Re: מילתא דבדיחותא
מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78
Re: מילתא דבדיחותא
תשפג #
חחחח.... פאר א רגע האב איך געמיינט אז איך בין אין א "לב טהור" אשכול 😂
Re: מילתא דבדיחותא
גימפל איז געגאנגען באזיכן זיין יוגנט חבר פון ישיבה, וואס האט במשך׳ן ציייט ארויסגעטשעקט, און וואוינט היינט און א סטודיא אפארטמנט מיט זיין כלב,
ווי ער קומט נאר נאנט, איז דער הינט צוגעלאפן צו עהם מיט קולי קולות, אזוי אז דער קדחת האט עהם אנגעכאפט.
ער שרייט צום אלטן חבר, ״קום אהער, ראטעווע מיר, שפאר איין דעם כלב״.
הא הא, לאכט צו עהם דער ״חבר״, ״די ווייסט נישט אז א הינט וואס ביילט, בייסט נישט״?
יא יא, איך האב געהערט פון דעם, זאגט ער ציטערדיג, ״איך בין אבער נישט זיכער אויב דער כלב אליינס ווייסט אויך פון דעם…״

berlbalaguleh #אין די בראשית טעג פון די רעפארם באוועגונג האבן זיי נאך אנגעשטעלט א פנים ווי ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות.
טרעפט זיך אמאל אין א שבת נאכמיטאג איז דער ראש הקהל געגאנגען באזוכן ביים ראביי אין שטוב. זעהט ער ווי דער ראביי זיצט און פאררייכערט א ציגאר. דער ראביי האט זיך א ביסל דערשראקן. זאגט ער צום ראש הקהל...דו גייסט נישט ארויס פון דא ווילאנג דו רייכערסט אויך א ציגארעטל. דער ראה"ק בעט זיך ביים ראביי...ניין. ס'איז דאך שבת. זאגט דער ראביי ס'וועט דיר גארנישט העלפן. דו מוזסט אויך פאררייכערן א ציגארעטל. זאגט דער ראה"ק. אויב איך מוז שוין יא פאררייכערן האביך מיינע אייגענע... און נעמט ארויס א ציגארעטל פון טאש...!
אן אנדערער אמעריקאנער ראפארם ראביי האט אפגעשטופט די שבת סערוויסעס אויף זונטאג, כדי דער עולם זאל אנקומען און אזוי ארויסהעלפן די קאנגעגראישען מיט נדו"ד.
ווען א פרומער האט עהם אמאל אפיר געהאלטן, האט ער נאך געברענגט פון חז"ל "עשה שבתך חול, ואל תצטרך לבריות"...
Re: מילתא דבדיחותא
בנוגע די בחירות בארצינו הק׳
האט א יונגערמאן בייקומען א קאלל פון די מטה הבחירות (בחירות הופטקוואטיר, ווי מען ארבעט ארויסצוברענגען ווי מער מענטשען צו מקיים זיי די חוב קדוש), בזה״ל.
״מיר ווילן וויסן אויב די און דיין ווייב האבן שוין געטיען די מצווה?״

לא זכיתי להבין. ביטע ערקלער...!
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #חוב קדוש.לא זכיתי להבין. ביטע ערקלער...!
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #ווער עס פארשטייט נאכנישט, און ווער עס וויל דער יונגערמאנס ענפער, זאל מוחל זיין קומען און אישי.לא זכיתי להבין. ביטע ערקלער...!
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז א ישיבה?
קען זיין צוויי זאכן אדער א פלאץ צו שטייגן אדער א שטייג צו פלאצן...
קען זיין צוויי זאכן אדער א פלאץ צו שטייגן אדער א שטייג צו פלאצן...
Re: מילתא דבדיחותא
אמאל איז געווען ביי א חתונה ווען מ'האט די ערשטע מאל סערווירט אייז-קריעם. דארט איז אויך געווען דער משגיח אדער ראש ישיבה פון א בארימטע ישיבה אין די ליטא.
ווען מ'האט איהם געפרעגט וואס זיין מיינונג איז איבער אייז קריעם האט ער געענטפערט..."ס'איז א גוט מייכל (מאכל) אבער א ביסל צו קאלט...!
בהאי רעווא (באותה נשימה): אמאל נאך פאר ס'איז געווען אויטאמאטיק טראנסמישן אויף קארס (אין ארץ ישראל) איז ר' חיים קאניעווסקי זצ"ל געפארן מיט א קאר. און כידוע, ביי די מעניועל טרענסמישן דארף מען אייביג רוקן דעם שטעקן כדי צו טוישן די מהלכים (גיערס). האט ר' חיים געזאגט צום דרייווער. דו דרוק דעם געז. און איך וועל מישן די אויל...!

א מאן און ווייב זיצען אין א רעסטוראן און פייערן זייער 50'סטער יום החתונה.
דער מאן גיסט זיך אן א גלעזל גוטע ברוינפען און פאנגט אן צו טרונקען און טרינקען, און נאך א דריי, פיהר גלעזעלעך הייבט ער אן צו רעדן...
"איך האב דיר אזוי ליב, ממש איך קען נישט לעבן אן דיר".
זיין ווייב, וואס איז נישט רגיל צו אזעלכע אויסדרוקען, פרעגט מיט וואונדער, ווער רעדט? דו אדער די ברוינפען?
איך רעד, זאגט ער... צו די ברוינפן...

א יונגערמאן איז געפארן קיין וועיגעס פאר ״ביזנעס״.
זיין אשת חיל האט געהאט א שטיקל חשד אז קען ״פארגעסן״ צו דאווענען און צו לייגן תפילין דארט, האט זי אריינגעפאקט זיינע קרעדיט קארדס און זיין טלית בייטל,
נאך א טאג אהאלב זיין דארט ״שיקט ער א מעסעדש פאר זיין בני בית ״ס׳איז גרויסע צרות, איך קען נישט טרעפן מיינע קארטלעך, קענסט אפשר טראכטן ווי עס קען זיך האבן פארלוירן?״
״איך בין זיכער״ שרייבט זי צוריק, ״אז די וועסט בעטן ביי דעם גרויסן באשעפער, געהעריג ווי א יוד, וועסטו עס טרעפן!״

נאך א לאנגן שחרית, שבת החודש שחל בר״ח, מיט דער קראצערדיגע נערווען קריכער׳דיגע בעל תפילה, וואס טרעפט עפעס א וועג יעדן לאנגן תפילה צו כאפן דער עמוד, און אויפברויזן דער ציבור מתפללים, האט מיר מיין שכן, א שטיקל מענטשן מבין, מיר געגעבן צו פארשטיין.
אז לויט ווי ער זעהט עס, קומען מיר נאך אפ ביליג דא, לעולם וואלט דער חזן ארום געגאנגען אין בית מדרש טיילן פראסקעס פארן עולם, נאר וואס, ער כאפט דאך שוין דעם ברעטל מפעם לפעם..

געווען אמאל א רב וואס האט געמאכט סימנים מיטן בעל תפילה ווען ער זאל אנהייבן הויכע שמו''ע אזוי ביי מודים מאך איך א קליינע ביק און ביי וכל החיים א גרויסע ביק אין דאן קאנסטו אנהייבן.
אוז אמאל געווען אז א נערוועזע יוד האט געפרעגט די בעל תפילה פארוואס הייבסטו נאכנישט אן האט אים די בעל תפילה געענטפערט "איך ווארט אויפן גרויסן ביק"...
אוז אמאל געווען אז א נערוועזע יוד האט געפרעגט די בעל תפילה פארוואס הייבסטו נאכנישט אן האט אים די בעל תפילה געענטפערט "איך ווארט אויפן גרויסן ביק"...
Re: מילתא דבדיחותא
היום #היום: ייש"כ. איך טו מיך באטייליגן אין די שמחה פון דיין געלונגענע מילתא דבדיחותא. איך וויל (ח"ו) נישט פארמינערן די פרייד. נאר דאס ווערטל האט שוין זייער א לאנגע און ווייסע בארד. ווען איך האב צוערשט געליינט אט די מעשה'לע זענען נאכנישט געווען קרעדיט קארטלעך פאשפרייט בעולם. נאר ממש יחידי סגולה האבן געקענט חלומ'ען פון דעים.א יונגערמאן איז געפארן קיין וועיגעס פאר ״ביזנעס״.
זיין אשת חיל האט געהאט א שטיקל חשד אז קען ״פארגעסן״ צו דאווענען און צו לייגן תפילין דארט, האט זי אריינגעפאקט זיינע קרעדיט קארדס און זיין טלית בייטל,
נאך א טאג אהאלב זיין דארט ״שיקט ער א מעסעדש פאר זיין בני בית ״ס׳איז גרויסע צרות, איך קען נישט טרעפן מיינע קארטלעך, קענסט אפשר טראכטן ווי עס קען זיך האבן פארלוירן?״
״איך בין זיכער״ שרייבט זי צוריק, ״אז די וועסט בעטן ביי דעם גרויסן באשעפער, געהעריג ווי א יוד, וועסטו עס טרעפן!״
איז די מעשה געלאפן אויף א ביסל אן אנדער'ן מהלך.
א יונגערמאן איז געפארן קיין לייפציג אויפ'ן יריד. זי האט אריינגעלייגט זיינע (פרישע) אונטערוועש אין זיין טלית און תפילין. ווען ער האט געדארפט טוישן וועש און ער האט דאס נישט געטראפן. האט ער געשריבן א בריוו'ל צו זיין ווייב. אפשר האט זי פארגעסן אריינצולייגן זיין אונטערוועש. האט זי איהם צוריקגעשריבן אז ער זאל דאווענען וועט ער זיין א געהאלפענער. ווייל די אונעטערוועש זענען געווען אין זיין טו"ת.!
Re: מילתא דבדיחותא
אמת ונכון,
ושתי תשובות בדבר,
א) מען דארף (לדעתי, פרובירן צו) אפדעיטן ווערטלעך לויט די היינטיגע שפראך און רעלעוונטע באקאנטע מציאות'ער.
ב) מיין מגי"ש פלעגט זאגן, באקאנטע ווערטער וואס מען זאגט נישט נאך, ווערט אויס באקאנט.

איינער איז געזיצען פסח ביינאכט ביים סדר און איז אנגעקומען צו... ארבעה בנים
פרעגט ער זיין בחור... נו חיים'ל וועליכע זוהן ביזטו?
ענטפערט ער... טאטי, ווען אונז האבען געלערעהט ארבעה אבות נזיקין, האב איך דיר נישט געפרעגט וועליכע טאטע דו ביזט, פרעג מיר אויך נישט וועליכע זוהן איך בין

יעצט געהערט פו מיין רבי, הרה"ק מ'יארמא שליט"א:
ער האט פארציילט די מעשה ביי א שבע ברכות...ס'איז מיר אמאל אויסגעקומען צו זאגן בדחנות ביי א שבע ברכות פון א גרויסן גביר. דארט איז געווען גאלדענע עסצייג. פלוצלינג באמערק איך ווי איינער פון די "אורחים" ביי יענעם עק טיש האט גענימען א גאפל און אריינגעלייגט אין זיין בוזעם טאש. דאס איז ווערד געווען (לכה"פ) 3 טויזנט דאללער.
איך האב נישט געוואלט פארשעמען יענעם איד ברבים האביך געזאגט..."רבותיי עטץ ווילטס זעהן איכ'ל באווייזן א קונץ. איך גיי אריינלייגן דעם גאפל אין מיין בעקישע. און איך וועל עס ארויסנעמען פון די בעקישע פון דעם איד"...!
דער טריק איז געלונגען. נאר יעצט ביניך געבליבן מיט א גאפל וואס באלאנגט נישט צו מיר.
ביניך געגאנגען פרעגן מיין רב וואס צו טהון. זאגט ער מיר אז איך בין מחוייב דאס צוריקגעבן ווייל אנישט איז עס גניבה. האביך גענימען טענה'ן אז ס'איז נישט גניבה...ווייל די גאנצע מעשה איז נישט אמת...!

כ'האב אויך געהערט א קליפ פון א בדחן אין ארץ ישראל וואס האט "געגנב'ט" א ווערטל פון מיר . וואס איך (מיין) איך האב מחדש געווען און ארויפגעלייגט דא אויף קאווע שטיבל.
ס'אמאל געווען א איד וועלכער איז געפארן אויף ראש השנה קיין מירון און ל"ג בעומר קיין אומאן. האט מען איהם געפרעגט..."פארוואס פארדרייט איהר די יוצרות? האט ער געענטפערט "כדי לערבב את השטן"...!
ס'זעהט אויס אז ער ליינט (אויך) קאווע שטיבל. פון דארט נעמט ער סחורה פאר זיין בדחנות...!

זאגט מיר א חבר מיינע, האב נישט קיין טענות אויף מיר אז איך פיר זיך אויף ווי א קליין קינד ווייל איך בין אזוי געבוירן געווארן...
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #פאלאצ'ינטא #דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד האט אמאל געהאט א שווערע קאורט קעיס. פאר דעם טאג פונ'ם משפט איז ער אריין מיט א קוויטל צו זיין רבי'ן. דער רבי א שטארק תמימות'דיגער איד האט איהם אנגעווינטשן..."דער אייבישטער זאל העלפן אז דער אמת זאל ארויסקומען. זאגט דער איד. ניין. רבי דאס טויג נישט...!א מלמד פרעגט א אינגעל...
פארוואס האסטו צובראכען דעם פענסטער?
איך וועל אן ענטפער איך וויל דעם אמת
זאגט ער וועליכע וויל דער רבי ?
גוים האבן געמאכט א בלבול אויף מיר,
Re: מילתא דבדיחותא
איז א יוד געפארן אמאל מיט זיין אשת מפחידי אויף א באזוך צום ים המלח און אין דער געגנט ארום.
אזוי שפאצירנדיג, רופט ער זיך אהן צו איר, טו מיר א טובה, דריי זיך ארום א רגע.
זי דרייט זיך אהין און צוריק, און קוקט איהם אהן מיט מיט אזא "וואס גייט דא פאר" בליק.
"אויש, א שאד!" זאגט ער, "פאר לוט האט עס געארבעט"...

געהערט א שארף ציפעדיגע ווארט פונ'ם קאצקער ז"ל...
ביי די חטא העגל, האבען זיך די איד'ן געזארגט פאר משה און דער שטן האט זיי געוויזען ווי ער איז טויט.
האבען זיי געזוכט א נייע משה א נייע רבי און נאכען מאכען די עגל האבען זיי געשריגען אלה אלוהך ישראל.
איז וואס האבען זיי געזוכט א נייע רבי אדער א נייע ג-ט?
נאר אויב דער רבי איז א בהמה (עגל) מאכט מען איהם פאר א ג-ט...

From YY Jacobson:
What do you get when a Chabadsker marries a Yekke?
You get a Moshiach that arrives on time.
What do you get when a Chabadsker marries a Yekke?
You get a Moshiach that arrives on time.
Re: מילתא דבדיחותא
pseudonym1 #From YY Jacobson:
What do you get when a Chabadsker marries a Yekke?
You get a Moshiach that arrives on time.
דערמאנט מיר פון דער אלטען ווארט.
וואס איז די חילוק צווישען סאטמר און ליובוויטש ?
אין ליובאוויטש איז יעדער שיגץ א איד...
אין סאטמר איז יעדער איד א שיגץ...
Re: מילתא דבדיחותא
שניים אוחזין בטלית......יחלוקו
ווער באקומט די זייט פון די עטרה?
דיבר המשנה בהווה, אויב ס'איז דא צוויי זייטן און משרייט כולי שלי איז דאס לכאורה א רבי'שע טלית מיט אן עטרה פון אונטן
ווער באקומט די זייט פון די עטרה?
דיבר המשנה בהווה, אויב ס'איז דא צוויי זייטן און משרייט כולי שלי איז דאס לכאורה א רבי'שע טלית מיט אן עטרה פון אונטן
Re: מילתא דבדיחותא
שנים אוחזין בטלית ... יחלוקו
וואס קען מען טוהן מיט האלבע טלית, צו קישן די ציצית ביי ברוך שאמר...
וואס קען מען טוהן מיט האלבע טלית, צו קישן די ציצית ביי ברוך שאמר...
Re: מילתא דבדיחותא
מענעדז'ער: דו גלויבסט אין תחיית המתים? אז אין היינטיגע צייטען קען א טויטער ווערען צוריק לעבעדעג?
ארבייטער: ניין, עס איז אומ-מעגליך
מענעדז'ער: עס איז יא מעגליך און איך קען דאס אויפ-ווייזען
ארבייטער: נו לאמיר הערען?
מענעדז'ער: נעכטען בשעת דו ביזט געוועהן ביין דיין פעטער'ס לוי'... איז ער אהער געקומען דיר זוכען

איז א רב אנגעקומען צו א מאדערן חתונה, ווי דער כלה קלייד איז געווען קורץ געשניטן, כאפט ער א קליין שמועסל מיט׳ן חתן האט ער שנעל איין געזעהן אז דער קען נישט קיין צורת אות.
רופט זיך דער רב אהן ״אה, אזא פאסיגער שידוך - ער קען נישט קיין תורה און זי האט נישט גענוג סחורה״…
רופט זיך דער רב אהן ״אה, אזא פאסיגער שידוך - ער קען נישט קיין תורה און זי האט נישט גענוג סחורה״…
Re: מילתא דבדיחותא
א חתן האט געדארפן חתונה האבן אין די מרחקים, האט זיך געמאכט די לעצטע מינוט, אז די פליגער איז געווארן געקענסלט.
בקיצור, עס איז עהם נישט געווען קיין אנדערע וועג, נאר צו אנקומען אויף שפעט נאכמיטאג, ווען די חתונה האט זיך שוין געדארפט אנהייבן.
רופט ער אהן זיין מחותן, ״עס האט זיך מיר געמאכט א דילעי, זיי מוחל אויב מען קען בעטן מען זאל ווארטן אויפן חופה ביז איך קום״…

ארבייטער: ווען באצאלסטע מיר?
באלעבאס: נישט לא תלין גערעדט אן אנדערס מאל
באלעבאס: נישט לא תלין גערעדט אן אנדערס מאל
Re: מילתא דבדיחותא
מאטי #און פארוואס האט א רבישע טלית א עטרה פון אונטען?שניים אוחזין בטלית......יחלוקו
ווער באקומט די זייט פון די עטרה?
דיבר המשנה בהווה, אויב ס'איז דא צוויי זייטן און משרייט כולי שלי איז דאס לכאורה א רבי'שע טלית מיט אן עטרה פון אונטן
ווייל דער קאפ מיטן אחור זענען אייניג...
Re: מילתא דבדיחותא
וי"א בנוסח אחר, ווייל ס'איז נישט קלאר ווי זייער שכל ליגט.
Re: מילתא דבדיחותא
שמן למאור #איך האב עס געהערט אז עס איז אלץ ספק ראשוי"א בנוסח אחר, ווייל ס'איז נישט קלאר ווי זייער שכל ליגט.
Re: מילתא דבדיחותא
דער שטאטס גביר האט ״פארגעסן״ צו שיקען פורים געלט פאר זיין זונ׳ס מלמד.
דער מלמד האט אהיים געשיקט א דערמאנאנג׳ס צעטל מיט׳ן קינד, אבער דער גביר האט ווידער פארגעסן.
נאך אפאר טעג, שיקט דער מלמד זיין תלמיד פרעגן פון טאטען, ״פארוואס האט הבל געהארגעט קין׳ען? דער קינד האט געפרעגט.
קומט דער פאטער צו לויפן מיט כעס, ״היתכן? פארוואס הבל האט געהארגעט קין? אזוי לערנט איר די קינדער? די מעשה איז דאך געווען פונקט פארקערט!״
״אזוי גאר?״ זאגט דער מלמד ״ הייסט עס אזוי, א מעשה פון אזויפיל יאר צוריק דאס געדענקסטו מיט אלע פיטשעווקעס, אבער וועגן מיין ענוועלאופ, וואס איך האב קוים אפאר טעג צוריק דיר דערמאנט, האסטו שוין פארגעסן?…

א איד אן ארענדאר א שטיקל עושר האט געהאט א מלמד ביי זיך אויפ'ן גיט. (ווער ס'ווייסט נישט וואס דאס ווארט מיינט זאלל איבערליינען די מעשיות פון שבחי הבעש"ט) וואס האט געלערנט מיט זיינע קינדער.
איין טאג קומט דער מלמד אריין אין די קרעטשמע און ער זאגט פאר'ן טאטן אז זיין יונגל וויל נישט לערנען. דער טאטע גייט אריין אין חדר און וויל זעהן וואס ס'גייט פאר. די רבי הייסט פאר'ן קינד ער זאל זאגן אל"ף בי"ת מיט די נקודות. דער יונגל הייבט אן צו זאגן אל"ף פרעגט די רבי וואס איז אונטער די אל"ף? זאגט דער יונגל א קמ"ץ אונטער די בי"ת א פת"ח אזוי ווייטער. ביז ער איז אנגעקומען צו ה"א. די רבי פרעגט ביי דעם יונגל וואס ליגט אונטער די ה"א. דער יונגל וויל נישט זאגן. די טאטע שרייט אן דעם יונגל...זאג. אז נישט וועל איך דיר אנשמייסן. די יונגל זאגט...טאטע געדענק, איך וועל אויסזאגן. דער טאטע שרייט צו זיין יונגל זאג אנישט וועל איך דיר אנשמייסן. די רבי הייבט נאכאמאל אן צו זאגן וואס ליגט אונטער די ה"א? זאגט דער יונגל. אונטער די היי ליגט דער קעלבל וואס מיין טאטע האט נעכטן געגנב'עט ביי זיין שכן.

berlbalaguleh #כנראה איז דער מלמד געווען א סקווערער/ ווישניצער/סקולענער, ועוד, און האט געלערנט דאס קינד זאגן ״העי״ און נישט ״היי״…א איד אן ארענדאר א שטיקל עושר האט געהאט א מלמד ביי זיך אויפ'ן גיט. (ווער ס'ווייסט נישט וואס דאס ווארט מיינט זאלל איבערליינען די מעשיות פון שבחי הבעש"ט) וואס האט געלערנט מיט זיינע קינדער.
איין טאג קומט דער מלמד אריין אין די קרעטשמע און ער זאגט פאר'ן טאטן אז זיין יונגל וויל נישט לערנען. דער טאטע גייט אריין אין חדר און וויל זעהן וואס ס'גייט פאר. די רבי הייסט פאר'ן קינד ער זאל זאגן אל"ף בי"ת מיט די נקודות. דער יונגל הייבט אן צו זאגן אל"ף פרעגט די רבי וואס איז אונטער די אל"ף? זאגט דער יונגל א קמ"ץ אונטער די בי"ת א פת"ח אזוי ווייטער. ביז ער איז אנגעקומען צו ה"א. די רבי פרעגט ביי דעם יונגל וואס ליגט אונטער די ה"א. דער יונגל וויל נישט זאגן. די טאטע שרייט אן דעם יונגל...זאג. אז נישט וועל איך דיר אנשמייסן. די יונגל זאגט...טאטע געדענק, איך וועל אויסזאגן. דער טאטע שרייט צו זיין יונגל זאג אנישט וועל איך דיר אנשמייסן. די רבי הייבט נאכאמאל אן צו זאגן וואס ליגט אונטער די ה"א? זאגט דער יונגל. אונטער די היי ליגט דער קעלבל וואס מיין טאטע האט נעכטן געגנב'עט ביי זיין שכן.
Re: מילתא דבדיחותא
אפשר אן אמעריקאנער...!
נאר אויף יוראפע'איש אידיש (אונגאריש/ראמעניש) האט עס אויך געהייסן היי/שטרוי.
נאר אויף יוראפע'איש אידיש (אונגאריש/ראמעניש) האט עס אויך געהייסן היי/שטרוי.
Re: מילתא דבדיחותא
רעדנדיג דערפון, איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז העי און שטרוי זענען צוויי באזונדערע ארטיקלען.
אין דער צייט וואס העי איז א געוויסע הויכע מין גראז וועלכע ווערט גענוצט אלס מאכל בהמה, חציר - אין לשון קודש, איז שטרוי נישט ממש ראוי לאכילה אפילו פאר בהמות, עס איז וואס בלייבט איבער פון די ווייץ און גערשטן נאכן שניידן, - פסולת גורן, קש אדער תבן. שטרוי האט מען גענוצט בעיקר אויף צו מאכן געלעגערס און צו באדקען דעכער וכיו״ב.
אבער ר׳ בערל,(@berlbalaguleh) האסט מיך, און אפשר אנדערע, נייגעריג געמאכט. וואס איז דאס ״גיט״? גוט ווייס איך, איז א גרויסע פלאטע פון לאנד וואס איינער באזוצט, אבער וואס איז דאס גיט פאר א גוט יאר?

דיכטער #רעדנדיג דערפון, איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז העי און שטרוי זענען צוויי באזונדערע ארטיקלען.
אין דער צייט וואס העי איז א געוויסע הויכע מין גראז וועלכע ווערט גענוצט אלס מאכל בהמה, חציר - אין לשון קודש, איז שטרוי נישט ממש ראוי לאכילה אפילו פאר בהמות, עס איז וואס בלייבט איבער פון די ווייץ און גערשטן נאכן שניידן, - פסולת גורן, קש אדער תבן. שטרוי האט מען גענוצט בעיקר אויף צו מאכן געלעגערס און צו באדקען דעכער וכיו״ב.
אבער ר׳ בערל,(@berlbalaguleh) האסט מיך, און אפשר אנדערע, נייגעריג געמאכט. וואס איז דאס ״גיט״? גוט ווייס איך, איז א גרויסע פלאטע פון לאנד וואס איינער באזוצט, אבער וואס איז דאס גיט פאר א גוט יאר? ניין, דאס וואס די האסט א נאמען געגעבען גוט הייסט עכט גיט
גוט מיין good
Re: מילתא דבדיחותא
דיכטער #דיכטער: "גוט" איז גוט. פיין, און ארדענונג משא"כ א ריזיגע פלאט פון לאנד מיט הייזער געבויט אויף דעם הייסט א "גיט". אפשר מיט אן עיי"ן "גיעט"רעדנדיג דערפון, איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז העי און שטרוי זענען צוויי באזונדערע ארטיקלען.
אין דער צייט וואס העי איז א געוויסע הויכע מין גראז וועלכע ווערט גענוצט אלס מאכל בהמה, חציר - אין לשון קודש, איז שטרוי נישט ממש ראוי לאכילה אפילו פאר בהמות, עס איז וואס בלייבט איבער פון די ווייץ און גערשטן נאכן שניידן, - פסולת גורן, קש אדער תבן. שטרוי האט מען גענוצט בעיקר אויף צו מאכן געלעגערס און צו באדקען דעכער וכיו״ב.
אבער ר׳ בערל,(@berlbalaguleh) האסט מיך, און אפשר אנדערע, נייגעריג געמאכט. וואס איז דאס ״גיט״? גוט ווייס איך, איז א גרויסע פלאטע פון לאנד וואס איינער באזוצט, אבער וואס איז דאס גיט פאר א גוט יאר?
ס'זעהט אויס אז דו האסט נישט געליינט צו א סאך מעשיות פון די שבחי הבעש"ט. רוב מעשיות הייבן זיך אן דארט מיט א גיעט. א קרעטשמע און אן ארענדאר וואס האט דאס געדינגען אין ארענדע פון א פריץ.
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #האסט אויסגעלאזט די בעל עגלה פון די מייסע 🙂דיכטער #דיכטער: "גוט" איז גוט. פיין, און ארדענונג משא"כ א ריזיגע פלאט פון לאנד מיט הייזער געבויט אויף דעם הייסט א "גיט". אפשר מיט אן עיי"ן "גיעט"רעדנדיג דערפון, איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז העי און שטרוי זענען צוויי באזונדערע ארטיקלען.
אין דער צייט וואס העי איז א געוויסע הויכע מין גראז וועלכע ווערט גענוצט אלס מאכל בהמה, חציר - אין לשון קודש, איז שטרוי נישט ממש ראוי לאכילה אפילו פאר בהמות, עס איז וואס בלייבט איבער פון די ווייץ און גערשטן נאכן שניידן, - פסולת גורן, קש אדער תבן. שטרוי האט מען גענוצט בעיקר אויף צו מאכן געלעגערס און צו באדקען דעכער וכיו״ב.
אבער ר׳ בערל,(@berlbalaguleh) האסט מיך, און אפשר אנדערע, נייגעריג געמאכט. וואס איז דאס ״גיט״? גוט ווייס איך, איז א גרויסע פלאטע פון לאנד וואס איינער באזוצט, אבער וואס איז דאס גיט פאר א גוט יאר?
ס'זעהט אויס אז דו האסט נישט געליינט צו א סאך מעשיות פון די שבחי הבעש"ט. רוב מעשיות הייבן זיך אן דארט מיט א גיעט. א קרעטשמע און אן ארענדאר וואס האט דאס געדינגען אין ארענדע פון א פריץ.
Re: מילתא דבדיחותא
דאכט זיך מיר אז די איבערזעצונג פון "גיט" אויף עברית איז "אחוזה"
Re: מילתא דבדיחותא
שאלתיאל #אדער "משק". דאי איבערטייטש פון דעם ווארט איז ענדערש א פארם. נאר ס'איז כמעט די זעלבע.דאכט זיך מיר אז די איבערזעצונג פון "גיט" אויף עברית איז "אחוזה"
Re: מילתא דבדיחותא
ס'איז אויך דא ווארט אין עברית [נו פוי...] חווה מלשון חות יאיר
ס'איז אזא סארט פארם ווי מען ארבעט מיט די פעלדער און בהמות, אסאך ניצען עס פאר טערעפי.
אבער לכאורה איז "אחוזה" די ריכטיגע אפטייטש פון גיט

Estate אין ענגליש, Gut אין הויכדויטש, אחוזה אין עברית.
Re: מילתא דבדיחותא
[ציטאט אראפגענומען]
אבער נישט גוט געספעלט...
Re: מילתא דבדיחותא
מיין רבי האט געטייטשט אחוזה א ארבטייל.
Re: מילתא דבדיחותא
ווי אין שמונה עשרה בעט מען פאר געלט?
ביי די ברכה פון ועל הצדיקים… ״ושים חלקינו עמהם״…
ביי די ברכה פון ועל הצדיקים… ״ושים חלקינו עמהם״…
Re: מילתא דבדיחותא
היימלינד #דאס דארף מען שוין נישט צו דערציילן. א יעדער ווייסט אז קורץ נאך הבדלה, נאך פאר די בעש"ט האט זיך געוואשן צו מלוה מלכה האט ער געהייסן שפאנען פערד און וואגן. און אלעקסעי דער בעל עגלה פונ'ם בעש"ט האט זיך אויסגעדרייט צו די מענטשן און ער איז איינגעשלאפן. פלוצלינג האט זיך די פערד און וואגן געהויבן אין די לופטן און מ'האט אנגעהויבן צו פליען איבער שטעט און דערפער מיט קפיצת הדרך. ביז מ'איז אנגעקומען צו א ווייטן פארשטופטן דערפל וואס האט באלאנגט צו דעם פריץ פון די געגנט. און ביים עק פון דארף איז געשטאנען א קרעטשמע וואס א איד האט געהאט אין ארענדע ביים פריץ. דארט איז אויך געווען א גי(ע)ט. שוין. די איבעריגע טיל פון די מעשה ווייסט דאך א יעדער. דער בעש"ט מיט זיינע חסידים זענען אריין אין קרעטשמע...berlbalaguleh #האסט אויסגעלאזט די בעל עגלה פון די מייסע 🙂דיכטער #דיכטער: "גוט" איז גוט. פיין, און ארדענונג משא"כ א ריזיגע פלאט פון לאנד מיט הייזער געבויט אויף דעם הייסט א "גיט". אפשר מיט אן עיי"ן "גיעט"רעדנדיג דערפון, איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז העי און שטרוי זענען צוויי באזונדערע ארטיקלען.