☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 28, 2022 12:33 pm

· #493237
ב"ה . קאווע שטיבל האט אריינבאקומען א פרישן סטאק פון פיינע בדחנים...פאלאצ'ינטא,עצי שיטים און קאמארנער. קהל'ס נער איז נאר א האלבער בדחן. ער מאכט אן איינדרוק (רושם) יציאת צדיק עושה רושם, ווי א געוואלדיגער ידען. אה, כ'האב אינגאנצן פארגעסן...זיידי ברוינשטיין...שא... ער שלאפט יעצט. באלד וועט איהם די טונקלע נוירס, די מכשפה אויפוועקן אז ס'איז צייט צו גיין עסן לאנטש. ער דארף זיך אנגרייטן די ציין. ער איז אזא פרומער אז ער האט באשטעלט 3 סעטס ציין. מילכיג, פליישיג און פארווע...!

פאלאצ'ינטא » פרייטאג יאנואר 28, 2022 1:13 pm

· #493246
berlbalaguleh
ב"ה . קאווע שטיבל האט אריינבאקומען א פרישן סטאק פון פיינע בדחנים...פאלאצ'ינטא,עצי שיטים און קאמארנער. קהל'ס נער איז נאר א האלבער בדחן. ער מאכט אן איינדרוק (רושם) יציאת צדיק עושה רושם, ווי א געוואלדיגער ידען. אה, כ'האב אינגאנצן פארגעסן...זיידי ברוינשטיין...שא... ער שלאפט יעצט. באלד וועט איהם די טונקלע נוירס, די מכשפה אויפוועקן אז ס'איז צייט צו גיין עסן לאנטש. ער דארף זיך אנגרייטן די ציין. ער איז אזא פרומער אז ער האט באשטעלט 3 סעטס ציין. מילכיג, פליישיג און פארווע...!


מען פלעגט זאגען אז די פאלשע ציין דארפען אידן האבען דריי.
מלכים, פליישיג און טשייניז עסען.

קען מען אויך צולייגען... פארוואס האבען אידן זייער ליעב טשייניז עסען?
ווייל די חזיר, און די שעל פיש איז צושניטען און געפרעגעלט אזוי גוט אז מען קען עס נישט דערקענען

בענבען » פרייטאג יאנואר 28, 2022 1:44 pm

· #493256
די היינטיגע Version פון א צוקראצטע CD איז א סטעטוס וואס Load זיך

קהל'ס נער » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:23 pm

· #493338
וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש
"מען זאל זוכה זיין צי ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן"?

!"and they lived happily ever after"

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:26 pm

· #493340
ניין: ווייל ס'איז דא אזא (נישט אזא שיין) ווערטל. אז די ליובאוויטשער רביצין ווארט פאר ..."ביאת המשיח"...! כ'האב געזאגט פריער אז דאס איז נישט אזא שיין ווערטל...!

קהל'ס נער » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:30 pm

· #493342
berlbalaguleh
ניין: ווייל ס'איז דא אזא (נישט אזא שיין) ווערטל. אז די ליובאוויטשער רביצין ווארט פאר ..."ביאת המשיח"...! כ'האב געזאגט פריער אז דאס איז נישט אזא שיין ווערטל...!


אפשר וועיגען דעים האבן זיי נישט געהאט קיין קינדער?

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:44 pm

· #493345
קהל'ס נער: יא. נעבעך. דו ווילסט נישט הערן וואס די ---- זאגן פארוואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער...!

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:46 am

· #493365
berlbalaguleh
קהל'ס נער: יא. נעבעך. דו ווילסט נישט הערן וואס די ---- זאגן פארוואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער...!


די רעדסט צי ברמיזא, אע"ג שדי לחכימא ברמיזא, אבער איך בין דאך קהל'ס......

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:54 am

· #493370
ס'איז לשון הרע און רכילות און (מעגליך מוציא שם רע) וועל איך, בעסער סקיפן צו קאמענטירן איבער דעם סאבדזשעקט...!

תרמב » זונטאג יאנואר 30, 2022 11:01 am

· #493414
עצי שטים
berlbalaguleh
עצי שיטים: דו מעגסט לאכן. איך האב אמאל (מיט א לאנגע צייט צוריק) געהאט אן ענליכע מעשה. איך האב אמאל, מפני מעשה שהיה באקומען 5 טיקעטס פון די פאליס. (ואכמ"ל).דעם נעקסטן טאג אינדערפריה שטעלט מיך אפ א פאליס אין מאנהעטן. ער הייבט אן טענה'ן איבער די רעגיסטרעישן און אינספעקשן סטיקערס וועלכע זענען נישט אין ארדענונג. איך, ברוב תמימותי, געב איהם אהין דעם (פרישן) פעקל פון טיקעטס וואס איך האב אקארשט באקומען. איך האב דערווארט רחמנות פון איהם. כאילו צו זאגן...איך האב שוין באקומען מיין שטראף אויף דעים...! און, הפלא ופלא. ער האט מיך געלאזט גיין אן געבן נאך א פעקל טיקעטס. מיט וואס איך וואלט מיך ווען עקסטער געדארפט ספראווען...ויהי לפלא...א נס פון באשעפער אליין...!

כ'האף אז די האסט געזאגט ''ר' ישע' בענרעב מוישע, אדער זיך לייגן אדער זיך בייגן'' אז נישט קענסטו גיבן קרעדיט נאר פארן באשעפער
ווי האט יענער געזאגט 'רבש''ע גיב מיר פרנסה, אז נישט גיי איך צום ריבניצער'...

א עלטערע איד האט זיך אמאל אויסגערעדט צו א אינגערמאן זאגנדיג, איר ווייסט נישט ווי גליקלעך איר זענט, ווען עטס האטס א צרה לויפט מען צום ריבניצער'ס ציון, אין מיינע צייטן איז דאס נישט געווען..... ער האט נאך געלעבט דעמאלטס......

קאמארנער » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:38 pm

· #493425
א חסידישע איד א גאסט קומט אריין אין די גרויסע אלטע יעקישע שוהל אין ציריך און שטעלט זיך אוועק דאווענען ביים ערשטן ליידיגע זיץ וואס ער זעט.
א נערוועזע יעקע איילט זיך צו צו אים ' ענטשולדיגונגס איר, דאס איז דאך די זיץ פון הער פרידמאן'!, זאגט דער גאסט 'נישט קיין פראבלעם, ווען ער קומט וועל איך אוועקגיין',
'אבער ער קומט נישט היינט'! שרייט דער יעקע...

שמן למאור » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:53 pm

· #493432
א ווייב איז אזוי ווי א שטריימל...

עס קאסט טייער

עס זיצט אויפן קאפ

און עס טוט גארנישט אגאנצע וואך...

קאמארנער » זונטאג יאנואר 30, 2022 1:02 pm

· #493435
עצי שטים
א ווייב איז אזוי ווי א שטריימל...

עס קאסט טייער

עס זיצט אויפן קאפ

און עס טוט גארנישט אגאנצע וואך...

נישט מיין ווייב... 😉

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 31, 2022 10:48 am

· #493589
איינער קומט אריין אין ביה''מ אויף א שנייעדיגן טאג, מיט א גרויסע שטיוול אויף איין פיס, און א געהעריגע שיך אויפן צווייטן פיס
האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? נאר איין שטיוול?

האט ער געזאגט, אז ער האט געהערט אויף די וועטער באריכטן אז עס וועט שנייען 'נאר איין פיס'..

תרמב » מאנטאג יאנואר 31, 2022 12:22 pm

· #493606
א מלמד אין קינדערגארטן האט זיך זייער געמוטשעט ארויפצושטופן די בוטצעס אויף די פיסעלעך פון איינע פון די קליינע קינדער, ענדליך ווען די פוס האט זיך אריינדערזעהן אינעווייניג האט די אינגעלע זיך אנגערופן, רעבע! די בוטצעס איז נישט מיינס.... מיט א שווערע אטעם האט די מלמד עס אראפגעשלעפט פון זיין פוס, איך האב געברענגט מיין ברודער'ס בוטצעס.... האט די אינגעלע צוגעלייגט......

בענבען » מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:36 pm

· #493636
ס'איז באקאנט אז דער קייסער פראנץ יאזשעף, פלעגט זיך אלץ פארשטעלן, און ארום גיין צווישן זיינע אונטערטאנען, און אויסהערן וואס זיי רעדן אויף אים, ער האט איינמאל געהערט אז די אידישע מקוה איז די קראנסטע און שנעלסטע נייעס אגענטור, דארט ווייסט מען נייעס נאך פאר ס'פאסירט, און האט זיך דאס געוואלט אליינס איבערצייגן, האט ער זיך פארשטעלט פאר א איד, און געגאנגען צופרי אין מקוה, און פרעגט זיין שכן, וואס איז נייעס היינט? האט אים יענער געענטפערט, האסט נישט געהערט, ס'הייסט אז פראנץ יאזשעף קומט היינט באזוכן אין מקוה.

איינמאל ביי זיינע שפאצירונגען, האט ער אנגעטראפן א אידל, און פרעגט אים, וואס זאגסטו צו פראנץ יאזשעף?

פרעגט אים יענער, ווער, שוואנץ יאזשעף?

ניין, פראנץ יאזשעף, דער קיסר.

איך ווייס זייער גוט וועם דו מיינסט, דו מיינסט שוואנץ יאזשעף.

ער הייסט אבער נישט שוואנץ יאזשעף, נאר פראנץ יאזשעף.

און אזוי האבן זיי זיך גע'טענה'ט אהין און צוריק, ביז דער איד רופט זיך אן אפשר שרייבט איר מיר אראפ ווי אזוי ס'שרייבט זיך פראנץ יאזשעף, און דער קיסר האט גענומען א צעטל און אנגעשריבן זיין נאמען, און דער איד רופט זיך אן, אה, יעצט פארשטיי איך שוין, שכוח.
דעם נעקסטן טאג איז פארן קייסער צוריק געקומען א וועקסל פון באנק וואס דו באנק האט ארויס געגעבן אויף זיין חשבון הונדערט טויזנט רובל, דער קייסער קראצט זיך דעם קאפ, פארוועם האב איך געגעבן אזא וועקסל, ביז ער דערמאנט זיך דעם פרשה מיט דעם אידל, און ער געט זיך א קלאפ אויפן קאפ און געט א שריי, איר ווייסט וואס איך וועל אייך זאגן, טאקע שוואנץ יאזשעף.

בענבען » מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:42 pm

· #493638
אן אראבער האט זיך אמאל געטראפען אין א גרויסען ליידיגן מדבר שממה, צוביסלעך איז זיין וואסער וואס ער האט זיך מיט געברענגט אויסגעלאפען, זיין דורשט האט אים אנגעהויבן צו פייניגן מער אין מער, ענדליך פין דערווייטנס דערזעהט ער עפעס זיך רורען עס רוקט זיך, ער האט פארשטאנען אין געהאפט אז דאס איז א מענטש וואס וועט אים קענען העלפען, ער קומט נענטער אין נענטער אין יא עס איז א מענטש, א יודל זיצט ביי א טישל אין ער פעדעלט נעקטייס (האלז בענדער), ער לויפט צו צי אים קוים אין איין אטעם אין ער בעהט זיך ביי אים, העלפ מיר ביטע איך דארפ אביסל וואסער נאס צו מאכען מיינע גומען, איך שפיר ווי איך לאז מיך אויס, דער יוד ענפערט, וואסער האב איך נישט, אבער פארוואס זאלסטו נישט קויפן א נעקטיי? קוק אהער דאס פאסט זייער מיט דעם אנצוג וואס דו טראגסט יעצט, עס קאסט יעצט נאר $150, דער אראבער הייבט אן שרייען איך קויפ נישט קיין איבערגעטריבענע $150 דאלערדיגע נעקטיי איך דארף וואסער ווייל איך גיי שטארבען באלד, ענפערט דער יוד OK איר מיזט נישט קויפן ביי מיר, אין כדי צו צייגען אז איך בין א ארענטליכע מאן וועל איך דיר צייגן דא אויף דער זייט 4 מייל פין דא איז דא א רעסטעראנט דארט קענסטו באקומען וויפיל וואסער דו ווילסט, דער גוי באדאנקט זיך זייער פאר אים אין רעכט אהין זיינע טריט ער ווערט ווייטער אין ווייטער ביז מ'זעהט אים שוין נישט, 5 שעה שפעטער דער גוי שלעפט זיך צוריק אויסגעטריקענט אין גרין, דער יוד פרעגט אים כאדאך דיר געזאגט פיר מייל פין דא, האסט עס נישט געקענט געפונען? יא יא נאך ווי איך האב עס געפונען, אבער דיין ברודער לאזט מיך נישט אריין אן א נעקטיי!!!

בענבען » מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:45 pm

· #493640
Yanky: Mommy, can I go out to play?
Mother: with those holes in your socks?!
Yanky: No. with the kids outside!

בענבען » מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:46 pm

· #493641
ראובן האט געטראפן שמעון אין די ארבעט, ווען לויט ראובן'ס ידיעות איז פונקט דאן געווען די לווי' פון שמעון'ס שוויגער ל"ע, פרעגט ער שמעון'ען, פארוואס גייסטו נישט צו די לווי', ענפערט שמעון, ביזנעס ביפאר פלעזשער.

איינער האט געזען ווי א חבר זיינער מאכט הבדלה מיטוואך נאכט, פרעגט ער אים וואס גייט פאר, ענטפערט יענער, מיין ווייב איז היינט אהיים געקומען פון וויקעישן, ס'איז אויס יום טוב.

א קינד האט געפרעגט פון א טאטע, טאטי וויפיל קאסט חתונה צו האבן, האט אים דער טאטע געענטפערט, איך ווייס נאכנישט וויפיל, איך האלט עס נאך אינמיטן באצאלן.

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:56 pm

· #493643
אן אראבער מיט זיין זין כאפן אזא שמועס'ל ביי אבות ובנים.
זון: טאטי, פארוואס האבן קעמלען צוויי הויקערס?
טאטע: איך ווייס נישט.
זון: פארוואס רעיגענט נישט אין מדבר?
טאטע: איך ווייס נישט.
זון: איך זאל מער נישט פרעיגן קיין קשיות?
טאטע: אז די וועסט נישט פרעיגן וועסטו נישט וויסן!

תרמב » מאנטאג יאנואר 31, 2022 3:33 pm

· #493646
יעצט זענען די אראבערס אויפן צימבל פון די ליצים?

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:09 pm

· #493647
מוחמד: כ'קען אוועקנעמען די לייטער?
אחמד: נישט קיין פראבלעים, איך כאפ זיך אן אין די פעינט בראש.

(אברהם מרדכי מלאך)

קאמארנער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:44 pm

· #493655
וויאזוי ווייסט מען אז ביים עפענונג פון די תיבה איז געווען א מקווה טיר?

ס'שטייט דאך קלאר: ''שנים שנים יבואו אל התיבה'..

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:45 pm

· #493656
קאמארנער
וויאזוי ווייסט מען אז ביים עפענונג פון די תיבה איז געווען א מקווה טיר?

ס'שטייט דאך קלאר: ''שנים שנים יבואו אל התיבה'..


לאל

ס'דערמאנט מיך אין ישיבה האבן אינז זיך אמאל אריין געשטיפט 4 אויף אמאל.

#גיטע_צייטן

קאמארנער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:46 pm

· #493657
תרמב
יעצט זענען די אראבערס אויפן צימבל פון די ליצים?

איך פראטעסטיר אויף די קריסטאל קלארע פאשיסטישע ראסיזם 'איסלאמפאביע' וואס גייט דא פאר

קאמארנער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:46 pm

· #493658
קהל'ס נער
קאמארנער
וויאזוי ווייסט מען אז ביים עפענונג פון די תיבה איז געווען א מקווה טיר?

ס'שטייט דאך קלאר: ''שנים שנים יבואו אל התיבה'..


לאל

ס'דערמאנט מיך אין ישיבה האבן אינז זיך אמאל אריין געשטיפט 4 אויף אמאל.

#גיטע_צייטן

איך אויך, כ'מיין ביי די זעלבע ישיבה 😉

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:54 pm

· #493660
קאמארנער
תרמב
יעצט זענען די אראבערס אויפן צימבל פון די ליצים?

איך פראטעסטיר אויף די קריסטאל קלארע פאשיסטישע ראסיזם 'איסלאמפאביע' וואס גייט דא פאר


אויב די עולם וויל וועל איך טוישן אלע מיינע מעשיות, אז ס'איז געווען מיט א יוד 😂 , אבער דעמאלטס וועט מען זאגן אז כ'בין א סעלף העיטינג jew 😂

קידוש » מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:00 pm

· #493665
א טערעפיסט האט אמאל געזאגט פאר א פרוי

אויב וויסטו עכט אויפרעגן דיין מאן , שיק אים אין גראסערי און ענטפער ניש זיינע מעסעדזשעס אדער פאון קאולס !!!

קידוש » מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:00 pm

· #493666
א מיידל קומט צו איר אלטע באבע באזוכן און זאגט איר , "באבי כ'האב אינסטעגראם"


פרעגט די באבע , "און וואס זאגט דער דאקטאר דערצו ?"

קידוש » מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:01 pm

· #493667
א עושר מיט א ארימאן האבן זיך צוזאם געטראפן זאגט דער ארימאן צום עושר , זאג נאר וואס האסטו געקויפט פאר דיין ווייב אויף חנוכה
זאגט ער א הערליכע רינגל מיט א קעדילאק
פרעגט ער, צו וואס עפעס די קעדילאק
זאגט ער, אויב ס'פיט איר ניש די רינגל זאל זי עס קענען צוריקטראגן מיטן קעדילאק

און וואס האסטו געקויפט פאר דיין ווייב, פרעגט דער עושר צוריק

זאגט דער ארימאן, קראקס מיט א טרעמפאלין
פרעגט דער עושר וואס איז פשט פונעם טרעמפאלין
זאגט ער, " אויב די קראקס פיטן איר ניש זאל זי טאנצן !!!

קידוש » מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:01 pm

· #493668
א אינגערמאן א מתמיד ווען ער האט געענדיגט ש"ס האט ער אנגערופן דעם שווער פארציילן די גוטע בשורה,
איידעם: שווער לעבן, כ'האב ברוך השם זוכה געווען צו מסיים זיין ש"ס",
שווער: וואס האט מען פון ענדיגן ש"ס אויב מ'האט נישט קיין מידות טובות"?
איידעם: ס'איז גארנישט, די שווער דארף זיך נישט פארענטפערן...

קידוש » מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:02 pm

· #493669
האט אמאל א אלטע איד געזאגט:
איך געדענק ווען איך האב חתונה געהאט.... איך געדענק אויך מיט וועם... אבער איך קען מעך נישט דערמאנען "פארוואס" איך האב חתונה געהאט.

קידוש » מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:03 pm

· #493670
א חבר א גרוש זאגט מיר אז ווען ער פילט דעפרעסט אז ער איז סינגל , רופט ער אהן איינע פון זיינע חתונה געהאטע חברים און ער הערט זיך צו פאר 10 מינוט צו יענעם און נאכער בארואיגט ער זיך ...

קידוש » מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:04 pm

· #493671
געווען אמאל א אידל א גרויסער ארימאן איז ער אריינגעקומען אין סעמעדרעש און הייבט אהן וויינען ביים ארון קודש , הייליגער באשעפער העלף מיר כ'זאל געווינען די לאטערי , כ'זאג צו אז אויב כ'געווין העליך האלב פון די געווינס אוועקטיילן פאר בתי מדרשים און מוסדות התורה

ער קויפט די לאטערי און שטייטצעך ער האט גארניש געווינען

גייט ער אריין אין קלויסטער און גייט צו צודעם אבי אבות הטומאה דעם יאשיק און הייבט אהן וויינען , שמייליגער יאשיק אויב געווין איך די לאטערי זאג איך צו אז העליך פארטיילן האלב פון די געווינס פאר קלויסטערס און פאר משפחות פון גלחים .

ער קויפט דעם לאטערי והנה ... און ער האט געוואנען

הייבט ער אהן טאנצען שרייענדיג דערביי , "יעצט זעה איך אז ס'נישטא קיין גרעסערס פונעם הייליגן באשעפער

דער רבש"ע האט געוואוסט אז כעל ניש געבן קיין פעני ממילא האט ער זיכער געמאכט אז געווין איך ניש , אבער דער אקס-פערד יאשיק האט מיר געגלייבט".........

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:30 pm

· #493675
קידוש: ס'איז דאך באוואסט דער כלל אין די גמ' ..."אין משיבין על הלכה"... מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה. דער איד'ל האט דאך געקענט מקיים זיין דעם נדר. ער האט געזאגט אז אויב ער געווינט ועט ער געבן די געלט פאר די משפחות, פי,' די ווייבער און קינדער פון די גלחים...!

אלבערט איינשטיין » מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:54 pm

· #493679
Re: מילתא דבדיחותא
פרשת אמור.
פארהערער: א כוהן גדול מעג חתונה האבן מיט א אלמנה?
יונגל : ניין
פ: מיט א גרושה?
י: ניין
פ: סא מיט וועמען יא?
י: מיט א מת מצוה

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 31, 2022 6:55 pm

· #493692
קידוש
א מיידל קומט צו איר אלטע באבע באזוכן און זאגט איר , "באבי כ'האב אינסטעגראם"


פרעגט די באבע , "און וואס זאגט דער דאקטאר דערצו ?"

קידוש: דאס דערמאנט מיך א זיסן דזשאוק. איך האב געערט פארשידענע נוסחאות פון די מעשה. איינס. לכאורה די מערסטע אינטרעסאנט...אין א שטאט אין די ליטא איז אמאל אויסגעקומען פאר א חשוב'ן איד. אפשר א ראש ישיבה צו פארן מיט'ן שטאטישן אויטאבוס. ווען א פרוי האט זיך געוואלט אוועקזעצן נעבן איהם האט ער איהר געזאגט.."דו זאלסט וויסן אז איך האב..."כרוספדין"... האט זי זיך דערשראקן און אוועקגעגאנגען. שפעטער איז געקומען נאך א פרוי. זי האט געזעהן א ליידיגן סיעט האט זי אויך געוואלט זיך אוועקזעצן. האט די ערשטע פרוי איהר געווארנט אז זי זאלל נישט זיצן נעבן דעם רעבי'ן ווייל ער האט כרוספדין. אנ'אנדער איד וואס איז אויך געפארן מיט דעם באס האטציך דערשראקן און ער האט געפרעגט דעם ראש ישיבה..."וואס איז דאס כרוספדין? האט דער ר"י געענטפערט..."קוק אריין אין תרגום אונקלוס. אויפ'ן פסוק ועשו להם ציצית. זאגט דער תו"א..."כרוספדין"...!

איך אויך » מאנטאג יאנואר 31, 2022 6:59 pm

· #493693
ר' אברהם גניחובסקי.

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:04 pm

· #493700
א היימישע איד מיט א קליינע קאר האט זיך אפגעשטעלט ביי דעם היטש פלאץ און עס האבן זיך אריינגעפאקט היבש היבש מער פון וויפול עס האט געפיט

אינמיטן וועג האבן די לעמפלעך זיך צעפיפן פון אינטען,
ווען די פאליציי איז געקומען צו אים, האט ער געזאגט 'סור' אויב וועל איך דיר ווייזן עפעס וואס די האסט נאך אין דיין לעבן נישט געזען וועסטו מיר לאזן גיין?
די פאליציאנט איז געווארן נייגעריג און האט מסכים געווען,
ער עפנט אויף די טראנק, און ער ווייזט פארן פאליציאנט קוק, נאך פינעף מענטשן זענען דא אריינגעקוועטשט

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:09 pm

· #493702
א פאליציאנט איז אמאל געווען ביי איינעם אינדערהיים און געטראפן דראגס
ער האט אים געוואלט ארעסטירן, האט ער געזאגט פארן פאליציאנט, אז ער ווייסט נישט וואס איז פשט, עפעס א מאדנע זאך געשעט דא, די דראגס איז אפילו נישט זיינס איינער האט עס דא געלאזט, און ער האט עס שוין לאנג אראפגעפלאשט דעם ביה''כ, נאר יעדעס מאל ער טוט עס , שווימט עס ווינדערליך צירוק ארויף, און ער ווייסט נישט וואס צו טון
זאגט דעם פאליציאנט, לאמיר דאס זען, מען גייט צום ביה''כ ער פלאשט אלעס אראפ און...גארנישט....עס קומט גארנישט ארויף
פרעגט די פאליציאנט, וואו איז די דראגס?
זאגט דעם מענטש, פון וועליכע דראגס רעדסטו פינקטליך סור?

בענבען » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:22 pm

· #493706
א טרעילער האט אויפגע'בעק'ט אינמיטן א שטאק טונקעלע געסל, שרייט דער דרייווער צום שחור וואס האט אים געוויזן וואו צו פארן: עפן דיר דאס מויל, איך זעה דיר נישט.

בענבען » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:24 pm

· #493707
ס'איז געווען א קינד וואס האט געזען דעם טאטן ליינען א צייטונג וועגן א מלחמה, האט ער אנגעפאנגען נוזשען דעם טאטן, טאטי ווי אזוי הייבט זיך אן א מלחמה, און דער טאטע איז זייער ביזי, מיט די קאבינעט מיטינג, און ער האלט נישט פאר וויכטיג, אז פונקט ווען בוש רעדט, דארף ער יעצט מסביר זיין פאר זיין קינד זיינע פראבלעמען, און ער האט אים נישט געענטפערט, די מאמע שטייט אין א זייט און זעט וואס דא גייט פאר, נעמט זיך זיך שרייען אויפן טאטן, קענסט טאקע אזויפיל נישט טוהן פאר דיין קינד? ער פרעגט דיך עפעס, און דו קענסט נישט ענטפערן? דער טאטע וועקט זיך אויף ווי פון א חלום, און שרייט צוריק, וואס ווילסטו פון מיר? איך ארבעט שווער א גאנצן טאג, ענדליך איך קום שוין אהיים, איך זעץ מיך אביסל אראפ, דארף ער מיר נודזשען פונקט אינמיטן ליינען ער קען נישט ווארטן ביז איך ענדיג? און די מאמע מיט א קותין של שופכין שרייט צוריק אויף איר שטייגער, מיט די תשעה קבין וואס זי איז געווארן באשאנקען, וחוזר חלילה, און נאך גאנצע טענות ומענות, געט זיך דער טאטע א דריי אויס צום קינד, יא שעפעלע, וואס האסטו געוואלט? ס'איז גארנישט טאטע, איך ווייס שוין.

בענבען » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:27 pm

· #493709
געווען אמאל "א גלח, א דאקטאר, און א רבי", זענען אלע דריי געזעצן ביי איין טיש אין קרעטשעמע, פלוצלינג קומט אריין א פרעמדע פארשוין אין קרעטשמע, באמערקט די דריי זיצן ביי איין טיש, ער שטעלט זיך אפ און קוקט זיי אן מיט וואונדער און געט א שריי "IS THIS A JOKE? o"

בענבען » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:28 pm

· #493710
אן אמעריקאנער איז געקומען קיין מירון אויף ל"ג בעומר.
אויפ'ן וועג ארויף צום מערה טרעפט ער אן א איזראעלי, און ער פרעגט אים: אנטשולדיגט, וויפיל איז דער זייגער?
דער איזראעלי ענטפערט: אין לי מושג
דער אמעריקאנער אידל שפאצירט זיך ווייטער ארויף, ווען עס קומט אים אנטקעגן אן איזראעלי און פרעגט אים:
אנטשולדיגט, וויפיל אזייגער איז?
ענטפערט דער אמעריקאנער: סליחה, המושג שלי נשבר.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:49 pm

· #493716
בענבען
געווען אמאל "א גלח, א דאקטאר, און א רבי", זענען אלע דריי געזעצן ביי איין טיש אין קרעטשעמע, פלוצלינג קומט אריין א פרעמדע פארשוין אין קרעטשמע, באמערקט די דריי זיצן ביי איין טיש, ער שטעלט זיך אפ און קוקט זיי אן מיט וואונדער און געט א שריי "IS THIS A JOKE? o"

לא זכיתי להבין. איך בין דאך אן אונגערישער. אפשר וועל איך עס פארשטיין אין 2 וואכן. אבער ביזדערווייל...!

בן נון » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:55 pm

· #493719
א קבוצה חסידישע יונגעלייט פון וויליאמסבורג גרייטן זיך אריינצוגעבן א קלעס עקשן לאו סאויט אנטקעגן פייזער און j&j מיטן טענה אז זיי האבן גענימען די וואקסין און זייער ווייבער זענען נאך אלס געווארן פארשוואנגערט

וואלווי » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:11 pm

· #493745
ווייל זיי האבן נישט קיין אנטי-באדי"ס....

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:32 pm

· #493748
צוויי משולחים פון א''י דרייען זיך אין מאנהעטן און גייען ארים צו באקאנטע אדרעסן נאך געלט

אזוי שפאצירנדיג גייען זיי דורך א מעכטיגן וואלקן קראצער, און זיי פרעגן א דורגייער מיט א צעקראכטן ענגליש, who dis building belong to? ענטפערט די דורכגייער no idea

פשי אה דער 'נאו איידיע' מיז זיין א געפערליכע דרייקאפ אזא גרויסע בנין צו פארמאגן? די אנדערע משולח טענה'ט אז ער איז לאו דוקה א דרייקאפ מסתמה איז ער פשוט א מוצלח'דיגע ביזנעסמאן

זיי שפאצירן דורך דעם פרידאם טאור, און פרעגן ווייטער א דורכגייער צו וועמען געהערט דאס בנין, זיי באקומען די זעלבע תשובה no idea

אקעי די מיסט שוין מודה זיין, צוויי מעכטיגע בנינים צו פארמאגן, דער 'נאו איידיע' איז זיכער א גרויסע שווינדלער, אבער די צווייטע משולח האלט זיך ביי זיינס, ער איז מסתמה בלויז א כיטרע ביזנעסמאן

זיי שפאצירן ווייטער און זען ווי צענדליגע פאליציאנטן שטייען איבער א פארברעכער און קייטלען אים,
זיי פרעגן א דורכגייער, טע''ל מ''י ווער איז דאס דער פארברעכער דא? ענטפערט ער no idea

'כ'האב דיר געזאגט אז דער 'נאו איידיע' איז א געפערליכן פארברעכער' פירט אויס די משולח מיט פאטאס...

וואלווי » דינסטאג פעברואר 1, 2022 12:51 am

· #493761
French fries weren't actually made in France, they were made in Greece...

קידוש » דינסטאג פעברואר 1, 2022 2:28 pm

· #493835
פארוואס איז די יום החתונה די פרייליכסטע טאג ביי די פרוי?
ווייל ס'איז די איינציגסטע טאג וואס זי ווייסט שוין אינדערפרי וואס זי גייט אנטוהן…
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78