☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 12:37 pm

· #491949
יענקל: ווייסט, מיין שלום בית איז אזוי ווי אן אייפאד

זרוך: וואס הייסט דאס אזוי ווי אן אייפאד?

יענקל: איך פארמאג נישט קיין אייפאד...

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 12:44 pm

· #491950
די רב פון שטאט, שפאצירט אזוי און די גאס און ער גלייבט נישט וואס זיינע אויגן זעהן,
ער זעט ווי די ראש הקהל זיצט אזוי אין א McDonald געשעפט, און ריקט אריין א גאנצע סעודה,

די רב שטייט אזוי ביים טיר און ער ווארט אז ער זאל פארענדיגן זיין מאלצייט,

ווי נאר ער פארטיגט, לויפט די רב צו צום ראה''ק, און שרייט, הערשל! וואס גייט פאר מיט דיר? דא עסטו?

זאגט די ראש הקהל, האט די רב געזען ווי איך קויף דעם טשיעזבערגער? זאגט די רב יא, האסטו געזען ווי איך גיס ארויף די חזיר פעטנס? זאגט די רב יא, האסטו אויך געזען ווי איך טרינק צו א פיינע, טריפענעם געטראנק? זאגט די רב יא, און די נאכשפייז האסטו אויך מיטגעהאלטן? זאגט ער יא,

נא, דאן איז דאך אלעס געווען under rabbinical supervision...

בענבען » דינסטאג יאנואר 18, 2022 2:30 pm

· #491957
.When i see " Please drink responsibly" I assume they mean "Don't spill it. It's delicious"

בענבען » דינסטאג יאנואר 18, 2022 2:32 pm

· #491958
Hey' do you know why bananas are curved?
Friend: No why?
Nevermind then, i'll ask another monkey.

בענבען » דינסטאג יאנואר 18, 2022 2:33 pm

· #491959
Therapist: Your wife says you never buy her flowers, is that true?
Him: To be honest i never knew she sold flowers

בענבען » דינסטאג יאנואר 18, 2022 2:34 pm

· #491960
When killing them with kindness doesn't work, i've heard that a baseball bat is quite effective

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 18, 2022 3:25 pm

· #491962
לכבוד פרשת יתרו
פרעגט א איד זיין חבר, עס שטייט אז יתרו האט געהאט 7 טעכטער. אבער ווי אזוי האט ער געמעגט חתונה האבען ער איז דאך געווען א גלח (כהן מדין) און גלחים טארען דאך נישט חתונה האבען?

ענפערט איהם זיין חבר... דו עם הארץ דו ווייסט נישט אז דאס איז דאך גיוועהן פאר מתן תורה...

קידוש » דינסטאג יאנואר 18, 2022 3:32 pm

· #491964
עמיצער האט פראבירט צו שווערצן א טראק מיט אוגערקעס אריבער די גרעניץ, און.. מ'האט אים געכאפט ביי די מעשה. דער פאליציאנט וואס האט אים אפגעשטעלט גיבט א בליק אריין אינעם טראק און זעט וואס גייט פאר, הייסט ער אים גיין אין די זייט און גיבט אים אן עונש - ער מוז דא אויפ'ן פלאץ אויפעסן דריי גאנצע קעסטלעך מיט אוגערקעס!
דער שווערצער בלית ברירה זעצט זיך אוועק אויף די זייט פון די ראוד, און הייבט אן רוקן איין אוגערקע נאכ'ן צווייטן... ווען בשעת מעשה הערט ער נישט אויף לאכן... ער לאכט....
וואס לאכסטו אזוי, פרעגט אים דער פאליציי? זאגט ער אים... "מיין חבר איז אויפ'ן וועג אהער, ער וויל אריבערשווערצן א טראק מיט שווארצע פעפער..."

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 3:40 pm

· #491967
פאלאצ'ינטא
לכבוד פרשת יתרו
פרעגט א איד זיין חבר, עס שטייט אז יתרו האט געהאט 7 טעכטער. אבער ווי אזוי האט ער געמעגט חתונה האבען ער איז דאך געווען א גלח (כהן מדין) און גלחים טארען דאך נישט חתונה האבען?

ענפערט איהם זיין חבר... דו עם הארץ דו ווייסט נישט אז דאס איז דאך גיוועהן פאר מתן תורה...

ער האט געהאט זיבן נעמען, ווייל נאך יעדע 'חתונה מאכן' האט ער זיך געטוישט די נאמען

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 3:43 pm

· #491969
א גרויסע עושר און א קנאפער צדיק, האט אויף די עלטער אריינגעגעבן א ספר תורה, האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? האט ער מסביר געווען, איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט, און מען וועט מיר אפירהאלטן אויף אלע מיינע חטאים עוונות ופשעים, וועל איך ענטפערן, אז דאס אלעס האב איך געטון פאר 'מתן תורה'...

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 3:49 pm

· #491970
איינער, קומט אריין צום דאקטער מיט צוויי שמאטעס אויף זיינע אוירן, ער זאגט פארן דאקטאר, הער אויס, איך האב א פראבלעם, איך האב איין גאר גרויסע אויער, און איין גאר קליינע אויער, אפשר קענסטו מיר העלפן?
זאגט די דאקטאר, לאמיך עס זעהן, זאגט ער, ניין כ'האב מורה אז די וועסט לאכן פון די מאדנע אויסזעהן, זאר מיר צי אז די וועסט נישט לאכן, און די דאקטאר האט צוגעזאגט

ער נעמט אראפ די שמאטע פון איין אויער, און עס אנטפלעקט זיך אן אויער אזוי גרויס ווי א מעלאונע ,די דאקטאר האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און האט אויסגעשאסן און א היכיגן געלעכטער,

די פאציענט האט זיך באליידיגט, און געזאגט, אקעי, יעצט וועגן די האסט יא געלאכט, גיי איך דיר נישט ווייזן מיין 'גרויסע' אויער...

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 3:52 pm

· #491971
פעלדמאן: די ווייסט אז יעדע פינעף סקונדעס, איז דא ערגעץ אויפן וועלט א פרוי וואס געבוירט נאך א קינד?!?

לאנגסאם: מען דארף זעהן אפצושטעלן דעי פרוי באצייטנס...

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 18, 2022 5:03 pm

· #491972
עצי שטים
א גרויסע עושר און א קנאפער צדיק, האט אויף די עלטער אריינגעגעבן א ספר תורה, האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? האט ער מסביר געווען, איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט, און מען וועט מיר אפירהאלטן אויף אלע מיינע חטאים עוונות ופשעים, וועל איך ענטפערן, אז דאס אלעס האב איך געטון פאר 'מתן תורה'...

עצי שיטים: איך קען איינעם אזא מענטש. צוערשט האט ער אנגעשטעלט אלעס וואס ס'שטייט אין די תורה. נאכדעים האט ער אריינגעגעבן א ספר תורה. און ר'איז געווארן א העיליגער איד. מער ווילל איך נישט זאגן מפני ההיכר ...!

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 5:04 pm

· #491973
berlbalaguleh
עצי שטים
א גרויסע עושר און א קנאפער צדיק, האט אויף די עלטער אריינגעגעבן א ספר תורה, האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? האט ער מסביר געווען, איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט, און מען וועט מיר אפירהאלטן אויף אלע מיינע חטאים עוונות ופשעים, וועל איך ענטפערן, אז דאס אלעס האב איך געטון פאר 'מתן תורה'...

עצי שיטים: איך קען איינעם אזא מענטש. צוערשט האט ער אנגעשטעלט אלעס וואס ס'שטייט אין די תורה. נאכדעים האט ער אריינגעגעבן א ספר תורה. און ר'איז געווארן א העיליגער איד. מער ווילל איך נישט זאגן מפני ההיכר ...!

יא, כ'קען יענע אדמו''ר...

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 5:07 pm

· #491974
יענקל: איך ווייס נישט וואס איז געשען צו מיין שכון פון אויבן, נעכטן נאכט, 3:45 am האט ער זיך גענומען צו שטויסן און האקן מיט די פיס אויף דער ערד,

משה: ממש אזוי? וואס האסטו געטון?

יענקל: גארנישט, איך האב אים גענצליך איגנארירט, און איך האב מיך ווייטער געשפילט מיט מיין טראמפייטער...

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 5:09 pm

· #491975
וואס איז גרעסער, אן אות, אדער א מופת?
האט איינער געזאגט, אז זיכער איז א מופת גרעסער, ווייל זיין רבי קען מאכן א מופת, אבער ער קען נישט קיין 'אות אחת'...

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 5:13 pm

· #491977
ביי דעם אדמו''ר האט זיך אמאל געמאכט, ערב ר''ה, אז ער האט גערופן אן אלטען בחור, און געזאגט, וויסן זאלסטו, אז איך זעה דיין נאמען געשריבן אויפן ערשטן בלאט אונעם ספר השידוכים פונעם נייעם יאר
ס'דורך די הייליגע טעג, חנוכה, פורים, גארנישט, ס'שא שטיל, פסח, שבועות, און למעשה, צען מינוט פאר ראש השנה, האט מען געבראכן טעלער,

האט ער געזאגט, זעט עטץ, די רבי האט טאקע רוח הקודש, ער ווייסט אבער נישט פון וועלעכע זייט מען עפנט א ספר

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 5:15 pm

· #491978
פארוואס גייען ליטוואקעס מיט קורצע רעקלעך?
ווייל און די מדבר האבן די קליידער מיטגעוואקסן מיטן מענטש, און היות זיי לערנען אהן די רעקלעך, האט האלב צייט די רעקלעך נישט מיטגעוואקסן, איז עס געבליבן קורץ

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 5:19 pm

· #491979
איינער א קנאפער תלמיד חכם, איז געקומען צו א רב פאר אן הסכמה אויף זיין ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן

האט אים די רב געזאגט, איך האלט אז די זאלסט ארומטראגן די ספר ווי די גייסט אלץ א שמירה

די איד איז געווארן איבעראשט פון די קאמפלעמענט, און געפרעגט, ממש אזוי? עס האט א קדושה עליונה און זיך?

האט אים די רב געזאגט, אז עס שטייט אז א תלמוד חכם זאל נישט גיין און גאס אליין וועגן די מזיקים, אבער טאמער וועסטו מיטראגן די ספר מיט זיך, וועלן די מזיקים זען אז די ביסט נישט קיין תלמיד חכם...

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 18, 2022 5:37 pm

· #491982
עצי שטים
פאלאצ'ינטא
לכבוד פרשת יתרו
פרעגט א איד זיין חבר, עס שטייט אז יתרו האט געהאט 7 טעכטער. אבער ווי אזוי האט ער געמעגט חתונה האבען ער איז דאך געווען א גלח (כהן מדין) און גלחים טארען דאך נישט חתונה האבען?

ענפערט איהם זיין חבר... דו עם הארץ דו ווייסט נישט אז דאס איז דאך גיוועהן פאר מתן תורה...

ער האט געהאט זיבן נעמען, ווייל נאך יעדע 'חתונה מאכן' האט ער זיך געטוישט די נאמען

די זיבען נעמען איז א ראי' אז ער איז געוועהן א איד (גר)

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 5:44 pm

· #491984
אגב שכח פאר די אלע וואס גיבן לייקס, סתם אזוי, אבער בפרט און בעיקר ביי די ווערטלעך

אויב איך שרייב א ווערטל און קיינער לייקט נישט, איז עס פינקט ווי איך זאל זאגן א ווערטל און א געשטאפטע זאל, און קיינער לאכט נישט...

ברוינשטיין » דינסטאג יאנואר 18, 2022 5:56 pm

· #491985
Re: מילתא דבדיחותא
ר' שיטים די ביסט פיינע נייעס, לאז גיצלעך רינען אזוי לאנג ווי די ווערטליך פעסל איז נישט ליידיג, איך ווייס נישט פאר וועלכע סיבה מענטשן זענען קארג מיט לייקלעך אבער אזוי גייט דאס דא אין שטיבל, דארפסט אבער אויך וויסן אז עס זענען פארהאן גאר אסאך אום איינגעשריבענע באניצער וועלכע גיגלען פאר געלעכטער און האבן נישט די מעגליכקייט צו לייקן.

בענבען » דינסטאג יאנואר 18, 2022 6:00 pm

· #491986
Five Rules to remember in life
1. Money cannot buy happiness, but its more comfortable to cry in a Mercedes than on a bicycle
2. Forgive your enemy, but remember his name
3. Help someone when they are in trouble, and they will remember you when they're in trouble again
4. Many people are only live because its illegal to shoot them
5. Alcohol does not solve any problems, but then again neither does milk

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 18, 2022 6:15 pm

· #491988
עצי שטים
berlbalaguleh
עצי שטים
א גרויסע עושר און א קנאפער צדיק, האט אויף די עלטער אריינגעגעבן א ספר תורה, האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? האט ער מסביר געווען, איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט, און מען וועט מיר אפירהאלטן אויף אלע מיינע חטאים עוונות ופשעים, וועל איך ענטפערן, אז דאס אלעס האב איך געטון פאר 'מתן תורה'...

עצי שיטים: איך קען איינעם אזא מענטש. צוערשט האט ער אנגעשטעלט אלעס וואס ס'שטייט אין די תורה. נאכדעים האט ער אריינגעגעבן א ספר תורה. און ר'איז געווארן א העיליגער איד. מער ווילל איך נישט זאגן מפני ההיכר ...!

יא, כ'קען יענע אדמו''ר...

עצי שיטים: ס'נישט קיין אדמו"ר. ער וואלט אפשר געוואלט זיין היינט אן אדמו"ר אויכעט...!

איך געדענק נאך ווען יענר איז ---- ---- ------ אין ראטילידזש. לעבן קאנטינענטל. איך בין געווען אין--- דאמאלס...!
און ווען ר'האטציך דערוועקט פון די חאשיש רייכעריי. מיט רויטע אויגן. און ער האט מיך געוואלט שלאגן...! הרב ל--- ר--- האט מיך געשיקט אז איך זאלל אפנעמען ביי איהם די חודש--- פאר די ---יונגעלייט...! וואס ווען ער האט געדארפט א טובה פון די ישיבות. איז ער ארומגעלאפן ווי א פארסמ'טער מויז אין אלע מוסדות. און געבעטן א חתימה...נאכדעים , איז שוין געווען אן אנדערע פרשה...!

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 18, 2022 7:35 pm

· #491995
א חבר מיינע זאגט מיר אז זיין שכן וועליכע וואוינט אונטער איהם האט געמאכט געפערליכע קולות 3 אזייגער צופרי.

ער זאגט נאך א מזל, נאך א מזל ער איז נישט געשלאפען. ער האט פונקט געהאלטען אין מיטן שפילן די פויק ( דראם - Drums)

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 18, 2022 7:53 pm

· #491999
היינט געהערט א גוטן דזשאוק פון א זיסן איד: ער האט א צובראכענעם זייגער. ווען ער ווילל וויסן וויפיהל אזייגער ס'איז רופט ער איינעם פון זיינע קאסטומערס. יענער מענטש רעגט זיך און זאגט ...ביסט פאררוקט. 3 אזייגער ביינאכט רופסטו?. אזוי ווייסט ער אז ס'איז יעצט 3 אזייגער...!

Lexus » דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:10 pm

· #492003
עצי שטים
אגב שכח פאר די אלע וואס גיבן לייקס, סתם אזוי, אבער בפרט און בעיקר ביי די ווערטלעך

אויב איך שרייב א ווערטל און קיינער לייקט נישט, איז עס פינקט ווי איך זאל זאגן א ווערטל און א געשטאפטע זאל, און קיינער לאכט נישט...

טייערע עצי שטים, דער תגובה איז געווען די בעסטע מילתא דבדיחותא אין דע אשכול,

איך באלעק זיך אין דערקוויק זיך מיט דיינע געשמאקע זאפטיע ווערטליך און איך פראביר דיר גאנץ אפט צו לייקן

אבער אוייב איך מעג פרעגן, פארוואס פארלאנגסטו אז מען זאל זיך מטריח זיין און דריקן אויף די לייק קנעפל ווען איר אליינס טוט דאס זייער זעלטן
געב א קוק דיין היסטערי
עצי שטים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל

הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

קוק למשל בחור/זיידי ברוינשטיין
ברוינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל

הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

דאס איז פראפארשינעל

איך האלט שוין לאנג אז אויב וויל מען האבן גוטע ארטיקלען און זאפטיגע ווערטליך מיז מען לייקן וואס דאס געבט קלאר א שטופ ווייטער צוגיין בעבודת הקודש

אויב ענק האלטן ווי מיר, לייקטס דע תגובה זאל די עולם זיך אויסלערנען צו אפרישיעיטן
און צו דיר הרב עצי שטים קיפ אן יאור עמעזינג ווארק

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:18 pm

· #492005
הרב לעקסוס שליט"א: דו האסט שוין אמאל געקוקט בערל בעל עגלה'ס סטאטיסטיקס? ס'נישט אז ער ליידט אויף עניוות. נאר די נאמבערס זענען גאנץ אינטרעסאנט. פרוביר מאכן אן עוורידזש. אדער רעישיאו פון די תגובות ווס. די לייקס. געגעבן און באקומען...!

Lexus » דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:28 pm

· #492010
גערעכט, איך האב אייך אויך געוואלט ציטירן אבער איך האב מיר געטראכט, מי אנכי פשוטע שרייבער (מיט א נישטיגע לעקסוס) קעגן א ריז, א חכם הרזים ממש וואס איז באהאווענט אין יעדע נושא מיט א געוואלדיגע קלארקייט וואס אין דעם זענט איר בלי שום ספק א חד בדרא ממש, און איך גלייב אז יעדער איינער וועט דאס מסכים זיין
ממילא האב איך זיך נישט געטרויעט אייך צו ציטירן
אבער אשרי חלקך פאר'ן מהנה זיין דא די גאנצע עולם אין זיין די בריח התיכון פין די קאווע שטיבל (איר זיינט שוין א חלק פין די פורניטשער 😃 )
כה לחי!!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:34 pm

· #492012
לעקסוס: ייש"כ. נאך א מזל אז איך האב שוין געגעסן סאפפער. אנישט וואלט איך נישט געדארפט צו עסן היינט...! תנוח דעתך שהנחת את דעתי...איך מיין ס'איז דא אזא מאמר החכם... אויב נישט האביך עס יעצט אויפגעמאכט...! 👍

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 9:02 pm

· #492020
Lexus
עצי שטים
אגב שכח פאר די אלע וואס גיבן לייקס, סתם אזוי, אבער בפרט און בעיקר ביי די ווערטלעך

אויב איך שרייב א ווערטל און קיינער לייקט נישט, איז עס פינקט ווי איך זאל זאגן א ווערטל און א געשטאפטע זאל, און קיינער לאכט נישט...

טייערע עצי שטים, דער תגובה איז געווען די בעסטע מילתא דבדיחותא אין דע אשכול,

איך באלעק זיך אין דערקוויק זיך מיט דיינע געשמאקע זאפטיע ווערטליך און איך פראביר דיר גאנץ אפט צו לייקן

אבער אוייב איך מעג פרעגן, פארוואס פארלאנגסטו אז מען זאל זיך מטריח זיין און דריקן אויף די לייק קנעפל ווען איר אליינס טוט דאס זייער זעלטן
געב א קוק דיין היסטערי
עצי שטים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל

הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

קוק למשל בחור/זיידי ברוינשטיין
ברוינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל

הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

דאס איז פראפארשינעל

איך האלט שוין לאנג אז אויב וויל מען האבן גוטע ארטיקלען און זאפטיגע ווערטליך מיז מען לייקן וואס דאס געבט קלאר א שטופ ווייטער צוגיין בעבודת הקודש

אויב ענק האלטן ווי מיר, לייקטס דע תגובה זאל די עולם זיך אויסלערנען צו אפרישיעיטן
און צו דיר הרב עצי שטים קיפ אן יאור עמעזינג ווארק

יא, מען דארף זיך פארבעסערן,
אגב כ'האב נישט פארלאנגט קיין לייקס, כ'האב נאר באדאנקט די וואס גיבן מיר יא,

תרמב » דינסטאג יאנואר 18, 2022 11:14 pm

· #492027
berlbalaguleh
הרב לעקסוס שליט"א: דו האסט שוין אמאל געקוקט בערל בעל עגלה'ס סטאטיסטיקס? ס'נישט אז ער ליידט אויף עניוות. נאר די נאמבערס זענען גאנץ אינטרעסאנט. פרוביר מאכן אן עוורידזש. אדער רעישיאו פון די תגובות ווס. די לייקס. געגעבן און באקומען...!

איך פלעג מיך אויך ווינדערן וואס איז פשט אז אזא חכם ווי אייך האט נישט כאטש אזויפיל לייקס ווי תגובות, ביז איך האב באמערקט אז ווי א גרויסע חכם איר זענט, קענט איר נאך אלץ שרייבן פייערדיגע שטותים אויך ווען איר זענט אין די גיסטע, האב איך פארשטאנען....

תרמב » דינסטאג יאנואר 18, 2022 11:15 pm

· #492028
סאיז געווען א איד וואס פלעגט אלץ מיטהאלטן ווי ס'גייט פעטש ביים שכן, האט אמאל געפרעגט דעם שכן וויאזוי גייט עס ביי דיר אינדערהיים? האט ער געענטפערט, ברוך השם אלעס קלאפט......

פאלאצ'ינטא » מיטוואך יאנואר 19, 2022 9:32 am

· #492044
תרמב
סאיז געווען א איד וואס פלעגט אלץ מיטהאלטן ווי ס'גייט פעטש ביים שכן, האט אמאל געפרעגט דעם שכן וויאזוי גייט עס ביי דיר אינדערהיים? האט ער געענטפערט, ברוך השם אלעס קלאפט......

דו דערמאנסט מיר פון א מעשה.

עס איז געוועהן אן עם הארץ וואס האט נישט געוויסט ווי אזוי מען רעכט אפ א סדר פסח. האט ער געשיקט זיין ווייב, זי זאהל אריין קוקען ביים שכן דורך די פענסטער. זי קריכט ארויף אויף די פייער עסקעיפ און ווי זי קוקט אריין זעהט זי ווי די מאן האקט אן די ביינער פון זיין פרוי מיט א בעזים.

זי איז נישט געוועהן די קלוגסטע און זי האט געמיינט אז טאקע אזוי פירט מען א סדר, איז אזוי ווי זי אהיים געקומען איז זי געבליבען שטיהל.

און דער מאן פרעגט, נו, וואס האסטו געזעהן?

און זי שווייגט.

ער פרעגט נאך אמאהל, און זי שווייגט. ער פרעגט נאך אמאהל און זי שוייגט ווידער.

כאפט ער אן א בעזים און פאנגט אן צו האקען שטיקער.

רופט זי זיך אן... אויב דו ווייסט, פארוואס האסטו מיר געשיקט ?

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 19, 2022 10:13 am

· #492049
פאלאצ'ינטא: ייש"כ. דעם דזשאוק האביך געהערט פון מיין רבי אין חדר. נאר ס'איז דא אנ'אנדער דזשאוק. א איד האטציך אמאל אנגעטראגן צו זיין בעל תפילה ימים נוראים. ס'קומט ראש השנה ביי המלך. האט ער פארגעסן דעם נוסח. זיין ווייב, הערנדיג איהם זיך גארגלען אינדערהיים, האטציך אויסגעלערנט דעם נוסח. זי האט אבער נישט געוואלט סתם אזוי אראפשרייען פון ווייבער שול דעם נוסח התפילה. האט זי אנגעהויבן שרייען אויף איהר מאן...דו אלטער שטינקער, אז דו קענסט נישט פארוואס נעמסטו דיך אונטער ... מיט דעם נוסח פון המלך...!

בענבען » מיטוואך יאנואר 19, 2022 11:13 am

· #492057
!
📎 ytre.jpeg

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 19, 2022 11:48 am

· #492061
תרמב
סאיז געווען א איד וואס פלעגט אלץ מיטהאלטן ווי ס'גייט פעטש ביים שכן, האט אמאל געפרעגט דעם שכן וויאזוי גייט עס ביי דיר אינדערהיים? האט ער געענטפערט, ברוך השם אלעס קלאפט......

וויאזוי פלעגט ר' שלום לעיזער דים זאגן,
עס שטייט דאך, 'מעשה ידיה' לבעלה,
מיין ווייב רעדט מיט די הענט, און נעכטן נאכט האט זי געהאלטן א 'קנאקעדיגע' דרשה..

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 19, 2022 11:52 am

· #492062
די בעל שחרית פון ראש השנה, האט עפעס נישט געטויגט, האט די ראש הקהל צוגעגאנגען נאכן דאווענען צו אים און אים געזאגט, איים סארי, ס'געווען שלעכט, מארגן וועסטו נישט צוגיין דא צום עמוד,
די נעקסטע טאג, יום ב' דר''ה, קומט די ראש הקהל אריין אין ביהמ''ד, און ער זעט ווי דער 'בעל שחרית' זיצט מיט א קיטל, ער גייט צו און ער פרעגט שטרענג, וואס איז די קיטל? כ'האב דיר געזאגט אז היינט גייסטו נישט צו,
זאגט די בעל שחרית, ניין היינט 'בלאז איך'...

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 19, 2022 11:56 am

· #492063
עפעס האב איך געהערט אז מען לייגט אריין טשיפס אין די וואקסין

איך האף אז מיין איז געווען, onion garlic, rippled

אדער אפשר דעריטאס...

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 19, 2022 12:10 pm

· #492067
און גור, איז מען שטארק מקפיד אויף קדושה, כידוע, מען זאגט אפילו אז מען איז מקפיד נישט צו זאגן די ווארט 'טאפ', ווייל אין א טאפ קאכט מען פלייש, און פלייש גיבט מען ביי א חתונה, און ביי א חתונה איז דא א חתן און א 'כ*ה', דעריבער זאגט מען נישט, די מנוול'ישע ווארט 'טאפ'

יערמע רב האט אמאל געהערט ווי א גורער חסיד מאכט א ברכה, 'שלא עשני כרצונו'...

א גורער, האט געבוירן א מיידל, האט ער מודיע געווען, רבותי, מיין דאסל האט געהאט א יענצל, און שבת גייט זיין א פרעסל...
נוסח אחר: מיין שטיב, האט געהאט א צימער...

געוויסע ריפן אהן די ווייב 'נשמה', ס'געווען אמאל א גורער, וואס איז געגאנגען באזיכען זיין חבר אונדערהיים, און די חבר איז געבליבן שטיין ביים טיר און נישט געוואלט אריינגיין, האט די בעל הבית געפרעגט, פארוואס קומסטו נישט אריין? האט ער געענטפערט אז, 'איך ווארט אויף יציאות נשמה'...

די חומרות ברענגען 'טייל מאל' צו קילות, אזוי ווי די פאלגענדע סיפור,
א גורער, זעט ווי זיין חבר שפאצירט אויפן גאס, זייט ביי זייט מיט זיין ווייב, ער לויפט צו און האלט פאר, היתכן? גיין צוזאמען מיטן ווייב? די ווייב דארף דאך גיין צוואנציג פיס אפגעריקט פון אונטען?

זאגט ער, ניין, די פארשטייסט נישט, גיב א קוק, מיין ווייב גייט טאקע אינטער מיך, אפגעריקט צוואנציג פיס,
די זעסט די אינגערמאן וואס גייט דא צוואנציג פיס פאראויס פון מיר? דאס איז זיין ווייב...

תרמב » מיטוואך יאנואר 19, 2022 3:16 pm

· #492082
עצי שטים
עפעס האב איך געהערט אז מען לייגט אריין טשיפס אין די וואקסין

איך האף אז מיין איז געווען, onion garlic, rippled

אדער אפשר דעריטאס...

אונז האבן נאך גאנץ גרינג די וואקסין, א פיצעלע טשיפ און פערטיג, אמאל פלעגן זיי אריינשטופן א גאנצע דיסק....

בענבען » מיטוואך יאנואר 19, 2022 3:17 pm

· #492083
יום אחד, בעומדו להכנס לבית הכנסת הגדול שבארה"ב, מבחין הרב בחמור מת המושלך על הארץ.
הוא מוציא את הטלפון ומתקשר לעיריה: "יש כאן חמור מת ליד בית הכנסת הגדול".
הפקיד, שהיה אנטישמי, ענה בלעג: "נו, ומה בכך? והרי תפקידכם הוא לקבור את בני הקהילה היהודית!"
"אמת ויציב", השיב הרב מיניה וביה, "אך נהוג להודיע לפני כן לקרובי המשפחה"...

בענבען » מיטוואך יאנואר 19, 2022 3:18 pm

· #492084
זיצט זיך איינער און א שרעקליכער טראפיק אויפן וועג צום ארבעט ווען עמיצער גיבט א קלאפ אין פענסטער, און זאגט:
"א גרופע טערראריסטן האבן פארכאפט קעפיטאל היל און גענומען אלע קאנגרעסלייט אלץ משכונות, און זיי פארלאנגען הונדרעט מיליאן דאללער אויסלייז געלט, און אויב באקומען זיי עס נישט ביז 2 שעה גייען זיי זיי אנגיסן מיט געז און פארברענן. גייען מיר יעצט דא ארום קלויבן נדבות פארדעם."
פרעגט ער אים "וויפיל געבט דער עולם"
"בערך א האלבע גאללאן"

בענבען » מיטוואך יאנואר 19, 2022 3:19 pm

· #492085
Teacher: "Hey, students. I'm a little Hoarse, so please listen quietly."
Student: "Not a little horse; a big one!"

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 19, 2022 4:10 pm

· #492091
בענבען: ס'דא אן אלט ווערטל פון אמעריקאנער (אידן)...איינער קען שווער רעדן פרעגט איהם זיין חבר וואטס'ע מעדדער? זאגט ער איי גאט א הארס אין דעטרויט...!

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 8:45 pm

· #492292
רבי אין חדר... משה'לה, דו ווייסט אז דו קענסט נישט שלאפען אין קלאס?

משה'לה... יא רבי איך ווייס, אבער טאמער וואלט דער רבי געוועהן אביסעל שטילער...

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 8:58 pm

· #492293
משה'לע לייגט ארויף ביידע פיס אויפן טיש אונמיטן קלאס

מלמד (שטרענג): משה'לע אונדערהיים לייגסטו אויך ארויף דיין פיס אויף די טיש?

משה'לע: יא!

מלמד: יא? און וואס זאגט דיין מאמע?

משה'לע: זי זאגט 'נעם שוין אראפ דיין פיס פון די טיש, ס'נישט קיין חדר דא'...

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 8:58 pm

· #492294
.

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 3:38 pm

· #492518
א פאליציאנט שטעלט אפ א מאטאריסט (אפשר גאר ר' שמואל מאיר בראנדמארק...) און בעט אים די לייסנס,
די מאטאריסט פרעגט מיט וואונדער, וואס גייט פאר מיט ענק? לעצטע וואך האבן ענק דאך דאס צוגענומען פון מיר, ענק האבן עס שוין פארלוירן?

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 3:44 pm

· #492520
עס הערט זיך א שרעקעדיגע אויסריף אויפן מייקרעפאון פונעם פליגער,
'מיר מיזן מעלדן די ווייטאגליכע און פארדריסליכע נייעס פארן עולם' די פליגלעך זענען פארברענט געווארן!

די עולם פאלט אריין און א פאניק, די גוים הייבן אן צו וויינען, די אידן כאפן די תהילים'לעך, אנדערע זאגן שוין שמע ישראל, ווער ווייסט אויב די עמערדזענסי לאנדונג וועט געלונגען

מען הערט נאך אן אויסריף, 'די עולם זאל זיך נישט זארגן', מיר האבן אנשטאט דעם אנגעגרייט 'שניצל'...