מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
Re: מילתא דבדיחותא
פוילישע פעפער #
כהער זאגן אז די נטורי קרתא האבן באקומען א הודעה אז פון האנט און ווייטער טאר מען נישט מאכען הבדלה אויף ביעור
ווייל סאיז חמר מדינה...
כידוע: די נטורי קרתא קלאפן נישט ביי המן. זיי זענען דאך געפארן צו איהם פאר אן אוידיענץ. און זיי האבן זיך געקושט מיט איהם. וואו זאג איך נישט.
נאר זייער פוסק הדור ישראל דויד ווייס האט געפסקנ'ט אז מ'דארף קלאפן ביי "מדינה". א יעדעס מאל דאס ווארט מדינה ווערט דערמאנט אין די מגילה קלאפט מען.
Re: מילתא דבדיחותא
האסט אמאל פארבארגט פאר א בייקאנטער א צוואנציגער און פון דאן איז ער מער נישט צום טרעפן…?
זאלסטו כאטש וויסן צו מחשיב זיין ווי גיט דער צוואנציגער איז דיר געניצט געווארן….
Re: מילתא דבדיחותא
היום: נישט (ח"ו) קאליע צו מאכן דיין דזשאוק. נאר איך קען איינעם. א געוועזענער שכן מיינער. א גוי. א ביסל א צודרייטער .
ער האט ביי מיר "געבארגט" א צוואנציגער. א וואך שפעטער איז ער געקומען נאכאמאל און "שעמעוודיגערהייט" אט ער "געבארגט נאכאמאל א צוואנציגער. ער האט פרובירט א דריט מאל אויך "שעמעוודיגערהייט". נאר דאמאלס האב איך שוין געזאגט נישט שעמעוודיגערהייט אז איך האב נישט.
דער גוי (אן איטאליענער) איז געווען אזוי צודרייט אז ער האט זיך אפילו אנגעטון א קאפל מיט א טלית קטן. וואס ער האט פארשאפט פון ערגעץ (אפשר געגנב'עט.) ווייל ס'האט נישט אויסגעזעהן ניי.
מסתמא האט ער געוואלט גיין שנארן אין די בתי מדרשין. ווייל איינער פון זיינע פרענדס האט איהם געזאגט אז ביי די אידן איז דא א סאך געלט.
איך האב געזעהן איינעם אזא (פאררוקטן) גוי אין ביהמ"ד שומרי שבת. ער האט געהאט א פאני טעיל. אויך א קאפל. ווען ס'איז געקומען צו נקדישך האט ער זיך אזויפיהל אויסגעלערנט. ער האט זיך אוועקגעשטעלט גלייך ווי א יעדער. און ער האט געזאגט הויעך...קדוש קדוש קדוש..דאס איז אלעס וואס ער האט געקענט.
Re: מילתא דבדיחותא
צוויי ירושלמים שמועסען.
משה, דו ווייסט? אז פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכען.
וואס האקסטו אין חיים? ענטפערט משה, וואס איז מיט מצות?
ניין זאגט חיים, איך קויף נישט
און וויין ? פרעגט ער
איך האב דיר שוין געזאגט פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכען
וואס איז מיט פלייש? פרעגט ער
ניין דאס אויך נישט זאגט ער
און וואס איז מיט מילכיגס? פרעגט ווייטער משה
איך האב דיר שוין געזאגט ענטפערט חיים פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכען... גארנישט
ווי אזוי באווייזטו דאס? עס מוז זיין זייער שווער
ניין עס איז גארנישט ענטפערט ער
איך קויף גארנישט... איך נעם אלס פון די גרויסע חלוקה
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #

די האסט אן אינטרעסאנטע מנהג.
צו קומען מיט אן ערנסטע מעשה אינטערצושטיצן ווערטלעך…
די פארשטייסט אז ממש רוב ווערטלעך זענען געבויט אויף עפעס אמת?
Re: מילתא דבדיחותא
היום: דאס ווייזט אז ווערטלעך זענען זייער ערנסט און חשוב. די גמ' האט געלייגט גרויס חשיבות אויף א מילתא דבדיחותא. דאס עפנט דעם קאפ און מאכט דעם מענטש גרייט צו לערנען תורה.
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
צוויי ירושלמים שמועסן.
משה, דו ווייסט? אז פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכן.
וואס האקסטו אין חיים? ענטפערט משה, וואס איז מיט מצות?
ניין זאגט חיים, איך קויף נישט
און וויין ? פרעגט ער
איך האב דיר שוין געזאגט פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכען
וואס איז מיט פלייש? פרעגט ער
ניין דאס אויך נישט זאגט ער
און וואס איז מיט מילכיגס? פרעגט ווייטער משה
איך האב דיר שוין געזאגט ענטפערט חיים פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכען... גארנישט
ווי אזוי באווייזטו דאס? עס מוז זיין זייער שווער
ניין עס איז גארנישט ענטפערט ער
איך קויף גארנישט... איך נעם אלס פון די גרויסע חלוקה
פאלאצ'ינטא: איך מיין מ'האט עס שוין אמאל פארציילט דא. (דער בעל מסורת הש"ס פון קאווע שטיבל וועט שוין באלד צולינקען וויפיל מאל און ווער ס'האט עס אלץ פארציילט) נאר חזרה איז אייביג גוט. והנה:
אן אמעריקאנער איד וואס האט געוויילט אין ארץ ישראל פאר פסח האט אמאל באמערקט ווי א טשאלמער שלעפט א וועגעלע איבערגעפילט מיט סחורה און ער שטעלט זיך אפ א יעדע פאר טריט פארסאפעטערהייט, זיך אפצורוען. גייט ער צו צו דעם איד אןן פרעגט איהם וואס ער שלעפט דארט, זאגט איהם דער טשאלמער... "ס'העיסט"? די חלוקה פאר פסח. פרעגט איהם דער אמעריקאנער איד אזא שאלה.. "וואס וואלט איהר געטון אויב איהר געווינט דעם גרויסן געווינס פון די לוטו"? ענטפערט ער... איך וואלט געדינגען 2 בחורים זיי זאלן מיר העלפן אהיימשלעפן די חלוקה...!
Re: מילתא דבדיחותא
איך בין נישט די בעל מסורת הש"ס, אבער...
קאמארנער אין
2022
רעב בערעליינו אין
2023Re: מילתא דבדיחותא
ייש"כ: אפילו דו ביסט נישט דער בעל מסורת הש"ס.
דו האסט אן אנדערע מעלה. דו ביסט נאך אן עניו אויך...!
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
כ'האב אויך געהערט א קליפ פון א בדחן אין ארץ ישראל וואס האט "געגנב'ט" א ווערטל פון מיר, וואס איך (מיין) איך האב מחדש געווען און ארויפגעלייגט דא אויף קאווע שטיבל.
ס'אמאל געווען א איד וועלכער איז געפארן אויף ראש השנה קיין מירון און ל"ג בעומר קיין אומאן. האט מען איהם געפרעגט... "פארוואס פארדרייט איהר די יוצרות?" האט ער געענטפערט "כדי לערבב את השטן"...!
ס'זעהט אויס אז ער ליינט (אויך) קאווע שטיבל. פון דארט נעמט ער סחורה פאר זיין בדחנות...!
אז רעב בערל זוכט א בעל מסורת הש"ס, האב איך נאר געוואלט צוצייכענען די ווערטל וואס איר רעדט זיך אפ אז מ'האט פון אייך גע'גנב'ט.
איז אזוי:
פויער אין
2012
אנאנים אין
2014
זקינינו היקר בשם "איינער פון די חשוב'ע ניקס" אין
2014
זקינינו קען שוין די איד אין
2022
זקינינו נאכאמאל אין
2022
זקינינו אין
2023
זקינינו אין פעברואר
2024Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
היום: דאס ווייזט אז ווערטלעך זענען זייער ערנסט און חשוב. די גמ' האט געלייגט גרויס חשיבות אויף א מילתא דבדיחותא. דאס עפנט דעם קאפ און מאכט דעם מענטש גרייט צו לערנען תורה.
דז׳יגאן פלעגט דאך שוין זאגן (אדער נאך זאגן) אז ״הומור איז גאר אן ערנסטן עסק״…
Re: מילתא דבדיחותא
יוסל ליבערמאן ע'ה וואס איז היינט אוועק האט דערציילט אז די נאכט וואס ער האט פארלוירן די וויצע פרעזידענטשאפט, איז ער אהיימגעקומען זייער צובראכן. זיין ווייב האט אים געוואלט מחזק זיין, האט זי אים געזאגט, דארפסט זיך נישט זארגן, דא אינדערהיים וועסטו אלעמאל זיין "וויצע" פרעזידענט.
Re: מילתא דבדיחותא
רעדנדיג פון דזשאו ליבערמאן ע''ה איז אינטערעסאנט ווי דער דעילי שאו האט אראפגעלייגט ווי אזוי עס קוקט אויס א וויצע פרעזידענט וואס היט די ל''ט מלאכות.
יהא זכרו ברוך
Re: מילתא דבדיחותא
אינגערמאנטשיקל: אפשר בין איך גאר "זקינינו" אדער איינער פון די גאר חשוב'ע ניקס? איי 'עט מען פרעגן א קשיא. ווי קום איך צו זאגן אויף מיר אליין אז איך בין א חשוב'ער ניק? דער תירוץ איז פשוט. איך בין טאקע אן עניו. איך זאג נאר וואס א צווייטער האלט.
ועוד י"ל. (אסטראלאג. דאס מיינט..."ועוד יש לומר". דאס איז אן עקספרעשן פון תוס'. ניין ס'איז נישט א מין שווייצער טשאקאלאד. דאס איז א קאמענטאר פון די מענטשן וועלכע האבן צוגעגעבן זייער מיינונג צו די מיינונג פון רש"י און די גמרא (געמארעה). אונז פארשטייען דיך. אלס יונגל ביסטו נישט געגאנגען אין סאטמארער, אפילו נישט אין בעלזער חיידער. נאר ערגעץ וואו אין א פאבליק סקול אין קענזעס. צוזאמען מיט דיין רבי הרב הקאדעש מהרי"ד ווייס.)
צוריק צו אינגערמאנטשיקל:
דו ביסט נאכנישט עכט דער בעל מסורת הש"ס. ווייל דער בעל מסורת הש"ס פון קאווע שטיבל זאגט (כמעט) קיינמאל נישט עפעס סובסטאנטיוו. אויסער, פארשטייצעך ווען מ'קען געבן א שטעך פאר דעם ארוני וציוני בערל בעל עגלה. ער צייכנט נאר צו עין שם ועיין שם. דו זאגסט כאטש עפעס וואס האט א שוויות. בכל אופן א יישר כח.
נ.ב.: איך האב נאך א ביסל די סייד עפעקטס פון דעם משתה היין.
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
נ.ב.: איך האב נאך א ביסל די סייד עפעקטס פון דעם משתה היין.
דו קוואליפיצירסט צו ווערן דער קומענדיגע שאפער פאר דער בעש''ט...
Re: מילתא דבדיחותא
א הונקעדיגע האט אמאל געטראפען א בלינדע
פרעגט די בלינדע: נו, ווי אזוי גייט עס?
ענטפערט די הונקעדיגע: זעהסט דאך...............
Re: מילתא דבדיחותא
דער האט געפרעגט וואסערע מגיפה איז געווען אין שנת ת.נ.צ.ב.ה אז אזויפיל טויזענטער אידן זענען נעבעך געשטארבן דעמאלטס............
Re: מילתא דבדיחותא
משה רבקש #
berlbalaguleh #
נ.ב.: איך האב נאך א ביסל די סייד עפעקטס פון דעם משתה היין.
דו קוואליפיצירסט צו ווערן דער קומענדיגע שאפער פאר דער בעש''ט...
דו מיינסט צו זאגן פאר דעים קומענדיגן בעש"ט.
ס'איז נאר דא איינער אין דעם הייטיגן דור וואס וויל זיך פארגלייכן צו דעם בעש"ט. דאס איז דער אלעמען באקאנטער הייליגער שפיטיווקער זכותו יגון עלינו ועל כל ישמעאל.
Re: מילתא דבדיחותא
איך מאך א דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין שום פאליטישע שטעלונג, נאר איך ברענג דאס ווערטל ווייל ס'איז א גוט ווארט.
מיט א סאך יארן צוריק, ווען ס'איז אנגעגאנגען די מחלוקת צווישן די צדדים (נישט פערזענליך) פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד מיט הרב קוק איבער די רבנות אין ירושלים, האט ר' י"ח ברוב ענוותנותו געזאגט "איך בין נאר דער פורים רב"... ער האט מסביר געווען, פארוואס נעמט מען אויף א פורים רב? ווייל אויב דער רב וועט ווערן (ח"ו) שיכור אום פורים, און מ'וועט קומען פרעגן א שאלה, מ'קען דאך נישט פסק'נען ווען מ'איז שיכור, דערפאר נעמט מען אויף דעם פורים רב, ער זאל פסק'נען. נאך פורים ווען דער רב איז שוין נישט שיכור ווערט ער צוריק רב. די זעלבע מיט דעם ירושלימ'ער רבנות, דער רב איז יעצט שיכור ווען ער וועט זיך אויסניכטערן וועט ער צוריק איבערנעמען דאס רבנות.
Re: מילתא דבדיחותא
אמאל איז א פרוי ארויס פון שטוב א פאר שעה נאכמיטאג, פאר'ן ארויסגיין האט זי געקאלט איר מאן זאגן אז זי גייט, בלא בלא וכו' וכו', און די קינדער קומען באלד אהיים, בלא בלא וכו' וכו', און ס'איז דא עסן גרייט, בלא בלא וכו' וכו', און מיט וועמען זי גייט, און ווען זי פלאנט צו זיין צוריק, בלא בלא וכו' וכו'.
הקיצור, דער האט געהאלטן אינמיטן עפעס טוהן, האט ער איר אויסגעהערט מיט א האלבע אויער, און זאגט איר אהא, אהא, אוקי, אוקי... און שוין, ביז זי האט אראפגעלייגט די טעלעפאן, ב"ה.
אפאר מינוט שפעטער כאפט ער זיך, רבש"ע, זיין ווייב האט עהם לכאורה געבעטן עפעס טוהן, אבער קען זיך נישט דערמאנען וואס... עפעס מיט די קינדער? עסן? ריין מאכן?
ער זעהט זיך אין א פלאנטער, ער ווייסט נישט וואס זי האט געוואלט ער זאל טוהן, ער קען איר זיכער נישט רופן זאגן אז ער האט איר נישט ממש אויסגעהערט... אבער באלד קומט זי שוין אהיים...
האט ער זיך שנעל מיישב געווען, מתוך פחד, אז ער וועט טוהן אלעס וואס מען קען נאר, און האפענטליך וועט איינע פון זיי זיין וואס זי האט עהם געבעטן, און זי וועט זיך נישט אויפרעגן אויף עהם...
אומר ועושה, ער האט געגעבן צו עסן פאר אלע קינדער, זיי אפגעבאדן, געוואשן אלע דישעס, ריין געמאכט די הויז...
נאך אביסל קומט זי אהיים, ער האפט צו זעהן אז ער האט נישט פארפעלט פון וואס זי האט עהם געזאגט.
זי קוקט זיך ארום און זאגט עהם, "שיין דיין ארבעט דא, אבער איך פארשטיי נישט? איך האב דיר דאך געזאגט אז מיין מאמע קומט באלד אריבער צו קעהר נעמען פון די קינדער, זיי געבן עסן, קלינען די קאך, באדן, ריין מאכן"...
Re: מילתא דבדיחותא
האט אמאל א יוד געפרעגט דעם רב, אויב מעג ער שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אפירזוכן זיין פלונית'טע צווישן אלע ווייבער וואס שטייען קעגן איבער דעם ביהמ"ד, איז עס נישט א פראבלעם פון בורר?
"עס ווענדט זיך", ענפערט דער רב, "איז עס פסולת מתוך אוכל אדער אוכל מתוך פסולת?"...
Re: מילתא דבדיחותא
אויך דארף עס זיין סמוך לסעודה וד"ל דו"ק וק"ל
Re: מילתא דבדיחותא
שמעקעדיג #
אויך דארף עס זיין סמוך לסעודה וד"ל דו"ק וק"ל
אויב די גייסו שוין יא אהין…
איז דא נאך א תנאי,
ס׳דארף זיין ביד, נישט בכלי….
Re: מילתא דבדיחותא
היום #
האט אמאל א יוד געפרעגט דעם רב, אויב מעג ער שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אפירזוכן זיין פלונית'טע צווישן אלע ווייבער וואס שטייען קעגן איבער דעם ביהמ"ד, איז עס נישט א פראבלעם פון בורר?
"עס ווענדט זיך", ענפערט דער רב, "איז עס פסולת מתוך אוכל אדער אוכל מתוך פסולת?"...
דאס דערמאנט מיך א מעשה (שהיה): מיט יארן צוריק איז געווען א באסדרייווער וועלכער האט געדרייווט פאר מאנסי טרעילס. ער איז געווען א פשוט'ער, אבער קלוגער איד. איין טאג ווען ער האט שוין געהאלטן נאנט צו דעם לעצטן סטאפ. ס'איז נאר געבליבן איין פאסאזשיר א פרוי. זייער א "פרומע". קומט זי צו די פראנט נעבן דעם דרייווער און זי זאגט איהם..."איך ווייס נישט אויב איך מעג בלייבן אויפ'ן באס וועגן איסור ייחוד". האט ער איהר געזאגט..."איין מינוט"...ער צינדט אן די לייט און געט א קוק אויף איהר. און ער זאגט..."ניין. ס'איז נישט דא קיין חשש פון איסור ייחוד"...!
Re: מילתא דבדיחותא
אדער דער גבאי וואס האט זיך אנגערופן הויך "רבי, איר קוקט אין קוויטל, אבער איך קוק אויף די פרוי, און איך זאג אז דער מאן קומט נישט צוריק"...
Re: מילתא דבדיחותא
ביי די ליטווישע קומען פאר גרויסע אסיפות צווישן די עסקנים און גדוילים, די מצב הפרנסה איז גאר שמאל, און יעצט קומט נאך צו אז די מדינה האט געשניטן איר תמיכה פאר די בני תורה…
הקיצור, ס׳איז אריינגעקומען די אפשאצונג פון די עקאנאמיסטן אז די פראבלעם איז, אז עס איז היינט א צוויי דז׳אב עקאנאמי, דאס הייסט אז א משפחה דארף האבן לכה״פ צוויי מקורות פון הכנסה.
עכ״פ, הערט מען אז עס קאכט זיך אויפן טיש א גרויסע התוועדות פון מאה רבנים צו מבטל זיין דער חרם דרבינו גרשון…
Re: מילתא דבדיחותא
איך האלט אז מ'דארף אנהייבן ארויסצוזוכן דעם תימנ'ער ייחוס. זיי האבן קיינמאל נישט אנגענימען דעם חרם דרבינו גרשום.
אין אן עליכע בחינה: מ'האט זיך אמאל נאכגעפרעגט אינפארמאציע איבער א געוויסן מענטש. האט דער שואל געפרעגט...וואס טוט ער פאר פרנסה? ...די תשובה איז...אלעס, נאר נישט ארבעטן.
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס זעצט מען זיך אוועק אויף דער ערד ערב תשעה ב'אב מיט אן איי און מען ווייענט?
ווייל דא איז די לעצטע איי פון די פסח חלוקה
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס לייגט מען ביימער און בלעטער אין הויז שבועות?
ווייל די איבערגעבליבענע קארטאפעל פון פסח וואקסט שוין ביימער
Re: מילתא דבדיחותא
א פרוי האט פסח'דיג געמאכט איר קלאזעט און ארויסגענומען אלע קליידער וואס זי נוצט שוין נישט מער.
זי בעט איר מאן, טראג עס אריבער צום גמ"ח,
זאגט ער "ביסט זיכער? ס'איז גאנץ א גרויסע טירחה, קען מען עס פשוט אוועקווארפן"?
"נע" זאגט זי, "ס'איז א שאד, ס'איז דא ארימע און הינגעריגע וואס קענען הנאה האבן פון דעם".
"איך גלייב נישט" ענטפערט ער, "איינער וואס קען ניצן דיין סייז איז זיכער נישט הונגעריג"...
Re: מילתא דבדיחותא
א איד קומט צום רבי'ן און טוהט זיך אויף אז ער האט זיך געקויפט א חלקה אין ארץ ישראל.
און וואס איז מיטן רבי'ן? פרעגט ער
איך וועל ליגען דא אין חוץ לארץ ענטפערט דער רבי ווייל עס ווערט געברענגט אין זוהר הק' אז צדיקים וועליכע ווערען בגראבען אין חוץ לארץ קומען מלאכים און פירען זיי אויף ארץ ישראל.
פארוואס פרעגט ווייטער דער איד דארף דער רבי מטריח זיין די מלאכים מיטן איהם נעמען אויף ארץ ישראל?
עס איז נישט קיין טירחה ענטפערט דער רבי. ווייל דער זוהר זאגט אויך אז די וועליכע ליגען אין ארץ ישראל און זענען נישט ראוי דערצו קומען מלאכים און פירן זיי אויף חוץ לארץ... איז די זעלבע מלאכים וועליכע גייען דיר צוריק ברענגען אויף חוץ לארץ וועלען אויפ'ן וועג צוריק מיר מיט נעמען
Re: מילתא דבדיחותא
אויף דעם איז דאך דא די באקאנטע מעשה פון סאטמאר'ע רבי זצ"ל. ער האט נישט געהאלטן פון די אלע מעשיות וואס מ'פארציילט איבער צדיקים וועלכע זענען עפ"י רוב נישט אמת. ער פלעגט פארציילן 2 אזעלכע מעשיות וואס ער האט געהאלטן זענען אויסגעטראכט.
איינס פון די מעשיות איז איבער ר' מאיר'ל אפטער וואס האט אייביג געוואלט ליגן אין ארץ ישראל לאחר פטירתו, אבער למעשה האט איהם די חברא קדישא באגראבן אין די שטאט אפטא. פארציילן די חסידים אז מ'האט איין טאג געטראפן זיין קבר ליידיג און היינט ליגט ער אין טבריה. וויאזוי איז דאס געשעהן? זאגן די חסידים אז מלאכים האבן גענומען זיין הייליגן גוף און געפלויגן קיין טבריה, ווען זיי זענען אנגעקומען צו די בית החיים איז דער טויער געווען פארשפארט. האבן זיי אויפגעוועקט דעם שומר און ער האט געברענגט די שליסל און אויפגעשפארט. עד כאן הסיפור. זאגט דער סאטמאר רב, איך פארשטיי נישט... די מלאכים האבן געקענט פליען פון אפטא ביז טבריה און זיי האבן נישט געקענט איבערפליען דעם טויער פון בית החיים...!
ער האט געוואלט אויפווייזן דעם אבסורד פון די אלע נישט געשטויגענע מעשיות מיט די מופתים.
Re: מילתא דבדיחותא
צוויי רעבעס זענען געזיצען אויבן אן און מען האט געסערווט אייסקרים, ווייזט איין רבי מיט דער האנט פארן סערווער אז ער דארף נישט, זאגט עים דער אנדערער רבי מען וועט אונז ביידע שמייסען מיך פאר תאווה און דיך פאר גאווה
Re: מילתא דבדיחותא
אין כעלם איז געוועהן א איד ביים נאמען משה איינמאל איז ער געפארען קיין לעמבערג, און מען האט עים גערופן עולה צו זיין צי די תורה און מען האט עים געפרעגן זיין נאמען האט ער געזאגט ער הייסט יענקל, און די גבאי רופט אויס יעמוד ר׳ יענקל שלישי, און אונזער ר׳ משה גייט און איז עולה כאילו ער הייסט טאקע יענקל.
שוין ר׳ משה פאר צוריק קיין כעלם און ער טוט זיך אויף פאר אלע זיינע פרענדס אז ער האט איינגערעדט גאנץ לעמבערג אז ער הייסט יענקל
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס באהאלט די פרוי די צען ברעקלעך פאר בדיקת חמץ?
ווייל מען וויל אז זי זאל קענען שפירן ווי זי האט אויך עפעס געטון פאר פסח...
Re: מילתא דבדיחותא
מען האט אנגעטראגן פאר איינעם א נייע פאסטן, אז ער זאל ארבעטן אין פארקויפן שפיגלעך.
האט ער גאזאגט:
I can see myself doing it...
Re: מילתא דבדיחותא
מען האט אנגעפרעגט ר' מאיר צוויבל שליט"א וואס ער האט צו זאגן איבער די גאנצע דרשו זאך.
האט ער געזאגט, איך ווייס נישט צופיל, אזוי פיל ווייס איך אז ביי מנחה אויף א תענית הייבט זיך אן די הפטורה מיט דרשו, און עס ענדיגט זיך מיט מגן דוד, רח"ל...
Re: מילתא דבדיחותא
שמן למאור #
פארוואס באהאלט די פרוי די צען ברעקלעך פאר בדיקת חמץ?
ווייל מען וויל אז זי זאל קענען שפירן ווי זי האט אויך עפעס געטון פאר פסח...
גוט גוט
מיין באבע פלעגט זאגן פארוואס פארברענט מען די בדיקת חמץ סעט?.
ווייל אויב נאך וואכן ארבעט פון די פרוי קומט א מאן אהיים און הייבט אהן בודק זיין נאך איר ארבעט, אפשר האט זי עפעס פארזעהן, אויסגעלאזט, איבערגעלאזט…
און ווער רעדט שוין פון די שמחה ווען ער טרעפט טאקע עפעס…
אה״נ אז דאס איז דער מצווה, אבער ס׳קומט זיך פאר די סעט צו פארברענט ווערן…
Re: מילתא דבדיחותא
מוז נישט זיין אמת, זי האט פשוט גערעדט פון ווייטאג...
Re: מילתא דבדיחותא
שמעקעדיג #
מוז נישט זיין אמת, זי האט פשוט גערעדט פון ווייטאג...
כמובן.
אבער זי פלעגט עס זאגן מיט אזא שמייכל…
כאילו דאס ווארט אליינס איז שוין די נקמה…
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
אויף דעם איז דאך דא די באקאנטע מעשה פון סאטמאר'ע רבי זצ"ל. ער האט נישט געהאלטן פון די אלע מעשיות וואס מ'פארציילט איבער צדיקים וועלכע זענען עפ"י רוב נישט אמת. ער פלעגט פארציילן 2 אזעלכע מעשיות וואס ער האט געהאלטן זענען אויסגעטראכט.
איינס פון די מעשיות איז איבער ר' מאיר'ל אפטער וואס האט אייביג געוואלט ליגן אין ארץ ישראל לאחר פטירתו, אבער למעשה האט איהם די חברא קדישא באגראבן אין די שטאט אפטא. פארציילן די חסידים אז מ'האט איין טאג געטראפן זיין קבר ליידיג און היינט ליגט ער אין טבריה. וויאזוי איז דאס געשעהן? זאגן די חסידים אז מלאכים האבן גענומען זיין הייליגן גוף און געפלויגן קיין טבריה, ווען זיי זענען אנגעקומען צו די בית החיים איז דער טויער געווען פארשפארט. האבן זיי אויפגעוועקט דעם שומר און ער האט געברענגט די שליסל און אויפגעשפארט. עד כאן הסיפור. זאגט דער סאטמאר רב, איך פארשטיי נישט... די מלאכים האבן געקענט פליען פון אפטא ביז טבריה און זיי האבן נישט געקענט איבערפליען דעם טויער פון בית החיים...!
ער האט געוואלט אויפווייזן דעם אבסורד פון די אלע נישט געשטויגענע מעשיות מיט די מופתים.
דאכט זיך מיר אז די אוהב ישראל, נישט רבי מאיר'ל
Re: מילתא דבדיחותא
סאו דער אויסגעטראכטע מעשה איז נישט געשעהן ביי ר'מאיר'ל, נאר ביים אוהב ישראל?
Re: מילתא דבדיחותא
נישט אויסגעטראכט
לאמיר זיך האלטן צו מילתא דבדיחותא
Re: מילתא דבדיחותא
האב איך געלייזט א סייענס סטאדי, ווי עס שטעלט זיך ארויס קלאר, אז די אלע וואס האבן געהאט דאס מויל אפען בשעת׳ן קוקען אויף די זון מיט די ליקוי חמה גלעזער, האבן בעסער געזעהן ווי די אנדערע…
Re: מילתא דבדיחותא
ס׳אמאל געוועהן א ירושלימער ער האט געוואלט דערקלערן פארן עולם אז ער האלט נישט פון די בחירות האט ער געלייגט א גרויסער סיין ביי זיין הויז ״איך מיט מיין ווייב וואוטען נישט״
Re: מילתא דבדיחותא
היימלינד #
berlbalaguleh #
אויף דעם איז דאך דא די באקאנטע מעשה פון סאטמאר'ע רבי זצ"ל. ער האט נישט געהאלטן פון די אלע מעשיות וואס מ'פארציילט איבער צדיקים וועלכע זענען עפ"י רוב נישט אמת. ער פלעגט פארציילן 2 אזעלכע מעשיות וואס ער האט געהאלטן זענען אויסגעטראכט.
איינס פון די מעשיות איז איבער ר' מאיר'ל אפטער וואס האט אייביג געוואלט ליגן אין ארץ ישראל לאחר פטירתו, אבער למעשה האט איהם די חברא קדישא באגראבן אין די שטאט אפטא. פארציילן די חסידים אז מ'האט איין טאג געטראפן זיין קבר ליידיג און היינט ליגט ער אין טבריה. וויאזוי איז דאס געשעהן? זאגן די חסידים אז מלאכים האבן גענומען זיין הייליגן גוף און געפלויגן קיין טבריה, ווען זיי זענען אנגעקומען צו די בית החיים איז דער טויער געווען פארשפארט. האבן זיי אויפגעוועקט דעם שומר און ער האט געברענגט די שליסל און אויפגעשפארט. עד כאן הסיפור. זאגט דער סאטמאר רב, איך פארשטיי נישט... די מלאכים האבן געקענט פליען פון אפטא ביז טבריה און זיי האבן נישט געקענט איבערפליען דעם טויער פון בית החיים...!
ער האט געוואלט אויפווייזן דעם אבסורד פון די אלע נישט געשטויגענע מעשיות מיט די מופתים.
דאכט זיך מיר אז די אוהב ישראל נישט רבי מאיר'ל
מעגליך אז יא: איך האב עס געליינט פון ר' מאיר'ל.
מאי קא משמע לן? וואס לאזט ער מיך הערן? אז ס'זענען געווען 2 אפטער רעבעס.
Re: מילתא דבדיחותא
א מאן קומט אהיים נאך א טאג ארבעט, זעהט די גאנצע שטוב פארט אויף רעדער, די שאפעס זענען אויסגעפאקט, די גראסערי ארדער איז נאך איינגעפאקט, פסח'דיג מאכן האלט נאך אינערגעץ נישט, בקיצור, א מעסס...
פרעגט ער זיין ווייב, "איך פארשטיי נישט, דו גייסט דאך נישט ארבעטן, דו האסט דא צוגעשטעלט שמאטעס מיט זייף גענוג, שאפעס און גארביטש בעגס, אלעס וואס דו דארפסט, קענסט מיר מסביר זיין וואס טוסטו דא א גאנצן טאג"?
פרעגט זי עהם צוריק: דו ביסט שוין ארויס צום ארבעט 8'טע אינדערפרי, דו קומסט נישט אהיים פאר 7 אזייגער, קענסט מיר מסביר זיין פארוואס דו קענסט נישט מאכן גענוג געלט אז אונז זאלן קענען אוועקפארן אויף פסח? וואס טוסטו דארט אגאנצן טאג?...
Re: מילתא דבדיחותא
א מוסלומענער אויף טוויטער איז מקנא אונזער לופהאולס.
Re: מילתא דבדיחותא
אמשינאווע רבי זאגט יעצט ברוח קדשו אז ס׳גייט זיין א ערדציטערניש לעצטע וואך פרייטאג.
Re: מילתא דבדיחותא
ראדני #
צוויי רעבעס זענען געזיצען אויבן אן און מען האט געסערווט אייסקרים, ווייזט איין רבי מיט דער האנט פארן סערווער אז ער דארף נישט, זאגט עים דער אנדערער רבי מען וועט אונז ביידע שמייסען מיך פאר תאווה און דיך פאר גאווה
דאס דערמאנט פון די מעשה ווען צוויי רעבנים זענען געזעצען צוזאמען ביי א קבלת פנים. רופט זיך אן איינער פון זיי שטילערהייט...
זיי מוחל געב אהער יענע שטיקעל 7 לעיער קעיק.
זאגט דער אנדערער... דאס איז דער לעצטער שטיקל, איך האב שוין געלייגט אן אויג אויף דעם,
אין די קומענדיגע אויסגאבעס מיט אלע בילדער איז דא דער בילד פון די צוויי מיט'ן טיטול בסוד שיח שרפי קודש