☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

chusid » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:09 am

· #243519
ביל מעהאר: די היינטיגע ליבעראלן זענען אזוי ליבעראל אז זיי האלטן זיך שוין נישט צוזייער ליבעראלקייט....

יואב » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 8:27 am

· #243536
chusid
ביל מעהאר: די היינטיגע ליבעראלן זענען אזוי ליבעראל אז זיי האלטן זיך שוין נישט צוזייער ליבעראלקייט....

מילא איך גלייך דעם ביל, נו, איך בין דאך היפש איינשטימיג מיט עמען. וואו קומט אבער פאר א חסיד אים אויסצוהערן? שוין, יעצט רעדט איך ווי א חסיד.

ונבנתה העיר » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:49 pm

· #243612

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:11 am

· #243761
געליינט דער וואך אין עמ"י מאגעזי"ן פון ר' מרדכי קאמינעצקי.
ער האט אמאל געוואקט אין גאס און איינער וואקט אים דוירך סדקה סדקה (מלשון צדקה) פרעגט ער אים אין פנים R U Jewish זאגט יענע זיכער איך דאווען אפילו אין דער אין דער סינעגא"ג זאגט אים ר' מרדכי קענסטו דויך אודאי שמע ישראל יא? יענע ווערט פארלוירן א מינוט און נאך א מינוט זאגט ער זיכער ער זיצט דויך אויף מיין שורה אין שוהל!!!

נ.ב. ער שרייבט דוירט א דיסקלעימער אז בעצם גיבט ער צדקה פאר גוים אויך אבער ער האט פיינט ווען יענע איז א שפילער, שפיל נישט איד ווען די ביסט א גוי קום ווי א גוי און איך געב דיר א שיינע נדבה

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:39 pm

· #243925
לית דין בר נש
געליינט דער וואך אין עמ"י מאגעזי"ן פון ר' מרדכי קאמינעצקי.
ער האט אמאל געוואקט אין גאס און איינער וואקט אים דוירך סדקה סדקה (מלשון צדקה) פרעגט ער אים אין פנים R U Jewish זאגט יענע זיכער איך דאווען אפילו אין דער אין דער סינעגא"ג זאגט אים ר' מרדכי קענסטו דויך אודאי שמע ישראל יא? יענע ווערט פארלוירן א מינוט און נאך א מינוט זאגט ער זיכער ער זיצט דויך אויף מיין שורה אין שוהל!!!

נ.ב. ער שרייבט דוירט א דיסקלעימער אז בעצם גיבט ער צדקה פאר גוים אויך אבער ער האט פיינט ווען יענע איז א שפילער, שפיל נישט איד ווען די ביסט א גוי קום ווי א גוי און איך געב דיר א שיינע נדבה

ומעשה שהיה כך היה: אין די שומרי שבת שול אין בארא פארק דרייען זיך אלערליי ברואים. איז דארט געווען איינער מיט א פאני-טעיל, וועלכער האט גראדע יא גוט ארויסגעזאגט דעם ווארט "צדקה" ר'האטציך שוין אויסגעלערנט. אבער פאר מיר האט ער אויסגעזעהן נישט צו זיין א איד. האב איך עהם א ביסל נאכגעקוקט. און כ'האב געזעהן אז ביי קדושה, האט ער זיך אויך געשטעלט אין די ליין און מיטגעזאגט מיט א יעדן די ערשטע דריי ווערטער. "קדוש, קדוש, קדוש.... 😂 🙄

ציבעלע-קיגל » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:07 pm

· #244014
ווען יוסף הצדיק האט דערציילט זיינע חלומות פאר די ברידער האט ער געזאגט...

והנה השמש והירח ואחד עשר כוכבים משתחוים לי...

איז שווער, און וואס איז געשעהן מיט דינה?

נאר מיר ווייסען אז אסנת (מיט וועמען יוסף האט חתונה געהאט) איז געווען די טאכטער פון דינה. (זי אז נתעבר געווארען פון שכם) קומט אויס אז דינה איז געוועהן יוסף'ס שוויגער. און דאס אז א שוויגער זאהל זיך בוקען פאר א איידעם, קען אפי' אין א חלום נישט געשעהן.

BAL TSHIVA » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:28 pm

· #244180
COMPLETE AND FINISHED

No English dictionary has been able to adequately explain the difference between these two words. In a recently held linguistic competition held in London, England, and attended by the best in the world, Samsundar Balgobin, a Guyanese man from Bachelors Adventure, was the clear winner with a standing ovation which lasted over 5 minutes.

The final question was: How do you explain the difference between COMPLETE and FINISHED in a way that is easy to understand. Some people say there is no difference between COMPLETE and FINISHED.

Here is his astute answer ... when you marry the right woman, you are COMPLETE. When you marry the wrong woman, you are FINISHED.

ונבנתה העיר » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:34 pm

· #244181
A linguistics professor was lecturing to his English class one day. “In English,” he said, “a double negative forms a positive. In some languages, though, such as Russian, a double negative is still a negative. However, there is no language wherein a double positive can form a negative.”
A voice from the back of the room piped up, “Yeah, right.”

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 6:26 am

· #244206
עס ליגט מיר אין קאפ די לעצטע איז שוין געווען אמאל דא בשם אומרו.

דריידל » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:52 am

· #244208
איז דא נאך איינער וואס כאפט עס נישט?

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 8:35 am

· #244209
די ווערטל גייט בעסער אז ער האט גענטפערט ''יא יא''
למעשה איז דאס נאר א ווערטל, וויבאלד יא יא איז נישט נעגאטיוו על דרך דאבל נעגאטיוו נאר איז אזא לשון סגי נהור / סארקאסטיש.

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:04 am

· #244242
איך אויך
עס ליגט מיר אין קאפ די לעצטע איז שוין געווען אמאל דא בשם אומרו.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/230191">viewtopic.php?p=230191#p230191</a><!-- l -->

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:23 am

· #244248
לעיקוואד
די ווערטל גייט בעסער אז ער האט גענטפערט ''יא יא''
למעשה איז דאס נאר א ווערטל, וויבאלד יא יא איז נישט נעגאטיוו על דרך דאבל נעגאטיוו נאר איז אזא לשון סגי נהור / סארקאסטיש.

לעיקוואד: ביי יא, יא, איז די צווייטע אן אפירמאציע פון די ערשטע...!

ירח בן יומו » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 12:15 pm

· #245022
היינט עשרה בטבת (למספרם JAN.1) ו
ואס האבן מענטשן אינזין געהאט ביי אבינו מלכינו ברך עלינו שנה טובה?

יין שרף » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 12:36 pm

· #245023
ירח בן יומו
היינט עשרה בטבת (למספרם JAN.1) ו
ואס האבן מענטשן אינזין געהאט ביי אבינו מלכינו ברך עלינו שנה טובה?
IMG-20141231-WA0036.jpg

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 2:56 pm

· #245067
והאם רובצת על האפרוחים או על הביצים.

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:07 pm

· #245189
איך זעה ביסט נאך ניי דא סאו לאמיר דיך צווייזן די וועג ,צימעס חאזעריי באלאנגט אינעם ברוינעם (י''ג ביהכ''ס) פארום.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:22 pm

· #245211
פאר שומר שבת איז געשטאנען א ספרדיש אידל און פארקויפט אתרוגים. גייט צו א אינגערמאן און הייבט אויף אן אתרוג און פרעגט וויפיל איז דאס?

זאגט ער $80.00

דער אינגערמאן באטראכט דעם אתרוג און באמערקט דא א פלעק און דארט א פלעק טראכט ער ביי זיך עס איז קוים כשר.

אין מיטן מאכט איינער אויף דער טיהר און מען הערט ארויס קדושה. א איד הערט קדושה לייגט דער אינגערמאן צוזאם די פוס און פאנגט אן טאנצען ... קדוש קדוש קדוש... מיטן מיטן אתרוג אין די האנט.

רופט זיך אן דער ספרדיש אידל... ר' איד, דער אתרוג איז $80.00 איהר קענט שפרינגען פון היינט ביז מארגען.

דריידל » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:50 pm

· #245221
[ציטאט אראפגענומען]


זייער גוט.

איך טראכט נאר אז דער עולם כאפט עס נישט. איך האב עס איבערגעליינט דריי מאל ביז כ'האב פארשטאנען עומק הדברים. דארפסט אפשר מקדים זיין אז מרדכי איז געווען אין מדי.

שמעון וואלף » פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:22 pm

· #245374
.
📎 IMG-20150102-WA0000.jpg

דריידל » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:29 am

· #245591
אן עלטערער באטשי וואס פלעגט כסדר באזיכן ביים דאקטאר, פשוט פאר נישט האבן וואס צו טון מיט די צייט, האט זיך אמאל נישט באוויזן פאר עטליכע טעג. אויף די דאקטאר'ס פראגע פארוואס ער איז נישט געקומען, האט ער געענטפערט "כ'האב מיך נישט געפילט, האב איך נישט געהאט כח צו קומען".

הוגה » דינסטאג יאנואר 6, 2015 9:53 am

· #246189
ציבעלע-קיגל
די אידן פון וויליאמסבורג האבען ענדליך געווינען דעם געריכט אז די תורה איז צו שווער. האט דער באשעפער געזאגט, מסכים, מארגען צופרי 10 אזייגער וועלען שטיין גרויסע טרעילערס ביי ליע עוועניו ביי די הייוועי און אויך ביי בעדפארד און די הייוועי און דער עולם ווערט געבעטען מיר צוריק געבען די תורה.

צופרי האט זיך אנגעהויבען א געשלעפאכטס מען האט געברענגט...
שטריימלעאך ספאדיקעס, ווייסע זאקען, שווארצע זאקען, שווארצע (עקעלדיגע) קעצי גלעזער, בעקיטשעס, רעזשאווילקעס, ישיבה חאלאט, ר"ת גאטשעס, שפיצלעך...

אין מיטען קומט ארויס א בת קול...

איין מינוט! איך האב געבעטען מיין תורה, פארוואס ברענגט מיר איעדער זיין גארביטש?


דאס איז אן אלטע משכיל'ישע ווערטל, עפ"ל, וואס גייט אזוי:

די באשעפער האט געזעהן אז אידן באקלאגן זיך אז די תורה איז צו שווער, האט ער געזאגט אז פאר וועם די תורה איז צו שווער וועט מען קומענדע זונטאג צופרי קענען צוריק ברענגן די תורה צום מארק פון די שטאט און ער וועט עס צוריק נעמען. ויהי ביום הראשון, די גאנצע שטאט שלעפט פעק און זעק פון ספרים. דער ברענגט זיין חתן ש"ס, דער זיין סעט טור און שולחן ערוך, דער זיין דרשות חתם סופר, דער זיין סעט נטעי גבריאל, דער זיין כתבי רבי חיים וויטאל, דער זיין דברי יואל וכו' וכו' צענדליגע טויזענטע ספרי קודש האט מען געברענגט אין מארק יענעם זונטאג. ביינאכט איז די באשעפער אנגעקומען און האט גענישטערט אהין און אהער ביז ער האט געטראפן א חמשה חומשי תורה און ער רופט זיך אן, "דאס איז מיינס, די איבעריגע ווייס איך נישט וועמענס עס איז".


.

diff » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:11 am

· #246194
עס פאסט נישט דא

שמן זית » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:41 am

· #246203
צו זאגן דעס אויף שפיצלעך, ווייסע זאקן, וכו' (כ'רעד נישט פון ר"ת גאטשעס...) קען מען אויך דן זיין, ווי נישט ווי איז עס יסודתו מהררי קודש.

אבער אויף די ספרי קודש??

הזהר בגחלתן!!

#נישט מסכים.

הוגה » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:38 am

· #246223
ווער איז דען יא מסכים. דאס האבן דאך די משכילים ל"ע געזאגט. מיין נקודה איז געווען צו צייגן מקורו, אז דאס איז א משכיל'ישע ווארט.

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:07 pm

· #246509
קהילת פאפא (לאו דווקא) האט יעצט איינגעקויפט סעלצער פאר די קומענדיגע יאר, וועלענדיג אריינכאפן די ביליגע געז פרייזן.

ירח בן יומו » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:19 pm

· #246512
שמעון וואלף
קהילת פאפא (לאו דווקא) האט יעצט איינגעקויפט סעלצער פאר די קומענדיגע יאר, וועלענדיג אריינכאפן די ביליגע געז פרייזן.

ששוין ווייטער פאפא, פארוואס פאפא?????????????????????????????????????????

ירח בן יומו » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:49 pm

· #246524
יעצט געהערט ר' זלמן היינט אינדערפרי פארציילן איבער א יוד אין ירושלים וואס איז נעבעך אוועק אין די טאג וואס זיין זון האט געדארפט גיין אונטער די חופה 😢 ,
און ער פירט אויס אז עפ"י הראת הרבנים וועט די חתונה ווערן אפגעשטופט ביז נאך די שבע ברכות 🙄

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 7, 2015 12:07 am

· #246533
קצת מזה, קצת מזה, קצת מזה והרבה מזה...

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 2:11 pm

· #246905
[ציטאט אראפגענומען]


זייער אלט, אבער ווערט א שמייכל

chusid » מוצ"ש יאנואר 10, 2015 9:07 pm

· #247183
בידערמאן שבת אין מירון (נאר א וויץ- קיינעם נישט פערזענטליך)
ק/פ (קרעדיט: חיים שאולזאהן)
אתה צריך להבין ר' מיילעך בידערמאן טוב לשני סוגי אנשים או מגידים ובעלי דרשנים שרוצים לדלות מבארו המלא פנינים ואמרות יקרת, [אשר בלי שום ספק שהוא חידוש גדול בזה, ואפילו כשהוא חוזר מאות פעמים על אותן בדיחות וסיפורים של דער בער מיט דעם לייב מיט יענער אראבער וכדומה, אבל אין ביהמ"ד בלא חידוש],
או מגיעים אליו אשכנעזישע חצאי בעלי תשובה שרוצים קצת טערעפי על המח, ואותם כבר רק משעשע רק מי שרוקד על השולחן מלא בחבית שכר וזורק מנעליו ומעיף כובעים, וכמובן שאם שומעים עוד באמצע סיפור מרבי מאטיל סלאנימער זה כבר משהו ענק, והוא מסביר שלא צריך כלום ואפילו דו ביזט גארנישט, דו שטינקסט, דו סראחעסט, אבער דער אייבישטער האט דיר ליב אזוי ווי דו האסט ליב דיין קינד אפילו ער האט געמאכט אין פעמפער, און דער עיקר איז די פינטעלע אמונה אין הארעעעעעעעעץ, אבל זה באמת לא מחייב שום דבר, הנהירה והסחף אליו הוא מאותה סיבה שכל הבעלי עבירות והבעלי תשובות מתחברים דייקא לברסלב ולחב"ד, כי שניהם אין מחייב שום דבר, אתה יכול להסתובב עם האייפאן ולזלול מאכלים בלי הכשר באמצע דיזנגאוף ולהיקרא חבדני"ק, ואתה יכול שלא ללמוד חודשיים ולהסתובב עם קדירה על הראש ונעלי קראק"ס על ווייסע זאקן מיט א רויטע קאפל ולצחוק כגלי הים, ולהגיד שאתה מחובר לרבינו נחמן ועובד על שמחה.
ה"ה כן כל הר' מיילעך בידערמאן, הכל ריגושים של שטויות, ועל כן אין כאן בארץ ישראל בני עליה או אברכים עובדי ה' מאף חצר שבעולם שמסתובבים אצלו רק או מגידים וסקרנים, או אנשים שאינם שבעים וממלאים בטנם בדברים של ממש, ואינם נהנים מלהיות נארמאל.
אבל לבני אמעריקא זה ממש מוציא מיט האניג, כי שם יש תאווה גדולה להנות מטל השמים ומשמני הארץ יחדיו כרוכים מן השמים, לחטוא ולשוב בתשובה בכפיפה אחת, ורק ע"י שניהם ביחד הוא מרגיש את גודל התענוג בזה שהוא חי, די אידן וואס לערנען א בלעטל גמרא אבער מיט א גלעזל ווייסע הייניקען ביר, לערנען א שיעור גמרא אויפן וועג צום ביטש, שבועות זינגען די פלאנטשע אהבה רבה דייקא מיט לאנגע רצועות של בשר ולשונות בחרדל, זיי קומען צו הרב עפגי'ן פון ראש העין אויף יום כיפור אין זינגען דעם רבינ'ס ונתנה תוקף, ראש השנה פארן קיין אומאן אבער דאווענען מיט א מנין וואס זאגט צוויי מאל 'יביא יביא' ביי בראש השנה יכתבון און עסן מיט אידן וואס שטעלן צו חריין צו די פיש, און לעם פלייש די צווייטע נאכט ראש השנה, פארן וויינען קיין ווילעדניק און שלאפן אין די גרויסע האטעל אין קיעוו, פארן קיין סיגעט און מאכן א ווידיא ווי אזוי זיי זענען זיך משתטח אויפן ציון צו קענען גראד שיקן פאר זיין יענטע אין מעי"ל, זיי ווילן באקומען אין וואטאצאפ די בכיות פון ר' יוסף חיים גריננואלד אין ראדעשיץ, און סקולענער רבי ביים אנגרייטן די קנויטלעך.
פאר די מענטשן מיין איך אז עס גייט גוט געלונגען דעם שבת, ווייל אזוי ווי עס שנייט אין מירון, איז די פלאן ווי פאלגענד:
מ'וועט פארן אויף שבת קיין נירוואנע נעבן ים המלח, מ'וועט אריבער ברענגען דארטן אין חצר רבי שמעון בר יוחאי מיט נפתלי פרידמאן מיט די בגדי לבן, און ר' מיילעך וועט דארט דרשענען און ווארפן די שטריימל, יואלי קליין וועט דארט זינגען אפילו בהסתרה, און מוטי שטיינמעץ וועט קוויטשען ויהו רחמיך מתגוללים, מאיר אדלער וועט שפילען אמר רבי עקיבא רבי מיילעך וועט אנצינדען א ציגרעטל,
פרייטיג וועט מען ברענגען הרב אבוחצירא אויף חכמת הפרצוף, און הרב משי זהב אויף חכמת היד, מ'וועט מעביר סדרה זיין אין סווימינ"ג פאל, און פארלערנען אור החיים הקדוש ביים טועמיה פון יענקל אטיק פון אלע חלקי הבהמה צלי אש על ראשו ועל כרעיו ועל קרבו, ביים שפאציר על שפת הים וועט ר' מיילעך פארזינגען די שירה, מ'וועט דערציילן סיפורי צדיקים ביים אנשמירן די שוועבל און מ'וועט זיך אונטער זינגען דעם קאלובער ניגון פון גלות גלות, שלש סעודות וועט זיין פרישע שטיקער בשר בהמה אנאיינעם מיט זינגען די ד' בבות און די נענועים ניגון, מ'וועט טיילן מטבעות פון רבי יעקב מאיר שעכטער און פשעווארסקער קנאבל, מוצאי שבת וועט מען מתפלל זיין ביי לוט'ס ווייב, און מ'וועט פארענטפערן די אור אלטע קשיא פון אברהם אבינו אולי יש חמישים צדיקים בתוך העיר.
שיין זעהן מיר אויס....

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 11, 2015 1:23 am

· #247257
הוגה
ציבעלע-קיגל
די אידן פון וויליאמסבורג האבען ענדליך געווינען דעם געריכט אז די תורה איז צו שווער. האט דער באשעפער געזאגט, מסכים, מארגען צופרי 10 אזייגער וועלען שטיין גרויסע טרעילערס ביי ליע עוועניו ביי די הייוועי און אויך ביי בעדפארד און די הייוועי און דער עולם ווערט געבעטען מיר צוריק געבען די תורה.

צופרי האט זיך אנגעהויבען א געשלעפאכטס מען האט געברענגט...
שטריימלעאך ספאדיקעס, ווייסע זאקען, שווארצע זאקען, שווארצע (עקעלדיגע) קעצי גלעזער, בעקיטשעס, רעזשאווילקעס, ישיבה חאלאט, ר"ת גאטשעס, שפיצלעך...

אין מיטען קומט ארויס א בת קול...

איין מינוט! איך האב געבעטען מיין תורה, פארוואס ברענגט מיר איעדער זיין גארביטש?


דאס איז אן אלטע משכיל'ישע ווערטל, עפ"ל, וואס גייט אזוי:

די באשעפער האט געזעהן אז אידן באקלאגן זיך אז די תורה איז צו שווער, האט ער געזאגט אז פאר וועם די תורה איז צו שווער וועט מען קומענדע זונטאג צופרי קענען צוריק ברענגן די תורה צום מארק פון די שטאט און ער וועט עס צוריק נעמען. ויהי ביום הראשון, די גאנצע שטאט שלעפט פעק און זעק פון ספרים. דער ברענגט זיין חתן ש"ס, דער זיין סעט טור און שולחן ערוך, דער זיין דרשות חתם סופר, דער זיין סעט נטעי גבריאל, דער זיין כתבי רבי חיים וויטאל, דער זיין דברי יואל וכו' וכו' צענדליגע טויזענטע ספרי קודש האט מען געברענגט אין מארק יענעם זונטאג. ביינאכט איז די באשעפער אנגעקומען און האט גענישטערט אהין און אהער ביז ער האט געטראפן א חמשה חומשי תורה און ער רופט זיך אן, "דאס איז מיינס, די איבעריגע ווייס איך נישט וועמענס עס איז".


.

הוגה: דאס איז נישט אזא געפערליך אדער משכיל'יש ווערטל. מיין ראש ישיבה האט עס אויך געזאגט אויף אן אנדערן אופן. אז ווען משיח וועט קומען וועט זיך דער אייבישטער (כביכול) אנרופן...איך האב ענק געשיקט אין גלות אריין מיט איין חומש'ל און עטץ זענט אנגעקומען מיט א גאנצע ספרים שאפע...!

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 11, 2015 6:00 pm

· #247416
[ציטאט אראפגענומען]

און לאזט איבער א חורבן אויף אפאר וואכן

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יאנואר 12, 2015 4:01 pm

· #247577
א מנהל פון א ישיבה אין ירושלים רופט אן א מלמד און זאגט איהם...
היינט דארפסטו נישט אריין קומען ווייל צוליב די שניי זענען נאר 6 קינדער פון דיין כתה אנגעקומען.

זאגט איהם צוריק דער מלמד... איך גיי סיי ווי ווייל דא אינדערהיים האב איך 16

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 12, 2015 7:56 pm

· #247613
א מנהל מיט א סענס אוו הומאר!!!
image.jpg

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:05 am

· #247684
א רבי אין חדר פארהערט א אינגעל פרשת נח.
דער אינגעל זאגט...
צא - גיי ארויס
אתה - דו
ואשתך - אםםםם איך ווייס נישט די טייטש

זאגט דער רבי... ואשתך איז אזא זאך וואס איך האב, דיין טאטע האט דאס אויך, און ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו דאס אויך האבען...

זאגט דער אינגעל... איך ווייס שוין... ואשתך - א הויקער.

יין שרף » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:05 am

· #248420
פארציילט מיר א מלמד.

נעכטן איז געווען די יומא דהילולא פונעם בעל התניא זי"ע.

האט ער געפרעגט אין חדר צו סאיז דא א אינגל וואס ווייסט וויאזוי דער בעל התניא האט געהייסן.

נאר איין אינגל האט געוויסט, ער האט געהייסן מעכעלע...

C/P

ירח בן יומו » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:32 pm

· #248568
[ציטאט אראפגענומען]

די מעשה איז פארגעקומען דעם שבת?

טאמבל סאס » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:35 pm

· #248569
נעה, אן אלטע ווערטל.

outspoken » זונטאג יאנואר 18, 2015 12:28 pm

· #248652
אלץ קינד האב איך מורא געהאט פונם טונקעל, היינט נאכן באקומען עלעקטריק בילס האב איך מורא פונם לעכטיקייט...

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:35 am

· #249012
און פרשת ויחי שטייט "ואת יהודה שלח לפניו להורות" זאגט רש"י "לתקן לו בית תלמוד"

איז שווער, אויב ער גייט עפענען א ישיבה פארוואס עפעס בית התלמוד? פארוואס נישט בריסק? אדער פאנעוויטש?

נאר עס שטייט "וירא את העגלות" יוסף הצדיק האט געשיקט די וועגענער (עגלות) צו ווייזען אז ער געדענקט אז די לעצטע זאך וואס ער האט געלערענט מיט יעקב איז געוועהן די סוגי' פון עגלה ערופה... דאס מיינט אז ער האט נאך אלץ געלערענט די זעלבע זאך...

צוויי און צוואנציג (22) יאהר קוועטשען אויך די סוגי' פון עגלה ערופה? דאס איז נאר אין בית התלמוד!

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 20, 2015 4:50 pm

· #249071
אין הימל זענען דא צוויי שורות,
איין שורה פאר די וואס האבן געהערשט אויף זייערע פרויען
די צווייטע שורה פאר די וואס די פרויען האבן געהערשט אויף זיי,
קומט איינער אן דארט און זעהט ווי ביי די ערשטע שורה שטייט איינער וואס האט כל ימי חייו מקיים געוועהן בהידור דעם והיא תמשול בך
פרעגט ער איהם וואס זוכסטו אין די שורה?
שש.... מיין ווייב האט מיר אזוי געהייסן
😂 😂

chusid » מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:22 pm

· #249205
אין מדינת ישראל האט זיך געמאכט א סקאנדאל אז אין באנק איז דא עקסטערע שירות פאר מענער און פרויען, די מידיע איז אראפגעקומען און געפרעגט איינעם וואס איז פשט אז מען שטייט עקסטער, ענטפערט ער: איין שורה איז פאר דיפאזיטס און איינס פאר ווידראלס.....

chusid » מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:24 pm

· #249206
" אלעס ווענטזיך אינעם ווייב, אויב האסטו א גוטע ווייב ביזטו א פרייליכע מענטש, אויב האסטו א שלעכטע ווייב ביזטו א פילאזאף"

chusid » מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:26 pm

· #249207
די לעפקאוויטש'ס האבען נישט ליב מהר"א ט"ב ווייל ער פארשטייט נישט קיין חילוק צווישן א לעפקאוויטש און א מאסרי. .

מאטי » מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:55 pm

· #249254
ראובן נעמט ארויס א מילך פון רעפרידזשערעטער און לאזט אפן די טיר. שמעון גייט דורך און פרעגט אים: " זאג...דיין מאמע האט דיך געזייגט אויף א טרעין...?"

איך אויך » מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:30 pm

· #249352
פאסט נישט פאר אונזער ראובן.

דריידל » זונטאג יאנואר 25, 2015 2:49 pm

· #250009
ווי קומט דא אריין זאלי / סאטמאר?

בכלל בין איך נישט אזוי ציפרידן פון דיינע מאחורי וויצן דא אין פאבליק.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 25, 2015 3:01 pm

· #250014
דריידל
ווי קומט דא אריין זאלי / סאטמאר?

בכלל בין איך נישט אזוי ציפרידן פון דיינע מאחורי וויצן דא אין פאבליק.

דריידל: נו, ער הייסט דאך דער געוואגטער יונגל. מוז ער דאך עפעס באווייזן פאר זיין נאמען... 😂

בשבילי! » דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:02 pm

· #250544
וואס איז שלעכט מיט AOL אדער YAHOO? איך גלייב שווער אז דאס איז געווען דער סיבה
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78