☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8859

אשכול אן א טיטל #8859

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8859
בלאט: 1 2

— » מיטוואך מאי 13, 2015 12:54 pm

· #274724

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קרעקער » מיטוואך מאי 13, 2015 1:17 pm

· #274729
איין זאך קען איך שוין פאר-אויס-זאגען
אז יעדער פון די 150 רבנים וואס גייען דארט זיין האבען א אויסגעצאלטע דירה, א אויסגעצאלטע שוהל, און אסאך פון זיי זיצען אויף ריעל עסטעיט פון מיליאנען
סוי זיי האבען כלל נישט קיין פראבלעם, סקראצט זיי אפילי נישט אז דערולם מיטשעט זיך, און דע רבנים וואס זענען לענדלארס גייען נישט אראפגיין מיט די רענט פאר זייערע טענענטס מיט קיין דאלער
סך הכל גייען זיי נאכען שינת צהרים כאפן א שפאציר צו א מיטינג און טועם זיין דארט פרישע ראגעלעך מיט סעלצער
א גוטן מועד

איך אויך » מיטוואך מאי 13, 2015 2:44 pm

· #274753
אנאנים ,וועלכע ניק האט יענס געשריבן?

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 13, 2015 3:17 pm

· #274760
די ערשטע שורה וואס די ציטירסט פאנגט זיך אן

די אסיפה גייט זיין מיט אסאך בילדער

גוט געזאגט

יעקב מענטש » מיטוואך מאי 13, 2015 3:36 pm

· #274764
איך האב נישט ארויס די ציהל פון די אסיפה ?

גייט מנחם גרשון פראקלאמירן אז ער גייט צושטעלן קעסקעיד פאר די זעלבע פרייז ווי מאנסי, מאנראו ? אוממעגליך!

ער גייט קאנווינסען רבנים נישט צו שטיצן קיין נייע שטעטל ? איך גלייב אז ס'איז נישט אין זייער יכולת עס אפצושטעלן, אויב קומט אפיר עפעס א רעאליסטישע פלאן וואס ווערט אקצעפטירט ביי די עזרת נשים,

האט ער מורא פון בלייבן לעקיש ? ער וועט זיך זיכער פרייען אויב דער עולם מאכט א ויסעו און ער קען פארקויפן זיין פראדזשעקט פאר ארטיסטן און פארדינען פי כמה,

וואס יא ?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 13, 2015 3:41 pm

· #274766
שמעון וואלף
די ערשטע שורה וואס די ציטירסט פאנגט זיך אן

די אסיפה גייט זיין מיט אסאך בילדער

גוט געזאגט

😂 👍

געוואלדיג » מיטוואך מאי 13, 2015 5:31 pm

· #274805
ווער רופט דאס ירושדלים דאמעריקא?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 13, 2015 7:02 pm

· #274850
אשור לא יושיענו על סוס לא נרכב ולא נאמר עוד.....
לאמיר זיך שוין אפלאזען פון ישועות פון מענטשען וואס האלטען נישט ביים לייגען א פינגער אין קאלט וואסער פאר א צווייטען. פרעג איין מענטש וואס האט געחתמ'ט קעגען פארקויפען דירות פאר ארטיסטען צו ער האט אין זיין לעבען בייגעשטאנען א 'נסיון' פון א מיליאן דאללאר.
דער ארויסמופען וועט נישט קומען פון עשקנים. נאר ווען אפאר מענטשען וואס כאפען אז פארקויפען דער הויז אין ברוקלין פאר 1.5 מיליון דאללאר און קויפען אין א נייעם שטאט פאר 300,000 איז א חשבון. יא, גייטס נישט קיין מאנסי און לעיקוואוד, דארט איז אויך איבערפול. גיי אין א נייעם שטאט, נעמטס אויף א רב אהן א פארטיי, און נעם זיך אליינס בויען מוסדות. וועסט קענען געפונען מלמדים נישט קיין רעבישע אייניקלאך און מחותנים, וואס טויגען צו מלמדות. וועסט קענען בויען א געזעלשאפט לויט דיין פארשטאנד נישט דער פארשטאנד פון איינער מיט אינטערעסען. וועסט קענען לעבען אויף ווייניגער געלט און נישט נאכלויפען יעדער נייע מאדע וואס עקזיסטירט. וועסט זען אז מ'קען לעבען אן א פיר-און-צוואנציג שעה קוגעל געשעפט און מ'דארף נישט אויסגעבען הונדרעט דאללאר א וואך אויף טשאקאלאד פאר שבת. א רב וועט קענען אליינס פיהרען זיין קאר און בלייבען דער זעלבע ת"ח, און זיין רבנות וועט באשטייען פון לערנען תורה און העלפען מענטשען, נישט פון באזוכען און וואיען אויף אינטערנעט פראבלעמען. דו וועסט קענען פאדערען פונ'ם מלמד זיך צו פיהערן ווי עס דארף צו זיין, נישט לעבען אונטער'ן דרוק פון די מאכטפולע מוסדות.
צוויי משפחות פון מיטעל-יעריגע טאטע'ס מיט צען פארהייראטע קינדער צווישען זיי וואס זענען גרייט אריינצוטאנצען, עפענען א ביזנעס און אונטערשרייבען די ערשטע הוצאות פונ'ם מוסדות און קהלה אינשטאלטען, מיט א ביסל שכל אוועקצושטעלען דער זאך אז עס זאל נישט ווערען קיין נכסי הפרט, און אביסל סייעתא דשמיא פון מענטשען וואס וועלען טוהן לשם שמים, לשם דער תועלת דערפון און נישט לטובת עצמם. ברענגטס א כולל פון יונגעלייט מיט זיך כדי זיי זאלען אויך קענען געניסען פון דער געוואלדיגע מעלה פון וואוינען אין א מקום ישוב הדעת און כדי זייער תורה זאל משפיע זיין אויפ'ן שטאט, און גיבט'ס פרנסה צו א נייער גרופע יונגעלייט וואס ס'פאדערט זיך פאר א שטאט.
דער בעסטע איז ווען מ'מאכט צוויי אויף איין מאל, כדי ס'זאל גלייך זיין דער קנאת סופרים תרבה און אז ס'זאל האבען אן אפקלאנג אז יעדער זאל עס קענען מאכען.
נאר איין זאך, דערווייטער זיך פון פארטיי וכמו שאמר ר' ירוחם לייואוויץ זצ"ל צו הרה אריה לייב גורביץ זצ"ל ראש ישיבת גייטסהעד איידער ער איז געפארען קיין ענגלאנד "היט זיך פון פארטיי, ווייל ווען מ'פאלט אריין אין פארטיי פליט אוועק גאנץ אידישקייט".

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 13, 2015 7:16 pm

· #274855
"The images you are seeing on television you are seeing over and over and over. And it's the same picture of some person walking out of some building with a vase. And you see it 20 times

-דאנעלד ראמספעלד אויף די מידיא באריכטן פון איראקער פלינדערייען פונעם באגדאד מוזועאם.

והנמשל מובן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 13, 2015 7:16 pm

· #274857
שריי נישט און פארזאמעל נישט. ס'וועט ארבעטען אזוי ווי אלע אנדערע צוזאמענקומענ'ס פון די לעצטער פאר יאר.
נעם דיין תגובה און שרייב עס איבער אן די שארפע לשונות, שרייב די ליסטע פון זאכען וואס מיר דארפען נישט, און נאך דעם וואס מ'דארף יא, נישט וועגען די געלט וואס די רבנים נעמען ביי אנדערע. און דרוק עס אויף א קלארער צעטעל און פארשפרייט די בתי מדרשים און מקוואות און געוועלבלעך פון וומסב"ג דערמיט. אוודאי וועלען אסאך זיך אויסדרוקען 'חוצפה, ליידיגייער'ס' וכדו', אבער ס'וועט גענוג ווירקען אז די טומול מאכער'ס וועלען כאפען בזיונות פון זיך. איינער וועט שטייען אין ביהמ"ד און זאגען ,למעשה האט דער שרייבער א פאוינט', אבער דאס איז נאר טאמער די קלוגע זאכען זענען נישט געמישט מיט זייטיגע קלאגעס אויף רבנים.

א איד » מיטוואך מאי 13, 2015 7:17 pm

· #274858
@אנאנים דו וואוינסט אין וויליאמסבורג? אז עס באדערט דיר די דירות קריזיס, עד כדי כך ארויס צו קומען אזוי שארף?
איך האלט פונקט ווי דיר, אבער מיר גייט עס אן אין לינקן טאש, איך האב זיך שוין ארויסגעריקט פון ווילי שוין לאנג, און זיך געקויפט א דירה און מאנסי, און געענדיגט.

---
רויטע האקט

----
נע די חברה לאזן נישט קומען צום ווארט
ליטוואק האקט

בעל מדות » מיטוואך מאי 13, 2015 7:52 pm

· #274866
רוב רובו פון די רבנים וואס זענען דארט האבן א אויסגעצאלטע דירה, א אויסגעצאלטע שוהל, און אסאך פון זיי זיצן אויף ריעל עסטעיט ווערד מיליאנען, זיי האבן צופיל געלט אריינגעלייגט אין זייער שוהל און מוסדות אויב האבן זיי דאס אויך, אז זיי זאלן שטיפן דעם עולם צו מופן.

זיי האבען כלל נישט קיין פראבלעם, עס קראצט זיי אפילו נישט אז דער עולם מיטשעט זיך, און די רבנים וואס זענען לענדלארד'ס גייען נישט אראפגיין מיט די רענט פאר זייערע טענענטס מיט קיין דאלער.

סך הכל גייען זיי נאכען שינת צהרים כאפן א שפאציר צו א מיטינג און טועם זיין דארט פרישע ראגעלעך מיט סעלצער...

קאך_לעפל » מיטוואך מאי 13, 2015 8:22 pm

· #274883
דער אסיפה קאסט בלויז א שמייכל.... אפשר מער...א געלעכטער זעהענדיג רעב אייזיק האראוויטץ קומט צו רייסן מיט די ווייסע שטרופ..........

יעדער ווייסט אז אין די יארן נ''ט און ס' האבן מאנכע מיט עגאיסטישע אינטערעסן אינטערגעהאקט דער כוח הנהגה, און דער כוח הרבנות אין די שטאט וויליאמסבורג.. און ווי לאנג דאס וועט נישט צוריק קומען....(אויב עס וועט אמאהל ציריק קומען) וועט קיין ארדענונג נישט הערשן אין שטאט..
די לענדלארס וועלן ווייטער בארויבען דער מיטל-קלאס און זיכער מאכן אז זיי קענן נישט אויסקומען מיטן חודש, אינדערצייט וואס זיי זעלבסט לעבן א שוואוילטאג, און אז דער ארימער טענענט וועט אונטערברעכן ווען אים דער רשע שלעפן אין קארט און עוויקטען מיט זיינע 9 קונדער ערב שבת נאך חצות... און דערנאך וועט ער זינגען ביי די סעודה קה אכסוף מיט א ברען... מי יאמר לו מה יעשה? רבנים? ער דארף בלויז נאר טיפן דעם אדמו''ר הבנש''ק שליט''א מיט א פופציגער ביי מכירות חמץ... און דער אדמר וועט איינעמען א פתח שין...

דער חולה נפש צימערקלאץ וועט ווייטער ארום לויפן מאכען פראטעסטען קעגען יעדעם וואס גייט נישט מיט שווארצע ברילן, און ציריסינע שלייקעס... מי יאמר לו מה יעשה? רבנים? זיי האבן דאס קדחת פאר אים

אז עס איז נישטא קיין הנהגה אדער א כוח הקהלה, עס ליידער איז אונטערגעברענגט געווארן...וועט כ''ק אדמו''ר מהפקר פעטרישקע והגלילות שליט''א, פירען די שטאט....און נישט פפא רב'ס זון מיט רעב אייזיק מ'פאפעראציע פלאזא...

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 13, 2015 10:50 pm

· #274928
בשעתו, האט דער בלאט באטיטולט די מורטל שול אלץ ארטיסטן שול, ארויסהייבענדיג דעם פונקט אז ער בויעט די שול כדי מ'זאל פארשווייגן דאס וואס ער פארדינגט דירות פאר זיי. ס'איז אבער נישט אינגאנצן אמת ווייל דאס זענען לאפטס וואס אידן וואלטן קיינמאל נישט געוואלט וואינען דארט.

איך הער אז מרז"ל איז געקומען צום אסיפה, זיך אפגעשטעלט ביים טיר און געמאכט א בואי בשלום. וואסי פשט?

משבק » מיטוואך מאי 13, 2015 10:56 pm

· #274931
קאך_לעפל
דער אסיפה קאסט בלויז א שמייכל.... אפשר מער...א געלעכטער זעהענדיג רעב אייזיק האראוויטץ קומט צו רייסן מיט די ווייסע שטרופ..........

יעדער ווייסט אז אין די יארן נ''ט און ס' האבן מאנכע מיט עגאיסטישע אינטערעסן אינטערגעהאקט דער כוח הנהגה, און דער כוח הרבנות אין די שטאט וויליאמסבורג.. און ווי לאנג דאס וועט נישט צוריק קומען....(אויב עס וועט אמאהל ציריק קומען) וועט קיין ארדענונג נישט הערשן אין שטאט..
די לענדלארס וועלן ווייטער בארויבען דער מיטל-קלאס און זיכער מאכן אז זיי קענן נישט אויסקומען מיטן חודש, אינדערצייט וואס זיי זעלבסט לעבן א שוואוילטאג, און אז דער ארימער טענענט וועט אונטערברעכן ווען אים דער רשע שלעפן אין קארט און עוויקטען מיט זיינע 9 קונדער ערב שבת נאך חצות... און דערנאך וועט ער זינגען ביי די סעודה קה אכסוף מיט א ברען... מי יאמר לו מה יעשה? רבנים? ער דארף בלויז נאר טיפן דעם אדמו''ר הבנש''ק שליט''א מיט א פופציגער ביי מכירות חמץ... און דער אדמר וועט איינעמען א פתח שין...

דער חולה נפש צימערקלאץ וועט ווייטער ארום לויפן מאכען פראטעסטען קעגען יעדעם וואס גייט נישט מיט שווארצע ברילן, און ציריסינע שלייקעס... מי יאמר לו מה יעשה? רבנים? זיי האבן דאס קדחת פאר אים

אז עס איז נישטא קיין הנהגה אדער א כוח הקהלה, עס ליידער איז אונטערגעברענגט געווארן...וועט כ''ק אדמו''ר מהפקר פעטרישקע והגלילות שליט''א, פירען די שטאט....און נישט פפא רב'ס זון מיט רעב אייזיק מ'פאפעראציע פלאזא...

שטארקע פוינט . דער הויפט שולדיגער אינעם יעצטיגן דירות קריזיס איז דאס אונטערברעכן דאס כוח הרבנות . און היסטאריע וועט מען טאקע צורוקוקן און זעהן קלאר אז בערך און די נט ס יארן האט זיך אנגעהויבן דער קריזיס

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 13, 2015 11:13 pm

· #274936
וואו, דער כח הרבנות איז פארשוועכט געווארען ווען רבנים האבען אויסגענוצט זייער רבנות אמט פאר אייגענער צרכים און געטרעטען אויף זייער ציבור. דאס האט פאראורזאכט אז אלע דזשוליקע'ס האבען זיך געגליסט רבנות פאסטענ'ס, ווייל פארוואס זאל יענער באקומען אלס.

petergrifin » מיטוואך מאי 13, 2015 11:15 pm

· #274939
משבק

שטארקע פוינט . דער הויפט שולדיגער אינעם יעצטיגן דירות קריזיס איז דאס אונטערברעכן דאס כוח הרבנות . און היסטאריע וועט מען טאקע צורוקוקן און זעהן קלאר אז בערך און די נט ס יארן האט זיך אנגעהויבן דער קריזיס

װען האט זיך אויף געהערט די שליסעל געלט נישט און די נט ס יארן?

משבק » מיטוואך מאי 13, 2015 11:27 pm

· #274941
צינד אן דיין סארקאסזם דיטעקטער

petergrifin » מיטוואך מאי 13, 2015 11:33 pm

· #274943
אופּס, איך בין מיד.

פלאוויוס » מיטוואך מאי 13, 2015 11:54 pm

· #274949
אנאנים, דיינע בילדער זענען אויסגעצייכנט! איינס ביי איינס.

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:06 am

· #274986
שמעון וואלף
.

איך הער אז מרז"ל איז געקומען צום אסיפה, זיך אפגעשטעלט ביים טיר און געמאכט א בואי בשלום. וואסי פשט?

ער האט געהערט אז מענדל טייטלבוים איז דארט האט ער געמאכט א ויברח...

הקטן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:41 am

· #275004
איך קען אידן און רבנים וואס געבן נישט קיין "דעם" פאר א צווייטען
איך קען אידן און רבנים וואס וועלן זיך צירייסען פאר א צווייטע איד און געבן אוועק שעות מיט שעות פאר א צווייטען
דערנאך איז דא אידן און רבנים וואס איך קען זיי נישט

פארוואס שרייב איך דאס? כדי איר זאלט וויסן און טראכטן

HotCoffee » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:57 am

· #275043
יעצט באקומען
📎 uploadfromtaptalk1431619024344.jpg

איך אויך » דאנערשטאג מאי 14, 2015 12:03 pm

· #275047
הקטן

דערנאך איז דא אידן און רבנים וואס איך קען זיי נישט
[/size]

עכט?

ברוך שאמר » דאנערשטאג מאי 14, 2015 12:05 pm

· #275050
התם ומתמם עם תמימים
שמעון וואלף
.

איך הער אז מרז"ל איז געקומען צום אסיפה, זיך אפגעשטעלט ביים טיר און געמאכט א בואי בשלום. וואסי פשט?

ער האט געהערט אז מענדל טייטלבוים איז דארט האט ער געמאכט א ויברח...

ברוך שאמר » דאנערשטאג מאי 14, 2015 12:06 pm

· #275051
התם ומתמם עם תמימים
שמעון וואלף
.

איך הער אז מרז"ל איז געקומען צום אסיפה, זיך אפגעשטעלט ביים טיר און געמאכט א בואי בשלום. וואסי פשט?

ער האט געהערט אז מענדל טייטלבוים איז דארט האט ער געמאכט א ויברח...
ער מיינט אז זיינע בחורים זענען סתם קיען

בר דעת » דאנערשטאג מאי 14, 2015 12:08 pm

· #275052
ליינט די איד איבער די אסיפה, גרויליג איז אן אונטערשאצונג

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 14, 2015 2:38 pm

· #275091
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים ,הלוואי וואלסטו געוועהן גערעכט אבער לענ״ד איז עס ליידער אפשר 10 פראצענט פונעם עולם וואס כאפט אז א גרופע עליט פון חרדים (לייען בנשקלעך) לעבן אין זייערע אויסגעצאלטע הייזער א שוויואלטאג אויפן חשבון פונעם נאַיווע ציבור און זיי שלאגן מיט דעם עולם כפרות , ס׳וועט נעמען אסאך צייט...

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 14, 2015 2:49 pm

· #275096
אין ראדני הערט זיך דברי ביזיון אויף הופּער און אויף הופּער הערט זיך דברי ביזיון אויף ראדני וחוזר חלילה יעדער בלייבט איינגערעדט אין זיין מנהיג און בארעדט זיין מנהיג׳ס ברודער/שוואגער/נעפיו....

ברוך שאמר » דאנערשטאג מאי 14, 2015 2:55 pm

· #275101
שמעון וואלף
די ערשטע שורה וואס די ציטירסט פאנגט זיך אן

די אסיפה גייט זיין מיט אסאך בילדער

גוט געזאגט

עס איז געווען א בליץ אסיפה

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:07 pm

· #275109
איך בין יעצט טאקע נייגעריק. דיין רשימה פון זאכען וואס מ'דארף נישט דרייט זיך אלס א פאשקעוויל אין די וומסב''ג שולען? אזוי ווי איך האב דיר געבעטען?
קען מען דען נוצען דער באוועגונג לטובה, אז ס'זאל נישט בלייבען ביים בלויז רעדעכץ און בזיונות פאר די רבנים, נאר מ'זאל זיך נעמען טראכטען צו דער זאך און זיך אויפהויבען פונ'ם געט''א?

יצמחפרקני » דאנערשטאג מאי 14, 2015 5:31 pm

· #275156
[ציטאט אראפגענומען]
📎 yid 2.JPG 📎 yid 1.JPG

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:04 pm

· #275161
איך פארשטיי נישט. איינער אין דער וועלט וואלט אויפגעגעבען מילאנער דאללארען וואס מ'קען פארדינען פון 'י ארטיסטען וועגען א צעטעל מיט אן אסיפה? מי פתי יסור הנה? נארמאל ווען מ'גיבט א מיליאן דאללאר פאר צדקה דארף מען א דינער מיט א טאוועל און א באזוך פון רבי'ן, יעצט טוט מען עס אומזיסט? וואס ליגט דא באמת?

HotCoffee » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:56 pm

· #275183
יצמחפרקני
[ציטאט אראפגענומען]

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס הייסט עס "היסטארישע"? אפשר וויל עס באלאנגט צו די אלטע היסטארי?

איך אויך » דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:40 pm

· #275195
שנעלערהייט זעה איך נישט די גרויליקייט פונעם איד דא.

גאנצל » דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:45 pm

· #275196
נישטא ווער ס'זאל לאכן
איך באמערק דא צווישן די שורות אין דער איד אז ר' אברהם בער האט אויפגעשטעלעט די דאמסי דירות מט זיין ברודער ר' דוד לייבוש "לטובת הציבור" בושה איכה ?

זעיט אויס די צבור אין וומ"ס באשטייט פון די צוויי יאקאבאוויטש ברודער .......... ווייל לטובת זיי איז עס זיכער

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:45 pm

· #275222
איינער דא קען לשון הקודש? די 8 חותמים זיכער נישט
הנה כבר כתבנו ושנינו ושלשנו בדבר החוב להרחיב גבולי עירינו ולהתקדם בשטחים מחוץ לגבולי עירינו לבנות לאנ"ש ומכש"כ במקום שכבר דרים אחב"י במציאות הקיים למכור ולהשכיר דירות אך ורק לאחב"י.

שרעקליך פארגרייזט, בפרט ווען איר טייטשט איבער אין אידיש
אט האמיר שוין געשריבן און געדאפעלט און געטריפעלט (קען איינער אפיר קראצען די פריערדיגע דריי קול קורא'ס בדבר החוב להרחיב גבולי עירינו??) וועגן די פליכט צו פארברייטערן די גרעניצען (רעדט צו די מעיאר ער זאל טוישען די נאמען פון בושוויק צו וויליאמסבורג) פון אונזער שטאט (אה, ס'דיין שטאט? סאו פארברייט די גרעניץ.. לאמיר זעהן וואס דו קענסט) צו בויען פאר אונזערע מענטשען (בקיצור עס ליגט א חוב אויף יעדעם צו בויען הייזער אין וויליאמסבורג) און פארשטייט זיך אין פלאץ וואס עס וואוינען שוין דארט אידישע ברידער אינעם איצטיגען פאקט (וואס?) צו פארקויפען און פארדינגען דירות בלויז נאר פאר אידישע ברידער.

ריכטיגע נוסח האט געזאלט זיין:
כבר פרסמנו בעבר קול קורא לאחב"י שיש להם בתים וקרקעות בתוך גבולי וויליאמסבורג ומחוצה לה מסביב, שלטובת הציבור, ימכרו וישכירו את בתיהם אך ורק לאחב"י.

HotCoffee » דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:56 pm

· #275227
קאווע טרינקער

וואס נאך ווילסטו זיי זאלן קענען?
ווי מער ווערטער געשריבן, אלץ גרעסער איז די "היסטארישער מצב"...

הוגה » דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:17 pm

· #275237
איז עס אויסגעהאלטן לעגאל אז א גאנצע קאמיוניטי זאל collude'ן נישט צו פארקויפן נאר פאר אידן? איז עס עטיש? איך פרעג. איין זאך איז זיכער בלי שום ספק, די מידיע גייט מאכן צימעס דערפון.

לעצם הענין איז דער גאנצע זאך א חוכא וטלולא. די סאלאשען איז נישט דאס און איז אויך נישט צו בויען נייע אידישע געגנטער, דאס איז גוט פאר א באנדאזש אבער עס היילט נישט אויס די מחלה. אבל מה נעשה אז קיינער פון די פירער און באטייליגער פון דער היסטארישע אסיפה ווייסט וואס מיינט thinking out of the box.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:41 pm

· #275247
נישט וועגען נישט קענען טראכטען. דו פארשטייסט נישט די אינטערעסען דא? יעדער רעבעלע האט אינוועסטירט אין זיין שטיבעל. אז דער עולם מופט אוועק, וואס וועט ער טוהן? איינער וועט איהם איינלאדען מיטצוקומען? די מוסדות האבען שווערע מיליונען אינוועסטירט דא. ברגע מ'טרעפט א ברירה, ליידיגט זיך אויס וומסב''ג פונקט ווי קראון הייטס, דער איסט סייד און בראונזוויל. ולא נודע כי באו אל קרבנה. מ'וועט ניטאמאל פארלירען געלט ביים אוועק מופען ווייל די ארטיסטען וועלען פאר אלס באצאלען. נאר מוסדות נישט ווייל זיי האבען נישט וואס צו טוהן דערמיט.

petergrifin » דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:52 pm

· #275249
הוגה
איז עס אויסגעהאלטן לעגאל אז א גאנצע קאמיוניטי זאל collude'ן נישט צו פארקויפן נאר פאר אידן? איז עס עטיש? איך פרעג. איין זאך איז זיכער בלי שום ספק, די מידיע גייט מאכן צימעס דערפון.

גארנישט ראנג צו פרובירן האלטן א געגנט אזוי װי עס איז. כסדר לאזן זיך די אײנװאוינער פון הארלעם, בושװיק, און אין די בראנקס הערן
אז די װײסע פארמעגליכע נעמען עס איבער און מען שטופט זײ ארויס. סײ שװארצע און היספאנישע, לאטינאס שרײען דערװעגן. נאר װאס
ס׳איז NYC אזוי איז אלעמאל געװען געגענטער טוישען זיך פרעג נאר די איטאליענער.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:07 pm

· #275252
פון וועלכע "ווינקל " רעדט ער אז מ'קען בויען 2000 דירות? מיינט ער סערטפייד לאמבער? און וואס שרייבן זיי וועגן ספענסער צווישן ווילאבי און דיקאלב, יענע גאס איז דאך שוין באוואינט מיט גוים, טא ווי וויל מען אז אידישע קינדער זאלן אהינגיין וואינען?

שמעון וואלף » זונטאג מאי 17, 2015 1:20 am

· #275701
כ'האב געהערט א ווארט דא און א ווארט דארט און זאכן הייבן אן צו מאכן סענס.

מנחם גרשון לעבאוויטש פראבירט צו העלפן אז ווי מער דירות זאלן זיין אוועילעבל אין וויליאמסבורג. ער ארבעט שוין א שטיק צייט אויף דעם און לעצטענס האט ער אפגעקויפט קעסקעיט ווי מ'גייט בויען עטליכע הונדרעט דירות. אמת, ער דערלייגט נישט קיין געלט מיט זיין פראזשעקט אבער ער וואלט געקענט טרעפן בעסערע אינוועסטמענטס ווי צו בויען קעסקעיט פאר אידן.

ער שפירט אבער אז זיין ארבעט קען גיין לטמיון טאמער אנדערע דעוועלאפערס וועלן בויען פאר גוים אין וויליאמסבורג. ספעציפיש האנדעלט זיך יעצט איבער די סערטפייד לאמבער לאט ווי מ'פלאנט צו בויען לוקזיריעסע דירות פאר גוים, און טאמער דאס גייט געשעהן וועלן אנדערע דאס גרינג נאכטון.

אשר על כן האט ער אנגעדרייט די אסיפה ווי ער האט געהאפט אז מ'וועט קענען לייגן דרוק אויף די וואס פלאנען צו בויען פאר גוים. ער האט נישט געוואלט אז מ'זאל עס אפטייטשן ווי א פאוער סטראגל צווישן אים און די ראש הקהל, האט ער דעריבער צאמגעריפן רבנים פון אלע קהילות צו ווייזן אז דאס איז עפעס וואס באדערט יעדן איינעם.

מרז"ל האט די לעצטע מינוט באשלאסן אז טאמער זיין ברודער איז נישט דארט און ער יא, וועט מען עס שלעכט אפטייטשן כאילו דאס איז א פערזענטליכע חשבון וואס ער האט מיט זיי און זיין אנוועזענהייט וועט זיין יצא שכרו בהפסדו.

למעשה, האט אברהם בער יאקאבאוויטש גערעדט מיט באק ציינער און פארגעהאלטן די רבנים וואס האבן א השפעה, פארוואס זיי טיען נישט מער עס אפצושטעלן. ער האט שטארק ארויסגעברענגט אז ווען ער האט געפלאנט צו בויען פאר גוים האט זיין רב גערעדט מיט גוטן און מיט בייזן על אף וואס ער איז געווען פון די גרויסע תומכים, און וויבאלט ער האט נישט געוואלט זיין אויסגעשפיגן פון זיין קהילה, האט ער זיך געבראכן. ער האט געזאגט אז א רב האט א גאר גרויסע כח אויף זיינע בעלי בתים, און מ'דארף טון מער.

דאס זענען ווערטער וואס מנחם גרשון האט עכט געוואלט זאגן אבער, כמובן, האט ער נישט געהאט די דרייסטקייט עס צו זאגן פאר זיין רב אין פנים.

איש את רעהו » זונטאג מאי 17, 2015 8:51 am

· #275765
ד.ה. אז די מהרא און רז''ל האבן דא געמאכט א יד אחת אקעגן איין איינציגע פראיעקט לטובת א חסיד פון מהרא? טאקע א חידוש און איז ווערד צו באגריסן
...
אפגעזען צו מען דארף יא אדער נישט פארשיקן דעם עולם פון וומס, איז איינמאל זיכער אז מאכן א גזירת גירוש צו פארטרייבן דעם ציבור דורך אריינברענגען יאפיס אין וומס איז זיכער נישט קיין גאנג
די רבנים און ראשי הקהל דארפן און זענען מחוייב אפצושטעלן אויף יעדע פרייז דאס פארטרייבן אידן פון א געגנט דורך אפאר געלטגייציגע אינוועסטירער וואס ווילן מאכן א לעבן אויפן חשבון פון אנדערע אידן.
....

דער בלאט האט אינגאנצען איגנארירט די אסיפה???
די שרייבער אין בלאט זענען נישט איינשטימיג מיט די הנהלת המוסדות ? ?

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 17, 2015 8:58 am

· #275768
איש את רעהו

די רבנים און ראשי הקהל דארפן און זענען מחוייב אפצושטעלן אויף יעדע פרייז דאס פארטרייבן אידן פון א געגנט דורך אפאר געלטגייציגע אינוועסטירער וואס ווילן מאכן א לעבן אויפן חשבון פון אנדערע אידן.

פארטרייבן?? חלילה! מ'דארף אויפוועקען דעם עולם באצייטענס צו פארקויפן זייער לעכל אין וויליאמסבורג פאר גוט געלט, און מיט דעם קויפן א פאלאץ אין אפסטעיט און חתונה מאכן די קינדער בדרך כבוד.

איש את רעהו » זונטאג מאי 17, 2015 9:02 am

· #275771
מען קען נישט יעדן הייסן אוועקגיין פון ווילי
אז איינער וויל אנעמען די אפפער פון פארקויפן אין ווילי און גיין קיין אפסטעיט אשרי לו
אבער צו גיין צווינגען יעדן צו פארלאזן זיין הויז איז נישט אחריותדיג

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 9:18 am

· #275773
איש את רעהו - וויפיל געלט האלטסט דו ביים דערלייגען פאר דיין שיטה? דו ביסט אמאל בייגעשטאנען אזא נסיון?

איש את רעהו » זונטאג מאי 17, 2015 9:34 am

· #275775
וויפיל געלט האסטו שוין דערלייגט אויף דיינע שיטות??
דאס איז א ליטפישע סברע אז מען מעג נאר זאגן שיטות און האלטן א דעה אויב מען האט שוין אמאל דערלייגט דערויף?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 9:44 am

· #275779
דו ווילסט טשעפען מיין אפשטאם, פיין. אבער דער זאך אליינס איז דאך נעריש. וואס ווילסטו פון די מענטשען? קיינער האלט נישט ביים דערלייגען געלט, וגם אתה בתוכם, און דער גאנצע באוועגונג איז, לדעתי, זינלאז.

איש את רעהו » זונטאג מאי 17, 2015 10:03 am

· #275784
ווער רעדט דא פון דערלייגן א פיאסטער??
עס גייט קיין איינער נישט דערלייגן געלט ווען אלע בנינים בלייבן באזעצט מיט אידישע איינוואוינער
בלאט: 1 2