מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
berlbalagulehמ'דארף איינגעבן א פעטיציע צו די הנהלה פון קאווע שטיבל אז זיי זאלן גרינדן א "הומאריסטישער שריפטשטעלער" טיטל. דער ערשטער קאנדידאט דארף צו זיין דער אלעמען באקאנטער (טשיעז) פאלאצ'ינטא.
ס'וועט זיין א טיטל אן א מיטל
ממש ווי א פורים רב
גראדע פאלאצ'ינטא אסאך פון דיינע ווערטלעך קען איך אויף עברית און עס הערט זיך בעסער אזוי, נאר א שאד דער עולם איז נישט בקי אין די ציונישע שפראך און אויסדרוקן
berlbalagulehאיך האב אמאל באגעגנט מיין רבי הרה"ק מ'יארמא שליט"א ווארטנדיג אין ליין (נישט ח"ו אין א תערובות'דיגע גראסערי, נאר אין א תערובות'דיגע טשעק קעשינג). זאגט ער מיר כהאי לישנא... דו ווייסט אז אונז זעמיר קרובים! זאג נאר דו שטאמסט פון פרי מגדים?. זאג איך ניין... איך אויך נישט, ענטפערט די רבי...!
איך האב עם עפעס אמאל געטון און ער האט זיך געווערטלט אז ער גייט מיך נישט צאלן עס האט זיך געלוינט נאכדעם פארן טיפ
מרדכי מרדכי berlbalagulehמ'דארף איינגעבן א פעטיציע צו די הנהלה פון קאווע שטיבל אז זיי זאלן גרינדן א "הומאריסטישער שריפטשטעלער" טיטל. דער ערשטער קאנדידאט דארף צו זיין דער אלעמען באקאנטער (טשיעז) פאלאצ'ינטא.
ס'וועט זיין א טיטל אן א מיטל
ממש ווי א פורים רב
גראדע פאלאצ'ינטא אסאך פון דיינע ווערטלעך קען איך אויף עברית און עס הערט זיך בעסער אזוי, נאר א שאד דער עולם איז נישט בקי אין די ציונישע שפראך און אויסדרוקן
מרדכי מרדכי: דו ביסט גערעכט. למשל דאס ווערטל מיט דעם תימנ'ער/פרענק וואס איז געזיצן ביים סדר און זיין ווייב האט איהם געפרעגט די באקאנטע פראגע...הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים?. (ר' יהודה הי' נותן בהם סימנים). און די תשובה וואס ער ענטפערט איהר..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...קלינגט אויך בעסער אויף עברית (רחמנא ליצלן מהאי דעתא). און ספעציעל אפרופו פאר די פרענקן. ווייל זיי פלעגן אנרייסן די ווייבער.
אשכנזים פלעגן אויך, אסאך אשכנזישע פוסקים רעדן זיך אפ דערוועגן, משמע אז ס'פלעגט זיין א נארמאלע ערשיינונג. קוק דא
https://www.batmelech.org/wp-content/uploads/2018/12/Shavat-Hebrew.pdfטראלל: איך האב געקענט א איד וואס זיין ווייב , וועלכע איז געווען א "גבר" פלעגט איהם אנרייסן די ביינער. ער איז א סאך מאל געקומען אין ביהמ"ד צוביילט און צובלוטיגט.
Re: מילתא דבדיחותא
האב איך געהערט נאך א חילוק צווישן די חסידישע און די ליטווישע. א חסידישע פארפאלק האט צוויי בעטן מיט איין קאר, א ליטווישע פון דער אנדערע זייט, האט איין בעט און צוויי קארס...
פאלאצ'ינטאאיינער גייט צו תשליך ביים ים. אינמיטן הערט ער א בת קול...
חיים... חיים...
יא ענטפערט ער,
ענטפערט די בת קול... ווייל איך האב געזעהן דיין צדקות מעגסטו יעצט בעטן איין זאך און דו באקומסט דאס.
פיין זאגט ער, ווייל איך וויל זייער פארען אויף ארץ ישראל און איך האב נישט קיין געלט צו קויפען א טיקעט, וויל איך מען זאל מיר יעצט בויען א בריק פון ניו יורק ביז ארץ ישראל
אאאהה, ענטפערט די בת קול, דאס איז שוין א שווערע זאך. דו דארפסט אליין פארשטיין וואס דאס מיינט. בויען איבער די ים ווען די וואסער ווערט דארט זייער ווילד... ביטע, בעט עפעס אנדערש.
אקיי זאגט ער, דעמאלס וויל איך פארשטיין מיין ווייב, וואס זי טראכט ווען זי ווערט באליידיגט, ווי אזוי מען קען איהר פרייליך מאכן, ווי אזוי מען קען איהר מאכן פילן גוט...
איין מינוט, האקט איהם איבער די בת קול... דו ווילסט צוויי לעינס אויף די בריק אדער פיהר?
דאס דערמאנט פון די ווידיאו ווי א האוסט פרעגט עפעס אן עלטערע מענטש, would you rather
A - spend time with your wife Or B
און יענער שרייט תיכף B
פארוואס טיילט די גבאי לקך ערב יום כיפור?
ווייל אויב ס׳באשערט אז ער זאל עפעס דארפן צושטעלן פארן עולם דורכן יאר, זאל ער אפקומען מיט דעים……
דערמאנט פונעם ווערטל אז דער קמצן האט געטיילט צדקה ערב יום קדוש ווייל אויב ס'איז באשערט צו טיילן זאל ער אפקומען מיט דעם.
📎 Screenshot_20230924_101615.jpg
שמן למאורדערמאנט פונעם ווערטל אז דער קמצן האט געטיילט צדקה ערב יום קדוש ווייל אויב ס'איז באשערט צו טיילן זאל ער אפקומען מיט דעם.
יעצט דארף איך ווארטן א גאנצע יאר ביז איך קען עס איבערזאגן.
א גאנץ יאר דרייט מיר שוין מיין ווייב א קאפ אז כ'זאל צאמנעמען די סוכה.
אבער קוק ווער לאכט יעצט...
שמן למאורא גאנץ יאר דרייט מיר שוין מיין ווייב א קאפ אז כ'זאל צאמנעמען די סוכה.
אבער קוק ווער לאכט יעצט...
בעסער לאכן א גאנץ יאר ווי איידער זיבן טעג...
די רבי פלעגט זאגן מען זאל מיטנעמען די יו"ט פאר א גאנץ יאר
יין שרף
די רבי פלעגט זאגן מען זאל מיטנעמען די יו"ט פאר א גאנץ יאר
תדורו כעין תשבו..
וואלוויתדורו כעין תשבו..
הפוך בה והפוך בה דכולא בה..
א יונגערמאן האט געשטעלט תיקון אין ביהמ"ד, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער שטעלט תיקון, האט ער געענטפערט לכבוד זיין שלום בית.
האט אים דער עולם געפרעגט, "אזוי מעכטיג איז דיין שלום בית אז דו שטעלסט תיקון לכבוד דעם"?
האט ער געענטפערט "בכלל נישט! נאר דער שלום בית מאכער האט געזאגט אז מיין שלום בית דארף א תיקון"...
א חסיד איז געקומען צו א פריש געווארענע רבי געבן א קוויטל. דער רבי נעמט דעם קוויטל אין האנט און איז זיך מתנצל, "דער טאטע זי"ע הכ"מ פלעגט קענען ליינען קוויטלעך, איך קען ליידער נישט"...
האט זיך דער חסיד אנגעריפן, "איך זע יעצט צוויי גרויסע מדריגות וואס די רבי שליט"א פארמאגט.
1) דער רבי איז א איש אמת.
2) דער רבי איז א יודע מחשבות"...
ווען איינער איז טויט, ווייסט ער נישט פון דעם, די ווייטאג פילן די משפחה און די חברים
דאס זעלבע איז ווען איינער איז נעבעך משוגע.
א בחור שלאפט אין די סוכה ווען זיין טאטע קומט אריין אין זאגט איהם...
נו, שטיי אויף! דו דארפסט גיין דאווענען!
ענטפערט דער בחור... העוסק במצוה פטור מן המצוה
גייט צו זיין טאטע אין לאזט איהם אראפ צוויי קלינגעדיגע פראסקעס אין זאגט איהם...
המצטער פטור מן הסוכה
זאגט מיא איינער אז די ג׳ חמורות וואס איז ביהרג ועל יעבור איז
מאשין מצה, צאנזער טעם הכמוס
וויליאמסבורג עירוב, סאטמערע רבי זכיסעס טעם הכמוס
פרויען דרייוון, היינטיגע בעלזא רביס טעם הכמוס
קהל'ס נערזאגט מיא איינער אז די ג׳ חמורות וואס איז ביהרג ועל יעבור איז
מאשין מצה, צאנזער טעם הכמוס
וויליאמסבורג עירוב, סאטמערע רבי זכיסעס טעם הכמוס
פרויען דרייוון, היינטיגע בעלזא רביס טעם הכמוס
וואס איז מיט ארטסקראלל גמרא אויף ציוניש? ל"ע
נייע רבישע שידוך גשלאסן... זוויהל - ערלוי... זי וויל - ער לא
איינער האט די ווערטער פאר די צווה ישועות יעקב ניגון?
געוועהן א איד וואס האט גקוועטשט די באנק אין כולל און זיין ווייב האט געארבעט כמנהג עבדים דלעיקוואד. זי האט געמוזט פארען אויף א ביזנעס טריפ פאר צוויי וואכען און נאך אפאר רופט זי די מאן און פרעגט...
וואס הערט זיך דארט ?
אה זאגט דער מאן ב"ה אלס איז גוט. די קינדער האבען זיך צוגעוואוינט צו שלאפען ווען דו ביזט נישט אינדערהיים אלס איז פיין אין רואיג, נאר איין זאך... אונזער קאץ איז געשטארבען... געהארגעט געווארען. די קינדער האבען איהר ארויס גענומען אין גאס און א קאר איז איהר איבער געפארען.
וואס ? שרייט די ווייב דו ביזט אינגאנצען משוגע געווארען? אזוי זאגט מען נישט גוטע נייעס?
וואס האב איך געדארפט טוהן פרעגט די מאן
ערשט וואלסטו געדארפט זאגען אז די קאץ איז ארויף געקראכען אויפ'ן דאך און זי וויל נישט אראפ קומען. און ווען איך רוף א טאג צוויי שפעטער וואלסטו געדרפט זאגען אז דו האסט גערופען די פייער לעשער און זיי פראבירען צו טוהן עפעס... און אזוי צוביסלאך
פיין זאגט דער מאן איך פארשטיי
גוט זאגט זיין ווייב נאר פאר איך לייג אראפ די טעלעפאון וואס מאכט מיין מאמע? איך האב איהר פראבירט צו רופען און זי הייבט נישט אויף
דיין מאמע זאגט די מאן זי איז אויפ'ן דאך
Re: מילתא דבדיחותא
זיי טענה'ן אז סאטמאר האט נאר איין ניגון "ריליי....",
סקולען האט צוויי, א שנעלע און א שטייטע!
לאור המצב אין ארצינו הקדושה האבן די לעיקוואדער ראשי ישיבה מעורר געווען אז מ'זאל מרבה זיין בלימוד התורה, און די וויליאמסבורגער רבנים אז מ'זאל מוסיף זיין אין צניעות:
אפשר איז כדאי אז ס'זאל זיין פארקערט??? 😂
Re: מילתא דבדיחותא
Re: מילתא דבדיחותא
די עולם וואונדערט זיך היתכן די איי-די-עף האט נישט פאראויסגעזעהן די מלחמה.
עס איז אסאך א גרעסערע חידוש אז רב פינטא האט עס נישט פאראויסגעזאגט.
Re: מילתא דבדיחותא
היכי דמי #
די עולם וואונדערט זיך היתכן די איי-די-עף האט נישט פאראויסגעזעהן די מלחמה.
עס איז אסאך א גרעסערע חידוש אז רב פינטא האט עס נישט פאראויסגעזאגט.
דער פראבלעם איז אז די אלע בעלי החלומות וועליכע זעהן אלעס אין חלום זענען אויפגעשטאנען שפעט
Re: מילתא דבדיחותא
25 יאהר נאך די חתונה קומט אהיים א פרוי און טרעפט איהר מאן ווייענען.
וואס גייט פאר? פרעגט זי
דו געדענקסט זאגט ער פאר אונז האבען חתונה געהאט האט דיין טאטע אונז געכאפט צוזאמען טוהן מעשים אשר לא יעשו און ער האט מיר געזאגט אז אדער האב איך חתונה מיט דיר און אז נישט וועט ער מאכען זיכער אז מען זעצט מין איין פאר 25 יאהר
יא יא זאגט זי
היינט זאגט ער וואלט מען מיר ארויסגעלאזט
Re: מילתא דבדיחותא
א טשעלמער פון מאה שערים מיט 16 קינדער האט נעבעך איין זון וואס האט געגליטשט און איז געווארן פריי.
דער גורל'דיגן שמחת תורה האט ער זיך געפינען ביים מסיבת טבע נעבן כפר עזה, און איז ליידער פארכאפט געווארן קיין עזה.
דער טאטע באקומט נעכטן א ריף פון חאמאס...! ער הייבט אויף, "האלא?! ווער איז דאס"?
"דא רעדט מאכאמאד על באהאבדיק, אונז האבן דא דיין זון אין געפענגעניש"!
דער טאטע פרעגט, "ער האט וואס צו עסן דארטן"?
"יא, ער עסט פיין" זאגט דער טעראריסט.
"ער האט צו טרינקן"?
"יא"!
"ער האט ווי צו שלאפן"?
"יא, מיר נעמען גוט קער פון אים דא"
"אה, זייער גוט" זאגט דער טאטע, "כ'שיק דיר מארגן נאך 15 קינדער"...
Re: מילתא דבדיחותא
יעדער פרעגט וואו איז דער ש.ב.?
זעט אויס אז ס'איז ענדערש ב"ש...
(הערשל פרידמאן אויף קול מבשר!)
Re: מילתא דבדיחותא
דריי מענטשען האבען אריין געגעבן אן אן אפליקאציע צו ארבייטען פאר די סי איי עי (CIA)
מען נעמט אפיר דעם ערשטען און מען גיבט איהם א ביקס און מען זאגט איהם...
אין דעם צומער זיצט דיין שוויגער גיי אריין און שיס איהר.
איך קען נישט, זאגט ער.
זאגט מען איהם, קענסטו נישט ארבייטען דא.
נעמט מען דעם צוייטען און מען זאגט איהם די זעלבער זאך, אין דעם צומער זיצט דיין שוויגער נעם דער ביקס און גיי אריין און הרג איהר.
ער גייט אריין און נאך 5 מינוט קומט ער ארויס מיט טרערן אין די אויגן און זאגט וויינענדיג איך קען נישט.
זאגט מען איהם, קענסטו אויך נישט ארבייטען דא
נעמט מען דער דער דריטער, און מען זאגט איהם די זעלבער זאך, אין דעם צומער זיצט דיין שוויגער נעם דער ביקס און גיי אריין און הרג איהר.
ער גייט אריין און מען הערט שיסען איינס נאכען צווייטען און דערנאך האקען און זעצען און שרייען געפערליכע קולות.
ער קומט ארויס און זאגט... איינער האט אריין געלייגט פאלשע בולעטס האב איך איהר געמוזט דערווערגען
Re: מילתא דבדיחותא
[ציטאט אראפגענומען]
וואס איז פשט אז די רבישע חברה גייען מיט אזאנע מאדנע תחת עטרות?
ווייל ס'איז זיי נישט קלאר ווי די קאפ איז.
Re: מילתא דבדיחותא
מען דארף ווארפן סמארטפאון׳ס אויף עזה, ווייל ס׳מאכט חרוב שטובער און ס׳צוברעכט משפחות…..
(יענקל׳ה קורנבליט)
Re: מילתא דבדיחותא
שמן למאור #
וואס איז פשט אז די רבישע חברה גייען מיט אזאנע מאדנע תחת עטרות?
ווייל ס'איז זיי נישט קלאר ווי די קאפ איז.
אנדערע זאגן אז די מנהג איז עס צו לייגן ביים מח...
Re: מילתא דבדיחותא
אן ערליכער, (אפגעהיטענער) איד איז אמאל געפארן מיט דעם שטאטישן באס אין די שטאט ווילנא. האט א (אידישע?) פרוי זיך געוואלט אוועקזעצן נעבן איהם. ער האט איהר געוואלט בעטן אז זי זאל זוכן אן אנדער סיעט. ער האט איהר נישט געוואלט באליידיגן. האט ער געזאגט פאר איהר..."איך ווייס נישט אויב דו זאלסט זיצן נעבן מיר. איך האב "כרוספדין". די פרוי האט זיך דערשראקן און באלד געזוכט אן אנדער פלאץ. זי קומט אהיים און זי פארציילט פאר איהר מאן..."דו ווייסט אז חיים האט "כרוספדין". פרעגט איהר מאן ..פון וואו ווייסט דו?.. זאגט זי. ער האט מיר אליין געזאגט. רופט זיך אן איהר מאן..."איך האב עס אויך"...אויך אונזער קליין יונגעלע שלמה'לע האט עס באקומען...די פרוי האט זיך עכט שטארק דערשראקן און זי זאגט אז מ'דארף שוין גיין צום דאקטער. דער מאן האט איהר בארואיגט און געזאגט. דו האסט שוין פארגעסן וואס דו האסט געלערנט אין סקול?! אז די תרגום אונקלוס זאגט אויף דעם פסוק ונתנו על ציצית..."כרוספדין"... אויף דעם האט זי זיך בארואיגט...(מ'קען שפינען די מעשה ווייטער. נאר איך מיין אז דער עולם לאכט שוין...!)
Re: מילתא דבדיחותא
א פרייע פרוי וואס איז געווען אנגעטון אויסגעלאסן איז ארויף אויף א באס אין בני ברק און זיך אוועקגעזעצט נעבן א ישיבה מאן. דער ישיבה מאן נעמט ארויס אן עפל פון זיין זעקל און געבט דאס פארן פרוי.
די פרוי פרעגט מיט וואונדער, "וואס איז דאס"?
איז די ישיבה מאן מסביר, "ביז חוה האט געגעסן פונעם עץ הדעת האט זי אויך נישט געוויסט אז זי גייט נאקעט"...
דעם נעקסטן טאג קומט די פרוי ווידער ארויף אויפן באס, זי טרעפט דעם ישיבה מאן זיצן, זי גייט צו און נעמט ארויס אן עפל פון איר זעקל און געבט דאס פארן ישיבה מאן.
דער ישיבה מאן פרעגט "וואס איז דאס"?
איז די פרוי מסביר, "ביז אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת האט ער אויך נישט געוואוסט אז ער דארף ארבעטן"...
Re: מילתא דבדיחותא
ס'האט זיך געטון א גאנצע טענה'ריי אין א כולל אין ירושלים צו די בני הכולל וואס לערנען תורה האבן ממש א גדר ווי די סאלדאטן וואס שלאגן זיך אויפן פארנט, צו אפשר איז עס א צווייטן גדר. ס'איז געגאנגען קולות לכאן ולכאן, ביז איינער איז צוגעגאנגען און געפרעגט, למאי נפק"מ?
האט מען אים געענטפערט "לגבי יפת תואר"
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
אן ערליכער, (אפגעהיטענער) איד איז אמאל געפארן מיט דעם שטאטישן באס אין די שטאט ווילנא. האט א (אידישע?) פרוי זיך געוואלט אוועקזעצן נעבן איהם. ער האט איהר געוואלט בעטן אז זי זאל זוכן אן אנדער סיעט. ער האט איהר נישט געוואלט באליידיגן. האט ער געזאגט פאר איהר..."איך ווייס נישט אויב דו זאלסט זיצן נעבן מיר. איך האב "כרוספדין". די פרוי האט זיך דערשראקן און באלד געזוכט אן אנדער פלאץ. (מ'קען שפינען די מעשה ווייטער. נאר איך מיין אז דער עולם לאכט שוין...!)
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=532121#p532121
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=493692#p493692Re: מילתא דבדיחותא
שנעקעדיג: ייש"כ פאר צו ברענגען די "מסורת הש"ס". איז א סימן אז די מעשה איז אמת. וויל איך האב עס איבערדערציילט פונקט אזוי ווי די ערשטע (אדער צווייטע) מאל...!
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
שנעקעדיג: ייש"כ פאר צו ברענגען די "מסורת הש"ס".
לייק פאר דעם אויסדרוק 😛
(וועגן "שנעקעדיג" העמיר רעדן אן אנדערס מאל)...
berlbalaguleh #
איז א סימן אז די מעשה איז אמת.
ווי אזוי זאגט נאר דיין רבי, דער יארמער רב... אנדערע בדחנים טראכטן אויס פאלשע מעשיות, איך טראכט נאר אויס אמת'דיגע!
Re: מילתא דבדיחותא
דאס איז אן אמת'ע מילתא דבדיחותא. כ'מיין אז ס'קען אריינגיין אין "טעותים אין היימישע אויסגאבעס."
Re: מילתא דבדיחותא
שמן למאור #
א טשעלמער פון מאה שערים מיט 16 קינדער האט נעבעך איין זון וואס האט געגליטשט און איז געווארן פריי.
דער גורל'דיגן שמחת תורה האט ער זיך געפינען ביים מסיבת טבע נעבן כפר עזה, און איז ליידער פארכאפט געווארן קיין עזה.
דער טאטע באקומט נעכטן א ריף פון חאמאס...! ער הייבט אויף, "האלא?! ווער איז דאס"?
"דא רעדט מאכאמאד על באהאבדיק, אונז האבן דא דיין זון אין געפענגעניש"!
דער טאטע פרעגט, "ער האט וואס צו עסן דארטן"?
"יא, ער עסט פיין" זאגט דער טעראריסט.
"ער האט צו טרינקן"?
"יא"!
"ער האט ווי צו שלאפן"?
"יא, מיר נעמען גוט קער פון אים דא"
"אה, זייער גוט" זאגט דער טאטע, "כ'שיק דיר מארגן נאך 15 קינדער"...
ס'גייט אויף א גאליציאנער מיט א קידנעפער...
Re: מילתא דבדיחותא
שמן למאור #
א פרייע פרוי וואס איז געווען אנגעטון אויסגעלאסן איז ארויף אויף א באס אין בני ברק און זיך אוועקגעזעצט נעבן א ישיבה מאן. דער ישיבה מאן נעמט ארויס אן עפל פון זיין זעקל און געבט דאס פארן פרוי.
די פרוי פרעגט מיט וואונדער, "וואס איז דאס"?
איז די ישיבה מאן מסביר, "ביז חוה האט געגעסן פונעם עץ הדעת האט זי אויך נישט געוויסט אז זי גייט נאקעט"...
דעם נעקסטן טאג קומט די פרוי ווידער ארויף אויפן באס, זי טרעפט דעם ישיבה מאן זיצן, זי גייט צו און נעמט ארויס אן עפל פון איר זעקל און געבט דאס פארן ישיבה מאן.
דער ישיבה מאן פרעגט "וואס איז דאס"?
איז די פרוי מסביר, "ביז אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת האט ער אויך נישט געוואוסט אז ער דארף ארבעטן"...
דאס דערמאנט דער מעשה פון א ירושלמי וועליכע זיצט זיך אויף א באס און ארץ ישראל און לעבען איהם זיצט זיך אוועק א פרוי אנגעטוהן זייער נישט צניעות'דיג. בעסער געזאגט מער אויסגעטוהן ווי אנגעטוהן.
און דער איד קוקט און קוקט און איעדער פאר מינוט גיבט ער א שפיי און זאגט פוי! און דאס גייט אזוי אן פאר א גוטע האלבע שעה. דער איד קוקט און קוקט און איעדער פאר מינוט גיבט ער א שפיי און זאגט פוי!
נאך א האלבע שעה פרעגט זי איהם זאג נאר, אויב דו קוקסט און דו האסט ליעב וואס דו זעהסט פארוואס שפייסטו, און אויב דו שפייסט און זאגסט פוי פארוואס קוקסטו?
זאגט ער, איך קוק ווייל איך האב זייער ליב וואס איך זעה אבער איך שפיי און שריי פוי ווייל איך דערמאן זיך ווי אזוי מיין אייגענע ווייב זעהט אויס
Re: מילתא דבדיחותא
עס איז דא אן אלט ווארט.
פארוואס איז דא צוויי לוחות?
ווייל ווען דער מלאך איז ארום געגאנגען צו אלע פעלקער צו זיי ווילען די תורה און קיינער האט נישט געוואלט, ביז ער איז געקומען צו די אידן. האבען זיי איהם געפרעגט...
וויפהיל קאסט עס?
האט דער מלאך גע-ענטפערט, גארנישט... עס איז פרי.
האבען זיי געזאגט, אויב אזוי גיב אהער צוויי.
די זעלבע קען מען זאגען יעצט. קוק וואספארא בהמות די אראבער זענען. זיי שרייען פרי פאלעסטיין.
פאר א איד שרייט מען פרי? אויב איז עס פרי גייען אונז דאס נעמען מיט קאמישען
Re: מילתא דבדיחותא
אין קאשוי ישיבה איז אמאל א בחור געגעאנגען מסר'ן ביים משגיח אז ער האט געזעהן צוויי בחורים אריין גיין מקוה אינמיטן סדר הלימוד.
פרעגט איהם דער משגיח, וואס מיינסטו האבן זיי דארט געטוהן?
ענפערט דער בחור, איך בין נישט זיכער אדער אויסגעהערט מרדכי בן דוד אדער גערייכערט א ציגרעטל
Re: מילתא דבדיחותא
איינער גייט צו א גביר נאך געלט פאר א בנש"קל וואס האט נישט קיין פרוטה .
זאגט איהם דער גביר, וואס הייסט ? ער איז דאך יעצט געפארן קיין פלארידע?
יא יא זאגט ער, איך האב איהם טאקע דארט געזעהן ביים ים בעירום ובחוסר כל