☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

פישערער רבי » מיטוואך יאנואר 27, 2016 7:57 pm

· #319262
א אלטער איד און זיין פרוי גייען ארויס פון טעקסי אין ניו יורק דער איד הייבט אן זוכן אין די טעשער צו באצאלן דעם דרייבער פלוצלינג גיט ער א געשריי אויף אינגליש צו זיין פרוי "אוי כ'מיין אז מיין בייטל איז געפאלן אין דער טעקסי" דער דרייבער הערנדיג דאס גיט ער א שטויס אויפן גאז און לויפט אוועק...
"חחח..." לאכט דער איד "מוישה איז טאקע גערעכט ס'ארבעט גוט..."

שמעון וואלף » מיטוואך יאנואר 27, 2016 8:58 pm

· #319266
איך געדענק פאר יארן צוריק איז דאס געווען די פעמאס יעקל מילער זשאוק. שכח פאר ארויפברענגן אלטע זכרונות

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 6:31 am

· #319303
Re: מילתא דבדיחותא
ס'איז געווען אמאל א ספרדיש'ע איד, ר' יאיר, גאר א גרויסע'ן בעל כשרון. ער האט זיך געלאזט מעסטען און זיין איי קיו איז געשטאנען העכער 220! דאס האט איהם אבער קיין סאך נישט געהאלפען. זיין לעבען איז געווען א צושטערטע צוליעב דעם אז ער האט קיין שפראך מיט אנדערע נישט געהאט. זיי האבען איהם נישט פארשטאנען און ער זיי נישט. זיין עלענדקייט האט איהם שטארק פארדראסען.
איין טאג הערט ער פון א דאקטאר ערגעץ וואס האט ערפינדעט א מאשין וואס קען טוישען דער איי קיו פון א מענטש. הייבט ער זיך אויף און ער פארט אהין. דער דאקטאר וועגט איהם און מעסט איהם אפ און צום סוף באהעפט ער איהם צו די פעדעמער און רערען פון די מאשין און ער צינד עס אן. די נומער'ן גייען טאקע אראפ, 215 210 205 און ווייטער, און דער דאקטאר האלט א שטארק'ן אויג אויף וואס טוט זיך.
195, 190, 185 און ווייטער אראפ. פלוצלונג באקומט דער דאקטאר א טלפון א דרינגעדיגער און ער לאז דער מאשין אליינס ווען ער גייט ארויס שמועס'ן.
165, 150, 140, 130 און ווייטער אראפ גייט זיין איי קיו, און דער דאקטאר איז נישט צוריק.
95, 85, 75 און ווייטער. ווען ס'קומט צו 25 לויפט אריין די דאקטאר שנעל און ער פארלעשט דער מאשין אין א בהלה. (דער גרעניץ פון retarded איז בערך ביי זיבעציג).
ער גיבט א פרעג "וואס מאכט איהר? איהר פילט זיך גוט?"

און דער ענטפער קומט צוריק "איגען"

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:05 am

· #319312
קומט אריין א ספרדיש איד'ל אין בית מדרש און און גייט צו צום ארון קודש. עס איז געווען אייןס פון די רייכע ספרדישע בתי מדרשים מיט א פראכטפולע ארון קודש מיט 12 טרעפ. דער אידל גייט ארויף, מאכט אויף דער ארון קודש און פאנג אן צו ווייענען. רבש"ע איך דארף פרנסה, רבש"ע איך דארף שלום בית, רבש"ע איך דארף קינדער... א.א.וו.
ער ענדיגט זיך אויסווייענען, און פאנגט אן אראפ צוגיין צוריק-צו וועג און טראסקעט אראפ אלע טרעפ און צוברעכט די הענט מיט די פיס.
גיבט ער א שריי... דו ווילסט נישט, איז נישט אבער פארוואס שטופסטו

שלום על ישראל » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:15 am

· #319315
א בחור איז אנגעקומען די ערשטע טאג אין דארמעטארי אין תולדות אהרן ישיבה אין א"י ער גייט צו צו אצווייטן בחור און פרעגט אים ,זאג נאר ווי זענען די שויערס ,ענטפערט אים דער צווייטער "כ'האניש קיין מושג כ'בין נאר דא צוויי חדשים"

שלום על ישראל » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:16 am

· #319316
געווען אמאל א חתן אינטערן חופה גראד נאכן צוטרעטן די גלאז בייגט ער זיך אראפ און בייגט איין זיין הויזן , דער מסדר קידושין פרעגט אים פארוואס בייגסו ארויף דעם הויזן , ענטפערט אים די חתן "מיין מאמע האט מיר אויסגעלערענט אז יעדעס מאל ווען מ'גייט אריין אין א בלאטע דארף מען זיך אויפהייבן ס'הויזן"

טמיר » זונטאג יאנואר 31, 2016 11:57 am

· #319604
Re: מילתא דבדיחותא
אמאל אינמיטן שמו"ע צוקלונגט זיך שמערל'ס טעלעפאן. ווי נאטורליך טוט זיך א געקלאפעכטס און א געשושקעכטס, און דר'עולם איז העפפי. אבער מאדנע איז אז שמערל אליין איז אויך צווישן די קלאפערס ביז ס'פאן האט זיך אפגעשטילט.
נאכן דאווענען פרעגט מען עם "פארוואס האסטו מיטגעקלאפט, ס'איז דאך דיין אייגענע כלי??"
"דער רביזקיסעיאגענעלייני האט אונז אויסגעלערענט אז ווען עס קומט צו כבוד שמים קוקט מען נישט אויף די אייגענע נגיעות!" ענטפערט שמערל

גר ותושב » זונטאג יאנואר 31, 2016 8:03 pm

· #319678
Re: מילתא דבדיחותא
עס איז געוועין אמאל א מענטש וואס איז געבוירן געווארן די 5טע טאג פונעם 5טע חודש אין 1955 ווען ער איז געווארן 55 יאר אלט האט ער אפגעמאכט אז עס דער טאג וועט ער זיכער האבן א גוטע מזל רופט ער אן די באנק און זעיט ער האט 55 טויזנט דאלער אין באנק גייט ער צו א רעיס און קוקט אויב עס איז דא א פערד מיט א נאמער פינעף ווייל דאס איז דאך זיין מזלדיגע נומער און לייגט אריין די גאנצע 55 טויזנע דאלער אז דער פערד וועט געוואונען די רעיס און טאקע צו זיין גוט מזל איז די פערד אנגעקומען די פיפטע!

בלויע רעקל » מאנטאג פעברואר 1, 2016 2:10 pm

· #319758
טמיר
אמאל אינמיטן שמו"ע צוקלונגט זיך שמערל'ס טעלעפאן. ווי נאטורליך טוט זיך א געקלאפעכטס און א געשושקעכטס, און דר'עולם איז העפפי. אבער מאדנע איז אז שמערל אליין איז אויך צווישן די קלאפערס ביז ס'פאן האט זיך אפגעשטילט.
נאכן דאווענען פרעגט מען עם "פארוואס האסטו מיטגעקלאפט, ס'איז דאך דיין אייגענע כלי??"
"דער רביזקיסעיאגענעלייני האט אונז אויסגעלערענט אז ווען עס קומט צו כבוד שמים קוקט מען נישט אויף די אייגענע נגיעות!" ענטפערט שמערל


עס איז גראדע גאנץ א גוטע מהלך, ווען דיין טעלעפאן צוקלינגט זיך, שושקע מיט מיט יעדן, וועסט זיך שפארן די ביזיונות.

קל וחומר » מאנטאג פעברואר 1, 2016 4:45 pm

· #319792
א וויליאמסבורגער איינוואוינער דערציילט מיר אז ער האט בכלל נישט קיין נסיון צו קוקן אויף די מיידלעך פון שטאט, פרעג איך אים פארוואס, זאגט ער 'גאנץ פשוט, כל העומד ליגזז כגזוז דמי, נו, ס'ארא נסיון איז שוין דא צו קוקן אויף אן אפגעגאלטע מיידל?!?'

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 2, 2016 3:44 am

· #319884
שוין גארנישט קיין וויץ. אין ספה"ק 'שבט מוסר' ברענגט ער עטליכע עצות אקעגן תאוות נשים, צווישן זיי אז מען זאל זיך מצייר זיין ווי די פרוי וועט אמאל זיין אן אלטע באביטשקע.

קל וחומר » דינסטאג פעברואר 2, 2016 9:54 am

· #319899
די גמרא זאגט (שבת קנב.) אז א פרוי איז א חמת מלא צואה ופיה מלא דם והכל רצין אחריה...

געהערט אמאל בשם איינע פון די בעלי המוסר אז לו יצוייר מ'וואלט אפגעשינדן די הויט פונעם פרוי וואלטעך קיינער נישט נכשל געווארן, נו, פאר אזא דינטשיק שטיקל הויט דארף מען זיך נאך נישט פארלירן...

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 2, 2016 11:42 am

· #319916
אן ענגליש רופט זיך דאס טאקע "skin-deep love".

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 3, 2016 1:35 pm

· #320102
יארמע רב זאגט: איך קען פארשטיין וויאזוי איינער קען רעדן מיט'ן צווייטן אויפ'ן טעלעפאן פון אנדערע עק וועלט, ווייל די קול גייט אריבער דורך וועיווס. פעקס פארשטייט ער אויך ווייל די קוויטשעדיגע קול וואס קומט אריבער ווערט איבערגעטייטשט צו אותיות דורך טעכנאלאגיע און די מאשין פרינט עס ארויס. אינטערנעט ארבעט דאך מיט סעטילייט איז פשוט וויאזוי מ'קען קאמיוניקירן. אבער דאס אז מ'לייגט אריין אן ענוועלאפ אין פאסט קעסטל און די זעלבע פיזישע קומט אן צום צווייטן אינדערהיים, דאס קען ער נישט פארשטיין.

פישערער רבי » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 9:45 am

· #320199
בשורה טובה למבקשי ה'

בימים האחרונים התבשר ציבור היראים וחרדים לדבר ה' בכל קצווי תבל ע"ד הגדלת מספר החברים בקבוצות הוואטסאפ למספר רנ"ו וכבר מצאו הדרשנים דמספר רנ"ו הוא בגימטריא האדמו"ר וי"ל דזה מרמז דמי שהוא בראש קבוצה כזו הוא בדרגת אדמו"ר.

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 5, 2016 12:16 am

· #320331
דריי איטערעסאנטע פאקטן ביי מענטשן:

1. מ'קען נישט אטעמען מיט וואסער אין די מויל
2. מ'קען נישט אטעמען ווען די צינג איז ארויסגעשטעקט
3. מ'קען נישט ציילן די אייגענע האר

אקעי, קענסט שוין צוריק אריינשלעפן דיין צינג....

קל וחומר » דינסטאג פעברואר 9, 2016 12:15 pm

· #320814
היינט ביי מוסף באמערק איך ווי אן עלטערער אונגארישער איד'ל שטייט מיט די אויגן אריינגעקלעבט אינעם סידור מאכענדיג אזאנע מאדנע פאוקסן מיט די מויל אזש מ'האט געקענט מיינען אז ס'יז שוין אדר, למעשה בינעך צוגעגאנגן צום סידור זעה איך ווי ער מיטשעט זיך נעבעך מיט די צירוף השם פונעם חודש... כ'קען קוים ווארטן אויף אדר ב' (אלע צירופים נעבעך).

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 9, 2016 12:58 pm

· #320819
פרייטאג האט די המודיע געהאט א ליקוט פון גע'טובל'טע דזשאוקס, ברענגן זיי אז ווען רש"י זווין איז געווען רב ערגעץ אין די קאמוניסטישע רוסלאנד האט א מתפלל איהם געפרעגט וואס ער האלט איבער די רעגירונג.

האט זווין איהם געזאגט: מ'זאגט אז 50 פראצענט רוסישע בירגער זענען געהיימע אגענטן, ממילא איז אדער איך אדער דו...

ליפא » מיטוואך פעברואר 10, 2016 2:04 am

· #320921
געווען אמאל א איד וואס איז געקומען צו זיין רב וויינען אז ער קען נישט טרעפן זיין קאר און ער מיינט אז מ'האט דאס אים צוגעגנב'עט און ער דארף א עצה.
האט אים דער רב געזאגט אז אזוי ווי די וואך גייט פר' יתרו און ווען ס'וועט קומען שבת און מ'וועט ליינען די עשרת הדברות זאל ער ביי לא תגנוב קוקן ווער ס'ווערט רויט און שוויצט וועט ער וויסן אז יענער איז דער גנב. ס'קומט זונטאג און דער רב טרעפט דעם איד און פרעגט אים, נו האסט שוין געטראפן דיין קאר? זאגט אים דער איד, "יא, ביי לא תנאף האביך מיר דערמאנט ווי כ'האב געפארקט די קאר".

קל וחומר » מיטוואך פעברואר 10, 2016 2:49 pm

· #320956
לויט די היינטיגע רעזולטאטן גייט אמעריקע האבן א פרעזידענט אין 2017 וואס איז אדער א איד מיט גויאישע אייניקלעך אדער א גוי מיט אידישע אייניקלעך.

טמיר » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 8:40 pm

· #321249
Re: מילתא דבדיחותא
וועלכע רבי היינטיגע צייטן האט רוח הקודש? ווער ס'איז "היינט" אין פלארידע

קל וחומר » זונטאג פעברואר 14, 2016 11:16 am

· #321297
איינער פרעגט מיר די וואך פארוואס פרשת חקת איז נישט צווישען פרשת תרומה תצוה.... עס וואלט ווען געהייסען שובבים תחת.....

בן אדם » מאנטאג פעברואר 15, 2016 1:18 pm

· #321436
שפאציר איך היינט אריין אין ראדני. טרעף איך דארט א אינגערמאן זיך אונטערזינגען: 'אוי רבי רבי רבי מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר...' פרעג איך עם 'מיינסט עס ערענסט? ביזט געווארען א ברעסלעווער... ? זאגט ער מיר ניין, כ'על דיר מסביר זיין. ס'מיר פשוט זייער זייער קאלט דא, און די רבי זאל זיין געזונט איז אפגעפארן קיין מיאמי, ממילא פראביר איך צו באקומען עפעס א שייכות, ס'זאל משפיע זיין אביסל ווארימקייט.

יהושע חיים » מאנטאג פעברואר 15, 2016 2:23 pm

· #321445
Re: מילתא דבדיחותא
https://vimeo.com/155427329
היינו דאמרי בוואטסעפפ

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מערץ 1, 2016 9:45 am

· #323006
אויב א גער'ר האט חתונה מיט א באבוב'ר וואס זענען די קינדער?

גריבעב'ר

מפי ארי דיסקין, ע"ה

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מערץ 1, 2016 10:08 am

· #323008
אויב א ליובוויטשער האט חתונה מיט א סאטמרער זענען די קינדער...

האלב משיחיסט און האלב טעראריסט

מפי ארי דיסקין, ע"ה

בן אדם » דינסטאג מערץ 1, 2016 4:30 pm

· #323046
טעות

בן אדם » דינסטאג מערץ 1, 2016 4:31 pm

· #323047
אויב א אונגארישער האט חתונה מיט אן אראבער, וואס איז די קינד?

א ירושלימ'ער...

(בשם הגה"ח ר' אהרן יוסף לוריא ז"ל הכ"מ כשדיברו מר' אברהם סלאנים שליט"א)

דעת זקנים » מיטוואך מערץ 2, 2016 5:37 pm

· #323160
B R E A K I N G - N E W S

!Server 404 has been found

סביב העולם » מיטוואך מערץ 2, 2016 7:09 pm

· #323167
Re: מילתא דבדיחותא
דעת זקנים
B R E A K I N G - N E W S

!Server 404 has been found



פאר די אנגארישע וואס כאפן נישט...📎 ImageUploadedByTapatalk1456963744.730190.jpg

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:48 pm

· #324205
מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
דורך קעלנער » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:47 pm

מיר צייכענען היינט אפ פונקט 4 יאר זינט "קאווע שטיבל" האט זיך געגרינדעט. ווען מיר האבן געעפנט קאווע שטיבל אום ר"ח אדר תשע"ב מיט א ציל צו געבן א פלאטפארמע פאר אידיש-רעדנדע היימישע אידן צו קאמוניקירן מיט אפענע מוחות און הערצער אויף א אידישליכן אופן, האבן מיר בכלל נישט גע'חלומ'ט אז יעצט, פיר יאר שפעטער, וועלן מיר האבן דערגרייכט אזוי ווייט. קאווע שטיבל איז אן אנטאלאגיע פון אומצאליגע ווערק פון הויכן מחשבה'דיגן און ליטערארישן קאליבער, און איז א וואונדערליכער קיבוץ פון כל מיני מיינונגען און השקפות אינערהאלב ארטאדאקסישער אידישקייט און געזעלשאפט – פון איין עקסטרעם צום צווייטן.

א ים מיט טאלאנט איז אנטוויקלט געווארן צווישן אונזערע ווענט, און פילצאליגע באקאנטשאפטן זענען געשאפן געווארן אין די אישית-קעסטעלעך. געזעלשאפטליכע טעמעס פונקט ווי פילאזאפישע ענינים זענען העפטיג דעבאטירט געווארן מיט א געוואלד פון שכל הישר און כובד ראש, און פילע חברים זענען פאזיטיוו אפעקטירט געווארן אין זייער פערזענליכן לעבן דורך די מעגליכקייט צו קענען רעדן צו חברים מקשיבים, און די ברייטהארציגע עצות און הילף-אנבאטן מלפני ומאחורי הפרגוד.

קאווע שטיבל האט געעפענט ברייט די טויערן פאר יעדן - און ווירקליך, כמעט יעדע דעה אין דעם קאלירפולן ארטאדאקסישן ספעקטרום איז רעפרעזענטירט געווארן דורך אונזערע חברים. די פילע סארטן שמועסן פון אלע שטאפלען פון אינטעליגענץ ווערן רעפרעזענטירט אין די פארשידענע פארומס - פון "צימעס" ביז "העמק דבר", און אלעס אינדערמיט.

דאס אז יעדער קען זיך געפונען דאס פלאץ, האט אויך געעפענט א וועלט פאר די וואס האבן נישט געקענט רעדן ביז היינט. פילע וואס האבן געשפירט אינערליך דערשטיקט, און האבן טראץ זייערע טאלאנטן און אינטעליגענץ קיינמאל נישט געהאט די מעגליכקייט זיך ארויסצורעדן, צו לאזן הערן מחשבות און מיינונגען, האבן דא צום ערשטן מאל געטראפן אחים לדעה, און דאס ערשטע מאל די מעגליכקייט צו רעדן, דיסקוטירן און דעבאטירן, אן ווערן אטאקירט און צענזורירט.

פילע וועלכע זענען געבענטשט מיט טאלאנט פאר הומאר, פאעזיע, אנאליזן וכו', האבן אין שטיבל צום ערשטן מאל געפונען אן אוידיענץ וואס שעצט מעשי ידם להתפאר, און אנערקענט זייער פאסיגן חשוב'ן מקום אין דער געזעלשאפט.

טראצדעם וואס די ברייטצוגיגע עפעקטן ביז היינט זענען אומגעהויער, ווייסן מיר אבער אז מיר האבן דערווייל בלויז אנגערירט דעם שפיץ פון דעם אייז-בארג - דער פאטענציאל וואס איז נאך פאראן פון די ווייטגרייכנדע פאזיטיווע עפעקטן פון קאווע שטיבל זענען אומשאצבאר, און מיר האפן אז מיר האבן געשאפן א פרעצעדענט וואס וועט אלעמאל בלייבן אויפ'ן אויבערפלאך.

אונזער ארבעט אין דער הנהלה איז באשטאנען פון פארזיכטיג גיין אויף א גאר דינעם שטריק. פון איין זייט איז פרייהייט פון ווארט געווען פון אונזערע שטערקסטע פרינציפן, אבער פון דער אנדערער זייט האבן מיר געדארפט זיין פארזיכטיג אז מ'זאל נישט ארויסטרעטן פון דער תורה'דיגער טעריטאריע. מיר האבן אנערקענט אין יעדנ'ס רעכט זיך אויסצוקלויבן זיין מהלך החיים, אבער גלייכצייטיג ערווארטעט אז די שמועסן זאלן זיין פולקאם אין איינקלאנג מיט ארטאדאקסישער יהדות, און מיט א אידישליכן טעם אן וואולגאריזמען, ניבול פה, אדער חסרון דרך ארץ. א ציל צו וועלכן מיר האבן דערגרייכט מיט א שטארקן סוקסעס.

מיט א שווער געמיט זענען מיר אבער געצווינגען צו מעלדן, אז נאך פיר יאר פון אנגייענדיגער ארבעט ארום דעם זייגער, זענען מיר געקומען צו א פונקט וואס מיט אונזער בעסטן ווילן קענען מיר מער נישט אנגיין, און מיר זענען געצווינגען צו שפארן די טויערן פון קאווע שטיבל.

די טויזנטער ארטיקלען און מאמרים וועלכע זענען געשריבן געווארן דורך אונזערע חברים וועלן ווייטער זיין צוטריטליך אויף קאווע שטיבל, נאר מ'וועט מער נישט קענען שרייבן קיין פרישע הודעות. מיר וועלן טאקע מער נישט האבן די אנגייענדע לעבעדיגע פלאטפארמע פאר פרישע אשכולות און תגובות, אבער קאווע שטיבל וועט פארבלייבן ווי א ביבליאטעק און אדרעס צו וועלכן מ'וועט זיך אלעמאל קענען ווענדן פאר איר רייכן אנגעזאמלטן חומר.

עס איז אונז זייער שווער געווען צו קומען צו דעם באשלוס, און גלייבט אונז אז מיר וואלטן דאס געוואלט פארמיידן פאר יעדן פרייז. אבער נאכ'ן דן זיין דערין בכובד ראש פאר וואכן און חדשים, זעען מיר דאס ווי די אומפארמיידליכע מסקנא.

ווי שווער עס איז אונז צו נעמען דעם קומענדיגן געצווינגענעם שריט, זענען מיר שטאלץ און גערירט פון די פילע לעבנס וועלכע זענען אין די לעצטע יארן פאזיטיוו טראנספארמירט געווארן א דאנק קאווע שטיבל, און מיר פארשטייען און ווייסן דעם ווייטערדיגן פאטענציאל, אבער עס איז געקומען די צייט צו גיין.

קאווע שטיבל וועט געשלאסן ווערן י"א אדר, מאנטאג פרשת צו.

דער "מאחורי הפרגוד" פארום איז יעצט געשלאסן געווארן, און מיר האפן אין די קומענדיגע טעג אויסצוארבעטן א יושר'דיגן מהלך ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט אויף ווייטער.

מיר וועלן אייביג האלטן טייערע דער זכות וואס מיר האבן געהאט אין לויף פון די פיר יאר אנצופירן מיט קאווע שטיבל, און מיר באדאנקען פון טיפן הארצן אלע וואס האבן צוגעהאלפן, בפרט די חשוב'ע חברים וועלכע האבן אנגעפילט אונזערע ווענט מיט אזויפיל טאלאנט, מחשבה און געפיל.‎



_______
נ.ב. דא האט איר אונזער ערן ווארט אז די ווערטער ווערן געשריבן מיט'ן פולסטן ערנסטקייט און בכלל נישט אין גייסט פון חודש אדר, פורים אדער "אפריל פולס". קאווע שטיבל ווערט פארמאכט אין 11 טאג ארום. ביטע נעמט אונזערע ווערטער מיט'ן פולסטן ערנסטקייט.

קאמפאטער קאפ » פרייטאג מערץ 11, 2016 3:38 pm

· #324391
קווינס ישבה
איינער וויסט עפשר פארוואס עס איז נישט געווען קיין פורים רב אין איינער וויסט עפשר פארוואס עס איז נישט געווען קיין פורים רב אין קווינס ישבה? ??? ??

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 11, 2016 3:42 pm

· #324393
Re: מילתא דבדיחותא
ווארשיינדליך דארף מען אוועקשטעלען א מילתא דבדיחתא אין צימעס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קל וחומר » מוצ"ש מערץ 12, 2016 8:25 pm

· #324429
וואו זעהט מען אז בימי חז"ל פלעגט מען שוין עסן טשולנט שבת?

שטייט 'חמין במוצ"ש מלוגמא', טאמער האט מען נישט געגעסן טשולנט וואס פעהלט אויס א מלוגמא? אע"כ אז מ'פלעגט עסן.

קול הלשון » מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:44 pm

· #324459
Re: מילתא דבדיחותא
קאמפאטער קאפ
איינער וויסט עפשר פארוואס עס איז נישט געווען קיין פורים רב אין איינער וויסט עפשר פארוואס עס איז נישט געווען קיין פורים רב אין קווינס ישבה? ??? ??

וועגן די מנהלים האבן נישט געלאזט מאכן א פורים טיש האט די פורים רב גאזאגט וויל ער אויך נישט ביים דאווענען

גר ותושב » מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:54 pm

· #324464
Re: מילתא דבדיחותא
If Hilary becomes the 45th president, Bill Clinton will take her to court to decide who should be known as President Clinton and who should be known as President Clinton-45!

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:26 am

· #324854
אויב דער טאטע איז א באבוב 48טע גאס, און דער זוהן א 45טע גאס, וואס איז דער אייניקעל?

סתם א גאסען אינג

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 5:15 pm

· #325504
כ'האב געהאלטן אינמיטן פלאנירן וואס כ'זאל שרייבן פאר מיין זעקס הונדערטסטע לייק, ווען כ'האב עס אזוי אומגערישט באקומען...

קל וחומר » פרייטאג מערץ 18, 2016 10:30 am

· #325610
אן עלטערע יוד האט זיך אפגערעד צום דאקטער אז יעדע צופרי זיבן דרייסיג ברויך ער קטנען און ס׳קומט מיט אזא געשמאק, זאגט די דאקטער אידאך גוט נו וואסי די פראבלעם, זאגט ער, די פראבלעם איז אז כ׳וועק מיך אויף אכט דרייסיג

גר ותושב » פרייטאג מערץ 18, 2016 11:01 am

· #325613
Re: מילתא דבדיחותא
לכבוד שבת זכור

שבת זכור נאכמיטאג קומט א יוד אריין אין בית מדרש און זעיט א בריסקע בחור שטייט ביים בימה און זאגט איבער תמחה את זכר עמלק איין מאל און נאכאמאל און זעיט ווי ער שלעפט זיך די גארטל עס ווערט טייטער און טייטער גייט ער צו און פרעיגט עים וואס גייט פאר זאגט ער עים אז בשעת די קריאה פון זכור איז עים איינגעפאלן א חשש אז אפשר איז ער גאר אן עמלקי און ער איז מחיוב מיתה פרובירט ער זיך צו נעמען די לעיבן ער מאכט טייט די גארטל אבער עס העלפט נישט זאגט עים די אנדערע פארשטייט זיך די גארטל איז ביים מקום קבוע וועט דיך גארנישט העלפן לייג עס ביים האלץ ענטפערט עים די בחור איך האב שוין פרובירט אבער איך האב מיך שיעור דערשטיקט!

שלום על ישראל » פרייטאג מערץ 18, 2016 11:36 am

· #325619
זיצט א מענטש אינעם רעסטוראנט, און די סערוואנט קומט צו צו אים און דער סערוואנט הייבט זיך אהן קראצן דעם אחור.
פרעגט אים די מענטש? זאג נאר? האסט א פימפל אויף דיין אונטערשטן?
ענטפערט אים דער סערוואנט, "כ'האב נאר וואס שטייט אויפן מעניו"
מקור: Jewish Telegram Channel

שלום על ישראל » פרייטאג מערץ 18, 2016 11:36 am

· #325620
ריכטער: פארוואס האסטו אנגעשלאגן דיין חבר אויף טויט
מענטש: ווייל ער האט מיר געזאגט פאר 3 יאר צוריק אז כ'בין א היפאפאטאמעס
ריכטער: נו פארוואס האסטו אים הערשט יעצט געשלאגן?
מענטש: ווייל נעכטן בין איך געווען דאס ערשטע מאל אין די טיר-גארטן און געזעהן וואס דאס איז...
מקור: Jewish Telegram Channel

טמיר » מאנטאג מערץ 21, 2016 2:51 pm

· #325899
Re: מילתא דבדיחותא
Alternate side parking is suspended today to enable snow removal

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 22, 2016 2:21 pm

· #326079
די וועלט ווערט צוטיילט אין 3

-די וואס קענען ציילן

-און די וואס נישט.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 22, 2016 2:33 pm

· #326085
איך רוף און איך רוף אבער ער ענטפערט נישט...
📎 תענית דיבור.jpg

ביליג » דינסטאג מערץ 22, 2016 2:43 pm

· #326088
Re: מילתא דבדיחותא
ווער עס פארשטייט ... פארשטייט

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 22, 2016 2:49 pm

· #326089
עפעס אינטרעסאנט האב איך אבזעווירט,

ווען איך גיי ארויס פון דערהיים בעהט מיר מיין ווייב צו ארויס נעמען די גארביטש און צו צוריק קומען מיט געלט,

ווען זי גייט ארויס פון דערהיים נעמט זי ארויס געלט און קומט צוריק מיט גארביטש.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 22, 2016 3:01 pm

· #326091
געוואלדיג
עפעס אינטרעסאנט האב איך אבזעווירט,

ווען איך גיי ארויס פון דערהיים בעהט מיר מיין ווייב צו ארויס נעמען די גארביטש און צו צוריק קומען מיט געלט,

ווען זי גייט ארויס פון דערהיים נעמט זי ארויס געלט און קומט צוריק מיט גארביטש.


אאוטש כבר היה לעולמים

גר ותושב » דינסטאג מערץ 22, 2016 3:48 pm

· #326098
Re: מילתא דבדיחותא
געוואלדיג
די וועלט ווערט צוטיילט אין 3

-די וואס קענען ציילן

-און די וואס נישט.

איז אז איך קען יא ציילן איז וואס איז די דריטע חלק?

קל וחומר » דינסטאג מערץ 22, 2016 3:56 pm

· #326099
Re: מילתא דבדיחותא
ס'בעצם דא צוויי, נאר ער קען דאך נישט ציילן זאגט ער דריי.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78