מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
ערב פסח??? איך ווייס נישט ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם דז'שאוק, אבער במחכ"ת, די אידן זענען הערשט אנטלאפן ביינאכט נאכ'ן סדר...
(אניוועי, ווער האט צייט פאר דזשאוקס ערב פסח)
נאך ערגער. נישט געווען ווער זאל רייניגען די אנגעגאסענע דיינינג רומס
א פרוי שטייט ביים שפיגל און קרעכצט געפערליך, ווען איהר מאן גייט אדורך זאגט זי איהם, איך קוק מיך אין שפיגל און איך זעה מיר אויס גראב מיאוס און אלט, דו מוזט מיר זאגן עפעס א גוטע זאך וועגן מיר, דער מאן קוקט איהר אזוי אן , און ענטפערט איהר, איך מוז דיר זאגן אז דיין זעה קראפט איז אויסגעצייכנט...
פארענדיג אויפ'ן פאליסעיד'ס אויף 80 מייל א שעה זעה איך פלוצים לעקטער אונטער מיר איך רוק מיך אין די זייט און איך טראכט וואס טוה איך דא ? כאפ איך זיך אז איך האב א "סטינג באום" וואס איך האב געטראפן ביים פסח'דיג מאכן די קאר איך טראכט נישט קיין צוויי און ס'געקראכט, די פאליס קומט צו צו מיר "עני ריזאן פאר .. איי גאט ען עמערדשענזי דרייוו סעיף" .
א אינגערמאן וואס טוט אין ריעל עסטעיט איז צוגעקומען צום רב און געזאגט אויב איינער אפפערט צו פארקויפן א גאנצע הויז שיק איהם צו מיר
Re: מילתא דבדיחותא
איינער האט אפשר אן איבעריג צענטע ברעקל?
כ'האב נישט געקענט טרעפן דעם צענטן שטיקל.
קומענדיג יאר גייט אי"ה זיין נעוויגעישן אין יעדעס שטיקל!
א דרייצן יעריגע בחור האט געבעטן פאר אפיקומן א שידוך פרעג איך איהם שוין ביי די 13 בעטסטו א שידוך ? זאגט ער מיר אז צובאקומען עפעס פון זיין טאטע דויערט פינף יאר
בדרך דרוש קען מען זאגן אז המן האט זיך גענומען דאס לעבן נאך אסתר'ס פסח סעודה, צוליב וואס מ'האט דארט נאר סערווירט פאטעטא, אייער און נאכאמאל פאטעטא. ער האט נישט אויסגעהאלטן.
Re: מילתא דבדיחותא
אליבא דאמת איז די טעם וויבאלד ס'דאך געווען ביי אחשורוש'ס סעודה אינטערנעט אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק וכלים מכלים שונים (וכמפורש בציורים), און אסתר האט איבערגעגעבן בשם מרדכי אז אינטערנעט איז ארגער ווי טויט, ממילא האט ער ליבערשט גענומען דאס טויט.
שביעי של פסח האט זיך די ים געשפאלטן און אחרון של פסח האט זיך די הויזן געשפאלטן פון אזויפיל פאטעטא און מצה.
Re: מילתא דבדיחותא
ס'מיר יעצט בייגעפאלן אז דער גביר זוכט בעצם נישט קיין תלמיד חכם פאר אן איידעם, ווייל זייט ווען האט ער אנגעהויבן מחשיב זיין תורה? ער זוכט א לאצי וואס זיין טאכטער וועט קענען פירן ביי די נאז און וועט העלפן א מחיה. ס'וועט דאך נישט פאסן צו נעמען סתם א לאצי, מאכט ער זיכער אז ער איז אויך א ת"ח.
Re: מילתא דבדיחותא
יהודי ניגש אל יוסוף העשיר הערבי וביקש ממנו עשרים אלף דולר הלואה לפני חג הפסח, והבטיח להחזיר תוך עשרה ימים כפול.
אמר לו יוסוף: איך אתן לך הלוואה ואפילו את שמך אני לא יודע?
ענה לו היהודי: שמי פסח, עשיר גדול אנוכי ומילה שלי זו מילה. אתה יכול לברר עלי.
הערבי שקרץ לו לעשות כסף קל הלך לברר ברחוב היהודים מיהו אותו פסח. נכנס אל רחוב היהודים והנה המולה רבה.
כולם רצים, מתרוצצים וקונים מכל הבא ליד. ריח עז של ניקיון מציף את האויר, ומכל בית עולים ריחות של בישולים.
ניגש יוסוף אל האנשים ושאל לפשר החגיגה, ענו לו האנשים: מה זאת אומרת ? עוד מעט פסח בא.
שמע זאת הערבי ואמר בלבו: כזה חשוב הוא פסח, שווה לעשות איתו עסקים.
חיפש ומצא את היהודי, וללא שאלות העניק לו את ההלוואה ובלב שמח התחיל לספור את הימים.
מיד כאשר עברו עשרה ימים יצא יוסוף לרחוב היהודים והתחיל לחפש את פסח. חיפש וחיפש ולא מצא.
שוב שאל עוברים ושבים, מישהו ראה את פסח? כולם פתחו עליו עיניים ואמרו: פסח ? ברוך השם שהלך כבר. השאיר את כולנו מרוששים, ללא פרוטה בכיס, וכעת כולנו מתאוששים ממנו.
שמע זאת אותו ערבי ואמר לעצמו: טוב, לפחות לא נפלתי לבד...
קיץ בריא.
א גאליציאנע איד קומט צירוק פון א האטעל, פרעגט עיהם זיין חבר, נו? האסט גענומען א shower?
ענטפערט ער, ניין ס׳איז געווען מחיבור אבער בעט געוואנט מיט האנטוכער האב איך גענומען בריווח
Re: מילתא דבדיחותא
רויטע וואנצעסבדרך דרוש קען מען זאגן אז המן האט זיך גענומען דאס לעבן נאך אסתר'ס פסח סעודה, צוליב וואס מ'האט דארט נאר סערווירט פאטעטא, אייער און נאכאמאל פאטעטא. ער האט נישט אויסגעהאלטן.
אף לא הביא אסתר, פארוואס האט זי נישט געברענגט די נאז?
אבל מדברי הרויטע וואנצעס פשוט ודו"ק
טעם פרארוואס מ'עסט געבראקטס: די יודען האבען געטראגען די מצות אויף די פלייצע אבער שביעי של פסח איז אלעס נאס געווארען ביים אריבער גיין די ים איז אחרון של פסח נאר געבליבען נאסע מצות
היינט צופרי אין הופער ווען די בעל תפילה האט געזאגט מזמור לתודה הערט זיך א געשרייאכץ נא! נא! עעה! בשעת יענער ווייזט אן אויפ'ן פסק פון רבי'ן אז מ'טאר דאך היינט נישט עסן קיין חמץ
Re: מילתא דבדיחותא
אויף די וואס טרונקען קאווע מיט בלויע מילך ליין איך דעם פסוק: 'הני אמריקאי טיפשאי דשתי מיא במיא'.
📎 IMG_20160503_134533.jpg
Re: מילתא דבדיחותא
קל וחומראויף די וואס טרונקען קאווע מיט בלויע מילך ליין איך דעם פסוק: 'הני אמריקאי טיפשאי דשתי מיא במיא'.
אין אויף אלע וואס שרייבן פין קאווע אויף קאווע שטיבל זאג איך ׳הני קאוואי.......
Re: מילתא דבדיחותא
געזעהן היינט א בחור וואס האט געריקט טשיז דעלקעלעך לע"נ דעם דברי חיים. האב איך אים געפרעגט צו ער ווייסט ווער דער דברי חיים איז געווען? זאגט ער מיר אוודאי יא!! דער וואס האט פארקויפט די ספר תורה פאר משה שמואל זופניק
ובמורא גדול= פון וואס האט מען אזוי מורא? זו גילוי...
Re: מילתא דבדיחותא
ציקער זיס ווען מען קען ווען געיבן מער וויא איין לייק.....
lead, follow, or get out of the way
Re: מילתא דבדיחותא
צוויי גרויסע לייט פארלוירען היינטיגען טאג,
ברך משה און טעד קרוז...
Re: מילתא דבדיחותא
מדארף נישט זיין קיין גרויסע סטראטעגיסט צו וויסן ווער סוועט געוואונען צווישן טראמפ און קלינטאן. ס"ה איז עס א קריג צווישן מענער און פרויען. נו ווער געוואונט? אודאי די פרוי
טמירמדארף נישט זיין קיין גרויסע סטראטעגיסט צו וויסן ווער סוועט געוואונען צווישן טראמפ און קלינטאן. ס"ה איז עס א קריג צווישן מענער און פרויען. נו ווער געוואונט? אודאי די פרוי
אזוי? זיי נישט אזא איידעלע
@טמיר ונעלם. כמאמר העולם ...!never go to sleep angry. stay up and fight. פרעג דיך נאך ביי די טראמפ פאמיליע ווי מ'איז זיך נוהג. פרעזידענט טראמפ וועט נאך האבן די לענגסטע וויקיפידיע פעידזש. זיוו"ר, זיוו"ש, זיווש"ל, זיוור"ב...
א שדכן פרעגט איינעם, זוכס'ט דוקא א שידוך מיט געלט ?, זאגט יענער, ניין געלט אליין איז אויך גוט.
איינער ווייסט אויב עס איז אמת?
איך האב היינט געהערט אז די ספרדים נעמען יא א שויער (SHOWER) אין די ספירה
שמעתי אז ס'איז אמת, אבער זיי זייפן זיך מיט ציבעלע קוגל.. כ'מיין שוין ענדערש נישט צו גיין אין שויער פאר 7 וואכן
שמעקעדיגשמעתי אז ס'איז אמת, אבער זיי זייפן זיך מיט ציבעלע קוגל.. כ'מיין שוין ענדערש נישט צו גיין אין שויער פאר 7 וואכן
עס ווערט דערנאך זייער
@שמעקעדיגפארט זיך א אידל אויפ'ן הייוועי און ווערט אפגעשטעלט דורך א פאליס.
דער פאליס מאן קומט צו צום פענסטער און זאגט איהם, אנטשולדיגט מיר אבער דיין ווייב איז ארויסגעפאלען פון דיין קאר מיט בערך 10 מייל צוריק.
רופט זיך אן דער איד, אוי ברוך השם, איך האב געמיינט אז איך בין טויב געווארען...
C/P
ס'געווען מוצאי פסח, מיט יארן צוריק, ווען דער ישועות משה מ'וויזניץ האט אמאל געמאכט א מסיבת פרידה פאר זיינע קליינע אייניקלעך וואס זענען געווען ביי עהם אויף פסח. דרייעט ער זיך אויס צו מענדעלע טייטלבוים, זאג נאר מענדעלע, ביסט טאקע נאך קליין, אבער אפילו א קליין קינד דארף דאס שוין וויסן. וועלכע היסטארישע זאך קומט יעדעס יאר נאכאמאל, יעצט אין די רייע?? וואס הייסט וואס? שרייעט אויס מענדעלע אין איין אטעם, דעם טמא'נע טאג היי אייר ווען די פושעים האבן אויפגעשטעלט דעם טמא'נעם ציוניזעם. ווער איז דאס דער פושע וואס הייסט ווער, בן גריון און הרצל, און בן יהודה און כצנלסון. ווער זענען זיי געווען. ווער פרעגט דער זיידע? ווער ווייסט דאס נישט ביי אונז? פושעים, ליידאקעס, פוקרים, אלע מיני עבירות האבן זיי אפגעטון, איך קען דעם זיידן אלעס פארציילן. אזוי מענדעלע? און ווער איז דאס געווען דער בעל שם אממממ.. עפעס קלונגט א בעל אין קאפ... כ'האב שוין פארגעסן.. דער ישועת משה דרייעט זיך אויס צום אנדערן זייט, און פרעגט איציקל טווערסקי. זאג נאר איצי, ווער האט געמאכט דעם מדינה? כ'ווייס נישט. האסטו געוואוסט אז הרצל ימ''ש האט געהאט אין ציל צו מאכן דא פרייע לאנד? נישט געוואוסט, איך ווייס אז ס'איז א הייליגע לאנד, און די גרעסטע פון כלל ישראל האבן דא געדינט דעם אייבירשטן די לעצטע טויזענטע יארן. אבער ביי ענק אין סקווער דערמאנט מען אמאל וועגן דעם מדינה, וועגן ה' אייר? דער זעידע מיינט אוודאי כ' אייר די הילולא פונעם הייליגן מגיד פון טשערנאביל? איי איי ווער איז דאס געווען דער מגיד פון טשערנאביל? וואס הייסט ווער? דער ממשיך פונעם הייליגן לעכטיגער דרך פונעם בעל שם! וואספארא פראגע זיידע? אוי מענדעלע, וואס נאך לערנט מען ביי איך אין חדר אז איבריס איז טמא, אגידע איז אפיקורסעס, דאס גאנצע מצב היינט איז שוואכע יודען. איציקל מיינס, וואס לערנט מען עפעס נאך ביי אייך אין חדר אז די לעכטיגקייט פונעם בעל שם, וועט אייביג שיינען אין די נשמה פון דער וואס האט אמונת צדיקים, די תורה איז אונזער לעבן, און אלעס אנדערש איז איבריג.
[ציטאט אראפגענומען]
ביים ירושלימ'ער רב שליט"א איז געווען אביסל אן ענליכען סיפור. נאר דארט האט דער רב געזען א גרויסן לאך פונקט במקום של ראש. פרעגט דער רב מאי האי? נע, האט מען עם געענטפערט, ס'איז נאר פון די לעצטיגע הפגנות...
Re: מילתא דבדיחותא
מ'האט געפרעגט איינע פון די מתנחלישע רבנים אזוי ווי ס'קומט יעצט יום העצמאות וואס איז פשט פון די פייער קרעקערס
האט ער גע'ענטפערט , כ'ווייס נישט אבער איין זאך איז זיכער אז ס'מאכט א גרויסן רעש אין הימל !!!!!
C/p
איך טרעף היינט א חבר פרעג איך איהם וואס מאכסטו ? ענטפערט ער "חוץ לדרך הטבע"
כדאמרי אינשי: ווי אזוי איז געווען? אויסערגעווענליך
ווייל געווענליך איז גוט....
איינער איז געווארן אפגעשטעלט פון א פאליס, און דער פאליס האט אים געגעבן א טיקעט, און צוגעלייגט אז ס'איז צוויי פוינטס אויף די לייסענס, האט אים יענער געפרעגט וואס קען איך טוהן מיט די פוינטס, האט אים דער פאליס געענטפערט, אז ווען ער האט צוועלף פוינטס קען ער קויפן א בייק...
איינער פרעגט מיר א שאלה וואס איז דער הלכה אויב האט ער געדאווענט שמונה עשרה און ביי ברך עלינו האט ער געזאגט ותן טל ומטר אנשטאטס ותן ברכה און תןך כדי דיבור האט ער גענדיגט שמונה עשרה..
זאל ער איבערדאווענען אן א ברכה
Re: מילתא דבדיחותא
א מעטאמעטישן האט א פראבלעם געהאט מיט קאנסטיפעישאן. ער האט עס לבסוף אויסגעארבעט מיט א פענסיל.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
A Chinese man married an African woman and they had a baby. After two months the child passed away. At the funeral, the African woman kept sobbing and crying saying: I KNEW IT !!! I KNEW IT !!! So a family member pulled her aside and asked her: What did you know? She replied : Chinese products don't last long
#iKnow
Re: מילתא דבדיחותא
קוקטס סארא כח טעכנאלאגיע האט.
אמאל האט מען אין סקווירא געצינדן מענטשן פארן משנה זיין פונעם טוטן.
היינט צינדן די מענטשן און זענען משנה פונעם טוטן צוליב טעכנאלאגיע.
Re: מילתא דבדיחותא
A Priest and a Rabbi, who have been the best of friends for years, are always arguing the finer points of thier respective theologies. Trying to prove the other one is wrong. One day they are riding in a car, they get cut off by a drunk driver. The car flies off the road, rolls five times end-over-end, and comes to rest on it's roof. The Priest and Rabbi crawl from the wreckage and are amazed, they are even alive. As the Priest crosses himself, he notices the Rabbi doing the same. Priest shouts "Praise Be! You've seen the Light!" "What?" said the Rabbi. "You-you've crossed yourself. You have seen the True Way! This is wonderful." "Cross myself?!? No no no. I was just checking 'Spectacles, Testicles, Wallet and Watch.'"
לאור די לעצטיגע ליבעראלע שטימונג אין סקווערע שטעטל האט חסד געפענט א אפיס פאר די וואס דארפ'ן הילף אויסצופילן לעגאלע פאפירען צי עמעגרירען קיין מאנסי
ביי רבישע שמחות זינגט מען: די רבי זאל לעבן א מזל טוב, אלע חסידים מזל טוב, אלע אידן מזל טוב און א מזל טוב.
די לעצטע ווערטער זענען לכאורה איבעריג ווייל מ'האט שוין יעדעם געווינטשן בפרטיות? האט יענקל מילער מסביר געווען אז דאס גייט פאר'ן רבי'ס ברידער וואס איז זיך נישט משתתף ביים שמחה, ווינטשט מען פאר אים אויכעט און א מזל טוב
אינמיטן פון א כסלו טאג א ביטערע פרעסט הערשט אויפן גאס.
כלויף אין ביהמ״ד געקליידערט מיט אכט לעיירה, מיט א רויטע נאז (
@רויטע וואנצעס עלערט, זעה איך שטייט א אינגערמאן אויפן קארנער ווארפט זיך פאר קעלט, די ציינער ציטערן פאר קעלט, ער שרייט ״רבי רבי רבי״,
כפרעג עיהם ״ביסט מיט אלעמען? סאיז זירא דיגריעס, וואס שרייסטו יעצט ״רבי״?
ענטפערט ער ״ כ׳וויל זיך מקשר זיין מיטן רבי״ ער האט געזינגען די באקאנטע ליד ״רבי רבי רבי מיר ווילן זיך מקשר זיין מיט דיר״
די רבי זיינע זיצט יעצט אין פלארידע ביים ים אין א 80 דיגריעס וועטער.
Re: מילתא דבדיחותא
ס'באקאנט אז מ'לייגט די מזוזות שיעף אלס אן הכרעה צווישן רש"י און ר"ת (צו מ'ברויך עס לייגן אויף שתי אדער ערב).
ביי א פראק זענען דא וואס האלטן אז ס'איז מחיוב בציצית, איז מען מכריע און מ'לייגט אריין איין גרויסן שטריק.
נו, פארוואס האט טאקע א פראק א שפאלט פון אונטן?
אז ווען דער ראש ישיבה ביקט זיך ביי מודים זאל ער קענען ארויסקוקן פון אונטן אויב דער עולם האט שוין אויסגעטרויטן שמונה עשרה און ער קען שוין אויסטרעטן
😂 😂 😂
סעגעקומען אמאל א רב אויף א וויזיט צו אן אנדערע רב, האט דער האט דער רב אנגעגרייט א טאץ פוהל מיט פירות פון אלע מינים, ער האט געוואלט זען צו דער רב וואס קומט קען הלכות ברכת הפירות, שוין דער רב קומט אן, און ער זעט דעם חורבן, ער דארף דא וויסן וואס מען נעמט ערשט/ העץ/ האדמה/ חביב/ שלם/ שבעת המינים וכו' ער קען דאך נישט בלייבן אויף חוזק, האט ער געווינקן פארן גבאי אז ער דארף ארויסגיין א מעניט, דער רב צו וועם ער איז געקומען האט גלייך געכאפט דעם עסק אז ער גייט טוילעט זיך שנעל מסדר זיין וואס ער זאל עסן קודם, האט ער אלעס ארויס גענומען און אריינגעברענגט א טאץ פרישע סחורה וואס איז געווען איבערגעפילט מיט גאנץ אנדערע פירות.. דער רב קומט אריין נאך א פארגלייזטע אשר יצר, ער געט א קוק אויפן טיש און ער האט געפילט ווי ער חלישט אוועק, ריפט זיך אן דער רב צו וועם ער איז געקומען, פישפיש... ולא מצא יתלה בביטול תורה....
אובער האט אינגעשטעלט א נייע פיוטשער.. מקען באשטעלן און רעזעווירען א טריפ פאר אפאר חדשים שפעטער.. יעדער האט פרייליך אויפגענומען די נייעס ביז די דרייווערס האבען באמערקט אז פונעם באשטעלן ביז די רעזעוועישאן קען די קאנסומער זען ווי די דרייווער איז אלץ...