוני 26, 2013 11:43 pm

· #128431
[ציטאט אראפגענומען]

@ סימבאל זו על שום מה? על שום שמררו אבותינו ב@ בטוויטר.

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 11:43 pm

· #128432
וואו! @java יו דע מען! אויב מעגליך וואלט גוט געווען אויב אנשטאט באקומען א אישית אדער א אימעיל, זאל מען קענען ביים הויפט בלאט דרוקן א לינק וואס זאל ווייזן אלע "טעגס", אדער "מענטשענ'ס".

א דאנק.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:20 am

· #128437
[ציטאט אראפגענומען]

איז דאס עפעס א תוצאה פון די אינטערנעט פראטעסטן און די TAG ארגיניזאציע? 😎

יואליש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:26 am

· #128440
Tit for tag

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:45 am

· #128448
@אנאנים, דו מיינסט אישי אדער אימעיל? אין אישי קען מען מאכן אזאנס?

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:53 am

· #128456
דערווייל כאפ איך נאכנישט די גדולה דערמיט. וואס איז די שמחה אז איינער האט געמענשאנט מיין נאמען אנשטאט מיך קוואוטן? פאר שמעקעדיג'ס אגענדע אז מען זאל נישט קוואוטן איז עס א אויפטו אפשר. (לבי אומר לי אז שמעקעדיג - איימסארי פארן נישט טעגן, איך בין אין "שנעלע הודעה" מאוד - שטייט אונטער דעם עסק...).

אגב, פארוואס פעלט אויס דער גאנצער פעין אין די נעק פון סעלעקטן און טעגן און דוקא אין א געהעריגע הודעה? זאל עס ארבעטן בלוז מיטן צולייגן דעם "@" אזויווי אויף טוויטער

ווען כ'האב צוערשט געזען דעם אשכול האב איך שוין געמיינט אז עס קומט א דורכברוך בעולם הפורומים. נעמליך, די מעגליכקייט פון טעגן אשכולות לויט זייער אינהאלט, אזוי ווי די נייעס זייטלעך טעגן זייערע נייעס ארטיקלען.

אברעמעל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:54 am

· #128457
ס'איז א פיינע אפציע, א דאנק אייך הנהלה.
איינער וויל מיר טעגן אלץ א טעסט?

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:55 am

· #128458
[ציטאט אראפגענומען]


@אנאנים!

Java » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:01 am

· #128460
@אברעמעל, מען קען זיך אליין אויך טעגן.

אברעמעל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:03 am

· #128462
דאס האב איך יעצט געוואלט טעסטן, שכוח פארן פעדערן.

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:05 am

· #128463
אז ראובן טעגט שמעון אין א אישי וואס ער שרייבט צו לוי, באקומט שמעון א הודעה אז ראובן האט אים געטעגט? אין אנדערע ווערטער מען קען שוין נישט דיסקאסן א דריטן ניק'ס אידענטיטעט אין אישי... #א געוואלדיגע מעלה.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:18 am

· #128466
דעת תורה
דערווייל כאפ איך נאכנישט די גדולה דערמיט. וואס איז די שמחה אז איינער האט געמענשאנט מיין נאמען אנשטאט מיך קוואוטן? פאר שמעקעדיג'ס אגענדע אז מען זאל נישט קוואוטן איז עס א אויפטו אפשר. (לבי אומר לי אז שמעקעדיג - איימסארי פארן נישט טעגן, איך בין אין "שנעלע הודעה" מאוד - שטייט אונטער דעם עסק...).

אגב, פארוואס פעלט אויס דער גאנצער פעין אין די נעק פון סעלעקטן און טעגן און דוקא אין א געהעריגע הודעה? זאל עס ארבעטן בלוז מיטן צולייגן דעם "@" אזויווי אויף טוויטער

ווען כ'האב צוערשט געזען דעם אשכול האב איך שוין געמיינט אז עס קומט א דורכברוך בעולם הפורומים. נעמליך, די מעגליכקייט פון טעגן אשכולות לויט זייער אינהאלט, אזוי ווי די נייעס זייטלעך טעגן זייערע נייעס ארטיקלען.

די מעלה איז אז אויב וויל איך אז @דעת תורה זאל וויסן אז כ'האב דיר דא געענטפערט אויף דיין שאלה, און זאלסט וויסן אהערצוקומען זען די תירוץ, קען איך דיר טעגן. אדער למשל אויב וויל איך אפגעבן א מזל טוב פאר לעיקוואד פאר זיין טויזענסטע לייק, אבער כ'ווייס אז ער טרעט אין דעם אשכול קיינמאל נישט אריין, וועל איך עם טעג'ן, און אזוי וועט ער באקומען א אישי אדער אימעיל, (חוץ אויב ער האט עס דיסעיבעלט) אז דער עולם רעדט פון\צו עם דארט און דארט.
דעת תורה
אז ראובן טעגט שמעון אין א אישי וואס ער שרייבט צו לוי, באקומט שמעון א הודעה אז ראובן האט אים געטעגט? אין אנדערע ווערטער מען קען שוין נישט דיסקאסן א דריטן ניק'ס אידענטיטעט אין אישי... #א געוואלדיגע מעלה.

ס'ארבעט נישט אין אישי.

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:25 am

· #128468
@געפילטע פיש

איך האב נישט באקומען קיין נאטיפיקאציע איצט אז דו האסט מיר געטעגט. דער סיסטעם ארבעט נאכנישט געהעריג?


אין אישי איז קלאר דא די טעג באטאן, כ'האב געטשעקט בעפאר'ן שרייבן דערוועגן. קען אבער זיין אז דער קאוד כאפט נישט דארט.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:30 am

· #128469
ביטע מיך נישט טעג"ן יעדעס מאל איר דערמאנט קאווע ללא שם לוויה.

ייש"כ מנהלים... זה לעומת זה, אינדערצייט וואס אנדערע tag'ן צו פארמאכען דעם אוצר האינטרנט, קומען ענק מיטן טעג"ן להגדיל שטיבלינו ולהאדירה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:52 am

· #128471
דעת תורה
לבי אומר לי אז שמעקעדיג - איימסארי פארן נישט טעגן, איך בין אין "שנעלע הודעה" מאוד - שטייט אונטער דעם עסק...).

וואס נאך זאגט ליבי?
איך הייב נאך נישט אן צו פארשטיין ווי אזוי דער טעג סיסטעם ארבעט. איך האב גארנישט איינגעלייגט דערמיט.
פשוט טו סעט דע רעקארד סטרעיט.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:09 am

· #128473
דעת תורה
@געפילטע פיש

איך האב נישט באקומען קיין נאטיפיקאציע איצט אז דו האסט מיר געטעגט. דער סיסטעם ארבעט נאכנישט געהעריג?
איך אויך נישט.
דעת תורה
אין אישי איז קלאר דא די טעג באטאן... ... דער קאוד כאפט נישט דארט.
אט אזוי

טעפל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:07 am

· #128485
שמעקעדיג
דעת תורה
לבי אומר לי אז שמעקעדיג - איימסארי פארן נישט טעגן, איך בין אין "שנעלע הודעה" מאוד - שטייט אונטער דעם עסק...).

וואס נאך זאגט ליבי?
איך הייב נאך נישט אן צו פארשטיין ווי אזוי דער טעג סיסטעם ארבעט. איך האב גארנישט איינגעלייגט דערמיט.
פשוט טו סעט דע רעקארד סטרעיט.

שוין כ'האב געטראכט אז כ'וועל פרעגען שמעקעדיג (איים סארי פאר נאט טעגינג 😉 ) וויאזוי דאס ארבעט אבער אז דו ווייסט אויך נישט מה יאמרו עזובי..

איך אויך » דאנערשטאג יוני 27, 2013 6:02 am

· #128491
שמעקעדיג

איך הייב נאך נישט אן צו פארשטיין ווי אזוי דער טעג סיסטעם ארבעט.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 27, 2013 8:34 am

· #128501
איך בין געווען אויף שבת אין @לעיקוואד האט מיר א @יידל אן @איש צדיק תמים מיט א הארץ פון @גאלד צוגעשטעלט א דירה @שמעקעדיג און @פרישער. ביי די שבת סעודה האט ער סערווירט @געפילטע פיש מיט א גלעזעלע @יין שרף, פרעג איך אים וואס ער טוט פאר פרנסה מ'דארף דאך @געלט אביסל פון די @בענדזשאמין פרענקלין ענטפערט ער אז ער איז @אנאנים. צופרי ווען ער האט מיר געמאכט א @פיינע קאווע האב איך אים געזאגט איך בין נישט דער גרויסער @קאווע טרינקער ענדערש א גלעזל @לעמאן דזשוס. ער האט א שטוב מיט קינדער איינער איז א גוטער @פידלער וואס איז @דולה ומשקה פון @מורינו הרב, א טיפער @דענקער מיט א @דעת תורה אויך מיר א @מאן דאמר א תלמיד פון ר' @יואליש זי"ע א @משגיח אין ישיבה.
סארי טו באדער כ'האב בלויז געוואלט פרובירן פאר מיר און אנדערע דעם נייעם סיסטעם.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:01 am

· #128504
פיין פראבירט, אבער קיין אימעיל האב איך ניקס באקומען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:09 am

· #128506
מאראנצןזאפט... ס'ארבעט..
גראדע אויך געקלערט צו מאכן אזא מעשה'לע און טעג"ן דעם עולם, אבער כיון שהגעתי ל @אנאנים.... ער fit עפעס נישט אריין אין ערגעץ...

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:12 am

· #128508
קאווע טרינקער
מאראנצןזאפט... ס'ארבעט..
גראדע אויך געקלערט צו מאכן אזא מעשה'לע און טעג"ן דעם עולם, אבער כיון שהגעתי ל @אנאנים.... ער fit עפעס נישט אריין אין ערגעץ...

האסטו אלעמען אפגעלאזט און נאר אים געטעגט.
כל חכמי הדור בכף אחת @אנאנים מכריע את כולם.
און איך האב שוין אויך יעצט יוצא געווען מיין חלק מיט אים 😂 .

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:13 am

· #128509
איך זעה בכלל נישט די אפציע ביי מיין סיסטעם פרעפערענצן קאנטראל פאנעל

טעפל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:51 am

· #128520
מאראנצען האסטיך געוואשען אהן א טעפל?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:55 am

· #128522
זר זהב
איך זעה בכלל נישט די אפציע ביי מיין סיסטעם פרעפערענצן קאנטראל פאנעל

גיי דא, די לעצטע מעניו אייטעם.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:57 am

· #128523
טעפל
מאראנצען האסטיך געוואשען אהן א טעפל?


עלתה בלבי און איך האב פארגעסן ערגעץ אינדערמיט.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:26 am

· #128550
ישר כח @Java און די גאנצע הנהלה, א געוואלדיגע אפציע!

נפתלי » דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:37 am

· #128554
יישר כח @דזשאווא (קאווע שטיבל פארשטייט אידיש?) פאר די נייע סיסטעם.

@נפתלי (אויספראבירן הייסט נישט אביוזן)

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:39 am

· #128555
טעסטינג 123

@זר זהב

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:41 am

· #128556
ס'ארבעט!! שוין ב"ה, יעצט וועט די טאג גיין נאך שנעלער... יש"כ אלע מנהלים אחראים גבאים שמשים סבלנים גומלי חסדים.

טעפל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:56 am

· #128562
לאמיך טרייען @טעפל.. וואס דארף יעצט געזשעהן??

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:19 pm

· #128595
היות איך האב עס ענדליך ב"ה געכאפט (נאך אלעם בינעך דאך א אונגארישער מיט שוואכע באטעריס אין מיין סארקאזם גאדזשעט) און איך זעה ווי אנדערע מוטשען זיך אויך, וועל איך עס מסביר זיין קלאר כקוצר דעת המשיג.

קודם כל, דאס ארבעט נאר ביי "רעאגיר", נישט ביי "שנעלע הודעה".
יעצט בשעת דו טייפסט א הודעה און דו דערמאנסט דעם נאמען פון א ניק, טו עס סעלעקטן און דרוק TAG אויבן.
📎 TAG.jpg

איך אויך » דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:02 pm

· #128610
שכויעך.

טעפל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:50 pm

· #128655
@שמעקעדיג'ס ארבייט?

גלות יוד » דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:55 pm

· #128656
לאמיך אויכט פרובירן@רויטע וואנצעס שלום עליכם

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:15 pm

· #128670
יא @טעפל, עס האט געארבעט!

לעמיל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:16 pm

· #128671
איינער קען ביטע טרייען אויף מיך?
יישר כח

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:17 pm

· #128672
@לעמיל סארי כאנישט צייט. בעט א צווייטן

סאשי פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:18 pm

· #128673

טעפל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:23 pm

· #128675
שמעקעדיג
יא טעפל, עס האט געארבעט!

אויב איר קענט פליז טריי עס אוי מיר כ'בין נייגעריג וויאזוי ס'זעהט אויס, שכוח.

לעמיל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:24 pm

· #128676
יישר כח @זר זהב און @סאשי פיש
עס ארבעט פיין
יישר כח פאר די הנהלה

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:31 pm

· #128677
כ'האב עס געטון מיטן פריערדיגע תגובה.

נאך איינמאל דו רעדסט צו מיר "איר" אנשטאט דו, בין איך דיר נישט מוחל בזה ובבא. (אקעי אפשר בבא יא)

לעמיל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:31 pm

· #128678
@טעפל עס ארבעט?

מ. גליקמאן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:32 pm

· #128679
וועלכע בבא?

איך אויך » דאנערשטאג יוני 27, 2013 6:10 pm

· #128689
לעמיל
איינער קען ביטע טרייען אויף מיך?
יישר כח

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2013 6:16 pm

· #128694
מ. גליקמאן
וועלכע בבא?

דעי:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/128303">viewtopic.php?p=128303#p128303</a><!-- l -->

איך אויך » דאנערשטאג יוני 27, 2013 6:18 pm

· #128695
שכויעך @אנאנים ניחמתנו.

גלות יוד » דאנערשטאג יוני 27, 2013 8:48 pm

· #128724
איך מיין אז מען דארף מאכן טעגס ראנגען אויכט און וואס נאך? אויכט צו קענען סירטשען א ניק מיט א טעג צו קענען גרינג טרעפן, איך ווייס אליינס נישט וואס איך שרייב, אבער עפעס אזא סארט געדאנק.

זר זהב » פרייטאג יוני 28, 2013 1:42 pm

· #128900
אפשר איז עס נישט גוט אנגעשטעלט ביי דיין סיסטעם פרעפערענצען
בלאט: 1 2