☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:42 pm

· #250564
בשבילי כאב שוין געהאלטן מיין מויזל ביים לייק קנעפל און דאנק "ג-ט" כ'האב באמערקט דיין חתימה באצייטנס.

היסטאריקער » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 2:25 pm

· #250824
דברות קודש מהאדמו"ר מדאבשינא שליט"א
ס'איז געווען לעצטע וואך, זענען געשטארבען 2 מענטשן אין א שטאט אין די זעלבע צייט - דער רב פון שטאט און דער שוסטער.

פארשטייט זיך אז דער רב האט געהאט א ריזיגע לויה מיט טויזענטער מענטשן, מען האט געשריגן נפלה עטרת ראשינו, און דער שוסטער האט קוים געהאט מנין אויף די לויה.

נו, דער שוסטער קומט ארויף אויפן עולם האמת, און דער בית דין זאגט אז ער איז געווען א פיינער איד, אלזא עס קומט עם גן עדן.
דער שוסטער גייט אריין אין גן עדן, ער טרעפט זיך א פלאץ און זעצט זיך אראפ.

דערנאך קומט ארויף דער רב צום בית דין, און געס וואט, ער איז אויך געווען א וואוילער איד, און דער בית דין האט עם אויך געגעבן גן עדן.
דער רב גייט אריין אין גן עדן און דער גאנצער עולם הייבט זיך אויף לכבודו פונעם רב.

דא האט שוין געפלאצט דאס געדולד פונעם שוסטער, און הייבט אן שרייען, מילא אויף יענע וועלט פארשטיי איך מען האט געגעבן כבוד פארן רב מער ווי מיר, ווייל עס איז א עולם השקר, אבער דא איז דאך דער עולם האמת, פארוואס באקומט ער מער כבוד פון מיר?

זאגן אים די חברה, וואס פארשטייסטו נישט, דא אין גן עדן האבען מיר שוסטערס יעדן טאג, אבער א רב זאל קומען אין גן עדן, דאס פאסירט אפשר איינמאל אין 200 יאר, ממילא איז עס ביי אונז א גרויסע שמחה...

שמעון וואלף » פרייטאג יאנואר 30, 2015 3:36 pm

· #250982
א יוד איז געקומען צו חברה קדישא און בעט אז ער וויל ליגען לעבן מיסיס קיש, זאגט עם ח"ק מיסיס קיש לעבט נאך. זאגט ער כ'ווייס, איך לעב אויך!

ציבעלע-קיגל » דינסטאג פעברואר 3, 2015 6:40 am

· #251480
ר' משה רופט אן די גבאי פון די חברה קדישא און זאגט איהם מיט א געוויין... איך וויל אייך מודיע זיין אז מיין ווייב איז נפטר געווארען.

ענטפערט איהם דער גבאי, ר' משה, דיין ווייב איז דאך שוין נפטר געווארען 10 יאהר צוריק.

זאגט איהם ר' משה, יא, דאס איז געוועהן מיין ערשטע ווייב, איך האב אבער חתונה געהאט א צווייטע מאהל.

זאגט איהם צוריק דער גבאי פון דער חברה קדישא מיט א געשריי...

מזל טוב ר' משה! איך האב נישט געוויסט אז דו האסט נאך אמאהל חתונה געהאט... ווען איז געוועהן די חתונה?

ציבעלע-קיגל » מיטוואך פעברואר 4, 2015 9:48 am

· #251706
לכבוד ט"ו בשבט
א איד כאפט א שפאציר אין וואלד אין זעהט אז עס זענען נישט דא קיין ביימער... אלע ביימער זענען נעלם געווארען...

ווי ער שטייט אין טראכט זעהט ער ווי א ברסלבר גייט דארט...

פרעגט ער איהם, זאג נאר, וואס גייט דא פאר? ווי זענען אלע ביימער?

ענטפערט איהם די ברסלבר, ער איז דאך ט"ו בשבט, ראש השנה לאלנות, אלע ביימער זענען אין אומן.

ירח בן יומו » מיטוואך פעברואר 4, 2015 12:49 pm

· #251721
[ציטאט אראפגענומען]

ירקות-גרינע

יואב » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 11:54 pm

· #252064
"A recent police study found that you're much more likely to get shot by a fat cop if you run"

Dennis Miller

ר' שלמה אבן גבירול » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:50 pm

· #254524
אויב איז שוין געשטאנען ביטע פארמעקן

א באקאנטער גנב אין ליטא, טרעפט אמאל זיין חבר
די ווייסט אז איך מעג על פי תורה נעמען דיין בערזל?
פארוואס?
איך האב א קל וחומר
מה דאך, מיין בערזל וואס די טארסט נישט נעמען, מעג איך עס אבער יא נעמען
דיין בערזעל וואס די מעגסט יא נעמען, מעג איך עס זיכער נעמען

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 12:16 pm

· #254649
א טוריסט פון שווייץ קומט אן קיין ארץ ישראל אויף א וויזיט. אינמיטן וועג ווערט ער פארלוירען און שטעלט אפ צוויי ירושלמים פרעגן ווי צו גיין. ער קאן דאך אבער נישט קיין עיברית...

זאגט ער... אנטשולדיגונג, קענען איהרע דויטש שפרעכען?

די צוויי קוקען איהם אן ווי ער איז יעצט ארפגעפאלען פון די לבנה.

פראבירט ער און פראנצוזיש... עקסקיוז-עמ ווא, פארלע וואו פרנצווא?

די צוויי קוקען און ווייסען נישט וואס דער וויל.

פראבירט ער אין ספאניש... האבלא עספאניאל?

און גארנישט.

פראבירט ער אין איטאליעניש... פארלארע איטאליאנא?

און גארנישט די צוויי ענטפערען נישט.

גייט ער אוועק.

רופט זיך אן איין ירושלמי צום צווייטער,זאג נאר משה, אפשר זאלען מיר לענען א נייעם שפראך?

ענפערט ער איהם, וואס פעלט דיר דאס אויס, גיב נאר א קוק, דער האט געקענט 4 שפראכען און עס האט איהם גארנישט געהאלפען.

ציבעלע-קיגל » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:34 pm

· #255335
א איד קומט צום רב און זאגט איהם...

רבי איך האב א ערענסטע פראבלעם, און איך דארף אן עצה. איך בין זיכער אז מיין ווייב פראבירט מיך צו פארסם'ן.

ענטפערט איהם דער רב, ניין איך גלייב נישט מאך נישט אזא מעשה.

זאגט ער צוריק, דער רב קען דאך נישט מיין ווייב און איך קען זאגען בפה מלא אז איך בין זיכער אז זי פראבירט מיך צו פארסם'ן.

זאגט איהם דער רב...איך גיי רעדען מיט איהר. קום צוריק מארגען.

דער איד קומט צוריק און פרעגט דעם רב... נו וואס טוהט מען?

זאגט איהם דער רב... רב איד איך האב גערעדט מיט דיין ווייב און דו האט איין עצה... נעם איין די סם.

היסטאריקער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:18 pm

· #255527
א קליין אינגעל גייט אריין אין א בארבער שאפ, די בארבער גיט א זאג פאר איינע פון די קאסטעמערס, "דאס אינגעל איז די גרעסטע טיפוש אין די וועלט, קוק וועסטו זיך איבערצייגן"
די בארבער לייגט א פיניפער אין איין האנט און צוויי סינגעלס אין די צווייטע, און רופט די אינגעל און פרעגט איהם וועליכע ער דארף, די אינגעל נעמט די צוויי סינגעלס, און גייט זיך זיין וועג.
"זעהסט! כ'האב דיר געזאגט!! ער לערנט זיך קיינמאל נישט אויס".
שפעטער טרעפט די קאסטעמער די אינגעל, פרעגט ער איהם; "פארווס האסטו גענומען ענדערש די צוויי סינגעלס?" האט ער געענטפערט: "די טאג וואס איך גיי נעמען די פיניפער, איז די שפיל געענדיגט

סמבטיון » זונטאג מערץ 1, 2015 5:33 pm

· #256506
א יוד איז געקימען פארציילען פאר ר' דוד'ל טולנער אז זיין חבר לייגט גרויס דרוק אויף זיין חיבור, ער האט געוואלט רעדען אויף אן איידעלען אופן,ער האט געמיינט צי זאגן אז יענער פייניגט זיין ווייב.., האט ר' דוד'ל געלאזט ריפן דעם יונגערמאן אין געפרעגט היתכון איך הער אז אז איר לייגט דרוק אויף אייער חיבור?, האט איהם דער יונגערמאן גענטפערט, אויב די רבי וואלט געזעהן דעם חיבור וואלט איהר זיכער געגעבן אן הסכמה אויפן דרוק..

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:12 am

· #257725
אין א געוויסע בית המדרש, יום כיפור ביינאכט נאך כל נדרי פאר מעריב פלעגט מען מאכען א קליינע הפסקה.

איין יאהר בשעת די הפסקה מאכט זיך אויף די טיהר און דער מלאך המו* אליין קומט אריין. עס ווערט א פאניק, דער עולם פאנגט אן צו שרייען אין לויפען, און ביז אפאר מינוט איז דער בית המדרש גיווארען ליידיג, אויסער איין עלטער אידל וואס איז געזצען אין געשמייכעלט.

גייט דער מלאך המו* צו צו איהם און פרעגט איהם, זאג נאר, דו האסט נישט מורא פון מיר?

ענפערט ער, ניין.

פרעגט ער נאך אמאהל, דו ווייסט ווער איך בין?

זאגט ער א וואדאי ווייס איך.

פרעגט ער, און פארוואס האסטו נישט מורא פון מיר?

זאגט ער, שוויגער לעבן, איך בין שוין חתונה געהאט צו אייער טאכטער פאר די לעצטע 60 יאהר.

חסיד » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:17 am

· #257726
סמבטיון
א יוד איז געקימען פארציילען פאר ר' דוד'ל טולנער אז זיין חבר לייגט גרויס דרוק אויף זיין חיבור, ער האט געוואלט רעדען אויף אן איידעלען אופן,ער האט געמיינט צי זאגן אז יענער פייניגט זיין ווייב.., האט ר' דוד'ל געלאזט ריפן דעם יונגערמאן אין געפרעגט היתכון איך הער אז אז איר לייגט דרוק אויף אייער חיבור?, האט איהם דער יונגערמאן גענטפערט, אויב די רבי וואלט געזעהן דעם חיבור וואלט איהר זיכער געגעבן אן הסכמה אויפן דרוק..

די מעשה איז פון דעם טולנע יומן, עס איז שוין צייט עס זאל געעפענט ווערן אן אשכול פאר זיך פון די זיעסע ענינים וואס ווערן דארט געברענגט!
להשלמת הסיפור איז געשריבן: איינער פון ר' דוד'ל טולנער'ס ברודער האבן אים געפרעגט היתכן זיינע חסידים זענען יענע סחורה האט ער געענטפערט אז זיי זענען דאך גרויסע חכמים און וואס קען ער טון מיט זיי און האט דערביי דערציילט די מעשה.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 2:24 pm

· #258272
עס איז געוועהן אמאהל א אינגערמאן וואס איז נעבעך, ליידער אדורעך געפאלען און ער מיט זיין ווייב האבען זיך גשמד'ט. זיי האבען זאוי געלעבט אלס גוים פאר יאהר'ן לאנג. זיי האבען זיך אוועקגעצויגען פון די אידישע געגענט ווי זיי פלעגען וואונען און געגאנגען וואונען ווי עס איז כמעט נישט דא קיין (פרומע) אידן.

נאך 30 יאהר אלס גוי איז איהם אמאהל אויסגעקומען צו זיין אין בורו פרק פאר פסח און עס האט זיך דערוועקט ביי איהם דאס פינטעלע און ער האט אנגעפאנגען צו בענקען נאך זיין אידישען אפשטאם.

קןמט ער אהיים און רופט זיך אן צו זיין ווייב... ווייב לעבן, איך בענק זיך זייער נאך אונזער אלטע לעבן, אונז ווערן צוריק אידן.

גיבט זי א שריי... וואס? דו ביזט אינגאנצען משוגע געווארען? יעצט, א וואך פאר פסח? ווי אזוי וועל איך אלעס גרייט מאכען און אויפרייניגען אין א וואך?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 9:56 pm

· #258357
ביים אויפרופען דעם זיבן און פופציגסטן דרשן ביים שבע ברכות, הייבט ער אהן:

דוד המלך זאגט אין תהילים:

שיר המעלות בשוב ה'...

מאטי » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 9:58 pm

· #258358
I thought air is still free, then I bought a Potato chips

חסיד » פרייטאג מערץ 13, 2015 1:22 pm

· #258453
At the end of the day, life should ask you, "Do you want to save the changes?. yes no

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 13, 2015 3:22 pm

· #258472
סאשי פיש: איך האב איין קליינע שאלה וואס איז שוין אלט בערך 2,000 יאר. פרעגט די גמרא. מאי קא משמע לן. וואס לאזט ער מיך הערן...?.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 13, 2015 3:33 pm

· #258473
ציבעלע קוגל (אדער זיין אוואטאר.)...ייש"כ פאר ברענגען די מעשה מיט דעם געשמד'טן איד. נאר איך האב עס געהערט אויף א ביסל אן אנדערן נוסח. מ'זאגט עס גאר נאך בשם פון איינעם פון די צדיקים לבית בעלזא זי"ע וואס האט גענוצט די מעשה אלס מוסר השכל. והנה: אין א שטעטל האט אמאל געוואוינט א פריץ וועלכער האט געהאט זיין איד, דעם מאשקע. וועלכער האט איהם געטריי געדינט. אמאל ווען דער פריץ האט זיך אנגעשיכור'ט האט ער זיך בארימט פאר זיינע חברים אז זיין מאשקע איז איהם אזוי שטארק געטריי אז ער וועט איהם פאלגן אלעס וואס ער פארלאנגט פון איהם. האט ער געלאזט רופן מאשקע און ער פרעגט איהם מאשקע. אמת דו ביסט מיר געטריי. יא. ענטפערט מאשקע. דו גייסט מיך פאלגן אלעס וואס איך בעט פון דיר. יא...! זאגט דער פריץ...מאשקע. איך וויל אז דו זאלסט זיך שמד'ן. ענטפערט מאשקע. נו, אז דער פריץ הייסט וועל איך פאלגן. ער גייט אהיים צו זיין ווייב און זאגט איהר. שרה. אונז גייען ווערן גויים. דער פריץ האט געהייסן איך זאל מיך שמד'ן. זאגט זי. נו, אז דער פריץ הייסט מוז מען פאלגן....א חודש שפעטער רופט איהם דער פריץ און זאגט. מאשקע. יעצט זעה איך טאקע אז דו ביסט מיר אמת'דיג געטריי. איך האב נאר געוואלט ווייזן פאר מיינע חברים...יעצט קענסטו צוריק ווערן א איד...גייט מאשקע אהיים טאנצנדיג פאר שמחה און ער פארציילט פאר זיין ווייב אז דער פריץ לאזט זיי צוריק ווערן אידן...רופט זיך אן שרה....אוי..פונקט יעצט. א וואך פאר פסח ווען מ'מוז קויפן מצות, וויין און פליייש פאר פסח...לאמיר בלייבן גויים ביז נאך פסח...! דאס האט דער בעלזער רב געזאגט. ווען מ'בעט אידן תשובה צו טון קענמען נישט זאגן... שפעטער... נאר מ'מוז שוין תשובה טון...!

געוואלדיג » מוצ"ש מערץ 14, 2015 10:44 pm

· #258550
א אמת'ע מעשה, א אינגל אין איינע פון די סטעיטס איז געווען א גרויסער טראבל מעיקער אין חדר ביז מען האט געמוזט איהן ארויס ווארפן פון חדר, נו וואו זאל ער גיין האבן זיינע עלטערן איהם געשיקט אין א קאטוילישע סקול, נאך א שטיק צייט האט זיין מלמד געהערט אז דארט רוהט ער איין מען דערקענט איהם גאר נישט, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און איז געגאנגען פרעגן דער אינגל אליין מה פשט, ענטפערט איהם דער אינגל מיט תמימות איך בין אריין געקומען אין קלאס זעה איך הענגען איינעם אויפן וואנט (יאשקע) האב איך געזעהן אז זיי מיינען ביזנעס רוה איך איין...

ונבנתה העיר » זונטאג מערץ 15, 2015 3:00 pm

· #258679
.
📎 IMG-20150315-WA0000.jpg

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 17, 2015 1:29 pm

· #259246
מ'דערציילט אז ווען ס'האט זיך געטומלט איבער גיוס בנות האט א געוויסע רב גערעדט צו בן גוריון אין וועלענדיג אים משכנע זיין האט ער געזאגט אז מ'קען זעהן די הארבקייט דערפון ווייל גיוס בנות איז בגימטריה יהרג ואל יעבר. האט בן גוריון געענטפערט: וואס עפעס, אפשר איז עס בגימטריה יעבר ואל יהרג?

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 17, 2015 8:28 pm

· #259362
שמעון וואלף
מ'דערציילט אז ווען ס'האט זיך געטומלט איבער גיוס בנות האט א געוויסע רב גערעדט צו בן גוריון אין וועלענדיג אים משכנע זיין האט ער געזאגט אז מ'קען זעהן די הארבקייט דערפון ווייל גיוס בנות איז בגימטריה יהרג ואל יעבר. האט בן גוריון געענטפערט: וואס עפעס, אפשר איז עס בגימטריה יעבר ואל יהרג?

שמעון וואלף: דער דזשאוק איז א גוטער דזשאוק. אבער איך גלייב נישט אז ס'איז געשעהן אין מציאות. כאטש בן גוריון (שוין ימ"ש, שר"י, עפ"ל. או. קעי. נאו יור העפפי...?( האט געהאט א שטארקן סענס אוו יומער, איז ער אבער געווען אזוי שטארק אויסגעטון פון אידישקייט אז ער וואלט זיך נישט מפלפל געווען אין א גימטריא...!

חסיד » דינסטאג מערץ 17, 2015 9:40 pm

· #259384
תירץ חסיד אליבא דשמעון וואלף, לא קתני בן גריון אלא גורן, א"כ לבערלבעלעגלא מאי איכא למימר, תנא לבערלעגלא בן גריון גורן לא משמע ליה:

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 17, 2015 9:45 pm

· #259385
ענטפערט די גמרא: לבערל בעל עגלה איכא למימר שהחסיד צריך להרכיב משקפיים חדשות. או איכא למימר שהרב החסיד מקיים את הפסוק "המכה בעברתו"... 😂 🙄

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 17, 2015 10:29 pm

· #259402
berlbalaguleh
שמעון וואלף
מ'דערציילט אז ווען ס'האט זיך געטומלט איבער גיוס בנות האט א געוויסע רב גערעדט צו בן גוריון אין וועלענדיג אים משכנע זיין האט ער געזאגט אז מ'קען זעהן די הארבקייט דערפון ווייל גיוס בנות איז בגימטריה יהרג ואל יעבר. האט בן גוריון געענטפערט: וואס עפעס, אפשר איז עס בגימטריה יעבר ואל יהרג?

שמעון וואלף: דער דזשאוק איז א גוטער דזשאוק. אבער איך גלייב נישט אז ס'איז געשעהן אין מציאות. כאטש בן גוריון (שוין ימ"ש, שר"י, עפ"ל. או. קעי. נאו יור העפפי...?( האט געהאט א שטארקן סענס אוו יומער, איז ער אבער געווען אזוי שטארק אויסגעטון פון אידישקייט אז ער וואלט זיך נישט מפלפל געווען אין א גימטריא...!


וויפול מעשיות פון דעם אשכול גלייבסטי זענען געשען במציאות?

outspoken » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:19 am

· #260688
די אמשינאבווער רבי האט יעצט געמאלדען אז זיינע חסידים זאלען וואטען פאר אלי ישי...

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:18 am

· #260700
outspoken
די אמשינאבווער רבי האט יעצט געמאלדען אז זיינע חסידים זאלען וואטען פאר אלי ישי...


אבער פאר דעם דארף מען גיין צו הרב עובדי' יוסף' לוי'

ונבנתה העיר » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:26 pm

· #261056
שמעתי אז ר' פנחס הירשפרונג האט א שטיק צייט געשריבן איבער זיינע קריג איבערלעבענישן אין אן אויסגאבע.

שרייבט ער דארט איבער א פוילישער איד וואס האט געהאט א גרויסע שוועבל [מעטשעס] פאבריק, און איז געווען א שיינער גביר.

ווען די נאציס האבן אלעס צוגענומען האט עס איהם אביסל בארירט, פלעגט ער יעדן טאג קויפן צוואנציג שטיק און עס פארקויפן פאר האלב פרייז...

איך אויך » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:07 am

· #261096
ר' פנחס האט באשריבן זיינע מעמוארן אין זיין בוך 'פון נאצישן יאמערטאל' שנדפס בשנת תש''ה במאנטריאל.

חסיד » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:19 am

· #261255
אז מ'דערמאנט הגאון הגדול ר' פנחס הירשפרונג זצ"ל
כידוע אז ר' פנחס איז געוועהן א חריף ובקי עד להפליא, און האט זיך שטארק אפגערעדט אויפן היינטיגן דרך הלימוד בעיון

סיני ועוקר הרים איזה מהם קודם שלחו להו סיני עדיף, האט ר' פנחס געפרעגט פארוואס איז סיני קודם, דער עוקר הרים קען דאך דעם הר סיני אויסרייסן?
נאר, דער עוקר הרים ווייסט ניטאמאל ווי דער סיני איז אים אויסצורייסן

ודפח''ח

איך אויך » מיטוואך מערץ 25, 2015 3:50 pm

· #261720
לא יש מבין.

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 25, 2015 3:59 pm

· #261722
א אינגערמאן ווייקט זיך אין טאש ער דרייט זיך אין סקולען און פאלט אריין מפעם לפעם אין ראמיסטריווקא

וכדומה.. » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:11 am

· #261896
[ציטאט אראפגענומען]

👍

outspoken » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:47 am

· #262001
אחר ה'ערעפלאן קראך: די דייטשע רשעים האבן געהרגעט 6 מיליאן און איין אידן הי''ד...

petergrifin » מאנטאג מערץ 30, 2015 3:28 pm

· #262846
Re: מילתא דבדיחותא
‏נאך א מזל אז מען איז נישט ארויס פין מצרים מיט אן עראפלאן, ווייל אויב יא וואלט מען געדארפט עסן airplane food פאר 8 טעג

יין שרף » מאנטאג מערץ 30, 2015 8:58 pm

· #262971
די סיבה פארוואס פרעה האט געהייסן די אידן אין מצרים בויען פיראמידן, אזוי קענען זיי נישט ארויפבויען נאך 10 שטאק...

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 31, 2015 10:59 am

· #263145
זרח: "איך עס נישט פסח קיין געקויפטע זאכען!"
ברוך: "וויין אויך נישט?”
זרח: "ניין"
ברוך: "און מצות?"
זרח: "אויך נישט."
ברוך: ”און וואס טוט זיך מיט מילכיגס?"
זרח: ”אויך נישט.”
ברוך: "וואו אזוי מאכסטו דאס?"
זרח: "איך קוף גארנישט אויף פסח, איך באקום אלעס פון קימחא דפיסחא

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:10 am

· #263150
Re: מילתא דבדיחותא
אפשר זאל מען רינעימען דעם אשכול צו "וואטסעפפ דק"ק קאווע שטיבל"

יין שרף » דינסטאג מערץ 31, 2015 6:40 pm

· #263285
בפירוש׳ע גמרא. בלע מצה, לא יצא....

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:30 pm

· #263363
למדן
מ' עסט מצות אלס זכר אז פרעה האט נישט געלאזט די אידן ארויסגיין


גענומען פון דא

פארפאלן, אויף אידיש זאגט זיך עס סאך בעסער

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:17 am

· #265023
אפשר נהגו כך הקראים...?

BAL TSHIVA » זונטאג אפריל 12, 2015 1:47 am

· #265311
ק/פ
די מצה זיצט נאך אינעם מאגן באקוועם און טראכט נישט פון פארלאזן דעם געדערים ׳עני טיים סאן׳ פאראורזארכענדיג גרויס טרעפיק.

אין זיין קופקע זיצן דארט זיינע אחים לדעה, קארטאפל, אייער מיט שמאלץ, קניידלעך, שטיקער פלאנקען מיט בארשט און האבן א ׳גוד טיים׳, ביי זיי איז נאך חול המועד, פון צייט צו צייט מאכן זיי פייערווארקס אז ס׳גייט א רויעך, זיי שמייכלען זיך אונטער מיט א רשעות ווען זיי הערן ביטערע ווייטאגליכע קרעכצן, און ווען מ׳פרובירט זיי ארויסצוטרייבן כאפן זיי זיך אהן מיט אלע קרעפטן אין איעדן געגנשטאנד וואס מעגליך און קעמפן פאר זייערע טעריטאריע רעכטן.

מיטאמאל הערן זיי פיסטריט...
איינער, עפעס א פרישער גאסט קומט, נאך עטליכע סעקונדן שפאצירט אריין א אומגעצייטיגטע אומצוקייטע רויע פיצא.

ס׳מוצאי יום טוב! שרייען זיי אלע אויס וואו אין א כאר.
שלום עליכם! באגריסט אים דער קניידל, קום זעץ דיך אראפ לעבן מיר, כ׳האב דיך שוין נישט געזעהן פאר א וואך.

עליכם שלום ענטפערט דער פיצא מיט א שמייכל, עטס האטס נאך נישט געזעהן וואספארא הריגות און לאנגע ליינס ס׳געווען.

דו רעדסט פון לאנגע ליינס? שרייט דער מצה גערעגטערהייט, דו האסט געדארפט זעהן ערב פסח וואו מ׳האט זיך געשלאגן איבער מיר, און וואו ביסטו דאן געווען? אין דאמפסטער, דו צולייגער.

ס׳האט אנגעהויבן צו גיין שלעק צווישן די פיצא מיט מצה.

ביז פעטש! הייב נישט קיין הענט! האט די שמאלץ מיט די פאטעיטעס אויסגערופן, לאמיר מאכן שלום, ווער וויל טאנצן?

און אזוי זענען אלע פארגאנגען און א פייערליכען טאנץ ביז אין די פריע שטונדן פונעם מארגן.

בארא פארק עסקן » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:42 pm

· #266274
....If you look for a ride from here to there take - the bus

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:21 pm

· #266352
סתם להערה בעלמא, מען שרייבט הודעה און נישט קיין הודאה, ביסט צו קיינעם נישט מודה און ביסט זיך גארנישט מודה אזוי אויך לויבסטו נישט, נאר א הודעה לאזטו וויסן וק"ל.

יין שרף » פרייטאג אפריל 17, 2015 1:34 am

· #266946
Re: מילתא דבדיחותא
אזוי וועלן די היימישע צייטונגען אויסזעהן אויב הילערי וועט געוואונען...

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 17, 2015 2:10 am

· #266952
יין שרף
אזוי וועלן די היימישע צייטונגען אויסזעהן אויב הילערי וועט געוואונען...


פליז לייג איבער די בילד נישט דורך טעפלאק, א דאנק

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 3:19 pm

· #270132
איך האב דיר געוואלט לייקן אבער דיין חתימה האלט מיר אפ.

איך אויך » מאנטאג אפריל 27, 2015 5:26 pm

· #270150
מספרים הסיפור בשם הר"ר יהונתן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78