☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

סקרן » מאנטאג מאי 7, 2018 5:42 pm

· #401801
"Hi you'v reach't my voicemail if it's the first time your calling pls leave a msg, if its the second time your calling pls get the msg.

סקרן » מאנטאג מאי 7, 2018 5:45 pm

· #401802
טראמפ
📎 123951.jpg

א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך מאי 23, 2018 9:53 am

· #403211
נקודת-אמת
berlbalaguleh
דער דאס
ווייסט איינער אויב רבי שמעון בר יוחאי האט אפשר א ברודער וואס ליגט אין סטעטן איילענד וואו מ'קען גיין אנשטאט פארן אויף מירון??

ר' שמעון בר יוחאי ווייס איך נישט. אבער עפעס א באבא וואס וואוינט אין חולון. ער האט געהאט עפעס א דריטן קאזין וועלכער ליגט אין סטעטן איילענד. צו אפשר גאר דא אין ברוקלין. נעבן אושן פארקוועי. א וואונדער אז מ'האט נאכנישט אנטדעקט זיין מציבה...!

געהערט האב איך על דרך החלום שנתגלה ר' ישעי'לע זי"ע אז דער וואס איז נישט בכוח צו קומען קיין באדראג-קערעסטיער אויף ג' אייר זאל כאטשיק קומען צום ברודער פון סטעטן-איילענד.

וכנודע המעשיות שנושעו ונפקדו בל"ג בעומר על ציון המהרנ"צ מבאבוב זיע"א (שהתחיל מבנות ובן הרה"ח בנש"ק ר' אלימלך מיללער שליט"א ועוד רבות)
שמעתי על דרך הלצה שנתגלה מרן מבאבוב זצ"ל לאחד מחסידיו ואמר כי אם אינו יכול לבוא על ציונו בל"ג בעומר,
דיעבד קען ער גיין צום ברודער אין באראדז-פארק 😂 😂 😂


באלד גייט כל מבשר האבען א אינטערוויא מיט יונה לאנדאו אז ער האט טאקע געטראפען די קבר פון רב שמעון'ס ברודער וועליכע האט געוואוינט דא אין בורו פרק און ער פלעגט שיקן קוויטלעך צו זיין ברודער

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 25, 2018 12:19 am

· #403397
שווער: חתן טייערער, וואס ווילסטי באקומען פאר'ן תנאים, א ש"ס אדער א חתן זייגער?
חתן: איך וויל אן אייפאן, ס'האט סיי ש"ס און סיי א זייגער
שווער: דעמאלטס קענסטי מיר צוריק גיבן מיין טאכטער, אן אייפאן האט גענוג מיידלעך

נקודת-אמת » פרייטאג מאי 25, 2018 6:39 am

· #403409
א-שופר-איז-א-שופר
באלד גייט קול מבשר האבען א אינטערוויא מיט יונה לאנדאו אז ער האט טאקע געטראפען די קבר פון רב שמעון'ס ברודער
וועליכע האט געוואוינט דא אין בורו פרק און ער פלעגט שיקן קוויטלעך צו זיין ברודער

You missed the point
נישט ר' שמעון'ן'ס ברודער'קע!
ר' נפתל'טשע'ס ברודער'קע...
אוה ליגט ער אין ב"פ...
😂 🙄 😈

נקודת-אמת » זונטאג מאי 27, 2018 2:25 pm

· #403530
באקומען אויפ'ן אי-מעייל
📎 2018-05-27.jpg
(אין ארץ-ישראל איז די מצב אזוי... 😂 )

דער דאס » זונטאג מאי 27, 2018 3:44 pm

· #403533
ובאו כולם בברית יחד,
יענני ולארעל אמרו כאחד..

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 27, 2018 11:27 pm

· #403573
נקודת-אמת
באקומען אויפ'ן אי-מעייל
📎 2018-05-27.jpg
(אין ארץ-ישראל איז די מצב אזוי... 😂 )

די סעקונדע וואס די פופציג שטאטן אין די אמעריקאנער קאנטינענט וועלן טוישן דאס געזעץ, וואט די איין-און-פופציגסטע שטאט אין מיטל-מזרח נאכפאלגן. אזויווי ס'גויאישט זיך, אזוי אידישט זיך.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 28, 2018 12:48 am

· #403589
וואסי דאס קנאביס?

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג מאי 28, 2018 12:53 am

· #403590
Re: מילתא דבדיחותא
שמעקעדיג
וואסי דאס קנאביס?
א מין קאווע [emoji478]

יין שרף » מאנטאג מאי 28, 2018 12:59 am

· #403591
שמעקעדיג
וואסי דאס קנאביס?

Cannabis - weed

וואלווי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 3:14 am

· #404083
➡️
דער גאלדענער אדלער
שמעקעדיג
וואסי דאס קנאביס?
א מין קאווע [emoji478]


או נאו, מיין מאמי האט מיך געזאגט ס'איז א מין בראוני קעיק, און איך וועל פארשטיין ווען איך ווער עלטער...

דער דאס » דאנערשטאג מאי 31, 2018 11:57 am

· #404097
איינער פרעגט זיין חבר, משה קענסט מיר אפשר געבן א ציגארעטל??

זאגט אים משה, כ'האב שוין לאנג אויפגעהערט..

פרעגט אים זיין חבר וואאאאאאסס?? האסט אויפגעהערט צו רייכערן??

זאגט אים משה, ניין, צו טיילן!!

דער דאס » דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:03 pm

· #404099
א משולח בעט מיך פאר א ציגארעטל, פרעג איך אים משה יוסל האסטו נישט אויפגעהערט צו רייכערן א האלבע יאר צוריק ווען דיין דאקטער האט אנגעהויבן פארפירן??

זאגט ער מיך, רייכערן האב איך טאקע אויפגעהערט, שנארן קען איך נישט אויפהערן!!

דער דאס » דאנערשטאג מאי 31, 2018 3:32 pm

· #404125
פארט ארום אויף וואטסעפפ.
📎 IMG_20180531_152931_109.jpg

מאן דאמר » דאנערשטאג מאי 31, 2018 11:18 pm

· #404215
א חסיד איז געקימען צים רבין, רבי כהאב נישט קיין פרנסה..
די רבי פארגלייזט זיך די אויגן ... און זאגט דעם חסיד קים צריק צי מיר ווען די האסט.....

דער דאס » פרייטאג יוני 1, 2018 1:28 pm

· #404291
 זיץ איך דא ביי א חתונה און דער לאשאנצער גראגערט אוועק פאר א טשעינזש האט ער געזאגט א גוטס.
ער זאגט מ'דארף אינטער ברענגען דעם קרן שמואל ישעי' ער בארעדט כלל ישראל אויף א שרעקליכע פארנעם, איך וויל קויפען א סי די זע איך דארט נישט מער און נישט ווייניגער..
 
דער שרעקליכער פארברעכער: פישל שעכטער

דער געוואגטער רויבער: אהרן ארי' אייזענבערג

דער גולם פון פראג: לייבוש לאנגער

דער באוואפענטער באנדיט: לייביש ליש

דער רעכטער האנט פון אייכמאן: הערשל פריעדמאן

ווער איז געווען די אותו האיש: שמואל שלמה טעללער

וואס איז די סיבה פארוואס אזויפיל יודישע קינדער גייען אראפ פון וועג: הגה"צ אב"ד .. שליט"א ראש ישיבה ..

די זאכן דארפן זיך אויפהערן..

berlbalaguleh » מוצ"ש יוני 2, 2018 10:54 pm

· #404351
דער דאס : ס'איז מיר בייגעפאללן א מורא'דיגע געדאנק. דער קרן שמואל ישעי' און נחום ראזנבערג זאללן מאכן א שותפות. איך האב אפילו א נאמען פאר זיי. די בילל-עם קארפארעישן. פארוואס הייסן זיי בלעם. ווייל זיי האלטן אין איין ביללן...! דער אריגינאלער בלעם האט אויכעט געהייסן אזוי ווייל ער האט געביללט...!

אזוי ווי , להבדיל, מיין הייליגער רבי פון יארמע שליט"א איז שוגער בפיו...פארוואס הייסט די שטאט דעברעצין...?! ווייל דער דעברעצינער רב האט דארט געוואוינט...!

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יוני 2, 2018 11:58 pm

· #404360
איי אויב אזוי פארוואס הייסט נישט מאנסי יארמע, יארמע רב וואוינט דאך דארט? קשיא.

דער דאס » זונטאג יוני 3, 2018 12:07 am

· #404366
די מאנסי וויזשניצער רבי זצ"ל האט דארט געוואוינט, הייסט עס על שמו..

סמבטיון » זונטאג יוני 3, 2018 12:20 pm

· #404460
אין בעלזא זאגט מען סליחות היינט (כ' סיון) און אין סאטמער זאגט מען היינט קינות

סקרן » זונטאג יוני 3, 2018 12:25 pm

· #404461
אין מדבר זענען די קליידער מיטגעוואקסען כידוע
זאגט מיר איינער אז דאס איז די סיבה די ליטווישע גייען קורצע רעקלעך ווייל בשעת'ן לערנען האבן זיי עס אויסגעטוהן
ממילא רוב טאג זענען זיי געוואקסען אהן די קליידער

בן ישי » זונטאג יוני 3, 2018 2:01 pm

· #404486
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=7FMNxs8msbY">https://m.youtube.com/watch?v=7FMNxs8msbY</a>

דער דאס » זונטאג יוני 3, 2018 3:34 pm

· #404537
כ'טרעף א היימלאזער פארשוין ביי די אנדערע עק פונעם גאס, נישט אויף זיין קביעות'דיגע פלאץ גיב איך אים א פרעג, דא איז דאך נישט דיין ווינקל, וואס זוכסטו דא היינט??

ענטפערט ער מיך, כ'שלאף היינט ביי מיין חבר!!

וואלווי » זונטאג יוני 3, 2018 3:43 pm

· #404543
סקרן
אין מדבר זענען די קליידער מיטגעוואקסען כידוע
זאגט מיר איינער אז דאס איז די סיבה די ליטווישע גייען קורצע רעקלעך ווייל בשעת'ן לערנען האבן זיי עס אויסגעטוהן
ממילא רוב טאג זענען זיי געוואקסען אהן די קליידער


וועגען דעם האט דער פראק א גרויסע פתח מאחורי הפרגוד, ווייל דער איצטילא דרבנן האט נישט געקענט מיטוואקסען מיט'ן גודלו וטובו מלא עולם...

סקרן » זונטאג יוני 3, 2018 4:20 pm

· #404550
אידישע תאוות
שרייען הויך כתר ביי מוסף ראש חודש
ווייזן פארן בעל תפילה צו אנהייבן דו הויכע שמו''ע
אנשרייען א תינוק שלא טעם טעם חטא ווען ער וויל נעמען א קוכן ביים אנפאסטן: יונגעלע האסט געאפאסט? ...נעבעך
אה די געשריי שבבבחחחח נאך וואס די בעל תפילה האט געגריזשעט מיט א אור אלטע וואלץ וואס ער אליין קען נישט
עסן די אויבערשטע הייטל פון קעיקס
פארציילן די באקאנטע מעשה פון הייליגן בעל שם טוב ביי מלוה מלכה פארן בענטשן
שמועסן מיטל נאכט נאך מעריב
מאכן אההההההההה נאך יעדע איינציג זופ פונעם קאווע
ביי שאלעשידעס נאכן אפעסן די בילקע גיין מיטן אצבע און אראפדרוקן אלע סעסעמי פונעם טיש און אויפעסן

שמעקעדיג » זונטאג יוני 3, 2018 5:24 pm

· #404568
סקרן דיין תגובה באלאנגט ענדערש דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/891">viewtopic.php?f=10&t=891</a><!-- l -->

סקרן » מאנטאג יוני 4, 2018 12:39 pm

· #404840
I recently asked my friend's little girl what she wanted to be when she grows up. She said she wanted to be President some day. Both of her parents, liberal Democrats, were standing there, so I asked her, 'If you were President, what would be the first thing you would do?'

She replied, 'I'd give food and houses to all the homeless people.'

Her parents beamed with pride.

'Wow... what a worthy goal.' I told her. 'But you don't have to wait until you're President to do that. You can come over to my house and mow the lawn, pull weeds, and sweep my yard, and I'll pay you $50. Then I'll take you over to the grocery store where the homeless guy hangs out, and you can give him the $50 to use toward food and a new house.'

She thought that over for a few seconds, then she looked me straight in the eye and asked, ' Why doesn't the homeless guy come over and do the work, and you can just pay him the $50?'

I said, 'Welcome to the Republican Party.'

Her parents still aren't speaking to me

א-שופר-איז-א-שופר » מאנטאג יוני 4, 2018 3:18 pm

· #404868
שמואל הלוי
עמעצער איז אינטערסירט אז איך זאל שרייבן נאך בדיחות?


בדיחות יא נארישקייטן וואס מען קען נישט לאכען פון זיי דאס זאלסטו לאזען פארן מקוה

בן ישי » מאנטאג יוני 4, 2018 8:02 pm

· #404901
בן ישי
https://m.youtube.com/watch?v=7FMNxs8msbY

היינט האב איך געהערט איינעם מוסף זיין אויף די ווערטל, א סקווירא טישטוך איז 1 מייל ביי 1 מייל. ודפח"ח
(זאל ער זיך נאר דערוועגן דאס צו זאגן דארטן...)

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 5, 2018 12:06 am

· #404943
איך האב געקויפט א סאטמארער טישטוך - ווערטהיימער האט עס אראפגעשלעפט....

אברעימל » דינסטאג יוני 5, 2018 3:17 pm

· #405014
בן ישי
בן ישי
https://m.youtube.com/watch?v=7FMNxs8msbY

היינט האב איך געהערט איינעם מוסף זיין אויף די ווערטל, א סקווירא טישטוך איז 1 מייל ביי 1 מייל. ודפח"ח
(זאל ער זיך נאר דערוועגן דאס צו זאגן דארטן...)
אביסל שטערקער.
עס שטעקט זיך ארויס א מייל פון יעדע זייט...

וואלווי » דינסטאג יוני 5, 2018 3:21 pm

· #405015
אברעימל
בן ישי
בן ישי
https://m.youtube.com/watch?v=7FMNxs8msbY

היינט האב איך געהערט איינעם מוסף זיין אויף די ווערטל, א סקווירא טישטוך איז 1 מייל ביי 1 מייל. ודפח"ח
(זאל ער זיך נאר דערוועגן דאס צו זאגן דארטן...)
אביסל שטערקער.
עס שטעקט זיך ארויס א מייל פון יעדע זייט...


נאך שטערקער. עס שטעקט זיך ארויס איין מייל פון יעדע זייט אין די לופט...

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 6, 2018 12:49 am

· #405083
אן אמעריקער אידל איז זיך אנגעקומען קיין ירושלים, זאגט ער פאר זיין טור גייד אז ער וויל זען דער ירושלימע רב. יענער עפנט אויף איהם א פאר אויגן, "כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ירושלים האט א רב בכלל". זאגט איהם דער אמעריקאנער אידל, "וואס זאל איך דיר זאגן, נו, ירושלימע רב". "איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט" זאגט איהם די טור גייד. "ווייסטו וואס, טראג מיר צו די גרעסטע רב אין ירושלים". "פיין" זאגט די טור גייד, "אבער ער איז נישט די רב פון ירושלים, סתם א רב וואס גראדע וואוינט אין ירושלים". "נו נו", זאגט דער אמעריקאנער אידל "רוף איהם וויאזוי דו ווילסט, ווילאנג דו פארשטייסט פון וועם איך רעד" יענער האט איהם געטראגן צום בעלזער רב...

סקרן » זונטאג יוני 10, 2018 2:30 pm

· #405571
א מלמד פרעגט די קינדער צי איינער ווייסט וואס ס'מיינט א ממזר

ענטפערט א אינגעל יא איך ווייס:

א) די קאר וואס פאהרט שטייט פארנט פון מיין טאטע
ב) דער וואס נעמט אוועק מיין טאטענ'ס פארקינג ספאט

תנחום » דינסטאג יוני 12, 2018 1:30 pm

· #405803
ווי בעהט מען פאר עשירות ביים דאווענען?
ביי ועל הצדיקים, "ושים חלקינו עמהם"...

א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג יוני 12, 2018 3:13 pm

· #405824
א איד גייט אין בית החיים און זעהט ווי א איד'ל שטייט ביי א קבר און שרייט מיט קולות און און וויינט מיט יאמערליכע קולות...

אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?! אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?! אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?!

גייט ער צו און פרעגט ווער ליגט דא? מסתמא איז ער געוועהן א גוט'ן ידיד

ענטפרט ער, איך האב נישא קיין אנונג איך האב איהם קיינמאהל נישט געקענט אדער אפי' געזעהן...

און שרייט ווייטער...

אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?! אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?! אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?!

אנטשולדיגט מיר דו זאגסט אז דו האסט איהם נישט געקענט און דו פארפירסט אזוי? זאג נאר,ווער ליגט דא?

ענטפערט ער... מיין ווייב'ס ערשטע מאן

דער דאס » דינסטאג יוני 12, 2018 8:41 pm

· #405850
חב"ד האט געמאלדן אז זיי זוכן א שליח פאר נארט קארעא..

וואלווי » מיטוואך יוני 13, 2018 1:22 pm

· #405901
דער דאס
חב"ד האט געמאלדן אז זיי זוכן א שליח פאר נארט קארעא..


דער פאריעריגער שליח פון איראן האט זיך געמאלדן...

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 14, 2018 11:52 am

· #406022
וואלווי!
you never fail to crack me up...........

👍

וואלווי » דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:46 pm

· #406026
שמעקעדיג
וואלווי!
you never fail to crack me up...........

👍


Hope it hit you at the right time, more important, in the right space....

סקרן » מיטוואך יוני 20, 2018 12:43 pm

· #406728
די הייליגע זיידע ר' לייזער וואלף איז געווען אויף אזא הויכע מדריגה
אז ער איז געווען א קאפ העכער נישט נאר שבת
נאר שוין דריי טעג פאר שבת ביז דריי טעג נאך שבת

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 20, 2018 12:51 pm

· #406731
ובנוסח אחרת: ער איז געווען מיט א קאפ העכער, נישט נאר שבת נאר אגאנצע וואך אויך!!!

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 20, 2018 3:12 pm

· #406742
סקרן
די הייליגע זיידע ר' לייזער וואלף איז געווען אויף אזא הויכע מדריגה
אז ער איז געווען א קאפ העכער נישט נאר שבת
נאר שוין דריי טעג פאר שבת ביז דריי טעג נאך שבת

מ'דערציילט אז ס'איז געקומען א איד צו הרה"צ ר' יאנקעלע פשוועארסק'ער זצ"ל און ער האט געוואלטי פארציילן די גרויסקייט פון ר' לייזער וואלף זאגנדיג אז ער האט געהערט פון איינעם אז ר' לייזער וואלף האט אנגעפולט דעם האלבן בית החיים אין קרעטשנוף. צוליעב זיינע הקפדות...! האט ר' יאנקעלע געזאגט... דאס הייסט א מאסן מערדער, רח"ל...!

בן ישי » זונטאג יוני 24, 2018 10:07 pm

· #407075
איינער פרעגט זיין חבר , משה קענסט מיר אפשר געבן א ציגארעטל ?

זאגט אים משה, נעה, כאב שוין לאנג אויפגעהערט

פרעגט אים זיין חבר , וווואאאאאאסס ??? האסט אויפגעהערט רייכערן ??!

זאגט אים משה "ניין , צו טיילן!!

בן ישי » זונטאג יוני 24, 2018 10:07 pm

· #407076
א ארבעטער קאולט אריין זיין בעה"ב און זאגט, סאררי אבער מיין קאר איז צובראכן כ'קעניש אריינקומען אין ארבעט

זאגט אים דער בעה"ב , נעם א באס

זאגט דער ארבעטער , סאררי אבער כ'דרייוו ניש קיין באסעס...

בן ישי » זונטאג יוני 24, 2018 10:16 pm

· #407078
א קינד שרייט צו זיין מאמע , מאמי קענסט מיר אפשר געבן 3 דאלאר פאר דער מענטש וואס שרייט אונטן

פרעגט אים די מאמע , וואס שרייט ער ?

זאגט ער, ער שרייט "אייז קריעם פאר 3 דאלאר.

דער דאס » זונטאג יוני 24, 2018 11:52 pm

· #407086
די פריים מיניסטער פון ניו זילאנד האט געבוירן א קינד, די ערשטע מאל אין כמעט דרייסיג יאר וואס א וועלטס פירער האט א קינד זייענדיג אין אמט, ווען מ'האט געפרעגט ווי אזוי זעט עס אויס ווען מ'דארף קעיר נעמען פון א בעבי בשעתן פירן א לאנד?? האט זשאן קעלי זיך אנגערופן 'גלייב מיר ס'איז שרעקליך..'

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 25, 2018 12:31 am

· #407089
בן ישי
איינער פרעגט זיין חבר , משה קענסט מיר אפשר געבן א ציגארעטל ?

זאגט אים משה, נעה, כאב שוין לאנג אויפגעהערט

פרעגט אים זיין חבר , וווואאאאאאסס ??? האסט אויפגעהערט רייכערן ??!

זאגט אים משה "ניין , צו טיילן!!

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/404097">viewtopic.php?p=404097#p404097</a><!-- l -->

דער דאס » מאנטאג יוני 25, 2018 12:35 am

· #407091
ער נעמט עס פון די זעלבע פלאץ פון ווי איך האב עס גענומען..

חזרה שאדט נישט, פלעגט מיין מגיד שיעור זאגן!! דאפלט איז שטערקער..

אבי יודן שמייכלען!!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78