☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:24 pm

· #351520
דזשעיקאבסאן.mp3
📎 דזשעיקאבסאן.mp3

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:35 pm

· #351522
ונבנתה העיר: ייש"כ. וואונדערבאר. ס'איז דא אן ענליכער מאמר פון דר. פיל. אליינס געהערט מפה קדשו...!
Someone says...I love humanity. It's people that I can't stand... 😂

גר ותושב » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 9:39 am

· #351547
Re: מילתא דבדיחותא
די נ נח'ס האבן אמאל פרובירט ארויף צו טראגן רבי נחמן מהאט זיי געכאפט בשעתן גראבן זאגט מיך איינער אז ווען זיי זענען קליג נעמען זיי קודם ארויף די נ דערנאך די נח נאכדעים די נחמ און צום סוף די נחמן וואלט מען זיי נישט געכאפט.

ציבעלע-קיגל » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:43 pm

· #351568
צוויי נ נחניקים זיצען און רעדן וועגן משיח, און פוקט קומט ער אן... משיח איז דא... רופט זיך אן איינער צום אנדערען... א שאד א שאד אונז האבען נישט גערעדט פון רבי'ן

קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 4:05 pm

· #351581
AUD-20160929-WA0238.mp3
📎 AUD-20160929-WA0238.mp3

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:22 pm

· #351584
ציבעלע-קיגל
דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס סאקמר זעהט אזוי אויס. אז זיי קענען דערציילען אזעליכע מעשות אויף זייער רבי. צו עס איז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין חילוק.

ציבעלע קוגל: דיין לימוד איז נישט קיין גוטער לימוד. ווייל איך קען רעבעס וואס אין א ביליגערע קאר ווי א קעדדי מיט אפישל פלעיטס זעצן זיי זיך נישט אריין...מה נאמר ומיינע ווייבער, אויף דעים...? איך מיין ח"ו נישט קיינעם. נאר איך פארגין פאר א יעדן צו זאגן וואספארא דזשאוקס זיי ווילן. איך לערן ארויס מצוות פון א פסוק. נישט פון א דזשאוק... 🙄

ציבעלע-קיגל » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:35 pm

· #351588
berlbalaguleh
ציבעלע-קיגל
דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס סאקמר זעהט אזוי אויס. אז זיי קענען דערציילען אזעליכע מעשות אויף זייער רבי. צו עס איז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין חילוק.

ציבעלע קוגל: דיין לימוד איז נישט קיין גוטער לימוד. ווייל איך קען רעבעס וואס אין א ביליגערע קאר ווי א קעדדי מיט אפישל פלעיטס זעצן זיי זיך נישט אריין...מה נאמר ומיינע ווייבער, אויף דעים...? איך מיין ח"ו נישט קיינעם. נאר איך פארגין פאר א יעדן צו זאגן וואספארא דזשאוקס זיי ווילן. איך לערן ארויס מצוות פון א פסוק. נישט פון א דזשאוק... 🙄

דו ביזט נישט גערעכט. ווייל ברענגען א ראי' פון אזעליכע וואס באנוצען זיך נאר מיט לייטס און סיירינעס און אפישעל פלעיטס.

דאכט זיך אבער אז דער אלטער סאקמרער רב איז נישט געוועהן אזוי.

וועגען זאגען דזאקס, ביזט גערעכט איעדער קאן זאגען וואס ער וויל אבער עס ווייזט אויף א מין מענטש וואס קאן זאגען אזא דזאק אויף זיין רבי... זאג עס כאטש אויף א צווייטען.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:48 pm

· #351590
ציבעלע קוגל: אבער ביי מיר איז דער דזשאוק מורה אויף וועם מ'זאגט עס...! ס'דא א זיס ווערטל...מ'האט פארציילט פאר 3 חסידים א מימרא פון זייער רבי. א סקווירא'ער, א באבוב'ער און א סאטמער'ער. די רבי האט געהייסן אז דער חסיד זאלל אראפשרינגען פון דאך פון א הויכן בילדינג...דער באבוב'ער האט געזאגט..."ס'קען נישט זיין. מיין רבי הייסט נישט טון אזעלכע זאכן...דער סקווירא'ער האטציך אנגעטון א גארטל און געגאנגען אראפשפרינגען...דער סאטמער'ער האט געזאגט (בימי הברך משה זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן)...איך זאלל דזשאמפן...? זאלל ער דזשאמפן... 😂 🙄

ציבעלע-קיגל » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 7:30 pm

· #351591
berlbalaguleh
ציבעלע קוגל: אבער ביי מיר איז דער דזשאוק מורה אויף וועם מ'זאגט עס...! ס'דא א זיס ווערטל...מ'האט פארציילט פאר 3 חסידים א מימרא פון זייער רבי. א סקווירא'ער, א באבוב'ער און א סאטמער'ער. די רבי האט געהייסן אז דער חסיד זאלל אראפשרינגען פון דאך פון א הויכן בילדינג...דער באבוב'ער האט געזאגט..."ס'קען נישט זיין. מיין רבי הייסט נישט טון אזעלכע זאכן...דער סקווירא'ער האטציך אנגעטון א גארטל און געגאנגען אראפשפרינגען...דער סאטמער'ער האט געזאגט (בימי הברך משה זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן)...איך זאלל דזשאמפן...? זאלל ער דזשאמפן... 😂 🙄

גוט, אבער עס ווייזט נאר אויף די היינטיגע חסידים

יהושע חיים » זונטאג אקטאבער 2, 2016 12:37 pm

· #351648
היינט איז א ענין צו קויפען א ביקס, צו שיסען א גוט יאר, און פאר א רמז אז מיר זענען אלע גוט צושאסן.

ליפא » זונטאג אקטאבער 2, 2016 1:02 pm

· #351649
געזען מושב זקנים גיין אין מקוה

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 2, 2016 3:24 pm

· #351664
ער איז אזוי געגאנגען אין מקווה ווי זיין ווייב האט א שפיצל... 🙄

דער דאס » דינסטאג אקטאבער 4, 2016 6:34 pm

· #351671
א יונגערמאן אביסל צושאקלט, האט זיך מיר אויס גערעדט דאס הארץ, אגאנץ יאר שפילט אים נישט די מזל, וואס ער וויל גייט אים פארקערט, האט ער באשלאסן ער גייט כאפן א דרימל ראש השנה נאכמיטאג, אפשר וועט אים געלונגען צו פארשלאפן זיין מזל.. און פון יעצט און ווייטער וועט אים שוין גיין אביסל גרינגער.

כ'בין אזא שלימזל קרעכצט ער, כ'האב נישט געקענט איינשלאפן..

Djיאמי » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 5:40 pm

· #351931
ליצני הדור

Sent from my C6743 using Tapatalk

ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 4:23 pm

· #352271

קל וחומר » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 4:41 pm

· #352272
Re: מילתא דבדיחותא
מיין חבר פרעגט מיר יעצט ערב יוה"כ טאמער כ'בין שוין א כזית אנגעצויגן.

mevakesh » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 4:44 pm

· #352273
Re: מילתא דבדיחותא
יום כיפור דארף מען ככותבת

קל וחומר » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:25 am

· #352314
Re: מילתא דבדיחותא
היינט געזען א איד זאגט וידוי און קלאפט זיך ס'בייכל.

דער דאס » זונטאג אקטאבער 16, 2016 12:51 am

· #352551
א טאטע האט אויפגעוועקט זיין בחור סוכות אינדערפרי, ס'איז שפעט מ'גייט שוין דאווענען, דאס קינד האלט נישט ביים ארויס קומען פון בעט, מיט'ן טענה אז שלאפן אין די סוכה איז א מצוה, און 'העוסק במצוה פטור מן המצוה' דארף ער נישט גיין דאווענען..

האט דער טאטע אים אראפגעלאזט צוויי קלינגעדיגע אויף ביידע זייטן, און געזאגט 'המצטער פטור מן הסוכה' זיי מוחל לויף אין שול..

יהושע חיים » זונטאג אקטאבער 16, 2016 1:35 am

· #352559
Re: מילתא דבדיחותא
שלאפן אין סוכה איז מן התורה נוסח\זמן תפילה איז דרבנן
אבער דער עצה פון די טאטע וועט אויך העלפן

דער דאס » זונטאג אקטאבער 16, 2016 5:25 am

· #352574
א בריסקער האט זיך געזעצט אין די סוכה אן הויזן וכו' און האט מסביר געווען, אז ער וויל מקיים זיין די מצוה פון זיצן אין די סוכה אן א חציצה..

דער דאס » מיטוואך אקטאבער 19, 2016 5:15 pm

· #352639
זייער אלט, אבער נאך אלס גוט..

כneייביp לכתlב בeיlJי בlnל הyiNד, Tה Nה eיiצk .k גul ד yiNד

וואלווי » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:44 am

· #352742
דער דאס
א טאטע האט אויפגעוועקט זיין בחור סוכות אינדערפרי, ס'איז שפעט מ'גייט שוין דאווענען, דאס קינד האלט נישט ביים ארויס קומען פון בעט, מיט'ן טענה אז שלאפן אין די סוכה איז א מצוה, און 'העוסק במצוה פטור מן המצוה' דארף ער נישט גיין דאווענען..

האט דער טאטע אים אראפגעלאזט צוויי קלינגעדיגע אויף ביידע זייטן, און געזאגט 'המצטער פטור מן הסוכה' זיי מוחל לויף אין שול..

מענין לענין...

א טאטע האט אויפגעוועקט זיין בחור 11 אזייגער סוכות אינדערפרי פון די סוכה אריינפארענדיג " די שגץ איינער, אפשר קולערסט זעך שוין ארויס פון בעט?" זאגט דער צדיק'ל "שינת רשעים נאה להם ונאה לעולם, נישטא א שענערע נוי סוכה ווי דעם"

טאמבל סאס » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 11:12 am

· #352909
Re: מילתא דבדיחותא
געהערט פון ראביי דזשאנאטאן סאקס די יו"ט: וואס קומט ארויס ווען מ'שטעלט צוזאם א משיחיסט מיט א יעקע?
א משיח וואס קומט אין צייט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 11:16 am

· #352910
Re: מילתא דבדיחותא
נאך פון עם: וואס כאראקטאזירט א מתפלל אין א יעקע שוהל אויף א שמיני עצרת צופרי?
אז ער זאגט אהן זיין פרוי דאס ער וועט אהיימקומען שפעט היינט ווייל מען טוישט צו מוריד הגשם.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:02 pm

· #352911
Re: מילתא דבדיחותא
טאמבל סאס
געהערט פון ראביי דזשאנאטאן סאקס די יו"ט: וואס קומט ארויס ווען מ'שטעלט צוזאם א משיחיסט מיט א יעקע?
א משיח וואס קומט אין צייט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ויש אומרים, א משיח וואס קומט גענוי צען מינוט שפעט אויף א קביעות.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

פייער אפפער » מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 11:09 pm

· #353144
Re: מילתא דבדיחותא
ווי אזוי האט מען דערקענט אויף א בחור וואס פארט אפ פאר 20 יאר צוריק?

1) קורצע פיאו'לעך

2) פענסי אייזענע גלעזערנעם

3) באהאלט זיך די ציצית

4) רעדט פון פראסטע זאכן א גאנצן טאג

2016 אבער:

1) לאנגע פיאות

2) גרויסע לאנגע בלויע ציצית

3) קעצי גלעזער

4) רעדט פון באשעפער א גאנצן טאג.

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

דער דאס » דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 7:15 pm

· #353359
אביסעלע שיריים פון סוכות..

וואס איז די חילוק צווישן א ליטוואק און א חבד'סקער?

א ליטוואק באקוקט זיין אתרוג אפאר הונדערט מאל, און ניצט עס קוים איין מאל..

א חבד'סקער באקוקט זיין אתרוג קוים איין מאל, און ניצט עס אפאר הונדערט מאל..

דער דאס » דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 7:17 pm

· #353360
פארוואס הייסט סוכות 'זמן שמחתינו'? וואס איז די גרויסע שמחה?

א גאנץ יאר טראכט מען, יעדער האט אזא שיינע שלום בית, איך בין דער איינציגער וואס קומט זיך נישט אויס מיט מיין ווייב, קומט סוכות, הערט מען אז ביי די שכנים איז גארנישט בעסער..

ציבעלע-קיגל » מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 12:32 pm

· #353409
א חסיד פון העלבראנס מיט די גאנצע משפחה (פארשטייט זיך אז זיי זענען אנגעטוהן ווי פיסלעמעינער) קומען אן אין JFK עיר פארט. דער TSA גארד קוקט אריין אין זיין פאספארט, און קוקט איהם אן, און פרעגט... טאליבאן?

ענטפערט ער ניין, טייטלבוים...

ציבעלע-קיגל » מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 2:19 pm

· #353421
דער דאס
פארוואס הייסט סוכות 'זמן שמחתינו'? וואס איז די גרויסע שמחה?

א גאנץ יאר טראכט מען, יעדער האט אזא שיינע שלום בית, איך בין דער איינציגער וואס קומט זיך נישט אויס מיט מיין ווייב, קומט סוכות, הערט מען אז ביי די שכנים איז גארנישט בעסער..

דאס איז דער רוז'ינער'ס ווארט...

ונבנתה העיר » פרייטאג נאוועמבער 4, 2016 1:03 am

· #353553

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 4:09 pm

· #353683
יעצט אז די שוועדישע רעגירונג איז אפיציעל ארויף געקומען אז ראול וואלענבערג איז אפיציעל טויט האט עס געגעבן האפענונג פאר חרדישע יודען אז מען וועט נאך אמאל קומען צי closure וועגען די פטירה פונ'ם לעצטען ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל.

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 3:51 pm

· #353788
בכל אופן וועט דא זיין היסטארישע עלעקשאנס ווייל ס'גייט נישט זיין א first lady אין די ווייט האוז, אויב מעלאניע וועט זי זיין third lady און אויב ביל וועט ער זיין פירסט מען.

שטיינער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 10:10 pm

· #353849
מיינסט אוודאי צו זאגן, אדם הראשון.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 3:39 pm

· #354134
ר' משה קומט צום רב און זאגט איהם, רבי, עס איז ביטער, מיין ווייב וויל מיר פארסם'ן.

פרעגט דער רב, פארסם'ן? פארוואס זאגסטו דאס?

ענטפערט ער, רבי איך ווייס פאר א פאקט.

זאגט איהם דער רב, לאז מיר רעד'ן מיט דיין ווייב און איך וועל זעהן, און אונז וועל'ן שוין רעד'ן מארגען.

אויף מארגען קומט ער צוריק צום רב און דער רב זאגט איהם, ר' משה איך האב נעכטען גערעדט מיט דיין ווייב און עס איז נאר דא איין עצה פאר דיר... נעם איין די סם!

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 5:03 pm

· #354152
געהערט:

נישט צו פארשטיין פארוואס די גלויביגע קריסטען הענגען צלמים, וואס וואלט יאשקע געזאגט צי דעם? שטעלט אייך פאר איינער גייט צי צי קענעדי'ס אלמנה און ווייזט איהר אז ער טראגט א שיינעם רייפעל פין אלס אנדענק פון איר מאן...

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 5:07 pm

· #354153
וואס פארשטייסטו נישט? ס'איז צו אויפוועקן די שנאה.
----
דבר בעתו מה טוב.. (עי' ערך דוק ימ"ש)

פליקער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 8:24 pm

· #354163
Re: מילתא דבדיחותא
פרעזידענט טראמפ

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 8:27 pm

· #354164
פליקער
פרעזידענט טראמפ

חהחהחהחהח חחהחהחהח חחחהחהחהחה 😂 😂 😂 😂 😂 😂
שוין לאנג נישט געלאכט דאס וועט זיין דער ווערטל דער דזשאוק פאר די נעקסט הינדערט יאר

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 10:52 am

· #354212
וואלווי
געהערט:

נישט צו פארשטיין פארוואס די גלויביגע קריסטען הענגען צלמים, וואס וואלט יאשקע געזאגט צי דעם? שטעלט אייך פאר איינער גייט צי צי קענעדי'ס אלמנה און ווייזט איהר אז ער טראגט א שיינעם רייפעל פין אלס אנדענק פון איר מאן...

געהערט ווי א חבר מיינע פרעגט א מיסיאנער, אויב יאשקע וואלט ווען געהארגעט געווארען דורך ווערען אראפגעקלאפט דורך א טראק, וואלטען ענק אויפגעהאנגען א טראק?

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 2:56 pm

· #354255
יעצט געהערט אז סקווירא האט געאפערט פאר הילערי א צומער און די קימפעטארען היים

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:40 pm

· #354770
הרב שמואל אליהו במענה לשאלה האם יש להתייחס לעובדה שדונלד טראמפ בגימטריה 'משיח בן דוד' השיב: דונלד טראמפ בגימטריה גם 'חצי מנה פלאפל'.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:47 pm

· #354774
ונבנתה העיר
הרב שמואל אליהו במענה לשאלה האם יש להתייחס לעובדה שדונלד טראמפ בגימטריה 'משיח בן דוד' השיב: דונלד טראמפ בגימטריה גם 'חצי מנה פלאפל'.

שטימט טאקע, וואס דארף מען אפלערנען?

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:49 pm

· #354775
שטימט דאך יא?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:50 pm

· #354776
ונבנתה העיר
שטימט דאך יא?

גערעכט, פארראכטען

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:28 am

· #354836
אויב אזוי גייט ער טאקע מכבד זיין דעם עולם ביים איינשווערען מיט פלאפל? אדער גייט סקווער און סאקמאר אסר'ן צו עסען פלאפל ווייל זיי האבען אינדארסירט די מכשיפה

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:01 am

· #354839
ליטוואק פון בודאפעסט
ונבנתה העיר
הרב שמואל אליהו במענה לשאלה האם יש להתייחס לעובדה שדונלד טראמפ בגימטריה 'משיח בן דוד' השיב: דונלד טראמפ בגימטריה גם 'חצי מנה פלאפל'.

שטימט טאקע, וואס דארף מען אפלערנען?

אז משיח בן דוד איז גימאטריא חצי מנה פלאפל

נאטירליך » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:24 am

· #354840
אז numerarical value פון א ווארט קען מען נישט ציען קיין שום מסקנא

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:52 am

· #354844
דער גימטריא פון רשע גדול איז 613.

וואס פערצופאל איז אויך דער גימטריא פון משה רבינו.