מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
עס זענען ארויסגעקומען נייע שטייער (Tax) געזעצען
א. וויפיהל געלט פארדינסטו א יאהר?
ב. וויפיהל געלט געבסטו אויס א יאהר?
ג. וויפהל געלט בלייבט איבער?
ד. שיק עס שוין אריין
איציקלא גאליציאנער ליגט אויפ'ן קראנקען בעט, דער מצב טויג נישט, ס'האלט שוין אט אט ביי גסיסה. אלע קינדער זאמלען זיך צונויף, דער שטוב איז איבערגעפולט, קוים שטופט זיך אריין דער פארשלעפטע איידעם, אבער יעדער איז געקומען, ווייל ווער וויל דען נישט הערן דברי צוואה פונעם טאטע. מיט איבערגעשטרענגטע כחות עפענט דער טאטע דאס מויל, דער עולם נייגט צו אן אויער, ווער ווייסט, אפשר וועט נאך נתגלה ווערן עפעס נכסים.
"יוסף חיים איז דא?" יא. "סענדער איז אויך דא?" יא טאטע, יעדער איז דא. "נו אויב אזוי פארוואס איז דער לעקטער אין קאך אנגעצונדען?..."
ויצאה נשמתו בטהרה.
בקיצור, זיין צוואה איז געווען מען זאל אכטונג געבן אויף אידיש געלט...
געוועהן א בחור אין מיין שיעור וואס סכל מיט שכל וועט עם נישט קענען מגדיר זיין.
ער קומט צו צו מיך איין טאג מיט א שמחה: שעפטי קוק. כ'האב געמאכט א נייע ניגון. אבער כ'וויל עס נישט זינגען ווייל מ'וועט לאכן, סאו כ'האב עס אראפגעשריבן, אפשר הענגסטו עס אויף פאר מיך. זאל דער עולם זיך אויסלערנען.
כ'קוק אויפן צעטל וז"ל בערך: (כ'געדענק נאר די ערשטע פאל)
טארא רא רי רא רי ראם, טארא רא רי רא רי ראם. בים באם באם באם. בים באם באם באם.
נו וואס האלט ס'עולם, ס'פיין? מ'קען עס פארקויפן?
==
נ.ב. אויב ס'איז קארני ביטע נישט לייק'ן. כ'דארף זיך דאך אויסלערנען...
שעפטאל: דער לייק איז נישט פאר דיר. נאר פאר דיין חבר. ביטע געב עס איהם איבער...!
שעפטאלגעוועהן א בחור אין מיין שיעור וואס סכל מיט שכל וועט עם נישט קענען מגדיר זיין.
ער קומט צו צו מיך איין טאג מיט א שמחה: שעפטי קוק. כ'האב געמאכט א נייע ניגון. אבער כ'וויל עס נישט זינגען ווייל מ'וועט לאכן, סאו כ'האב עס אראפגעשריבן, אפשר הענגסטו עס אויף פאר מיך. זאל דער עולם זיך אויסלערנען.
כ'קוק אויפן צעטל וז"ל בערך: (כ'געדענק נאר די ערשטע פאל)
טארא רא רי רא רי ראם, טארא רא רי רא רי ראם. בים באם באם באם. בים באם באם באם.
נו וואס האלט ס'עולם, ס'פיין? מ'קען עס פארקויפן?
==
נ.ב. אויב ס'איז קארני ביטע נישט לייק'ן. כ'דארף זיך דאך אויסלערנען...
איך מיין מען זינגט עס שבת ביים טיש אין סקווירא, אפשר אויף מנוחה ושמחה.
גראדע אין גור זינגט מען אויך אזא ניגון, נאר מיט אנדערע קנייטשן.
איינער קומט צום אז ער האט א ערענסטע שאלה
אזוי ער איז זייער אריין געטוהן אין ספארטס און עס קומט אויס אז אויף יום כיפור וועט מעט שפילען א זייער וויכטיגע שפיל און ער קען עס נישט פארפאסען. וואס זאהל ער טוהן?
ענטפערט איהם דער רב היינט איז דאך שוין דא די כלים וואס מען קען אויפכאפען און מאכען א ריקארדינג און מען קוקט דאס נאך יום כיפור
מוראדיג זאגט דער איד איך וועל טאקע אויף כאפען דעם דאווענען אבער וואו איז דער בעסטער פלאץ אין שוהל ווי איך זאהל לייגען דעם קעמערע?
א איד קומט צום רבין... רבי ראטעוועט! מיין זוהן איז משוגע געווארען.
בארואיגט אייך זאגט דער רבי, פארצייל מיר וואס גייט פאר
אוי זאגט דער טאטע מיין זוהן שטייט אויף 4 אזייגער איעדען טאג און הארעוועט ביים גמרא 2 שעה פאר'ן דאווינין שחרית קאן נעמען לכל הפחות 1 שעה, מאנטאג און דאנערשטוג 2 שעה. דערנאך זיצט ער און לערענט אן הפסק ביז מנחה און אזוי ביז מעריב. איעדען שבת איז מיט תענית דיבור. תיקון חצות איעדען נאכט. און אין די שובבים פאסט ער משבת לשבת.
ר איד זאגט דער רבי איהר זענט גליקליך אסאך גרויסע צדיקים טוען דאס.
יא יא איך ווייס רבי זאגט דער איד אבער מיין זוהן מיינט עס נעבעך ערענסט
געהערט א גוט ווארט...
זיבען וואכען ציילט מען...
דריי וואכען וויינט מען...
פיר וואכען בלאזט מען...
און דער זוממער איז אריבער!
נעוואדע!!
נ.ב. ס'איז בטעות ארויף דריי מאל די ווערטל מיטן רוגיצובי, (כ'מיין ס'געשעהט ווען מ'דריקט דעם קנעפל מער ווי איין מאל שנעלערהייט)
אויב דו קענסט עס ביטע רעדאגירן מיט 2 נייע ווערטלעך ... 😃
[ציטאט אראפגענומען]
מען וואלט עס מער אפרישיעטעד אין אידיש, אויב מעגליך. לענ"ד.
א דאנק עניוועי.
[ציטאט אראפגענומען]
ולכך עם הארץ אימת שבת עליו
א ניגון אויף היימישע הכשרים
https://youtu.be/GPZMV-F7OmE[ציטאט אראפגענומען]
אויפ’ן זעלבען חסיד דערציילט מען אז מען האט איהם געזעהן משתין זיין אין די מקוה און ער האט ערקלערט זיין השתנה ווייל ער האט מורא אז די מקוה האט נישט קיין גאנצע 40 סאה און ער איז עס יעצט משלים דורך זיינע מי רגלים הטהורים...
און אויפן בריסקער דערציילט מען אז מען איהם אמאל געכאפט משתין זיין אין א שמות - באקס, און ער האט זיך פארענפערט אז ער האט עס געטוהן צוליב וואס בטעות האט ער געטרינקען ערלה וויין...
אין סאטמאר ראדני ביי די מנינים האט זיך איינער צושריגען זאגענדיג קרבנות ביי שחרית: והלא מי רגליים יפין לה - רופט זיך אן א צווייטער פון דערנעבן: הרחב פיך ואמלאהו...
און דער בריסקער וואס האט זיך אראפגעוארפן פונ'ם דריטן שטאק. ווייל ער האט חושש געוען אויב ער איז אפשר מזרע עמלק...!
שמחהלע קאפשטיק
אין סאטמאר ראדני ביי די מנינים האט זיך איינער צושריגען זאגענדיג קרבנות ביי שחרית: והלא מי רגליים יפין לה - רופט זיך אן א צווייטער פון דערנעבן: הרחב פיך ואמלאהו...
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=201771#p201771 שמעקעדיג שמחהלע קאפשטיק
אין סאטמאר ראדני ביי די מנינים האט זיך איינער צושריגען זאגענדיג קרבנות ביי שחרית: והלא מי רגליים יפין לה - רופט זיך אן א צווייטער פון דערנעבן: הרחב פיך ואמלאהו...
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=201771#p201771
ברוך שכוונתי [תרתי משמע, והמכין יכין...]
איינער קומט אן אויבן אין הימל און מען שיקט איהם נעבעך אין גיהנם.
ער קימט אריין און מען גיבט איהם וויפיהל ציגארעטליך ער וויל און וויפהל מאריחוואנא ער וויל. מען פאקט איהם אן גאנצע פעקלאך.
גייט ער צו צו איינער וואס זיצט דארט און פרעגט, פארוואס הייסט דאס גיהנם? קוק נאר וואס מען גיבט אונז
ענטפערט ער יא אלעס גיבט מען אויסער שוועבלעך
איינער קומט אן אין עיר פארט שדה תעופה בלעז מיט זיינע פעקלאך. גייט צו א פאליציאנט מיט א שמעק הונט און זאגט איהם, מיין הונט זאגט אז דו נעמסט מיט דראגס אין דיין רענצל.
ענטפערט ער, דו הערסט דיין הונט רעדן און איך נעם דראגס ?
צוויי משולחים אהרן און יענקל זענען געקומען קיין מאנהעטן צו גיין נאך געלט ביי די אפיסעס פון עשירים
זיצנדיג אין א טעקסי באמערקט יענקל די פרידאם טאוער, ער באוואונדערט עס און פרעגט אהרן זאג נאר צו וועם געהערט די גרויסע בנין? זאגט אהרן איך ווייס נישט, לאמיר פרעגן די דרייווער, ער פרעגט אין צוקראצטע ענגליש ׳דיס בילדינג הא די באס? דער דרייווער קוקט אים אן פארוואונדערט און ענטפערט ׳איי העוו נאו איידיע׳
שוין א שיינע עושר מוז ער זיין זאגט יענקל, זיי גייען ווייטער זעט ער די עמפייער סטעיט בילדינג, ער מוז ווייטער וויסן און וועמענס איז דאס? אהרן פרעגט דעם דרייווער, די דרייווער זאגט אים ׳איי העוו נאו איידיע׳
אהא א גוטע דרייקאפ מוז ער זיין זאגט יענקל, נישט פשוט אזעלכע גרויסע בנינים
זיי גייען ווייטער און ער באמערקט די ראקעפעלער טאוער, די נייגעריגע יענקל מוז וויסן וועמענס בנין דאס איז
אהרן פרעגט נאכאמאל דעם דרייווער, ווי ערשטוינט איז ער ווען דער דרייווער זאגט נאכאמאל ׳איי העוו נאו איידיע׳
יענקל שוימט פאר כעס אזא גנב א שווינדלער מוז ער זיין ווי אזוי האט ער אזעלכע ריזיגע בנינים? אהרן שטומט צו.
אויפאמאל זעהן זיי ווי סטוטצעך א געיעג, פאליציי לויפן נאך איינעם אויפן גאס מיט קארן און פערדן, ענדליך האבן די פאליציי באוויזן צו כאפן דעם פארברעכער. יענקל ווייזט פאר אהרן, און אהרן פרעגט דעם דרייווער ׳הא איז דיס רויבער?
די דרייווער ענטפערט ׳איי העוו נאו איידיע׳
יענקל שפרינגט אויף ״כהאב געוואוסט מגייט אים כאפן!!!!
געוויינטליך פרעגט מען נישט קיין קשיא אויף א מעשה. כל שכן אויף א דזשאוק. נאר איך שטעל אויף די חזקה אז דער טעקסי דרייווער איז (מסתמא) געווען א פאקיסטאנער אימיגראנט. ביניך זיכער אז ער האט גערעדט נאך מער א צוקראצטן ענגליש ווי יענקל און אהרן... די איינציגסטע זאך אין וואס זיי זענען מומחים איז אונטערלייגן באמבעס אין טרעין סטעישנס...לאל
אנאנים: דיינע דזשאוקס זענען זיס. מ'קען שמייכלען. אבער ס'האט נישט דעם כח און אויפרייס פון די דזשאוקס וואס דער בלינץ' פאר ציילט. סארי./ ייש"כ...
היינט צופרי אין מקוה האט א איד געמאכט א סיום אין די שויער אין דערנאך געטיילט זייף מיט שעמפו
צוויי עלטערע אידן מיט זייער ווייבער זיצן צוזאם און אין עסען די שבת דיגע סעודה. נאך די סעודה זענען די ווייבער ארויס פון צומער אין קיך און די צוויי עלטערע אידן זענען געבליבען. איינער רופט זיך אן צום צווייטען דו הערסט? איך האב געטרפען א זייער א גוטן רעסטאראן. די עסען איז זייער גוט און פריש און די פרייזען זענען ווי פאר 50 יאהר צוריק.
יא ווי אזוי הייסט דאס? פרעגט דער אנדערע
אוי זאגט ער אםםם הםםם איך דארף זיך דערמאנען. אםםם עפעס א נאמען פון בלומען
טוליפ ? זאגט דער אנדערע
ניין ניין
לילי?
ניין
רויז ?
יא יא זאגט ער רויזי רויזי ווי ביזטו?
זיין ווייב קומט צו לויפען וואס איז? פרגט זי
ווי אזוי האט געהייסען דער רעסטאראן ווי אונז זענען לעצטע וואך געגאנגען
אן עלטערע איד פארט אויפן הייוועי און באקומט א טעלעפאון קאל פון זיין ווייב.
יענקל שרייט זי היסטעריש, גיב אכטונט איך האב יעצט געהערט אז עפעס א מעשוגענער פארט ראנג וועי אויפן בי קיו אי (BQE)
איך האב נייעס פאר דיר זאגט ער איך בין יעצט אויפן בי קיו אי און איעדער פארט ראנג וועי
Re: מילתא דבדיחותא
א מיידל פרעגט דעם דרייווינג טיטשער, וואס וועט געשעהן אויב איך הייב אויף די פיס פון די קלאטש?
די קאר וועט זיך נישט אנצינדן, ענפערט די טיטשער.
זי פרעגט ווייטער, וואס וועט געשעהן אויף איך הייב אויף די פיס פון די גאז?
די קאר וועט נישט פארן, ענפערט די טיטשער.
וואס וועט געשעהן אויף איך הייב אויף ביידע פיס?
העסטע פעסן די טעסט ביים ערשטע מאל, ענפערט די טיטשער….
נהג מונית תימני עובד במשמרת לילה, למונית עולה בחורה כיום הוולדה...
כל הנסיעה הנהג לא מפסיק להסתכל במראה ולבחון את הבחורה.
לבחורה נמאס והיא שואלת אותו "לא ראית אם פעם בחורה ערומה"?!
עונה התימני: זו לא הנקודה בכלל, אני פשוט מנסה להבין מאיפה תוציאי ת'כסף.... 😂 😂
א קלינינג לעידי (פוץ פרוי בלעז) וועליכע האט געארבעט ביי עטליכע אידישע משפחות האט אמאהל געשמועסט מיט אירע חבר'טעס און זאגט זיי אז זי ארבעט ביי אידישע משפחות, זיי זענען פיינע מענטשען אבער זיי האבען זייער אינטערסאנטע מנהגים.
זיי האבען א יום טוב וואס הייסט שבת, וועלכע זיי עסען אין דיינינג רום און רייכערען אין בית הכסא,
דערנאך האבען זיי א יום וועלכע הייסט תשעה באב, וואס זיי רייכערען אין דיינינג רום און עסען אין בית הכסא,
און דערנאך האבען זיי א יום טוב יום כיפור, וואס זיי עסען און רייכערען אין בית הכסא,
אן עלטערע אידל גייט אין גאס און ווערט ל"ע ול"ע אראפ געקלאפט דורך א קאר.
מען פירט איהם אריין און נאך אפאר שעה קומט ער אהיים און זיין ווייב פרעגט איהם, נו וואס האט דער דאקטער געזאגט?
ענטפערט ער דער דאקטאר האט געזאגט אז איך האב א פלאקי
וואס? פרעגט זי
איך האב א פלאקי זאגט ער
און וואס דארף מען טאהן פאר דעם? פרעגט זי
איך ווייס נישט זאגט ער איך האב פארגעסען צו פרעגען
אוי געוואלד שרייט די ווייב און זי לויפט ארויס פרעגן די שכינים
זי טרעפט אן צוויי שכינים און זי פרעגט וואס טוהט מען פאר א פלאקי?
איינער זאגט מען דארף לייגען אייז, קעלט איז די בעסטע רפואה פאר א פלאקי.
וואס רעדסטו ? שרייט די צווייטע, היץ זאל ער גיין אין שוויץ און נעמען גאר הייסע שויער.
די ווייב אין גאנצען צומישט לויפט צום דאקטער. דאקטער וויינט זי וואס טוהט מען פאר א פלאקי? דו האסט געזאגט פאר מיין מאן אז ער האט א פלאקי
ניין זאגט דער דאקטער איך האב איהם געזאגט...
יו גאט אףף לאקי (you got off lucky)
ס'געווען א קלוגער איד אין די ליטא וועלכער איז ארויף אויף א שטאטישן אויטאבוס. ווען א פרוי האט זיך געוואלט אוועקזעצן נעבן איהם האט ער איהר נישט געואלט באליידיגן און זאגן אז ער זיצט נישט נעבן א פרוי. האט ער איהר געזאגט (מיט חכמה)...איך ווייס נישט אויב דו ווילסט זיצן נעבן מיר. ווייל איך האב "כרוספדין". די פרוי האט זיך דערשראקן און זיך געזוכט אנ'אנדער זיץ. שפעטער ווען מ'האט איהם געפרעגט וואספארא מחלה איז דאס כרוספדין. האט ער געזאגט ...קוק אין תרגום אונקלוס...ער זאגט אויף דעם ווארט "ציצית" כרוספדין...!
ערשטנס איז דער איד נישט געוועהן קלוג ווייל ווען יא וואלט ער געלאזט דאס פרוי זיצן נעבן איהם...
צווייטנס, די מעשה ווערט פארציילט אויף אברהם גנחובסקי, קען זיין ער איז אמאל געוועהן אין ליטא, אבער געבוירן איז ער אין תל-אביב.
פאלאצ'ינטאא קלינינג לעידי (פוץ פרוי בלעז) וועליכע האט געארבעט ביי עטליכע אידישע משפחות האט אמאהל געשמועסט מיט אירע חבר'טעס און זאגט זיי אז זי ארבעט ביי אידישע משפחות, זיי זענען פיינע מענטשען אבער זיי האבען זייער אינטערסאנטע מנהגים.
אינטרעסאנט זי האט נישט געזאגט אז מען עסט @פאלאצ'ינטא אין די 9 טעג...
ברוך שפינוזה: ווי ס'זעהט אויס זענען געווען צוויי קלוגע אידן. איינער אין די ליטא. און דער צווייטער אין תל אביב.
איך האב דעם דזשאוק געהערט דאס ערשטע מאל ווען איך בין געווען א יונגל. מיין חבר האט מיר דערשראקן און געזאגט אז ער ווייסט אז איך האב "כרוספדין"...!
עי איי ציניקער
📎 IMG_4623.jpeg
א חסיד האט אמאל פרובירט משכנע זיין א ליטווישע בחור ער זאל אריינגיין צו זיין רבי אבער דער ליטוואק האט געקווענקלט ווייל ער קען נישט קיין אידיש
האט אים דער חסיד געזאגט זארג דיך נישט, די רבי פרעגט יעדעם די זעלבע פאר שאלות איך וועל דיר זאגן פונקטליך די סדר וואס צו ענטפערן
די ערשטע שאלה וועט ער דיר פרעגן צו דו לערנסט, זאלסטו אים ענטפערן יא אוודאי!
וועט ער דיר פרעגן וויפיל ? זאלסטו אים ענטפערן 15 שעה א טאג!
וועט ער דיר פרעגן אלעס אליינס? זאלסטו אים ענטפערן ניין מיט א חברותא
דער רבי וועט זאגן ביזט א גרויסע צדיק! און דו וועסט שיינערהייט זאגן יא אבער נישט אזא גרויסע ווי די רבי
דער בחור חזר׳ט זיך איין די תשובות און פרייליכערהייט גייט ער אריין צום רבי׳ן
דער רבי פרעגט אים גייסט אין מקוה? זאגט ער יא אוודאי!
וויפיל? מיט א פעסטקייט זאגט דער בחור 15 שעה!
אלעס אליינס? ניין מיט א חברותא!
זאגט אים דער רבי ביזט א גרויסע חזיר!
ענטפערט דער בחור יא אבער נישט אזא גרויסע ווי די רבי!
וואס זענען דיינע פלענער פארן טאג?
איך גיי מיט א חבר קויפן גלעזער
און נאכדעם?
נאכדעם וועט מען זעהן!
אין אמעריקע איז געווען א בארימטער זינגער מיט'ן נאמען סעמי דעיוויס (דזשוניאר). ער האט זיך איין טאג "מגייר" געווען.
אמאל איז ער ארויף אויף א באס אין די סאוטה, ער האט זיך אראפגעזעצט אויף א בכבוד'יגן סיעט. זאגט צו איהם דער באס דרייווער: דו ביסט א שווארצער, דו דארפסט גיין זיצן אין בעק. זאגט דעיוויס, איך בין א איד... אויב אזוי, האט דער באס דרייווער געזאגט, גיי אראפ פון באס...!
א איד האט געדארפט באגראבן זיין פארשטארבענעם פאטער אבער אויפן באן האבן זיי נישט ארויפגעלאזט קיין מתים
האט ער מחליט געווען ער גייט זיך מאכן ווי דער טויטער לעבט און אים פארדעקן מיט א טיכל אז מזאל נישט זען זיין פנים
אזוי שלעפט ער אים ארויף אויפן באן און זעצט אים נעבן זיך און לייגט אראפ דעם קאפ כאילו ער שלאפט
דער באן באאמטע האט באמערקט עפעס טויג נישט איז ער צוגעקומען צום איד און פרעגט ווער איז דיין שכן? איך וויל זען זיין בילעט!
האט אים דער איד געזאגט איך ווייס נישט אבער יענער האט זיך שטארק באקלאגט אויף קאפ וויי איז בעסער מזאל אים נישט שטערן
דער באאמטע הערט און זאגט זייער גערן איך קום באלד צוריק מיט די פאליציי אויב זאגסטו נישט דעם אמת וועט מען דיר ארעסטירן!
דער איד זעט סצרות מגייט אים פאקן ביי די מעשה וואס טוט מען, ספאלט אים איין א פלאן, די מינוט די באן שטעלט זיך אפ אויף א סטאפ הייבט ער אויף דעם מת און טראסקעט אים ארויס פון די באן, טראכטנדיג ער וועט אים שפעטער קומען אפנעמען
אביסל שפעטער קומט דער אפיציר צוריק מיט די פאליציי גרייטנדיג צו ארעסטירן דעם איד, ווי ערשטוינט איז ער ווען ער באמערקט די מת איז נישט דארט, וואו איז דער שכן דיינער? פרעגט דער אפיציר, ער איז אראפ ביי די לעצטע סטאפ! ענטפערט דער איד
א איד זיצנדיג צווישן אפאר מענטשן האט זיך געדארפט ווישן די נאז אבער ער האט נישט געהאט קיין טישוס איז אים בייגעפאלן א המצאה
ער האט געפרעגט די מענטשן ארום אים דיטעילס פון א מעשה וואס איז דאן געווען אין די נייעס און ער הערט זיך צו וואס זיי זאגן
דערנאך געט ער א וויש די נאז מיט די רעכטע פינגער טייטלנדיג צו דער אויף זיין לינקס ״איך גלייב דיר נישט״ און דערנאך א וויש מיט די לינקע פינגער טייטלנדיג צו דער אויף זיין רעכטס ״און איך גלייב דיר נישט״
My wife told me today that she is not fat she identifies as skinny
So I told her that makes her TRANSFAT
א איד קומט צום רב און פרעגט איהם, רבי איך האלט עס מער נישט אויס, וואס קאן איך טוהן צו האבען שלום בית? איעדען טאג קריגט מען זיך.
ענטפערט דער רב, איעדן טאג זאלסטו לויפן 2 מייל דאס וועט דיר אסאך העלפען
נאך א וואך רופט איהם אן דער רב און פרעגט איהם, נו? ווי אזוי גייט עס?
מורא'דיג זאגט ער עס איז די בעסטע עצה, איך בין שוין 14 מייל ווייט פן מיין הויז
איז א ראי' אז ס'איז שוין דאמאלס (ווען די שלום בית מעשה איז זיך פארלאפן) געווען סעלפאונס.
די מעשה איז דאך ידוע. אז ס'זענען געווען ריפארטס אין די צייטונגען אז די ארכיאלאגן האבן געגראבן ערגעץ אין גריכנלאנד און מ'האט געטראפן ווייערס פון 2000 יאר צוריק. איז א ראיה אז ס'זענען שוין געווען טעלעפאנען. זאגט א צווייטער אז ס'געווען א ריפארט אז די ארכיאלאגן האבן געגראבן אין מדינת ישראל און זיי האבן גארנישט געטראפן... איז דאך א ראיה אז ס'שוין געווען סעלפאונס.
מיין זוהן האט מיר היינט געפרעגט
ווי אזוי זאגט מען "אייער קיכעל" אין ענגעליש?
העררינג עידס
א קידנעפפער רופט אן א גאליציאנער אידל...
אונז האבען מיר געקידנעפפד דיין זוהן, גיב אונז 10 מיליון דולר
פרעגט ער, זאג נאר דאס קינד עסט?
יא זאגט דער קידנעפפער
ער טרונקט? פרעגט ווייטער דער אידל
יא ענטפערט דער קידנעפפער
ביינאכט ווען ער שלאפט האט ער מיט וואס זיך צו-צודעקען? פרעגט ער ווייטער
יא זאגט דער קידנעפפער
נו ענטפערט דער גליציאנער אפשר קומסטו נעמען זיין ברודער אויך?
שטייט א איד ביי זיין ווייב'ס לוי' ל"ע און די סעקונדע וואס מען לייגט אריין דעם ארון און דער ערד פאנגט ער אן צו לויפען
לויפט איהם נאך דער רב און זאגט איהם... ר משה עס פאסט נישט אזוי צו אוועק לויפען ענק זענען געוועהן חתונה געהאט כמעט 40 יאהר
רב לעבען ענטפערט ער זיי ווייסען נישט וועמען זיי האבען גענומען מען קען איהר נאך צוריק שיקען
זאגט מיר היינט איינער:
אמאל איז א חסידישער אינגערמאן געלאפן אין מקוה פרייטאג זיך אפוואשן כדי אז ווען דער רבי וועט אים קוקן אויפן פנים ביים גוט שבת זאגן זאל די רבי נישט זעהן וואס ער האט אלס געטון די גאנצע וואך...
היינט גייט דער אינגערמאן פרייטאג אין גראסערי קויפן די פיקטשער מאגאזינען כדי צו זעהן וואס דער רבי האט געטון א גאנצע וואך...
📎 Screenshot_20230802-203226_Twitter.jpg
וויאזוי האט מען געוויסט ביים ערשטן וועלט מלחמה אז ס׳גייט קימען א צווייטע וועלט מלחמה, און צוליב דעים עס א נאמען געגעיבען דעם ״ערשטן״ וועלט מלחמה?
[ציטאט אראפגענומען]
ופירשו רבותינו. (על השאלה, איך מגיעה האף שלו לאצבעות) כי יש לו אף גדול וארוך כל כך שמגיע לאצבעות...!)
קהל'ס נערוויאזוי האט מען געוויסט ביים ערשטן וועלט מלחמה אז ס׳גייט קימען א צווייטע וועלט מלחמה, און צוליב דעים עס א נאמען געגעיבען דעם ״ערשטן״ וועלט מלחמה?
לויט מיין research האט מען עס גערופן ביז די צווייטע וועלט קריג די גרויסע קריג טאקע ווייל מען האט נישט געוויסט אז עס וועט קומען נאך איינס פיל ערגער אגב עטליכע הונדערט יאר פריער איז געווען א מלחמה וואס האט געהייסן די דרייסיג יעריגע מלחמה וואס ווערט כמעט נישט באשריבן אפשר איז כדאי צו עפענען א אשכול?
מיין רבי, הרה"ק מ'יארמא שליט"א פלעגט אייביג זאגן, אויף די רעטארישע שאלה...פארוואס האט די שטאט דעברעצין געהייסן אזוי? ווייל דער דעברעצינער רב האט דארט געוואוינט...!