מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
.
📎 IMG_20220912_143151_762.jpg
📎 unnamed (2).jpg
One of the many jobs available to our community members without any knowledge in English, is being an English teacher
א גאר פרימע בחור האט חתונה געהאט, און ער האט נישט געוואלט רעדן קיין ווארט מיט זיין ווייב. ווען מען האט אים פארגעהאלטן דערוועגן האט ער געזאגט אז עס שטייט אין די משנה; אל תרבה שיחה אם האישה.. ובאשתו אמרו.. נו איז דאך עס א אפענע משנה.
האט מען אים געשלעפט צו א רב, האט אים די רב געזאגט אזוי. ביסט גערעכט אז עס שטייט אזוי אין די משנה. אבער אונז האבן א כלל אז יעדע משנה וואס איז א סתם ואח"כ מחלוקת פסק'נט מען נישט ווי דער משנה..
נו אז די וועסט זיך פירן ווי דער משנה וועט עס דאך זיין א סתם משנה ואח"כ מחלוקת...
עצי שטיםא גאר פרימע בחור האט חתונה געהאט, און ער האט נישט געוואלט רעדן קיין ווארט מיט זיין ווייב. ווען מען האט אים פארגעהאלטן דערוועגן האט ער געזאגט אז עס שטייט אין די משנה; אל תרבה שיחה אם האישה.. ובאשתו אמרו.. נו איז דאך עס א אפענע משנה.
האט מען אים געשלעפט צו א רב, האט אים די רב געזאגט אזוי. ביסט גערעכט אז עס שטייט אזוי אין די משנה. אבער אונז האבן א כלל אז יעדע משנה וואס איז א סתם ואח"כ מחלוקת פסק'נט מען נישט ווי דער משנה..
נו אז די וועסט זיך פירן ווי דער משנה וועט עס דאך זיין א סתם משנה ואח"כ מחלוקת...
געוואלדיג!
גראדע איז דא א שמועס אם רבי בא להוציא מן הסתם ואין הלכה כסתם או שאין מוכרח שתהא הלכה כסתם אבל יש לצרפו לסיוע.
אויב איז קודם געווען די מחלוקה און נאכדעם האט ער געסטאפט צו רעדן מיט איר, איז דאך עס א מחלוקת ואח”כ סתם, והלכה כסתם משנה...
חדשים: דאס דארפסטו אריינלייגן אין תורה וחסידות פארום. אדער אין אשכול פון "ליטווישע (און אנדערע) חקירות"...! אויב ס'איז נאכנישט דא אזא אשכול קענמען עס יעצט מאכן...
ועוד, דאס ווייזט אז דו ביסט א ת"ח, דו זאגסט לומד'ישע ווערטלעך. אונז פראסטע בעלי עגלות, שניידערס און שוסטערס פארשטיי מיר נישט די זאכן...!
עצי שטיםזייענדיג אינטערן רושם פון אפאר מלנ"ז'ס און עטליכע שטערנדלעך (כזה: * ), האב איך מיך אריינגעזעצט אין ביהמ"ד פרייטיג נאכמיטאג מיטן טראפענדיגע פיאות פונעם מקוה. איך עפן א נועם אלימלך און איך אנטפלעק עטליכע שטערנדלעך אויסגעשפרייט אויפן עמוד! און א וואדזשנעם געדאנק האט מיר אריינגעבליצט אין קאפ...
יא.. איר האט ציגעטראפן... איז עס אייך אויך אמאל איינגעפאלן? מען האט אייך איינגערעדט גלוי אליהו צואת שוורים.. אבער איך מיין אז די שטערנדלעך קענען מעגליך רעפרעזענטירן גאר עפעס אנדערש...
איך בין מוחה. מאך נישט אזעלכע ווערטלעך.
פון האלצערנע שוטה איז געווארן שיט, דער לאזט איבער זיין נעבעכדיגע אפפאל אין יעדע צווייטע אשכול.
Re: מילתא דבדיחותא
איך אויךפון האלצערנע שוטה איז געווארן שיט, דער לאזט איבער זיין נעבעכדיגע אפפאל אין יעדע צווייטע אשכול.
דיטעילס?
איך אויךפון האלצערנע שוטה איז געווארן שיט, דער לאזט איבער זיין נעבעכדיגע אפפאל אין יעדע צווייטע אשכול.
אינטערסאנט נאר אז ער האט מער ווי דאפלט אזוי פיל לייקס ווי תגובות. משא"כ די האסט ניטאמאל האלב אזוי פיל לייקס ווי תגובות...
א פרוי קומט אהיים אויף איר געבורטסטאג און איר מאן זאגט איר. "איך האב דיר געקופט א מורא'דיגע מתנה, אבער איך דארף דיר אהינדרייוון, און עס איז כדי אז די זאלסט זיין בליינפאלדעט די גאנצע וועג".
אומר ועושה, מען זעצט זיך אריין אין קאר און נאך א האלבע שעה פארן נעמט די מאן אראפ די בליינפאלד פון זיין ווייבס אויגן און זיי טרעפן זיך אין א בית החיים.
די פרוי קוקט מיט וואונדער, וואס איז דאס?
די מאן איז מסביר אז ער האט איר געקויפט א חלקה, ווייל עס איז א שטארקע סגולה אויף אריכות ימים און אלעס גוטס.
די נעקסטע יאר קומט די פרוי אהיים אויף איר געבורטסטאג און פרעגט... נא..? אז לעצטע יאר האסטו זיך געלאזט קאסטן אזוי פיל.. וואס קומט היי יאר..?
האט די מאן געזאגט... אז די האסט נישט געניצט די מתנה פון פאראיאר באקומסטו נישט היי יאר קיין מתנה...
א פרישע ווייבל קומט מיט א בהלה צו איר טאטע..
טאטי! מיין מאן איז אן אפיקורס ער גלייבט נישט אין גן עדן...!
זאגט זי איר טאטע. זארג נישט.. גיב עס אפאר חדשים און ער וועט נישט נאר גלייבן אין גן עדן נאר ער וועט אויך גלייבן אין גיהנם...
עצי שטיםא פרישע ווייבל קומט מיט א בהלה צו איר טאטע..
טאטי! מיין מאן איז אן אפיקורס ער גלייבט נישט אין גן עדן...!
זאגט זי איר טאטע. זארג נישט.. גיב עס אפאר חדשים און ער וועט נישט נאר גלייבן אין גן עדן נאר ער וועט אויך גלייבן אין גיהנם...
מי אני
לערנט אזוי פשט אין גיהנם.
Was 2 Melava Malkas today, one in England one in Amshinov
רעדענדיג פון געבורסטאג מתנות און בליינדפאלד האביך מיר דערמאנט די מעשה, (נישט פאר די יפי נפש מבינינו..)
געווען א יוד לאמיר אים רופן ירוחם, וואס איז געגאנגן חולי פאר א געוויסע סארט באנדלעך, און זיין געטרייע אשת חיל זעענדיג זיין גרויס אהבה צום באנדל פלעגט אים עס אפט אנגרייטן פאר סאפיר, האט זי אבער געזען נאך א שטיק צייט די שרעקליכע סייד-עפעקטס פון דעם, נעמליך, נישט לאנג נאכן עסן פאנגן די באנדלעך אן זינגען שירה און די ריח ניחוח פון דעם איז עפעס וואס א פשוט’ע מענטש קען נישט אויסהאלטן... האט זי אים אויפגעהערט אנרעכטן אזעלכע סעודות.
דער ירוחם האט אבער נישט געקענט אן דעם אויסהאלטן פלעגט ער זיך אריינגנבענען אין רעסטוראנט אויפן וועג אהיים פון ארבעט און אריינהאקן אפאר פארציעס, די ווייב האט פארשטייט זיך דאס מרגיש געווען און שפירנדיג כי כלתה עליה הריח האט זי זיך אנגעפאנגן בעטן ביי אים דאס ער זאל אויפהערן מיט די אכילה גסה, ביז ירוחם האט זיך געבראכן און זיך מקבל געווען אז מער נעמט ער נישט אריין קיין באנדלעך אין כרס אריין.
ויהי היום, אזא צוויי יאר נאכן מאכן די קבלה, און עס טאקע איינהאלטן מיט א גבורת ארי, איז יענעם דינסטאג אויסגעפאלן זיין געבורטסטאג. פארן אהיים קומען רופט אים דער ווייב אן אז צוליב וואס זי ענדיגט אנגרייטן א גראנדיעזע בוירדעי פארטי פאר אים זאל ער אהיים קומען עטוואס שפעטער, אויך בעט זי אז ער זאל איר אנרופן ווען ער שטייט אונטן ווייל זי וויל אים בליינדפאלדן ביז ער קומט אן אינעם דיינונג רום כדי ס’זאל זיין א ריכטיגע ”סורפרייז”.
שפאצירט ירוחם געמיטלעך אהיים נאך די ארבעט און פונקט גייט ער אריבער די רעסטוראנט, און די שמעק פון די פרישע באנדלעך קיצלט אים אין נאז אזש ס’כאפט אים אן א בולמוס אויף וואס מ’מעג אויספאסטן יוה”כ, שטייט ער דארט א פארלוירענע, פון איין זייט האלט ער זיך שוין איין גאנצע פיר-און-צוואנציג חדשים, מצד שני טענה’ט זיין הונגעריגע זייט, אידאך היינט ’זיין’ געבורטסטאג, און נאכן אוועקגעבן פון זיך אזוי לאנג קומט אים אביסל אנערקענונג...
מעשה שטן הצליח, ירוחם לויפט אריין אין געשעפט ווי דער חתן אין יחוד שטוב און פאנגט אן אריינשליידערן איין פארציע נאכן צווייטן ווי צו נקמה נעמען אויף די גאנצע צוויי יאר...
ענדליך ענדיגט ער און שפאצירט אהיים האפנדיג אז די שפירן וועלן מיסטעריעז נישט אנקומען,
אנקומענדיג צו זיין הויז קומט טאקע די ווייב אראפ און וויקלט ארום זיינע אויגעלעך מיט א שאל און שלעפט אים אריין אין דייניג רום ווי דעם גנב צום תליה, נאר איידערן אראפנעמען די שאל באקומט זי א וויכטיגע פאון קאלל, ’פאר איין מינוט’ לויפט זי אריין אין קאך אויפהייבן דעם טעלעפאן נישט פאר זי סטראשעט אים מיטן לעבן אויב וואגט ער זיך צו מגלה זיין די עינים.
און דא פאנגט זיך אן די דריטע וועלט מלחמה בתוך ירוחם’ס קישקעס און ס’פאנגען זיך אן אראפלאזן די נפיחות איינס שטערקער פון צווייטן, זיי טראסקען אן קיין ווארענונג ווי די באמבעס אויף ענגלאנד און די די ליידיגע דיינונג רום איז מזדעזע על תק פרסה, מחמת המצב קען נישט ירוחם מתפלל זיין בפה אבער במחשבה בעט ער דער פון אויבן אז דער ותשאני רוח ואשמע קול גדול זאל זאפארט קומען צו א האסטיגע ענדע, פאר א לעצטע חובת השתדלות פריוו וויקלט ער אויף פון בוזעם א איינגעדרייטעם צייטונג און שאקלט עס האסטיג למעלה למטה צפון דרום...
נאך א קנאפע צוואנציג מינוט ענדיגט די ווייב די איין מינוטיגע קאלל און לופט צוריק צו א אנידערגעשלאגענעם ירוחם, מיט עקסטאז וויקלט זי אים אראפ די שאל און צו זיינע דערשראקענע אויגן אנטפלעקט זיך ווי זיין באלעבאס מענעזשער און מיטארבעטער זיצן צעשוידערטע ביי א שיין געדעקטן טיש...
אופס. כ’האב פארגעסן די נמשל.
ר' אברהם מרדכי מלאך זאגט א שיינע טייטש אויף די יעצטיגע יו"ט, שבת, ערב, סיזאן.
מערב עד ערב תשבתו שבתכם:
צעווישן איין ערב (יו"ט) מיטן צווייטן ערב, ריקט מען נאך אריין א שבת...
די וואס נעמען יום כיפור סעפאזיטאריס זאלן זיכער מאכן ביים פאלן כורעים אז די קאווע גיסט זיך נישט אויס....
איך קען דריי ברודערס. איינער איז א שטריימל סוחר, די צווייטע איז א אתרוג סוחר, און די דריטע איז סתם א גנב...
(קרעדיט: אייוועלט)
צוויי אידן האבן אמאל געפיהרט א היציגן ויכוח. רופט זיך אן איינער פון זיי..."איך וועל דיך אריינלייגן אין חי"ת (חרם). זאגט זיין חבר דו מעגסט מיך אריינלייגן אין חי"ת. אפילו אין טי"ת. נאר נישט אין יוד (איד)...!
צוויי זיסע מעשה'לעך: א גוי וואס האט געגנב'עט א פאר תפילין איז געקומען צו א איד דאס פארקויפן. א קלוגער איד. רופט ער זיך אן צום גוי..."ס'איז גארנישט ווערד. ווייל ס'איז נאר פאר איין האנד. וואו איז די צווייטע? דער גוי האט עס איהם אוועקגעגעבן פאר שפאט ביליג.
די צווייטע מעשה. א חב"ד'סקער חסיד האט פארציילט אז ס'איז געשעהן אין רוסלאנד. א גוי האט געגנב'עט א פאר תפילין און ר'איז געקומען עס פארקויפן צו א איד. ער זאגט..."איך בין א שוסטער. איך האב עס אליין "געמאכט...!
berlbalagulehצוויי אידן האבן אמאל געפיהרט א היציגן ויכוח. רופט זיך אן איינער פון זיי..."איך וועל דיך אריינלייגן אין חי"ת (חרם). זאגט זיין חבר דו מעגסט מיך אריינלייגן אין חי"ת. אפילו אין טי"ת. נאר נישט אין יוד (איד)...!
געהערט אויפן קלויזענבורגער רב ז''ל אז מ'האט עם אמאל געזאגט אז ס'איז דא וואס ווילן עם אריין לייגן אין חי''ת האט ער געענפערט אז זיי קענען מיך אריינלייגן אין חי''ת און אין טי''ת אבער אין די יו''ד זאלן זיי מיך נישט באשרייבן
געהערט יו''ט פון א יוד: אז דריי חסידים האבן זיכער נישט געדינט די עגל א קלויזענבורגער א ליבאוויטשער און א ברסלבר
ווען מ'איז געקומען זאגען אז ס'איז שוין דארך 40 טעג און משה איז נישט דא האט די קלויזענבורגער חסיד געזאגט אז די רבי קומט אריין שפעט
מ'האט געזעהן א צייכן אין הימל אז ער איז געשטארבן האבן די ליבאוויטשער חסידים ווייטער געהאלטן אז די רבי לעבט
און די ברסלבע חסידים זענען צופרידן אפילו ווען די רבי לעבט נישט
פאר די ברסלב'ע איז די נסיון געווען 'לא ידע איש את קבורתו'..
טראמפ האט געבעטן זיין איידעם זאל ארלעדיגן אן אפוינטמענט ביי משה מארגערעטען...
יא: ס'איז א ביטער געלעכטער. א מענטש וואס האט געטון אזויפיהל טובות פאר אידן זעהט זיך היינט ביי די טיהר פון דזשעיל. די רשעים די ליבעראלן לאזן נישט נאך. זיי ווילן פאר א יעדן פרייז איהם זעהן זיצן אונטער די גראטעס.
אבער די שאלה איז וואו זענען מיר. דאס אידישע פאלק. איך וויל נישט זאגן אז אונז זעמיר (ח"ו) כפויי טובה. ס'איז אויך א בחינה פון לא תעמוד על דם רעיך. אונז אידן וואלטן געדארפט אויפהייבן א גרויסן און שטארקן געשריי אויף די רישעות וואס ווערט אפגעטון צו איין מענטש און זיין משפחה. ספעציעל ווען ער איז געווען אזוי גוט צו אונז אידן. וואו זענען די אלע רבנים און עסקנים וועלכע קומען אייביג ארויס מיט די גרעסטע קול קורא'ס אויף א יעדע נארישקייט. יעצט נעמען זיי איין א שטילשווייגעניש.
berlbalagulehיא: ס'איז א ביטער געלעכטער...
ביטער פאר עם, געלעכטער פאר אונז..
📎 photo_2022-10-16_15-31-13.jpg
חסידישע קאפלס קענען עס אויך זאגן.
רביה''ק זי''עחסידישע קאפלס קענען עס אויך זאגן.
סתם קאפלס קענען עס אויכט זאגן.
דאס איז נישט מיך berlbalagulehצוויי אידן האבן אמאל געפיהרט א היציגן ויכוח. רופט זיך אן איינער פון זיי..."איך וועל דיך אריינלייגן אין חי"ת (חרם). זאגט זיין חבר דו מעגסט מיך אריינלייגן אין חי"ת. אפילו אין טי"ת. נאר נישט אין יוד (איד)...!
געהערט אויפן קלויזענבורגער רב ז''ל אז מ'האט עם אמאל געזאגט אז ס'איז דא וואס ווילן עם אריין לייגן אין חי''ת האט ער געענפערט אז זיי קענען מיך אריינלייגן אין חי''ת און אין טי''ת אבער אין די יו''ד זאלן זיי מיך נישט באשרייבן
אן איר אלטע ווארט נאך פון ר'חיימענדל
בערל, וואלסט געמעגט געדענקן
שמעון וואלף: דו מיינסט אז ביי די איינע חתונה וואו איך האב איהם געהערט גראמען האט ער אלעס אויסגעפאקט...!
.
📎 Screenshot_20221023_112648.jpg
נו, דאס איז דאך דער זעלבער היתר פון די בני ארץ ישראל וועלכע נעמען געלט פון די מדינה...
שמעקעדיגנו, דאס איז דאך דער זעלבער היתר פון די בני ארץ ישראל וועלכע נעמען געלט פון די מדינה...
און אויך די בני חו"ל וואס נעמען פון פעטער שמואל.
ע"פ הלכה טאר מען נישט נעמען קיין מתנה פון א גוי, נאר מען פארלאזט זיך אויף די היתר.
נ.ב.
אין ישראל איז בכלל נישטא די פראבלעם פון נעמען געלט, ווייל זיי זענען יודן, דארף מען בכלל נישט צוקומען צום היתר.
אה.... שקויעך פאר'ן אויפקלערן
😛
קהל'ס נער: אבער די אמעריקאנער גויים זענען דאך צדיקים, כידוע.
איך ווייס פאר זיכער אז מ'גייט מיך מעקן. מיט'ן תירוץ אז ס'איז שלא מן העניין. זיכער. מיין (אפיקורס'ישע) אידעאלאגיע איז שלא מן העניין...!
נעכטן געהערט (ביי די גרויסע און הייליגע מחאה אקעגן די רשעי ישראל פונ'ם ברוער פייער דיפארטמענט אין מאנסי)...אחד מן המגידים שליט"א...די ציוניסטישע, אפיקורס'ישע רשעים זענען אויך מחללי שבת...למ"ד אל"ף למ"ד...!
א באס פול מיט פאליטישאן'ס זענען געפארן קמפיינען צוזאמען. זיי קומען אן צו אפסטעיט ניו יורק און דער באס דרייווער פארלירט קאנטראל, און קראכט אריין אין אן אלטן הויז אויף א פארם. דער אלטער בעל הבית קומט אן, און נאכן אריינטראכטן אפאר מינוט האט ער געגראבן א גרויסען קבר אחים און זיי אלע באגראבן.
א טאג שפעטער קומט אן דער שעריף, באטראכט די איבערגעדרייטע באס און פרעגט... וואס האסטו געטוהן מיט אלע פאליטישאן'ס?
איך האב זיי אלע באגראבן, ענטפערט דער פארמער.
ג-ט אין הימל, שרייט דער שעריף, זענען זיי אלע געוועהן טויט?
אפאר פון זיי האבן גראדע געזאגט אז זיי לעבן, ענטפערט דער פארמער, אבער ווער קען גלויבן א פאליטישאן?
דריי עלטערע מענטשן זיצן אין מושב זקנים און יעדער זאגט וואס ער וואלט געוואלט מ'זאל זאגן אויף אים ביי זיין לוויה. איינער זאגט '' איך וואלט געוואלט מ'זאל זאגן: אוי, ער איז געווען א מענטש מיט א גאלדענע הארץ, אלע האבן אים ליב געהאט'', דער אנדערע זאגט '' איך וואלט געוואלט מ'זאל זאגן : אוי, ער איז געווען אן עמעיזינג לאווער און א גוטע מאן'', דער דריטע זאגט '' איך וואלט געוואלט מען זאל זאגן '' אוי, ער רירט זיך'' ...
וויפול טעלעפאנען האט נוח אריינגעברענגט אינעם תיבה?
זיבן כשר'ע מיט צוויי טמא'נע...
א רבי אין חדר האט פארגעלערענט חומש פרשת נח...
צא... גיי ארויס
אתה... דו
ואשתך... און דיין אשתך
ובניך... און דיינע קינדער
א אינגעלע פרעגט אריין, רבי וואס איז טייטש ואשתך?
ואשתך זאגט דער רבי איז טייטש און דיין אשתך
אבער אין אידיש? פרעגט ווייטער דער אינגעלע
אין אידיש ענטפערט דער רבי איז ואשתך, אזא זאך וואס איך האב, און דיין טאטע האט, און ווען דו וועסט עלטער ווערען וועסטו אויך האבן.
אה! זאגט דער אינגעלע, איך ווייס שוין, א הויקער
דערמאנסט מיר פון א ווערטל..
א אינגל פרעגט זיין טאטע פרשת בלק, "טאטי, וואס איז טייטש אתון"?
די טאטע ענטפערט: אתון, איז די ווייב פון א אייזל.
אינגל: וואס?! אייזלען האבן חתונה?
טאטע: 'נאר' אייזלען האבן חתונה...
You can stop believing in God but your Jewish atheist ass will always continue to be wiped with Asher Yutzar paper
(Michael Wex)
עצי שטיםוויפול טעלעפאנען האט נוח אריינגעברענגט אינעם תיבה?
זיבן כשר'ע מיט צוויי טמא'נע...
נארוואסדען?
שטעל דיך פאר א נעבעכדיגע נח זיצן א יאר צייט אפגעזונדערט אן קיין עקסעס...
[ציטאט אראפגענומען]
נאך געווען פאר מתן תורה..
שוואכע תירוץ.
אז מ’קען אויף דעם עובר זיין די ג’ חמורות איז דאך כ”ש די ז’ מצוות בני נח.
אההה, ס’איז נאר פאר בני נח... שטימט שוין ב’’ה
[attachment=0]IMG_20221027_004310_039.jpg[/attachment]
📎 IMG_20221027_004310_039.jpg
Re: מילתא דבדיחותא
מאטיYou can stop believing in God but your Jewish atheist ass will always continue to be wiped with Asher Yutzar paper
(Michael Wex)
סתם נארישקייט איך נאך אין מיין לעבן נישט געשריבן אדער ארויסגעזאגט דאס ווארט.
צוויי גנבים ברעכען איין אין א געשעפט פון סוט'ס, בעקעטשעס וכו'
אין מיט'ן אויסליידיגען די סעיף באמערקט איינער פון זיי די טעג אויף א זיידענע בעקעטשע... 900 דולר.
פששש רופט ער זיך אן, אזעליכע גנבים...
ביידן גייט אריין אין א באנק און וויל קעשען א צ'ק פון 10,000 דולר.
דו האסט אפשר אן ID? פרעגט דער באנק ארבייטער,
פארוואס? פרעגט ביידן, דו ווייסט נישט ווער איך בין?
מען טאר נישט, ענטפערט דער באנק ארבייטער,
אבער איך בין דער פרעזידענט, זאגט ביידן
איך קען דיר נישט העלפן, זאגט ווידער דער באנק ארבייטער. עס זענען דא אסאך שווינדלער און געוויסע געזעצען און דא אויך אין באנק, אויב טוה דאס וועל איך פארלירן מיין דזאב
אבער איך בין דער פרעזידענט פון אמעריקא, שרייט ביידן
דו ווייסט וואס, זאגט דער באנק ארבייטער, אמאהל איז דא אריין געקומען א גרויסען זינגער און אויך נישט געהאט ID האט ער געזינגען א שטיקל. דערנאך איז אריין געקומען א אידישער בעל דרשן און אראפגעלייגט א דרשה פון א צוויי, דריי שעה, און אויך איז אמאהל אריין געקומען א באל שפילער און געווארפען א קליינע באל פון איין זייט באנק פונקט אריין אין מיין קאווע. איז אויב דו קענסט מיר אויפווייזען אז דו ביזט ביידען דער פרעזידענט וועל איך קעשען די צ'ק.
אםםם... זאגט ביידן און ער הייבט אן טראכטען... און טראכטען... אםםם... איך קען נישט! זאגט ביידן, איך ווייס נישט, וואס קען איך טוהן, איך קען אפי' נישט טראכטן, וואס קען איך שוין טוהן?
אקיי מר פרעזידענט, זאגט דער באנק ארבייטער, ווי אזוי ווילסטו דעם צ'ק? צוואנציגער'ס? פופציגער'ס? הונדערטער'ס?
📎 photo_2022-10-31_20-26-17.jpg