☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

town1 » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:51 am

· #534850
זאכן וואס נאר א איד וועט פארשטיין.
📎 F2fTH0pW8AAYURE.jpeg

town1 » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:53 am

· #534851
תשעה באב לערנט אונז אז ווען דו זעהסט א איד:

1. לייגן תפילין פאר די שקיעה.
2. א גאנצע טאג מיט קראקס.
3. ער לערנט נישט א גאנצן טאג.
4. ער שמייכלט נישט.
5. איינער גריסט דיך נישט.

זיי אים דן לכף זכות אפשר איז ביי אים יעצט א תשעה באב, עפעס א חורבן גייט ער אריבער...

town1 » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:55 am

· #534852
b
📎 F2kfunJXMAAmwuL.jpeg

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 5:06 pm

· #534880
town1
mishgn
If I live in Michigan
I'm a Michigander.

סארי פאר חרוב מאכן דאס פשט'ל

קהל'ס נער » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 11:40 pm

· #534954
berlbalaguleh
town1
mishgn
If I live in Michigan
I'm a Michigander.

סארי פאר חרוב מאכן דאס פשט'ל
דערמאנסט מיך ווען מש*גענער איז געוועהן א מיאוס ווארט 😛 😛 😛 , מען האט באקימען פעפער אין מויל פארדעים 😛 😛 😛

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:35 pm

· #535083
היינט איז עס א "פעסס" צו טון כל דבר אסור. זיך קריגן מיט מענטשן און טרעטן אויף זיי. מ'קען איהם גארנישט טון..."דו ווייסט דאך, ער איז א משוגע'נער"...!

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2023 12:42 am

· #535108
א רומעינישע יוד וואס זיין ווייב האט אויסגעזעהן ווי א אילונית, האט פארגאסן טרערן ראש השנה צונאכטס ביי זאגן ״אוי הייליגע טאטע,אחור קטנה ושדים אין לה…

פאלאצ'ינטא » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 12:19 pm

· #535218
דער רב, דער ראש הקהל און דער חזן פון א קהילה זענען צוזאמען געפארען אויף דאטשע און ליידער זענען זיי געפאנגען געווארען דורך מענטשען פרעסער.

אונז געבען ענק איין לעצטע ווינטש זאגט דער פירער

רופט זיך אן דער ראש הקהל, איך האב יעצט צוגעגרייט אן אפיל דרשה פון איין שעה, איך וויל דאס יעצט געבען.

רופט זיך אן דער רב איך האב שוין גרייט מיין דרשה פאר תקיעת שופר, עס נעמט נאר 2 שעה בערך

רופט זיך אן דער חזן, ביטע הרג'ט מיר ערשט

פאלאצ'ינטא » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 12:34 pm

· #535219
א רב און א טעקסי דרייווער קומען אן אויבן אין הימל.

דער רב באקומט דארט א קליין טישל מיט א קאווע.

דער טעקסי דרייווער באקומט כבוד מלכים. א ווילא פון 20 צימערען און א סווימינג פול צענדליגע משרשים ויוצר משרתיו.

גייט דער רב צום בית דין של מעלה און פרעגט היתכן? איז דאס דער עולם האמת?

יא יא ענטפערט מען איהם. ווען דו האסט געדארשענט דיין דרשה איז דער גאנצער עולם געשלאפען אבער ווען ער האט נאר אנגעפאנגען צו דרייווען האט איעדער מתפלל געוועהן

פאלאצ'ינטא » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 7:19 am

· #535296
איינעם'ס שוויגער קומט אויף א באזוך. ער גייט ארויס קויפען עפעס צו עסען און ער קומט אהיים טרעפט ער זיין שוויגער ליגען אויף דער ערד. ער רופט שנעל הצלה און מען פירט איהר אריין אין שפיטאל.

נאך א האלבע שעה קומט ארויס דער דוקטור און זאגט איהם איך האב גוטע נייעס און איך האב שלעכטע נייעס. וועליכע ווילסטו הערען ערשט?

אוי זאגט ער, גיבט מיר די שלעכטע ערשט.

פיין זאגט דער דאקטער. דיין שוויגער לעבט, זי איז אבער זייער זייער קראנק. זי קען מער נישט רעדען נאר אנשטאט רעדען קוויטשעט זי מיט מאדנע קולות. אויך קען זי נישט קייען קיין עסען, דו וועסט דארפען קייען די עסען און דערנאך אריין לייגען אין איהר מויל. זי קען אויך מער נישט ארויס גיין נארמאל דו וועסט איהר דארפען טוישן און ארום וואשען. און אזוי קען נאך אזוי לעבען א 20 - 25 יאהר.

רבש"ע! וואס קען שוין זיין די גוטע נייעס? פרעגט ער

הא ענטפערט דער דאקטער איך האב נאר געמאכט א וויץ, זי איז געשטארבען

כספי » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 7:31 am

· #535298
ערגעץ האב איך דא געזען א ווערטל איבער א בעל עבירה וואס איז אריין צום רב בעטן א דרך תשובה, און דער רב האט עם געפרעגט מיט וועם האסטו געזינדיגט מיט פרוי פלונית אדער פלונית, און ווען ער איז ארויס האט ער געזאגט אז ער האט באקומען אפאר גוטע אדרעסן, דא איז עס געכשר'ט אין אייוועלט:
אלטערנעסייד פארקינג
א באקאנטע גנב איז געקומען צום רב פון שטאט פאר א דרך תשובה.

די רב פרעגט אים אויס, וואס איז געשען? ביסט געווען ביי עושר פלוני אדער ביי גביר אלמוני?

דער גנב ווארט נישט קיין סקונדע און שטורעמט ארויס מיט א בהלה פונעם רב'ס שטוב.

די מענטשן וואס האבן געווארט אינדרויסן פרעגן אים, "אזוי שנעל האסטו באקומען א דרך תשובה"?

ער ענטפערט זיי אזוי לויפנדיג. "קיין דרך תשובה האב איך נישט באקומען, אבער צוויי נייע אדרעסן האב איך יא באקומען"...

שמן למאור » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 11:57 pm

· #535362
שרייבט א לץ אזוי: ער האט זיך אנגעגעסן מיט אזויפיל עסטרייכער קוקיס, יעצט איז ער א בנין עסטרייכער...

נעקסט לעוועל » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 4:17 am

· #535373
Re: מילתא דבדיחותא

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 6:09 pm

· #535392
עמיר פארציילן אן אלטן דזשאוק פון די דזשואיש פרעס. (האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם.). ווע..

יאסל האט פארקויפט פאר פייוויל א פערדל. דאס פערדל האט פארשטאנען יודיש.

ווען מ'האט געזאגט ברוך ה' האט ער זיך גענימען לויפן זייער שנעל. ווען מ'האט געזאגט שמע ישראל האט ער זיך אפגעשטעלט.

איין טאג האט דער פערד גאלאפירט זייער שנעל פון א בארג אראפ. פייוול האט זיך זייער שטארק דערשראקן. האט ער גענימען (אינסטינקטיוו) שרייען שמע ישראל. דער פערד האט זיך געגעבן א האסטיגן שטעל אפ אין די לעצטע מינוט. פייוול האט אפגעאטעמט און ער האט געגעבן א שריי אויס...ברוך ה''...!.

אזוי ווי הרה"ק מ'יארמא פלעגט צו זאגן...אן אונגערישער וועט עס ערשט כאפן אין 2 וואכן ארום... און א פוילישער, דאמאלס אויך נישט...!

קהל'ס נער » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 3:33 pm

· #535454
Its not the fall that kills, its the sudden stop that kills.
(רעדיט קאמענטעיטער)

ס׳האט מיר דערמאנט פון די גמרא, אין הערוד ממית אלא החטא מממית.
(ברכות לג.)

וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 3:53 pm

· #535457
קהל'ס נער
Its not the fall that kills, its the sudden stop that kills.
(רעדיט קאמענטעיטער)

ס׳האט מיר דערמאנט פון די גמרא, אין הערוד ממית אלא החטא מממית.
(ברכות לג.)
כעין לאו עכברא גנבי וכו'

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:18 pm

· #535582
א אידל גייט אין גאס און גייט אדורך א געשעפט וואס אין דער פענסטער איז נאר דא א גרויסער זייגער. דאס אלעס.

גייט ער אריין און זאגט פאר דער איינגעטימער, אנטשולדיגט מיר אפשר וואלט איהר געקענט פארעכטען מיין זייגער?

ניין ענטפערט ער, איך קען נישט פארעכטען קיין זייגערס.

איהר קענט נישט פארעכטען קיין זייגערס? פרעגט ווייטער דאס אידל נו וואס טוסטו יא?

איך בין א מוהל, ענטפערט ער

א מוהל? פרעגט ווייטער דער אידל נו פארוואס האסטו א זייגער אין דער פענסטער?

וואס? פרעגט דער איינגעטימער, וואס וואלסטו געוואלט איך זאהל לייגען אין דער פענסטער?

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:21 pm

· #535583
א פאליציאנט גייט אין גאס און זעהט ווי איינער שפאצירט זיך ארום און האלט א מאלפע (מאנקי) אויפ'ן אקסעל.

לויפט ער צו און שרייט, דו ביזט נארמאל? וואס טוהסטו דא מיט די מאלפע?

וואס זאל איך טוהן? פרעגט ער.

נעם איהם שוין צו דער גן החיות! ענטפערט ער.

א טאג שפעטער טרעפט ער איהם ווידער גיין אין גאס מיט'ן מאלפע. שרייט ער איהם ווידער אן... האב איך דיר נישט געזאגט אז דו זאלסט איהם נעמען צום גן החיות?

יא זאגט ער, איך האב אים טאקע גענומען, און אונז האבען זייער הנאה געהאט. היינט גייען אונז גיין צו די ריידס און די ראללער קאסטער,

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:31 pm

· #535589
וואלווי
קהל'ס נער
Its not the fall that kills, its the sudden stop that kills.
(רעדיט קאמענטעיטער)

ס׳האט מיר דערמאנט פון די גמרא, אין הערוד ממית אלא החטא מממית.
(ברכות לג.)
כעין לאו עכברא גנבי וכו'
וואלווי: ס'דא א באקאנטע רש"י אין פ' בהר (די ערשטע רש"י). וואו רש"י הק' פרעגט (רעטאריש)...מה עניין שמיטה אצל הר סיני?...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:38 pm

· #535592
איך האב אמאל באגעגנט מיין רבי הרה"ק מ'יארמא שליט"א ווארטנדיג אין ליין (נישט ח"ו אין א תערובות'דיגע גראסערי, נאר אין א תערובות'דיגע טשעק קעשינג). זאגט ער מיר כהאי לישנא... דו ווייסט אז אונז זעמיר קרובים! זאג נאר דו שטאמסט פון פרי מגדים?. זאג איך ניין... איך אויך נישט, ענטפערט די רבי...!

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:57 pm

· #535597
צוויי רבנים האבען געשמועסט צווישען זיך.

רופט זיך אן איינער, דו הערסט רבי? איך האלט אז דער באשעפער וואלט נישט געדארפט געבען א מענטש צוויי פיס.

וואס? פרעגט דער אנדערער רב ווי אזוי וועט ער קענען ארום גיין?

פארוואס ? פרעגט דער ערשטער רב דארף ער ארום גיין?

גיב מיר איין סיבה פארוואס ער דארף נישט ארום גיין פרעגט ער

איך וועל דיר געבען מער ווי אייןס זאגט ער...

ערשטענס אין שוהל גייט ער נישט...

צום חדר נעמט מען איהם..

צום חופה פירט מען איהם...

צום קבר טראגט מען איהם...

און צו א שיקסע קריכט ער...

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 10:09 pm

· #535601
מ'דארף איינגעבן א פעטיציע צו די הנהלה פון קאווע שטיבל אז זיי זאלן גרינדן א "הומאריסטישער שריפטשטעלער" טיטל. דער ערשטער קאנדידאט דארף צו זיין דער אלעמען באקאנטער (טשיעז) פאלאצ'ינטא.

פאלאצ'ינטא » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 6:28 am

· #535658
א אידל האלט נעבעך פאר פארלאזען די וועלט ל"ע. זיין שותף און אלטען חבר זיצט מיט איהם.

רופט ער זיך אן...

משה, איך מוז תשובה טוהן פאר די סוף, וויל איך דיר זאגען אז איך בין דער וועליכע האט ערלעדיגט מען זאהל ווארפען פאשקעווילען אויף דיר. און איך בין דער וועליכע האט אנגעדרייט ביים רב אז מען זאהל דיר ארויסווארפען פון בית מדרש. און איך בין דער וועליכע האט ג'גנב'ט די 150 אלפים פון אונזער סעיף.

רופט זיך אן זיין שותף... חיים טייערע, איך ווייס, פארוואס מיינסטו אז איך האב דיר פארסם'ט?

פאלאצ'ינטא » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 7:32 am

· #535661
משה פרעגט זיין חבר, יענקל, וויפיהל לייף אינשורענס האסטו?

גארנישט ענטפערט ער, איך האב נישט קיין לייף אינשורענס

דו האסט נישט? פרעגט ווידער משה, נו מיט וואס וועט דיין ווייב דיר באגראבען?

מיט גרויס פארגעניגען... ענטפערט ער

פאלאצ'ינטא » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 7:59 am

· #535662
אן אלטער איד ליגט אין שפיטאל און האלט ליידער פאר'ן גיין ל"ע און זיין ווייב שטייט דארט און שרייט מיט יאמערליכע קולות...

יוסל לאז מיר נישט דא אליין! יוסל לאז מיר נישט דא אליין! יוסל לאז מיר...

אקיי האקט ער איהר איבער... קום מיט מיט מיר

קהל'ס נער » מוצ"ש סעפטעמבער 9, 2023 11:41 pm

· #535722
.
📎 IMG_5133.jpeg

דערהויבענע איד » זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:02 am

· #535730
קהל'ס נער
.
כ'האלט שוין לאנג אז ס'איז דא אסאך זאכן וואס גוטע אידן האבן געזאגט, אבער האבן פיין חרטה פארן עס זאגן.

צווישן זיי איז, ווען מ'געבט א פראסק פאר א קינד ''גלייב מיר ס'טוט מיר מער וויי'', אלול ''די פיש אין וואסער ציטערן'', און צו ''צומישן די שטן''......איי וויפיל לצנות מ'האט שוין געמאכט פון דעם.....

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:11 am

· #535732
געהערט אמאל פון א איד אז ל"ג בעומר פארט ער קיין אומאן און פאר ר"ה פארט ער קיין מירון כדי לערבב את השטן.

איך הער.. » זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:41 pm

· #535756
Re: מילתא דבדיחותא
א איד לויפט אריין צי זיין רבי מיט איין בהלה, רבי וועסט נישט גלייבן וואס האט פאסירט מיין זין איז געווארען א קריסט ל"ע! וואס קען איך טוען?? דער רבי קלאפט אים אויפן פלייצע אין און זאגט אים די וועסט נישט גלייבן וואס האט פאסירט צי מיר.. מיין זין איז אויך געווארן א קריסט ל"ע!! לאמיר ציזאמען דאווענען צום באשעפער.

דער רבי מיטן חסיד הייבן ציזאמען אן וויינען און דאווענען צום באשעפער, פלוצליג הערן זיי א בת קול, חברה.. עטס וועטס נישט גלייבן וואס איז געשען צי מיר!!.....

פאלאצ'ינטא » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 6:14 am

· #535809
ווען מען דערציילט א וויץ פאר א פראנצויז, לאכט ער דריי מאהל,
ערשט ווען מען זאגט עס צו איהם, דערנאך ווען מען איז דאס מסביר
און נאך דעם ווען ער דערמאנט זיך פון דעם. (ווייל די פראנצויזען האבען ליעב צו לאכען)

ווען מען דערציילט א וויץ פאר איינער פון ענגלאנד, לאכט ער צוויי מאהל,
ערשט ווען מען זאגט עס צו איהם, דערנאך ווען ער דערמאנט זיךפון דעם. (ער וועט עס נישט פארשטיין אפי מען איז דאס מסביר צו איהם ווייל זיי זענען זייער פלאטשיגע קעפ)

ווען מען דערציילט א וויץ פאר א דייטש, לאכט ער איין מאהל,
ווען מען זאגט עס
(ער וועט דיר נישט לאזען מסביר זיי ווייל זיי זענען גרויסע בעלי גאווה און זיי האבען בכלל נישט א סענס אוו יומאר)

ווען מען דערציילט א וויץ פאר א איד...
נאך איידער דו האסט גע-ענדיגט, האקט ער דיך איבער...
ערשטענס ער האט דאס שוין געהערט...
און צווייטענס, דו זאגסט עס נישט גוט דו הרגסט עס אפ

און צום סוף ענדיגט זיך עס אז ער זאגט דער וויץ פאר דיר ווי אזוי עס גייט באמת

פאלאצ'ינטא » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 5:14 pm

· #535842
דריי רבנים זיצען אויף דאטשע און איין נאכט זיצען זיין אליין אן די גבאים און שמועסען.

זיי זענען מחליט אז היות אין צדיק... אשר יעשה... ולא יחטא... און זיי זענען יעצט אליין גייט איעדער פון זיי אויסזאגען זייער גרעסטע חטא וועליכע ער קען זיך נישט איינהאלטען.

דער ערשטער רופט זיך אן איך בין א געפערליכער גנב און איך פיר א גניבה אפעראציא ממש כמו די מאפיא.

רופט זיך אן דער צווייטער איך בין א היט-מען איך נעם געלט פאר'ן הרג'נן מענטשען.

דער דריטער בלייבט שטיל. עס זעהט אויס ווי ער חלשט אוועק צוגיין פון דארט. זאגען צו איהם די אנדערע צוויי,

אונז האבען מיר געמאכט א דיעל... זיי מודה... אונז לאזען דיר נישט אוועק גיין פון דא ביז דו ביזט מודה

פיין זאגט ער, איך קען זיך נישט איינהאלטען פון אויסזאגן פריוואטע מענטשען'ס סודות און פלאפלען לשון הרע. און איך קען נישט ווארטין ביז איך קום אן צוריק אהיים

פאלאצ'ינטא » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 7:36 pm

· #535850
איינער גייט צו תשליך ביים ים. אינמיטן הערט ער א בת קול...

חיים... חיים...

יא ענטפערט ער,

ענטפערט די בת קול... ווייל איך האב געזעהן דיין צדקות מעגסטו יעצט בעטן איין זאך און דו באקומסט דאס.

פיין זאגט ער, ווייל איך וויל זייער פארען אויף ארץ ישראל און איך האב נישט קיין געלט צו קויפען א טיקעט, וויל איך מען זאל מיר יעצט בויען א בריק פון ניו יורק ביז ארץ ישראל

אאאהה, ענטפערט די בת קול, דאס איז שוין א שווערע זאך. דו דארפסט אליין פארשטיין וואס דאס מיינט. בויען איבער די ים ווען די וואסער ווערט דארט זייער ווילד... ביטע, בעט עפעס אנדערש.

אקיי זאגט ער, דעמאלס וויל איך פארשטיין מיין ווייב, וואס זי טראכט ווען זי ווערט באליידיגט, ווי אזוי מען קען איהר פרייליך מאכן, ווי אזוי מען קען איהר מאכן פילן גוט...

איין מינוט, האקט איהם איבער די בת קול... דו ווילסט צוויי לעינס אויף די בריק אדער פיהר?

פאלאצ'ינטא » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:38 pm

· #535863
א משולח קומט אן אין שטאט אין שטייט איין ביים שטאט'ס גביר. ער בלייבט דארט א טאג, צוויי, דריי, א וואך א חודש דריי חדשים 6 חדשים...

דער גביר ווערט שוין ציפלאצט גייט ער צו, צו איהם אין פרעגט איהם, זאג נאר, דו האסט אפשר א ווייב? און קינדער?

א וודאי זאגט דער שנארער איך האב א ווייב מיט 10 קינדער

און וואו וואוינען זיי? פרעגט ווייטער דער גביר

אין ירושלים ענטפערט דער שנארער

און דו בענקסט זיך נישט נאך זיי? פרעגט דער גביר

א וודאי ענטפערט ער

און דו ווילסט זיי נאך זעהן? פרעגט דער גביר

זיכער זאגט דער שנארער...



א טאג שפעטער האבען זיי זיך אלע אנגעריקט

פאלאצ'ינטא » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:31 pm

· #535868
איינער קומט צו לויפען צום רב און שרייט...

רבי ראטעוועט! מיין ווייב וויל מיר פארסם'ן.

וואס רעדסטו זאגט דער רב

יא יא ענטפערט דער איד איך האב אפי געטראפען די פלאץ ווי זי האט באהאלטען די סם

איך גלייב נישט זאגט דער רב. גיב מיר איהר טעלעפאון נומבער און איך גיי רעדען מיט איהר.

נאך אפאר שעה זאגט דער רב צו איהם... איך האב גערעדט צו דיין ווייב פאר 3 שעה און די בעסטע זאך וואס דו קענסט נאר טוהן איז נעם די סם

פאלאצ'ינטא » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 5:57 am

· #535933
א חסידיש בחור איז געגאנגען מאכען א דרייווער לייסענס (ל"ע) און נאכען טעסט בעט מען איהם א סעלפאון נאמבער אז מען זאהל איהם קענען מודיע זיין אויב ער האט עס געמאכט.

זאגט אז ער האט נישט קיין סעלפאון (ער איז דאך א חסידיש בחור)

האט ער געגבען די נאמבער פון ישיבה און האט זיי אנגעזאגט אז מען זאהל נישט זאגען פון וואו מען רופט ווייל עס קען איהם מאכען פראבלעמען.

אפאר טעג שפעטער באקומט דער ישיבה א קאל און מען בעט פאר דער בחור...

ווער רופט? פרעגט דער ראש ישיבה

ענטפערט זי זיין חברת (גירל פרענד בלע"ז)

פאלאצ'ינטא » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 6:03 am

· #535934
איינער זאגט מיר אז ער וויל אזוי שטארק פארן קיין אומן אויף ראש השנה פונקט אזוי ווי לעצטע יאהר.

פרעגט איך איהם, דו ביזט געוועהן לעצטע יאהר אין אומן?

ניין זאגט ער ניין, לעצטע יאהר האב איך אויך געוואלט

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:44 pm

· #536038
א קליינער שחור קומט אריין אין קיך ווי ער זעהט זיין מאמע באקען. ער וויל האבען אביסעל פאן נעמט ער די פעקל מעהל און גיסט עס ארויף אויף זיין קאפ, און רופט זיך אן, קוק מאמי איך בין א ווייסער.

די מאמע ווערט ווילד און לאזט איהם אראפ צוויי קלינגעדיגע פראסקעס און זאגט גיי שוין און זאג פאר טאטי וואס דו האסט געזאגט.

ער גייט צו צו זיין טאטע און זאגט איהם, קוק טאטי איך בין א ווייסער

דער טאטע ווערט אינגאנצען אויפגערעגט און הרג'ט איהם און זאגט איהם גיי שוין צו באבי און זאג איהר וואס דו האסט געזאגט

ער גייט צו צו זיין באבע און זאגט איהר וויינענדיג קוק באבי איך בין א ווייסער

די באבע נעמט א שטעקן און האקט איהם אן די ביינער

די קליין שחור קומט צוריק צו זיין מאמע און זיין מאמע פרעגט איהם, נו? וואס האסטו זיך אויסגעלערענט?

זאגט ער קליינער... איך ווייס נישט אבער איין זאך ווייס איך... איך בין נאר א ווייסער פאר 10 מינוט און שוין האב איך פיינט שווארצע

קהל'ס נער » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 3:18 pm

· #536041
פאלאצ'ינטא
א קליינער שכר קומט אריין אין קיך ווי ער זעהט זיין מאמע באקען. ער וויל האבען אביסעל פאן נעמט ער די פעקל מעהל און גיסט עס ארויף אויף זיין קאפ, און רופט זיך אן, קוק מאמי איך בין א ווייסער.

די מאמע ווערט ווילד און לאזט איהם אראפ צוויי קלינגעדיגע פראסקעס און זאגט גיי שוין און זאג פאר טאטי וואס דו האסט געזאגט.

ער גייט צו צו זיין טאטע און זאגט איהם, קוק טאטי איך בין א ווייסער

דער טאטע ווערט אינגאנצען אויפגערעגט און הרג'ט איהם און זאגט איהם גיי שוין צו באבי און זאג איהר וואס דו האסט געזאגט

ער גייט צו צו זיין באבע און זאגט איהר וויינענדיג קוק באבי איך בין א ווייסער

די באבע נעמט א שטעקן און האקט איהם אן די ביינער

די קליין שכר קומט צוריק צו זיין מאמע און זיין מאמע פרעגט איהם, נו? וואס האסטו זיך אויסגעלערענט?

זאגט ער קליינער... איך ווייס נישט אבער איין זאך ווייס איך... איך בין נאר א ווייסער פאר 10 מינוט און שוין האב איך פיינט שווארצע
פאר סאם ריזען דערמאנט מיך עס פון דעים
קומט די באבע און זי שרייט איצל פיצל ליג נאך ליג……..
איינער ווייסט פון וואס איך רעד?

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:05 pm

· #536044
קהל'ס נער
איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
איך ווייס, איך האב אבער נישט געוויסט אז דו ביזט גענוג אלט צו געדענקען

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:23 pm

· #536045
א אינגערמאן אויפ'ן וועג אהיים פון כולל פאנגט אן זאגען למנצח מיט'ן נוסח פון פאר די תקיעות. און זאגט אזוי למנצח 7 מאהל און פאר'ן אריין גיין זאגט ער מן המצר. און דאס גייט אן פאר א שטיק צייט.

פרעגט איהם א חבר, לאז שוין זיין אז דו ביזט א בעל תוקע אבער פארוואס יעצט? אינמיטן ווינטנר?

זאגט ער איך בין נישט קיין בעל תוקע נאר לעצטענס איעדען טאג ווען איך קום אהיים בלאזט מיין ווייב, דארף איך זיך דאך אנגרייטן

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:56 pm

· #536049
דאס באלאנגט אין מאחורי...

הייליגע קאקאש קעיק » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:47 pm

· #536056
פאלאצינטא: פון ווי איז אזא ענדלאזע אוצר פון ווערטלעך? יעדע בדחן וערט אמאל אלט! דו ווילאנג דו שרייבסט נאר וערסטו בעסער און בעסער א גרויסן שכח און ביטע האלט עס אן ווילאנג דו קענסט נאר. דאס גיט מיר חיות יעדע טאג. א כתיבה וחתימה טובה און א פרייליכע יאר

יין שרף » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:49 pm

· #536058
צוזאמגעדרייט
דאס באלאנגט אין מאחורי...
אנשים בלאזן מער מאחורי vs נשים וואס כל עצמותן תאמרנה בלאזן

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 7:14 pm

· #536062
הייליגע קאקאש קעיק
פאלאצינטא: פון ווי איז אזא ענדלאזע אוצר פון ווערטלעך? יעדע בדחן וערט אמאל אלט! דו ווילאנג דו שרייבסט נאר וערסטו בעסער און בעסער א גרויסן שכח און ביטע האלט עס אן ווילאנג דו קענסט נאר. דאס גיט מיר חיות יעדע טאג. א כתיבה וחתימה טובה און א פרייליכע יאר
Trade Secrets

א גוט געבענטשט יאהר פאר אלעמען

פאלאצ'ינטא » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:43 am

· #536099
ראש השנה איז די צייט וואס מען מאכט סימנים פאר א גוט יאהר דערמאנט עס פון דער ספרדי וועליכע איז געזעצען ביים סדר און נאך די מכות זאגט ער ר' יהודה הי נותן בהם סימנים דצ"ך עד"ש באח"ב

פרעגט איהם זיין ווייב, פארוואס דארף מען געבען סימנים?

זאגט ער ווייל מכות אן סימנים איז קיין מכות נישט

פאלאצ'ינטא » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 4:55 pm

· #536274
דריי חסידים זענען צוזאמען געזעצען און געשמועסט. איעדער פון זיי איבער די גדלות פון זיין רבי.

רופט זיך אן דער ערשטער, מיין רבי? איז די גרעסטע. איין שבת נאכען טיש ווען ער איז ארויס געקומען האט זייער שטארק גערעגענט און ער האט אנגעהאט זיין נייעם שטריימל, האט ער געזאגט...

רעגען אהער... רעגען אהין... און עס האט אויפגעהערט רעגענען.

רופט זיך אן דער צווייטער דאס איז גארנישט, מיין רבי איז אמאהל געוועהן אויפ'ן וועג צו בית מדרש ווען א גרופע שקצים האט איהם באפאלען האט ער געזאגט...

שקצים אהער... שקצים אהין... און זיין זענען אנטלאפען.

רופט זיך אן דער דריטער, מיין רבי פאקט זיי ביידע אן

מיין רבי דערציילט ער, איז איין שבת צופרי געגאנגען אויפ'ן וועג אהיים פון שוהל ווען ער האט באמערקט ליגען אויף דער ערד א טאשקע מיט 10 אלפים, האט ער געזאגט...

שבת אהער... שבת אהין...

און האט גענומען די געלט און געגאנגען וייטער

פאלאצ'ינטא » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:52 pm

· #536301
א גור'ר אינגערמאן איז אריין קויפן א הוט און שטייט דארט און וועלט זיך און וועלט זיך און פארדרייט דעם קאפ פאר דער איינגעטימער. נאך א שעה רופט זיך אן דער איינגעטימער צו איהם,

זאג נאר אינגערמאן, ווען דו האסט זיך געטראפען מיט דיין ווייב די ערשטע מאהל ווילאנג האט דאס גענומען? אויך אזוי לאנג?

ח"ו ענטפערט דער גור'ר ממש נאר פאר א מינוט

נו פארוואס קוקסטו פאר א הוט אזוי לאנג? פרעגט איהם דער איינגעטימער

גאנץ פשוט זאגט ער מיט'ן הוט גיי איך ארויס גיין אין גאס

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:42 pm

· #536315
דאס דערמאנט א מעשה: א גערער יונגערמאן איז געגאנגען שפאצירן מיט זיין ווייב (רח"ל) אויף די גאס, ער האט אבער מורא געהאט פון זיין משגיח/מורה דרך. און אט וואקסט ער ארויס... ער פרעגט דעם יונגערמאן, היתכן דו גייסט שפאצירן מיט דיין דאס'ל אויפ'ן גאס? זאגט דער יונגערמאן, ס'נישט מיין ווייב, ס'איז מיין חבר'ס...!

פאלאצ'ינטא » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:19 pm

· #536324
דאס האב איך געהערט אויפ'ן בית ישראל ז"ל (ער האט עס איינגעפירט אז מען זאהל נישט גיין אויפ'ן גאס צוזאמען מיט'ן ל"ע)
אז מען איז איהם געקומען זאגען אז דער און דער איז געגאנגען מיט זיין דאס אויפ'ן גאס

האט דער בית ישראל געזאגט, עס איז נישט זיין'ס.

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:58 pm

· #536331
ס'איז מיר א ספק אויב ער האט געהאט א סענס אוו היומאר. אדער אפשר האט ער עס געזאגט ברוח הקודש...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78