☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

אפטימיסטיש » מאנטאג יולי 22, 2024 7:03 pm

· #568523
Re: מילתא דבדיחותא
יואלי לעבאוויטש זאגט: וויאזוי זאגט מען "פאר גארנישט און פארנישט" אין ענגליש?

די ענטפער איז: ס'דא צוויי אויסדרוקן דערפאר:

1. due to covid
2. due to inflation

אצינד איז איראניש אז פרעזידענט ביידען האט באקומען COVID,
due to inflation...

הדא הוא דכתיב: "פאר גארנישט און פארנישט"

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 22, 2024 11:10 pm

· #568553
Re: מילתא דבדיחותא
אלפא #
וויאזוי זאגט מען 'גוטע העררינג' אין לשון הקודש?

שמועות טובות!

דערמאנט מיר (שוין ווידער...) פון די שאלה, וועלכע ברכה מאכט מען אויף שלעכטע הערינג?
דיין האמת.

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יולי 23, 2024 6:51 pm

· #568632
Re: מילתא דבדיחותא
א ליטוואק קומט אהיים אין א תענית טאג און זאגט פאר זיין ווייב...

שפרינצא? איך פיהל נישט אזוי גוט. איך בין אינגאנצען פארחלש'ט איך מוז שוין אויספאסטען.

פיין ענטפערט זיין ווייב. נעם אביסעל וואסער מיט א קליין שטיקעל לקח


ח"ו זאגט דער ליטוואק עס איז דאך פיקוח נפש זיי מוחל גרייט מיר צו א סעודה כסעודת שלמה בשעתו.

איך וויל פיש זופ קניידלך קוגל פלייש א פלעשעל בירה א פלעשל סודה

בשעתן צוגרייטן האט די ווייב אנגעפאנגיען פילען נישט אזוי גוט פארשטייט זיך אז דו שמעק פון די מאכלים. רופט זי זיך אן צו איהם...

משה ? איך פיהל אויך נישט גוט איך דארף אויך עסען

פיין ענטפערט ער נעם אביסעל וואסער מיט א קליין שטיקל לקח.

פארוואס פרעגט זי פארוואס מעגסטו עסן וואס דו ווילסט און איך מעג נאר עסען אביסעל לקח מיט וואסער?

עס איז דאך א תענית ענטפערט די מאן און פרויען דארפען נישט מחמיר זיין

[NAMELESS] » מיטוואך יולי 24, 2024 1:03 pm

· #568671
Re: מילתא דבדיחותא
א בריסקער האט אריין געווארפען טשאלענט אין בית הכסא
ער האט געזאגט = דאס איז א קיום דין פון שעבודא דרבי נתן....

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 24, 2024 5:43 pm

· #568727
Re: מילתא דבדיחותא
להבדיל ביי די גויים איז דא אן ענליכער מהלך:...אז מ'בארגט נאר ביר...!

פאלאצ'ינטא » מאנטאג יולי 29, 2024 6:11 pm

· #568967
Re: מילתא דבדיחותא
א סענעטאר גייט שפעט ביינאכט אויפ'ן גאס אין וואשינגטאן. אין מיט'ן קומט צו איינער מיט ביקס און זאגט איהם... שוין גיב אהער דיין געלט!

טוה דאס נישט צו מיר ענטפערט ער איך בין א דעמאקראט

ענטפערט יענער איז שוין גיב אהער מיין געלט

נעקסט לעוועל » דינסטאג יולי 30, 2024 7:56 pm

· #569062
Re: מילתא דבדיחותא
נייע סעריע פון מחניים ביכלעך
לימיטעד עדיטשן
📎 IMG_3384.jpeg

Yesh » מיטוואך יולי 31, 2024 1:19 pm

· #569094
Re: מילתא דבדיחותא
נעקסט לעוועל #
נייע סעריע פון מחניים ביכלעך
לימיטעד עדיטשן
פליז ברענג די גאנצע, נישט נאר די קאווער.

[NAMELESS] » מיטוואך יולי 31, 2024 1:27 pm

· #569095
Re: מילתא דבדיחותא
איינער פראטעסטירט אויף דעם רויטען פלאץ = דער פרעזידענט איז משוגע! דער פרעזידענט איז משוגע!
קומען צוויי פאליציאנטען און ארעסטירען אים פאר באליידיגען פרעזידענט פוטין
זאגט ער זיי = איר האט א טעות, איך מיין דער אוקריינער פרעזידענט זעלענסקי....
זאגען זיי = דריי נישט קיין קאפ, מיר ווייסען גענוי וועלכע פרעזידענט איז משוגע....

תרמב » דינסטאג אוגוסט 6, 2024 10:50 am

· #569231
Re: מילתא דבדיחותא
זיי זאגן אז העריס איז מרומז אין די מגילה

מהודו ועד כוש...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78