מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
קידושא איד איז אריינגעקומען צו זיין רבי'ן פארווינטערהייט, רבי כ'האב נישט קיין געלט..
דער רבי קוקט איהם אן מיט ליבליכע אויגן: קום צוריק ווען דו האסט!
ענליך דערציילט מען, עס איז אמאל געקומען אן ארימאן צו א רבי, ער האט זיך אפגערעדט אז ער האט נישט קיין געלט. די רבי נעמט ארויס א געבענטשטע דאלער און גיבט עס פאר דעם איד. רופט זיך די איד אן, רבי גיבט מיר ענדערשט א געשאלטענע הונדערטער.
א קארגע גאליציאנער (אביסל א דאפלט לשון , אבער שוין) באקומט אמאל א טעלעפאון רוף
דא רופט מען פון די לאטטערי אפיס
און וואס ווילט איר פון מיר , פרעגט ער
אונז וויל מיר דיר לאזן וויסן אז האסט געוואונען 100 מיליאן טאלער
זאגט דער גאליציאנער , זייער שיין אבער כאב קיינמאל געהערט פונייך , ווי נאר עטץ זענטס געוואר געווארן אז כאב אפאר טאלער , שוין רופט עטץ מיר........................................................!!!!!!!
קידוש: אבער דער גאליציאנער האט נאכאלטס געבעטן אין בעיקערי 2 טאג אלט ברויט. ווייל ס'איז ביליגער...!
צוויי גאליציאנער אין מקווה האבן געמאכט א בעט אז ווער ס’קען האלטן זיין קאפ אונטער די וואסער פאר א לענגערע צייט באקומט א דאלער פונעם צווייטן.....
מ’האט זיי ביידע נעבעך ארויסגעשלעפט פון דארט נישט בין החיים נעבעך.....
תרמבצוויי גאליציאנער אין מקווה האבן געמאכט א בעט אז ווער ס’קען האלטן זיין קאפ אונטער די וואסער פאר א לענגערע צייט באקומט א דאלער פונעם צווייטן.....
מ’האט זיי ביידע נעבעך ארויסגעשלעפט פון דארט נישט בין החיים נעבעך.....
זיי האבן אויך געשפארט די קאסטן פון די טהרה...
Re: מילתא דבדיחותא
וואס לויפט שנעלער פון א פעני וואס ראלט בארג אראפ?
די גאליציאנער וואס לויפט עס נאך
וואס איז די חילוק פון א מאן און א פרוי?
די מאן גייט ארויס אנהייב טאג מיט די גארבידזש, און קומט אהיים סוף טאג מיט געלט
די פרוי גייט ארויס אנהייב טאג מיט געלט, און קומט אהיים סוף טאג מיט גארבידזש...
וואס איז די חילוק פון איינער וואס האט דרייצן קינדער צו איינער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער?
דער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער וויל נאך...
עצי שטיםוואס איז די חילוק פון איינער וואס האט דרייצן קינדער צו איינער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער?
דער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער וויל נאך...
כ'מיין אינז האבן עס געזעין אויף די זעלבע סטעטוס 😛
קהל'ס נערעצי שטיםוואס איז די חילוק פון איינער וואס האט דרייצן קינדער צו איינער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער?
דער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער וויל נאך...
כ'מיין אינז האבן עס געזעין אויף די זעלבע סטעטוס 😛
זאגסט דאך ממש צים פינטל...
דרייסט זיך אויך דארטן? נישט געוויסט...
יא, כ'בין נישט קיין בעל מחדש פון ווערטלעך, (על פי רוב) כ'בין מלקט פון איבעראל
רבותיי: איך וויל דא זאגן א פאר ערנסטע ווערטער... אונז מאך מיר זיך פרייליך אויפ'ן חשבון פון די גאליציאנער און זייער קארגשאפט. אבער דער ביטערער און טרויעריגער מציאות איז אז אינדערהעים אין גאליציע (און אין פוילן) איז דאס ארעמקייט געווען זייער גרויס. מ'רעדט דאך נישט פון די פאר גבירים וועלכע זענען דארט געווען. די רוב מנין און רוב בנין פון די אידישע באפעלקערונג זענען געווען ארעם ווי די נאכט. ממילא האבן זיי אויסגעטראכט אלערליי מיטלען וויאזי צו שפארן געלט. אפילו א קאפקע וואס מ'האט געקענט אפשפארן איז געווען א מציאה...!
נאר ביי אונז דאהי אין אמעריקע, האט דער גראסערי מאן דארט וואו איך פלעג גיין שאפינג, פארקויפט 3 טאג אלט ברויט מיט דעם זעלבן שמייכל, און דעם זעלבן פרייז ווי פריש ברויט...!
אין גאליציע איז געווען די מנהג צו ליינען די ווערטער פונעם מגילה, 'ובביזה לא שלחו את ידם' מיט די איכה טראפ...
א גאליציאנער אידל האט געלייגט קארפעט אויף די פלאר פון זיין גאנצע הויז
האט ער מסביר געווען די סיבה, ווייל אויב קומט אמאל א גאסט, און עס וועט אים ארויספאלן א מטבע פונעם טאש, זאל ער עס נישט קענען הערן
א גאליציאנער איז אמאל געפארן אין א טעקסי און א''י, ער האט עס אנגעשטעלט אויפן מהלך אז מען צאלט לויט וויפול צייט די וועג נעמט, און יעדע מינוט רוקט זיך עס ארויף מער און מער
אינמיטן וועג איז די קאר אראפגעפאלן א הויעכע קליף רח''ל, די איד האט זיך גענימען שרייען 'שטעל עס אפ'!!! די דריווער האט געשריגן 'איך קען נישט! די קאר איז אין די ליפטן'!!!
'נישט די קאר' זאגט דעם איד, 'די מאשין וואס רעכנט די צייט'
עצי שטיםאין גאליציע איז געווען די מנהג צו ליינען די ווערטער פונעם מגילה, 'ובביזה לא שלחו את ידם' מיט די איכה טראפ...
מיט א ענליכע ניגון האט מען געקלאגט ביי די הגדה ווען מען האט געזאגט ולא נתן לנו את ממונם
יאנקעל האט געהאט נעבעך א וויירוס אין מאגען פאר א וואך צייט, און זיך געפערלעך געמוטשעט. נאך א וואך גייט ער אין גאס, און טרעפט זיין חבר, פרעגט אים דער חבר,
נו, וויאזוי איז אדורך דער וויירוס? ענטפערט אים יאנקעל,
אבי מיין רבי אין חדר האט געזאגט אז עס וועט גארנישט ארויסקומען פין מיר.
והמבין יבין.
דר. פאוטשי האט אריינגעגעבן א ביטע צו די UN, אז היות עס איז דא א געפערליכע 'קאוויד פארשפרייטונג' זאל די מלחמה צעווישן רוסלאנד און אוקריינע פארקומען אויף זאם...
?Cyber attack
ס'געווען א משולח וואס האט זיך אויסגעלערנט די טריק פון זאגן אז ער איז א אייניקל פון א אדם גדול ביים גיין נאך געלט
ווען ער איז געווען אין א חסידישן ביה''מ האט ער געזאגט אז ער איז א אייניקל פון ר' ישעי'לע מקירעסטיר, און ווען ער איז געווען אין א ליטווישן ביה''מ האט ער געזאגט אז ער איז אנייניקל פון די חפץ חיים, און ביי די מזרח'ניקים האט ער געזאגט אז ער איז א גר צדק
איינמאל איז ער אריין אין א ברעסלעווער ביה''מ, און ער איז געווארן אינגאנצן צעמישט, ס'דא פלאטשיגע היטן ס'דא קירצע רעקלעך, ספרדים מזרח'ניקים, וואס זאל ער זאגן?
ער גיבט א קלאפ אויס אויפן בימה,
מורי ורבותי!, פון מיין טאטע'ס זייט בין איך א אייניקל פון ר' ישעי'לע קירעסטירער, פון מיין מאמע'ס זייט בין איך א נייניקל פון די חפץ חיים, און איך אליין בין א גר צדק...
איינער רופט אן קופת העיר און פרעגט וואס באקום איך פאר $1500.00 ?
ענטפערט מען מען איהם אזוי...
$350.00 איז 40 טעג אין מעז'וביז'
$250.00 איז 40 טעג ביי מרדכי ואסתר אין איראן
$200.00 60 טעג ביים חפץ חיים
$500.00 א גאנץ יאהר אין ליזענסק ביים רבין ר' אלימלך
פאר די איבריגע $200.00 וואס וואלסטו געוואלט?
נאכען טראכטען א מינוט זאגט ער...
זאלען מיר די רבנים קופון ציגארעטלאך ביי דוטי פרי
א בחור פון פאנעוועדזש איז ארויס אויף בעשוי מיט א מיידל
דארט האט ער געזעהן זיין חבר פון ישיבה , ער פארענטפערט זיך פאר זיין חבר , "דעיס איז מיין עלטערע שוועסטער"
זאגט אים זיין חבר , יא כ'קען איר , "זי איז געווען מיין עלטערע שוועסטער פאר צוויי וואכן צוריק...............!!!"
ביידען טענה'ט אז ווען ער וואלט געוועין פרעזידענט וואלט פוטין נישט אינוואדירט אוקראינה.....
מען זאגט נאך פון צדיקים, אז א שיינע בארד איז א באשערטע זאך......
ער טענה'ט אז ער האט נישט געהאט קיין ברירה, ער איז געווען געצווינגען דאס צו טון, מ'קען פשוט נישט האבן א שונא אזוי נאנט צו זיך, וואס רודפ'ן גאר 'זיינע' מענטשן, באמת איז דאך אלעס זיינס ממילא, און באמת זיכן זיינע מענטשן נאר שלום און פרידן, ער טוט עס אלעס נאר צו פארזיכערן שלום, און ער פארמיידט גאר די געוואלטאטן,
אויב הערט מען יא אמאל עפעס א וויילענס, איז עס א מעשה יחיד און ער האט גארנישט דערמיט, און די וואס זענען באטראפן געווארן 'זיי' זענען גאר שילדיג,
איך רעד נישט דא פון פוטין, נאר פון גור....
זיצנדיג ביי א שמחה אין די משפחה הער איך ווי די צוויי מחותנים פארמעסטן זיך ווער ס'געט מער קעסט. איין מחותן זאגט איך געב 2 יאר קעסט. זאגט דער אנדערער מחותן. איך געב 3 יאר קעסט. איז מיר בייגעפאללן די פאלגענדע מעשה'לע...א מאפיאנער האט זיך אמאל משדך געווען מיט א בעלבת'ישן איד. דער בעל בת'ישער מחותן זאגט..."איך געב 2 יאר קעסט פאר די יונגע קאפל"...רופט זיך אן דער מאפיאנער..."איך געב א קעסט וואס וועט אנהאלטן דעם גאנצן לעבן"...!
א פרוי פרעגט איר מאן,
וואס איז פשט אז איך צינד לעכט ידע וואך, און מען מאכט נישט קיין שום מצב, אבער די צינדסט לעכט איינמאל א יאר, אויף חנוכה, און מען מאכט א גאנצע מצב?
זאגט די מאן, איך וויל דיך אויך פרעגן א קשיא
איך גיי אין מקוה יעדן טאג און מען מאכט נישט קיין שום מצב, אבער די גייסט אין מקוה איינמאל א חודש און...
די @כולל נייעס לצים, באריכטן
אז רוסישע פליגערס האבן זיך גענימען אראפציווארפן סמארטפאונס אויף אוקריינע, נאכן הערן אז עס מאכט חרוב שטיבער,
אוקריינע שלאגט זיך צירוק מיט השומרים קארטלעך...
Re: מילתא דבדיחותא
סקווירא האט געשיקט א מעסעדזש צו פוטין, אז ער זאל זיך נישט דערוואגן זיך צו דערנענטערן נענטער ווי א מייל קיין סקווירא
נישט צו פוטין, נאר צו ראביי לאזאר.
גויים לאזן זיי, נאר אידן זענען פארבאטן.
אבער דאמאלס איז דאך עס נישט קיין דזשאוק...!
פרעזידענט זלענסקי טענה'ט אז "בעלזא וועט נישט פאלן, בעלזא קען נישט פאלן, און בעלזא גייט נישט פאלן.....
איינער זאגט מיר, אז פון קאראנע איז געווארן אוקריינע, און פון מאסקע איז געווארן מאסקעווע...
עצי שיטים: היינו דאמרי אינשי. (אינשי דלא מעלי) (או)קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא...!
berlbalagulehעצי שיטים: היינו דאמרי אינשי (אינשי דלא מעלי) (או)קריינא דאיגרתא איהו ליהוי זאלענסקא
עס איז געקומען א יוד צום ראגוטשובר גאון און האט איהם געדרייט א קאפ מיט פארשידענע חקירות און בויך סברות,
אויף אמאל זאגט איהם דער ראגוטשובער, אז ער וויל איהם פרעגן א חקירה,
ס'איז דא א וועג ווי אזוי מען קען קונה זיין א בהמה מיט משיכה מיט שלאגען די בהמה און זי לויפט, הכה במקל ורצתה,
מען קען קלערן, פארוואס לויפט די בהמה ווען מ'שלאגט איהר?
איז עס ווייל זי האט מורא אז זי וועט כאפן נאך א קלאפ?
אדער איז דער טעם ווייל אז זי לויפט אוועק וועט זי נישט זעהן דעם שטעקען.
דער יוד קוקט אהן דעם ראגוטשובר גאון און זאגט, אז ער איז נישט איינער וואס האנדעלט מיט בהמות אז ער זאל וויסען די נאטור, פאר דער חקירה דארף דער גאון פרעגען איינער וואס האנדעלט מיט בהמות.
זאגט איהם דער ראגוטשובער גאון, איך פרעג דיך נישט אלס א בהמה האנדלער, איך פרעג דיך אלס בהמה!
א פרוי האט זיך אפגערעדט צו איר חבר'טע אז ריקן די קאוטש ביים פסח'יג מאכן איז זייער שווער, פרעגט איר די חבר'טע פארוואס טוסטו עס נישט ווען דיין מאן איז אינדרהיים? ענטפערט זי ס'איז גרינגער צו ריקן ווען קיינער איז נישט דערויף
די וועלט זאגט אז עס איז דא דריי זאכען וואס מען זיכט און מען וויל נישט טרעפען.
1) חמץ בפסח
2) א פלעק אויף אן אתרוג
3) און א איידעם וואס וועט בלייבען ביים לערנען כל ימיו
אן ארימאן קומט אריין צום קארגן גביר, פרעגט איהם דער גביר, וואס ער זוכט דא, זאגט ער אז ער איז איהם געקומען מבקר חולה זיין, וואס עפעס איך בין דאך פולקאם געזונט טענה'ט דער גביר, אבער דער ארימאן האלט זיך ביי זיינס, און ער לייגט צו אז שלמה המלך זאגט אין קהלת, חולי רע ראיתי, עושר שמור לבעליו, און אז ער באהאלט זיין עשירות דאן איז ער לויט דעם א קראנקער.
אויב אזוי עקשנט זיך דער גביר ווידער איין, דאן פארוואס קומסטו פונקט צו מיר, פעהלט דען חולים וועמען מבקר צו זיין? יא, ענטפערט דער ארימאן, איר זענט טאקע גערעכט, נאר בהיות ס'שטייט דאך אז דער וואס איז מבקר חולה נעמט אוועק א זעכציגסטל פונעם קרענק, דעריבער קום איך אהער ווייל איך וויל ווערן אנשטעקיג מיט א זעכציגסטל פון אייער קרענק...
עצי שטיםאיינער זאגט מיר, אז פון קאראנע איז געווארן אוקריינע, און פון מאסקע איז געווארן מאסקעווע...
און פון זעלענקא איז געווארן זעלענסקי...
עצי שטיםעצי שטיםאיינער זאגט מיר, אז פון קאראנע איז געווארן אוקריינע, און פון מאסקע איז געווארן מאסקעווע...
און פון זעלענקא איז געווארן זעלענסקי...
און פון פינטו איז געווארן פוטין...
היכי דמי: איך בין אויך א שטיקל בעל מקובל און מלוב"ן. איך קען זעהן שורש נשמות. ספעציעל שבת אינדערפריה נאך קידוש. עכ"פ. איך האב געהאט עפעס אזא מין הארה (יא, מיט אן אל"ף). אז פוטין האט דעם זעלבן שור"ש נשמ"ה ווי להבדיל פינט"ו. איי, וועסטו פרעגן...וויאזוי קען זיין די זעלבע און להבדיל. ס'איז דאך א תרתי דסתרי. 'עליך דיר דערציילן א מעשה וואס איך האבמיך דערמאנט פון א סאך יארן צוריק. א קלוגער? איד האט מיר פארציילט אז ...ער, און להבדיל דער גלח האבן צוזאמען געשפיעלט קארטן... האביך איהם געפרעגט...איהר זאגט אז איהר און להבדיל דער גלח האבן צוזאמען...געשפיעלט אין קארטן. אויב ס'איז להבדיל קען עס דאך נישט זיין צוזאמען... דער תירוץ איז הרב פינטו איז א ..."הייליגער" איד. און פוטין איז א גוי וואס שטאמט אפשר פון אידן. אבער דער צד השוה שבהן איז אז ביידע ווייסן וויאזוי אנצודרייען א מצב. אויך אז ביידע ווייסן וויאזוי מ'מאכט א (מיליאן אדער א ביליאן) דאללער...!
היכי דמיעצי שטיםעצי שטיםאיינער זאגט מיר, אז פון קאראנע איז געווארן אוקריינע, און פון מאסקע איז געווארן מאסקעווע...
און פון זעלענקא איז געווארן זעלענסקי...
און פון פינטו איז געווארן פוטין...
און פון ביידען איז נישט געבליבען קיין איינס....
וואס זאגט טורנהיים אויף פוטין ווס. זעלענסקי?
שפרעך-ווארט פונעם יאר.
"ער מאכט נעבעך מיט, יסורי קיעוו"
@ארי אבראמעוויטש
ס'טוט זיך אויפן וועלט
פוטין וויל אוקריינע
טשי דזשימפינג וויל טייוואן
און ביידן וויל שלאפן...
berlbalagulehהיכי דמי: איך בין אויך א שטיקל בעל מקובל און מלוב"ן. איך קען זעהן שורש נשמות. ספעציעל שבת אינדערפריה נאך קידוש. עכ"פ. איך האב געהאט עפעס אזא מין הארה (יא, מיט אן אל"ף). אז פוטין האט דעם זעלבן שור"ש נשמ"ה ווי להבדיל פינט"ו. איי, וועסטו פרעגן...וויאזוי קען זיין די זעלבע און להבדיל. ס'איז דאך א תרתי דסתרי. 'עליך דיר דערציילן א מעשה וואס איך האבמיך דערמאנט פון א סאך יארן צוריק. א קלוגער? איד האט מיר פארציילט אז ...ער, און להבדיל דער גלח האבן צוזאמען געשפיעלט קארטן... האביך איהם געפרעגט...איהר זאגט אז איהר און להבדיל דער גלח האבן צוזאמען...געשפיעלט אין קארטן. אויב ס'איז להבדיל קען עס דאך נישט זיין צוזאמען... דער תירוץ איז הרב פינטו איז א ..."הייליגער" איד. און פוטין איז א גוי וואס שטאמט אפשר פון אידן. אבער דער צד השוה שבהן איז אז ביידע ווייסן וויאזוי אנצודרייען א מצב. אויך אז ביידע ווייסן וויאזוי מ'מאכט א (מיליאן אדער א ביליאן) דאללער...!
דער איינציגעסטער צד השוה איך זעהן פין פינטו און פוטין (חוץ אז אתוון דדין כאתוון דדין), אז ביידע האבען יעדעם פארפאקט און טוהן וואס זיי ווילען.
שטיצע אין וויליאמסבורג פארן אוקריינע פאלק
📎 u1.jpg
די גאנצע מלחמה סיטואציע, דערמאנט מיר די באקאנטע ווערטל
געווען אמאל וואס די מדינה (מדנ''י) האט זיך שטארק געמוטשעט מיט געלט, האט מען פארופן א מיטונג אונעם כנסת זיך מתכס עצה זיין וואס צו טון,
איין חבר כנסת האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעשלאגן א געוואלדיגע פלאן, מען וועט גיין אין מלחמה מיט אמעריקע, און ווען אמעריקע וועט געווינען, וועלן אונז דאך ווערן א חלק פון די פאראייניגטע שטאטן, וועלן מיר קענען געניסן פון פעטער שמואל'ס טיפע טאשן, פון פאד סטעמפס, מיט טעקס ריטערנס, וכ' וכ' וכ'
האט זיך אויפגעשטעלט א צווייטע חבר כנסת און געפרעגט, ''אלעס פיין און וואויל, אבער וואס וועלן אונז טון אויב אונז געווינען די מלחמה?''....
"Anonymous" האט נארוואס ביישטייערט א שיינע נתונה פאר הרב בלייך'ס טשערידי קאמפיין...
געהערט פון יארמר רב זאהל געזונט זיין.
איינער גייט שפאציר'ן אין ארץ ישראל און זעהט א פירות פעלד. ער גייט אריין און נעמט א מאראנץ (אראנדג' בלע"ז) און הייבט אן עסען.
דער בעל ה-פעלד קומט ארויס און זאגט איהם... ר' איד, לא תגנוב!
און דער מאכט זיך נישט וויסענדיג.
ר' איד! שרייט דער בעל הבית, לא תגנוב! א פסוק אין די תורה!
רופט ער זיך אן... א וואס פאר א פיינע לאנד איז ארץ ישראל, מען קען עסען א פיינע געשמאקע פרי און מען הערט צו דערצו א דבר תורה