☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

קלאר » זונטאג פעברואר 3, 2013 5:45 pm

· #84344
בדרך צחות
למה יתרו היה צריך לפרט אני חותנך יתרו בא אליך ואשתך ושני בניך?
שיגיד בקיצור שהמשפחה מגיעה?
אלא כדי להרגיע את משה,שהשוויגער לא מגיעה איתם ג"כ

שמואל הלוי » מאנטאג פעברואר 4, 2013 4:23 pm

· #84605
קרעדיט איי וועלט

א חסיד האט געהאט א מיידעלע פ' משפטים
און ער האט בדוקא געוואלט געבען א נאמען פון די סדרה
גייט ער צום רבי'ן פאר אנ'עצה
דער רבי זוכט דא דארט
און זאגט דער איינציגע נאמען וואס איך טרעף איז מכשפה
זאגט ער רבי! איך קען נישט געבען דעם נאמען, מיין שוויגער לעבט נאך.....

טעפל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 2:52 am

· #84990
שמואל הלוי
קרעדיט איי וועלט

א חסיד האט געהאט א מיידעלע פ' משפטים
און ער האט בדוקא געוואלט געבען א נאמען פון די סדרה
גייט ער צום רבי'ן פאר אנ'עצה
דער רבי זוכט דא דארט
און זאגט דער איינציגע נאמען וואס איך טרעף איז מכשפה
זאגט ער רבי! איך קען נישט געבען דעם נאמען, מיין שוויגער לעבט נאך.....

אז מ'קרעדיט שוין איז קרעדיט ריכטיג, ס'איז פון הרה"צ יארמע רב שליט"א.

שמואל הלוי » מיטוואך פעברואר 6, 2013 3:46 am

· #84996
טעפל
אז מ'קרעדיט שוין איז קרעדיט ריכטיג, ס'איז פון הרה"צ יארמע רב שליט"א.

האב איך ניט געוואוסט.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 13, 2013 1:45 pm

· #86586
ענטפער צו אנאנים
איך האב דיר געגעבן א לייק. כאטש איך האב נישט ליב קיין פאעמעס און גראמען (כ'האב נישט קיין געדולד צו זיי). אבער א גוטע איידיע האב איך יא ליב.

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:22 pm

· #86621
א זיס ווארט ווי עמיצער האט דעפינירט דעם משמעות און קראנטליכקייט פון "סטאטיסטיקס"
מיט יארן צוריק ווען די פערד און וואגן איז נאך אין באנוץ געווען זענען זיי ארויסגעקומען מיט א סטאטיסטיק אז לויט וויפיל פערד און וואגן עס דרייען זיך אויף די גאסן וועט מען ביז א קיימא לן פון כך וכך יאר נישט קענען גיין אויפ'ן גאס, וויבאלד די גאסן וועלן זיך טונקען אין עטליכע פיס צואה.
איז פארריבער אפאר יאר. די קארן זענען ארויסגעקומען, און בוםם.. נאו מאָר צואה!!!
אזא פנים האבן די סטאטיסטיקס.

לעמיל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:28 pm

· #86626
טאמבל סאס
א זיס ווארט ווי עמיצער האט דעפינירט דעם משמעות און קראנטליכקייט פון "סטאטיסטיקס"
מיט יארן צוריק ווען די פערד און וואגן איז נאך אין באנוץ געווען זענען זיי ארויסגעקומען מיט א סטאטיסטיק אז לויט וויפיל פערד און וואגן עס דרייען זיך אויף די גאסן וועט מען ביז א קיימא לן פון כך וכך יאר נישט קענען גיין אויפ'ן גאס, וויבאלד די גאסן וועלן זיך טונקען אין עטליכע פיס צואה.
איז פארריבער אפאר יאר. די קארן זענען ארויסגעקומען, און בוםם.. נאו מאָר צואה!!!
אזא פנים האבן די סטאטיסטיקס.

איך האב געהערט די זעלבע זאך פון איינעם וועגען די דירות מאנגעל זאגט ער ווען פערד און וואגען זענען נאך געוועין אין באנוץ האבען מענשען מורא געהאט אז יעצט עס איז נאר דא כך וכך פערד קוק וויפיל שמוץ עס איז דא וואס וועט זיין און אפאר יאר ארום עס וועלען דאך זיין אסאך מער שמוץ למעשה די אייבישטער האט געהאלפען עס איז ארויס געקומען די קארס און עס איז בכלל נישטא קיין שמוץ די זעלבע זאך מיט די דירות אונז דארפען זיך נישט זארגען וואס וועט זיין די אייבישטער האט בעסערע עיצות ווי אונז

למדן » מיטוואך פעברואר 13, 2013 4:36 pm

· #86653
א זיס ווארט ווי עמיצער האט דעפינירט דעם משמעות און קראנטליכקייט פון "עווערידזש"
איינער וואס האט איין פיס אין אייז קאלט וואסער און איין פיס אין בוילינג הייסע וואסער איז אין עווערידזש זייער קאנפארטעבל...

פעדער » פרייטאג פעברואר 15, 2013 10:50 am

· #87216
דאס גייט שוין צוריק מיט א שטאק פון יארן, ווען כעלעם איז געווען א עיר ועם בישראל, לשם ולתפארת. און די וועלטס גרעסטע קאפשטיקער האבן דארט געוואוינט, און די אידישע לעבן האט געווירבלט מיט א חיות, און געשפרודלט אין די שענסטע קאלירן.

האט זיך געמאכט אמאהל, אז א שיינע שניי האט זיך אויסגעלייגט, אינמיטן דער נאכט אויף די שטאט, פארדעקנדיג דעם גאנצן יקום, אזוי ווייט ווי דער בליק דערגרייכט מיט א שניי ווייסער ליילעך. אז ס'איז ממש געווען א שאד עס צו צופאטשקען. און פארשמירן מיט טריט.
אבער דא קומט דער פרימארגן צוגיין, און דער שמש מיט די צוקנייטשטע באצעס, וועט טלעפעווען אין די שניי, ארומצוגיין קלאפן אויף די אידישע הייזער, אבער וועט צוזאמען דערמיט, אומרחמנות'דיג פארהארגענען דעם באצויברנד בילד, און ספוילן די הערליכע ציכטיגע שיכט שניי, מיט זיינע שלעפערישע פוילע טריט,

איבערהויפט ווען דער שמש איז געווען באקאנט מיט זיין אייגנארטיגע גאנג, ווי ער פלעג נאכצושלעפן זיינע פיס אינטער זיך. און צושטאטעלעך אויסרייבן די עקן פון די זוילן. יעדער אין שטאט האט שוין דערקענט דעם שמש'נס שטיוול, דערמיט וואס ביידע דרויסנדיגע עקן פון די זוילן, זענען געווען שיפלעך קאמפליטלי אפגעריבן . אזוי אז דער שמש האט בעיסיקלי מער ווייניגער שפאצירט אויף זיינע קנעכלען. וויבאלד די פיס פלאכן זענען אים געווען אויסגעדרייט אויף אריין. צוליב די זוילן פראבלעם.

לענינינו, די חכמי כעלעם האבן באשלאסן אז כדי אפצוהיטן די שיינע נאטור. און נישט פארשמירן די אריסטאקראטישע צענע. וועט מען ארויפלייגן דעם שמש, אויף א גרויסן טיש, און 4 ברייט ביינערדיגע, קוגל'דיגע פערזאנען וועלן אים אזוי ארומפירן פון הויז צו הויז.......(וואס מ'טוט נישט פאר א מנהג ישראל?!!)

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:33 am

· #89515
איז דא אן אשכול פאר הומאריסטישע ווידעאוס?

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:34 am

· #89517

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:44 am

· #89520
נישט לאנג צוריק האט ער געפייערט קראצמעך, יעצט פייערט ער אונזער פורים..הע, ס'איז נישט פעיר, מ'קען נישט טאנצען אויף ביידע חתונות. -
וויאזוי פלעגט נאר דער הייליגער שפע חיים זאגען: אדער אהער (קלויזענבורג) אדער אהין (סאטמאר). אהער און אהין איז א צלם.

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:14 pm

· #89521
כ'האלט ס'איז פיין געשפילט, דער שיכור וואס הערט נישט אויף צו פלאפלען זיין דברי חכמה און געדענקט פון צייט צו צייט אז ער איז דא צו זאמלען געלט, מיטן ניכטערן בעה"ב וואס איז האלב נהנה און האלט זיך אונטער מיטן שיכור און האלב נערווירט.

יידל » זונטאג פעברואר 24, 2013 10:00 pm

· #90044

Ver geharget.
Got it from the 3 Stooges. Larry used to say it when making a toast. I thought it meant "Good Luck" or some typical toast saying. Had it engraved on a pewter mug for my buddy's wedding gift. Later found out it meant "Drop Dead". Ooooops!



מקור

לעמיל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:22 am

· #90334
A German doctor says, "Medicine in my country is so advanced that we can take a kidney out of one man, put it in another, and have him looking for work in 6 weeks." A British doctor says, "That is nothing; we can take a lung out of one person, put it in another, and have him looking for work in 4 weeks." A Canadian doctor says, "In my country, medicine is so advanced that we can take half a heart out of one person, put it in another, and have them both looking for work in 2 weeks." An American doctor, not to be outdone, says, "You guys are way behind...We just took a man with NO brain, made him President, and now the whole country is looking for work."

מאטי » דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:46 pm

· #90736
איינער איז ארום געגאנגען פורים נאך געלט מתנות לאביונים בו ברגע...

ניו יארק » דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:24 pm

· #90751
אז מען רעדט שוין פון פאפא....
א סאטמערער וואלט געזאגט 'די סטעפס זענען גליטשיג', א באבובער וואלט געזאגט 'די שטיגן זענען סליפערי', און א פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטשט דערויף....

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:29 pm

· #90819
אלס א פאפאנער אייניקל בינעך מוחה אויף די דזשאוקס.

ניו יארק » דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:51 pm

· #90832
שמעקעדיג
אלס א פאפאנער אייניקל בינעך מוחה אויף די דזשאוקס.

האסט אפילו געכאפט די דשאוקס?

יואליש » מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:21 am

· #90865
געווינער פון פאעזיע פארמעסט?


<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=h1-f9p4kmbg">http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... 1-f9p4kmbg</a>

משכיל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:04 am

· #90870
ווען מען וואלט גשאקעלט לולב אין דער היים, און געגעסען מרור אין בית המדרש וואלט דער מרור געקומען אין א זילבערנע פושקע, און דער אתרוג וואלט געווען אויף צרות

טעפל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:05 am

· #90871
אז מען רעדט שוין פון פאפא....
📎 pupa.jpg

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:22 pm

· #91040
נוי יארק
אז מען רעדט שוין פון פאפא....
א סאטמערער וואלט געזאגט 'די סטעפס זענען גליטשיג', א באבובער וואלט געזאגט 'די שטיגן זענען סליפערי', און א פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטשט דערויף....

פארקערט:
די פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטש, די סאטמארער וואלט הנאה געהאט, און די באבובער וואלט גענומען א פיקטשער.

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:28 pm

· #91041
א עלטערע איד א גערע חסיד איז געקומען אמאל צופארן צום רעבין זי"ע אויף א שבת שובבי"ם איז ער געשטאנען ביי שלש סעודות שובבי"ם תורה און געהערט ווי די רבי פייערט און וויינט אויפ'ן "חטא הידיעה" האט ער שטילערהייט אריינגעמורמלט צו זיין חבר וועלכער איז געשטאנען פארנט פון אים, מיט א פראגע: זאג מיר, צו מיינט ער טאקע די מדינה?

איך אויך » מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:55 pm

· #91172
קאווע טרינקער
נוי יארק
אז מען רעדט שוין פון פאפא....
א סאטמערער וואלט געזאגט 'די סטעפס זענען גליטשיג', א באבובער וואלט געזאגט 'די שטיגן זענען סליפערי', און א פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטשט דערויף....

פארקערט:
די פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטש, די סאטמארער וואלט הנאה געהאט, און די באבובער וואלט גענומען א פיקטשער.

דאס הייסט נישט פארקערט.

טאמבל סאס » מוצ"ש מערץ 2, 2013 8:04 pm

· #91826
צוויי חבד'סקע חסידים האבן זיך געטענה'ט איבער א שטיקל אין תניא. קולות אויף די העכסטע טענער. איינער שרייט די ווארט איז חכמה בינה דעת, דער אנדערע שרייט קודם דעת נאכדעם חכמה בינה, ביז ס'געווען אזעלכע קולות כמעט ביז שלעגערייען. האט איינער געפלאצט און אנגעהויבן שרייען אויפ'ן צווייטן "דו אחור! דו רעדסט דאך אזעלכע שטותים, נישט דאס האט די רבי געמיינט דא, ווי קען מען זיין אזא אחור?"
זאגט דער צווייטער "א מינוט צוריק האסטו געהאלטן ביים קאפ - חכמה בינה דעת. וואו ביסטו אזוי שנעל אראפגעקראכן צום אחור?"

למדן » מאנטאג מערץ 4, 2013 6:22 pm

· #92737
אז מ' רעדט שוין
📎 kiryas joel.jpg
קרית יואל אזא באליבטע שטאט

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:52 pm

· #92785
פארוואס זענען זיך מאנכע מורה היתר און וואטשן מאוויס אויפן פליגער ווען עס ווערט לאנגווייליג?
ווייל "תורה לא בשמים היא"

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:56 pm

· #92787
אדער וועגן מ'איז מקיים "תשליך" בשעת מעשה.

גאלד » מאנטאג מערץ 4, 2013 9:19 pm

· #92840
"Never believe what you read on the internet"
Abraham Lincoln--

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 4, 2013 9:21 pm

· #92842
יתכן ס'איז נישט קיין ווערטעל..
די וואך איז געווען געקלעפט צעטלעך אז ר' אביגדור מיללער האט פארלוירען א נגיד ווייל ער האט נישט געלאזט ארויפלייגן זיינע שיעורים אויף די אינטערנעט.

גאלד » מאנטאג מערץ 4, 2013 9:23 pm

· #92844
עברעהעם לינקולן איז געשטארבן תרכ"ה, פסח צייט, דאן איז נאך קיין טעלעפאן נישט געווען

בונעס איירעס » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:25 pm

· #92890
דאס וויכטיג'סטע עקספיריענס וואס כ'האב מיך געלערנט נאך אזויפיל יארן לערנען גמרא
אז איינער וואס הייסט ראובן, זאל קיינמאל נישט בארגען קיין געלט פון איינעם וואס הייסט שמעון.

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:27 pm

· #92892
גאלד
עברעהעם לינקולן איז געשטארבן תרכ"ה, פסח צייט...

😂

למדן » דינסטאג מערץ 5, 2013 11:35 am

· #93124
דער רבי ז"ל פלעגט דאך כסדר לערנען אין די בלויע גמרא...

טעפל » דינסטאג מערץ 5, 2013 11:52 am

· #93135
און מ'האט געטראפען דעם בעל שם טוב'ס משנה ברורה..

למדן » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:28 pm

· #93155
קענישט זיין ווייל ער איז דאך נישט קיין היימישער

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:34 pm

· #93185
אויף די בילד ווי די ויגד יעקב באזוכט ביים תולדות, זעהט מען קלאר אויפן טיש א משנה ברורה.

מאטי » דינסטאג מערץ 5, 2013 2:54 pm

· #93230
דער ויגד יעקב׳ס גבאי האט זיך אויסגעקענט מיט photo shop

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:46 pm

· #94937
פוןדא
אחד מהחבדניקים שמאד מחמיר בכל דבר . הגיע לעדה החרדית בטענה שהוא לא מהול כהוגן . והוא רוצה לקרוא למוהל לדין תורה . והוא לא התבייש והראה את ערוותו לבית דין . הוא היה מוכן לוותר על דין התורה רק בתנאי שהעדה החרדית יתנו לו פתק שהוא מהול כהוגן . העדה לא הסכימה להוציא פתק כזה מתחת ידה . אבל אחד הרבנים הצעירים של העדה . אמר לו שפתק הוא לא ייתן אבל פלומבה הוא מוכן לשים לו .

מיין מיינונג » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:54 pm

· #94985
איך בין פריער געווען ביי G&G קויפן בעקיטשעס און סוטס פאר מיין בחור און ער פרעגט מיך צי איך געב א דיפאזיט, האב איך אים פארציילט די 3 מעשיות פון קאזניצער מגיד וואס איז מסגול פאר צרכי החג בהרחבה אלס איינגאבע, האט ער מיר גענטפערט דעמאלטס גלייבט ער נישט אז די זאכן וועלן זיין רעדי פאר פסח...

מאטי » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:56 pm

· #94987
.

קאווע
אשפג מלשון אנגעשפיגען... (דעם סקרין פון אן אויספלאץ)... 👍 😂 👍 😂

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 9, 2013 9:20 pm

· #95032
גאלד
עברעהעם לינקולן איז געשטארבן תרכ"ה, פסח צייט, דאן איז נאך קיין טעלעפאן נישט געווען

אבער ר'האט שוין בימיו איינגעזעהן די שעדליכקייט פון אינטערנעט. און אז גדולי ישראל וועלן זיך ארויסשטעלן אקעגן דעם און פאררופן אן אסיפה פון כלל ישראל.

בונעס איירעס » מאנטאג מערץ 11, 2013 2:26 am

· #95530
געהערט משמי' דר' יצחק לעבאוויטש מוואודריזש שטייט ווען משיח וועט קומען וועט מען שחטן דעם ייצר הרע און מע וועט מאכען א לוי'
נא פרעגט ער וואס קען מען שוין מספיד זיין ביי אזא לוי'?

האט ער גאזאגט מע וועט ברעטשען אוי וויי דער יצר הרע אזא ערליכער געווען ער האט זיך געווייקט ביי אלע צדיקי הדור.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:41 pm

· #95863
א שמועס אין אישי פון צוויי ניקס:

-האלו דו וואוינסט אין מאנסי אדער אין ברוקלין ?
-איך וואוין אין מאנסי .
-איך פארשטיי נישט פארוואס דו זאגסט מיר א ליגן.
-א ליגן ? וואפסארא ליגן ? דו קענסט מיך אלץ ליגנער ?
-גיי שוין גיי, איך פארשטיי דיר זייער גוט, דו זאגסט מיר אז דו וואוינסט אין מאנסי כדי איך זאל מיינען אז דו וואוינסט אין ברוקלין, אבער איך ווייס דאך יא אז דו וואוינסט אין מאנסי, טא פאר וואס דארפסטו מיר זאגן א ליגן ?

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:26 am

· #99110
ער האט א שטארקע פוינט!

zurich » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:33 am

· #99387
היכא תימצא א סלייס ברויט קאסט 2 דאללער?

וואלפה » פרייטאג מערץ 22, 2013 1:55 pm

· #99510
ווען דער יונגערמאן קומט אן אין כולל, טוט ער זיך אן די שווארצע כאלאטל, און מאכט זיך שנעל א קאווע כדי צו קענען גיין הכנות.
ורחץ
נאכן זיצן א שעה הכנות וואשט מען זיך די הענט און מ'מאכט נישט די ברכה על נטילת ידים
כרפס
מ'מאכט זיך א פרישע קאווע, און מ'נעמט א שטיקל צוקער, מ'טינקט עס איין אין די קאווע, מ'מאכט די ברכה שהכל נהי' בדברו, און מ'טרינקט עס אויס לאנגזאם און שטאט, כדי צו פטר'ן די לערנען.
יחץ
מ'צוטיילט די טאג אויף העלפט, א האלבע טאג לערנט מען נישט און א האלבע טאג ארבעט מען נישט.
מגיד
מ'שמועסט און מ'הערט נייעס, ביז לאנטש.
רחצה
מ'וואשט זיך די הענט און מ'זאגט יא די ברכה על נטילת ידים.
מוציא
מ'נעמט א פיינע פרישע המוציא ראל, און מ'מאכט המוציא.
מצה
דערנאך נעמט מען די ראל מ'צושנייד עס אויף העלפט, און מ'לייגט עס אין טויסטער, ס'זאל זיין פיין קריספי אזוי ווי מצה.
מרור
מ'נעמט א שטיקל קנאבל און מ'רייבט עס אן אויף די טויסט.
כורך
מ'לייגט אריין טונא, און לעדערס, און מ'מאכט א סענדוויטש.
צפון
מ'נעמט אפיר די באהאלטענע סעלפאן, און מ'קאלט קול מבשר.
ברך
מ'גיסט אן די דריטע כוס קאווע און מ'בענטשט.
הלל
מ'גיסט אן די פערדע כוס קאווע, מ'שטופט דורך די נאכמיטאג, און מ'דאנקט דעם אייבערשטן אז די טאג איז שוין באלד פאריבער.
נרצה
מ'טוט די אלע זאכן כדי צו געפעלן פארן ווייבל, וועלכע מיינט נעבעך אז איר תכשיט'ל הארעוועט אין לערנען
(גענומען בבחינת גונב מן הגנב)

זר זהב » פרייטאג מערץ 22, 2013 2:05 pm

· #99512
"געפילטע פיש"ער האט א שטארקע פוינט!
OMG ס'גוט...!!

איך האב אן אנדערע סיקרעט ווען איך וויל לאוערן מיין איי קיו, אבער אפשר די פיל איז בעסער.

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 22, 2013 3:50 pm

· #99530
לאמיך הערן, וואס איז דיין עצה?
(האסט מ'סתם געווארט איינער זאל פרעגן, איך האב ליב ליב צו טוהן א איד ווען ס'קאסט נישט צו סאך)
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78