מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
א כולל יונגערמאן פרעגט זיין חבר, ביסטו טאקע מקיים צו זאגן א מילתא דבדיחותא פאר די גייסט לערנען?
אוודאי ענטפערט ער, יעדן טאג פאר איך גיי ארויס פון דערהיים, זאג איך פאר מיין ווייב, איך גיי לערנען...
א שדכן האט אנגעטראגן פאר א בחור, א מיידל, זי איז ממש א מלאך... האט ער אים געזאגט.
נאכן זיך טרעפן פרעגט די שדכן דעם בחור, ווי אזוי איז עס געווען? זאגט דער בחור א מלאך איז זי? די בורא יתברך אליין!
וואס מיינסטו צו זאגן? פרעגט די שדכן, אני מאמין שהבורא יתברך אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף... ענטפערט ער...
א בחור איז אנגעקומען צו די חופה מיט א 'צאמי' אין פיסק, ווען מ'האט אים געפרעגט וואס איז פשט? האט ער מסביר געווען, ביי מיין ברית האט מען געווינטשען, כשם שנכנס לברית כן יכנס לחופה...
א קינד פרעגט זיין טאטע, וואס איז פאוקימאן?
דאס איז די גוי'שע 'אפיקומן' ענטפערט ער..
(קומט אפשר ביי אכשר דרא אשכול?)
קינד: ווער איז געווען די שוויגער פון אדם הראשון?
טאטע: האסט שוין פארגעסן, אדם הראשון האט געלעבט אין גן עדן.
א בחור רופט זיין מגיד שיעור 2:30 ביינאכט, קענסט מיר אפשר איבערזאגן וואס מ'האט היינט געלערנט ביים שיעור?
די מג"ש פרעגט פארשלאפן, פונקט יעצט ווילסטו וויסן? ביים שיעור שלאפסטו, וואס איז יעצט?
כ'קען פשוט נישט איינשלאפן ענטפערט ער..
אמת, מענטשען שטארבען פון אלקאהאל
אבער טראכט וויפעל זענען שוין געבוירען געווארען דערפון......
אן אראבער איז אריין אין באנק, און פארלאנגט א הלואה, די ארבייטער האט אים געזאגט, די האסט נישט קיין אקאונט ביי אונז, קענסטו נישט באקומען קיין געלט, דער אראבער האט נישט געהאלטן ביים פארשטיין, וואס מיינט איך קען נישט באקומען? איך גיי נישט ארויס פון דא ביז די גיבסט מיר נישט וואס איך פארלאנג.
נאך אפאר מינוט זענען די טענער געווארן העכער, ביז די מענעזשער איז ארויס געקומען, זעהנ'דיג וואס ס'האנדלט זיך , האט ער אריין גערופען דעם יונגאטש אין זיין אפיס, און דערלאנגט א שטויס ווי ס'ברויך צו זיין, און געשיקט ליפטערן.
אויפן וועג ארויס, טרעפט אים דער ערשטער און פרעגט אים, כ'האב געמיינט אז די גייסט נישט ארויס אן געלט, וואס איז יעצט געשען?
וואס פארשטייסטו נישט, די האסט סתם געשריגן, די מענעזשער האט מסביר געווען....
א נייגעריגע יונגל פרעגט זיין מאמע, ווי אזוי זענען מענטשן באשאפן געווארן? די מאמע הייבט אן פארציילען, ס'געווען אדם מיט חוה וכו' די גאנצע מעשה..
ווען זי ענדיגט, פרעגט דאס קינד, אבער טאטי האט מיך געזאגט, אז מענטשן שטאמען פון מאנקיס?
וואס פארשטייסטו נישט מיין טייער קינד? איך רעד פון מיין משפחה, און ער רעדט פון זיין...
א לויער (עורך דין) האט זיך געקויפט א נייע מארצעדיס קאר. ער פארט שטייט און גיבט אכט ווי אזוי ער דרייווט. ער קומט אן אין מאהעטאן צום אפיס און אזוי ווי ער מאכט אויף די טיהר קומט צו פאהרען א טראק און רייסט אראפ די טיהר.
ער רופט די פאליציי און אזוי ווי זיי קומען אן פאנגט ער אן צו מאכען קולות... ער איז א חי' איך האב היינט צופרי געקויפט די קאר, די ווייסט וויפיהל עס האט געקאסט... יאהרען לאנג ארבעט איך אויף דעם. און ער שרייט און שרייט און שרייט.
נאך אפאהר מינוט רופט זיך אן דער פאליציאנט, אלע לויער זענען אזוי פאלש און קרום אז נאר געלט האט עטץ אינזין.
פרעגט דער לויער, ווי אזוי קענטסטו אזוי רעדן?
זאגט איהם דער פאליציאנט, דו באמערקסט אפי' נישט אז די טראק האט אויך אראפגעריסען דיין לינקע האנט?
רופט זיך אן דער לויער, אוי געוואלד מיין גאלדענע ראלעקס זייגער איז פארלוירען
גדלי' א וואוילע יונגערמאן, וואוינט אין ירושלים, האט געלאדענט דעם עולם צום שלום זכר, וואס ער מאכט צו זיין ניי געבוירן יונגעלע למז"ט.
נאך די סעודה, הייבן אן קומען חברים, קרובים, ס'איז א געשמאקע אטמאספער, מ'פארברענגט געשמאק, ווען גדלי' די בעל שמחה באמערקט, די טישן זענען ליידיג.. וואס גייט דא פאר? טראכט ער צו זיך, כ'האב איינגעקויפט ס'זאל זיין צו האקן.
ער לויפט שנעל צום שכן, אפשר האט ער עפעס ניסלעך צי וואס, אויף די טרעפ קומט אים אנטקעגן זיין נאנטע חבר נטע, ער דערציילט אים באלד וואס דא גייט פאר, ס'קומען נאך און נאך, איך האב נישט מיט וואס מכבד צו זיין, נטע זאגט אים דאגה נישט, לאז עס פאר מיך.
ער קומט אריין מיט א בלעכענעם פנים, די בד"ץ האט ממש יעצט געלאזט וויסן אז די עירוב איז צוריסן..
ביז געציילטע מינוט, זענען די טישן געווען פול...
היינט געהערט... די מחצית השקל איז כנגד ארבעה בנים... פרעגט זיך די שאלה, די מחצית השקל איז דאך 3?
איז דער ענטפער, דער חכם גיבט נישט ער נעמט.
געהערט א גוטס...
יעצט געוועהן פרשת בלק, פון וואו ווייסט מען אז בלק איז געוועהן א אלטע בחור, ער האט נישט חתונה געהאט?
ווייל אויב יא וואלט ער נישט געדארפט רופען בלעם צו שעלטען, ער וואלט ווען געקענט שוקען זיין ווייב
Re: מילתא דבדיחותא
זיין שוויגער! פלעגן די בדחנים זאגן
א יוד קלאפט אריין אין טיר און פרובירט צי פארקויפן א הלכה ספר אויף שמירת הלשון, ענטפערן אים די איינוואוינער פונעם הויז, ברוך השם אונז ברויכן נישט דעם ספר אונז רעד מיר נישט קיין לשון הרע, אבער דער שכנים פון אויבן דארפן עס זייער שטארק...
מושי א לעבעדיג יונגל קע"ה, זיצט אין קלאס מיט די פוס אויפן טיש, די מלמד א מיטליעריגער איד, קומט צו און זאגט אים, נעם אראפ די פוס פון טיש, מ'זיצט נישט אזוי אין חדר, אינדערהיים זיצסטו אויך אזוי? אוודאי, ענטפערט מושי מיט א שמייכל.
און וואס טוט דיין מאמע? פרעגט דער מלמד מיט א שטרענגע פנים, אה מיין מאמע שרייט זיץ נישט אזוי, ביסט נישט אין חדר..
ביליגזיין שוויגער! פלעגן די בדחנים זאגן
דאס איז נאך בעסער
א ליטוואק איז אריין אין שאוער, אין די ניין טעג, מיט א גמרא.. ער האט מסביר געווען, כ'האב געמאכט א סיום...
דער דאסא ליטוואק איז אריין אין שאוער, אין די ניין טעג, מיט א גמרא.. ער האט מסביר געווען, כ'האב געמאכט א סיום...
דער דזשאוק מאכט א סאך מער סענס אויף א חסיד ווי אויף א ליטוואק.
אזוי האב איך עס מקבל געווען.
מסתם מיינט הוגה צוזאגן אז די ליטוואקעס מאכן שאוער'ס אין די ניין טעג סתם אזוי, אן קיין סיום וכד'
א פרוי האט בדרך כלל צוויי דאגות.
איינס. זי האט נישט גענוג קליידער, זי קען נישט טרעפן וואס אנצוטוהן.
צוויי. זי האט נישט גענוג פלאץ, ווי צו לייגן אזויפיל קליידער..
דער דאסא פרוי האט בדרך כלל צוויי דאגות.
איינס. זי האט נישט גענוג קליידער, זי קען נישט טרעפן וואס אנצוטוהן.
צוויי. זי האט נישט גענוג פלאץ, ווי צו לייגן אזויפיל קליידער..
דאס איז א מילתא דבדיחותא? אפשר א ביטערע געלעכטער אויף די מענער. א מילתא דבדיחותא מרירתא...
א "ביטער" געלעכטער (אין די זייט), ווי די מעלות איז זיך נוהג צו שרייבן אין די אב אויסגאבעס.
הוגהדער דאסא ליטוואק איז אריין אין שאוער, אין די ניין טעג, מיט א גמרא.. ער האט מסביר געווען, כ'האב געמאכט א סיום...
דער דזשאוק מאכט א סאך מער סענס אויף א חסיד ווי אויף א ליטוואק.
לאו דוקא, ווייל די ליטוואקעס מאכן ענדערש א סיום מסכת ווי א חסיד 😉
אז מען רעד שוין פון ליטווישע..
איינער האט אמאל געזען ווי א ליטווישע קטן'ט אריין און א שמות טראק, פרעגט ער דעם ליטוואק ביזט מעשיגע געווארן ? דו שעמסט זיך נישט? ענפערט אים די ליטוואק איך האב יעצט גענדיגט עסן שמיטה פירות..
Re: מילתא דבדיחותא
איינער וואס מאכט א סיום איז חשוד אז ער לערנט בקיאות
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
שמעקעדיגא "ביטער" געלעכטער (אין די זייט), ווי די מעלות איז זיך נוהג צו שרייבן אין די אב אויסגאבעס.
הוגהדער דאסא ליטוואק איז אריין אין שאוער, אין די ניין טעג, מיט א גמרא.. ער האט מסביר געווען, כ'האב געמאכט א סיום...
דער דזשאוק מאכט א סאך מער סענס אויף א חסיד ווי אויף א ליטוואק.
לאו דוקא, ווייל די ליטוואקעס מאכן ענדערש א סיום מסכת ווי א חסיד 😉
האסט אפשר פארגעסן אז אין די ניין טעג בלאנגט די סיומי מסכת אויסדריקלעך פאר די חסידים?
דער רב זיצט ביי זיך אין ספרים שטוב, און איז פארטיעפט אין טיפע זאכן, ווען ס'הערט זיך א קלאפ אין טיר, אויף די אנדערע זייט שטייט פרוי זעגלבוים, נישט באקאנט אלס די קליג'סטע, ערענסט באזארגט, לייגט זי פאר איר שאלה, אויפן פלאם קאכט א טאפ הינדל זופ, שמעקט א מחי' ממש א ברכה צו מאכן, די קינדער עסן פרישטאג, אזוי שמירענ'דיג די פוטער אויף די ברויט, האט אין טאפ געלאנדעט אביסל פונעם פוטער.. אוי א שרעק.
דער רב פרעגט איר אויס, פונקטלעך וויפיל זופ, וויפיל פוטער, מאכט די קאלקעלעישאן, בטל בששים, מ'קען רואיג סערווירן דעם געשמאקן זופ.
געציילטע וואכן פארביי, זעגלבוים איז צוריק, נאך א שאלה? פרעגט דער רב, ניין ניין אלעס איז קלאר, כ'וויל זיך פשוט באדאנקן, זייט איך לייג צו די בטל בששים, האט די זופ אלע טעמים..
שמעקעדיגא "ביטער" געלעכטער (אין די זייט), ווי די מעלות איז זיך נוהג צו שרייבן אין די אב אויסגאבעס.
הוגהדער דאסא ליטוואק איז אריין אין שאוער, אין די ניין טעג, מיט א גמרא.. ער האט מסביר געווען, כ'האב געמאכט א סיום...
דער דזשאוק מאכט א סאך מער סענס אויף א חסיד ווי אויף א ליטוואק.
לאו דוקא, ווייל די ליטוואקעס מאכן ענדערש א סיום מסכת ווי א חסיד 😉
נע, אפשר דורכאויס דעם יאר, און אויך נאר אויב זיי ענדיגן דעם מסכת. אז זיי לערנען מער דאס ווייס איך, אבער ענדיגן מסכתות איז לכאורה נישט פון זייערע סארט אקטיוועטיס. ווילאנג זיי קריכן ארויס פון איין ר' חיים קען נעמען ניין חדשים, נישט ניין טעג.
דאס איז ארום דעם יאר. אין די ניין טעג איז דאס מסתם נאך ווייניגער אמת. נישט אז איך ווער בשמחה ווען איך עס א טשיקן-באדדעם, אבער די ליטוואקס עז פאר עז איי קנאוי טהעם זענען די לעצטע צו זוכן מהלכים וויאזוי אויסצושפילן דעם סיסטעם. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז זיי מאכן ניטאמאל קיין עירוב תבשילין. און פארוואס זאל זיי דען שטערן אבילות?
יואבאבער די ליטוואקס עז פאר עז איי קנאוי טהעם זענען די לעצטע צו זוכן מהלכים וויאזוי אויסצושפילן דעם סיסטעם. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז זיי מאכן ניטאמאל קיין עירוב תבשילין. און פארוואס זאל זיי דען שטערן אבילות?
דארפסט טאקע נישט מורא נישט האבן ווייל זי שפילען נישט אויס די סיסטעם. אז מ'קויפט טעיק אט פאר שבת אין יום טוב דארפען זיי נישט די עירוב תשילין
זונדל קומט אהיים נאך א שווערע טאג אין געשעפט, קוים וואס ער קען זען, שטערנ'ס שפרינגען אים פאר די אויגן, ער שלעפט אראפ די שיך, הענגט אויף ס'רעקל, און קריכט אריין אין קיך, ער פאלט אריין אין די נאנטסטע בענקל, און אטעמט אפ.
נאך א קורצע ווערטער אויסטויש, ווי אזוי איז געווען דיין טאג? ווי אזוי איז דורך מיין טאג! פרעגט ער זיין אשת חיל, זאג רויזא זיסקייט, וואס איז היינט פאר נאכטמאל? גארנישט! מורמלט זי.
אבער שיינקייט דאס האסטו שוין געמאכט נעכטן..?
ס'נאך געבליבן אביסל פון דעם פאר היינט..
מעשה שהיה.
כ'בין געווען ביים כותל, ביי שחרית אינמיטן הויך שמונה עשרה, קומט צו מיר א בחור'ל, היות ער איז א כהן, און ער וויל בענטשען דעם ציבור, אויב איך וואלט אים געבארגט מיין טלית.
צווישן אזא עולם כ"י, האב איך פארשטאנען אז די שאנסן צוריק צו זען מיין טלית, זענען נענטער צו נול.. מ'קען דאך אבער נישט אפזאגן, האב איך אים געבעטן צו האלטן זיין שיך..
מענין לענין כמעט באותו ענין.
כ'האב געבעטן א ברכה, ביי איינער פון די באקאנטע באבא'ס, האט ער פארלאנגט א גרויסע סכום, כ'האב גע'טענה'ט צו אים, היתכן, די כהנים בענטשן בחנם?
דערפאר טאקע האבן זיי נישט קיין שיך..
Re: מילתא דבדיחותא
דאס דארף מען אריינלייגן אין אידישע חכמות און פקחות
מיט פחד און ציטער, שטייט אנטשיל ביים טיר פון די הייליגע .... צווישן א גרויסע עולם ווארט ער אויף זיין רייע, אריינצוגיין צום הייליגען .... נאך עטליכע שעה ווארטן, עפענט זיך די טיר, דער גבאי ווייזט אויף אנטשיל'ן, דער רבי רופט.
ער מאכט זיך צורעכט ס'היט, מיט גע'מאסטענע טריט, טרעט ער אריין אין צימער, ס'איז שא שטיל, דער רבי זיצט אויף זיין קעניג'ליכע שטיל, מיט א לייכטע שמייכל אויפן פנים, אנטשיל דערלאנגט די קוויטל, דעם רבי'ן אין האנט, אינטער דעם ליגט א פדיון פון אכטצען גלאטע הונדערטער'ס! דער רבי פארטראכט זיך, נאך עטליכע לאנגע סקונדען, זאגט ער הויך, 'אנטשיל ביסט א געהאלפענער' א קוש דעם רבי'ן אין האנט, און רוקוועג'ס גייט ער ארויס פון צימער, ס'הארץ פיל מיט פרייד.
שפעטער גייען דער רבי מיט'ן גבאי איבער די חשבונות פון די טאג, ווען זיי באמערקען, פון אנטשיל'ס פדיון, איז איין באנקנאט פאלש.. זאל איך אים נאכלויפן? פרעגט דער גבאי, ס'הייסט, ער האט אונז אפגע'נערט מיט הונדערט דאלער.
זארג נישט, ענטפערט דער רבי, מיט אזא שמייכל, לויף נישט אין ערגעץ, ס'איז גוט, אונז האבן אים אפגע'נערט מיט זיבעצען הונדערט דאלער...
גרויס שמחה הערשט ביי די איינוואוינער פון סאמעריין, ווען די ידיעה ווערט פארשפרייט, אז דער צדיק וקדוש איז מסכים, אוועק צוגיבן פון זיין הייליגע צייט, און קומען אריין שיינען, פון זיין הייליגע ליכט, אין די צובראכענע הערצער, ס'שטאט פארט אויף רעדער, א קליינעקייט? דער הייליגע רבי קומט צו פארן! פראווען א שבת מיט אונז, ס'נישט אזא פשוטע זאך.
די אכסני' וואו דער צדיק גייט זיין, איז באהאנגען מיט ליילעכער, אנגעשמירט מיט לאזונגען ווי, זה השער לה' וכו' צדיק כתמר וכו' מיט ווייסעך וואס נאך, רייסער'ס קומען און גיין, בקיצור ס'איז הויך יום טוב.
די גרויסע טאג איז אנגעקומען, דער קדוש ערשיינט מיטן פולען פראכט, א הייליג ציטער הערשט, צווישן די מאסן וואס זענען ארויס געקומען, מקבל זיין פני צדיק הדור, שלעפט זיך אויך קלמן, באקאנט אלס נישט א גרויסע חכם, און נישט א קליינע נער, מיט גרויס התרגשות, בעט ער דעם רבי'ן, ער וויל האבן די זכי' אז כבוד קדושתו, זאל קומען צו אים און שטוב, פאר תפלת שחרית.. פאר א פדיון גיבט ער פיר מאל ח"י.. כנגד די ארבע אמהות!
דער קדוש עליון, מאכט צו די הייליגע אויגן, נאך א וויילע, זאגט ער מיט א שמייכל, איי קלמן קלמן, פאר די סכום, קום איך צו דיר אויף 'הכנות' פאר'ן דאווענען....
א אידל ליגט אין שפיטאהל און די מצב איז שמאהל. הערט ער ווי זיין זוהן רופט זיך אן צו די אנדערע קינדער, עס איז יעצט מוצאי ש"ק אויב דער טאטע שטארבט יעצט וועט מען אפי' נישט דארפען נוצען מארגען די דער גרויסע צימער אין דער טשאפעל ווייל עס איז די וויקענד.
רופט זיך אן דער טאכטער פארוואס דארף מען רופען פרעמדע מענטשען, עס איז זייער נישט אנגענעם צו ווייענען פאר פרעמדע מענטשען, לאמיר עס מאכען נאר פאר אונזער משפחה.
רופט זיך אן דער אינגסטער זוהן אויב אזוי איז דאך אסאך בעסער אויב מען מאכט אינגאצען נישט קיין לוי', נאר לאמיר גיין גלייך פון דא צום בית החיים און אזוי וועט מען זיך שפארען צייט, געלט און עגמת נפש.
רופט זיך אן דער טאטע, קינדעליך קאן מיר איינער פון ענק מיר ביטע ברענגען מיינע הויזען און מיר רופען א קאר סערוויס.
טאטע ווי גייסטו? פרעגען די קינדער
איך גיי אליין אין בית החיים איך וועל זיך אליינס באגראבען איך וויל ענק נישט שטערען.
מזל טוב! מזל טוב! האסט געהערט די נייעס? הערש מיילך איז א חתן.. די שמחה איז גרויס.
צוויי וואכן נאך די גרויסע חתונה, קלינגט די טעלפאון ביי די עלטערן אין שטוב, אויף די אנדערע זייט איז ש'מיילך אליינס.
א גוטן, ווי אזוי גייט עס? איז אלעס אקעי? אלעס קלאפט? הערש מיילך, אנשטאט ענטפערן, לאכט און לאכט און קען נישט צום ווארט קומען, פון גרויס געלעכטער, נאך אפאר מינוט בארואיגט ער זיך, און הייבט אן פארציילן, די מוזט הערן א פאני זאך, מיין ווייב איז אזא בטלן! עסט נישט גלייבן, כ'קום אהיים פון 'כולל' (פון ווי דען?) זע איך אויפן פריזשדער א צעטל, 'כ'זע אז ס'ארבייט נישט, איך גיי צוריק צו מיין עלטערן'
וואאאאאס? שרייט זיין מאמע, וואס מיינט דאס? וואס איז געשען? וואס.. זארג דיך נישט, האקט ער אריין, זי איז אזא... כ'האב יעצט גע'טשעקט די פריזשדער, ס'ארבייט זייער גוט...
בערל רופט אן זיין שותף וואס איז פונקט געוועהן אויף וואקאציא...
האלא, משה? עס איז ביטער
וואס איז געשעהן? פרעגט דער שותף
מען האט אונז באגנב'ט, עס פעלט 20 אלפים פון די סעיף
ענטפערט דער שותף... מאך זיך נישט נאריש, לייג עס שוין צוריק!
משה זאגט צו זיין ארבייטער, כ'הער אז לעצטענס נעמסטו פון די קאסע.
פון ווי דען זאל'ך נעמען? אויב נישט פון די קאסע...
מלמד: קינדערלעך, ווער ווייסט וואו דער באשעפער איז?
איין קינד שרייט אויס: 'אין שאוער'
מלמד: פון ווי נעמסטו דאס.
קינד: יעדע פרייטאג פאר'ן זמן, שטייט מיין מאמע ביי די שאוער, און שרייט, רבונו של עולם! קום שוין ארויס....
ריזיג
ק/פ
A woman in a hot air balloon realized she was lost. She lowered her altitude and spotted a man in a boat below. She shouted to him,
"Excuse me, can you help me? I promised a friend I would meet him an hour ago, but I don't know where I am."
The man consulted his portable GPS and replied, "You're in a hot air balloon, approximately 30 feet above ground elevation of 2,346 feet above sea level. You are at 31 degrees, 14.97 minutes north latitude and 100 degrees, 49.09 minutes west longitude.
She rolled her eyes and said, "You must be a Republican.
"I am," replied the man. "How did you know?"
"Well," answered the balloonist, "everything you told me is technically correct. But I have no idea what to do with your information, and I'm still lost. Frankly, you've not been much help to me."
The man smiled and responded, "You must be an Obama-Democrat."
"I am," replied the balloonist. "How did you know?"
"Well," said the man, "you don't know where you are -- or where you are going. You've risen to where you are, due to a large quantity of hot air. You made a promise you have no idea how to keep, and you expect me to solve your problem. You're in exactly the same position you were in before we met, but somehow, now it's my fault."
זייער גוט. שוין געהערט אין קלינטאן (דער זכר) צייטן.
צוויי שותפים זיצן צוזאמען ביים ביעטש אין פלארידע,
אינמיטן רופט זיך יענקל אהן : אוי וויי משה איך מיין אז איך האב פארגעסן צוצושפארן די סעיף,
ענטפערט עם משה : נא וואס האסטו מורא דו ביסט דאך דא !
פאר קיין שום איד געדאכט, קומט צו מיר א חבר, באלד נאך מעריב, קוים וואס ער שטייט אויף די פוס, ווארפט זיך ווי א לולב הושענה רבה, ער קען נישט קומען צום ווארט.
וואס גייט פאר? פרעג'ך אים, אינגאנצן באזארגט, וואס איז געשען? פון זיינע האלבע ווערטער, פארשטיי'ך, אז ס'מאגן זיינע מאכט פראבלעמען, נו ס'דאך מוצ"ש, נישט יעדער איז אקעי יעדע וואך אזא צייט, מ'האט שוין געהערט אזאנס, אבער אזוי צו פארפירען?
הייב'ך אן איבערגיין מיט אים, ס'קען זיין די טשאלענט? נע דאס עס'ך יעדע וואך,
אפשר די צוויבל קוגל? לכאורה נישט,
וואס איז מיט אלע דיפ'ס? קען נישט זיין,
עפעס אנדערש פון יעדע וואך? זאגט ער יעדע וואך עס'ך איין סארט פיש, לכבוד שבת נחמו, איז געווען פארשידענע ערליי סארטן, אה, דא ליגט די סוד, צדיקים ווערן מגלגל אין פיש, מוז זיין האסט געגעסן פון צוויי ברודער, און זיי קריגן זיך אין דיינע געדערים..
Re: מילתא דבדיחותא
מיין צעשטערטע שבת נחמו.
מיין שווער זז"ג האט געהאט די זכיה מיר צו האבן אויף שבת נחמו פאר א סעודה אין קאנטרי, ביים טיש איז געווען א ריזיגן אויסוואל מכל טוב וטוב ב"ה פון אלע ברענדס אלע מינע דיפלעך והמסתעף, דאס שווער האט בכלל נישט ארויסגעוויזען קיין איינגעהאלטענקייט, אין פאקט האט ער ש'מיר ש'דיר מסיים געווען אפאר קאנטעינערס כיד ה' הטובה עליו, זיי זאגן אז שלמה המלך בשעתו וואלט געווען א בלויזע משל צו דעם אכילה גסה וואס איז דא פארגעקומען, שטייצעך אז צום בענטשן איז מען מכבד דעם גאסט, כ'רוף אויס הויעך 'רבותי מיר וועלן בענטשן' יהי שם כו' פאר עפעס אן אומפארשטענדליכע סיבה האט זיך בטעות ארויסגעזאגט די פאלגענדע: 'ברשות מו"ח בעל בשר הזה' מרנן ורבנן ורבותיי... נאך איידער כ'האב זיך געקענט בכלל צאמנעמען און כאפן וואס כ'האב נארוואס געזאגט, האט זיך געהערט א ווילדער געלעכטער אויסשיס מכל קצווי השלחן אנשים נשים וטף חוץ פון מיך און מיין שווער האט יעדער געשאסן 'לייק דער איז נאו טומאראו'. מיין שווער האט זיך נעבעך גענומען טוישן קאלירן, רויט, ווייס, געהל, פינק, בלוי, פערפל וכו' איך זיץ נאך מיטן בעכער אין האנט און כ'ווייס נישט וואו זיך אהינצוטוהן, זאל איך ווייטער זאגן כאילו לא היה? זאל איך אויסרופן אז כ'האב אן עמערדשענסי? אפשר 'בטעות' איבערדרייען ס'בעכער? ביז וואס ווען וואו, האט מיין שווער אויסגערופן הויעך אז ער שנאדערט פופציג פונט ביז זאת חנוכה!
מיין שוויגער האט מיך געוואלט קושן.
איינער פרעגט א שאלה פון זיין רב אויב מ'מעג אפירזוכן דאס ווייב ביי א שבת שבע ברכות ווען זי איז צווישן אנדערע פרויען אלס חשש בורר.
ענטפערט דער רב: "נאר אויב זי איז אוכל מתוך פסולת ונאכלת לאלתר."
צו דער 40'סטער יארצייט פון זייער חתונה, האט חנוך געפרעגט זיין ווייב, וואס וואלסטו געוואלט?
א טריפ ארום די וועלט? ניין!
א נייע קאר? ניין!
א ווילא אויפ'ן ים? ניין!
א דיימאנד קייטל? ניין!
וואס יא? ווי שאקירט ווערט ער, ווען זי ענטפערט 'א גט' ...
איים סארי זיסקייט, רופט ער זיך אן, כ'האב נישט געטראכט צו ספענדן אזויפיל....
Re: מילתא דבדיחותא
קל וחומרמיין צעשטערטע שבת נחמו.
מיין שווער זז"ג האט געהאט די זכיה מיר צו האבן אויף שבת נחמו פאר א סעודה אין קאנטרי, ביים טיש איז געווען א ריזיגן אויסוואל מכל טוב וטוב ב"ה פון אלע ברענדס אלע מינע דיפלעך והמסתעף, דאס שווער האט בכלל נישט ארויסגעוויזען קיין איינגעהאלטענקייט, אין פאקט האט ער ש'מיר ש'דיר מסיים געווען אפאר קאנטעינערס כיד ה' הטובה עליו, זיי זאגן אז שלמה המלך בשעתו וואלט געווען א בלויזע משל צו דעם אכילה גסה וואס איז דא פארגעקומען, שטייצעך אז צום בענטשן איז מען מכבד דעם גאסט, כ'רוף אויס הויעך 'רבותי מיר וועלן בענטשן' יהי שם כו' פאר עפעס אן אומפארשטענדליכע סיבה האט זיך בטעות ארויסגעזאגט די פאלגענדע: 'ברשות מו"ח בעל בשר הזה' מרנן ורבנן ורבותיי... נאך איידער כ'האב זיך געקענט בכלל צאמנעמען און כאפן וואס כ'האב נארוואס געזאגט, האט זיך געהערט א ווילדער געלעכטער אויסשיס מכל קצווי השלחן אנשים נשים וטף חוץ פון מיך און מיין שווער האט יעדער געשאסן 'לייק דער איז נאו טומאראו'. מיין שווער האט זיך נעבעך גענומען טוישן קאלירן, רויט, ווייס, געהל, פינק, בלוי, פערפל וכו' איך זיץ נאך מיטן בעכער אין האנט און כ'ווייס נישט וואו זיך אהינצוטוהן, זאל איך ווייטער זאגן כאילו לא היה? זאל איך אויסרופן אז כ'האב אן עמערדשענסי? אפשר 'בטעות' איבערדרייען ס'בעכער? ביז וואס ווען וואו, האט מיין שווער אויסגערופן הויעך אז ער שנאדערט פופציג פונט ביז זאת חנוכה!
מיין שוויגער האט מיך געוואלט קושן.
וואס איז די וויץ?
נאר וויצן זענען ערלויבט, אדער סתם א מילתא דבדיחותא איז אויך גוט?
(כ'זעה אז דו האסט עס געלייקט, שטעל איך זיך פאר אז דו האסט געכאפט דעם רמז..)