מילתא דבדיחותא 3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
טאמבל סאס . געווען אמאל א גרופע פייגלעך וואס זענען געפלויגן צו די ווארעמע לענדער, אינמיטן וועג איז איין פייגל שטעקן געבליבן אין א פעלד, עס איז געווען זייער קאלט, דער פייגל האט זיך פרובירט אנצוווארמען צווישן די גראז, אזוי זיצענדיג איז א קוה אדורך געגאנגען' האבענדיג שרעקליכע בויך ווייטאג, האט זי זיך אויסגעמאכט א בערגל שיט אויפ'ן פייגל ארויף, דער פויגל איז געווארן זייער פיין אנגעווארעמט אין זיך אינטער געזינגן א לידל. שפאצירט זיך אדורך דער פוקס אין הערט א פייגל זינגען, איז ער נאכגעגאנגען דעם קול אין דערווישט דעם פייגל. ער האט ארויסגעגראבן דעם פייגל פון אונטער דעם הויפן צואה, אין זיך געמאכט א פיינע מאלצייט, עד כאן המעשה: היוצא לנו מזה? דריי זאכן: 1) נישט יעדער וואס קאקט אויף דיר מיינט דיין שלעכטס. 2) נישט יעדער וואס נעמט דיך ארויס פין דרעק מיינט דיין גוטס. אין די דריטע זאך איז, ווען די ביסט באקאקט "זינג נישט"
די 4'טע זאך וואס מ'קען זיך ארויסלערנען איז, אלעס וואס מ'טוט קומט צוריק. מר. פייגל, אז איר האט א פריוועליגיע פון פליעהן אין די לופטן, מיינט נאך נישט אז דו קענסט קאקן אויף דעם מענטשהייט פון דערהייעך ווען אומער עס דריקט דיר, און שיקן אונזערע קארס וועכענטליך פאר אן איבערוואש. מיר האבן די קאנעקשענס מיט די חיות און בהמות, און אפילו מיר שווייגן מיט סבלנות געווענדליך, וועלן מיר זעהן אייך מסדר צו זיין איינס און א גוטס.
מעודי תמהתי אויף די וואס מאכן מעשיות און דערנאך זעצן זיי זיך ארויסלערנען דערפון... כ'האב געזעהן א ביכל פון מאיר ברוך שטיין 'דער אייביגער קוואל', עכ"פ האט ער דארט א משל באריכות גדול ונורא, עטליכע בלעטער, א פוקס איז אנטלאפן פון א לייב, אזוי אינמיטן לויפן איז ער אנגעקומען צו א וואנט וואס ער האט נישט געקענט אריבער-שפרינגן, האט ער מחליט געווען אז ער וועט שפילן ווי ער איז טויט, וכך הוי, ווען דער לייב איז אנגעקומען האט ער געטראכט אז די ציין פון א טויטע פוקס איז דאך מסוגל איינצושלאפן האט ער איהם אויסגעריסן די ציין. שפעטער איז אנגעקומען א וואלף, איהם איז געפאלן די וויידל, האט ער עס אפגעביסן און דער פוקס האט ווייטער געשפילט טויט, וכו' וכו', צום סוף האט איינער איהם געוואלט אראפנעמען די הויט, האט דער פוקס געזעהן אז עס איז כלו כל הקיצין, האט ער זיך צוזאמען-גענומען אלע כוחות און געגעבן א שפרינג איבער די וואנט. שטעלט הרב שטיין א מורא'דיגע קשיא, אויב האט דער פוקס נישט געהאט די כוחות אין אנפאנג אריבער-צושפרינגן די וואנט, ווי אזוי האט ער עס באוויזן ווען ער האט שוין נישט געהאט א וועג ארויס? פון דעם זעהט מען, פיהרט הרב שטיין אויס מיט פאטאס, אז אויב וכו' וגו'. עס איז אבער זייער אינטערעסאנט, ווייל אין מיין דמיון האט די מעשה זיך גענדיגט גאר אנדערש, דער פוקס האט נעבעך פראבירט מיט אלע כוחות אריבער-צושפרינגן די וואנט, אבער וויפיהל ער האט נאר פראבירט איז עס נישט געגאנגן, און ער האט געהאט א שרעקליכן סוף. איך האב זיך נאכנישט אוועקגעזעצט ארויסצולערנען עפעס פון דעם.
@ונבנתה מ׳האט אמאל געפרעגט דעם דובנער מגיד פון ווי טרעפט ער אלץ אזאליכע גוטע משלים צו יעדן נמשל. האט ער געענפערט מיט א משל... ס׳אמאל געווען א גוטער ציל שיסער וואס אלץ איז אים געלונגען דער פייל פונקט אינמיטן די קלענסטע רינגעלע. האט מען אים געפרעגט וויאזוי קענסטו אייביג אייביג שיסן פונקט אין ציל ? האט ער געענפערט עטץ זענטס א באנדע בטלנים! קודם שיס איך..דערנאך רינגל איך ארום די רינגעלע ארום דעם פייל... האט דער דובנער מגיד אויסגעפירט קודם האב איך א נמשל דערנאך פאס איך צו א קאסטאם מעיד משל צום נמשל
מצוה צעטיל אין דער נאנטער צוקונפט <a class="postlink" href="https://docs.google.com/forms/d/1wwvS6aaQHHUFElgBdRckVwRslscTLnSJiWqPhOArP_w/viewform?pli=1">https://docs.google.com/forms/d/1wwvS6a ... form?pli=1</a>
תשפ"ט? דאן וועט זיין אן APP די צעטעל איז גוט פאר תשע"ד..
מוועט שוין נישט גדענקען וואס גוגעל אדער עפל זענען אמאל געווען , איינער גדענקט נאך aol?
ס'איז באקאנט אז ווען א מענטש קומט אן צו די 'צן יארן "אנטוויקלט" זיך זיין קערפער און אלס רעזולטאט וואקסט א בארד, און ליידער ווען מ'זעהט אמאל עמיצן אין די יארן אן א בארד טראכט מען אז ער וועט נעבעך דארפן צוקומען צו הילף. זאגט מיר איינער, אז פארדעם האבן טאקע גוים ווייניג קינדער (אזוי ווי מיין מלמד פלעגט זאגן, דער אייבישטער האט געמאכט די נאטור אז אידן האבן מער קינדער) און ראי' לדבר, אז די מוסלומענער זענען אויך קינדער געבענטשטע פאמיליעס.
ובדרך זו אפשר לפרש, וויבאלד אידן רירן נישט דאס בארד קיין כי הוא זה, באווייזן זיי אזעליכע פאמילעס פון איין ווייב. משא''כ די מוסלאמענער, וואס שניידן די בארד למחצה לשליש ולרביע, דארפן צוקומען צו א טרעילאר ווייבער, בכדי צו שטיין אין שפיץ פון אזעלעכע פארצווייגטע פאמיליעס.
פארוואס קען מען מצרף זיין א חומש צו מנין ? חזקה שיש בה שתי שערות.
--
נכנסתי לחנות ספרים בב"ב וביקשתי תיקון ליל שבועות נוסח גור, המוכר נתן לי קריאת שמע על המיטה
מיין טייערע פריינט איר געדענקט איך האב אייך צוגעזאגט צו באצאלן דעם זונטאג ? יא! איך האב געווארט אויף א גרויסן דיעל דורכצוגיין , ביזדערווייל האט עס עפעס א שיכור אין פלארידא באקומען. און איך בין מיט 600 מיליאן דאללער ווייניגער ווערט . אויב דארפט איר דאס געלט מוזט איר ווארטן אויף מיטוואך ווען איך האב א פרישער דיעל פון 40 מעלאנע’ס וואס דארף דורכגיין. אדער קענט איר קאנטאקטן מיין קאמפעטישן אין פלארידא .
אויפן עראפלאן האבן זיך געטראפן א חסידישע מיידל און א חסידישע בחור אין א זיץ איינער נעבן צווייטען, מען זיצט אפ שעה'ן, דער בחור האט געוואלט ציען דאס מיידל אין א שמועס, אבער זי האט ח"ו נישט געוואלט רעדן מיט איהם א ווארט. זאגט דאס בחור פארן מיידל, קום לאמיר שפילן א שפיל, איך וועל דיך פרעגן א שאלה, און דערנאך וועסטו מיך פרעגן א שאלה, אויב איך ווייס נישט צו ענטפערין באקריגסטו א הונדערטער, אויב די ווייסט נישט צו ענטפערין באקריג איך א צענער. דאס מיידל האט זיך צוגעכאפט צו אזא ביזנעס. דער בחור פרעגט דאס מיידל וואס איז דער חילוק צווישן מסכת עירובין און מס' ערכין, וואס איז דער חילוק צווישן מסכת שבועות און מסכת שביעית ? דאס מיידל ווייסט נישט און גיט איהם א צענער. דער מיידל פרעגט דעם בחור, וואס איז א זאך וואס גייט ארויף א בארג מיט דריי פיס, און קומט אראפ מיט פיהר פיס ? דער בחור ווערט דערשראקען, אויף אזאנס האט ער זיך נישט גערישט, ער טראכט, ער קלונגט פון אינמיטן פליען זיין חבר פאר גרויס געלד, און פרעגט אויס, אבער ער קען נישט אויפטרעפען, נאך עטליכע שעה גיט ער איהר א גלאטן הונדערטער. דאס מיידל לייגט עס אריין און איהר טאשקע, און רעדט נישט קיין ווארט. אבער דער בחור פרעגט: אבער זאג מיר וואס איז דער ענטפער אויף די שאלה ? דאס מיידל איז שטיל און נעמט ארויס א צענער און גיט עס פאר איהם !
An israeli shnorrer knocks on a rich guys door his son says my father is in pajamas already the israeli says its ok just bring me his pants
זיץ איך אזוי אויפ'ן באן, און איך האב נישט וואס צוטון מיט די ליידיגע צייט. נעם איך ארויס א שאח-שפיל פון מיין באגאזש, און איך זוך מיר א חבר מיט וועמען צו שפילן. זענען דארטן געזיצן חסידים פון אלע קרייזן, אבער יעדער האט מיר אפגעזאגט מיט אן אנדער תירוץ. פארוואס איך שפיל נישט גוט דער שפיל.. דער גערער: ניין! ביי אונז מעגן קעניג און קעניגן נישט שטיין צוזאמען. דער סלאנימער: וואס איז דאס שווארצע, מיט ווייסע? מאך אפ! אדער שווארץ אדער ווייס! דער ברסלבער: וואס איז דאס? נאר א פערדל טאנצט? ביי אונז זענען אלע פערדלעך. און אלע טאנצן. דער סאטמערער: וואס איז פשט איז נאר איינער געווינט. ביי אונז געווינען ביידע. דער סקווערער:ניין! דער קעניג קען גיין און האקן וועם ער וויל. דער ליובאוויטשער: דעם קעניג קען קיינער נישט הרגענען. ער בלייבט לעבן אויף אייביג דער באבובער: די שטיקלעך האבן נישט קיין פענימער, ס'נישט שיין.. דער ספינקער: אלע דארפן זיין קעניגן. דער בעלזער: ניין, דער קעניג דארף אויפנעמען צוויי באקסעס. בני יואל: אפילו דער קעניג שטארבט, דארף ווייטער אנגיין די שפיל. דער וויזשניצער: גענוג מ'האט איינמאל געמאכט די טעות. מער אבער קען א פויער נישט ווערן קעניג. דער תולדות א"י: ניין, ביי אונז, קען דער קעניג טאקע נישט גיין צושנעל, אבער דער קעניגן קען זיך ממש נישט רירן. דער טאהשער : ניין! ס'איז דא צופיהל פויערן. דער פאפא'נער: וויאזוי גייט די געים?
..
,
סארי נישט געװיסט שוין געמעקט
יארן צוריק ווען אידישקייט איז געוועזען שוואך. האט אמאל פאסירט אז א פרומער ברודער איז געגאנגען באזיכען זיין שוואכען ברידער אין אמעריקע אין ער האט אים איינגעליידענט צו עסן מיט אים סאפיר. די פרומע ברודער האט זיך אפגעזאגט צוליב די כשרות .האט ער זיך אנגעריפען ביי מיר ווילסטו נישט עסן?? איך פיר א שטרענגע קאך. ער רופט זיין ווייב אין פרעגט איר וויאזוי האסטו היינט כשר געמאכט. ענטפערט זי היינט האב איך נישט כשר געמאכט ווייל איך האב עס געקויפט ביי א אידישע פלייש געשעפט אבער ווען איך קויף עס ביי א גוי מאך איך עס אליין כשר....
וואלפה זיץ איך אזוי אויפ'ן באן, און איך האב נישט וואס צוטון מיט די ליידיגע צייט. נעם איך ארויס א שאח-שפיל פון מיין באגאזש, און איך זוך מיר א חבר מיט וועמען צו שפילן. זענען דארטן געזיצן חסידים פון אלע קרייזן, אבער יעדער האט מיר אפגעזאגט מיט אן אנדער תירוץ. פארוואס איך שפיל נישט גוט דער שפיל.. דער גערער: ניין! ביי אונז מעגן קעניג און קעניגן נישט שטיין צוזאמען. דער סלאנימער: וואס איז דאס שווארצע, מיט ווייסע? מאך אפ! אדער שווארץ אדער ווייס! דער ברסלבער: וואס איז דאס? נאר א פערדל טאנצט? ביי אונז זענען אלע פערדלעך. און אלע טאנצן. דער סאטמערער: וואס איז פשט איז נאר איינער געווינט. ביי אונז געווינען ביידע. דער סקווערער:ניין! דער קעניג קען גיין און האקן וועם ער וויל. דער ליובאוויטשער: דעם קעניג קען קיינער נישט הרגענען. ער בלייבט לעבן אויף אייביג דער באבובער: די שטיקלעך האבן נישט קיין פענימער, ס'נישט שיין.. דער ספינקער: אלע דארפן זיין קעניגן. דער בעלזער: ניין, דער קעניג דארף אויפנעמען צוויי באקסעס. בני יואל: אפילו דער קעניג שטארבט, דארף ווייטער אנגיין די שפיל. דער וויזשניצער: גענוג מ'האט איינמאל געמאכט די טעות. מער אבער קען א פויער נישט ווערן קעניג. דער תולדות א"י: ניין, ביי אונז, קען דער קעניג טאקע נישט גיין צושנעל, אבער דער קעניגן קען זיך ממש נישט רירן. דער טאהשער : ניין! ס'איז דא צופיהל פויערן. דער פאפא'נער: וויאזוי גייט די געים?
די קאווע שטיבל ניקס
יאיר: ווער זאגט אז דער פערדל מעג גיין צוויי טריט געדרייט א גאנץ יאר? ס׳איז דא א מאירי וואס זאגט אז דאס איז נאר עשי״ת.
מח שליט : ביסט זיכער מיט דיין פולן קאנטשעס אז די ווילסט שפילן שאח ? אפשר דמיון׳סטע גאר ?
איחוד פעלד: איך שפיל נישט מיט דיר!! כהאב מורא דו וועסט מיר מאלעסטן אונטערן טיש אינמיטן שפילן.
קופרניקוס : שאח שפילן? איך וויש יעצט דעם שיבער, און בכלל, שפינאזע האט דעם שפיל נישט גורס געווען.
יידל : לאמיר מאכן א שטודיע האט איר ביים פאריגען מאל שפילן געווינען ? דאן שפיל איך מיט אייך,ווייל צוויי מאל געווינען קאנסעקעטיוו האט ווייניגער טשאנסן ס׳זאל געשען.
יואב: דער גאנצער שאח שפיל קלעבט זיך אויף מיר ווי א האריגער מאנטל אויף יעקב אבינו ביים לקח׳נען די ברכות. און ווי עשיו צו די בכורה.
שמעקעדיג: איך האב א חבר וועם איך העלף לעצטענס ארויס מיט פארשידענע אנדערע ענינים וואס האט ליב צו שפילן שאח.
קינות גירושין: נישט יעצט!!! מיין עקס פייניגט מיר...
לעיקוואד: קשה לי לצמצם מחשבתי לשחוק בזה עיין כאן וכאן ואכמ״ל.
😃 (גראדע איז דער שפיל פון די געציילטע וואס איך גלייך גאר שטארק, אויב נעמסטו דאס אוועק, וועט זיך דאס שפירן ווי יעקב נאכן געבן זיין געלט פאר אליפז).
היימישע בית המדרש אין בארא פארק זוכט א בעל תפילה/שליח ציבור גיט באצאלט היות עס איז דא א shortage ציליב רוב אנ״ש האבען אינטרנט אן פילטער מעולה!!
איך טרעף א איד אין מקוה מיט סטראקעס אויף זיין ר"ת גאטקע. פרעג איך אים, וואס איז דאס ? זאגט ער מיר איך בין א באהאלטענע צדיק.
😂 👍
יואב פארוואס קען מען מצרף זיין א חומש צו מנין ? חזקה שיש בה שתי שערות.
מענין לענין באותו ענין, אויב א האָר פאלט ארויס פון די בארד, דארף מען עס אריין לייגן אין א ספר - ווייל עס איז א הייליגע זאך. אויב ווארפט מען ארויס א קינד פון די מוסדות, קען מען אים פלעין ארויסלייגן אויפן גאס.
וועגען דעם קען מען מצרף זיין א קינד מיט א חומש ווייל א חמוש האט זיכער שתי שערות
There was a group of women gathered at a seminar on "how to live in a loving relationship with your husband". The women were asked, 'How many of you love your husbands?' All the women raised their hands. Then they were asked, 'When was the last time you told your husband you loved him?' Some women answered today, some yesterday, some didn't remember.. The women were then told to take their cell phones and send the following text to their respective husband: I love you, sweetheart. Then the women were told to exchange phones and read the responding text messages. Here are some of the replies: 1. Eh, mother of my children, are you sick? 2. What now? Did you crash the car again? 3. I don't understand what you mean? 4. What did you do now? I won't forgive you this time!!! 5. What ?!? 6. Don't beat about the bush, just tell me how much you need? 7. Am I dreaming? ??????? 8. If you don't tell me who this message is actually for, you will die today...!!! 9. I asked you not to drink anymore!! and the best one 10. Who is this?
אנאנים: איך האלט, מ'דארף הארגענען אלע אראבערס, און איין דענטיסט. משה: פארוואס עפעס איין דענטיסט? יאנקעל: פארוואס אלע אראבערס פרעגסטו נישט?
יאנקל מיללער טרעפט א יונגערמאן, פרעגטערעם: "ווי (ער האט געפרעגט "ווי" מיט יו"ד) באלאנגסטע"? "אין באבוב" ענטפערט דער אינגערמאן. פרעגט יאנקל: "וועלכע"? זאגט דער אינגערמאן: "ס'דא נאר איין!!" זאגט אים יאנקל: "איך האלט אויך אזוי, ס'דא נאר איין" פרעגט אים דער יונגערמאן: "וועלכע"? 😂 😂 😂 😂 😂 (ס'געווען דו?... 😉 )
-
נאך איינער שפירט ווי ער האט פארפאסט עפעס א גוטס דא?
די מעיאר פון ניו יארק האט געוואלט בויען א בריק. ער האט באשטעלט ביי קאנטרעקטארס פראפאוזעלס. קומט א שווארצע קאנטראקטאר, און גיבט א מיליאן דאללער פראפאוזעל. פרעגט איהם די מעיאר, וויאזוי ביזטו אנגעקומען צי די נאמבער. זאגט דער שווארצער: א דריטל מאטריאל, א דריטל ארבייטערס, און די איבעריגע איז פראפיט. - האט ער איהם פארשיקט קומט דער איטאליענער און פראפאוזט צוויי מילאן. פרעגט די מעיאר וויאזוי ביזטו אנגעקומען צי אזא נאמבערס. זאגט ער: דריטל מאטריאל, דריטל ארבייטערס, און דאס איבעריגע איז רווח. - האט ער איהם פארשיקט. קומט דער אידישע קאנטראקטער און גיבט א פראפאוזעל פון דריי מיליאן. פרעגט די מעיאר וויאזוי ביזטו אנגעקומען צי אזא נאמבער. דו ביזט די טייערסטע. ענפערט די אידעלע: א מיליאן פאר דיר, א מיליאן פאר מיר און א מיליאן פאר די שווארצער זאל מאכן די ארבעט..
פארוואזשע הייסט דער מידזשעט אויטא א "סמארט קאר"? וואו שטעקט זיין קלוגשאפט??? · ער שטעקט נישט אריין קיין לאנגע "נאז" איבעראל! · ער בלאזט נישט פון (מאפלער) זיך קיין סאך! · א שמועס אינעווייניג איז בלויז צווישן פיר אויגן...! נו, זאגטס אליין, איז ער נישט קלוג?
גאר גוט 👍
משגיח פארוואזשע הייסט דער מידזשעט אויטא א "סמארט קאר"? וואו שטעקט זיין קלוגשאפט??? · ער שטעקט נישט אריין קיין לאנגע "נאז" איבעראל! · ער בלאזט נישט פון (מאפלער) זיך קיין סאך! · א שמועס אינעווייניג איז בלויז צווישן פיר אויגן...! נו, זאגטס אליין, איז ער נישט קלוג?
און ער לאזט זיך גרינג פארקן , אין ער בעט נישט צופיל צוטרינקען און פאר סאם ריזן זענען די מוכרים מסכים צו נעמען בלויז 7 k און דער אוטא איז דיינער.
married men
All married men can forget all the mistakes they ever made ! Because its a waste for 2 people to remember the same thing (and u can rest assured that person will remember them with all details )
A lawyer was cross-examining the doctor about whether or not he had checked the pulse of the deceased before he signed the death certificate. "No," the doctor said. "I did not check his pulse." "And did you listen for a heartbeat?" asked the lawyer. "No I did not," the doctor said. "So," said the lawyer, "when you signed the death certificate, you had not taken steps to make sure he was dead." The doctor said, "Well, let me put it this way. The man's brain was in a jar on my desk but, for all I know, he could be out practicing law somewhere."
איך פארשטיי נישט פארוואס מפארפירט אז די אהרונים האבן געמאכט א כינוס די זעלבע טאג ווי די זאלונים די זאלונים האבן געמאכט א׳ קרח און די אהרונים א׳ שמות
א רב האט רעזיגנירט. האט אים איינער געפרעגט פארוואס ער רעזיינט האט ער געזאגט אז דאס איז די ערשטע שאלה וואס מ׳פרעגט אים דא..
א חסידישער בחור וויל מאכן א "לעבן", דאס ערשטע זאך מוז ער זיך לערנען דרייווען, פארט ער ארום מיט זיין טאטענס קאר. אבער, עס ארבייט נאר בייטאג נישט ביינאכט, וויפיל ער פרויבירט עס צו דרייווען ביינאכט עס רורט זיך נישט פון ארט. קלונגט ער אהן די קאר-קאמפאני און באקלאגט זיך, שיקן זיי אראפ איינעם, דער מעקאניק באקוקט עס גיט און זעהט אלעס איז אין ארדענוג, גיט ער א פרעג דעם 17 יעריגער בחור, ביזט זיכער ווייסט וויאזוי צו דרייווען א קאר ? וואס מיינסטו, ענטפערט דער בחור איך בין אזא נער ? בייטאג לייג אריין דעם שיפטער אין (D" (DAY" און ביינאכט (NIGHT) לייג איך עס אין - "N!"
אודאי איז ער א נאר. ער האט נישט געהאט גענוג שכל אויסצונארן דעם קאר און עס לייגן אויף D ביינאכט...
קאנטרי אלערט! ווען איהר בארגט פון וואלמארט עיר-קאנדישאנס וכדומה, ביטע געדענקן אוועקצולייגן דעם רעסיט צו פארשפארן אומאנגענעמליכקייטן.
משגיח א חסידישער בחור וויל מאכן א "לעבן", דאס ערשטע זאך מוז ער זיך לערנען דרייווען, פארט ער ארום מיט זיין טאטענס קאר. אבער, עס ארבייט נאר בייטאג נישט ביינאכט, וויפיל ער פרויבירט עס צו דרייווען ביינאכט עס רורט זיך נישט פון ארט. קלונגט ער אהן די קאר-קאמפאני און באקלאגט זיך, שיקן זיי אראפ איינעם, דער מעקאניק באקוקט עס גיט און זעהט אלעס איז אין ארדענוג, גיט ער א פרעג דעם 17 יעריגער בחור, ביזט זיכער ווייסט וויאזוי צו דרייווען א קאר ? וואס מיינסטו, ענטפערט דער בחור איך בין אזא נער ? בייטאג לייג אריין דעם שיפטער אין (D" (DAY" און ביינאכט (NIGHT) לייג איך עס אין - "N!"
VIDEO
אויב ס׳איז ענק נאך אלטץ נישט געלונגן צו שמייכלען פראבירטס דאס!!! 😂
VIDEO
זר זהב יאנקל מיללער טרעפט א יונגערמאן, פרעגטערעם: "ווי (ער האט געפרעגט "ווי" מיט יו"ד) באלאנגסטע"? "אין באבוב" ענטפערט דער אינגערמאן. פרעגט יאנקל: "וועלכע"? זאגט דער אינגערמאן: "ס'דא נאר איין!!" זאגט אים יאנקל: "איך האלט אויך אזוי, ס'דא נאר איין" פרעגט אים דער יונגערמאן: "וועלכע"? 😂 😂 😂 😂 😂 (ס'געווען דו?... 😉 )
א איד איז אמאל צוזאם געפאלן פון א הארץ אטאקע אין באבוב ביהמ״ד און מ׳האט גערופן הצלה צו באבוב׳ער שול,
האט די דיספעטשער געפרעגט: וועלעכע באבוב?
האט דער רופער גע׳ענטפערט: עס איז נאר דא איינס.
האט ער ווייטער געפרעגט: וועלעכע איז די איין באבוב?
האט ער ווייטער גע׳ענטפערט: וואס הייסט וועלעכע עס איז נאר דא איינס.
אזוי ביני לביני איז דער איד.......
האט מען אויפגעשריבן אויף זיין מצבה:
יצאה נשמתו ב״אחד״ !!!BREAKING באבוב וועט עפענען א נייע מילך קאמפאני. עס וועט הייסן "קי מציון" ... (אויב ס'איז נאך דא דארט וועם אויסצומעלקן...) לכאורה וועט עס זיין 'טריפל פילטערט' כדאי עס זאל זיין פונעם "ריינע ראסע"... אפשר גאר וועט מורינו זיין בעל מכשיר... ונראה מה יהיה אם חלובותיו...
טריפל פילטערט מיטן משומר פילטער
הייסט אז מיין מוסדות וועט וויסן פונקטליך וויפול מילך איך טרונק? נישט מסכים! זיי וועלן נאך אויספיגערן אז איך טרונק אסאך קאווע.
יידל אודאי איז ער א נאר. ער האט נישט געהאט גענוג שכל אויסצונארן דעם קאר און עס לייגן אויף D ביינאכט...
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד האט געזוכט א שידוך פאר זיין טאכטער. האט איהם א שדכן אנגעטראגן א בחור וואס איז זייער א קלוגער און א תלמיד חכם. נאר ער האט איין קליינעם פעלער. ווען ער הייבט אן רעדן שטאטטערט ער. אבער נאכדעים רעדט ער נארמאל. זאגט דער טאטע פון מיידל אויב דאס איז דער פעלער בין איך גרייט צו נעמען איהם פאר א חתן. דער איד האט געוואוינט אויפ'ן דריטן שטאק. זאגט ער צום שדכן שיק ארויף דעם בחור צו מיין הויז. כ'עלל כאפן א שמועס מיט איהם. ווען דער בחור איז געקומען צו יענעם אין שטוב זאגט ער צום טאטן "שששלוםםם עללליייככככעם.' דער איד האט נישט געוואלט טון דעם שידוך. ווען דער שדכן האט איהם געפרעגט פארוואס. האסט דאך געזאגט אז דאס שטאטטער'ן אליינס איז נישט קיין פעלער. האט איהם דער טאטע געענטפערט. דער בחור איז אויך נישט קלוג. ווייל ער האט געדארפט אנהייבן זאגן שלום עליכם אונטן אויף דער גאס....