מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
דער יין שרף האט אינסטאלירט עפעס א דעטעקטער דא אין שטיבל, אז ווען אימער ס'רעדט זיך דא פון יי"ש והמסתעף והגלילות איז דער בחור דא...
נ.ב. א לייק פאר דיין נייע חתימה 👍
מתבודדדער יין שרף האט אינסטאלירט עפעס א דעטעקטער דא אין שטיבל, אז ווען אימער ס'רעדט זיך דא פון יי"ש והמסתעף והגלילות איז דער בחור דא...
נ.ב. א לייק פאר דיין נייע חתימה 👍
תירוש מיט יצהר גייען צוזאמען
קאווע שטיבל can make us high
I would call it happy coffee
וויבאלד יין שרף איז אריינגעמישט
יין שרף איז שוין סעמיי ריטייערט. ער קריכט נאר ארויס פן די לעכער ווען מ'קען געבן א שטעך פאר בערל בעל עגלה וכדומה. נאכדעים גייט ער צוריק צו זיין פלעשל בראנפן. איך בין איהם מקנא...!
נישט קיין מילתא דבדיחותא, אבער א מילתא וואס ברענגט א שמייכל
א איד וואס ארבעט אין מאנהעטן, דאווענט אויפן טרעין מיט א מנין קבוע [יא מיט א ספר תורה] האט זיך געטראפן מיט א הלכה שאלה.
זיין סטאפ קומט אסאך מאל אויס פונקט אינמיטען קריאת התורה. ארויסגיין טאר מען נישט ווייל ועוזבי ה' יכלו (ברכות ח.)
ווידער, פארפאסען זיין סטאפ און צוריק גיין מיט די קומעדיגע טרעין מאכט עם קומען שפעהט צו די ארבעט.
זיין רב האט געפאָ'ערד זיין שאלה צו רב וואזנער זצ"ל (וואס כידוע פלעגט אויפקומען מיט היתרים פאר שעת הדחק)
די פסק איז געוועהן: גיי אראפ ביי דיין סטאפ, אבער בלייב שטיין נאנט צום טיר און הער זיך ווייטער צו ביז די טרעין פארט אוועק
ווייל: מ'טאר נישט זיין קיין מניח ס"ת ויוצא - מ'מעג נישט אוועק גיין פון די ביהמ"ד
אבער די ביהמ"ד מעג אוועק פארען פון דיך 😃
דערמאנט מיר פון די עצה פאר בורר שבת, למשל עס פאלט אריין א שמוץ אין די זופ - האלט דעם שמוץ אינעם לעפל און שלעפ אוועק די זופ פונעם לעפל, אזוי איז עס אוכל מתוך פסולת.
(גראדע א אמת'ע עצה, שוין געהערט ערליכע אידן נוצן עס למעשה.)
אבי מ'רעדט זיך אפ אז די תורה איז שווער.. זעט עטץ! ס'דא אן עצה פאר אלעס..!
הרב שמן למאור איז גאר שטארק מקפיד נישט צו שרייבן קיין כפירה אפי' ברמיזה 😂 😂 😂
שעפטאל
ווייל: מ'טאר נישט זיין קיין מניח ס"ת ויוצא - מ'מעג נישט אוועק גיין פון די ביהמ"ד
אבער די ביהמ"ד מעג אוועק פארען פון דיך 😃
א מעשה מרכבה..
Re: מילתא דבדיחותא
א פרוי האט געפרעגט רב וואזנער אז זי האט א מאן וואס איז אזא מח דחוק, ער שאפט איר אזא דרוק, זי וויל אים אפי' נישט אינעווענדיג צווישן די שקיעה און ביהש"מ.
האט ער געזאגט, בשעת הדחק איז גענוג א שנעלע שטופ מיט די פינגער און פארטיג. מ'ברויך נישט מאריך זיין.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
פאסירט אמאהל ביי א לוי' ל"ע פון א עלטערע פרוי אז בשעת מען האט איהר געפירט צו די קבורה האט מען נישט באמערקט א גרוב, און צוויי פון די וועלכע האבען געטראגען דעם ארון זענען געפאלען. אוודאי איז דער ארון אויך געפאלען. מען לויפט צו עס אויפצוהייבען און מען הערט ארויס פון דעם... א שטארקע קרעכץ...
אוי אווווי.
מען מאכט דאס אויף און ווינדער איבער ווינדער, זי לעבט! און האט געלעבט דערנאך נאך פופצען יאהר. ביז זי איז נעבעך נפטר געווארען.
ביי די לוי', אזוי ווי מען פירט איהר צו די קבורה... אינמיטן גיבט איהר איידים א שריי... זייט פארזיכטיג! עס איז דא א גרוב דארט!
משה און שרה האבען נאך יאהרען נאך די חתונה נישט געהאט קיין שלום בית ל"ע
איינמהל קומט משה אהיים און זאגט צו זיין ווייב... איך האב היינט געהערט א שיינע גראם; שרה, א כפרה.
ענטפערט זי... איך האב אויך א גראם, משה דו גייסט פגר'ן.
זאגט ער, אבער עס איז נישט גלייך?
זאגט זי צוריק, עס מוז נישט זיין גלייך, איך קען ווארטען אפאר טעג
א אידל איז געפארען אין מארק פארקויפען פיש און האט אויפגעהאנגען א שילד "פרישע פיש צום פארקויפען"
זאגט איהם איינער, מען דארף טראכטען ווי א סוחר, דיין שילד איז צו לאנג נעם אראפ דעם ווארט פרישע, אויב דו פארקויפסט פיש מסתמא איז עס פריש.
האט ער געטוישט דעם שילד צו "פיש צום פארקויפען"
זאגט איהם א צווייטער דו טראכסט נאך אלץ נישט ווי א סוחר עס איז נאך אלץ צו לאנג מען פארשטייט אליין אז אויב דו ביזט דא אין מארק מיט פיש מסתמא איז דאס צום פארקויפען
האט ער ווידער געטוישט און אויפגעהאנגען א שילד "פיש"
קומט צו גיין א דריטער און זאגט איהם פארוואס דארפסטו בכלל א שילד פון דעם שמעק דערפון ווייסט מען שוין אליין וואס דו האסט דא
Re: מילתא דבדיחותא
זעקל האט אויפגעהאנגן א גרויסע מודעה אין פאליש, אז גלייך נאכן דאווענען פרייטאג צונאכטס האט ער א גרויסע מעלדונג אויסצוריפן.
דער עולם איז שוין געשטאנען געשפאנט א גאנץ דאווענען, וואס קען ער דען אזוי וויכטיג מעלדן...?
נאכן דאווענען, דער עולם ווארט שוין אומגעדולדיג, זעקל גייט צו צום בימה מיט געמאסטענע טריט, ער געבט א קלאפ אויס אויף בלעמער, "רבותי! ענק ווייסן וואס איך וויל ענק אצינד זאגן"?? דער עולם זאגט מיט גרויס נייגער... "ניין"!! "נו אויב אזוי", זאגט זעקל, "קומט זיך ענק נישט אז איך זאל ענק זאגן" און ער שפאצירט אוועק פונעם בימה...
די נעקסטע וואך הענקט שוין ווידער די זעלבע מודעה, דער עולם ווארט שוין ווייטער אומגעדולדיג, און אודך, נאכן דאווענען גייט זעקל צו צום בימה און פרעגט, "רבותי! ענק ווייסן וואס איך וויל ענק דא פארציילן"?? דער עולם געדענקנדיג וואס האט פאסירט פאריגע וואך, האבן זיך אלע ספאנטאן גענומען צו שרייען, "יא יא, מיר ווייסן"!! "אויב אזוי" זאגט זעקל, "פעלט שוין נישט אויס אז איך זאל ענק זאגן... ענק ווייסן שוין סייווי" און ער שפאצירט אראפ פונעם בימה.
די נעקסטע וואך ווידער א צעטל... דער עולם פלאצט שוין פאר נייגער, מען האלט עס נישט אויס. זעקל שפאצירט ארויף צום בימה נאכן דאווענען און פרעגט "נו רבותי! ווייסן ענק וואס איך וויל ענק אצינד זאגן"? ס'האט זיך אפגעטון א כאאס אין ס'מעדריש, האלב עולם האט געשריגן יא, ס'אנדערע העלפט האט געשריגן ניין, ס'געווארן יו"ט אינדערוואכן.
אויב אזוי, זאגט זעקל, זאל די האלב עולם וואס ווייסן, פארציילן פאר די האלב וואס ווייסן נישט... און ער האט ארויסשפאצירט פון ס'מעדריש...
די לעצטע חלק דערמאנט מיר די מעשה פון אן עושר וואס זיינע קינדער און אלע גבאי צדקה זענען אים נאכגעלאפן פאר געלט, האט ער זיך אנגעריפן צום באשעפער, גאט טייערע, טו מיר א טובה, איך שיק דיר א רשימה און זיי אזוי גוט אין שיק די געלט גלייך צי יעדן, לאז מיר ארויס פון די גאנצע אנשיקעניש.
א איד איז געזעצן אין בית כסא אין בית מדרש און זיך גאר שטארק אפגעמוטשעט מיט א קאנסטיפאציע, אינמיטן הערט ער ווי איינער יאגט אריין, און וואפס, יענער איז געבענטשט געווארן מיט א דייעריע, און איינס צוויי דריי די גאנצע מעשה איז געווען אינדרויסן, דער ערשטער רופט זיך אן הויעך איך בין דיר מקנא...
דער צווייטער האט געענטפערט האסט נישט וואס צו מקנא זיין, איך האב נישט אנגעיאגט אראפ צו ציען די הויזן...
דאס איז פשט, הויזן זה ששמע...
ומהויזן לגאטקעס
געווען אמאל א איד, וואס איז נעבאך געווען לאו חכים טובא ולאו טיפש זוטא. ס'איז אים אריין א דזשוק אין קאפ אז ער וויל קענען פארוואנדלט ווערן צו א רואה ואינו נראה. ער איז געגאנגן צום רב בעהטן פאר די יחודים וסודות.
דער רב איז געווען א געשמאקער אידל, דער רב האט אים אויסגעלערענט די הייליגע פארבארגענע יחודים...
אונזער אידל איז געווען אין זיבעטן הימל פאר פרייד, ער האט זיך געשפירט געהויבן ביז גאר, און ער האט טאקע באשלאסן זעלבסט אויסצופרובירן צו די יחודים ארבייטן ווירקליך.
ס'איז שבת אינדערפרי, דער עולם זינגט מיט א לעבעדיגקייט דעם קל אדון, און אונזער צדיק שפאצירט אריין אין בית מדרש נאקעט ווי אינעם טאג פון געבורט, בלויז די גאטקעס האט ער אנגעהאט... ער איז געווען ביי די מיינונג אז קיינער זעט אים ממילא נישט... ווי ס'איז זעלבסט-פארשטענליך איז דער עולם איינגעגאנגען פאר געלעכטער...
דער איד האט זיך באלד געכאפט אין וואס פאר א צושטאנד ער געפונט זיך, ער האט געוואלט צוריק אריינגיין אין די לאך פון ווי מ'קומט, אבער ס'איז צו קליין...
מיט פארדרוס פרעגט ער דעם רב, פארוואס האט מיר דער רבי אזוי גוט מסדר געווען? ענטפערט אים דער רב: די יחודים האבן טאקע געארבייט מ'האט דיך טאקע נישט געזען, מ'האט אבער געזען ווי א ווייסע גאטקע לויפט ארום אין בית מדרש, צוליב דעם האט דער עולם געלאכט, פרוביר אריין שפאצירן אין בית מדרש אן די גאטקעס, וועלן מיר זען צו עמיצער וועט דיך זען...
@קאך_לעפל דערציילט עס מעשה (ביי: קאמישע מייסעלעך. קעפל: רואה ואינו נראה)
אז מען רעדט פון אינטערהויזן, דערמאן איך זיך אזא מעשה מנורה.
געווען אמאל א איד, ווייסטע... פון די סארט אידן וואס פארן שוין פאר פיפציג יאר, יעדן איינציגסטן טאג אויפן זעלבן באן קיין מאנהעטן, 7:30 צופרי נאך שחרית. הקיצור, ער זיצט אזוי לאנגווייליג, און זעט פארנט פון זיך זיצט אזא יום זה מכובד מיט א געביגלטן סוט, און עס שטעקט זיך ארויס א ווייסע פאדעם פון זיין הויזן טאש.
דער אידל האט נישט וואס צו טון, געבט ער זיך א בייג צו און נעמט זיך שלעפן... ער שלעפט און שלעפט... אבער ס'ענדיגט זיך נישט. ממש די גאנצע וועג האט ער געשלעפט, ענדליך סוף וועג האט זיך די פאדעם אויסגעניצט, שוין, כאטש האט ער היינט געהאט וואס צו טון.
דער אנדערן טאג אינדערפרי טרעפט ער זיך נאכאמאל זיצן אין בעק פון דעם ב'גדול'טע פערזאן. ער הערט זיך אינטער ווי ער רעדט אויפן טעלעפאן צו זיין אשת חיל איבערן אטלאנטיק. "ס'איז א פאני פלאץ דא דעי אמעריקע, נעכטן נאכן גרויסן ביזנעס מיטונג, בין איך אריין אין מיין האטעל צומער, זיך אויסגעטון ס'הויזן, און וואונדער איבער וואונדער, די אינטערהויזן מיינע איז עפעס פארשוואונדן געווארן ווי אין וואסער אריין"...!
א חסידישע רב איז אמאל געזיצן ביי א אסיפה מיט רעפארם ראביי'ס, און ער איז א גאנצן צייט געווען פארנומען אז מען דארף זיך האלטן צו מסורה און זיך נישט אוועקרירן פון אונזערע זיידעס און עלטער זיידעס דרכים, ביז איין ראביי איז שוין געווארן נערוועז, גיט ער אים א פרעג, פארוואס רעדסטו א גאנצע צייט נאר פון דיינע זיידעס? דיינע באבעס זענען נישט געווען קיין מענטשן?
זאגט אים די רב: אוי ביסטו צוריקגעשטאנען, מיינע זיידעס זענען געווען פרויען.
אז דו רעדט פון מסורה, דערמאנסטו מיר פון א איד וואס האט געשריבן אין זיין צוואה אז ער בעט אלע זיינע קינדער און אייניקלעך אויפצוהענגען א ריזיגע בילד פון אים אין זייער הויז, אזוי אז ווען זיי האבן אמאל א שוואכע מינוט, זיי ווילן עפעס משנה זיין פון די דרכי אבות, זאלן זיי שנעל לויפן און כאפן א בליק אויפן בילד, און זען ווי די זיידע רירט זיך נישט קיין זוז כל שהוא...
יוש די זיידע נעבעך רירט זיך נישט.
דאס וועט מעורר זיין שמן'ס שרייענדיגע הרגשה
שמן למאור
זאג מיר קלאר וואס וויל מען פון מיין לעבן
צושמעטערן די גוף אדער גאר אים נאכגעבן
(אשכול. הכל מודים דבעינן נמי לכם)
Re: מילתא דבדיחותא
איך ווייס עס נישט ווי צי לייגן.
פארוואס איז היינט דא מער מענטשן וואס גייען אראפ פין דרך?
ווייל מען מאכט שמעלער די וועג מילא איז שוין נישט דא קיין פלאץ אויפן דרך
שרייבעןאיך ווייס עס נישט ווי צי לייגן.
פארוואס איז היינט דא מער מענטשן וואס גייען אראפ פין דרך?
ווייל מען מאכט שמעלער די וועג מילא איז שוין נישט דא קיין פלאץ אויפן דרך
באלאנגט נישט אין מילתא בדיחותא אשכול
מען האט גערעדט אין שול איבער וואס די סאטמערע האבן 'אויפגעטון' אין אמעריקע נאך די קריג, רופט זיך אן א איד: נאכן חרוב מאכן אידישקייט אין אנגארן זענען זיי געקומען דא עס אויפבויען (אויך מיר אויפגעבויט)
א איד זאגט מיראז ער וויל נישט אפ-פארן פון אידישקייט וויבאלד ער וויל נישט הייסן א גאנץ לעבן א בעל תשובה
?Why did the brisker cross the road
... צד To get to the other
שמן למאור?Why did the brisker cross the road
... צד To get to the other
און די סקווירא?...
צוזאמגעדרייטאון די סקווירא?...
ווייל ער וויל זיך איידענטיפייען אלץ א פרוי…..
איינער האט חושד געווען אז זיין ווייב טשיט אויף אים. ביינאכט, ווען זי האט פארלאזט די הויז, האט ער גענומען א טעקסי און איר נאכגעפארן צו זען וואו זי גייט.
נאכן פארן אפאר מינוט זעט ער ווי איר קאר שטעלט זיך אפ פארנט פון א בית זונות און זי גייט אריין. עס ווערט אים נישט גוט... זי ארבעט גאר אין א בית זונות!
ער איז געווארן מלא כעס אויף איר, ער זאגט פארן דרייווער פונעם טעקסי, "דו ווילסט א איבריגע 100 דאלער? גיי אריין, שלעפ ארויס מיין ווייב, און ברענג איר שוין אהער צו מיר"!!!
דער טעסקי דרייווער גייט אריין און קומט ארויס אפאר מינוט שפעטער שלעפנדיג א שרייעדיגע שטויסעדיגע פרוי. ער עפנט אויף די טיר פונעם קאר און ווארט אריין די פרוי. ער זאגט פארן פאסאנדזשיר, "דא, האלט איר".
דער מענטש געבט א קוק אויפן פרוי, און ריפט זיך אן, "אנטשולדיגט מיסטער, אבער דאס איז נישט מיין ווייב"...
דער טעקסי דרייווער ענטפערט, "יא, איך ווייס, דאס איז מיין ווייב, איך גיי שוין צוריק אריין צו ברענגען דיינס"...
איך ווייס נישט אויב דאס קומט דא אדער אין געזעלשאפט, אבער א ביטער געלעכטער איז עס זיכער.
א אינגל האט געלערנט די גמרא אין סוכה דף לא "בתוקף את חבירו והוציאו מסוכתו", און ער מיטשעט זיך, א איד וואס זיצט אין די סוכה זאל גנב'נען פון א צווייטע איד? אה, ס'קען זיין מ'רעדט פון א ליטווישע...
איך האב נעכטן געהאט א שמועס מיט א פארברענטער חסיד פון ר' אהרן [קרית יואל'ער רב] מהאט געשמוסט איבער אסאך נושאים, אינמיטן איז ארויפגעקומען די נושה פון ר' יואל רוט און מען האט גערעדט איבער זיין שטעטל ווי למעשה וואקסט און בליהט עס, זאגט ער מיר: טאקע א רחמנות אויף די אלע..
שפעטער האט מען גערעדט איבער די הדלקה פון קרית יואל ל"ג בעומר און ער דערציילט מיר מיט אייפער וויפיל מענטשן זענען דארט געווען, לויט די פאבליק סעפטי כך וכך לויט עסקנים כך וכך,
טראכט איך צו מיר "טאקע א רחמנות אויף די אלע"
איינער רופט די פאליציי אז זיין שוויגער איז נעלם געווארען און שוין צוויי טעג וואס מען ווייסט נישט וואו זי איז.
נאך אפאר טעג רופט איהם צוריק די פאליציי... אונז האבען מיר גוטע נייעס... מען האט איהר געטראפן,
און וואס האט זי געהאט צו זאגען, פרעגט ער
גארנישט, ענטפערט די פאליציי
אויב זי האט גארנישט געהאט וואס צו זאגען, זאגט ווייטער דער איד, איז זי נישט מיין שוויגער,
מיין קליין אינגעלע פרעגט מיר...
טאטי, די גאנצע חומש רעדט א גאנצע צייט פון... בני ישראל - די אידישע קינדער
עס איז אין כמעט איעדע פרשה, פרעגט ער, וואס איז געשעהן מיט אלע טאטעס און מאמעס? נאר די קינדער זענען ארויס פון מצרים? נאר די קינדער האבען מקבל געוועהען די תורה? וואס איז געשעהן מיט די טאטעס?
Holy Cow
ווי באוואוסט, איז דאס לאנד אינדיע זייער אייגנארטיג, זייערע טראדיציעס זענען גאר אינטערעסאנט. דאס פארקער דארטן איז ארויס פון יעדע פראפערענץ. אויטאמאבילן אויסגעמישט מיט מענטשן, עלעפאנטן מיט מאלפעס, א ריכטיגער באלאגאן...
אפילו אויב עמיצער פאלט א פגר אינמיטן די גאס וועט זיך קיינער נישט קימערן. דאס פארקער שטעלט זיך נישט פאר גארנישט אויף דער וועלט אפילו פארן קייזער זעלבסט...
פאר איך אזוי אין די גאסן פון קאָלקאַטאַ. דער פארקער איז אויף די העכסטע אקטאוועס, מענטשן פארן אריין אין אויטאמאבילן און לאנג-באנעזלטע עלעפאנטן אריין אין אויטאמאבילן, באבערדלטע מאלפעס אין באטורבאנטע אינדיאנער, ס'איז א אלגעמיינע טאג אינעם שטורמישן קאָלקאַטאַ. מיטאמאל בום... דאס גאנצע פארקער האט זיך האסטיג אפגעשטעלט! וואס האט אקארשט פאסירט? א קוה פון פרעה'ס חלום, מיט איר לאנגע בהמה'ישע בליק, האט זיך מיטאמאל באוויזן אויפן שטראז... פרעג איך דעם שאפער, וואס איז די מעשה? ענטפערט ער מיר: אין אינדיע זענען קוהען זייער פארהייליגט, ווייל דאס זענען גילגולים פון די מענטשן וועלכע שטארבן, ווען א מענטש שטארבט גיין זיין נשמה אריין אין א קוה. דערפאר, ערקלערט מיר דער שאפער מיט פאטאס, עסן זיי נישט קיין בהמה פלייש, און ווען א קוה באווייזט זיך אין די עפנטליכקייט באקומט זי ממש געטליכע כבוד, און דאס גאנצע פארקער קומט צו אן האסטיגן אפשטעל!
זאג איך אים, הייליגע קוה, פריער ביזטו דורכגעפארן א טויטע מענטשליכער קערפער האסטו ניטאמאל א סקרוך געגעבן, און דא פאר א דומע קוה שטעלט מען זיך? דו בהמה! זאגט ער מיט זיין צוקעקעצטע ענגליש, סיר, וואס פארשטייסטו נישט, דער טויטער וואס דו האסט געזען ליגן דארט אין גאס, איז אצינד אין דעם קוה...
ויהי לפלא.
איינער זאגט מיר אז זיין מאמע האט אים אנגעזאגט פארן חתונה אז ביי אונז חסידים ווייזט מען נישט
ארויס ליבשאפט ברבים, שנאה ברבים דאס יא!!!! 😛
צוויי אידן גייען אויפן גאס, פון איין זייט איז א גרויסע אנהענגער פון ר' צ"מ זילבערבערג, און אין זיין האנט האלט ער א שיחת התחזקות פון זיין רבי'ן. אויף דער אנדערע זייט גאס שפאצירט א אינגערמאן, און ער ווארעמט זיך אן מיט א באר הפרשה פון ר' מיילעך.
פלוצלינג דערזעהט דער ערשטע װי א דריטער דרייט זיך אויך דארט, און ער נעמט ארויס פון זיין טאש נישט מער און נישט ווייניגער ווי א סמארטפאון ה"י. ער טראכט נישט קיין צוויי, ער הייבט אים אן אריינצוגעבן אין טאטענ'ס טאטע אריין, "וואס?! דו שעמסט דיך נישט?! א זאך וואס אלע רבנים זאגן ווי שעדליך דאס איז נעמסטו ארויס ברבים?"
עס נעמט א מינוט ביז דער איד קען זיך אריענטירן, ער וויל אים צוריקגעבן בכפליים, 'איך האב שוין לאנג א חשבון מיט די ר' צבי מאיר'ניקעס', ער איז שוין גרייט צו עפענען דאס פיסקל, לויפט צו דער אינגערמאן מיט'ן באר הפרשה, "ר' איד, איר האט א מורא'דיגע כח אין הימל!! הנעלבים ואינם עולבים וכו'!! מיין שוואגער האלט שוין 6 יאר נאך די חתונה אן א ישועה, איך בעהט אייך, וואונשט אים אן מיט א בן זכר!..."
קרעדיט: הבדחן נחמן לעווי.
________
עס בלייבט נאָר איבער צו שפעקולירן וועמענ'ס מופת דאס איז, ר' צבי מאיר'ס צו ר' מיילעך'ס...
א גאליציאנער יונגל צו זיין טאטע: טאטי, כ'קען האבן פיפציג דאלער?
טאטע: פערציג דאלער? וואס דארפסטע דרייסיג דאלער פאר?
... כ'עדיר געבן צוואנציג
און ער קריגט צען...
א גאליציאנער ליגט אויפ'ן קראנקען בעט, דער מצב טויג נישט, ס'האלט שוין אט אט ביי גסיסה. אלע קינדער זאמלען זיך צונויף, דער שטוב איז איבערגעפולט, קוים שטופט זיך אריין דער פארשלעפטע איידעם, אבער יעדער איז געקומען, ווייל ווער וויל דען נישט הערן דברי צוואה פונעם טאטע. מיט איבערגעשטרענגטע כחות עפענט דער טאטע דאס מויל, דער עולם נייגט צו אן אויער, ווער ווייסט, אפשר וועט נאך נתגלה ווערן עפעס נכסים.
"יוסף חיים איז דא?" יא. "סענדער איז אויך דא?" יא טאטע, יעדער איז דא. "נו אויב אזוי פארוואס איז דער לעקטער אין קאך אנגעצונדען?..."
ויצאה נשמתו בטהרה.
א נגיד האט געלאזט וויסן פאר זיין ווייב אז ער פארט קיין לאס וועיגעס פאר א וואך... "איך פאר אויף קברי צדיקים" האט ער זיך מסביר געווען...
"וועלכע קברי צדיקים איז דא אין וועיגעס"? האט די ווייב געוואלט וויסן.
האט ער איר געזאגט " אין וועגעס ליגט די קברות התאווה"...
לאמיר האפן אז די רבנים גייען דאס נישט אסר׳ן…
https://youtu.be/o0AlNLloC8A📎 IMG_3549.jpeg
געהערט א לעצטיג׳ס.
א איד קומט אמאל אריין אין א בית החיים און זעט ווי עס הערשט א חורבן, אויפגעווארפן, שמוציג און נאכגעלאזט. ער גייט גלייך צו צום פארוואלטער, וואס זיצט זיך אינעם בודקע ביים אריינגאנג און שרייט איהם אן, וואס גייט דא פאר? וויאזוי קען מען שטארבן אזוי?…
נאך פון נחמן לעווי.
ביי א מיטינג פון די מועצת אין א"י ווי עס זיצן אלע גדולי וקטני אדמורים, טוט זיך דיסקוסיעס צווישן די רבנים און זייערע גבאים בנוגע אלע דברים העומדים על הפרק, אנגעהויבן מיט די בחירות, גיוס, און ווייטער בנוגע שבת, טלפונים, וכו'. נאך א פאר מינוט פון העפטיגע וויכוחים רופן זיך די רבנים אן צו די גבאים, "יעדער ארויס! מ'דארף דא דורך רעדן פארשידענע ענינים בלויז צווישן אונז."
פארשטייט זיך דער גאנצע עולם איז ארויס געגאנגען, איז אבער געווען איין גבאי וואס האט געהאט דעם שכל אויפ'ן פלאץ, לייגט ער צו אן אויער צום שליסל לאך אויסצוהערן וואס טוט זיך דארט. און וואס מיינט איר הערט ער, דער זקן האדמורים שליט"א קלארט זיך אויס דאס האלז, "נו רבותי, תכלית, ווי געט מען זיך אן עצה מיט דער ר' מיילעך..."
א פרוי האט אמאל אפירגעהאלטן איר מאן פארוואס ער איז איר תובע צוויי מאל א נאכט?..
האט די מאן ג'ענטפערט צו ווייסטו פארוואס שבת זאגט מען יקום פורקן צוויי מאל?.. ווייל ס'שטייט אין סידור צוויי מאל...
נו, פירט דער מאן אויס, ביי מיר שטייט עס צוויי מאל א נאכט...
א בחור איז אריין אין סאטמער דאווענען מעריב
ביי עלינו האט ער שנעל ארויסגענומען זיין איי פאין לכאו' ממשיך צו זיין מיטן קענדי קראש
אפסס. די פאין האט געטראסקעט בקול רעש גדול און זיך צובראכן
רופט זיך די בחור הויעך אהן: טעינק יא האשעם!
א עלטערע פרומער אידל רופט זיך אהן צו אהים: אויב דו זאגסט שוין דעס, זאג עס שוין [אין אונזער היימישע וועג]: ברוך השם
זאגט עם די בחור מיט כעס: ער האט יעצט צובראכן מיין פאין! איך זאל נאך זאגן ברוך השם?!!
אן אלטער גאליציאנער איד ליגט נעבעך אין שפיטאל און האלט נעבעך פאר'ן גיין ל"ע
ער בעט אז ער וויל רעדען צום רב
ווען דער רב קומט אן פרעגט ער איהם וויפיהל קאסט א הספד?
זאגט דער רב עס איז דא דריי דרגות
דער ערשטער איז אז ער רעדט פאר א שעה און מאכט זיכער אז דער גאנצער עולם ווייענט און דאס קאסט 5 טויזנט דולר,.
צו טייער זאגט דער אלטער
דער צווייטער דרגא איז אז איך רעד פאר א האלבע שעה און איך וויין דריי מאהל איון גאראנטי אז לכל הפחות א מנין וועלען ווייענען
און וויפהל קאסט דאס ? פרעגט דער אלטער
א טויזנט דולר זאגט דער רב
ניין זאגט דער אלטער עס איז נאך אלץ צו טייער
עס איז געבליבען נאר איין אפציע זאגט דער רב 300 דולר
און וואס באקום איך פאר דעם פרעגט דער אלטער
פאר 300 דולר זאגט דער רב זאג איך דעם אמת
א פרוי פרעגט איהר מאן
דאס איז שוין דער פינעפטער מאהל היינט וואס דו ביזט געגאנגען קויפען פיצה, דו שעמסט זיך נישט?
ניין זאגט ער, איך זאג זיי אז איך קויף עס פאר דיר