☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:58 am

· #354852
ונבנתה העיר: די גאנצע כאפ פון הרב שמואל אליהו'ס ענטפער איז אז גימטריאות אליינס מיינען גארנישט. אויב דער תוכן איז נישט ריכטיג.

פון דא איז אויכעט א לימוד אויף די אזוי-גערופענע תורה-קאודס (וואס דער מאמענט האט לעצטנס געברענגט באריכות.). זיי ברענגען כל מיני שטותים והבלים וועלכע זאללן אנגעבליך שטיין אין די תורה. אין די תורה איז טאקע מרומז אלע געשעענישן און פאסירונגען. אבער נישט דורך די גוי'אישע, און צומאל נארישע נעמען. און אויך נעמען פון עבודה זרה, וועלכע זאללן שטיין אין די תורה...!

ונבנתה העיר » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 1:35 pm

· #354970
Re: מילתא דבדיחותא

ציבעלע-קיגל » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:39 pm

· #355106
איינער גייט אריין אין א זייער טייערער רעסטאראנט און זעהט אז עס זיצען דארט טראפ מיט פענס און האלטען אין מיטען א ערענסטען שמועס... גייט ער צו און פרעגט זיי, אנטשולדיג מיר, אבער איך מעג אפשר פרעגן פון וואס מען רעדט דא?

זאגט טראמפ, זיכער, אונז מאכען יעצט פלענער אויפען דריטען וועלט מלחמה, דער פלאן איז אז אמעריקא גייט הארגענן 5 מיליון אראבער און איין דענטיסט, מען איז אבער נאך נישט זיכער ווער דער דענטיסט...

איין מאמענט, האקט יענער אריין, ג-ט אין הימען איין דענטיסט? פארוואס?

רןפט זיך אן טראמפ צו פענס... דו זעהסט? איך האב דיר געזאגט אז עס גייט קיינעם נישט אן וואס געשעהנט מיט די אראבער.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 1:00 pm

· #355108
משה קומט צום דאקטער נאך א שווערען הארץ אטאקא און נאכ'ן ווערען אונטערזוכט רופט זי אן דער דאקטער צו זיין ווייב, איך מוז עפעס רעדען מיט דיר, זייער וויכטיג.

דיין מאן איז ערענסט קראנק, אויב דו גייסט נישט טוהן די פאר זאכען, גייט ער שטארבען.

איעדע צופרי דארפסטו איהם אויפ וועקען מיט א קוש, דו דארפסט פאר איהם קאכען א גוט'ן פרישטיג, די טארסט איהם נישט הייסען צו העלפען אינדערהיים און ח"ו זיך נישט אפרעדען און דערציילען דיינע פראבלעמען, עס וועט נאך מאכען דיר מצב אסאסך ערעגער.

אויב ער פאנגט אן צו שרייען, און שעלטען לאז איהם, עס איז גוט פאר איהם, דו דארפסט איהם געבן א מאסאדז' 3/4 מאהל א טאג און לאז איהם קוקן ספארטס אויף טעלעוויזיע וויפיהל ער וויל.

ווייז איהם אסאך ליעבשאפט, מער ווי אייביג, אויב דו וועסט דאס טוהן פאר 8 חדשים וועט ער זיין אינגאנצען געזונט.

אופ'ן וועג אהיים פרעגט משה זיין ווייב, נו? וואס זאגט דער דאקטער?

ענפערט זי... דער דאקטער האט געזאגט אז דו גייסט שטארבען...

ציבעלע-קיגל » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 10:27 am

· #355298
א איד קומט צום רב און זאגט איהם אז ער האט א גרויסע פראבלעם. ער האט צוויי פייגעלעך, פעראטס, וועלעכע קענען רעדן. אבער זיי האבען א זייער שמוציג מויל. ווען איינער קומט אריין צו איהם אין שטוב, רופען זיך אן די צוויי פייגעלעך...

האלו... אונז זענען זונות דו ווילסט אפשר מאכען א לעבען?

רופט זיך אן דער רב, איך קען דיר טאקע העלפען, איך האב אויך צוויי פעראט פייגעלעך און זיי שטייען אגאנצען טאג און זאגען תהלים. ברענג דיינע צוויי צו מיר אהיים און אז זיי וועלען זעהן ווי מיינע צוויי פירען זיך אויף, וועט דאס העלפען.

דער איד קומט צום רב מיט זיינע צוויי פייגעלעך און ער זעהט ווי דער רב'ס צוויי פייגעלעך שטייען טאקע און קוקען אריין אין קליינע תהילים'לך און זאגען תהילים מיט א מורא'דיגע מתיקות.

דער רב זאגט איהם, לייג אריין דיינע צוויי אין די זעלעבע קעידז' ווי מיינע.

ער גייט נאר צו און אזוי ווי זיינע פייגעלעך האבען נאר געזעהן דעם רב'ס צוויי האבען זיי אנגעפאנגען מיט'ן זעלבען פזמון... האלו... אונז זענען זונות דו ווילסט אפשר מאכען א לעבען?

אזוי ווי דער רב'ס צוויי פייגעלעך האבען נאר געגעבען א קוק אויף זיי, רופט זיך אן איינס צום אנדערען, לייג שוין אוועק די תהילים'ל אונזערע תפילות זענען גע'ענפערט געווארען

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:44 pm

· #355347
אן אלטס אבער א גוטס.

והנמשל, די אלע מיעסע פרויען וואס לויפן ארום אגאנצן טאג מוסרן אדערע איבער זייערע שייטל/סנוד/שיך/שפיצל/מעיקאופ/דאסטער זענען פרומע זונות.

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:55 pm

· #355350
איך אויך
.
והנמשל, די אלע מיעסע פרויען וואס לויפן ארום אגאנצן טאג מוסרן אדערע איבער זייערע שייטל/סנוד/שיך/שפיצל/מעיקאופ/דאסטער זענען פרומע זונות.

ס'גייט נאך אסאך ווייטער. נעמליך, זיי ניצן דאס אלס א סימן, ווען זיי ווילן מזנה זיין וועלן זיך נעמען פארפירן אויף די שייטל, שפיצל, דאסטער וכו' און די יעניגע מענער וועלן כאפן דעם רמז, און ס'איבריגע טאר מען נישט זאגן. וכן ידוע לכל הנודעים וכו' וכו'

אייז קריעם » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:28 pm

· #355354
מענין לענין, נחום ראזענבערג פלעגט זאגן אז די מענער וואס שרייען און הערעסן די ווייבער וואס טראגן שבת האבן א געוויסע הנאה פון דעם און עס איז א פארעם פון זנות.

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:42 am

· #355372
אייז קריעם
מענין לענין, נחום ראזענבערג פלעגט זאגן אז די מענער וואס שרייען און הערעסן די ווייבער וואס טראגן שבת האבן א געוויסע הנאה פון דעם און עס איז א פארעם פון זנות.

און איך זאג אז די מענער וואס שרייען אויף די מענער וואס שרייען אויף די ווייבער האבן א געוויסע הנאה דערפון און עס איז א פארעם פון משכב זכור.

ציבעלע-קיגל » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2016 7:04 pm

· #356098
א אינגעל קומט אהיים איין טאג און פרעגט זיין מאמע, היינט צופרי ווען איך בין געפארען אויפ'ן סיטי באס מיט טאטי איז ארויפגקומען א אינגע שיינע בלאנדע ווייבעל און אזוי ווי דער באס איז געוועהן געפאקט האט טאטי מיר גבעטען צו טאהן א מצוה און אויפגעבען מיין פלאץ.

איז דאס טאקע א מצוה?

האט זיין מאמע גע'ענטפערט, א וודאי, א וודאי, עס איז א גרויסע מצוה.

פרעגט דער אינגעל, אבער איך בין געזיצען אויף טאטי'ס שויס...

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 12:03 am

· #356112
ס'איז מקוים געווארען די פסוק (במדבר י"א י"ב) כי תאמר אלי שאהו בחקיך כאשר ישא האומן את הינק...

דער דאס » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 1:13 am

· #356115
זאגט מיר איינער, אז וואס ס'איז געווען ביי די שבתון בן ששים ל.. וועט מען קיינמאל נישט קענען וויסן, ווייל ביי מוצאי שבת געדענקט שוין קיינער גארנישט..

גר ותושב » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 11:09 pm

· #356531
Re: מילתא דבדיחותא
כידוע איז מונטאג פארגעקומען א אסיפה דחופה בקהילה קדושה פאפא זאגט מיר איינער אז א בעל דרשן האט זיך גרויס געהאלטן אז "ביי אונז און פאפא איז מען געוועין פון די ערשטע צו אויס רייסן אלע סמארט זאכן"

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 11:42 am

· #356564
וואס איז די שטראף פון איינער וואס האט חתונה מיט צוויי ווייבער ?

צוויי שוויגער'ס (אוי וויי)

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 3:17 pm

· #356597
ציבעלע-קיגל
וואס איז די שטראף פון איינער וואס האט חתונה מיט צוויי ווייבער ?

צוויי שוויגער'ס (אוי וויי)


אדרבה, ס'קען גאר זיין א גוטע פלאן. דעמאלטס וועלען זיך די צוויי שוויגערס רצח'נען צווישען זיך וועגען די טעכטער און לאזן דער איידעם ענזשויען א חיים טובים

ונבנתה העיר » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 7:18 pm

· #356732
Re: מילתא דבדיחותא

הוגה » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 8:09 pm

· #356736
זיס געשריבן. איך האב אמאל געהערט פון ליאזנער רבי, ביי א באזוך אין זיין מוזעאם, אז מ'ווייסט פונקטליך וואו עס צו שחט'ן נאר מען עסט עס נישט ווייל עס קאסט הון תועפות. דאכציך א דרייסיג אלפים.

מפוזרי » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 9:13 pm

· #356739
Re: מילתא דבדיחותא
אוודאי ווייסט מען וואו צו שעכטן, מן הצאוור!
הרב קאפח איז מעיד אז מ'האט עס געשחטן און ס'איז נישט געווען געשמאק. והאריך בזה בספר שיחת חולין.

נ"ב. הרב גענוט פון לוח דבר בעתו האט געבעטן מעורר זיין די רבי'ס אין חדר אויסצומאלן נח'ס תיבה מיט זיבן גיראפעס.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 10:02 am

· #356755
איך געדענק פון אלס קינד אז קינדער האבען געזאגט אז מ'ווייסט נישט ווי צו שחט'ן און דער מלמד אדער מיין טאטע, איך געדענק נישט ווער, אדער ביידע, האבען געזאגט אז ס'מאכט נישט קיין סענס און די סבה איז א. ווייל די פלייש איז נישט גוט, ב. ווייל ס'איז קעגען די געזעץ.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 10:26 am

· #356931
הוגה
זיס געשריבן. איך האב אמאל געהערט פון ליאזנער רבי, ביי א באזוך אין זיין מוזעאם, אז מ'ווייסט פונקטליך וואו עס צו שחט'ן נאר מען עסט עס נישט ווייל עס קאסט הון תועפות. דאכציך א דרייסיג אלפים.


דאכציך א דרייסיג אלפים
שוין! האסט אוסגעזאגט? דאס פעלט אונז אויס, יעצט ווייסען זיי אז מען קאן מאכען געלט דערפון און יעצט וועלען אונטערקומען די רעבנים וואס וועלען שוין זאגען אז עס איז א מצוה און אינדערהיים און פישפיקלאדיין האט מען דאס אויך געגעסען

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 11:28 pm

· #357002
ארוני, א זאלי, א סקווירא'ער און א פאפאנער זענען צוזאמען ארויפגעקראכן א ריזיגן בארג.

די סקווירא'ער איז גלייך צוגעגאנגן צום שפיץ און זיך אנגערופן "דאס טו איך פאר סקווירא רבי" און געגעבן א טאנץ אראפ.

די פאפאנער האט מקנא געווען די פייערדיגע חסיד און נאכ'ן קווענקלען א מינוט איז ער געגאנגען צום שפיץ און זיך אנגערופן "דאס טו איך פאר פאפא רבי" און זיך געגעבן א ווארף אראפ.

דער ארוני זעהט וואס דא גייט פאר, ער טראכט נישט קיין צוויי מינוט און רופט זיך אן "דאס טו איך פאר סאטמארע רבי" און גיבט א שטופ אראפ דעם זאלי...

ציבעלע-קיגל » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 9:16 pm

· #357286
וואלווי
ציבעלע-קיגל
וואס איז די שטראף פון איינער וואס האט חתונה מיט צוויי ווייבער ?

צוויי שוויגער'ס (אוי וויי)


אדרבה, ס'קען גאר זיין א גוטע פלאן. דעמאלטס וועלען זיך די צוויי שוויגערס רצח'נען צווישען זיך וועגען די טעכטער און לאזן דער איידעם ענזשויען א חיים טובים


ניין עס קאן נאך זיין אסאך ערגער, אזוי ווי ביי אברהם אבינו האבען די מלכים שלום געמאכט צו קענען מלחמה האלטען צוזאמען, שטעלסט דיר נאר פאר ווען די צוויי שוויגערס מאכען שלום אין נעמען זיך צוזאגען זיינע ביינער צוזאמען

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 11:01 pm

· #357387
וואס זאל איך טון, אזוי האב איך פארשטאנען פון מיין מגיד שיעור אין ישיב"ק צר"ת רבים חצי נחמה...

דער דאס » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 10:06 pm

· #357471
א חבד'סקער זאגט מיר, אז ביי זיי מאכט מען נישט קיין דייעט..

ווייל דער רבי האט נישט געהאלטען פון אויפגעבן שטחים..

בן אדם » דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 10:16 pm

· #357568
ילד: אמא מזה נס כד השמן?
אמא: אממ נו איך אני אסביר לך, נכון יש את הסוללה של האייפון
ילד : נו
אמא: תחשוב שהיא הספיקה לשמונה ימים
ילד : ואו

מתושלח » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 8:31 am

· #357581
מילא אונז מענטשען האבן געקענט נוצן די דזשאן טו גאו'ס אויף מארסי נעכטען נאכט, אבער ווי האבן די כלבים געהויבן א פיס'ל ווען די פאמפ'ס זענען געוווען פארנומען מיט מיניווען'ס?

סקרן » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:11 pm

· #357966
א. נהגו צעירים חרדים העומדים להינשא לרכוש בגד מיוחד המכונה בשם 'פראק', והוא כמין מעיל ארוך אלא שנבדל הוא ממנו בשני הכפתורים שבגבו המצויים שם ללא כל מטרה, וכן בשסע אחורי עמוק המגיע עד לקו המותניים.

ב. כבר נהגו הבריטים מן המאה ה-18 לחבוש צילינדר וללבוש פראק כבגד רשמי והדור לגברים, אולם בזמן הזה אין רוכשים את הפראק אלא תלמידי ישיבות המשתייכים למגזר הליטאי, וספרדים המכונים בלשון המדינה 'משתכנזים", המחוייבים בכך אף יותר מאחיהם הליטאים. והעידו לפני הגדולים, כי שמחים הם בכך.

ג. תלמיד ישיבה ספרדי 'אותנטי' לא ילבש פראק פן יכונה בשם הלא מחמיא 'משתכנז', ויושם ללעג בקרב חבריו, שכניו ודודתו מעפולה ללא כיסוי הראש – שתשאל את אמו בדאגה: מה זה הבגד המשונה הזה שלובש ציון?

ד. גם בין תלמידי הישיבות העוטים את הפראק לחתונתם יש מנהגים שונים, בבחינת לא כל הרוצה ליטול את השם יבא ויטול. אינו דומה דינו של פלוני המצטיין בישיבה, לרעהו הת"תניק שעסק בצרכי ציבור ועל כן מן הראוי שיסתפק בחליפה שחורה חלקה וקצרה.

ופעם ניגש בחור חשוב לאחד מגדולי הדור לקבל הוראתו האם ללבוש הפראק בחתונה, והבין הגדול ההוא את גודל המצוקה אשר לפניו והשיב כי כדאי הוא שיתייעץ בשאלה מרכזית זו עם ראש הישיבה שלו.

קבל פרסום לאתרך פרסם למגזר הדתי/חרדיהמרכז הארצי לקרקעות - רחובות - אדלנד
ה. בני הרבנים המוכרים מחוייבים הם לדעת הכל בעיטוף בפראק, וכבר צווחו הקדמונים על בני ראשי הישיבות הגדולים, שאינם מעוניינים ללבוש את הפראק בחתונתם, וממיטים קלון וחרפה על ראשי אבותיהם.

ו. חתן שזכה ב'סידור מלא', כלומר בדירה שלמה על חשבון חמיו מחוייב הוא בלבישת פראק, שאם לא כן נמצא הוא מחרף את חותנו שהשקיע מאות אלפי דולרים על 'בחור מצויין'. במה דברים אמורים ברכישת דירה בפרוייקט, אולם אם נקנתה עבורו דירה בירושלים, על אחת כמה וכמה, והעובר על כך, תינטל ממנו דירתו וסופו שיגור הוא בשכירות בעיר חריש עד סוף ימיו.

ז. עם לבישת הפראק יעטה החתן על פניו ארשת חשיבות, ויפסע בכובד ראש. לא יצחק בפה מלא, לא יטפח על שכם חבריו, ויענה בלחש לברכות השלום של עמי הארץ. מצווה מן המובחר להלך בכפיפות קומה מעט, לאחוז ספר ביד, ולהשתתף בשיחה עם תנועות ידיים למדניות.

ח. אבי החתן ואבי הכלה נהגו גם כן ללבוש פראק בחתונת ילדיהם, אולם אם אבי החתן עוטה פראק, ואילו אבי הכלה אינו נוהג כן מאבותיו, מחויב הצד השני 'ליישר קו' ועל כן – או ילבשו שניהם או יפשטו שניהם, שאם לא כן נמצא האחד חש נעלה על חברו, ומתקלס בו, ודי לנו בתגרת הכתובה ובעימות על זהות מברך ה'ברכה אחריתא'.

ט. גם אם חש החתן קירבה גדולה לכלתו ועסק עמה בעבר בעניינים של מה בכך, יעמוד תחת החופה עם הפראק בכובד ראש, ויבהיר באמצעות התנהגות זו, את הבדלי המעמדות בין ראש המשפחה, לעזר כנגדו. ואם מסרבת היא, אות היא כי עשויה לזלזל בו ובתורתו לעתיד לבוא.

י. לא יפשוט החתן את הפראק במשך כל שעות החתונה שמא יטעו האורחים ויסברוהו לאחד מן הקוראים או חמור מכך, למלצר העובד במקום. ואם חם לו, וסובל הוא מזיעה, יחשוב כי עושה הוא זאת למען מטרה נעלה ויקבל שכר רב על מעשיו. ואם מתאמץ הוא ואינו מצליח להבין מהי המטרה למעשה, יסמוך על חבריו המבוגרים ממנו שלבשו גם הם פראק, ולא תמהו ולא כפרו בחובתם.

יא. לאחר החתונה יניח החתן את הפראק בארון, ויחשוב בנפשו, כי אברך שבארונו יש פראק אינו יכול ואינו רשאי להתנהג כאחד הריקים ותקנה גדולה יש בדבר.

יב. בחגים, ובימים טובים ובשמחות, ילבש החתן את הפראק לאחר שינער אותו מן האבק שדבק בו. אם שכח והופיע בבית הכנסת ללא הפראק מצווה על חבריו לקרוע ממנו את בגדי עם הארץ שלבש, ולהחזירו לביתו, ואין מוחלים על כבודו.

יג. לא ילבש האברך פראק אלא אם כן צימח חתימת זקן בסנטרו, שאם לא כן נדמה הוא כקוסם. ואם חל החג בתוך ג' חדשים לחתונתו רשאי הוא לצאת בפראק בצינעה.

יד. בחול המועד נחלקו המנהגים. יש הנוהגים ללבוש פראק, ויש הגורסים כי השתכשכות בפארק יהושע, בדשא הבוצי, עם בניה הקשים של האחות ברכה אינם סימן ברכה לבגד המכובד, ועל כן יצא בכתונת לבנה בלבד.

טו. שבת הסמוכה ליום טוב האחרון האם רשאי הוא ללבוש פראק? יש המצדדים לאסור שכן החג הסתיים לו, ועתה שבת היא ככל השבתות. אולם יש הסבורים כי מאחר ואין בין השנים ולו רגע כמימריה רשאי ואף מצווה הוא ללבוש את הפראק. ועוד אמרו: האם קלה היא קדושת השבת החמורה מקדושת החג?

טז. כפתורי הפראק האחוריים. יש שנהגו להניחם כמות שהם – פלסטיק פשוט, ויש המחפים אותם בקטיפה עדינה. והמחפים יש להם על מה שיסמוכו.

חרדים, פראק

יז. מנהג נפוץ הוא אצל ראשי הישיבה השקועים בתורה, או הסובלים מבלבול הדעת, ללבוש פראק בעל כפתור אחד, ופרימה במקום הכפתור השני.

יח. ומעשה בראש כולל שהילך לו ברחובה של עיר ולו כפתור אחד באחוריו, וכשתמהו לפניו תושבי הארץ, מדוע חסר הוא כפתור והלא ראש כולל הוא? השיב ברצינות כי אמנם כן הוא אבל זהו כולל של 'חצי יום'. אלא שדחו את דבריו, שאם כן הוא יידרש רב שהינו גם 'ראש כולל ערב' ללבוש ג' כפתורים ודבר שאינו אפשר הוא.

יט. יש האומרים כי הטעם לשסע העמוק בחלקו האחורי של הפראק הוא כדי שללובשו תהיה אפשרות ב'כריעת מודים' להתבונן מבעד לחור הפתוח האם סיימו רוב המתפללים את תפילת שמונה עשרה ורשאי גם הוא לעשות כן, ומילי דבדיחותא היא.

כ. מקובלנו כי אין צבעו של הפראק אלא שחור, אולם מצינו אצל רבנים ידועי שם גם פראק בצבע כחול, ואף פראק בצבע אפור. פראקים אלו הינם נחלת העבר, והיום העושה כן אינו אלא כמתמיה.

כא. איכה לובשים את הפראק, האם כשהוא פתוח או סגור בכפתוריו הקדמיים? אם דל בשר הוא הלובש, יותיר את הפראק כשהוא פתוח, שמא יראה כחנוט בבקבוק ורע לו הדבר, אולם אם בעל בשר הוא רשאי להותירו פתוח. ומכל מקום, יש להקפיד כי בכניסה לאירועים יהיה הבגד הרבני סגור, שמוסיף הוא כך כבוד והדר ללובשו.

כב. הרוצה ללבוש את הפראק ינהג כסדר הזה: בתחילה ילבש הפראק בחתונת בנו הגדול, ומשם יתרחב ויתפשט אף לשבתות השנה, וסופו שלובש הוא אף בימות החול. וכן הוא הדין לעניין כובע 'ההמבורג'.

כג. אימתי מותר להתחיל ללבוש את הפראק אף בימות החול? באמת אמרו, שהמתמנה לדיין בכל בית דין שהוא ילבש הפראק ואף מחוייב הוא בכך, וכך גם עם קבלת משכורתו הראשונה כרב שכונה. ברם אם מכהן הוא כראש ישיבה או כר"מ בה, יש לצדד לכאן ולכאן. ונראה שיש לחלק בין ישיבה קטנה לגילאי תיכון לישיבה גדולה לבחורים בני 18 ומעלה, שאז יש להקל יותר בדבר.

כד. רב בית כנסת פטור מלבישת הפראק, אלא אם כן עמוס בית הכנסת באברכים ורבו המתפללים לובשי הפראק על לובשי החולצות הכחולות, שאז מחוייב המרא דאתרא בפראק. דגזירה היא שלא יבא לכדי 'רבם דקרו'.

כה. ישיבה ספרדית נחשלת, אינה מתירה לראשה לעטות את בגד הפראק, ואם סבור הוא כי בכך יקל עליו לגייס תלמידים, יש להתיר בדוחק.

כו. 'משיב' ב'ישיבה קטנה' לא ילבש פראק, וכן נהגו. ומשיב ב'ישיבה גדולה' רשאי ללבוש, אך אינו מחוייב בדבר.

כז. ומצאנו ב'משיב' בישיבה קטנה שהחל ללבוש פראק, ולגוי הארץ שהגיב בתימהון אמר: "אני איני חפץ בכך, אלא שהישיבה דרשה, ולא נותרה בידי כל ברירה", וסימן לדבר 'הגדולים לחצו'. ואמנם כבר פשט המנהג לעשות שימוש בתירוץ זה, והנח להם לישראל שאם אינם נביאים בני נביאים הם.

כח. מנהל ישיבה אדמיניסטרטיבי רשאי ללבוש פראק שכן בכך הוא מגייס את ליבותיהם של עשירי ארה"ב לאביהם שבשמים, ופותחים הם את כיסיהם ומזילים מממונם לישיבה ולמנהלה העטוי בחלוקא דרבנן. וכבר שמענו על מנהלים הנוהגים ללבוש את פראקיהם רק בחו"ל, והפטירו בענווה כי 'בגדי עבודה' הם, וסימן יפה הוא.

כט. מעשה בראש ישיבה קטנה שלבש פראק, ולאחר זמן נאלץ לסגור את ישיבתו בשל חוסר תלמידים וביקוש. כיוון שקשתה עליו פרנסתו נאלץ לעבוד בחנות טמבור הסמוכה, רק שאת ה'פראק' לא הוריד, והתקלסו בו נערי השכונה החרדים מאחורי גבו, ואף קראו לחבריהם לצפות ברב לבוש הפראק, מסביר ללקוחה את ההבדל בין תנור עם 2 ספירלות [מחמם בינוני], ל-3 ספירלות [מחמם מאד].

ל. ראשי ישיבה ורמי"ם ליטאים הנוהגים לצעוד עם פראק, לא יחבשו כובע 'המבורג' לראשם, אלא יסתפקו בכובע 'קנייטש', וכך נהגו. ואם ראשי ישיבה מפורסמים המה לית לן בה.

לא. הלובש כובע המבורג וחליפה קצרה, אם ליטאי הוא, אינו אלא מן המשונים, אמנם אצל הרבנים הספרדים מצינו כן, ובלבד שיהיה הרב למעלה מגיל 60 שנים.

לב. בזמן הזה שרבו לובשי הפראק, מפורסם בשם גדולי הדור, כי תלמיד חכם אמיתי ילבש חליפה קצרה או עניבת פפיון, שכן אסור לתלמיד חכם ללבוש בגדי עם הארץ, ומכל מקום יעשה שאלת חכם.

פליקער » דינסטאג יאנואר 3, 2017 8:42 am

· #358663
Re: מילתא דבדיחותא
איינער זאגט מיר אז ער וויל ענדערש פארקינסאנס ווי אלטסהיימער'ס, ענדערש זאל זיך אים די קאווע אביסל אויסגיסן ווי זיכן די קאווע.

ביליג » דינסטאג יאנואר 3, 2017 10:35 am

· #358668
Re: מילתא דבדיחותא
‏אלבערט איינשטיין האט זיך געמוטשעט א גאנץ לעבן צו פארשטיין וויזוי איז מעגליך אז א דאונאט וואס וועגט 2 אונסעס מאכט גרעבער דע מענטש מיט 5 פונט

וואלווי » דינסטאג יאנואר 3, 2017 8:33 pm

· #358739
פליקער
איינער זאגט מיר אז ער וויל ענדערש פארקינסאנס ווי אלטסהיימער'ס, ענדערש זאל זיך אים די קאווע אביסל אויסגיסן ווי זיכן די קאווע.


ווי לאנג ער איז נישט א מקובל וואס גייט מיט ווייסע בגדים...

בן אדם » דינסטאג יאנואר 3, 2017 8:39 pm

· #358742
ביליג
‏אלבערט איינשטיין האט זיך געמוטשעט א גאנץ לעבן צו פארשטיין וויזוי איז מעגליך אז א דאונאט וואס וועגט 2 אונסעס מאכט גרעבער דע מענטש מיט 5 פונט

יעדער דאונאט פראדיצירט 8.9* גרעוויטי אין די מוח.

65th » זונטאג יאנואר 8, 2017 4:20 pm

· #359289
איך ווייס און פארשטיי פארוואס מ'פאסט היינט, אבער איך פארשטיי נישט ווי קומט שרה אריין אין די תיבה?

וואלווי » זונטאג יאנואר 8, 2017 6:02 pm

· #359301
ווייל די שונאים האבן געלייגט אן אויג אויף איר...

ציבעלע-קיגל » זונטאג יאנואר 8, 2017 7:22 pm

· #359305
האסטו דען נישט געלערענט אז ווען אברהם אבינו איז געגאנגען קיין מצרים האט ער אריין געלייגט שרה אין א תיבה (באקס) אז די מצרים זאלען איהר נישט צונעמען?

וואלווי » מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:11 pm

· #359553
קעיק!

קעיק פאר פרישטיג? ח"ו! קיינער וועט זיך נישט אראפזעצען אין עסען א גוטע קרימי שטיקעל קעיק פאר פרישטיג און א ודאי נישט מודה זיין און גיין פארציילען אז יא. וואס דען? מאפין'ס אדער מיני מאפין'ס וואס איז גאר א מיסשעיפד קאפקעיק, מ'ריקט אזוי אריין איינס צוויי עלעף צוועלעף שטיק און ס'איז אקעי, אדער פענקעיק מיט סיריפ וואס איז נישט מער נישט ווייניגער ווי פרייד קעיק! אדער אבי געכאפט רייסקעיק אנגעשמירט מיט כל מיני חאזעריי.

אבער קעיק? מאן דכר שמיה...

גר ותושב » מיטוואך יאנואר 11, 2017 8:44 pm

· #359587
Re: מילתא דבדיחותא
פאריגע וואך איז אריין געקומען א דרינגענדע רוף צו די אפיס פון די תהילים כולל פון כולל חצות אז זיי דארפן א ישועה וויבאלד די שרייבער פון זייער מעשיות איז אויסגעלאפן פון מעשיות און זיי האבן נישט וואס צו שרייבן די וואך אין די צייטונגען האבן זיי זיך געוואלט אויף שרייבן אויפו תהילים כולל אז און די זכות פון די תהילים זאגערס זאלן זיי געהאלפן ווערן עס האט נישט געדוירט צולאנג און זיי האבן געטראפן א מופת אלס און די זכות פונעם תהילים.

תהילים כולל.

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 11, 2017 10:14 pm

· #359592
אז דו רעדסט פון תהילים כולל - זיי זוכען א שואל ומשיב.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:49 pm

· #359665
ונבנתה: יא. איך קען טאקע עטליכע חשוב'ע מעמבערס אין כולל וועלכע האבן שאלות וויאזוי מ'זאגט ארויס געוויסע ווערטער. למשל צוויי גרויסע תלמידי חכמים קומען שוין ארויף אויפ'ן געדאנק...ר' ש.ראזנבערג. און הרב ר' י. מנדולה...! כ'בין זיכער אז ס'דא נאך. איינער א חשוב'ער איד און גרויסער ת"ח (תענית חלום) וועלכער איז שוין אין גן עדן. ר' עוזר מרדכי פ. ע"ה...!

א איד » פרייטאג יאנואר 13, 2017 12:27 pm

· #359699
Re: מילתא דבדיחותא
גר ותושב
פאריגע וואך איז אריין געקומען א דרינגענדע רוף צו די אפיס פון די תהילים כולל פון כולל חצות אז זיי דארפן א ישועה וויבאלד די שרייבער פון זייער מעשיות איז אויסגעלאפן פון מעשיות און זיי האבן נישט וואס צו שרייבן די וואך אין די צייטונגען האבן זיי זיך געוואלט אויף שרייבן אויפו תהילים כולל אז און די זכות פון די תהילים זאגערס זאלן זיי געהאלפן ווערן עס האט נישט געדוירט צולאנג און זיי האבן געטראפן א מופת אלס און די זכות פונעם תהילים.

תהילים כולל.

די מעשה גייט ווייטער, עס האט אנגעהויבן אריינצוקומען אזויפיל מעשיות, אז זיי האבן אריינגערופן צו עיני ישועה, צו זיכער מאכן אז עס שאדט נישט א עין הרע.

וואלווי » פרייטאג יאנואר 13, 2017 1:28 pm

· #359705
ביגאטס האבען אייביג א פראבלעם מיט יענעם'ס מעריעדזש.

אמאל האבן זיי געוואלט אז די שווארצאע זאלען נאר חתונה האבן איינער מיט דער צווייטען און היינט ווילען זיי אז די געי מענטשען זאלען אפילו נישט חתונה האבן צווישען זיך.

הייליגע יונגעלע » זונטאג יאנואר 15, 2017 5:11 am

· #359755
Re: מילתא דבדיחותא
In a far away city a couple of decades ago, there was a king who ruled his country with an iron fist. He understood the dangers that could come upon his people and economy if they continued abusing drugs, so he banned it from his land, with a harsh sentence if caught carrying any illegal substances.

This king of ours also had a secret life, he liked to dress up in casual wear and roam around his city and observe his people's behaviour.

One day as the kins strolls down near the river bank a fisherman rowes by in his boat and spots our king standing there, not knowing that it's the king himself the fisherman offers him a ride in his boat.

The two were sitting in the boat fishing and conversing political matters and stam mikveh news. The fisherman was quite amused with his fellow stranger and really enjoyed his company, while discussing local issues with the king the fisherman pulls out a joint and lights it up inhaling a huge puff and offering the king some

The king being in casual wear and in open waters takes the offer and takes a hit and exhales with joy

Pshhheeeehhaa!! That's some good shit you have there!!! The king exclaimed as he passes the joint round to the fisherman.

But suddenly the king gets filled with regret and immediately turns around to the fisherman and with a serious voice says "I wanna reveal something to you, I'll have you know that I'm actually the king of this city and what you're doing is illegal, so why are you disobeying my rules"!? The king looked into the fishermans eyes with a stern look of disappointment.

The fisherman puled a smile upon his face and calmly replied "don't worry that's just the beginning... Take one more hit and you'll be g-d almighty himself !!"

Sent from my SM-G920F using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג יאנואר 17, 2017 5:35 pm

· #360018
Re: מילתא דבדיחותא
הער איך אז מעקסי העלטה ארבעט אויף א גאר שטארקן וויטעמין וואס וועט ווירקן אייניג ווי א חודש מעמבערשיפ אין תהלים כולל!

תנחום » דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 10:50 pm

· #360212
החתן היהודי של טרמפ החל לקרוא לו: ׳דער שווער נשיא דורינו׳

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 23, 2017 11:54 pm

· #360464
איינער זאגט מיר אז משה רבנו איז געווען די ערשטע פ. ס. געניסער, זיין מאמע האט אים געגעבן צו עסן און די רעגירונג האט געצאלט דערפאר

וואלווי » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:31 pm

· #360750
נאכדעם האט ער נאך געוואנט אין גאווערמענט האוזינג

בן אדם » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 6:18 am

· #360772
ביז ער האט געמוזט אנטלויפן

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יאנואר 30, 2017 3:47 pm

· #361240
יעצט געהערט א אינטעריסאנעטער סטטיסטיקה... וועגען זיך גט'ן ל"ע.

100% פראצענט פון אלע גיטין איז א דירעקטע תוצאה פון חתונה האבען. (ממש שרעקעדיג) עס איז נאך קיינמאהל נישט געוועהן א מענטש וואס האט נישט חתונה געהאט וואס האט זיך ג'גט.

ווייל אזוי » פרייטאג פעברואר 3, 2017 1:28 pm

· #361845
פארענדיג אויף די אונגעריש'ע גאסן זעה איך א פיש געשעפט וואס הייסט "טעגליך" גיי איך אריין און איך פרעג די בעל הבית וואס איז פשט פון די נאמען, זאגט ער מיר אז ער וועט מיר פארציילן.

ווען איך האב אויפגעמאכט די געשעפט האב איך ארויסגעלייגט א סיין "דא ווערט פארקויפט פרישע פיש טעגליך" איז איינער אריינגעקומען און געפרעגט,
פארוואס דארף מען שרייבן 'דא'? נאר ווי דען, האט מען אראפגענומען 'דא',
נאכדעם האט ער געפרעגט וואס איז די 'ווערט פארקויפט' קיינער מיינט נישט אז מ'טיילט בחנם, האט מען אראפגענומען 'ווערט פארקויפט',
נאכדעם האט ער געפרעגט בנוגע 'פרישע' אוודאי איז עס פריש, וואס דען פארדארבן? האט מען דאס אויך אראפגענומען,
ביי די ווארט 'פיש' האט ער איהם פארגעהאלטן דאס קוקט נישט אויס ווי קיין שיך סטאר יעדער זעהט אז ס'איז א פיש סטאר, האט מען דאס אויך אראפגענומען.

איז געבליבן "טעגליך"

תנחום » זונטאג פעברואר 5, 2017 7:57 pm

· #362012
מיין שכן זאגט מיר אז ער פארט דעי וואך קיין מיאמי ביעטש לכבוד פרשת בשלח צו מקיים זיין די "ראתה שפחה על הים"...

גר ותושב » זונטאג פעברואר 5, 2017 9:21 pm

· #362023
Re: מילתא דבדיחותא
עסקן: מען גייט נאך געלט פאר א בנש"ק וואס האט נישט קיין פרוטה .......
יונגערמאן: וואס הייסט ער איז דאך יעצט געפארן קיין פלארידע אויף וויקאציע
עסקן: יא יא דארט האב איך עים טאקע געזעין ביים ביטש בעירום ובחוסר כל.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78