☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

זר זהב » פרייטאג מערץ 22, 2013 4:50 pm

· #99541
איך האב שוין אמאל געשריבן מיין עצה, איך הער אויס שאן הענניטי פאר 10 מינוט.

אבער טוה עס נישט אויף מיין אחריות רעד עס דורך מיט דיין דאקטאר.

אה און שכח פארן פרעגן..

zurich » פרייטאג מערץ 22, 2013 5:39 pm

· #99557
zurich
היכא תימצא א סלייס ברויט קאסט 2 דאללער?

תירוץ: די בדיקת חמץ סעט פון נר מצווה!!

וואלפה » זונטאג מערץ 24, 2013 12:06 pm

· #99747
יעצט אריין געקומען א שאלה: מיין ווייב איז אויסנאם רואיג, נישט ווי איך בין געוואוינט צו זעהן ביי יעדן. זי שרייט נישט ווען איך כשר, זי בונטעוועט נישט ווען מיין אינגעלע גיסט אויס זיינע טויס אויף די פסח'דיגע פאדלאגע, און פארפירט נישט אז "זי האלט נאך אין ערגעץ נישט", וכו'. מיין שאלה איז: דארף איך דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב א רואיגע ווייב? אדער דארף איך ערנסט נאכגיין איר יחוס צו זי שטאמט פון אידן?
ענטפער: גיס דיך אפ נעגל וואסער!

וואלפה » זונטאג מערץ 24, 2013 7:21 pm

· #99933
איינער וואס האט א קאר וואס די פייפער ארבעט נאך זאל ביטע קומען אויף ליע עוויניא מען דארף האבן ענקר העלפ

וואלפה » זונטאג מערץ 31, 2013 1:31 pm

· #100643
חיים און שרה א נייע קאפל, נאר וואס חתונה געהאט, און לעבן ווי צוויי שיינע טויבן צוזאמען.

איינמאל קומט חיים אהיים און קוקט צו ווי זיין ווייב בראט א אייער שפייז פאר פרישטאג , רעדט ער צו זיין געליבטער ווייב:

שרה גיב אכט לייגט צו נאך אויל..... אוי שרה גיב שטארק אכט.... איך מיין די לייגסט אריין צופיל אייער אויפאיינמאל....­ יעצט דריי עס שנעל ארום....

און חיים איז נישט פארטיג ער זאגט ווייטער:

אוי מיין גאט מען דארף נאך שמן, איך זאג דיר עס וועט זיך קלעבן צום פאן, גיב גיט אכט, איך כהאב דיר געזאגט זיי קערפול..... קיינמאל הערסטו זיך נישט צו מיר ווען די קאכסט, שנעל שנעל דריי ארום די אייער...... ביסטו משוגע..... האסטו פארלוירן דיין שכל..... פארגעסט נישט אריין לייגן קיין זאלץ, שנעל לייג זאלץ זאלץ זאלץ....

שרי קוקט איהם אהן מיט ווינדער: וואס איז געשעהן מיט דיר האסטו פארלוירן דיין שכל ????

ניין זאגט דער מאן. איך וויל דיר ווייזן וויאזוי עס פילט זיך ווען איך דרייוו און די זיצט נעבן
מיר...

זר זהב » זונטאג מערץ 31, 2013 1:34 pm

· #100645
איך האב נייעס פאר דיר, יענע חיים און שרה מאכן שוין לאאאאנג חתונה זייערע קינדער!

זר זהב » מיטוואך אפריל 3, 2013 11:31 am

· #100883
חחחחחח...
Associated Press bans 'illegal immigrant'...

Leno: AP Replaces 'Illegal Immigrant' With 'Undocumented Democrat

וואלפה » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:11 pm

· #100945
א מאן און פרוי גט'ן זיך ל"ע. און קומען אן אין קאורט. זיי שלאגן זיך איבער ווער ס'זאל האבן די קינדער. די פרוי טענה'ט: איך האב דאס קינד געבוירן. ס'איז פון מיר ארויסגעקומען. דאס קינד געהער צו מיר!
דער שופט דרייט זיך אויס צום מאן: "נו, וואס זאגסטו דערויף? זי האט א גערעכטע טענה!.
"אדוני השופט" זאגט דער מאן: "ווען איך לייג אריין א דאלער אין א סאדע מאשין, און ס'פאלט ארויס א סאדע קען, צו וועמען באלאנגט עס? צו מיר אדער צו דער מאשין??

זר זהב » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:14 pm

· #100946
אויב איך בין די שופט זאג איך ווען דעם מאן אז ס'א חילוק, דער סאדע מאשין האט זיך נישט געמוטשעט 9 חדשים ארויסצוגעבן דעם סאדע

וואלפה » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:20 pm

· #100951
א קשיא אויף א מעשה,
אבער למעשה וואס איז ער שילדיג אז די מאשין איז ציבראכען
...

וואלפה » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:22 pm

· #100952
פארוואס גנב'ט מען די אפיקומן?
אויסצולערנען די קינדער אז פון גנב'נען האט מען גאארנישט..

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:43 pm

· #100958
וואלפה
פארוואס גנב'ט מען די אפיקומן?
אויסצולערנען די קינדער אז פון גנב'נען האט מען גאארנישט..

קרעדיט: אייוועלט

קעצעלדיג » דינסטאג אפריל 9, 2013 3:27 pm

· #102970
א פארפאלק פון מינעסאטע האט באשלאסן צו גיין אויף ווינטער וואקאציע קיין פלארידע צו די זעלבע האטעל ווי זיי האבן פארברענגט זייער האנימון מיט 20 יאר פריער. און וויבאלד זיי זענען געווען אריינגעטון אין די געיאגטע הכנות איז זיי שווער געווען צו קאמיוניקירן די פלענער פונעם נסיעה. אלס רעזולטאט האט די מאן פארלאזט מינעסאטע און געפלויגן צו פלארידע אום דאנערשטאג, און די ווייב האט געזאלט נאכפליען דעם קומענדיגן טאג.

די מאן טשעקט אריין אינעם האטעל. און זעהט אז זיין צימער איז שוין מער סאפיסטיקירט און איז אויסגעשטאטעט מיט א קאמפיוטער, באשליסט ער צו שיקן אן אימעל צום ווייב, און נישט באמערקט אז ער האט בטעות אויסגעלאזט איין אויס פון זיין ווייבס אימעיל אדרעסס.

אין די זעלבע צייט... ערגעץ אין יוסטען איז א נארוואס געווארענע אלמנה אהיים געקומען פון איהר מאן'ס -וועלכער איז געשטארבן פון א הארץ-אטאקע- לוי'. די אלמנה האט אפגעמאכט צו טשעקן איר אימעיל, ערווארטענדיג טרייסט מעסעדזשעס פון קרובים און באקאנטע, ווען נאכ'ן ליינען די ערשטע אימעיל איז זי אנידערגעפאלן צו די ערד א פארחאלישטע.

די אלמנה'ס זוהן לויפט אריין אין צימער און זעהט די מאמע ליגן אויסגעשטרעקט אויף די ערד א מאכטלאהזער, און זעט די קאמפיוטער סקרין וואס האט זיך געליינט אזוי:

To: My Loving Wife
Subject: I've Arrived
Date: 16 May 2003
I know you're surprised to hear from me. They have computers here now and you are allowed to send e-mails to your loved ones. I've just arrived and have been checked in. I see that everything has been prepared for your arrival tomorrow. Looking forward to seeing you then! Hope your journey is not as uneventful as mine was.
P.S. Sure is hot down here!

וואלפה » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:45 pm

· #103297
פארוואס פארט בין הזמנים אזוי שנעל!?
ווייל טויזענטע בחורים שטיפן עס!

בעל הבית » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:28 pm

· #103337
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/208169">http://www.jdn.co.il/news/208169</a>
ווי לאנג נעמנט די ברכה לאילנות אז די סידור מיז זיין אויף א שטענדער

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:31 pm

· #103616
שרגא, פאר וואס דאווענסטו אין בית המדרש דק"ק ******* ? ביסט דאך א מתנגד פון רב..
שרגא: וואו נאך ווי דא זענען פארהאנען אזא גרויסע קיבוץ מתנגדים אויף איין פלאץ...

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אפריל 14, 2013 1:14 am

· #104415
א גר פאר זיין ברית איז געווען זייער נערוועז בפרט וועגן מציצה בפה, פרעגט ער זיין חבר א חסיד: -זאג נאר משה, די גאנצע ברית דארטן מיטן מציצה בפה, טוט עס וויי ? ס'דא פארוואס מורא צו האבן ?
זאגט אים משה: - אוי, ווען איך האב געהאט מיין ברית האב איך נישט געקענט רעדן און וואקן פאר א יאר צייט.

petergrifin » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:06 pm

· #106522
ביום העצמאות נכנס מזרחיסט לבוש חגיגי לביכנ"ס סאטמער ניגש לארון הספרים, חיפש ומצא ספר, התישב ולמד במשך שעה ארוכה.
אחד המתפללים שסקרנותו גברה עליו ניגש וראה שהלה לומד בספר "ויואל משה". לאחר שסיים, שאל אותו הסטמרי, תוכל להסביר לי מה זה?!

אני בא ממשפחה חסידית אמר המזרחיסט, ואבי ז"ל צווה עלי ללמוד בכל חג ומועד בספרי חסידות, וספר החסידות היחידי שבו מוזכר חג העצמאות הוא הספר "ויואל משה"... ולכן אני בא בכל שנה ללמוד בו

אוי טאטי » זונטאג אפריל 21, 2013 12:06 am

· #106940
ווער עס פארט אויף ל״ג בעומר זאל זאגן וישלח און ווער נישט זאל זאגען גם זו לטובה
ווער ס'פאהרט מיט די ווייב זאל זאגן ביידע..

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 11:47 am

· #107945
געזיצן אמאל עטליכע קריגס פארבליבענע יודן אין געשמוסט וואס זיי פארמאגן איינער האט געזאגט אפאר דיימאנטן, איינער אפאר הייזקלעך ,

איינער איז געזעצן שטיל פרעגט מען עם וואס טוט זיך מיט אייך ? וואס האט איר ?

איך האב יארצייט

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:21 pm

· #108175
כ'האב מיך געווארפן היינט.
כ'זיץ אויפ'ן באראפארק באס היינט, זיצט אנטקעגן איבער מיר א איבערוואגיקע מיטל יעריגע מענטש. ער האט נעבעך א אומגעהויערע בויך וואס הענגט אים פון די פלייצע. איך קען אים שוין א שטיק צייט. און כ'האב באמת רחמנות אויף אים. ווען ער גייט אטעמעט ער געפערליך שווער. ער ריקט זיך קוים. בקיצור. ער זיצט קעגן איבער מיר, און איך הער ווי ער רעדט מיט זיין ווייב אויפ'ן סעלפאון.
איד: האלאוי, שפרינצא, איך בין פריער אדורך מעקסי העלט ווייטאמינס, און אינדרויסן איז געשטאנען א אדווערטייזמענט אז זיי האבן עפעס א מין ווייטאמין ס'קומט בערך 150 טאבלעטן פאר 50 דאלער און טאמער נעמט מען פון דעם צוויי א טאג מאכט עס אז מ'זאל קענען לויפן.... סאו האב איך עס געקויפט.
ס'איז שטיל א מינוט... ס'קוקט אויס ווי זי זאגט עפעס פאני. און ער געט זיך א צעלאך... ניין! נישט אין איין מינוט. ס'נעמט א שטיקל צייט..
כ'האב מיך פארגעשטעלט ווי זיין ווייב פרעגט אים מיט תמימות "נו, ס'העלפט שוין? דו האסט זיך שוין איבערגעדרייט פון אזוי שנעל לויפן?..

ווייטער הער איך ווי ער זאגט: אבער דער געשעפטסמאן האט מיר אנטפלעקט א סוד, (און דא פאנגט אן זיין קול צו ווערן שטילער) אז באמת אויב עסט מען צוויי שטיקלעך גאלע א טאג, טוט דאס אויף די זעלבע ווי די צוויי טאבלעטן. און ס'איז שוין עכט דא אזא מין ווייטאמין, אבער וויבאלד ס'האט נאכנישט קיין הכשר קען מען עס נישט נוצן. אבער הערסטע.. כ'האב א שטארקע פחד, אז אויב וועל איך אנפאנגען מיט די גאלע וועל איך מיר נישט קענען איינהאלטן און איך וועל אריינרוקן די גאנצע טעלער. זיין פנים האט געשריגן תמימות. אבער ער האט אזוי הויעך גערעדט, אז אויב האט עמיצער נישט געהערט וואלט איך אים דיאגניזירט אלץ א טויבער געבוירענער. רבותי כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן כ'האב געשאסן מיט געלעכטער. וואס טוט מען נעקסטע מאל אין אזא סיטועישן. ?!. כ'האף אז דער איד לייענט נישט דא.

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:25 pm

· #108178
כאב טאקע פונקט געזען איין אזא באס היינט ווארפט זיך הין און צוריק!..

דאס איז איינע פון די ריזענס פארוואס מ'האנדעלט זיך איין אן אייגענעם קאר

מאטי » דינסטאג אפריל 23, 2013 8:02 pm

· #108186
מאן: וואס זענען די אלע בעגס מיט קליידער דא אין דיינונג רום ?
פרוי: סאיז געווען גאר א גרויסער סעיל ביי זשעיסי פעני פשוט געווען אן עבירה איבערצולאזן.

קומענדיגע טאג
מאן: וואס זענען די אלע נייע בעדגעוואנט דא אין בעדרום?
פרוי: ס׳איז געווען א בלויאוט ביי בעט בעד ענד ביאנד ממש א שאד נישט צי נעמען

קומענדיגע טאג
פרוי: וואס זענען די דיווארס פאפירן דא אויפן טיש?
מאן: כ׳האב געזען א גרויסע סיין אויף די גאס דיווארס אנלי $299 פאר אזוי ביליג פשוט אן עבירה צו בלייבן.

יואב » זונטאג אפריל 28, 2013 4:31 am

· #109223
עס איז א געווענדליכע פרימארגן אין בית מדרש, די בית כסא'ס זענען איבערגעפילט, די ריח איז ענדליך צו די נאכווייען פון מכת דם, און דער געדיכטן לופט איז ערגער ווי טשערנאביל נאכן נוקלערן אויפרייס. די אנגעפירקעלטע בית כסא טירלעך, פון נישט ליינען קיין שמוציגע מאגאזינען, ביז איינער וואס רייכערט איז א רוצח, זענען מער ווייניגער פארשלאסן, און דא אין דארט זעהט זיך ארויס אן איבערגעווארפענעם טלית קטן.

שפאצירט זיך א בעל תשובה אריין אין בית כסא נישט מער און נישט ווייניגער מיט א הייס גלעזל פרישע קאווע, און שפארט צו דעם טירל אינטער זיך.

דאס איז פארשטייט זיך נאכגעפאלגט געווארן מיט ווינדערדיגע בליקן דורך א גרופע אינגעלייט וועלעכע זענען געוועזן פארטיפט איבער היציגע טענה'רייען כלפי ציונות, אזש עטליכע האבן אפילו צוגעדריקט דעם מיטעלסטן פינגער אין צענטער פון די ברילן, זיכער מאכן אז מ'זעהט טאקע גוט.
א קאווע! ריבונו של עולם.

לאנגע מינוטן גייען פארביי, אין דער בעל תשובה קומט ארויס שוין מיטן לינקן ארבל אריינגעבינדן אונעם רעקל, גרייט צו לייגן תפילין.

א אינגערמאן האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און שפאצירט צו צום בעל תשובה, און פרעגט וואס איז פשט.
דער בעל תשובה האט זיך פארלוירן א מינוט, און זיין פנים האט זיך גערויטלט.
דאן האט ער פארשטיין געגעבן, אז ער האט באמערקט חשובע אידן אריין גיין אין בית כסא מיט גלעזלעך וואסער.
איך אבער געט ער צו פארשטיין, גלייך מער קאווע! טא פארוואס איז דאס אזוי מאדנע?

מאטי » זונטאג אפריל 28, 2013 7:25 am

· #109237
יואב!!! דו ביסט א סטענד אף קאמעדיען ! יעדע שורה איז א גוטס פאר זיך. אפילו אנעם פאנטשליין .

יואב » זונטאג אפריל 28, 2013 9:42 pm

· #109586
דאס איז גראדע אן אלטן וויץ, אבער די מציאות זייט דער וויץ איז קאמפאזירט געווארן האט זיך בכלל נישט געטוישט, מילא גילט דעם וויץ פאר די וועלעכע זענען אריין געקומען שפעט אין די טעקסט מעסעדזשינג וועלט.

וואס זענען די שחורים, מיט די מעסיס געשעפטן גלייך ?

- ביידע פארמאגן הויזן 50% Off.

יואב » זונטאג אפריל 28, 2013 9:45 pm

· #109588
פארוואס טאקע די שחורים ממש ווי זיי זענען באפוילן געווארן אזוי, טראגן די הויזן אויף אזעליכע נידריגע לעוועלס, איז מיר נאך אלץ נישט קלאר.
אבער דאס אז די אונגארישע אידן נעמען זיך די הויזן צום הארצן, און ווען איר ווילט שפירן וויאזוי זייער הארץ קלאפט דארפט איר עפענען דעם זיפער, איז נאך אויך א רעטעניש.

ודי למבין » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:20 pm

· #109807
הבא להשכימך השכם להרגו (א בחור אין ישיבה)

שמאלץ » מאנטאג מאי 6, 2013 3:51 pm

· #112324
נאך א מזל, אז ס'זענען פארהאן עטליכע מענטשן אן סעלפאון'ס. אזוי איז כאטש פארהאן איינער וואס פייפט ווען די לייט ווערט גרין!!

בעל הבית » מאנטאג מאי 6, 2013 4:10 pm

· #112329
אדער עס איז נאך דא ווער עס זאלן האקן אויפן טיש אז די בעל תפילה זאל אנהייבען הויכע שמו"ע

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 7, 2013 3:37 pm

· #112757
א שאלה וואס באדערט מיך:
פארוואס ווען אונז בייסן מיר זיך די צונג בטעות טוט עס וויי
און ווען מ'בייסט זיך בכוונה טוט עס נישט וויי??

נאך א שאלה: פארוואס בייסטו זיך די צונג יעצט ווי א בהמה??

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 7, 2013 3:43 pm

· #112761
טאמבל סאס
א שאלה וואס באדערט מיך:
פארוואס ווען אונז בייסן מיר זיך די צונג בטעות טוט עס וויי
און ווען מ'בייסט זיך בכוונה טוט עס נישט וויי??

ווייל ווען מ'טוט דאס בכוונה איז דאס נישט מיט א שנעלקייט.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 7, 2013 3:44 pm

· #112762
קאווע דו מאכסטיך נאר? אדער דו ביסט?

פרענטש וואנילע » דינסטאג מאי 7, 2013 4:49 pm

· #112783
טעקסט מעסעדזש: "א חבר איז מיר שולדיג געווען געלט, הבטחתי לפרסמו און איך האב געהאט א ישועה אין זעלבען טאג!"

יואב » מיטוואך מאי 8, 2013 4:38 am

· #112937
העורך דין רוצה שתיכנס לצרות.
הרופא רוצה שתהיה חולה.
השוטר רוצה שתהיה עבריין.
הקברן רוצה שתמות.
ורק הגנב רוצה שתצליח בחיים

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 8, 2013 4:44 pm

· #113117
זייענדיג אין מקוה היינט, שטייט נעבן מיר א איד אין בור, און נעמט זיך קט'נען מיט א רוהיגקייט.
וואס איז דאס?? פרעג איך אים.
"איך בין נישט זיכער אז ס'איז מ' סאה" ענטפערט ער מיר גלייכגילטיג.

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 8, 2013 5:31 pm

· #113145
אבער ס'דאך זוחלין!

למדן » מיטוואך מאי 8, 2013 6:26 pm

· #113170
דארף מען אריינגיין אין די הלכה צו ס' איז מעלין אדער פוסלין, וואס זאל איך טוהן אז ווען מיין זיידע לאורך ימים ושנים לערנט פאר נאך זיין טאטן בין איך ביזי מיט די קוזינס וואס מ' טרעפט נישט ווי גרויס דאס יאהר איז (די וואס קומען נאך)

וואלפה » מיטוואך מאי 8, 2013 7:46 pm

· #113189
גוים טראכטן א גאנצע טאג פון מיידלעך און געלט, אידען טראכטען פון פרנסה און שידוכים

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 8, 2013 11:06 pm

· #113267
. געווען אמאל א גרופע פייגלעך וואס זענען געפלויגן צו די ווארעמע לענדער, אינמיטן וועג איז איין פייגל שטעקן געבליבן אין א פעלד, עס איז געווען זייער קאלט, דער פייגל האט זיך פרובירט אנצוווארמען צווישן די גראז, אזוי זיצענדיג איז א קוה אדורך געגאנגען' האבענדיג שרעקליכע בויך ווייטאג, האט זי זיך אויסגעמאכט א בערגל שיט אויפ'ן פייגל ארויף, דער פויגל איז געווארן זייער פיין אנגעווארעמט אין זיך אינטער געזינגן א לידל.
שפאצירט זיך אדורך דער פוקס אין הערט א פייגל זינגען, איז ער נאכגעגאנגען דעם קול אין דערווישט דעם פייגל. ער האט ארויסגעגראבן דעם פייגל פון אונטער דעם הויפן צואה, אין זיך געמאכט א פיינע מאלצייט, עד כאן המעשה:
היוצא לנו מזה? דריי זאכן:
1) נישט יעדער וואס קאקט אויף דיר מיינט דיין שלעכטס.
2) נישט יעדער וואס נעמט דיך ארויס פין דרעק מיינט דיין גוטס.
אין די דריטע זאך איז, ווען די ביסט באקאקט "זינג נישט"

משה געציל » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:39 am

· #113296
גוט... מסתמא האסט עס געהערט פון ר' עזריאל'ן ביי שלהבת...

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:10 am

· #113327
א ליובאוויטשער פזמון: משיח, הבטיח, שאם תאכל אבטיח, תפיח, ותעשה נחת רוח.

שמאלץ » דאנערשטאג מאי 9, 2013 11:17 am

· #113354
סאטמאר רבי זי"ע האט געהאט א ווייטע בליק ווען ער האט געזאגט אז די מדינה גייט אונטערגיין. זאגט מיר איינער היינט אז ווי לענגער די מדינה שטייט אלץ ווייטער ווערט די בליק.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:18 pm

· #113440
איך ווייס נישט ווי עס קומט לייג איך עס דא,

הה הלפיד הזה, נורא ואיום.באמת עולה 34 שח חפיסת פרלמנט! כוסעמקק.
שיתקע במעלית עם מוזס.
שאשתו תקבל מחזור בדיוק כשהוא יגיע לחופשה בצימר.
שיניח תפילין בתשעה באב בשחרית.
שיתדלק בנזין במקום סולר.
שיקבל שילשול ביום חופה של הבת שלו.
שיהיה עננים ויפסיד קידוש לבנה.
שבטשולנט במקום בשר יהיה גרון הודו מפורר.
שבסוף הכוס של ברכה במוצ"ש ייגמר המיץ ענבים.
שיקרעו לו המכנסים ב״היו כורעים ומשתחווים.
שישכח יעלה ויבוא בחול המועד.
שישכח ספירת העומר ביום הראשון.
שכשהוא עושה את זה עם בנט הוא ישים במקום ואזלין ישים בטעות דבק נגרים.
שיעשה הגבהה ויפול לו המכנסיים.
שיקבל טרופית בלי קש.
שבסופמרקט יהיו טיטולים רק מהמידות שהוא לא צריך.
שיאכל זית עם גרעין מקופסת זיתים ללא גרעינים.
שידליק את הצד השני של הסיגריה בקופסה האחרונה לפני כניסת שבת.
שבשניה לפני העלאת הסטטוס ייכבה המחשב.
שכשייסים לאכול אפיקומן יעירו לו שצריך בהסיבה.
בבדיקת חמץ שימצא רק 9 פרורים.
בשבועות שירדם באמצע תיקון ליל שבועות ולא יספיק את המקווה.
שיתחילו תפילת שמונה עשרה מאחוריו בדיוק לפני שמסיים.
שבסעודה מפסקת יהיה לו ביצה בלי אפר.
במנת קינוח כשהוא כבר עם הכפית ביד ,מישהו לידו יגיד 'יש פה שאלה על הברכה'.
שיאכל קילו חמניות והאחרון יהיה רקוב.
שישתה בקבוק פפסי ולא יצליח להוציא גרבס.
שיתקע בג'ונגל עם קופסת סיגריות שקנה ב35₪ בלי אש.
שיכבו לו הנרות שבת דקה אחרי השקיעה.
שייגמר לו הקפצונים בדיוק בהמן.
שיפתח ת׳דלת בשפוך חמתך
ואליהו הנביא יעמוד שם.
שייתקע בלי סידור בקידוש של יו״ט בבוקר.
שחוק מרפי ילווה אותו צמוד לאורך שנותיו.
שבהושענעס׳ יביא 4 מינים.
שייפול לו הפיטום של האתרוג באמצע הברכה.
שיעמוד לו תמיד.
ושלא יעמוד לו לעולם...........

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:25 pm

· #113448
שאשתו תקבל מחזור

פארוואס האט זי נישט באקומען אלץ כלה..........?

איך אויך » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:36 pm

· #113461
עס מיינט די מאחורי'דיגע מחזור ודו"ק.

מורינו הרב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:37 pm

· #113462
מיינסט אז קאווע שטיבל ווייסט נישט?

איך אויך » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:39 pm

· #113463
דער קען גוט שעלטן און איז נישט קיין קליינע מנוול. קאוועלע, דאס האסטו פארשטאנען? 'שכשהוא עושה את זה עם בנט הוא ישים במקום ואזלין ישים בטעות דבק נגרים'

מורינו הרב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:40 pm

· #113465
שיעמוד לו תמיד.
ושלא יעמוד לו לעולם...........

איך אויך » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:42 pm

· #113466
ראש כחול יש לו.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78