☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

Schmoozer » דינסטאג יאנואר 2, 2024 5:31 pm

· #543357
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
אמאהל איז אין שטאט נפטר געווארען דער שווינדלער פון שטאט און מען האט נישט געקענט טרעפען איין מענטש זאהל קענען זאגען אויף איהם א גוט ווארט ביי זיין לוי'. אפי' דער רב האט אויך נישט געקענט.

האט מען גערופען א רב פון א דערנעבענדיגע שטאט, און ער האט זיך אויף געשטעלט און געזאגט...

איך האב איהם זייער גוט געקענט, און באמת האב איך גארנישט קיין גוט'ס צו זאגען אויף איהם, א גנב, א שווינדלער, א שלעגער ממש נישט אויסצוהאלאען... נאר איין גרויסע מעלה האט ער געהאט...

זיין ברודער איז געוועהן 10 מאהל ערגער פון איהם
די מעשה גייט ווייטער אז ווען די ברודער איז געשטארבן האט מען אבוויעסלי נישט געקענט טרעפן קיין גוט ווארט אויף אים ביז דער רב האט געזאגט "ווען נישט אים וואלט מען נישט געקענט באגראבן זיין ברודער"

פאלאצ'ינטא » מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:09 am

· #544301
Re: מילתא דבדיחותא
א רב שטעלט זיך אויף ביי א לוי' (ל"ע)

ער איז געוועהן אן עהרליכער, נישט פארפעלט א מנין אין איבער 50 יאהר, ער פלעגט אויף שטיין 4 אזייגער און זיצען און לערענען 2 שעה פאר דאווענען . ווי אויך א בעל מדות שאין כדוגמתו אלעמאל געהאט א גוט ווארט פאר איעדער איינער. אויך איז ער געוועהן א בעל חסד וואס דער וועלט האט...

רופט זיך אן די אלמנה צום רב... אנאשולדיגטס מיר, טוהטס מיר א טובה און מאכט אויף דעם ארון, איך וויל זעהן ווער עס ליגט דארט, עס קען נישט זיין אז עס איז מיין מאן

פאלאצ'ינטא » מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:39 am

· #544303
Re: מילתא דבדיחותא
.

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:41 pm

· #544519
Re: מילתא דבדיחותא
א ברסלבער טרעפט אן זיין ליטווישע שכן. ער שליידערט אים א תיקון הכללי, זאג דאס יעדן טאג און רב נחמן העט די ארויס שלעפן פון גהינום ביי די פיאות. זאגטער אים צוריק, איך דארף נישט די פיאות מיט גאנצע מיטשלעפעניש, שטייט דאך ׳אברהם אבינו עומד בפתחו של גהינום ורואה מי שיש לו ברית קודש ומציאו לגן עדן׳...
א שטילשווייגעניש פאר עטליכע סעקונדעס..
זאגט אים די ברסלבער, איך וויל ענדערש מזאל מיר ארויסשלעפן ביי די פיאות…:)

פארשטיי וויאזוי די ווילסט פארשטיין...

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:08 pm

· #544523
Re: מילתא דבדיחותא
נעקסט לעוועל #
פארוואס זענען מעריעד פרויען מער דיקלעך פון סינגל מיידלעך?

סינגלס קומען אהיים ביינאכט, קוקן וואס ס'איז דא אינעם פרידזשעדער, און גייען אריין אין בעט.
מעריעד לעידיס קומען אהיים, קוקן וואס ס'איז דא אין בעט, און גייען צום פרידזש...
נעקסט לעוול: ייש"כ פאר טרענסלעיטן אלע "בדיחות" פו די איזראעלישע צייטונגען...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:17 pm

· #544525
Re: מילתא דבדיחותא
א פרוי וועלכע האט א סאך ארומגעארבעט מיט "פרעמדע" מענער. האט זיך אנגעגעבן אלס אן אלמנה. האט איהר איינער געפרעגט...ס'הייסט איך קען דאך דיין מאן. ער לעבט...! האט זי געענטפערט.."ווען איך גיי מיט אן אנדער'ן האב איך מיין מאן אין ד'רערד".

אין אן עליכע בחינה: (מעשה שהיה). א איד איז אמאל ארומגעגאנגען שנארן געלט פאר אן אלמנה מיט יתומים. האט מען איהם געפרעגט ווער איז די אלמנה? האט ער געענטפערט מיין ווייב און קינדער. זאגט מען איהם...דו ביסט א שווינדלער. האט ער געענטפערט...וואס אהרט דיר אז איך לעב...?!

ערנסטגערעדט » מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:02 am

· #544934
Re: מילתא דבדיחותא
א יונגערמאן קומט אהיים און צו זיין שאק טרעפט ער זיין ווייב אויפן בעט צוגעבינדן און זיין גוטע חבר ברוך דערנעבן
ער פרעגט אים וואס גייט דא פאר?
ברוך ווייזט אים מיט די הענט כאילו ער דרייווט און קען נישט רעדן
וואס מיינט דאס פארשטייט ער נישט
ברוך זאגט אים איך דרייוו א באס
וואס הייסט?
אז מפרעגט סטופיד קשיות באקומט מען סטופיד תירוצים

שעפטאל » מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:24 pm

· #544992
Re: מילתא דבדיחותא
כ'וועל זאגן פאר מיינע חברים. ביי אונז אין ק"ש פאמיליע
אפי' די מנהל שרייבט אמאל אין מילתא דבדיחותא..

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 17, 2024 6:52 pm

· #545012
Re: מילתא דבדיחותא
שעפטאל #
כ'וועל זאגן פאר מיינע חברים. ביי אונז אין ק"ש פאמיליע
אפי' די מנהל שרייבט אמאל אין מילתא דבדיחותא..
נעע, ער זאגט שוואכע וויצן.

שעפטאל » מיטוואך יאנואר 17, 2024 6:58 pm

· #545014
Re: מילתא דבדיחותא
כ'לייק על דעת אז דאס איז אויך א וויץ.

דאס איז די שיינקייט פון אונזער שטיבל, אז מ'קען מאכן אזא ווערטל.

פאלאצ'ינטא » זונטאג יאנואר 21, 2024 6:04 am

· #545432
Re: מילתא דבדיחותא
אן אמת'ר סאטמארער ווארט.

עס זעהט אויס אז דער סאטמארער רב ר' יואל האט געקענט זאגן א גוט ווערטעל. אפילו איך גלייב נישט אז ער האט דעם ווארט געמיינט אלס מילתא דבדיחותא אבער א גוט ווארט איז עס.

אין די וואכענדיגע פרשה, פרשת בא, שטייט אז די אידן האבן געגעסן דעם קרבן פסח אין מצרים.

איז שווער, ווי אזוי האבען זיי געמעגט עסן דעם קרבן פסח אין מצרים, עס איז דאך קדשים בחוץ? מען מעג נישט עסן דעם קרבן פסח אינדרויסן פון ירושלים?

ענטפערט דער סאטמארער רב אז עס איז דא א מדרש אז עס איז געקומען א וואלקן וואס האט גענומען אלע אידן אויף ארץ ישראל און זיי האבן געגעסן דעם קרבן פסח, און דערנאך האט דער וואלקן זיי צוריק גענומען קיין מצרים און עס איז געוועהן יציאת מצרים.

איז דאך שווער, נו פארוואס האבן זיי געדארפט צוריקגיין אויף מצרים? זיי זענען דאך שוין דארט געוועהן?

ענטפערט דער סאטמארער רב... ווייל עס איז פאר די צייט.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 21, 2024 11:26 am

· #545446
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא: געוויינליך ווען איך זעה דיין נאמען, ספעציעל אין קאמבינאציע מיט מילתא דבדיחותא ווייס איך אז דער אויספלאץ גייט זיין גרויס.

נאר דאס איז גארנישט קיין ווערטל צו לאכן. ס'איז אן ערנסט ווארט. לשיטתו.

אן ענליכע בחינה איז ביי א שידוך אז פאר ס'קומט די צייט וועט עס נישט געשעהן. ומעשה שהיה. ביי א חופה פונקט פאר דער חתן האט געדארפט זאגן..."הרי את מקודשת לי"...האט זיך דאס קידושין רינגל אוועקגעקייקלט און מ'האט עס אנגעהויבן זוכן. ווען מ'האט געענדיגט זוכן איז אדורך א האלבע שעה. דער עולם האט געהאט גרויס עגמת נפש. האט זיך אנגערופן איינער פון די גדולי ישראל. אז די סיבה פון דעם פארלוירענעם רינגל איז געווען ווייל ס'איז נאכנישט געוען די צייט. און ווען ס'איז געווארן די ריכטיגע צייט האט מען עס געטראפן...!

עמרם » זונטאג יאנואר 21, 2024 11:29 am

· #545448
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
אן אמת'ר סאטמארער ווארט.

עס זעהט אויס אז דער סאטמארער רב ר' יואל האט געקענט זאגן א גוט ווערטעל. אפילו איך גלייב נישט אז ער האט דעם ווארט געמיינט אלס מילתא דבדיחותא אבער א גוט ווארט איז עס.

אין די וואכענדיגע פרשה, פרשת בא, שטייט אז די אידן האבן געגעסן דעם קרבן פסח אין מצרים.

איז שווער, ווי אזוי האבען זיי געמעגט עסן דעם קרבן פסח אין מצרים, עס איז דאך קדשים בחוץ? מען מעג נישט עסן דעם קרבן פסח אינדרויסן פון ירושלים?

ענטפערט דער סאטמארער רב אז עס איז דא א מדרש אז עס איז געקומען א וואלקן וואס האט גענומען אלע אידן אויף ארץ ישראל און זיי האבן געגעסן דעם קרבן פסח, און דערנאך האט דער וואלקן זיי צוריק גענומען קיין מצרים און עס איז געוועהן יציאת מצרים.

איז דאך שווער, נו פארוואס האבן זיי געדארפט צוריקגיין אויף מצרים? זיי זענען דאך שוין דארט געוועהן?

ענטפערט דער סאטמארער רב... ווייל עס איז פאר די צייט.
ער האט עס טאקע געזאגט ?
אויב יא, איז דא ערגעץ א מקור צו דעם ?

שמן למאור » זונטאג יאנואר 21, 2024 12:07 pm

· #545456
Re: מילתא דבדיחותא
א בריסקער איז ארומגעגאנגען מיט א שווערע חקירה פאר אפאר טעג.

א זעברא איז שווארץ מיט ווייסע שטריכן דערויף, אדער אפשר גאר פארקערט, עס איז ווייס מיט שווארצע שטריכן דערויף?

אזוי איז ער ארומגעגאנגען עטליכע טעג אן א קאפ, ביז ער האט מחליט געווען פארצולייגן זיין שווערע שאלה פאר א חבר.

זיין חבר הערט אויס די צדדים, און זאגט "דאס זענען דיינע צדדים? אפדר גאר איז די זעברא גרין, נאר עס האט שווארצע און ווייסע שטריכן דערויף"...?

ישר בעיניו » מאנטאג יאנואר 22, 2024 7:12 pm

· #545842
Re: מילתא דבדיחותא
חאנטשינער רבי ז"ל פון אנטווערפן
לוינט זיך אויסצוהערן
📎 file (2).MP3

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:20 pm

· #546083
Re: מילתא דבדיחותא
איינער קומט צום רבי'ן און וויל אריין גיין, זאגט איהם דער גבאי, מען קען יעצט נישט אריין גיין, דער רבי האט שוין נישט געגעסען פאר דריי טעג, ער עסט יעצט.

קומט ער צוריק א וואך שפעטער און וויל ווייטער אריין גיין, זאגט איהם דער גבאי ניין, דער רבי איז שוין נישט געשלאפען פאר דריי טעג, ער שלאפט יעצט.

קומט ער צוריק א וואך שפעטער זאגט איהם דער גבאי, ניין נישט יעצט דער רבי האט שוין נישט אריין געקוקט אין א אידיש ספר פאר דריי וואכען ער פלאנט יעצט עפעס צו לערענען

פאלאצ'ינטא » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:17 am

· #546986
Re: מילתא דבדיחותא
אין די וואכענדיגע פרשה, יתרו זעהט מען אז יתרו האט געשיקט משה מודיע זיין אז... ער קומט מיט דיין ווייב (משה'ס) צפורה און דיינע קינדער און זייערע נעמען, איינער גרשום און דער אנדערער אליעזר.

פרעגט מען, פארוואס האט ער געדארפט אויסרעענען פונקטלאך ווער עס קומט?

קען מען ענטפערען אז ער האט איהם געוואלט לאזען וויסען אז אונז קומין מיר, אבער די שוויגער בלייבט אינדערהיים

פאלאצ'ינטא » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:24 am

· #546987
Re: מילתא דבדיחותא
א פארפאלק האט זיך ארום געקריגט, האט די פרוי אנגערופען איהר מאמע.. מאמי, איך האלט עס נישט אויס, איך קום צוריק וואוינען צו ענק אינדערהיים.

ענטפערט איהר מאמע, פארוואס מוזען אונז ליידן? ער מוז ליידן, איך קום וואוינען ביי ענק

Salford » מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:26 pm

· #547026
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
אן אמת'ר סאטמארער ווארט.

עס זעהט אויס אז דער סאטמארער רב ר' יואל האט געקענט זאגן א גוט ווערטעל. אפילו איך גלייב נישט אז ער האט דעם ווארט געמיינט אלס מילתא דבדיחותא אבער א גוט ווארט איז עס.

אין די וואכענדיגע פרשה, פרשת בא, שטייט אז די אידן האבן געגעסן דעם קרבן פסח אין מצרים.

איז שווער, ווי אזוי האבען זיי געמעגט עסן דעם קרבן פסח אין מצרים, עס איז דאך קדשים בחוץ? מען מעג נישט עסן דעם קרבן פסח אינדרויסן פון ירושלים?

ענטפערט דער סאטמארער רב אז עס איז דא א מדרש אז עס איז געקומען א וואלקן וואס האט גענומען אלע אידן אויף ארץ ישראל און זיי האבן געגעסן דעם קרבן פסח, און דערנאך האט דער וואלקן זיי צוריק גענומען קיין מצרים און עס איז געוועהן יציאת מצרים.

איז דאך שווער, נו פארוואס האבן זיי געדארפט צוריקגיין אויף מצרים? זיי זענען דאך שוין דארט געוועהן?

ענטפערט דער סאטמארער רב... ווייל עס איז פאר די צייט.
כתוב בדברי יואל

אבימלך » מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:31 pm

· #547027
Re: מילתא דבדיחותא
מראה מקום?

פרומער חסיד » מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:51 pm

· #547066
Re: מילתא דבדיחותא
דער אדמיניסטרעיטאר פון ישיבה איז געווען א גאליציאנער.
איין טאג קומט ער אן מיט באקסעס אומגעצייטיגטע באנאנעס,
וואס איז געשען ר' געצל?
ס'ביליגער פון טישוס

פוילישע פעפער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:07 am

· #547265
Re: מילתא דבדיחותא
שטייט און גמרא אז ניין מענטשען מיט א יונגעל איז נישט גוט פאר א מנין אבער טאמער די יונגעל האלו א ספר קען ער זיך מצרף זיין פאר מנין
שטעלט זיך די שאלה וואס העלפט די ספר?
נאר ווייל די ספר האט זיכער שתי שערות...

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:52 am

· #547271
Re: מילתא דבדיחותא
גאנץ גוט: אבער א ביסל חזיר'יש...!

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:02 am

· #547276
Re: מילתא דבדיחותא
א פרוי האט געוואלט זעהן וועליכע פון איהרע איידעם'ר זענען די מערסטע געטריי צו איהר. רופט זי אלע דריי אויף א שפאצער.

דער ערשטער פאנגט אן גיין און אינמיטן וועג ביים אריבער גיין א קליין בריק'ל גיבט זי זיך א גליטש אויס און פאלט אריין אין וואסער.

דער איידעם טראכט נישט קיין סעקונדע ער שפרינגט אריין און ראטעוועט איהר.

א טאג שפעטער באקומט ער 10 מיליון דולר און א נייע קעדילעק קאר מיט א צעטל וואס שטייט יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבען... די שוויגער

נאך דעם נעמט זי דער צווייטער איידעם און די זעלבע פאסירט... אינמיטן וועג ביים אריבער גיין א קליין בריק'ל גיבט זי זיך א גליטש אויס און פאלט אריין אין וואסער.

דער צווייטער איידעם טראכט אויך נישט קיין סעקונדע ער שפרינגט אריין און ראטעוועט איהר.


א טאג שפעטער באקומט ער אויך 10 מיליון דולר און א נייע קעדילעק קאר מיט א צעטל וואס שטייט יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבען... די שוויגער

דערנאך גייט דער דריטער און אינמיטן וועג ביים אריבער גיין א קליין בריק'ל גיבט זי זיך א גליטש אויס און פאלט אריין אין וואסער.

דער איידעם מאכט זיך נישט וויסענדיג און זי שרייט קולות און ער גייט זיך ווייטער רואיג... און א וודאי איז זי...

דער נעקסטער טאג באקומט ער צוויי קעדילעק קארס מיט 20 מיליון דולר, מיט א צעטל וואס שטייט, יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבען... דער שווער

פוילישע פעפער » מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:21 am

· #547449
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
גאנץ גוט: אבער א ביסל חזיר'יש...!
מהאט שוין גהערט פון ערגערס...

וואלווי » מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:52 am

· #547460
Re: מילתא דבדיחותא
פרומער חסיד #
דער אדמיניסטרעיטאר פון ישיבה איז געווען א גאליציאנער.
איין טאג קומט ער אן מיט באקסעס אומגעצייטיגטע באנאנעס,
וואס איז געשען ר' געצל?
ס'ביליגער פון טישוס
אויב אזוי פארוואס האבן די רבנן געדארפט מתיר זיין אבנים מקורזלות אויב מ'קען נוצן באנאנעס?

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:58 am

· #547462
Re: מילתא דבדיחותא
כ'האב פארשטאנען: נאר איך לאך נאכנישט.

ועוד י"ל. אז די רבנן זענן נישט געווען קיין גאליציאנער...!

וואלווי » מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:03 am

· #547464
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
כ'האב פארשטאנען: נאר איך לאך נאכנישט.

ועוד י"ל. אז די רבנן זענן נישט געווען קיין גאליציאנער...!
א) לאך יא.

ב) קען זיין בקרתא דשופריא אין פלטרין של מלך ווי די אבנים זענען סיי ווי מוכן מבעוד יום

פוילישע פעפער » מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:48 am

· #547487
Re: מילתא דבדיחותא
אנאנים: וועלכע צוויי ווערטער הייבן זיך אן מיט א "ך"?
שמעון: איך ווייס נישט.
אנאנים: זייער גוט, וואס איז די צווייטע?
שמעון: נו..
אנאנים: ךברוך הוא וברוך שמו....

תשפג » מיטוואך יאנואר 31, 2024 5:14 pm

· #547525
Re: מילתא דבדיחותא
פון ווי ווייסטו אז איינער וואס בארגט געלט אין באצאלט נישט איז כאילו ער האט קיינמאל נישט געבארגט?

א בפירוש׳ע משנה אין מס׳ שבת: מל ולא פרע כאילו לא מל…

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:19 pm

· #547545
Re: מילתא דבדיחותא
פוילישע פעפער #
אנאנים: וועלכע צוויי ווערטער הייבן זיך אן מיט א "ך"?
שמעון: איך ווייס נישט.
אנאנים: זייער גוט, וואס איז די צווייטע?
שמעון: נו..
אנאנים: ךברוך הוא וברוך שמו....

איך האב געהערט: כהוא ברוכשמו

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:33 pm

· #547551
Re: מילתא דבדיחותא
תשפג #
פון ווי ווייסטו אז איינער וואס בארגט געלט אין באצאלט נישט איז כאילו ער האט קיינמאל נישט געבארגט?

א בפירוש׳ע משנה אין מס׳ שבת: מל ולא פרע כאילו לא מל…
הגה"ק מיארמע שליט"א דערציילט: אז דער טעלעפאן קאמפאני האט איהם גערופען און געווארענט אז ער מוז שוין גלייך מאכן "פריעה" און אויב נישט וועלן זיי מוזן מאכן "חיתוך" צום סוף האט ער נישט געהאט קיין ברירה און זיי האבן געמאכט אויף איהם "מציצה"...

תשפג » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 12:33 am

· #547615
Re: מילתא דבדיחותא
שמחהלע קאפשטיק #
הגה"ק מיארמע שליט"א דערציילט: אז דער טעלעפאן קאמפאני האט איהם גערופען און געווארענט אז ער מוז שוין גלייך מאכן "פריעה" און אויב נישט וועלן זיי מוזן מאכן "חיתוך" צום סוף האט ער נישט געהאט קיין ברירה און זיי האבן געמאכט אויף איהם "מציצה"...
מענין לבנין, די יארמע רב פארציילט א מעשה:
געווען אמאל א איד וואס האט פארבארגט א גרויסע סומע געלט פאר א רבי׳שע אייניקעל.

(די מעשה גייט נישט ווייטער - דער האט קיינמאל נישט באצאלט…)

שמן למאור » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 7:39 pm

· #547778
Re: מילתא דבדיחותא
שמעקעדיג #
פוילישע פעפער #
אנאנים: וועלכע צוויי ווערטער הייבן זיך אן מיט א "ך"?
שמעון: איך ווייס נישט.
אנאנים: זייער גוט, וואס איז די צווייטע?
שמעון: נו..
אנאנים: ךברוך הוא וברוך שמו....

איך האב געהערט: כהוא ברוכשמו

וועלכע צוויי קיגלען הייבן זיך אן מיט א "נ"?

א נעפל קוגל, מיט א נאווערנייט קוגל.

אגריפס המלך » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 8:11 pm

· #547783
Re: מילתא דבדיחותא
שמן למאור #
א נעפל קוגל, מיט א נאווערנייט קוגל.
מיכאל ז"ל'ס א ווארט

ערנסטגערעדט » פרייטאג פעברואר 2, 2024 12:23 am

· #547826
Re: מילתא דבדיחותא
א איד גייט אין גאס און אן אראבער קומט אים אקעגן און דערלאנגט אים א שטויס. "דאס איז פון גאזא"!
צומארגנס קומט דער זעלבער אראבער און גיט אים א זעץ אין בויך, "דאס איז פון לבנון"!
דער איד, זעענדיג אז ס'נישט קיין תכלית, האט זיך איינגעהאנדלט א שאוועל, און דער נעקסטע צופרי ווי נאר דער אראבער קומט נאנט דערלאנגט ער אים א זעץ אין קאפ, "און דאס איז פון האום דיפאו"!

ערנסטגערעדט » פרייטאג פעברואר 2, 2024 12:34 am

· #547828
Re: מילתא דבדיחותא
א ראש הכולל שטייט 10 אזייגער און די כולל איז ליידיג, שטעלט ער זיך ביים טיר אפצואווארטן די יונגעלייט און זיי אריינגעבן אזוי ווי סברויך
קומט דער ערשטער יונגערמאן פרעגט ער אים פארוואס ביזטו שפעט? זאגט דער יונגערמאן דארפסט פארשטיין אין בין געווען גרייט פשוט די קאר האט זיך נישט אנגעצינדן האב איך געמוזט נעמען א פערד און וואגן...
דער נעקסטע יונגערמאן קומט אן, וואס איז דיין תירוץ? דארפסט פארשטיין מיין קאר האט געכאפט א פלעט בין איך געקומען מיט א פערד און וואגן...
אזוי גייען דורך 9 יונגעלייט אלע זענען זיי געקומען מיט פערד און וואגן ווייל די קאר האט געמאכט פראבלעמען
אפאר מינוט שפעטער קומט דער צענטער יונגערמאן, און וואס איז דיין תירוץ? אויך געקומען מיט א פערד און וואגן?
ניין זאגט ער, אלעס איז געגאנגען ווי געפלאנט די קאר האט פיין געארבעט, נו אויב אזוי פארוואס ביזטו אזוי שפעט??!
סאיז געווען עפעס אבנארמאלע טראפיק, 9 פערד און וועגענער...

פוילישע פעפער » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 4:09 pm

· #547915
Re: מילתא דבדיחותא
אנאנים: סאיז געוועהן אמאל א רבי מיט א גלח וואס האבן שפאצירט אויפן גאס...
שמעון: נו, להבדיל
אנאנים: וואס עפעס להבדיל, דער גלח איז אויך געוועהן יענער יונג...

איך אויך » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 8:17 pm

· #547925
Re: מילתא דבדיחותא
פאסט נישט אפילו פאר א ווערטל.

שמן למאור » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 8:23 pm

· #547928
Re: מילתא דבדיחותא
איך אויך #
פאסט נישט אפילו פאר א ווערטל.

מען רעדט דא פון סאטמאר רבי.

All good?

וואלווי » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 8:44 pm

· #547933
Re: מילתא דבדיחותא
איך אויך #
פאסט נישט אפילו פאר א ווערטל.

ווי זעסטו דא א ווערטל...?

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 9:38 pm

· #547942
Re: מילתא דבדיחותא
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א (ביסל א נארישער) איד פארציילט מיר אין ביהמ"ד..."איך און להבדיל דער גלח האבן צוזאמען געשפיעלט קארטן"... האביך איהם געזאגט אז איהר זאגט "צוזאמען" דארפט איהר נישט זאגן להבדיל...!

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 4, 2024 10:09 pm

· #548109
Re: מילתא דבדיחותא
גיי לערן א ראובאט ברטנורא….
📎 IMG_6567.jpeg

פאלאצ'ינטא » דינסטאג פעברואר 6, 2024 7:38 am

· #548341
Re: מילתא דבדיחותא
איינער קומט אן צו די ארבעט 10 אזייגער און באגעגענט דער מענעדז'ער... וועליכע הייבט אן צו שרייען... וואס איז דאס? דו האסט געדארפט דא זיין 9 אזייגער!

פרעגט ער פארוואס? וואס איז געשעהן 9 אזייגער?

פאלאצ'ינטא » דינסטאג פעברואר 6, 2024 7:43 am

· #548342
Re: מילתא דבדיחותא
דער שטאט'ס גביר איז נפטר געווארען ל"ע און איבער געלאזט 500 מיליון דולר. ביי די לוי' איז געשטאנען דארט א משולח פון א"י וועליכע האט זייער געוויינט. גייט צו צו איהם איינער און פרעגט איהם, פארוואס וויינסטו? דו ביזט אפי' נישט געוועהן א קרוב.

פארדעם וויין איך טאקע, ענטפערט ער

נעקסט לעוועל » דינסטאג פעברואר 6, 2024 9:55 am

· #548352
Re: מילתא דבדיחותא
ווארענונג!
'מאחורי' סארט וויצן באלאנגען נישט דא.
פארלעצער וועלן אויסגעשפארט ווערן פאר א צייט (וכך הוה)
מנהל

נעקסט לעוועל » מיטוואך פעברואר 7, 2024 4:29 pm

· #548639
Re: מילתא דבדיחותא
ווארענונג!
'מאחורי' סארט וויצן באלאנגען נישט דא.
פארלעצער וועלן אויסגעשפארט ווערן פאר א צייט (וכך הוה)
מנהל

משה רבקש » מיטוואך פעברואר 7, 2024 4:38 pm

· #548640
Re: מילתא דבדיחותא
ער וואלט כאטש געזאלט איבערלאזן אפאר פעניס אין פושקע....

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 7, 2024 4:49 pm

· #548643
Re: מילתא דבדיחותא
ס'איז א גוטער דזשאוק. נאר א ביסל חזיר'יש. דער מנהל האט געבעטן אז מ'זאלל נישט שרייבן די טייפ דזשאוקס. אויב יא זאללן עס זיין אין "מאחורי הפרגוד"...!

פון אונזערע » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 2:18 am

· #548744
Re: מילתא דבדיחותא
זאגט מיר איינער אבי מזאגט אז היינט איז שוין נישט דא די משפטים הויזן וואס דען זענען דיע טייטע הויזן...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78