☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

פאלאצ'ינטא » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 6:15 am

· #539092
Re: מילתא דבדיחותא
געוועהן א גוי וואס האט געהאט אסאך גניבות ביי זיך אינדערהיים. לעבן אים האט געוואוינט א אידל און דער האט קיינמאל נישט געהאט קיין גניבות.

איין טאג פרעגט אים דער גוי, פארוואס ביי מיר איז דא גניבות און ביי דיר קיינמאהל ?

זאגט איהם דער איד, אונז האבען די בעסטע אלארם סיסטעם אין דער וועלט, עס הייסט מזוזה. און ער ווייזט איהם אויף זיין מזוזה.

פרעגט איהם דער גוי אפשר קען איך אויך האבן איינס?

פארוואס נישט זאגט דיר איד. און א טאג שפעטער גיבט ער איהם א מזוזה און לייגט עס ארויף.

א חודש שפעטער, קומט דער גוי צוריק און גיבט איהם אפ די מזוזה נעם עס דיר צוריק עס מאכט מיר קראנק.

וואס איז געשעהן? פרעגט דער איד

ענטפערט דער גוי שוין בעסער צו האבען א יעדער וואך א גניבה ווי א יעדע צוויי מינוט קלאפט נאך א שנארער אויפ'ן טיהר.

פאלאצ'ינטא » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 6:20 am

· #539093
Re: מילתא דבדיחותא
עס דערמאנט פון דער איד וואס האט שוין נישט געקענט אויסהאלטען פון די שנארער האט ער אראפ גענומען די מזוזה און ארויסגעשטעלט א פאמפקין.

יעצט זאגט ער אז איעדער 5 מינוט קלאפט איינער אויפ'ן טיהר פרעגען צו ער וויל פארקויפען זיין הויז

Salford » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 8:13 am

· #539094
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
עס דערמאנט פון דער איד וואס האט שוין נישט געקענט אויסהאלטען פון די שנארער האט ער אראפ גענומען די מזוזה און ארויסגעשטעלט א פאמקין.

יעצט זאגט ער אז איעדער 5 מינוט קלאפט איינער אויפ'ן טיהר פרעגען צו ער וויל פארקויפען זיין הויז
פאמקין?

פאלאצ'ינטא » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:51 am

· #539096
Re: מילתא דבדיחותא
פאמפקין - Pumpkin

Salford » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:44 am

· #539098
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
פאמפקין - Pumpkin
Thanks

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 8:20 am

· #539225
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס האט מען פיינט פוילע מענטשן? זיי האבן דאך גארנישט געטוהן?

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 1:58 pm

· #539234
Re: מילתא דבדיחותא
קהל'ס נער #
פארוואס האט מען פיינט פוילע מענטשן? זיי האבן דאך גארנישט געטוהן?

הדרא קושיא לדוכתיה, פארוואס איז די ביהמ"ק חרוב געווארן?

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:42 pm

· #539251
Re: מילתא דבדיחותא
די טהענק יו ה׳ מאוומענט איז שוין אין עזה

בעל אחריות » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 8:58 pm

· #539257
Re: מילתא דבדיחותא
דאס איז לכאורה נישט אין עזה, ערגעץ אין ישראל מסתמא,

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:38 am

· #539273
Re: מילתא דבדיחותא
[ציטאט אראפגענומען]

לאזט דאך אויס א גרויסע עיקר, הגם עס איז שוין ידוע בין אנ"ש,
א חתן זוכט מען אויכעט א מושלם, א הדר, אזוי ווי א אתרוג, מען קוקט אויף יעדן פינטל מיט א פארגרעסערונג גלאז,
נאכדעם שאקלט מען אים (מען טאנצט מיט אים) 7 טעג אזוי ווי סוכות מיט'ן אתרוג,
און נאכדעם מאכט מען פונעם קאמפאט!

כרם זית » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:19 pm

· #539313
Re: מילתא דבדיחותא
ווי אזוי ריפט מען birth control בלשון המקרא?

כדיר-בנות.

( ע''פ קהלת יב יא, ומדדרש תנחומא בהעלותך טו א.)

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:07 pm

· #539321
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
פאמפקין - Pumpkin
פאלאצ'ינטא: דאס דערמאנט מיך א מעשה. (שוין איינמאל ערנסט. גארנישט פאר מילתא דבדיחותא).

ווען ס'איז ארויסגעקומען א גזירה אין פוילן/רוסלאנד אקעגן דעם אידישן חינוך. האבן די רבנים באשלאסן אז מ'זאל שיקן א דעלעגאציע פון חשוב'ע פערזענליכקייטן און רבנים צו די רעגירונג כדי אפצושרייען די גזירה. דער חפץ חיים האט זיך אויך אנגעשלאסן אין די דעלעגאציע. האט זיך איינער אנגערופן אז אפשר וואלט נישט כדאי געווען אז דער ח"ח זאל מיט גיין מיט די דעלעגאציע ווייל ער קען נישט רעדן א געשליפענעם רוסיש. דער ח"ח האט געזעהן אז ס'טומלט זיך האט ער זיך אינטרעסירט איבער וואס ס'איז דער מדובר. ווען מ'האט אים פארציילט האט ער זיך אנגערופן מיט א שמייכל..."איך וועל ענק פארציילן א מעשה'לע פון דער אלטער היים... אמאליגע צייטן, אין די קליינע שטעטלעך איז געווען א "מנהג" אז ווען ס'האט (ח"ו) אויסגעבראכן א פייער. און קיין ארגאניזירטע פייערלעשער זענען נישט געווען. איז ארומגעגאנגען א מענטש און ער האט געשריגן "פאזשאר"... Pozhar...וואס מיינט א פייער. און א יעדער איז געקומען העלפן לעשן דעם פייער...איז געווען אמאל א מענטש , ווען ס'האט אויסגעבראכן א פייער האט ער געשריגן...Fozhar...רופט זיך אן א מענטש (אן אויבער חכם)...דו זאגסט נישט גוט. מ'דארף זאגן "פאזשאר"...האבן איהם די אנדערע מענטשן אנגעשריגן...ס'נישט קיין חילוק וויאזוי מ'זאגט. אויב ס'ברענט א פייער דארף מען רופן לעשן...והנמשל מובן מאליו. אז ס'ברענט א פייער רופט מען לעשן. אפילו ס'איז נישט לויט'ן גראמאטיק...!

לענייננו: צי מ'שרייבט פאמקין אדער פאמפקין איז נישט קיין חילוק. דער דזשאוק איז געלונגען. א יעדער האט באקומען דעם מעסעדזש.

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 10:38 pm

· #539393
Re: מילתא דבדיחותא
הער איך אז די איזרעליס סטראשענען אויב די חותים פון תימן הערן נישט אויף צו שיסן מיסלס גייען זיי צוריק שיקן ר' אמנון יצחק אהין.

פאלאצ'ינטא » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 7:25 am

· #539420
Re: מילתא דבדיחותא
א שנארער פון ארץ ישראל גייט צו צו איינער אין בית מדרש...

איך קום יעצט פון מאה שערים, האסט שוין געהערט אמאהל פון דעם?

זאגט ער, איך קום יעצט פון די ארבעט, האסט שוין געהערט אמאהל פון דעם?

פאלאצ'ינטא » דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 5:49 am

· #539559
Re: מילתא דבדיחותא
איינער ווייסט אפשר פון א גוט'ן הענדימאן וועליכע קען פארעכטען אפלייענסעס? (Appliances)

מיין וואש מאשין איז געווארען א רבי, ער דרייט זיך און דרייט זיך, מאכט מאדנע קולות אבער ער ארבעט נישט

כספי » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:59 pm

· #539821
Re: מילתא דבדיחותא
שמעקעדיג #
[ציטאט אראפגענומען]

לאזט דאך אויס א גרויסע עיקר, הגם עס איז שוין ידוע בין אנ"ש,
א חתן זוכט מען אויכעט א מושלם, א הדר, אזוי ווי א אתרוג, מען קוקט אויף יעדן פינטל מיט א פארגרעסערונג גלאז,
אויך ביי ביידע זוכט מען א פלעק וואס מ'וויל נישט טרעפן


נארמאל ווען מ'זוכט עפעס וויל מען עס טרעפן, אבער ביי אן אתרוג און א אנגעטראגענער בחור אדער מיידל, זוכט מען די חסרונות - וואס מ'וויל נישט טרעפן

פאלאצ'ינטא » זונטאג דעצעמבער 3, 2023 10:41 am

· #540328
Re: מילתא דבדיחותא
היינט געהערט א גוט'ס פון מיין זוהן.

א איד קומט צו א רבי און וויינט פאר א ברכה פאר קינדער. דער רבי פרובירט זיך ארויסדרייען.

נעמט דער איד ארויס א פעקל און לייגט אראפ אויפ'ן טיש 20 אלפים קעש און זאגט צום רבי'ן...

נאדיר 20 אלפים אבער אויב ביז א יאהר האב איך נישט קיין זוהן דארפסטו מיר צוריק באצאלען די גאנצע 20 אלפים.

און... 9 חדשים שפעטער... ווינדער איבער ווינדער... ער האט געהאט א אינגעלע.

איז דער גבאי געלאפען דערציילען דער רבי פון דער גרויסער נס.

זאגט דער רבי, עס איס גארנישט קיין נס, נאר אין הימען האט מען געוויסט אז עס איז אסאך גרינגער איהם צו געבען א קינד ווי איך זאהל באצאהלען 20 אלפים

פאלאצ'ינטא » זונטאג דעצעמבער 3, 2023 6:22 pm

· #540367
Re: מילתא דבדיחותא
אן ענליכער מעשה האב איך געהערט אז דער רבי האט צוגעזאגט פאר דעם איד א קינד און נאך א יאהר לאדינט ער איין דעם רבי'ן צו די וואך נאכט.

דער רבי קומט אן מיט'ן גרויסען טילופ און די זילבערנע שטעקען. ער קומט אריין און גיבט עס איבער פאר דער אינגערמאן און לייגט עס אריין ביי זיך אין שלאף צימער.

דער רבי גיבט א קוק און באמערקט אז אלעס אין טונקעל און קיינער איז נישט דא.

פרעגט ער וואו איז די וואך נאכט ?

זאגט דער איגערמאן וואס עפעס וואך נאכט ? איך מאך נישט א וואך נאכט

זאגט איהם דער רבי דאן גיב אהער מיין טילופ מיט די זילבערנע שטעקען

ענטפערט דער אינגערמאן ווען איך גיי האבען א קינד וועסטו זיי צוריק באקומען

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 3, 2023 7:11 pm

· #540369
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
היינט געהערט א גוט'ס פון מיין זוהן.

א איד קומט צו א רבי און וויינט פאר א ברכה פאר קינדער. דער רבי פרובירט זיך ארויסדרייען.

נעמט דער איד ארויס א פעקל און לייגט אראפ אויפ'ן טיש 20 אלפים קעש און זאגט צום רבי'ן...

נאדיר 20 אלפים אבער אויב ביז א יאהר האב איך נישט קיין זוהן דארפסטו מיר צוריק באצאלען די גאנצע 20 אלפים.

און... 9 חדשים שפעטער... ווינדער איבער ווינדער... ער האט געהאט א אינגעלע.

איז דער גבאי געלאפען דערציילען דער רבי פון דער גרויסער נס.

זאגט דער רבי, עס איס גארנישט קיין נס, נאר אין הימען האט מען געוויסט אז עס איז אסאך גרינגער איהם צו געבען א קינד ווי איך זאהל באצאהלען 20 אלפים
את הבדיחה שמעתי ממורי ורבי הרה"ק מ'יארמא שליט"א.

פאלאצ'ינטא » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 9:17 am

· #540504
Re: מילתא דבדיחותא
אין דער בית מדרש וואו איך דאווען דאווענט דארט א כהן אן עלטערע איד א שטיקל תענית חלום.

איך האב איהם געפרעגט אמאהל צו ער פארשטייט פירוש המילות

זיכער זאגט ער

נו פרעג איך איהם וואס איז די טייטש, ויחונך? ביים דוכענען

און איך וועל זיי דערווערגען זאגט ער, און לייגט צו עס איז פון דער שורש חנק

געוואלד! פרעג איך איהם און דאס איז א ברכה?

יא א וודאי ענטפערט ער, ביי ויחונך האב איך אינזין די גוים

כספי » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 9:07 pm

· #540661
Re:
תרמב #
א צווייטע טייטש זאגט מען, צדקתך כהררי קל די צדיקים פארן קיין שווייץ אויף די בערג, משפטיך תהום רבה די רבנים פארן זיך צו די וואסערן, אדם ובהמה תושיע השם די פלעינע מענטשן דארפן א ישועה.....
די וועלט זאגט אדם ובהמה מיך מיט מיין ווייב תושיע ה' זאל דער באשעפער העלפן.....

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 11:06 pm

· #540678
Re: מילתא דבדיחותא
א איד האט זיך אמאל אויסגעדריקט:

די שכינה רוהט צווישן מיינע צוויי איידעמער.

האט מען איז געפרעגט, וואס איז פשט?

האט ער מסביר געווען, עס שטייט אין פסוק:

"לא לנו ה' לא לנו"...

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 8:20 am

· #540696
Re: מילתא דבדיחותא
אן איידעם האט זיך אויפגערעגט אויף זיין שווער און געשריגן אויף אים, "דו ביסט א משוגע'נער!

זאגט אים דער שווער, "זאג כאטש "איר זענט א משוגע'נער".

זאגט דער איידעם, "דו מיט איר זענען משוגע'נערס"...

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 10:09 pm

· #540744
Re: מילתא דבדיחותא
איך בין אמאהל געוועהן ביי א שמחה מיט א חבר אין א ליטוויש געגענט. דער בעל קורא איז געקראכען אזוי אויף די נערווען אז מען האט געקענט פלאצען.

איעדער טראפ האט ער אזוי אויסגעקוועטשט אז מען האט געקענט מאכען דז'וס פון דעם. און אויב ער האט פארפעלט א טראפ האט ער איבער געליינט דער גאנצער פסוק.

נאכען לייענין גייט צו צו איהם מיין חבר און פרעגט איהם, זאג נאר, איז עס אמת אז דו ביזט א וועדז'יטעריען? איינער וואס עסט נישט קיין פלייש?

יא ענטפערט ער אבער פון וואו האסטו געוויסט?

ווייל איך האב געוויסט זאגט ער אז דאס קען נישט זיין דיין איינציגע משוגעת.

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 10:58 pm

· #540755
Re: מילתא דבדיחותא
אונזער בעל קורא ליינט ממש ווי א שיכור.

ער לאזט נישט אויס קיין איין טראפ.

פאלאצ'ינטא » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:52 pm

· #541829
Re: מילתא דבדיחותא
איך האב גענומען מיין אינגעלע אין חדר זעה איך ווי א אינגערמאן ברענגט זיין קליין אינגעלע אין ישיבה דער ערשטער מאהל. הער איך ווי דער אינגעלע פרעגט זיין טאטע, טאטי? ווי לאנג דארף איך גיין אין ישיבה?

ביז דו ביזט 18 יאהר אלט ענטפערט זיין טאטע

אבער פרעגט דער אינגעלע מיט טרערען אין די אויגן דו ביזט זיכער אז דו וועסט געדענקען מיר קומען אפנעמען?

פאלאצ'ינטא » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 5:03 pm

· #541832
Re: מילתא דבדיחותא
א חבר מיינע האט מיר געבעטען מפרסם זיין.

ער האט געקויפט 2 טיקעטס צום סופער באול שפיל (Super Bowl בלע"ז) און האט נישט געכאפט אז עס איז די זעלבע נאכט ווי זיין חתונה.
ער זוכט איינער זאל איהם איבערנעמען.








די חתונה וועט זיין אין קאנטינענטאל האלל. זי גייט זיין דער מיט'ן ווייסע קלייד.

אה איהר נאמען איז שפרינצא.

צוויי » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 5:13 pm

· #541835
Re: מילתא דבדיחותא
שמן למאור #
אן איידעם האט זיך אויפגערעגט אויף זיין שווער און געשריגן אויף אים, "דו ביסט א משוגע'נער!

זאגט אים דער שווער, "זאג כאטש "איר זענט א משוגע'נער".

זאגט דער איידעם, "דו מיט איר זענען משוגע'נערס"...
משוגענער'ס אדער משוגעים? ....

טשאלענט_אדער_טשולנט#

קידוש » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:42 pm

· #541900
Re: מילתא דבדיחותא
ווען קארס האבן צום ערשטן מאל אנגעהויבן קורסירן אויף די ראודס, זענען די אקסן און פערדן געקומען מיט א שטארקע טענה צום רבש"ע: "היתכן מ'לאזט אזוינס צו?! מיר האבן א חזקה פון איבער 3000 יאר צו זיין די וואס פירן די קארעטעס און זיין די ליעדינג פיגורן אויף די וועגן! יעצט נעמט מען עס צו פון אונז! גיוואלד!"

בארואיגט זיי השי"ת: "אויף מיין עהרן ווארט, די אקסן און פערדן וועלן אייביג פארבלייבן אויף די ראודס, ועל פיהם ישק כל עמי"...

תשפג » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:29 pm

· #542047
Re: מילתא דבדיחותא
דעי וואך וועלן די פרויען געוואר ווערן ווילאנג ס׳נעמט באמת די דאווענען פרייטאג צונאכטס.

ערנסטגערעדט » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:34 am

· #542158
Re: מילתא דבדיחותא
א גאליציאנער איד׳ס ווייב האט זיך צו אים אפגערעדט אז סאיז גארנישט דא צו עסן אין פרידזשידער
ביזט זיכער? יא! זאגט זי
עפעס א אלטע טאמעיטא איז נישטא דארט?
ניין! זאגט זי סאיז ממש ליידיג!
נו אפשר נעמסטו דעמאלסט ארויס דעם לייט-באלב?

פאלאצ'ינטא » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:46 am

· #542171
Re: מילתא דבדיחותא
דער גמרא דעציילט אין מסכת תענית דערציילט אז עס איז געוועהן איינער וואס האט געהייסען רב יוסי דמן יוקרת וועליכע האט געהאט א חמור רענטינג ביזנעס. ער פלעגט פארדינגען חמורים און ווען דער פארדינגער האט גע-ענדיגט האט ער געדארפט אריילייגען 50 שקלים אין דער זעקעל וועליכע איז געהאנגען אויף איהם און דער חמור איז אליין אהיים געגאנגען. אויב מען האט געלייגט צו ווייניג אדער צו סאך האט דער חמור זיך נישט גערירט פון ארט.

פרעגט הרב עובדי' יוסף זצ"ל מילא צו ווייניג פארשטיי איך, מען האט געדארפט געבען 50 און ער האט געלייגט 49. אבער מער? מען האט געדארפט לייגען 50 און ער האט געגעבן 52 אדער 55 וואס איז אזוי שלעכט? אפשר גיבט ער דיר א טיפ?

זאגט רב עובדי' זצ"ל פון דא לערענט מען ארויס אז דער וואס נעמט נישט א טיפ איז א חמור

פאלאצ'ינטא » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:27 pm

· #542207
Re: מילתא דבדיחותא
איינער גייט צו א בעיסבאל געים און דארט וואו די טייערסטע זיצען זענען זעהט ער אז עס זיצט דארט איינער און נעבען איהם איז דא א ליידיגע זיץ.

גיבט ער איהם א פרעג... זאג נאר? דער זיץ איז ליידיג?

יא, זאגט ער,

פארוואס, פרעגט ער, וואלט איינער געקויפט א זיץ און עס נישט גענוצט?

רופט זיך דער אידל וואס זיצט דארט, עס איז מיין זיץ און איך האב עס געקויפט פאר מיין ווייב. זי איז אבער נפטר געווארן.

אוי אנטשולדיגט, זאגט ער, אבער האסטו נישט געקענט טרעפן איינער זאהל מיט קומען מיט דיר? למשל א חבר, א קרוב, איינער פון די קינדער?

ניין זאגט ער, זיי זענען אלע ביי די לוי',

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:25 pm

· #542249
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא: ווען זי לעבט וואלט זי זיך פאר דעים אליין גע'גט...!

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:27 am

· #542287
Re: מילתא דבדיחותא
זאג האסט טאקע אויפגעגעסען א גאנצע פעקל פאטעיטא טשיפס?
ניין, איך האב נאר געגעסען 20% דערפון, די איבריגע איז געוועהן לופט….

פאלאצ'ינטא » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:12 pm

· #542357
Re: מילתא דבדיחותא
יעצט געהערט איינס פון'ם יארמער רב שליט"א

א שנארער קומט אריין אין בית מדרש גיין נאך געלט. ער גייט צו, צו איינעם... צדקה!

דער איד לייגט ארויף די האנט אויף די אויגען און פאנגט אן... שמע ישראל השם אלוק***


דער שנארער גיבט א שריי... ר' איד! עס איז פיקוח נפש!

רופט זיך אן דער איד... אה פיקוח נפש, מעג איך אויסרעדן... איך גיב דיר נישט קיין געלט....

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:32 pm

· #542398
Re: מילתא דבדיחותא
ס׳געוועהן א מלמד וואס האט געטויגט אויף כפרות און מען האט עים גע׳פייערט.
ער איז זיך געגאנגען אויסוויינען צי זיין רבי, האט עים די רבי גע׳עצה׳ט אז ער זאל ווערן א מינקת, א מינקת? איך קען דאך נישט זאגט דער איד, ענפערט די רבי זיין א מלמד קענסטו אויך נישט….

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 8:00 pm

· #542400
Re: מילתא דבדיחותא
א יונגל האט געגעסן א סנעק אינמיטן קלאס, די מלמד האט זיך צובייזערט און געשריגן אויפן יונגל, "ברענג שוין אהער דאס פעקל"!

די יונגל גייט צו צום מלמד און שטעקט אריין זיין האנט אינעם בעג, ער נעמט ארויס א האנטפול פון סנעק און לייגט עס אראפ אויפן מלמד'ס טיש.

די מלמד נעמט זיך שרייען "געב שוין אהער די גאנצע זאך"!

די יונגל ענטפערט רואיג'ערהייט, "ווען דו וועסט ענדיגן דאס וועסטו באקומען נאך"...

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 8:03 pm

· #542401
Re: מילתא דבדיחותא
צוויי שוויגערס זענען געקומען צום רב פאר א דין תורה.

זיי האבן מיטגעשלעפט א אינגן בחור'ל. איינער האט געשריגן דער בחור איז דיין איידעם, און די אנדערע האט געשריגן, ניין, ס'איז דיין איידעם!

האט דער רב געזאגט ס'נישטא קיין ברירה, מען וועט מוזן נעמען א גרויסן שווערד און צושניידן די בחור אויף העלפט און יעדער וועט באקומען האלב.

האט איין פרוי געזאגט יא! דאס איז א גוטע איינפאל!

די אנדערע פרוי האט געזאגט ניין! נישט צושניידן! ענדערש וועל איך נעמען די גאנצע!

האט די רב גע'פסק'נט אז דער וואס האט געהייסן צושניידן, דער איז די עכטע שוויגער...

פאלאצ'ינטא » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:30 am

· #542423
Re: מילתא דבדיחותא
קהל'ס נער #
ס׳געוועהן א מלמד וואס האט געטויגט אויף כפרות און מען האט עים גע׳פייערט.
ער איז זיך געגאנגען אויסוויינען צי זיין רבי, האט עים די רבי גע׳עצה׳ט אז ער זאל ווערן א מינקת, א מינקת? איך קען דאך נישט זאגט דער איד, ענפערט די רבי זיין א מלמד קענסטו אויך נישט….

ביים ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז געוועהן א ענליכער מעשה. ער האט אמאהל געזעהן א אינגעלע אויפ'ן גאס ווייענען. איז ער צוגעגאנגען צו פרעגען וואס איז געשעהן?

האט דער אינגעלע גע-ענטפעט אז זיין רבי אין חדר רצח'ט איהם אן די ביינער אן רחמנות

איז דער ליובאוויטשער רבי צו געגאנגען צום מלמד אן עלטערער איד און געפרעגט, פאר איהר זענט געווארען א מלמד, וואס האט איהר געטוהן?

האט ער געזאגט אז ער איז געוועהן א שוחט

האט דער ליובאוויטשער רבי איהם געזאגט...

שוין ווער אויס מלמד און ווער צוריק א שוחט...

עס איז אסאך בעסער דו זאלסט שחט'ן בהמות, אנשטאט קינדער

נפה » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:20 pm

· #542520
Re: מילתא דבדיחותא
שמן למאור #
צוויי שוויגערס זענען געקומען צום רב פאר א דין תורה.

זיי האבן מיטגעשלעפט א אינגן בחור'ל. איינער האט געשריגן דער בחור איז דיין איידעם, און די אנדערע האט געשריגן, ניין, ס'איז דיין איידעם!

האט דער רב געזאגט ס'נישטא קיין ברירה, מען וועט מוזן נעמען א גרויסן שווערד און צושניידן די בחור אויף העלפט און יעדער וועט באקומען האלב.

האט איין פרוי געזאגט יא! דאס איז א גוטע איינפאל!

די אנדערע פרוי האט געזאגט ניין! נישט צושניידן! ענדערש וועל איך נעמען די גאנצע!

האט די רב גע'פסק'נט אז דער וואס האט געהייסן צושניידן, דער איז די עכטע שוויגער...
עס דארף גיין מיט אז זיי האבן מיטגעברענגט א שנור
עיין רמב"ם א"ב כב ט אז א שוויגער האט פיינט איר שנור און
קידושין דף יב ע"ב רש"י ד"ה ועל חתנה אז זי האט ליב איר איידעם (ואולי דאס אליינס איז צושניידן)

חמלה גדולה » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 3:00 pm

· #542576
Re: מילתא דבדיחותא

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:33 am

· #542679
Re: מילתא דבדיחותא
די מאן שטייט אויף און ער זאגט פאר זיין ווייב, איך פיל מיר נישט גוט היינט איך בלייב שלאפן, אויב רופט מען פון די ארבעט זאג אז איך בין נישט אינדערהיים.
די טעלעפאן קלונגט, די ווייב הייבט אויף, שעפשעט ארייין שטילערהייט, ער איז אינדערהיים!

איך האב די געזאגט פונקט די פארקערטע! שרייעט די מאן שרייעט ארויס פון די שלאף צימער
זי ענפערט אים, רילעקס, די פאון קאול איז געווען פאר מיר...

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:40 am

· #542707
Re: מילתא דבדיחותא
.

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:57 am

· #542710
Re: מילתא דבדיחותא
דערמאנסט מיר פון א מעשה,
איך טרעף א שכנ'טע מיינע, מיט אן אנגעבאלטן פנים,
- וואס איז געשען, פרעג איך,
- מיין מאן האט מיר אנגעבויקערט די ביינער,
- איך האב געמיינט דיין מאן איז אין מילואים (reserve army)
- איך האב אויך אזוי געמיינט, ענפערט זי...

קהל'ס נער » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:31 am

· #542853
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די מעלה פון מייקראסאפט עדזש איבער אינטערנעט עקספלורער?
אז ס׳קען שנעלער דאונלאודען גאגל קראום……

נעקסט לעוועל » מאנטאג יאנואר 1, 2024 12:09 pm

· #543143
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס זענען מעריעד פרויען מער דיקלעך פון סינגל מיידלעך?

סינגלס קומען אהיים ביינאכט, קוקן וואס ס'איז דא אינעם פרידזשעדער, און גייען אריין אין בעט.
מעריעד לעידיס קומען אהיים, קוקן וואס ס'איז דא אין בעט, און גייען צום פרידזש...

קליינע צדיק » מאנטאג יאנואר 1, 2024 12:51 pm

· #543150
Re: מילתא דבדיחותא
ביטערע געלעכטער....

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 2, 2024 5:47 am

· #543272
Re: מילתא דבדיחותא
אמאהל איז אין שטאט נפטר געווארען דער שווינדלער פון שטאט און מען האט נישט געקענט טרעפען איין מענטש זאהל קענען זאגען אויף איהם א גוט ווארט ביי זיין לוי'. אפי' דער רב האט אויך נישט געקענט.

האט מען גערופען א רב פון א דערנעבענדיגע שטאט, און ער האט זיך אויף געשטעלט און געזאגט...

איך האב איהם זייער גוט געקענט, און באמת האב איך גארנישט קיין גוט'ס צו זאגען אויף איהם, א גנב, א שווינדלער, א שלעגער ממש נישט אויסצוהאלאען... נאר איין גרויסע מעלה האט ער געהאט...

זיין ברודער איז געוועהן 10 מאהל ערגער פון איהם

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 2, 2024 6:14 am

· #543274
Re: מילתא דבדיחותא
האט געזאגט אמאל א איד אז ווען עס קומט זיין צייט נפטר צו ווערן, וויל ער גיין רואיג אינמיטן שלאף... אזוי ווי זיין זיידע.


און נישט מיט פחד שרייענדיג קולות אזוי ווי די פאסאזשירן אין זיין קאר
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78