☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

שמן למאור » מיטוואך אפריל 27, 2022 9:34 pm

· #498693
היות עס איז דא אסאך אידן ביי אונז אין ביה"מ וואס האבן נישט קיין וואטסאפפ, וועלן זיי דאך נישט קענען זען די אלע סטעטוס צו ציילן ספירה, איז כדי זיי זאלן נישט פארגעסן האט מיין רב איינגעפירט א מנהג, אז מען ציילט ספירה גלייך נאך מעריב...

תוהו ובוהו » זונטאג מאי 1, 2022 2:11 pm

· #498914
ווען נישט דיין יעצטיגע פאך וועלכע פאך וואלסטו געטוהן?

יאשקע: שטאלעריי, דאס איז די פאך וואס כ'האב באמת געוואלט, נאר מיין טאטע האט מיר שטארק געדרוקט איך זאל אריינקומען אין די פאמיליע ביזנעס..

קרעדיט: היהודים באים

שמן למאור » זונטאג מאי 1, 2022 5:34 pm

· #498928
להוציא מלבם
📎 IMG_20220501_173338_427.jpg

Lexus » דינסטאג מאי 3, 2022 9:17 pm

· #499218
מה יעשה מי שלא הספיק לעשות ברכת האילנות? יכול לעשות כל חודש איר בלי ברכה.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 3, 2022 9:49 pm

· #499220
שמעון וואלף
סקווערע רבי ריפט אן פוטין זיך באדאנקן פאר'ן באמבעדירן אומאן, ענטפערט פוטין: וואס טיט מען נישט פאר א חבר וואס פירט א קאמעניסטישע שטאט אין אמעריקא
שמעון וואלף: ס'איז דא א ביסל אן אנדערע נוסח אין די דזשאוק: גלייך נאך די עקסידענט אין די נוקלעארע פלענט אין טשערנאביל האט די סקווערע רבי שליט"א אנגערופן דעם דאמאלס'דיגן פרעזידענט, מר. גארבאטשאוו צו באדאנקען פאר מאכן די שטאט טשערנאביל בארימט איבער די גאנצע וועלט. האט פרעזידענט גארבאטשאוו געזאגט צו די רבי. איך וויל אייך באדאנקען פאר מאכן א קאמוניסטישע מדינה אין אמעריקע...!

אהוב את האמת » דינסטאג מאי 3, 2022 10:12 pm

· #499221
"פאר'ן פארשפרייטן טשערנאביל אויף די וועלט... פאר'ן פארשפרייטן קאמוניזם אין אמעריקע.." בזה הנוסח שמעתי וקיבלתי.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 4, 2022 7:27 am

· #499238
עצי שטים
להוציא מלבם
אדער "להוציא מבטנם" 😛

שמן למאור » מיטוואך מאי 4, 2022 11:12 am

· #499249
קעניינעהארע וואס איך האב נארוואס אריינגעריקט אין ביהמ"ד לע"נ ר' ישעי' ב"ר משה

איך קען מיך יעצט נישט לייגן און נישט בייגן...

אהוב את האמת » מיטוואך מאי 4, 2022 11:24 am

· #499251
עצי שטים
קעניינעהארע וואס איך האב נארוואס אריינגעריקט אין ביהמ"ד לע"נ ר' ישעי' ב"ר משה

איך קען מיך יעצט נישט לייגן און נישט בייגן...
מ'פרעסט זיך אן לע"נ ר' ישעי' ב"ר משה און מ'נעמט צו א שיין פאר פונט און נאכדעם דארף מען מקיים זיין די זיך לייגן און בייגן אפצופאלן די איבריגע פונט

שמן למאור » מיטוואך מאי 4, 2022 5:52 pm

· #499290
אן אראבער פרעגט פון א ציוני, "וואס איז דאס די יום הזכרון וואס מען פראוועט היינט?"
ענטפערט ער, "דאס איז צו געדענקען די אידישע געפאלענע סאלדאטן אין די מלחמות"
פרעגט די אראבער "און וואס איז מיט די אלע געפאלענע אראבערס"?
זאגט די ציוני, "אויף דעם גייט מען מארגן פראווענען"...

קידוש » מיטוואך מאי 4, 2022 11:35 pm

· #499329
"די יודען וואס עסן זיך אז אידן עסן ג" איר, עסן דאך אויך לכבוד ר' ישעילע"

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 9:56 am

· #499367
📎 IMG_20220504_174908_243.jpg

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מאי 5, 2022 8:24 pm

· #499433
איינעם'ס שוויגער האט זיך אליין איינגעלאדענט אויף (אין איהרע ווערטער) צוויי דריי טעג.

נאך דריי וואכען רופט זיך אן זיין ווייב צו איהם, ווי אזוי ווערט מען פטור פון איהר איך האלט עס נישט אויס.

זאגט ער היינט ביינאכט פאר נאכט מאהל קאך אפ א זופ און איך וועל זאגען א עס איז דא צו סאך זאלץ זאלסטו זאגען ניין עס איז זייער גוט און אזוי וועט מען זיך ארום טענה'ן ביז זי וועט שוין מוזן גיין.

פיין אומר ועושה זי דער לאנגט די זופ און זיי פאנגען אן יא זאלץ נישט זאלץ ביטער זיס און עס ווערט העכער און העכער און די קולות ווערט אלץ מער און מער.

נאך אפאר מינוט ווען עס איז שטיל געווארען פאר א מינוט גיבט זיך די שוויגער א רוף אן...

עס וועט ענק גארנישט העלפען איך בלייב דא נאך א צוויי חדשים

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מאי 5, 2022 8:26 pm

· #499434
א שנארער האט זיך געדינגעו א קאר און האט אויפגעהאנגען אויף דעם צוויי פאנען... איינס א ארץ ישראל'דיגע און די אנדערע אן אמעריקאנער.

פרעגט איהם איינער וואס איז פשט?

זאגט ער עס איז א בפירוש'ר משנה...

דע מאין באת ולאן אתה הולך

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מאי 5, 2022 8:30 pm

· #499435
איינער גייט פאר דעם ווייסן הויז אין שרייט הויך... דער פרעזידענט איז א פארקאלעכטער בהמה! דער פרעזידענט איז א פארקאלעכטער בהמה!

גלייך קומט צו לויפן די סיקרעט סערוויס און מען וויל איהם ארעסטירען.

שרייט ער איך האב בכלל נישט געמיינט ביידען איך האב אינזין געהאט פרעזידענט פוטין דער פרעזידענט פון רוסלאנד.

רופט זיך אן די סיקרעט סערוויס...

דו מיינסט אז אונז ווייסן נישט ווער עס איז א פארקאלעכטער בהמה?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 5, 2022 9:52 pm

· #499450
פאלאצ'ינטא: דאס איז איינס און א גוטס. נאר איך האב געהערט א ביסל אן אנדער'ן נוסח פון די דזשאוק. איינער שטעלט זיך אויף (ביי א דעבאטע) און ער זאגט. קוקטס וואספארא דעמאקראטישע מדינה אמעריקע איז. א מענטש קען גיין פארנט פון ווייסן הויז און שרייען אז פרעזידענט ניקסאן איז א משוגע'נער. און קיינער וועט איהם גארנישט טון. רופט זיך אן זיין רוסישער קאלעגע. און איך וועלל דיר ווייזן אז רוסלאנד (בימי ה'קאמוניזם) איז א דעמאקראטישע מדינה. א מענטש קען גיין פארנט פון קרעמלין און שרייען אז פרעזידענט ניקסאן איז א משוגע'נער. און קיינער וועט איהם גארנישט טון...!

שמן למאור » פרייטאג מאי 6, 2022 11:49 am

· #499500
פארוואס הייסט ה' אייר יום העצמות?
ווייל ג' אייר האט מען אויפגעגעסן אלע פלייש, און עס בלייבט נאר איבער די עצמות...

yn.NY » פרייטאג מאי 6, 2022 11:54 am

· #499501
עצי שטים
פארוואס הייסט ה' אייר יום העצמות?
ווייל ג' אייר האט מען אויפגעגעסן אלע פלייש, און עס בלייבט נאר איבער די עצמות...
דא דארף מען דרייען מיט די פינגער:

אמער, וואלט דאך "ד' אייר" געדארפט הייסן יום העצמעות?...

שמן למאור » פרייטאג מאי 6, 2022 12:01 pm

· #499502
yn.NY
עצי שטים
פארוואס הייסט ה' אייר יום העצמות?
ווייל ג' אייר האט מען אויפגעגעסן אלע פלייש, און עס בלייבט נאר איבער די עצמות...
דא דארף מען דרייען מיט די פינגער:

אמער, וואלט דאך "ד' אייר" געדארפט הייסן יום העצמעות?...
ד' אייר איז יום הזכרון, ווייל די בויך מאכט זיכער אז מען געדענקט וואס מען האט נעכטן געגעסן...

יין שרף » פרייטאג מאי 6, 2022 1:19 pm

· #499514
yn.NY
עצי שטים
פארוואס הייסט ה' אייר יום העצמות?
ווייל ג' אייר האט מען אויפגעגעסן אלע פלייש, און עס בלייבט נאר איבער די עצמות...
דא דארף מען דרייען מיט די פינגער:

אמער, וואלט דאך "ד' אייר" געדארפט הייסן יום העצמעות?...
אסרו חג גרילט מען נאך

כרם זית » פרייטאג מאי 6, 2022 1:23 pm

· #499515
Re: מילתא דבדיחותא
הדא היא דאמר: א גריל (י''ג גירל) איז א גרויל.

כרם זית » פרייטאג מאי 6, 2022 1:26 pm

· #499516
יל''ע בדרך עבודתו להפסל של קערעסטיר. האם הכונה האכילה כמו שהיו עושים בבעל ובאשירה, או דעיקר עבודתה היא כדרך הפעור בעשיות צרכיו אח''כ.

ונפק''מ כשאכל בג' אייר ונפק בד', וצ''ע.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 6, 2022 5:56 pm

· #499541
עצי שטים
פארוואס הייסט ה' אייר יום העצמות?
ווייל ג' אייר האט מען אויפגעגעסן אלע פלייש, און עס בלייבט נאר איבער די עצמות...
עצי שיטים: פרעגט תוס' א קשיא. ווען ס'איז געווארן יום העצמות איז דאך נאכנישט געווען קיין ג' אייר. נאר ר' חיים פארענטפערט עס. נישט ר' חיים בריסקער. נאר ר' חיים פארקאש.

שמן למאור » זונטאג מאי 8, 2022 5:30 pm

· #499595
איינער האט געטראגן זיין דריי יעריג זון צו אן אפשערן ביים רבין, די רבי האט אים פארהערט די אלף בית, און ער האט זייער פיין געקענט,
דערנאך האט די רבי געזאגט ער זאל זאגן די אלף בית פארקערט באופן תשר"ק, אבער דער אינגל האט בשום אופן נישט געוואלט זאגן,
האט די רבי ארויסגענומען אפאר גראשן פון טאש, און עס געגעבן פאר דעם אינגל, תיכף האט ער זיך גענומען זאגן די אלף בית אויף צוריקציוועגס,

ריפט זיך אהן די טאטע, איך זע אז ער וועט אויסוואקסן א מנהיג ישראל, ווייל פאר אפאר גראשן איז ער גרייט צו זאגן פארקערט...

שמן למאור » מאנטאג מאי 9, 2022 11:54 am

· #499661
עס איז לעבעדיג מיט די טוויט פון אילאן מאסק
📎 Screenshot_20220509-114918_Telegram.jpg

שמן למאור » מאנטאג מאי 9, 2022 11:54 am

· #499662
📎 Screenshot_20220509-115044_Telegram.jpg

שאלתיאל » מוצ"ש מאי 14, 2022 5:53 pm

· #500020
📎 1 (2).PNG

קהל'ס נער » מוצ"ש מאי 14, 2022 10:25 pm

· #500022
א בחור קימט אהיים פון די חתן מדריך די טאג פאר די חתונה אינגאנצן דערשראקן און פרעגט, טאטי, ס'אמת וואס די חתן רבי זאגט אז וכו' וכו'.
זאגט די טאטע יא!
די טיסט עס אויך? יא!
זיידי אויך? יא!
יעדער איינער ממש אזוי? יא!
די רבי אויך? ניין, ער האט א הויז בחור!

פאלאצ'ינטא » זונטאג מאי 15, 2022 6:26 am

· #500054
ביי די סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה האט די הויעך ראנקיגע מיליטערישע חכמים באשלאסען אז מען מוז דא פטור ווערען פון היטלער ימ"שו.

אבער ווי אזוי?

האבען זיי גענומען צוויי אלטע אידן און מען האט זיי געגעבען צוויי ביקסען און צוויי מעססערס און מען האט זיי געזאגט אז מארגן צופרי אום 9.30 גייט ער זיין אויף א געוויסען גאס.

דעם נעקסטען צופרי 8 אזייגער האבן זיי שוין געווארט.

9.30 און ער איז נישט דא.

10 ער קומט נישט.

10.30 אין קול אין עונה.

11.00 נאך אלץ נישט

11.30 און ער איז נאך אלץ נישט דא. רופט זיך און איינער צום אנדערען...

אוי וויי ווי איז ער? איך האף אז גארנישט האט פאסירט מיט איהם.

שאלתיאל » זונטאג מאי 15, 2022 12:17 pm

· #500062
קהל'ס נער
א בחור קימט אהיים פון די חתן מדריך די טאג פאר די חתונה אינגאנצן דערשראקן און פרעגט, טאטי, ס'אמת וואס די חתן רבי זאגט אז וכו' וכו'.
זאגט די טאטע יא!
די טיסט עס אויך? יא!
זיידי אויך? יא!
יעדער איינער ממש אזוי? יא!
די רבי אויך? ניין, ער האט א הויז בחור!
מעניין לעניין, מען פארציילט אויף איינע פון די בעלזער יושבים אין בעלז אינדערהיים וואס האט נישט חתונה געהאט, ווען מ'האט אים געפרעגט וואס טוט זיך מיט פריה ורביה און מיט אויפשטעלן דורות האט ער געזאגט ''נע, פארדעם דארף מען נישט חתונה האבן, מיט איין קוויטל זאת חנוכה קען מען עס פויעלן''..

berlbalaguleh » זונטאג מאי 15, 2022 12:38 pm

· #500065
שאלתיאל: דאס ווערטל זאגט מען נאך פון יושע בהמה. דער גבאי פון ראפשיצער רב. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט נישט חתונה האט ער געזאגט ס'פעהלט נישט אויס אז א ווייב זאלל איהם פארדרייען א קאפ. האט מען איהם געפרעגט. וואס טוטצעך מיט פריה ורביה? האט ער געענטפערט. נו, אויף דעים איז דאך דא די רבי. מיט איין קוויטל קענמען פועל'ן קינדער...!

פאלאצ'ינטא » זונטאג מאי 15, 2022 6:47 pm

· #500113
פאלאצ'ינטא
ביי די סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה האט די הויעך ראנקיגע מיליטערישע חכמים באשלאסען אז מען מוז דא פטור ווערען פון היטלער ימ"שו.

אבער ווי אזוי?

האבען זיי גענומען צוויי אלטע אידן און מען האט זיי געגעבען צוויי ביקסען און צוויי מעססערס און מען האט זיי געזאגט אז מארגן צופרי אום 9.30 גייט ער זיין אויף א געוויסען גאס.

דעם נעקסטען צופרי 8 אזייגער האבן זיי שוין געווארט.

9.30 און ער איז נישט דא.

10 ער קומט נישט.

10.30 אין קול אין עונה.

11.00 נאך אלץ נישט

11.30 און ער איז נאך אלץ נישט דא. רופט זיך און איינער צום אנדערען...

אוי וויי ווי איז ער? איך האף אז גארנישט האט פאסירט מיט איהם.
מענין לעניין באותו ענין...

אינדערהיים אין א קליין שטעטל האט מען ליידער געטראפען א געהרג'טן קריסטליך מיידל און די שמועות האט זיך אנגעפאנגען אז מען פלאנט אן עלילת דם.

האט די 7 טובי העיר צאם גערופען אן אסיפה.

אין מיט'ן לויפט אריין דער ראש הקהל מיט א שמחה...

רבותי! איך האב גוטע נייעס עס גייט נישט זיין קיין עלילת דם, ב"ה דער געהרג'טן מיידעל איז געוועהן א אידישע

מיליאנער » זונטאג מאי 15, 2022 11:46 pm

· #500144

אדער ווי די אנדערע מעשה.

צוויי שותפים האבן געהאלטן ביים שליסן א ריזיגע דיעל אבער די אנדערע צד האט פארלאנגט צייט צו איבערטראכטן, איז געבליבן אז אויב ביז יענעם און יענעם טאג 5 אזייגער קומט נישט קיין שום רעאקציע באדייט דאס אז גייט די דיעל ווייטער בשעטו''מ.

פארשטייט זיך אז די צוויי שותפים האבן נישט געהאט קיין טאג און קיין נאכט, די טעלעפאן צוגעשמידט צום פנים, עס גייט דורך נאך א טאג און נאך א טאג, מ'הערט נישט גארנישט צוריק, די האפענונג וואקסט...

למעשה די לעצטע טאג 4:45...עס קומט אן א מעסעדזש! די צוויי שותפים ווערן בלאס ווי די וואנט, איין שותף נעמט די מיה און ליינט אפ די מעסעדזש מיט א פארכאפטע אטעם, און זיין פנים שיינט אויף: ברוך השם, דיין שוועסטער איז אוועק...

שמן למאור » מאנטאג מאי 16, 2022 12:57 am

· #500152
א קנאי זאגט, אז מען וועט די יאר ארויפגיין אויפן הר מירון, און שרייען ר' ישעי' ב"ר משה, און אלעס וועט האפענטליך אדורכגיין בשלום,
אויב נישט וועט מען זיך מיזן באניצן מיט ר' ישעי'לע'ס לעצטע נאמען...

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 16, 2022 1:14 am

· #500153
האט איינער א חכם געפרעגט. וואס? קערעסטיר?...לאל.

שמן למאור » דינסטאג מאי 17, 2022 11:13 pm

· #500297
שטארקע ווארט
📎 IMG_20220517_231254_713.jpg

פאלאצ'ינטא » זונטאג מאי 22, 2022 9:44 pm

· #500661
איינער גייט אויף א שפאנציר און זעהט אן אינטעריסאנטע לוי' ל"ע.
עס פארט א קאר מיט די ארון און דערנך גייט א אידל מיט א הונטל. און אונטער איהם איז דא א לאנגע ליניע פון בערך 200 מענטשען.

גייט ער צו צום אידל מיט'ן הונט און פרעגט איהם וואס איז פשט ?

גארנישט זאגט ער? דאס איז מיין שוויגער'ס לוי'

אזוי? פרעגט ער ווידער און וואס איז פשט פון די הונט?

פשוט זאגט ער, דאס איז מיין הונט און ער האט ג'הרגט מיין שוויגער.

אזוי, אפשר וואלט איך גקענט בארגען דעם הונט אויף א צוויי טעג?

זיכער ענטפערט ער אבער ערשט גיי שטעל זיך אין די ליניע

פאלאצ'ינטא » מיטוואך יוני 8, 2022 6:04 am

· #501708
עס'ן טשיז קעיק נאך שבועות איז אזוי ווי עס'ן פאטעטא'ס נאך פסח

תרמב » דאנערשטאג יוני 9, 2022 11:51 am

· #501795
נישט ממש...

תפארת » דאנערשטאג יוני 9, 2022 3:29 pm

· #501825
די באשעפער האט געוואלט געבן די תורה פאר יודן, האבן זיי געפרעגט וויפיל קאסט עס האט דער באשעפרע געענפערט חנם,

האבן זיי צוריקגענפערט אהא, אויב אזוי געב צוויי [שבכתב ובע"פ].

שמן למאור » זונטאג יוני 12, 2022 1:23 am

· #501929
נאך סוכות לייגט מען אוועק די סוכה מיט די סכך

נאך חנוכה פאקט מען אוועק די מנורה

נאך פורים לייגט מען די אוועק די מגילה

נאך פסח פאקט מען אוועק די פסחדיגע כלים

נאך ראש השנה לייגט מען אוועק די שופר

און נאך שבועות פאקט מען אוועק די תורה..

וואלווי » זונטאג יוני 12, 2022 1:26 am

· #501930
תפארת
די באשעפער האט געוואלט געבן די תורה פאר יודן, האבן זיי געפרעגט וויפיל קאסט עס האט דער באשעפרע געענפערט חנם,

האבן זיי צוריקגענפערט אהא, אויב אזוי געב צוויי [שבכתב ובע"פ].
קרעדיט: שמעון דזשיגאן - צוויי לוחות

וואלווי » זונטאג יוני 12, 2022 1:27 am

· #501931
עצי שטים
נאך סוכות לייגט מען אוועק די סוכה מיט די סכך

נאך חנוכה פאקט מען אוועק די מנורה

נאך פורים לייגט מען די אוועק די מגילה

נאך פסח פאקט מען אוועק די פסחדיגע כלים

נאך ראש השנה לייגט מען אוועק די שופר

און נאך שבועות פאקט מען אוועק די תורה..
אויב מ'האט עס בכלל ארויסגענומען.....

פאלאצ'ינטא » זונטאג יוני 12, 2022 3:15 pm

· #501968
אין פרשת יתרו שטייט... לא תגנוב
זאגט רש"י אז דאס רעדט זיך פון גניבת נפשות, קידנעפינג.

אין פרשת קדושים שטייט...לא תגובו
זאגט רש"י אז עס רעדט זיך פון גניבת ממון, א פשוט'ר גנב.

פון ווי האט רש"י געוויסט?

לא תגנוב "דו" זאלסט נישט גנב'נן, אזוי רעדט מען צו פשוט'ר עמך אידן.

לא תגובו "איהר" זאלט נישט גנב'נן, צום רבי\רב דארף מען רעדן שענער.

פאלאצ'ינטא » זונטאג יוני 12, 2022 3:21 pm

· #501969
איינער האט געוואוינט לעבן א בית החיים און פלעגט זייער מורא האבן צו גיין אליין ביינאכט. ער פלעגט דארפען האבן א באגלייטער זאהל איהם אהיים נעמען.

איין נאכט נאך מעריב האט ער נישט געטראפען קיינער וועליכע זאהל וועלען גיין מיט איהם. ער ווארט און ווארט לעבען בית החיים און עס ווערט שוין 10 ביינאכט און קיינער קומט נישט. עס ווערט 11 און נאך אלץ קומט קיינער נישט.

ענדליך ארום האלב איינס זעהט ער אן עלטערער איד מיט א לאנגע ווייסע בארד שלעפט זיך מיט א שטעקען שפאצירט ארויס פון דעם בית החיים.

גייט ער צו, און זאגט איהם אנטשולדיגט מיר ר' איד, אפשר קען איך גיין דא מיט אייך? איך האב זייער מורא דא צו גיין אליין.

רופט זיך אן דער אלטער, איך פארשטיי ווען איך האב געלעבט האב איך אויך מורא געהאט דא צו גיין אליין

דוד שריפטליך » מאנטאג יוני 13, 2022 3:45 am

· #502021
פאלאצ'ינטא
אין פרשת יתרו שטייט... לא תגנוב
זאגט רש"י אז דאס רעדט זיך פון גניבת נפשות, קידנעפינג.

אין פרשת קדושים שטייט...לא תגובו
זאגט רש"י אז עס רעדט זיך פון גניבת ממון, א פשוט'ר גנב.

פון ווי האט רש"י געוויסט?

לא תגנוב "דו" זאלסט נישט גנב'נן, אזוי רעדט מען צו פשוט'ר עמך אידן.

לא תגובו "איהר" זאלט נישט גנב'נן, צום רבי\רב דארף מען רעדן שענער.
עס שטייט שוין פון די פריערדיגע צדיקים

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 13, 2022 4:34 am

· #502025
פאלאצ'ינטא
איינער האט געוואוינט לעבן א בית החיים און פלעגט זייער מורא האבן צו גיין אליין ביינאכט. ער פלעגט דארפען האבן א באגלייטער זאהל איהם אהיים נעמען.

איין נאכט נאך מעריב האט ער נישט געטראפען קיינער וועליכע זאהל וועלען גיין מיט איהם. ער ווארט און ווארט לעבען בית החיים און עס ווערט שוין 10 ביינאכט און קיינער קומט נישט. עס ווערט 11 און נאך אלץ קומט קיינער נישט.

ענדליך ארום האלב איינס זעהט ער אן עלטערער איד מיט א לאנגע ווייסע בארד שלעפט זיך מיט א שטעקען שפאצירט ארויס פון דעם בית החיים.

גייט ער צו, און זאגט איהם אנטשולדיגט מיר ר' איד, אפשר קען איך גיין דא מיט אייך? איך האב זייער מורא דא צו גיין אליין.

רופט זיך אן דער אלטער, איך פארשטיי ווען איך האב געלעבט האב איך אויך מורא געהאט דא צו גיין אליין
די אויספיר פון די מעשה האב איך געהערט: דער איד איז אזוינס אנטלאפן, ער לויפט נאך יעצט...

פאלאצ'ינטא » מאנטאג יוני 13, 2022 3:24 pm

· #502063
שמעקעדיג
די אויספיר פון די מעשה האב איך געהערט: דער איד איז אזוינס אנטלאפן, ער לויפט נאך יעצט...
באמת דארף מען דאס נישט צולייגען, דאס פארשטייט מען אליין

פאלאצ'ינטא » מאנטאג יוני 13, 2022 3:29 pm

· #502064
איך פלעג האבען אן אלטער איטאליענער שכן. זיין ווייב איז א אמהאל אהיים געקומען און איהם געזאגט...

איך בין יעצט געוועהן ביי א זיצונג פון מיינע חברת'ת און אונז האבן באשלאסען אז אויב וויל איך נישט קאכען פאר דיר, מוז איך נישט.

רופט ער זיך אן... אויב דו גייסט אויפהערן קאכן פאר מיר, וועסטו מיך נישט זעהן פאר צוויי וואכען!

פיין זאגט זי, און זי האט נישט געקאכט, און זי האט איהם טאקע נישט געזעהן פאר צוויי וואכען ...

אבער נאך די צוויי וואכען... ווען די געשווילאכטס איז אראפ... האט זי איהם געקענט זעהן אביסעל, דורך איין אויג..

תרמב » דינסטאג יוני 14, 2022 3:26 pm

· #502148
צוויי גאר פעשע אידן האבן זיך געשטעלט פארנט פון די סאלדאטן ביי די באקינגהאם פאלאץ פרובירנדיג זיי צו מאכן לאכן, זיי האבן געמאכט פאקסן, וויצלעך, וכדומה, און גארנישט די סאלדאטן רירן זיך נישט, נאך עטליכע מינוט האבן זיי זיך ארומגערוקט און ארויסגעשלעפט די ביקס און געמאכט די מאנעוורעס וואס זיי מאכן יעדע עטליכע מינוט, די גראבע אידן האבן געמיינט אז די ביקסן מיינט מען זיי, נישט וויסנדיג אז די סאלדאטן טוען דאס יעדע פאר מינוט, זיי האבן זיך גאר שטארק דערשראקן און זיך גענומען לויפן מיט אלע זייערע כוחות, נאכן לויפן פאר עטליכע מינוט האט זיך איינער פון זיי געגעבן א כאפ דעם אטעם און געגעבן אזא קליינע קוק צוריק, זעהט ער פון דערווייטענס ווי די סאלדאטן קאטשענען זיך פאר געלעכטער צוזעענדיג זייער געלויפעכטס.....